די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17104
די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
מושי, דו קענסט נאר נעמען ביז די דריטע ליין! הערט זיך די טאטעס שטימע...
קען איינער מיר מסביר זיין פארוואס כלל ישראל קען נאכנישט אויפקומען מיט א גוטע גרעיפ דזשוס? די זעלבע טרוקענע קעדעם קאנקארד איז ווי א לענדמארק אין יעדע אידישע שטוב ווי כאילו דאס איז די אויסגערופענע גרעיפ דזשוס...
ווי נאר א היימישע איד שמעקט א פיינע טשיקן זופ זעהט ער זיך אין די אויגן די ברייטע ווייסע קאווער פון די זעלביגע אלטע אומב'חנ'טע גרעיפ דזשוס... טוטס’מער א טובה...
שטקאן נפק”מ אין וואספארא מצב א איד שטייט היינטיגע טעג, וועט ער אלעמאל וויסן גרעיפ דזשוס קען מען נאר האבן ביזן דריטן ליין, ווי כאילו מ'רייסט זיך אין די גאסן פאר דעם..
חברה, ס'איז צייט פאר אן אפגרעיט...
איי עם סארי פאר אלע קעדעם גרעיפ דזשוס ליבהאבער...
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
גרעיפ דזשוס טעיסט נישט גוט קיין נ"מ די קאמפעני. קינדער האבן עס יא ליב, אזויווי אנדערע גארבעדזש. נוץ וויין אין שוין.

פון אלע גרעיפ דזשאוס איז קעדעם די בעסטע !!
זיי האבן עטליכע סארט
ס'איז דא בלאש, וואס איז טאקע מער געשמאק
און ס'איז דא לייט וואס איז גאר לייכט
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
אויב דו גלייכסט נישט קדם קויף הדר זיי זענען די ביליגסטע

דער אמת איז אז (אפילו) קדם גרעיפ דזשוס וואס מ'קויפט אין גראסערי האט שוין פארלוירן לכה"פ 50% פון טעם. ווייל ס'איז שוין אדורך א לאנגע צייט פון ווען ס'איז ארויסגעקומען פון די פעקטארי.
איך בין אמאל געווען מיט א דעי קעמפ אויף א טור אין די קדם וויין פעקטארי. זיי האבן געגעבן פאר א יעדן וויזיטאר (קינדער, א קליין באטל. פאר עדאלטס א גרויסע באטל) פרישע גרעיפ דזשוס. דאס האט געהאט ממש א טעם גן עדן. גארנישט צו פארגלייכן צו די גרעיפ דזשוס וואס מ'קויפט אין גראסערי.
די זעלבע איז מיט (רייזמאנ'ס) קעיק. ווען מ'קויפט עס גלייך פון די פעקטארי האט עס זייער א געשמאקן טעם. וואס 50% פראצענט ווערט פארלוירן ביז ס'קומט אן צו די שעלווס פון גראסערי.
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
וואו איז די רייזמאנס פעקטארי? זיי פארקויפן ריטעיל?
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
לעצטנס איז דא גוטע מאסט'ס, פון לויפער, און פון טיסקאנינא. די צווייטע האט א גוטע גרעיפ זשוס פון מוסקאטא טרויבן.

קלמישל2 #
גרעיפ דזשוס טעיסט נישט גוט קיין נ"מ די קאמפעני. קינדער האבן עס יא ליב, אזויווי אנדערע גארבעדזש. נוץ וויין אין שוין.
אינטערסאנט איך בין נישט קיין קינד און איך האב זייער ליב קדם לייט גרעפדזוס
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
איך ווייס נישט אויב זיי עקזיסטירן נאך, בכלל. איך האב עס שוין לאנג נישט געזעהן אויף די שעלווס אין גראסערי.
דער אריגינאלער בעל הבית, ר' בערל רייזמאן, איז צוערשט געווען בשותפות מיט זיין ברודער ווען זיי האבן אנגעהויבן די ביזנעס. שפעטער האט ער זיך צוטיילט. נאר ער איז שוין נפטר געווארן.
איך מיין אז זיי האבן זיך ארויסגעפרייס'ט פון מארקעט. ווען זיי האבן אנגעהויבן (בערך אין יאר 1972) זענען זיי געווען זייער ביליג. און די קעיקס און קוקיס זענע געווען פשוט. נאר פון א הויכן קוואליטעט. א פעקל קעיק אדער קוקיס איז געגאנגען פאר 95 סענט.
זיי האבן א יעדעס יאר נאך פסח געהויבן די פרייז מיט 5 סענט. ביז די לעצטע פאר יאר זענען זיי שוין געווען גאנץ טייער. ס'איז (כמעט) נישט געווען קיין חילוק פון זייערע קעיקס ביז די פון אנדערע קאמפעניס.
די בעקערי איז (געווען?) אויף די 20'סטע עוו. אין בענסאנהוירסט, ברוקלין.
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
דערהויבענע איד #
לעצטנס איז דא גוטע מאסט'ס, פון לויפער, און פון טיסקאנינא. די צווייטע האט א גוטע גרעיפ זשוס פון מוסקאטא טרויבן.
אין די גלייב זיי אז די טרויבען קומט פון מוסקאטא...
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
פריזינג לייט גרעיפ דזשוס האט עס ביי פאר...
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
[ציטאט אראפגענומען]
איך ווייס ניט מיין אלקאהאל גליטשט זיך ווי וואסער וו.ס. דער גרעפ דשאס וואס בלייט שטיין ווי סלייים אין האלדז...
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
איך מאך מיר היימישע מאסט לכבוד שבת.
עס איז אסאך געשמאקער, ביליגער, געזונטער, און סורפרייזינג, יעדעס וואך מיט א פרישן קנייטש.

