☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קשר נפשי קענסעלט רעדנער

קשר נפשי קענסעלט רעדנער

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17082
בלאט: 1 2

היכי דמי » מאנטאג יוני 3, 2024 6:19 pm

· #564189
קשר נפשי קענסעלט רעדנער
די "קשר נפשי" ארגאניזאציע וואס איז באקאנט מיט זייער געוואלדיגע אויפטוהנגען פאר עלטערן וואס האבן קינדער וואס האבן זיך געקלויבט אן אנדערע דרך האבן געמוזט קענסעלען א רעדנער וואס האט געזאלט דערציילן זיין פערזענליכע געשיכטע ביי זייער קומענדיגע שבת.


די זינגער און ארטיסט חילי וואגאשל איז געווען אדווערטייזט אז ער גייט אראפלייגן זיין פערזענליכע געשיכטע,
חילי איז אן אייגענארטיגע טאלאנט, זינגט מיט א ריינע הארץ און נשמה, אזש דיין הארץ קען צוגיין ווען דו הערסט אים זינגען. הער נאר די קליפ, אזא טיפקייט. https://www.instagram.com/reel/C4g3KyALKEQ/?utm_source=ig_web_copy_link&igsh=MzRlODBiNWFlZA==


פאריגע וואך האט ליפא שמעלצער חתונה געמאכט און האט מכבד געווען חילי צו זינגען בשעת זיין דערהויבענע מצוה טאנץ ווי ליפא האט געטאנצן אויף "עלינו לשבח" פארפאסט דורך רבי יצחק פוקס.
https://www.instagram.com/p/C7uW0OxPxlO/

זעהט אויס אז די עד האט געצויגן די אויגן פון געוויסע און געברענגט קריטיק. 📎 WhatsApp Image 2024-06-03 at 18.14.31_6ecfd0d7.jpg און היינט האט ער געפואסט אויף אינסטעגרעם אז מען האט אים געקענסעלט.
📎 WhatsApp Image 2024-06-03 at 18.15.03_6e8938cf.jpg 📎 WhatsApp Image 2024-06-03 at 18.15.21_658f479b.jpg אינטערסאנט אז אן ארגאניזציע וואס איז אפיציעל פאר מענטשן וואס זענען דערווייטערט פון אונזער סיסטעם זאל האבן א פראבלען מיט איינעם.

בן ישי » מאנטאג יוני 3, 2024 6:30 pm

· #564191
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
אינטערסאנט צו וויסן פארוואס זיי האבן עם געקענסעלט.

ווי איך פארשטיי האבן זיי שוין געהאט אנדערע אזווי זיין מצב וואס האבן אויפגעטרויטן.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 3, 2024 6:43 pm

· #564192
דער איז פיינע נייעס... ער זינגט מיט פיל הארץ און נשמה ווי נאר א געטרינקענער קען.. 😉 😛
צו אָן דעם פראמאשען אויפן העמדל וואלטיך אויך געוואוסט? גוטע שאלה...

אגב; איז דא א פרישע אור/בעל דרשן וואס וועט מעגליך דארט אויפטרעטן; ער פלאנט אויסצוטאן די זיידענע הענטשקע און אראפ-פליקן דעם סיסטעם מיט באק-ציינער...!

הכנה דרבה » מאנטאג יוני 3, 2024 6:52 pm

· #564193
וואס איז די אישו מיט איהם? דער גייט דאך מיט די פולע לבוש מיט אפילו לענגערע פאות ווי מיין טאטע, וואס נאך דארף מען טוהן צו זיין "אין די ליין"? עפעס שטימט נישט דא.

מר. קלונימוס » מאנטאג יוני 3, 2024 7:22 pm

· #564194
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
לאנגע פיאות מיינט שוין גארנישט היינט. אסאך פעלער פארקערט גאר

יין שרף » מאנטאג יוני 3, 2024 7:28 pm

· #564195
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
מן הסתם האט ער געדארפט רעדן פון זיין סעודת המשתה פון די שפרענג וואסער וואס האט משפיע געווען אויף אים א אור רוחני

יקנהז » מאנטאג יוני 3, 2024 7:30 pm

· #564196
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
לאנגע פאות גייט דער בענעדיקט פון קאנאדע אויך...
צו ער גייט מיט א קאפל קען איך נישט כאפן.

yesiknow » מאנטאג יוני 3, 2024 7:39 pm

· #564197
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
מר. קלונימוס #
לאנגע פיאות מיינט שוין גארנישט היינט. אסאך פעלער פארקערט גאר
ווען האט עס אויפגעהערט צו מיינען ?
א גוי גייט מיט פייעס? א פרייע יוד גייט מיט פייעס ?
איינער וואס גייט מיט פייעס לאנגע אדער קורצע איז פראיד מיט זיין יודישקייט אין עס מיינט אסאך עטליסט פאר מיר מיינט עס .

