☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17119

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג יוני 25, 2024 5:13 pm

· #566204
איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
לאור דאס
מילך טראק #
כספי #
בת קול #
זי איז דארט געווען צו פייטן פאר איר זוהן און האט אויסגעפירט. צעהלים האט זיך אפגעזאגט פון אים אנעמען דאס יאר, און זי האט אים אריינגעלייגט אין א מער פאסיגן מוסד.
סאו זי האט נישט געמיינט 'טובת הכלל', נאר איר אייגענע אינטערעס
נו, וואס איז זי בעסער פון אונזערע פירערס?
סאיז בככל נישט קיין פראבלעים ווען איינער טוט לטובת הכלל און האט אויך הנאה דערפון, אדער אפילו טוט עס ווייל ער האט א קינד וכו' רוב ארגעניזאציעס הייבן זיך אזוי אהן, די פראבלעים איז ווען מוואפט די מענטשן אונטערן באס ווייל סקומט זיי אויס בעסער
וויל איך הערן דעם עולם'ס אפיניען, מעגן רבי'ס אריינלייגן זייערע קינדער אין דזשאב פאזישענס, געבן שטעלעס אין בית המדרש און אין די חסידות.
אדער דאס איז השחתה, און זיי מעגן נאר אריינשטעלן דער וואס איז דער מערסטע קוועליפיצירט?

נאך א שאלה, מעג א רבי זאגן פאר דעם כולל (זיינער) אז זיין זון אדער איידעם אדער אייניקל זאל דארט לערנען פאר א לאנגע צייט, ביז ער וועט זיך משלים זיין און "באמת" זיין ראוי פאר א געוויסע שטעלע. אדער דער געלעגנהייט מוז אויך גגעבן ווערן פאר יעדן גלייך.

וואס האלט דער אוילם?

cictim » דינסטאג יוני 25, 2024 5:23 pm

· #566205
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
אזוי איז געווען אלע יארן פון די בעש"ט, מעזריטש, זלאטשוב, קאריץ, קארלין, ליובאוויטש אא"וו, סאיז אויך געווארן תלמידים פאר רביס, אבער א גרויס חלק פון די תלמידים זענען געבליבן ביים זון - פון די תלמידי המגיד און ווייטער - די באוואוסטע מעשה אז נאך א יאר האט די מגיד איבערגענומען די בעש"ט, אבער אלע האבן פארשטאנען אז ערשט קומט א זון. נאך די מגיד איז גווען ליזענסק, אבער די קינדער זענען געווארן רביס אא"וו.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 25, 2024 5:45 pm

· #566208
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
אויב די קנדער זענען קוואליפיצירט האבן זיי א דין קדימה. נאר אויב דער זון איז א שטריק. א גראבער יונג אן עם הארץ און א בעל גאוה מיט מידות מושחתות און ער ווערט "רבי" וועלן די חסידים ממילא אליין איבער לאזן די חסידות.

לגבי לערנען אין כולל: מ'טאר נישט דיסקרימינירן אקעגן קיינעם. מ'דארף געבן א געלעגנהייט פאר א יעדן איד וואס וויל זיך משלים זיין אין תורה והוראה צו לערנען תורה. אנישט איז א יעדער דאללער וואס מ'נעמט ביי מענטשן גזילה. ווייל קיינער געט נישט קיין געלט אויסצוהאלטן א פלאץ וואס איז געבויעט אויף רשעות און מידות מושחתות.

אין פאקט די גרויסע און בארימטע כוללים האבן די מערסטע קוואליפיצירטע יונגעלייט אלס ראש הכולל און משגיח. אמאל איז עס א זון פונ'ם אדמו"ר דאס איז אויך נישט קיין פעלער. אויב ער איז ראוי לאותה איצטלא.

