☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אשכול אן א טיטל #17089

אשכול אן א טיטל #17089

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17089

— » פרייטאג יוני 7, 2024 1:06 pm

· #564595

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

דערהויבענע איד » פרייטאג יוני 7, 2024 1:13 pm

· #564598
קאפל וואלט איך געזאגט איז הופמאן'ס פון אר''י די קלאסישסטע.

enod האט א געשמאקע חסידי'ש געשטימטע הויזן.


אונטערהויזענעס ווייסעכניש פון א באקוועמע נארמאלע זאך, ס'זעט אויס געמאכט געווארן זיך צו פייניגן, ווער רעדט נאך פון די פרייז.

טענקיוהאשעם אז אונטער העמעדער מעג מען גיין מיט העינס, און ס'מאכט נישט קיינעם קיין הרהורים.

סקעפטיקער » פרייטאג יוני 7, 2024 1:17 pm

· #564599
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע דו רעדסט, אבער זוך
men white woven boxers

חֶנְוָנִי » מאנטאג יוני 10, 2024 11:02 pm

· #564808
דערהויבענע איד #
אונטערהויזענעס ווייסעכניש פון א באקוועמע נארמאלע זאך, ס'זעט אויס געמאכט געווארן זיך צו פייניגן, ווער רעדט נאך פון די פרייז.

טענקיוהאשעם אז אונטער העמעדער מעג מען גיין מיט העינס, און ס'מאכט נישט קיינעם קיין הרהורים.

ס'איז דא צו באקומען אין די היימישע דריי-גוד געשעפטן א באקוועמערע סארט Knit אונטערהויזן, סיי א לענגערע (יוצא צו זיין אלע שיטות, חוץ אויב ס'דא א שיטה אז ס'טאר טאקע אינגאנצן נישט זיין באקוועם) און סיי א רעלאטיוו קורצע. שטארק רעקאמענדירט.

yesiknow » מאנטאג יוני 10, 2024 11:32 pm

· #564810
די לעצטע פאר יאר וואס שוין אלץ געשריבען געווארען באריכות נפלא אויף מכנסים הן באיש וכו'כאילו מרעדט דא פון עפעס ווייסעך וואס אזוי געשניטען אזוי געבויגען אין נאך אזוילכע הוילע שטותים כאילו מרעדט פון דברים(שהצניעות יפה להם) שעומדים ברומו של עולם א גאנצע ריזיגע אינדאסטרי מיט אינפלאנסער איך ווייס נישט צו לאכען אדער וויינען .
בדוו ווען איך פאל אריין אמאל אין א קליינע שול מקווה ווער איך אנגעקוקט מיט בייזע אויגען פון קהל הקודש פאר נישט מקיים זיין שיטת ר"ת גרויסע בושות

א נייגעריגע קאטשקע » דינסטאג יוני 11, 2024 1:34 am

· #564819
search on Amazon for bamboo wooven boxers

האי פרושא » דינסטאג יוני 11, 2024 8:06 am

· #564828
דאס איז לכאורה די באקוועמסטע עפארדעבעל הויזן, עס קוקט אויס חסידיש אין עס האלט זיך לענגער ווי די דריי וואכן לייפטיים פון די 200 דאלערדיגע דשי ענד דשי שמאטעס...

https://amzn.to/3Vm4yCE

אייגענע עקספיריענס

סקעפטיקער » דינסטאג יוני 11, 2024 11:14 am

· #564833
ווען מ'האט אן א רעקל זעהט מען נישט אז די הויזן איז אן אנדערע דיזיין?

Nanach » דינסטאג יוני 11, 2024 11:24 am

· #564835
ביי די וועי. וואס איז פשט פון די נאמען ר״ת גאטשעס?

יין שרף » דינסטאג יוני 11, 2024 12:16 pm

· #564837
Nanach #
ביי די וועי. וואס איז פשט פון די נאמען ר״ת גאטשעס?
ווייל עס איז 72 אינטשעס לאנג

מנחם מנדל » דינסטאג יוני 11, 2024 12:30 pm

· #564838
סקעפטיקער #
ווען מ'האט אן א רעקל זעהט מען נישט אז די הויזן איז אן אנדערע דיזיין?
אין אז מ'זעהט? די זאקן ברויך אויכעט זיין די זעלבע דעזיין?

חֶנְוָנִי » פרייטאג יוני 14, 2024 11:44 am

· #564908
[ציטאט אראפגענומען]
לדוגמא דאס
https://drivegoods.com/products/mens-jack-jill-knit-boxers-shorts

מיינס איז מיין איך אן אנדערע פירמע מילא בין איך נישט זיכער איבער דיזע

כפתור » פרייטאג יוני 14, 2024 6:15 pm

· #564936
וועמען איז ביי געפאלן די קאליר ווייס פאר אן אונטערהויזן?

בד"וו, וואס האט מען געטראגן און דערהיים?

מרדכי מרדכי » פרייטאג יוני 14, 2024 6:24 pm

· #564939
כפתור #
וועמען איז ביי געפאלן די קאליר ווייס פאר אן אונטערהויזן?

בד"וו, וואס האט מען געטראגן און דערהיים?
עס איז באקאנט אונזער מסורה פון נאר גיין מיט ווייס אדער שווארץ קאלירטע בגדים נישט קיין חילוק אויבער אדער אונטער.

יין שרף » מוצ"ש יוני 15, 2024 10:05 pm

· #564953
כפתור #
וועמען איז ביי געפאלן די קאליר ווייס פאר אן אונטערהויזן?

בד"וו, וואס האט מען געטראגן און דערהיים?
בכל עת יהיו בגדיך לבנים

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג יוני 18, 2024 3:57 am

· #565297
כפתור #
וועמען איז ביי געפאלן די קאליר ווייס פאר אן אונטערהויזן?

דאס קומט פון די גלויביגע סעקטע וואס רופט זיך Mormons
https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&opi=89978449&url=https://en.wikipedia.org/wiki/Temple_garment&ved=2ahUKEwjR34XX1uSGAxUmMVkFHa0hADIQFnoECBwQAQ&usg=AOvVaw1LkkO_tP0uMz2R6mNxe2Vn

yesiknow » דינסטאג יוני 18, 2024 9:46 am

· #565308
ארגינעל קומט עס , וועגען אנדערע זשענדערס אין אנדערע רעליגיעס אין אנדערע אומשטענדען דארפען אזוי גיין איז עס שוין געווארען א דרך כבושה לכל כך נראה לי בדוחק..

א גוט יאר » דינסטאג יוני 18, 2024 9:58 am

· #565315
yesiknow #
ארגינעל קומט עס , וועגען אנדערע זשענדערס אין אנדערע רעליגיעס אין אנדערע אומשטענדען דארפען אזוי גיין איז עס שוין געווארען א דרך כבושה לכל כך נראה לי בדוחק..
האלסט ס'האט מיט דעם?

yesiknow » דינסטאג יוני 18, 2024 10:04 am

· #565317
פארדעם האב איך צו גענדיקט אז סאיז יכול להיות טעם הדבר סאיז נישט ממש ברור אז דאס איז עס.