זעט אויס את ספאנסאר האט נישט ליב זיין סטייל האט ער געלייגט דריק אין שוין . ער שרייבט א קליגע ריספאנד כל הכבוד

מר. קלונימוס » מאנטאג יוני 3, 2024 7:48 pm

· #564198
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
ווער ספארשטייט פארשטייט זאגט מען אין אזא פאל..

רב חאצאצאק הקטן » מאנטאג יוני 3, 2024 8:16 pm

· #564202
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
עמיצער ווייסט די אמתע סיבה??

צוקוועטשטע איילבירטן » מאנטאג יוני 3, 2024 9:17 pm

· #564217
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
דער איז פיינע נייעס... ער זינגט מיט פיל הארץ און נשמה ווי נאר א געטרינקענער קען.. 😉 😛
צו אָן דעם פראמאשען אויפן העמדל וואלטיך אויך געוואוסט? גוטע שאלה...

אגב; איז דא א פרישע אור/בעל דרשן וואס וועט מעגליך דארט אויפטרעטן; ער פלאנט אויסצוטאן די זיידענע הענטשקע און אראפ-פליקן דעם סיסטעם מיט באק-ציינער...!
ווער איז דער פרישער בעל דרשן?

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 3, 2024 9:22 pm

· #564218
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
רב חאצאצאק הקטן #
עמיצער ווייסט די אמתע סיבה??
לפי האמת: וואלט אזא ארגאניזאציע ערשט געדארפט צו זיין שטאנדהאפטיג און זיך נישט בייגן פאר אגענדאס, פרעשור און נארישקייטן. נאר ס'זעהט אויס אז דא איז געווען א בעל השפעה מיט אן אגענדא. אדער פון "עסקנים". אדער פון די משפחה וועלכע האבן געהאט אייגענע שמאלע אינטערעסן אז ער זאלל נישט רעדן.

היכי דמי » מאנטאג יוני 3, 2024 9:25 pm

· #564219
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
באמערק איך איצט אויף די קליפ אז ער טראגט א א רינג אויף זיין פינגער. אן אינטערסאנטע קאראקטער

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 3, 2024 9:33 pm

· #564221
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
דאס קען זיין א"סגולה". דער בארימטער זינגער אין ארץ ישראל שולי ראנד וואס איז א ברסלאווער חסיד און ער האט א לאנגע בארד גייט אויך א רינגל ופון ווען ער האט חתונה געהאט מיט זיין זיווג שני.

דאס איז אלס אן אויסדרוק פון אהבה ואחוה שלום וריעות צו זיין ווייב. א זאך וואס ער האט (ליידער) נישט געהאט מיט די פרוי וואס ער האט צוערשט חתונה געהאט.

זי קומט פאר ווי א ביסל א צוטומלטע פרוי ל"ע.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 3, 2024 10:31 pm

· #564224
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
yesiknow #
מר. קלונימוס #
לאנגע פיאות מיינט שוין גארנישט היינט. אסאך פעלער פארקערט גאר

ווען האט עס אויפגעהערט צו מיינען ?
א גוי גייט מיט פייעס? א פרייע יוד גייט מיט פייעס ?
איינער וואס גייט מיט פייעס לאנגע אדער קורצע איז פראיד מיט זיין יודישקייט אין עס מיינט אסאך עטליסט פאר מיר מיינט עס .

זעט אויס א ספאנסאר האט נישט ליב זיין סטייל האט ער געלייגט דריק און שוין.
ער שרייבט א קלוגע ריספאנד, כל הכבוד

לאל זעהט אויס מען האט מער געפאוקעסט אויף זיין טשופיקע אויפן קאפ און די געשניטענע בארד ווי איידער אויף די לאנגע פיאות...

מנחם מנדל » מאנטאג יוני 3, 2024 10:53 pm

· #564226
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
עס איז מיר נישט קיין חידוש אז מען האט אים געקענסעלט עס איז מיר א חידוש אז קשר נפשי האט אים מעיקרא גענומען...
זיי קעיטערן דאך די קרבתנו סטיל עולם.

קען זיין אז זיי האבן נאר נאכן אים באשטעלן באזוכט זיין אינסטעגראם בלעטל..

ווי איך פארשטיי טוט ער אסאך אין היעלינג ער פירט אן קלאסן ווי מען היילט זיך צוזאמען אנשים נשים וטף, אין פין דארט קומט זיין קאנעקשאן מיט ליפא, ער שיינט צו זיין א אור זאל ער טאקע ווייטער אויפטוען פאר די וואס זיכן ליכטיקייט זאל באשיינען זייער חושך נישט טונקעלקייט זייער טונקעלקייט..