שפילער » דינסטאג יוני 25, 2024 5:47 pm

· #566209
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
ווער פארשטייט דען אזוי גוט צום טאטנס דרכים אוודאי זאלן קינדער איבערנעמען

רויטער » דינסטאג יוני 25, 2024 6:22 pm

· #566211
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
זיי זענען רויעל בלאָד

רויטער » דינסטאג יוני 25, 2024 6:23 pm

· #566212
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
א קהילה איז א ביזנעס וואס די רבי איז ד סי אי 0
און ער מעג טון פאר זיין זון מער ווי פאר אנדערע

שיינע איד » דינסטאג יוני 25, 2024 7:58 pm

· #566243
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
דער שאלה דארף זיין בין איך מחיוב צו בלייבען אוב מיין רבי שטעלט אריין זיין זון דער ענטפער איז ניין אויב דו בלייבסט ביזטו אליין שולדיג

סקרו דרייוער » דינסטאג יוני 25, 2024 7:59 pm

· #566244
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
ביי אונז האט מען געוואוסט אז מ'פרעגט נישט קיין קושיות אויף רבי'ס

ווייל ס'האט נישט קיין תירוצים....

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 25, 2024 8:31 pm

· #566248
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
שיינע איד #
דער שאלה דארף זיין בין איך מחיוב צו בלייבען אוב מיין רבי שטעלט אריין זיין זון דער ענטפער איז ניין אויב דו בלייבסט ביזטו אליין שולדיג
מ'צווינגט נישט קיינעם. אויב איינעם געפעלט נישט די הנהגה קען ער איבערלאזן. די רבי אליין וועט אויך זיין מער צופרידן ווען אזא מענטש לאזט איבער די חסידות ווי איידער בלייבן און בונטעווען.

אין געוויסע "חסידות'ן" איז עס אפילו נישט אין לעקיסקאן. ס'העיסט, דו ביסט נישט צופרידן? דו פרעגסט קשיות. מ'עט דיך מסדר זיין. דעם רבינ'ס "מענטשן" וועללן דיר ווייזן.

אין געוויסע העיליגע פלעצער אויב האסטו די חוצפה צו גיין צו אן אנדער'ן רבי'ן אויך איז אחת דתו. דעם רבין'ס "מענטשן"/ (כלבים) וועלן דיך און דיין משפחה רודפ'ן עד חורמה.

אה. נאך א זאך. ווען מ'קומט צום רבי'ן פארצעילן איבער די רדיפות זאגט ער ברוח קדשו...איך וועיס נישט. ביי אונז אין שטעטל...!

איך זאג נישט וואו דאס (העיליגע) שטעטל געפינט זיך. אפשר אין ארץ ישראל?

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 25, 2024 10:38 pm

· #566261
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
berlbalaguleh #

מ'צווינגט נישט קיינעם. אויב איינעם געפעלט נישט די הנהגה קען ער איבערלאזן. די רבי אליין וועט אויך זיין מער צופרידן ווען אזא מענטש לאזט איבער די חסידות.

אין געוויסע העיליגע פלעצער אויב האסטו די חוצפה צו גיין צו אן אנדער'ן רבי'ן אויך איז אחת דתו.

פרעגט די גמרא, מעשה לסתור?

yatzmachp » מיטוואך יוני 26, 2024 12:22 am

· #566275
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
שיינע איד #
דער שאלה דארף זיין בין איך מחיוב צו בלייבען אוב מיין רבי שטעלט אריין זיין זון דער ענטפער איז ניין אויב דו בלייבסט ביזטו אליין שולדיג
דאס אז דו פרעגסט אפילו די קשיא מאכט מיך טראכטן אז דו קומסט פון א געוויסע קהילה.

אויף די עצם קשיא איז דער תירוץ אז יא. קהילות היינט צו טאגס באלאנגען אויסדריקלעך פאר די פירערס און זיי קענען טוהן וואס זיי ווילן. פאר דעם איז נישטא קיין וואלן און פארדעם קענען זיי אריינשטעלן וועם זיי ווילן. וועם עס געפעלט נישט קען זיך עפענען אייגענע מוסדות. רוב מענטשן האבן נישט די כוחות הנפש צו עפענען אייגענע. רוב אינדעפענדענט חסידישע מוסדות מוטשען זיך שרעקליך.

