☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פיהר משכונות זענען בחסדי השי"ת באפרייט געווארן

פיהר משכונות זענען בחסדי השי"ת באפרייט געווארן

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17093

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 10, 2024 3:24 am

· #564703
פיהר משכונות זענען בחסדי השי"ת באפרייט געווארן
די נייעס באריכטן האבן פארציילט אז ס'איז (ב"ה) געלונגען פאר די סאלזאטן פון צה"ל צו באפרייען 4 משכונות פון די הענט פון די כאמאס רוצחים (נישט פרייהייטס קעמפער ווי דער בלאט רופט זיי).

די גיבורי ישראל די סאלדאטן פון די ספעציעלע יוניטס האבן זיך פארשטעלט ווי פאלעסטינער רעפיודזשיס. נאכדעים וואס זיי האבן זיך דערוואוסט אז די אידישע געפאנגענע ווערן געהאלטן אין דעם פאלעסטינער לאגער נוסאעיבא. וואס דארט איז דאך די נעסט פון די רוצחים.

זיי האבן ארויפגעלייגט מאטראצן און אנדערע זאכן אויף די דאך פון די קארס מיט וואס זיי זענען אריינגעפארן אין פליטים לאגער. ווען מ'האט זיי געפרעגט פון וואו זיי קומען האבן זיי געזאגט פון צענטער פון רפיח. זיי זענען פליטים.

די אקציע איז ב"ה געלונגען אויף דעם בעסטן אופן. און 4 משכונות זענען באפרייט געווארן און זיך צוריקגעקערט אהיים צו זייערע משפחות.

די געוויינליכע שונאי ישראל וועלכע מוזן דאך מקיים זיין וואס רש"י הק' זאגט אין פ' יתרו האבן זיך באלד גענימען ליארמען אז ס'הייסט, נעבעך, 200 אומ-שולדיגע פאלעסטינער זענען אומגעקומען ביי די אקציע. און פרעזידענט ביידן יר"ה האט, כדרכו גערעדט פון ביידע זייטן פון זיין מויל. ער האט באוויינט דעם פארלוסט פון "אומ-שולדיגע" סיוויליענס. אין די זעלבע צייט האט ער אויך געזאגט אז אמעריקע שטיצט 100% מדינת ישראל.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 10, 2024 4:14 am

· #564707
Re: פיהר משכונות זענען בחסדי השי"ת באפרייט געווארן
נישט דווקא פון שונאי ישראל. נאר פון גויים. ווי רש"י זאגט אויפ'ן פסוק...ויחד יתרו...שנעשה בשרו חדודין חדודין. ( ער האט באקומען גאאס באמפס). ווען ער האט געהערט וואס די אידן האבן געטון צו פרעה אין מצרים און די מלכים סיחון ועוג...היינו דאמרי אינשי. גיורא עד עשרה דרי לא תבזי ארמאה באפיה...איך האף אז דו ווייסט וואס די טייטש פון דעם איז.

די נקודה איז אז א גוי (אפילו א גוטער גוי) וועט אפשר מיטוויינען מיט די אידן. אויסדרוקן סימפאטיע. נאר ווען די אידן קלאפן צוריק. דאס קען ער שוין נישט אויסהאלטן.

ווען די כאמאס רוצחים האבן איבערגעפאללן און געהרג'עט די אידן האט מען נישט געהערט פון קיין שום יו. ען. אדער דער שמייליגער פויפסט. ס'איז נישט געווען קיין שום אינטערנאציאנאלע געזעץ. נאר ווען די אידן (יא, הרב בערגער, די אידן) קלאפן צוריק וועקן זיי זיך אלע אויף.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 10, 2024 4:17 am

· #564708
Re: פיהר משכונות זענען בחסדי השי"ת באפרייט געווארן
דאס איז אן ענטפער אויף די שאלה פון "יש עתיד". כ'ווייס נישט וואו זיין תגובה איז פארשווינדן געווארן.
ביטע. פאוסט עס נאכאמל בטובך הגדול. ייש"כ.

יש עתיד » מאנטאג יוני 10, 2024 4:22 am

· #564709
Re: פיהר משכונות זענען בחסדי השי"ת באפרייט געווארן
אנטשולדיגט, אנטשולדיגט, כ'האב עס בטעות אויסגעמעקט.
דאס איז וואס כ'האב געהאט געשריבן:
berlbalaguleh #
די געוויינליכע שונאי ישראל וועלכע מוזן דאך מקיים זיין וואס רש"י הק' זאגט אין פ' יתרו
פרשת יתרו האט דאך גאנץ אסאך רש"י'ס. ווי פונקטליך רעדט מען דארט פון שונאי ישראלים?

פינקע בלומען » פרייטאג יוני 14, 2024 1:32 am

· #564881
Re: פיהר משכונות זענען בחסדי השי"ת באפרייט געווארן
די ווידעא ווי נועה ארגמני טרעפט איר קראנקע מאמע האט מיך געקאסט אפאר טרערען😭
השם זאל שוין העלפן אלע hostages

פרוכט זאפט » פרייטאג יוני 14, 2024 8:40 am

· #564894
Re: פיהר משכונות זענען בחסדי השי"ת באפרייט געווארן
פינקע בלומען #
די ווידעא ווי נועה ארגמני טרעפט איר קראנקע מאמע האט מיך געקאסט אפאר טרערען😭
השם זאל שוין העלפן אלע hostages
ווי קען מען עס זען?