’יצחק עקשטיין פון באלעבוסטע קיך’ האט היינט ביי א עסן שוי געמאלדן אז ער ארבעט אויף א פרישע גרעיפ דזשוס.
איך פאר מיך טרינק שוין נישט קיין גרעיפ דזשוס פאר יארן.
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
אלפא #
איך מאך מיר היימישע מאסט לכבוד שבת.
עס איז אסאך געשמאקער, ביליגער, געזונטער, און סורפרייזינג, יעדעס וואך מיט א פרישן קנייטש.
מאכסט יעדע וואך ?
און וואס זענען שייך אזוי פיל פרישע קנייטשן ?
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
איך מאך ווען איך קען און יאג אן. עס נעמט גראדע נישט לאנג.
יעדעס מאל זענען די טרויבן אנדערש ממילא קומט די טעם ארויס אייגנארטיג.
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
דו מאכסט עס פרייטאג ?
(דו פרירסט עס נישט? ווי אזוי איז עס לויטער?)
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
ניין. מ'מאכט עס טאקע מיטוואך.
אין קורצן:
מ'קויפט פיינע פרישע טרויבן (נישט קיין גרויסע נפקא מינה וועלכע סארט),
מ'צומאלט עס אין א פוד-פראסעסאר,
מ'לייגט עס אין א קאנטעינאר אדער זעקל - אריין אין פריזער,
מ'נעמט עס ארויס ווען עס איז אינגאנצן פארפרוירן,
מ'שטעלט דעם שטיק אייז איבער א זייערל/שמאטע ביז עס ענדיגט אדורך-רינען ס'גאנצע מעשה,
דאס שאלאכטץ און שמוץ גייט אין גארבידזש, און די פרישע מאסט גייט אריין אין פרידזשידער ביזן סעודה!
א גוט שבת.
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
אלע צוזאמען #
’יצחק עקשטיין פון באלעבוסטע קיך’ האט היינט ביי א עסן שוי געמאלדן אז ער ארבעט אויף א פרישע גרעיפ דזשוס.
איך האב געזעהן די ווידיא ווי ער רעדט.
די פראבלעם איז אז קדם האט די מנאפאל אויף אלע מאנופעקטשורערס און פירט א געפערליכע טעראר, דער עקשטיין ווייסט נישט אין וואס ער לייגט זיך אריין.

קודם זאל עס האבן אזא טעם ווי קדם. דערווייל הרבה עשו כן ולא עלתה בידם.
איינמאל עס וועט האבן א טעם דארף מען צוקומען צו מאניופולעשאן, דערווייל האלט מען נאכנישט דארט.
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
דערהויבענע איד #
לעצטנס איז דא גוטע מאסט'ס, פון לויפער, און פון טיסקאנינא. די צווייטע האט א גוטע גרעיפ זשוס פון מוסקאטא טרויבן.
אינטערעסאנט צוצולייגן (וואס יעדער ווייסט מסתם) אז די ביידע פירמעס באלאנגט טאקע פאר קדם, ווי אויך הדר וואס איינער האט דא פריער דערמאנט
און ס'איז צו ערווארטן אז די גרעיפ זשוס וואס יצחק עקשטיין פלאנט צו עפענען וועט אויך גאנץ שנעל טרעפן איר ארט אויפן קדם ברענד ליסט (אויב סוקסעספול), נאכדערצו אז יצחק עקשטיין פארקויפט מילא זיינע אויפטרעפן קורץ נאכן עס עפענען סאו פאר, דאס איז זיין מהלך ווי עס ווייזט זיך אויס
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
חמול על מעשיך #
אלע צוזאמען #
’יצחק עקשטיין פון באלעבוסטע קיך’ האט היינט ביי א עסן שוי געמאלדן אז ער ארבעט אויף א פרישע גרעיפ דזשוס.
איך האב געזעהן די ווידיא ווי ער רעדט.
די פראבלעם איז אז קדם האט די מנאפאל אויף אלע מאנופעקטשורערס און פירט א געפערליכע טעראר, דער עקשטיין ווייסט נישט אין וואס ער לייגט זיך אריין.
ועל כולם, ביי א דין תורה גייט ער געווינען. אזוי ווי ס'איז געווען די מעשה מיט די דין תורה מיט בויער פון הדר. לא די זיי האבן באגראבן הדר האבן זיי נאך "געוואונען" די ד"ת.
מהאי טעמא איז ער (בויער) אוועקגעגאנגען דאווענען פון נייטרא. וואו ביידע (ער און הערצאג) זענען תלמידים.
שוין, אויסגעזאגט צופיל סודות פון חדר...!

berlbalaguleh #

גארנישט קיין סודת פון חדר יעדר ווייסט וואספארע גענג די הערצאג משפחה איז
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
חמול על מעשיך #
גארנישט קיין סודת פון חדר יעדר ווייסט וואספארע גענג די הערצאג משפחה איז
יעדע פאטענטיאל קאמפעטישן האבן זיי אדער פארמאכט אדער "אויסגעקויפט"
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
אלפא #
איך מאך מיר היימישע מאסט לכבוד שבת.
עס איז אסאך געשמאקער, ביליגער, געזונטער, און סורפרייזינג, יעדעס וואך מיט א פרישן קנייטש.
סאיז ביליגער?
Re: די ביטערן טראפ וואס אינז אלע טרינקען פרייטאג צו-נאכטס
דוד שריפטליך #
אויב דו גלייכסט נישט קדם קויף הדר זיי זענען די ביליגסטע
נישט קיין פארגלייך אין טעם, לויט מיר, איז קדם אסאך בעסער ווי הדר. NATURES OWN איז אויך זייער גוט.