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך יוני 26, 2024 12:38 am

· #566278
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
רויטער #
א קהילה איז א ביזנעס וואס די רבי איז ד סי אי 0
און ער מעג טון פאר זיין זון מער ווי פאר אנדערע
דער CEO פון א פאבליק קאמפאני טאר נישט.
די שאלה איז צו די קהילה אדער חסידעס איז פאבליק אדער פריוואט.
דאס איז באמת די שאלה דא. רוב עולם חושט סתם ארום און ארום. קען איינער אנכאפן און פארענטפערן די שאלת חכם?

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 26, 2024 3:02 am

· #566297
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
שמעקעדיג #
berlbalaguleh #

מ'צווינגט נישט קיינעם. אויב איינעם געפעלט נישט די הנהגה קען ער איבערלאזן. די רבי אליין וועט אויך זיין מער צופרידן ווען אזא מענטש לאזט איבער די חסידות.

אין געוויסע העיליגע פלעצער אויב האסטו די חוצפה צו גיין צו אן אנדער'ן רבי'ן אויך איז אחת דתו.

פרעגט די גמרא, מעשה לסתור?
איך האב גערעדט פון די מערסטע, נארמאלע חסידות. להוציא (מן הכלל)) געוויסע, שמאלקעפיגע מקומות וואו דער רעבע, דער גאון (אין עסן געפילטע פיש און פארציילן מעשיות פון טאאאאטן) איז העכער ווי גאט אליין.

דארט איז טעראר שולט.

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך יוני 26, 2024 10:21 am

· #566332
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
[ציטאט אראפגענומען]

[NAMELESS] » מיטוואך יוני 26, 2024 1:44 pm

· #566376
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
berlbalaguleh #
אויב די קנדער זענען קוואליפיצירט האבן זיי א דין קדימה. נאר אויב דער זון איז א שטריק. א גראבער יונג אן עם הארץ און א בעל גאוה מיט מידות מושחתות און ער ווערט "רבי" וועלן די חסידים ממילא אליין איבער לאזן די חסידות.

לגבי לערנען אין כולל: מ'טאר נישט דיסקרימינירן אקעגן קיינעם. מ'דארף געבן א געלעגנהייט פאר א יעדן איד וואס וויל זיך משלים זיין אין תורה והוראה צו לערנען תורה. אנישט איז א יעדער דאללער וואס מ'נעמט ביי מענטשן גזילה. ווייל קיינער געט נישט קיין געלט אויסצוהאלטן א פלאץ וואס איז געבויעט אויף רשעות און מידות מושחתות.

אין פאקט די גרויסע און בארימטע כוללים האבן די מערסטע קוואליפיצירטע יונגעלייט אלס ראש הכולל און משגיח. אמאל איז עס א זון פונ'ם אדמו"ר דאס איז אויך נישט קיין פעלער. אויב ער איז ראוי לאותה איצטלא.
רבי בערל, פון וואנעט נעמסטו דער זיכערקייט אז די חסידים וועלען אים פארלאזען....
הלואי זאל זיין אזוי

תניא בניחותא » מיטוואך יוני 26, 2024 5:21 pm

· #566412
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
berlbalaguleh #
אויב די קנדער זענען קוואליפיצירט האבן זיי א דין קדימה. נאר אויב דער זון איז א שטריק. א גראבער יונג אן עם הארץ און א בעל גאוה מיט מידות מושחתות און ער ווערט "רבי" וועלן די חסידים ממילא אליין איבער לאזן די חסידות.
במחילת כבוד תורתך, עפר ואפר אני תחת כפת רגליך, אבער דא דארף איך זיך חולק זיין מיט אייך, קיינער גייט נישט (און געיט נישט) אין ערגעץ, 99% בלייבט ביים קינד נישט קיין חילוק ווי א גרויסער שטריק ער איז, ופוק חזי מאי עמא דבר.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 26, 2024 5:34 pm