הכנה דרבה » מאנטאג יוני 3, 2024 11:41 pm

· #564231
און וואס איז די קרבתנו סטייל עולם? איז די קרבתנו/נפשי אן ענין פון זיך בעסער פארשטיין און זיך אויסקומען מיט די קינדער, אדער איז עס מער אן ענין פון עס אנקוקן ווי אן עונש/נסיון און זיך מחזק זיין צווישן זיך?

yatzmachp » דינסטאג יוני 4, 2024 12:32 am

· #564235
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
היכי דמי #
די "קשר נפשי" ארגאניזאציע וואס איז באקאנט מיט זייער געוואלדיגע אויפטוהנגען פאר עלטערן וואס האבן קינדער וואס האבן זיך געקלויבט אן אנדערע דרך האבן געמוזט קענסעלען א רעדנער וואס האט געזאלט דערציילן זיין פערזענליכע געשיכטע ביי זייער קומענדיגע שבת.


די זינגער און ארטיסט חילי וואגאשל איז געווען אדווערטייזט אז ער גייט אראפלייגן זיין פערזענליכע געשיכטע,
חילי איז אן אייגענארטיגע טאלאנט, זינגט מיט א ריינע הארץ און נשמה, אזש דיין הארץ קען צוגיין ווען דו הערסט אים זינגען. הער נאר די קליפ, אזא טיפקייט.
אינטערסאנט אז אן ארגאניזציע וואס איז אפיציעל פאר מענטשן וואס זענען דערווייטערט פון אונזער סיסטעם זאל האבן א פראבלען מיט איינעם.
וואס זאל איך טוהן אז איך פארשטיי נישט צו זיין ארטיסטרי? איך זעה א צובראכענע נשמה זינגען. א נשמה אין עולם התוהו. דעיס איז מיין אימפרעשן. דו מעגסט האבן אן אנדערע אימפרעשן.

אז מען רעדט שוין יא, עס קוקט אויס אז ער וויל מען זאל וויסן זיין היסטאריע. ווער איז ער? פון וואו שטאמט ער? ביי וועם איז ער/געווען אן איידעם? מה טובו בעולם?

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 4, 2024 2:39 am

· #564240
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
מעגליך אז זיי האבן אויסגעפונען אז ער איז אקטיוו מיט אזעלכע פעולות וואס זענען אין קאנטראסט צו זייער מעסעדזש.

דער מעסעדזש פון קשר נפשי איז טאלעראנץ און פארשטענדעניש צווישן עלטערן און קינדער וועלכע זענען אין יעצטיגן מאמענט אין אן אנדער פלאץ בגשמיות און ברוחניות ווי די עלטערן האבן געוואלט.

נאר אויב א מענטש איז פארמישט אין אקטיוויטעטן וועלכע זענען אין קאנטראסט צו דעם מעסעדזש פון די ארגאניזאציע, איז פארשטענדליך אז זיי קענען איהם נישט ארויפלייגן אויפ'ן פאבליק פארום.

איך האב נישט קיין ערשטהאנטיגע אינפארמאציע. דאס איז נאר ספעקולאציע.

בעל דרשן » דינסטאג יוני 4, 2024 5:11 am

· #564243
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
איך טראכט אז עס איז משפחה אריינגעמישט אזוי צו אזוי ווער איך משוגע פאר זיין זינגען ער זינגט מיט הארץ און נשמה

שרייבען » דינסטאג יוני 4, 2024 3:29 pm

· #564288
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
As far as i know him i know that his father is supporting him

כשלעצמי » פרייטאג יוני 7, 2024 8:29 am

· #564551
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
דער איז פיינע נייעס... ער זינגט מיט פיל הארץ און נשמה ווי נאר א געטרינקענער קען.. 😉 😛
צו אָן דעם פראמאשען אויפן העמדל וואלטיך אויך געוואוסט? גוטע שאלה...

אגב; איז דא א פרישע אור/בעל דרשן וואס וועט מעגליך דארט אויפטרעטן; ער פלאנט אויסצוטאן די זיידענע הענטשקע און אראפ-פליקן דעם סיסטעם מיט באק-ציינער...!
ווער 🤔 איז דעי בעל דרשן? איז ער גרייט זיך צי צוגרינד לייגען? גייט עס העלפן?
אראפ רייסן די סיסטעם איז זייער גרינג און קען זיין אמת אויכעט, אבער גרויסע תוצאת איז נישט עכט ארויס פין דעם. To my understanding

בת קול » פרייטאג יוני 7, 2024 8:55 am

· #564556
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
די גאנצע קשר נפשי איז א sham.
זיי זענען נישט דא צו פארמערן שלום און עקסעפטנס.
די גאנצע זאך איז דא אז די עולם זאל זיך קענען וויקטימייזן און קלאפן אין פלייצע.

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג יוני 7, 2024 9:10 am

· #564558
Re: Re:
כשלעצמי #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
דער איז פיינע נייעס... ער זינגט מיט פיל הארץ און נשמה ווי נאר א געטרינקענער קען.. 😉 😛
צו אָן דעם פראמאשען אויפן העמדל וואלטיך אויך געוואוסט? גוטע שאלה...

