☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אוי אוי אוי אוי אוי

אוי אוי אוי אוי אוי

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17083

חכמת שלמה » דינסטאג יוני 4, 2024 10:47 am

· #564252
אוי אוי אוי אוי אוי
מיט גרויס צער און ווייטאג טוה איך דא מיטטיילן שווערע נייעס וואס עס שפילט זיך אפ בתוככי מחנינו לב-טהור חשק שלמה הוצל דבנימין גוטאמאלה ת"ו.

א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן אין דרוקעריי, וואו מיר וואוינען אצינד. די גאנצע אלטע חלק פון די דרוקעריי איז אראפגעגאנגען מיטן פייער און צענדליגע משפחות זענען פארבליבן אן א דאך איבערן קאפ. אצינד דרייט מען זיך ארום אובד עצות, מענטשן האבן פשוט נישט וואו צו וואוינען און וואו אראפצולייגן א קאפ.

די שמועסן דא זענען, אז דאס איז א שאדן פון ארום 500,000 דאלער. דאס איז אן ערנסטער שאדן, וויבאלד מען דארף דרונגענד האבן וואו די מענטשן זאלן זיך פריש קענען איינקוואטירן מיט זייערע משפחות.

בדרך-אגב, קאווע שטיבל איז די ערשטע פלאץ אין די וועלט, וואו די נייעס ווערט געבראכן. אזוי אז מיר פארמאגן היינט זכות קדימה איבער אלע אנדערע פלעצער. מיר זענען די ערשטע צו ברעכן און צו מעלדן די נייעס.

פרייוויליג » דינסטאג יוני 4, 2024 11:08 am

· #564255
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
השי"ת זאל אויפרעכטן די אלע אידן דארט, ויצלם מאפילה לאורה. זיי זאלן שוין האבן אפגעענדיגט זייערע תיקונים פון מלקט זיין די ניצוצות אין גוטאמאלה, און זיי זאלן זיך קענען צוריק קערן און וואוינען צווישן בני ישראל.

היימלינד » דינסטאג יוני 4, 2024 11:43 am

· #564258
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
שיק א משפחה [אבער א גאנצע] צו מיר, עס איז דא גענוג פלאץ אין גלילות ניו יורק ווי צו זיך איינגלידערן

בן ישי » דינסטאג יוני 4, 2024 12:11 pm

· #564264
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
א נייע טענט מיט ווענט קאסט 500,000?

kolal1 » דינסטאג יוני 4, 2024 1:23 pm

· #564273
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
איז דא אינשורענס אויף דעם?

ודברת בם » דינסטאג יוני 4, 2024 1:31 pm

· #564274
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
אין בן דוד בא יד שתכלה פרוטה מן השוק. יעצט קענט איר אנטלויפן פון דארט אין די שכן וועט נישט זאגן איר זענט אפגעפארן..

א גוט יאר » דינסטאג יוני 4, 2024 1:44 pm

· #564279
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
מ'דארף געלט פאר א נייע משוגעים הויז...?

kolal1 » דינסטאג יוני 4, 2024 1:51 pm

· #564280
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
ווי זענען די פיקטשערס פון די פייער

לאכעדיג » דינסטאג יוני 4, 2024 2:54 pm

· #564285
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
זיי קענען מאכן א טשערעדי קאמפיין... און ווי אויך קענען זיי שרייבן דריי טעג פאר די קאמפיין הייבט זיך אן אז זיי האבן שוין גערעיזט 2.1 מיליאן דאללער...

נ.ב. על הצד אז די מעשה איז אמת...

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג יוני 4, 2024 4:58 pm

· #564295
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
ביטע מאך א טשערידי קאמפיין און שיק א לינק!

האניג » דינסטאג יוני 4, 2024 6:17 pm

· #564303
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
חכמת,
סארא קעפל דאס...

kolal1 » דינסטאג יוני 4, 2024 9:36 pm

· #564314
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
ווערט נישט באריכטעט און ערגעץ סאמטינג פישי

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 4, 2024 10:24 pm

· #564325
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
פרייוויליג #
השי"ת זאל אויפרעכטן די אלע אידן דארט, ויצלם מאפילה לאורה. זיי זאלן שוין האבן אפגעענדיגט זייערע תיקונים פון מלקט זיין די ניצוצות אין גוטאמאלה, און זיי זאלן זיך קענען צוריק קערן און וואוינען צווישן בני ישראל.
והשי"ת ישלח להם רפואה שלימה, רפואת הגוף ורפואת הנפש. במהרה בימנו, אמן.

אויך: מ'דארף נעמען א פאסיק און איבערלייגן זייערע פיהרערס. און גוט אריינשמייסן. אזוי ווי מיין רבי אין חדר האט געזאגט...ביז ס'וועט שפריצן בלוט. (ח"ו). נאר אזוי אויך ווי מיין רבי אין חיידער פלעגט צו זאגן..אז דו וועסט נישט קענען זיצן פאר 2 וואכן...!

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 4, 2024 10:25 pm

· #564327
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
סוף טוב הכל טוב #
ביטע מאך א טשערידי קאמפיין און שיק א לינק!
לאל... 😃

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 4, 2024 10:27 pm

· #564328
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
kolal1 #
ווי זענען די פיקטשערס פון די פייער
אין לב טהור (טמא) האט מען נישט קיין קעמערעס.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 4, 2024 10:29 pm

· #564329
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
kolal1 #
איז דא אינשורענס אויף דעם?
יא: ביים הויפט (גנב) פון לב טהור...וויזוי הייסט ער נאר?

חיי עולם » מיטוואך יוני 5, 2024 12:21 am

· #564343
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
באלד גייט ער נאך לייגן בילדער פון א מופת ווי נאר דער בילד פונעם שמייליגען איז אפגעשוינט געווארן...

וואס זאגסטו » מיטוואך יוני 5, 2024 4:00 am

· #564356
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
כ'האף אז די אינשורענס וועט נישט כאפן נאר באצאלן ווי טאטעלעך...

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 8:33 am

· #564371
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
berlbalaguleh #
אויך: מ'דארף נעמען א פאסיק און איבערלייגן זייערע פיהרערס. און גוט אריינשמייסן. אזוי ווי מיין רבי אין חדר האט געזאגט...ביז ס'וועט שפריצן בלוט. (ח"ו). נאר אזוי אויך ווי מיין רבי אין חיידער פלעגט צו זאגן..אז דו וועסט נישט קענען זיצן פאר 2 וואכן...!

אייער רבי אין חדר האט נאר געזאגט אדער געטוהן אויך ?
בד"וו אין וועלעכע חדר האט איר געלערנט ?

א גוט יאר » מיטוואך יוני 5, 2024 10:03 am

· #564377
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
איר ווילט גיין אויף זיינע שפורן...?

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 10:52 am

· #564384
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
אויב ער איז מסכים פארוואס נישט ?

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 10:53 am

· #564385
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
איך בין נאך א גאסט אין שטיבל במילא קען איך זיך נאך נישט פארבינדן אין אישי

א גוט יאר » מיטוואך יוני 5, 2024 1:37 pm

· #564416
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
[ציטאט אראפגענומען]
ער איז נאך פריש דא, פארוואס זאל אים איינפאלן אז נישט...?

האלטער » מיטוואך יוני 5, 2024 2:46 pm

· #564429
Re: אוי אוי אוי אוי אוי
אין אישי איז מסתמא יעדער איינער אנדערשט