· #566418
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
איך באוואונדער דיין עניוות: נאר דער אמת איז אז ס'איז טאקע א זעלטענע ערשיינונג אז דער יונגער רבי דער יורש זאל נישט האבן עפעס גוטע מידות. לכה"פ זיין א בעל חסד און העלפן אנדערע אידן. נאר וויפיהל מער מעלות ער האט בויעט ער זיך מער.

אויב ער שטעלט צו א ביהמ"ד מיט א מקוה און אלע באקוועמליכקייטן. און ער האלט מער-ווייניגער איין זמנים. אן מ'ארגאניזירט שיעורי תורה האט דאס ביהמ"ד א קיום. דער רבי/רב דארף נישט טון קיין סאך.

דארט ווי מענטשן טראכטן אפשר פון "ארויסגעין" דאס געשעהט נישט וועגן טעראר. נאר לפי ידיעתי זענען דא א סאך מענטשן וואס זענען נישט צופרידן פון די הנהגה. אויסער די "קעלבלעך" פארשטייצעץ.

תניא בניחותא » מיטוואך יוני 26, 2024 7:26 pm

· #566427
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
יעדער איד איז מלא מעלות טובות באמת (גיי נאר צו א שבעה וועסטו הערן)
איך וואלט געזאגט אז עוורידש אידן זענען 95% גוט, שומרי תורה ומצוות, קביעת עתים לתורה, צדקה וחסד וכו’, דער פראבלעם איז די פאר פראצענט היפך הטוב וואס פון דעם ליידט מען, און ביי א רבי ליידט מען אויף א שטערקערע פארנעם.

תניא בניחותא » מיטוואך יוני 26, 2024 7:34 pm

· #566428
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
א פלא פון א זאך, פאר די פשוטע אידן האלט מען אין איין רעיזען דעם באר (raise the bar) מ’פארלאנגט סאך מער פרומקייט כסדר, משא”כ פאר רבי’ס ווערט מען כסדר מער פלעקסיבל, ס’איז שוין היינט מער ווי גענוג אז דער רבי’ איז נאר נישט דער גרעסטער מושחת, ער דארף נאר לאזן עסקנים מסדר זיין שיעורי תורה (פארשטייט זיך בנשיאות) אנדערע עסקנים שאפן געלט פאר אידנ’ס וועגן,הוצאות יו”ט, חתונה מאכן וכו’, דער רבי’ דארף נאר קומען צום אסיפה און אינטער שרייבן קול קורא’ס פאר אלע וויכטיגע צוועק’ן.

ווער רעדט נאך טאמער לערנט ער א שעה צוויי רוב טעג (נישט מער ווי א פשוטער בעה”ב) דאן איז ער שוין א וועלטס מתמיד, און אויב ער שיקט שלוחים פון צייט צו צייט שאפן געלט פאר אידן איז ער שוין א וועלטס בעל חסד.

שבת אחים » מיטוואך יוני 26, 2024 8:25 pm

· #566433
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
געווענטליך זענען קינדער און אייניקלעך זייער ענדליך צו זייערע עלטערן. און אויב די קינדער האבן טאקע די זעלבע כאַראַקטער און קוואלעטי׳ס ווי דער טאטע און מעהר ווייניגער די זעלבע מהלך ווי זייער פארגייערס, איז די קשיא פארוואס זאלן זיי נישט איבערנעמען? אויב האבן זיי נישט די זעלבע מעלות און זיי גייען נישט אין די וועגן פון זייערע אבות איז די קשיא פארוואס זאלן זיי יא איבערנעמען?