אגב; איז דא א פרישע אור/בעל דרשן וואס וועט מעגליך דארט אויפטרעטן; ער פלאנט אויסצוטאן די זיידענע הענטשקע און אראפ-פליקן דעם סיסטעם מיט באק-ציינער...!
ווער 🤔 איז דעי בעל דרשן? איז ער גרייט זיך צי צוגרינד לייגען? גייט עס העלפן?
אראפ רייסן די סיסטעם איז זייער גרינג און קען זיין אמת אויכעט, אבער גרויסע תוצאת איז נישט עכט ארויס פין דעם. To my understanding

איך האלט אויך אזוי.
_ _

ס׳איז א איד וואס די נושא ברענט אים און זאגט מיר אז ער איז גרייט פאר מסירות נפש... למעשה, מיינעך אז ער גייט נישט רעדן דארט.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 7, 2024 10:09 am

· #564565
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
בת קול #
די גאנצע קשר נפשי איז א sham.
זיי זענען נישט דא צו פארמערן שלום און עקסעפטנס.
די גאנצע זאך איז דא אז די עולם זאל זיך קענען וויקטימייזן און קלאפן אין פלייצע.

שטימט פערקפעקטלי מיט דיין חתימה

די קעפעלע » פרייטאג יוני 7, 2024 10:36 am

· #564566
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
בת קול #
די גאנצע קשר נפשי איז א sham.
זיי זענען נישט דא צו פארמערן שלום און עקסעפטנס.
די גאנצע זאך איז דא אז די עולם זאל זיך קענען וויקטימייזן און קלאפן אין פלייצע.
😲


די ווייזט וואס קשר נפשי איז און טוהט?

האסט אמאל אויסגעהערט Rabbi Shimon Russell?

די האסט עפעס א שטארקע באקאנטשאפט אדער עקפיריענס אין עביוס, עדיקשון מיט OTD?

שעפעלע, איך ווייס נישט וויפיל יאר נאכן בר מצוה די האלסט שוין, אבער you have no clue what you're talking about

yatzmachp » פרייטאג יוני 7, 2024 4:09 pm

· #564614
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
בת קול #
די גאנצע קשר נפשי איז א sham.
זיי זענען נישט דא צו פארמערן שלום און עקסעפטנס.
די גאנצע זאך איז דא אז די עולם זאל זיך קענען וויקטימייזן און קלאפן אין פלייצע.
ווער עס גייט נישט צו קירבתנו קומט אן צו קשר נפשי.

אקטיווע שרייבער » פרייטאג יוני 7, 2024 4:31 pm

· #564617
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
בת קול #
די גאנצע קשר נפשי איז א sham.
זיי זענען נישט דא צו פארמערן שלום און עקסעפטנס.
די גאנצע זאך איז דא אז די עולם זאל זיך קענען וויקטימייזן און קלאפן אין פלייצע.
אי״ה ביי דיר אויף שמחות!


כ׳זעה אז ספעלן ענגליש קענסטו נאכנישט.. גייסט אהיים פאר ענגליש?

איך אויך » פרייטאג יוני 7, 2024 4:49 pm

· #564621
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
.

החוקר » פרייטאג יוני 7, 2024 5:43 pm

· #564623
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
אקטיווע שרייבער #
אי״ה ביי דיר אויף שמחות!
כ׳זעה אז ספעלן ענגליש קענסטו נאכנישט.. גייסט אהיים פאר ענגליש?
אההעם...

גראדע קען דער ניק יא ענגליש. באשיינפערליך, ווייסטו נישט וואס דאס ווארט מיינט.

אן אנדערס מאל, שפרינג נישט אזוי שנעל יענעם צו אוועקמאכן.

אז מען רעדט שוין, דאס רעדן פון יענעם'ס יארגאנג - לדוגמא, "גייסט אהיים פאר ענגליש" - דאס אליין איז קינדעריש.

חיים׳ל ברוקלינער » פרייטאג יוני 7, 2024 6:09 pm

· #564625
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
בת קול #
די גאנצע קשר נפשי איז א sham.
זיי זענען נישט דא צו פארמערן שלום און עקסעפטנס.
די גאנצע זאך איז דא אז די עולם זאל זיך קענען וויקטימייזן און קלאפן אין פלייצע.
סארא נעסטי און אינסענסעטיווע קאמענט!

Visionary » פרייטאג יוני 7, 2024 6:25 pm

· #564627
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
אקטיווע שרייבער #
בת קול #
די גאנצע קשר נפשי איז א sham.
זיי זענען נישט דא צו פארמערן שלום און עקסעפטנס.
די גאנצע זאך איז דא אז די עולם זאל זיך קענען וויקטימייזן און קלאפן אין פלייצע.
אי״ה ביי דיר אויף שמחות!


כ׳זעה אז ספעלן ענגליש קענסטו נאכנישט.. גייסט אהיים פאר ענגליש?
https://www.merriam-webster.com/dictionary/sham

אקטיווע שרייבער » פרייטאג יוני 7, 2024 6:59 pm

· #564630
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
החוקר #
אקטיווע שרייבער #
אי״ה ביי דיר אויף שמחות!
כ׳זעה אז ספעלן ענגליש קענסטו נאכנישט.. גייסט אהיים פאר ענגליש?
אההעם...

גראדע קען דער ניק יא ענגליש. באשיינפערליך, ווייסטו נישט וואס דאס ווארט מיינט.

אן אנדערס מאל, שפרינג נישט אזוי שנעל יענעם צו אוועקמאכן.

אז מען רעדט שוין, דאס רעדן פון יענעם'ס יארגאנג - לדוגמא, "גייסט אהיים פאר ענגליש" - דאס אליין איז קינדעריש.
כ׳האב נאר געענפערט לפי ערכו.

און בד״וו ער האט געוואלט שרייבן shame

יין שרף » פרייטאג יוני 7, 2024 7:16 pm

· #564633
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
*זי...

אקטיווע שרייבער » פרייטאג יוני 7, 2024 7:26 pm

· #564634
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
קארעקט

berlbalaguleh » זונטאג יוני 9, 2024 2:00 am

· #564643
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
החוקר #
אקטיווע שרייבער #
אי״ה ביי דיר אויף שמחות!
כ׳זעה אז ספעלן ענגליש קענסטו נאכנישט.. גייסט אהיים פאר ענגליש?
אההעם...

גראדע קען דער ניק יא ענגליש. באשיינפערליך, ווייסטו נישט וואס דאס ווארט מיינט.

אן אנדערס מאל, שפרינג נישט אזוי שנעל יענעם צו אוועקמאכן.

אז מען רעדט שוין, דאס רעדן פון יענעם'ס יארגאנג - לדוגמא, "גייסט אהיים פאר ענגליש" - דאס אליין איז קינדעריש.
דו ביסט נישט קיין גוטער חוקר: בת קול פרעטענדירט צו זיין א "זי". און ער וועט אייביג ארויסברענגן די פעמיניסטישע פוינט אוו וויו. און זיין א קאנטרעריען. דו ווייסט נישט וואס דאס ווארט מיינט...!

היימלינד » זונטאג יוני 9, 2024 1:35 pm

· #564663
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
בת קול #
די גאנצע קשר נפשי איז א sham.
זיי זענען נישט דא צו פארמערן שלום און עקסעפטנס.
די גאנצע זאך איז דא אז די עולם זאל זיך קענען וויקטימייזן און קלאפן אין פלייצע.
ענדליך רעדט איינער צום זאך בנושא זה
איך האב אויסגעהערט עטליכע דרשות פון א פריעדיגע שבתון זייערע, מיין אימפרעשיאן פון יענע דרשות זענען: א נייע מהלך פון סעלף בלעים, און אנשטאט unconditional love גיבט מען unconditional גערעכטיקייט.

איך דז'אדז'ש נישט איינער אין די מצב פארן זיך אזוי פאררעדן אבער מאכן פון דעם א שיטה/מהלך וכו' איז א געפערליכע עוולה, יא קינדער מעגן אמאל אויך נעמען אחריות אויף זייערע טעותים נישט אויף אלעס זענען די עלטערען/מחנכים/קאמיוניטי שולדיג.
אוודאי דארף מען זיי געבן פיהל ליבשאפט, עקסעפטענס און חיזוק, אבער מישן approval & acceptance איז א גרויסע טעות.

דאס וואס איך האב געשריבען מיינט נישט אז איך האלט נישט פון די קאנסעפט פון קשר נפשי, איז ברעגען ראביי ראססעל ועוד, נישט אין פלאץ ווייל איך בין נישט מחולק מיט זיי.

ביטע רעאגירען מיט שכל נישט רגש

טענקס

א קליגער זיידה » זונטאג יוני 9, 2024 3:42 pm

· #564671
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
היימלינד #
דאס וואס איך האב געשריבען מיינט נישט אז איך האלט נישט פון די קאנסעפט פון קשר נפשי, איז ברעגען ראביי ראססעל ועוד, נישט אין פלאץ ווייל איך בין נישט מחולק מיט זיי.

ביטע רעאגירען מיט שכל נישט רגש

טענקס

מיינסט מייזליש לכאורה

שמן למאור » זונטאג יוני 9, 2024 4:04 pm

· #564674
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
היימלינד #
ענדליך רעדט איינער צום זאך בנושא זה
איך האב אויסגעהערט עטליכע דרשות פון א פריעדיגע שבתון זייערע, מיין אימפרעשיאן פון יענע דרשות זענען: א נייע מהלך פון סעלף בלעים, און אנשטאט unconditional love גיבט מען unconditional גערעכטיקייט.