תניא בניחותא » מיטוואך יוני 26, 2024 8:55 pm

· #566440
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
אמת, אזוי ווי א קאץ האט קינדער קעצעלעך, איז שכיח אז א רבי זאל האבן קינדער רבי’לעך,
אויב ס’איז בנו הגון קומט ער טאקע קודם,
אבער מיט די צייט איז מען געבליבן נאר מיט די איין קוואליפיקעישן ”קינדער”, פארשטייט זיך אז לאחר המעשה וואשט מען די מוחות פון די אינגווארג, און פון זיך אליינס אויך, אז ס’איז באמת יא אביסל בנו הגון, ויצא העגל הזה.
אטו כי רוכלא ליחשב וליזיל ?
ווי האט יענער בעל דרשן געשריגן, זאל זיין שטיל אז נישט וועל איך זאגן נעמען...

פאלאטשינטא » מיטוואך יוני 26, 2024 9:17 pm

· #566442
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
למעשה פאר מיר פריוואט איז דאס א טובה.

איך דאווען אין א קהילה געגנט שוהל, די רב איז דעם רבין'ס אן איידעם, ער האט זיך זיינע מענטשן און מיר לאזט מען צוריה.

וואלט דער רב געוועזן א געשטעלטע רב וואלט ער געפעיגערט יעדן מתפלל אלס אחריות, משא"כ יעצט פרייט זיך דער רב ער האט א ביהמ"ד און שוין.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 26, 2024 9:50 pm

· #566451
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
היינטיגע צייטן אין אזעלכע שטעט ווי בארא פארק און מאנסי קען א "געשטעלטע" רב אויך נישט עביוזן די מתפללים אדער טון ככל העולה על רוחו. ווייל אין א יעדע צווייטע בלאק/גאס מאכט זיך אויף א ביהמ"ד. ס'איז אזוי ווי א גראסערי. ער געט נישט קיין גוטע סערוויס גייט מען אריבער צום שכן.

איינער פון מיין משפחה וואוינט אין "גרעיטער מאנסי". ער האט געדאוונט אין א ביהמ"ד וואס האט זיך אקארשט אויפגעמאכט. מ'האט געדארפט אראפגיין א בארג און אריבערגיין (נישט קראסן, ח"ו) א ראוד. דער רב איז געווען א "פארט טיים" רב. ער האט געוואוינט אין אן אנדערע שטאט. שפעטער האט זיך אויפגעמאכט א ביהמ"ד 3 הייזער אוועק פון זיין הויז. פארשטייצעך ער איז געגאנגען צו דעם נייעם ביהמ"ד. דער רב פון יענע (אריגינאלע) ביהמ"ד קען נישט האבן קיין טענות. כאטש ער האט אריינגעלייגט א סאך געלט צו איבערבויען און פארגרעסערן דעם ביהמ"ד.

דאס איז דער מצב אין די היינטיגע טעג. איך ווייס נישט וועגן די אנדערע שטעט ווי לעיקוואוד און לינדען. נאר אין די גרויסע אידיש-באוואוינטע שטעט איז דאס דער מצב.

תניא בניחותא » מיטוואך יוני 26, 2024 10:31 pm

· #566457
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
ס’איז דא א טייטש אויף דעם פסוק - וירא בצר להם - מ’קען זען ווי גרויס די צרה איז, בשמעו את רינתם - ווען מ’הערט אויף וואס מ’פרייט זיך.
שיין זע מיר אויס אז די נחמה איז אז די רבי’ס האבן יא עפעס דורכשניטליכע מעלות.
קום נישט מיט קיין תורות אז חסידים וויל מען היינטיגע און רבי’ס זוכט מען אמאליגע, די המון עם שטייט גאנץ פיין, אמת ס’איז אביסל וישמן ישורון... אמעריקע איז אביסל מגושם, אבער א”י אידן זענען מיילן ווייט דערפון, אמת, ס’פעלט אמאליגע תמימות (aka עם הארצות) אבער לעומת זה לערנען אידן היינט תורה מדן ועד באר שבע אויף א פארנעם וואס איז נישט געזען געווארן פאר יארן.
לעומת זה רוב רבי’ס זענען שוואכער במידות, קנאה תאווה וכבוד, פון רוב ציבור, ס’איז א חרפה און א בושה ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, ס’איז א גאנצע שמחה אז רבי’ס קריגן זיך נישט, כאילו אז ס’איז נארמאל אז מ’זאל יך יא קריגן.