איך דז'אדז'ש נישט איינער אין די מצב פארן זיך אזוי פאררעדן אבער מאכן פון דעם א שיטה/מהלך וכו' איז א געפערליכע עוולה, יא קינדער מעגן אמאל אויך נעמען אחריות אויף זייערע טעותים נישט אויף אלעס זענען די עלטערען/מחנכים/קאמיוניטי שולדיג.
אוודאי דארף מען זיי געבן פיהל ליבשאפט, עקסעפטענס און חיזוק, אבער מישן approval & acceptance איז א גרויסע טעות.

דאס וואס איך האב געשריבן מיינט נישט אז איך האלט נישט פון די קאנסעפט פון קשר נפשי, איז ברעגען ראביי ראססעל ועוד, נישט אין פלאץ ווייל איך בין נישט מחולק מיט זיי.

איך כאפ נאכאלץ נישט וואס ענק זאגן. און כ'בין אויך נישט זיכער צו דו זאגסט די זעלבע זאך ווי בת קול.

אפשר ביסטו אביסל קלארער מסביר וואס דו זאגסט?
קשר נפשי באשולדיגט מענטשן?
זיי בארעכטיגן אפפארן פון אידישקייט?

יתרו » זונטאג יוני 9, 2024 4:09 pm

· #564676
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
היימלינד #
ענדליך רעדט איינער צום זאך בנושא זה
איך האב אויסגעהערט עטליכע דרשות פון א פריעדיגע שבתון זייערע, מיין אימפרעשיאן פון יענע דרשות זענען: א נייע מהלך פון סעלף בלעים, און אנשטאט unconditional love גיבט מען unconditional גערעכטיקייט.

איך דז'אדז'ש נישט איינער אין די מצב פארן זיך אזוי פאררעדן אבער מאכן פון דעם א שיטה/מהלך וכו' איז א געפערליכע עוולה, יא קינדער מעגן אמאל אויך נעמען אחריות אויף זייערע טעותים נישט אויף אלעס זענען די עלטערען/מחנכים/קאמיוניטי שולדיג.
אוודאי דארף מען זיי געבן פיהל ליבשאפט, עקסעפטענס און חיזוק, אבער מישן approval & acceptance איז א גרויסע טעות.

דאס וואס איך האב געשריבען מיינט נישט אז איך האלט נישט פון די קאנסעפט פון קשר נפשי, איז ברעגען ראביי ראססעל ועוד, נישט אין פלאץ ווייל איך בין נישט מחולק מיט זיי.

ביטע רעאגירען מיט שכל נישט רגש

טענקס

דו רעדסט צו אבסטרעקט, קום אריין קלארער, געב עקזעמפלעס, וואס וויל די ארגענעזאציע עררייכן? און וואס איז נישט גוט ? און ווי אזוי וואלט עס געדארפט צו זיין לדעתך העשירה.

היימלינד » זונטאג יוני 9, 2024 4:14 pm

· #564678
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
שמן למאור #
איך כאפ נאכאלץ נישט וואס ענק זאגן. און כ'בין אויך נישט זיכער צו דו זאגסט די זעלבע זאך ווי בת קול.

אפשר ביסטו אביסל קלארער מסביר וואס דו זאגסט?
קשר נפשי באשולדיגט מענטשן?
זיי בארעכטיגן אפפארן פון אידישקייט?

גערעדט גאנץ קלאר
נישט ממש די זעלבע ווי בת קול ער/זי האט געשריבן בכלליות און איך האב ארויסגעברענג בפרטיות א געוויסע פראבלעם און אויך בפרטיות אויף א געוויסע שבתון נישט דווקא אויף די ארגעניזאציע

א גוט יאר » מאנטאג יוני 10, 2024 12:14 pm

· #564754
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
סתם פאר אינטערסאנטקייט, ער קוקט נישט אויס ענלעך צו מיילעך ברוינשטיין?

נחום הסופר » פרייטאג יוני 14, 2024 6:23 am

· #564890
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
שמן למאור #
היימלינד #
ענדליך רעדט איינער צום זאך בנושא זה
איך האב אויסגעהערט עטליכע דרשות פון א פריעדיגע שבתון זייערע, מיין אימפרעשיאן פון יענע דרשות זענען: א נייע מהלך פון סעלף בלעים, און אנשטאט unconditional love גיבט מען unconditional גערעכטיקייט.

איך דז'אדז'ש נישט איינער אין די מצב פארן זיך אזוי פאררעדן אבער מאכן פון דעם א שיטה/מהלך וכו' איז א געפערליכע עוולה, יא קינדער מעגן אמאל אויך נעמען אחריות אויף זייערע טעותים נישט אויף אלעס זענען די עלטערען/מחנכים/קאמיוניטי שולדיג.
אוודאי דארף מען זיי געבן פיהל ליבשאפט, עקסעפטענס און חיזוק, אבער מישן approval & acceptance איז א גרויסע טעות.

דאס וואס איך האב געשריבן מיינט נישט אז איך האלט נישט פון די קאנסעפט פון קשר נפשי, איז ברעגען ראביי ראססעל ועוד, נישט אין פלאץ ווייל איך בין נישט מחולק מיט זיי.

איך כאפ נאכאלץ נישט וואס ענק זאגן. און כ'בין אויך נישט זיכער צו דו זאגסט די זעלבע זאך ווי בת קול.

אפשר ביסטו אביסל קלארער מסביר וואס דו זאגסט?
קשר נפשי באשולדיגט מענטשן?
זיי בארעכטיגן אפפארן פון אידישקייט?
איינע פון די טענות אויף זיי איז, עכ"פ לפעמים איז עס א פועל יוצא פון זייערע אקטיוויטעטן (כאטש וואס כ'ווייס נישט צי מ'קען זיי דירעקט באשולדיגן, היות כ'האב כמעט נישט אויסגעהערט קשר נפשי דרשות), אז דער אפגעפארענער קינד ווערט די הויפט טעמע ביי די עלטערן, מ'קען מפקיר זיין די גאנצע שטוב, אלע אנדערע קינדער ווערן צווייטע קלאס, דער עיקר אז מ'דארף ארויסווייזן מורא'דיגע unconditional love פאר'ן אפגעפארענעם קינד

שמן למאור » פרייטאג יוני 14, 2024 8:48 am

· #564896
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
אודאי אזוי.
ענליך צו דעם האט מען אנגעפרעגט הגראי"ל שטיינמאן זצ"ל, אויב איז דא א שוואכע בחור וואס מאכט קאליע אנדערע בחורים, ווען דארף מען אים ארויסווארפן פון ישיבה? האט דער גאון געענטפערט, אזא בחור טאר מען קיינמאל נישט ארויסווארפן! אזא בחור וועט ליידער אינגאנצן צוגרינד גיין אויף די גאס. איי ער מאכט קאליע אנדערע בחורים? זאל מען 'זיי' אלע ארויסווארפן פון ישיבה.

חיי עולם » פרייטאג יוני 14, 2024 11:54 am

· #564909
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
עס איז א גוטע מעשה צו דערציילען ביום היארצייט, אבער ברענגט נישט קיין שטעלונג צו מאכן דעם ריזיקאלישן באשלוס פאר א טאטע וואס האט א OTD אינדערהיים אינדערצייט וואס ער האלט נאך אינמיטן אויפציען קליינע קינדער אינדערהיים שלא באו לכלל דעת, און זיי קענען נאך ווערן דעם קינד וואס מען טאר נישט ארויסווארפן למפרע...

מפקיר זיין א שטוב וועגן איין קינד האט שוין זכרי’ געשריגן אז עס איז קעגן שכל אנושי, אוודאי געבן unconditional לאוו פונדערווייטענס פי כמה, אדער כאטש אפגעזינדערט פון די אנדערע קינדער.

שמעתי אז קשר נפשי האט שוין געטוישט סטראטעגיע, זיי גייען שוין נישט מיט אבי פישאפף.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 14, 2024 12:27 pm

· #564913
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
מ'דארף געבן "אנ-קאנדישיאנעל לאוו". ספעציעל פאר א קינד וואס וואקלט זיך. נאר אין די זעלבע צייט טאר עס נישט זיין אויפ'ן חשבון פון די אנדערע קינדער אין שטוב.

לגבי די "סעלף בלעים" סטראטעגיע פון קשר נפשי. דאס דארף טאקע נישט זיין די עיקר סטראטעגיע. נאר אמאל דארף מען זיך מאכן א חשבון הנפש אויב די עלטערן אדער א מגיד שיעור/משגיח האט אויך געהאט א חלק אינ'ם מצב פון קינד.

א גוט יאר » פרייטאג יוני 14, 2024 12:56 pm

· #564914
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
berlbalaguleh #
מ'דארף געבן "אנ-קאנדישיאנעל לאוו". ספעציעל פאר א קינד וואס וואקלט זיך. נאר אין די זעלבע צייט טאר עס נישט זיין אויפ'ן חשבון פון די אנדערע קינדער אין שטוב.