יצחק אייזיק » דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:40 am

· #566482
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
תניא בניחותא #

קום נישט מיט קיין תורות אז חסידים וויל מען היינטיגע און רבי’ס זוכט מען אמאליגע, די המון עם שטייט גאנץ פיין, אמת ס’איז אביסל וישמן ישורון... אמעריקע איז אביסל מגושם, אבער א”י אידן זענען מיילן ווייט דערפון
איך קום יא מיט די תורות ווייל די ארץ ישראל אידן זענען ווייניגער מגושם און איך מיין אז די רבי'ס דארט זענען בדרך כלל מער ווי דא, אפגערעדט פון די מנהיגים ביי די ליטווישע קרייזען. אלא מאי ס'האט יא אביסל צוטון מיט דעם

כספי » דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:55 am

· #566484
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
כ'האב שוין אמאל געשריבן דא (באלד וועל איך שוין אויסקוקן ווי ר' בערל), די ווערטל פון ר' חיים מענדל ע"ה, ער פלעגט אייביג פרעגן די רבנים ביי די שמחות, פארוואס זעט מען נישט אז בדחנים'ס קינדער זאלן איבערנעמען זייערע פאזיציעס, אזוי ווי מ'זעט אז רבנים'ס קינדער נעמען איבער זייער פאזיציע?
פלעגט ער ענטפערן בנועם שפתיו, ווייל בדחנות דארף מען קענען...

לגופו של ענין: פארשטיי איך נישט אזוי פונקטליך די שקלא וטריא, לאמיר נעמען א משל ר' חיים הערש ט"ב בן אדמו"ר מהרז"ל פון סאטמאר, וואס אין די זאלישע קהילה איז ער זייער אנגענומען און ארויפגעקוקט, איז עס א פראבלעם פון ר' זלמן לייב עם אריינצושטעלן אין ירושלים און אין קרית יואל? פארוואס עפעס? ער איז אנגענומען ביי די בני הקהילה, ער איז א ערליכער איד, און שוין. אבער למשל ר' יעקב בער ט"ב וואס איז נישט אזוי אנגענומען האט טאקע נישט קיין פאזישן אין סאטמאר (מהרז"ל), סאו ס'זעט אויס ווי מהרז"ל טוט עס גאנץ גוט.
די זעלבע זאך איז איבעראל, אויב דער זון איז אנגענומען ביי די אנשי הקהילה, זיי שפירן עס פאר א זכיה צו עם אויפנעמען פאר א רב וכדו', און ער איז א ערליכער איד א ת"ח וכו', איז דאך מה טוב ומה נעים.
אויב נישט, ער איז נישט אנגענומען, אדער נישט קיין ערליכער איד און ת"ח, איז עס א עולה נוראה עם ארויפצוצווינגען אויפן עולם (ווען ס'איז שלא ברצונם), אדער זיי צו געבן א מינוי שאינו הגון, סתם ווייל ער איז רויעל בלא"ד (אפילו ווען ס'איז ברצונם), ופשוט הוא.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:23 am

· #566490
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
כספי: ייש"כ פאר דיין דיסקלעימער. (אויב ביסטו נישט קיין אמעריקאנער, האף איך אז דו ווייסט וואס דאס מיינט.)

נאר "עוולה" שרייבט מען מיט צוויי וואווי"ן (בווי"ן תתקטר) נישט מיט איין ווא"ו. ווייל דאמאלס קענמען מיינען אז ס'איז א קרבן עולה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:38 pm

· #566593
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
איך האלט אז דאס מוז באצייכענט ווערן.