לגבי די "סעלף בלעים" סטראטעגיע פון קשר נפשי. דאס דארף טאקע נישט זיין די עיקר סטראטעגיע. נאר אמאל דארף מען זיך מאכן א חשבון הנפש אויב די עלטערן אדער א מגיד שיעור/משגיח האט אויך געהאט א חלק אינ'ם מצב פון קינד.
וואס ליידער אין אסאך פעלער איז די ענטפער יא

בונה של טוב » פרייטאג יוני 14, 2024 2:37 pm

· #564918
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
ליידער זענען זיי אפט די ״שטעקן״ פונ׳ם סיסטעם.
Meaning they are a natural result
of an unnatural situation

ווען דו האסט עלטערן וואס האבן קינדער איינע נאך די אנדערע - נאך איידער זיי האבן אפילו טועם געווען וואס דאס איז צו זיין א קינד, וואס בעסער קענסטו ערווארטן?
ס׳דא וואס וועלן escape’ען די אומדערטרעגליכע דריק מיט
Disassociation און כסדר האבן אן avoidant attatchment
אדער אוועקמאכן דאס קינד (וואס דאס צוברעכט די מאראל פון א קינד

אדער/און וועלן זיי זיין ווי א ticking time bomb
וואס קען אויפרייסן מיט כעס ווען ס׳פולט זיך איבער די מעסטל, און מ׳ווייסט קיינמאל נישט ווען דאס וועט זיין (ווייל איינער וואס operate ווי א ראבאט, און קען זיך נישט ערלויבן צו פילן ווייל ס׳דא צופיל misery און ס׳וועט זיין באו מים עד נפש - ממילא איז ער דאך נישט אין קאנטאקט מיט זיינע געפילן צו וויסן ווען ער מיז ארויסגיין נעמען פרישע לופט און האבן א much needed break - די אטאקע קומט ווי אן איבעראשונג פאר אים אויך. ווי א סוידע באטל וואס מ׳האט אזויפיל געשאקלט און פלוצלונג ווען מ׳עפנט עס, ווערט א flood און ס׳גיסט זיך איבער סוידע פון אלע זייטן…

סך הכל, א קינד וואס וואקסט אויף אין אזא אטמאספער, האט נישט קיין געזונטע childhood. ס׳דא קינדער וואס מ׳זעהט עס אן אויף זיי מער, אנדערע זענען מער אויבערפלעכליך - נישט טיף טראכטנדיג, און אפשר איז זיי אביסל גרינגער צו זיין וואס סוסייעטי מיינט איז סוקסעספול.

Bottom line
ס׳גרינג צו blame’ען די עלטערן, אבער זיי זענען געווארן set up פאר failure

ס׳דא וואס האבן מזל צו האבן א גוטע פּארטנער און גוטע סופארט און געבן זיך אן עצה against the odds

אבער נישט יעדער איז געבענטשט מיט די געלט צו דעקן טעראפי און האבן די ריכטיגע הדרכה וויאזוי צו בויען א נייעם בנין מיט א שטארקן פונדאמענט אין א סיסטעם וואס מ׳קען פארגלייכן צו א דורכגעפוילטן באדן.

גוט צו געדענקען אז:
אויב דו זעהסט איינער האט א שטוב מיט גליקליכע קינדער וואס דו וואונטשט זיך, דעמאלס
chances are
אז זיי האבן סופארט וואס דו האסט נאכנישט.

שמן למאור » פרייטאג יוני 14, 2024 3:04 pm

· #564920
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
חיי עולם #
עס איז א גוטע מעשה צו דערציילען ביום היארצייט, אבער ברענגט נישט קיין שטעלונג צו מאכן דעם ריזיקאלישען באשלוס פאר א טאטע וואס האט א OTD אינדערהיים אינדערצייט וואס ער האלט נאך אינמיטן אויפציען קליינע קינדער אינדערהיים שלא בא לכלל דעת און זיי קענען נאך ווערן דעם קינד וואס מען טאר נישט ארויסווארפן למפרע...

מפקיר זיין א שטוב וועגן איין קינד האט שוין זכרי’ געשריגען אז עס איז קעגן שכל אנושי אוודאי געבן unconditional לאוו פונדערווייטענס פי כמה, אדער כאטש אפגעזינדערט פון די אנדערע קינדער.

שמעתי אז קשר נפשי האט שוין געטוישט סערטעגיע זיי גייען שוין נישט מיט אבי פישאפף

דאכצעך אז ארויסווארפן OTD קינדער פון שטוב איז אן אלטמאדישע טראדיציע וואס ווערט שוין נישט פראקטיצירט היינט צוטאגס ביי א מערהייט פון היימישע אידן. לויט ווי איך האב געהערט שטיצן די היינטיגע רבנים נישט די מהלך פון ארויסווארפן אזעלכע קינדער ווייל לויט ווי עס האט געוויזן האט דאס ארויסווארפן א קינד פון שטוב געשאדט פיל מער פאר די אנדערע קינדער ווי אים לאזן אין שטוב.

א גוט יאר » פרייטאג יוני 14, 2024 7:04 pm

· #564948
Re: קשר נפשי קענסעלט רעדנער
אין אנדערע ווערטער, זעען די אנדערע קינדער אז טאטי מאמי האבן דיר נאר ליב אויב דו טיסט אזוי און אזוי, טאמער נישט קענסטו גיין פון דא!
בלאט: 1 2