☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד

ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17081

צועקים וזועקים » מאנטאג יוני 3, 2024 2:05 pm

· #564154
ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
פאוטשי איז היינט אראפגעקומען פאר א פארהער אין קאנגרעס איבער קאוויד, דאס קומט נאך א פארמאכטע פארהער פריער אין יאר, ווי דארט זאגט ער צווישן אנדערע זאכן אז די קאוויד רולס זענען געווען אייגענ'ס נישט געבויעט אויף גארנישט! סתם פארדרייט א קאפ די מענטשהייט.

קאנגרעספרוי גרין רופט פאר פאוטשי'ס ארעסט.

געטרייע טאטע » מאנטאג יוני 3, 2024 2:18 pm

· #564158
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
דאס גייט לכאורה נישט געשען

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 3, 2024 2:33 pm

· #564162
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
ווי האט יענער חכם געזאגט, ’אין א וועלט פון פראפעגאנדע, איז די אמת אייביג א קאנספיראציע.’

קורקלענד » מאנטאג יוני 3, 2024 2:36 pm

· #564163
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
לעצטענס האלט אין אין איין הערן אז רוסלאנד איז סייוויסיי ערגער דעריבער זענען די אלע פראבלעמען נישט נוגע.

א גוט יאר » מאנטאג יוני 3, 2024 2:47 pm

· #564165
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
צועקים וזועקים #
פאוטשי איז היינט אראפגעקומען פאר א פארהער אין קאנגרעס איבער קאוויד, דאס קומט נאך א פארמאכטע פארהער פריער אין יאר, ווי דארט זאגט ער צווישן אנדערע זאכן אז די קאוויד רולס זענען געווען אייגענ'ס נישט געבויעט אויף גארנישט! סתם פארדרייט א קאפ די מענטשהייט.

קאנגרעספרוי גרין רופט פאר פאוטשי'ס ארעסט.
ס'דא א מעגלעכקייט אז ער גייט זיצן?

שאלתיאל » מאנטאג יוני 3, 2024 3:09 pm

· #564170
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד

צועקים וזועקים » מאנטאג יוני 3, 2024 4:32 pm

· #564173
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
א גוט יאר #
צועקים וזועקים #
פאוטשי איז היינט אראפגעקומען פאר א פארהער אין קאנגרעס איבער קאוויד, דאס קומט נאך א פארמאכטע פארהער פריער אין יאר, ווי דארט זאגט ער צווישן אנדערע זאכן אז די קאוויד רולס זענען געווען אייגענ'ס נישט געבויעט אויף גארנישט! סתם פארדרייט א קאפ די מענטשהייט.

קאנגרעספרוי גרין רופט פאר פאוטשי'ס ארעסט.
ס'דא א מעגלעכקייט אז ער גייט זיצן?
ניין.

בר גיורא » מאנטאג יוני 3, 2024 4:36 pm

· #564174
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
צועקים וזועקים #
פאוטשי איז היינט אראפגעקומען פאר א פארהער אין קאנגרעס איבער קאוויד, דאס קומט נאך א פארמאכטע פארהער פריער אין יאר, ווי דארט זאגט ער צווישן אנדערע זאכן אז די קאוויד רולס זענען געווען אייגענ'ס נישט געבויעט אויף גארנישט! סתם פארדרייט א קאפ די מענטשהייט.

קאנגרעספרוי גרין רופט פאר פאוטשי'ס ארעסט.
לא הצלחתי להבין.
ווי ווייט איך ווייס איז נאכנישט געווען אזא סארט עפידעמיק אין די מאדערנע היסטאריע. סא, אויף וואס פונקטליך האסטו געוואלט ער זאל עס בויען אויף??
פאטשי איז פון די לידינג אויטאריטעטן און די פעלד פון וירולוגיה אין סאיז נישט מער ווי נארמאל אז ווען סקומט א נייע זאך זאל מען פרעגען די מענטש מיט די מערסטע ידיעות און עקספיריענס אין די תחום. נישט אזוי?
וועם דען זאל מען פרעגען, די זופניק מקווה זיצערס?

היימלינד » מאנטאג יוני 3, 2024 4:42 pm

· #564175
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
בר גיורא #

וועם דען זאל מען פרעגען, די זופניק מקווה זיצערס? זענען זיי נישט געווען גערעכט? כאטש עפעס ?

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 3, 2024 5:01 pm

· #564177
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
בר גיורא #
לא הצלחתי להבין.
ווי ווייט איך ווייס איז נאכנישט געווען אזא סארט עפידעמיק אין די מאדערנע היסטאריע. סא, אויף וואס פונקטליך האסטו געוואלט ער זאל עס בויען אויף??
פאטשי איז פון די לידינג אויטאריטעטן און די פעלד פון וירולוגיה אין סאיז נישט מער ווי נארמאל אז ווען סקומט א נייע זאך זאל מען פרעגען די מענטש מיט די מערסטע ידיעות און עקספיריענס אין די תחום. נישט אזוי?
וועם דען זאל מען פרעגען, די זופניק מקווה זיצערס?
לאמיר זאגן אז די ביסט גערעכט מיט די הנחה אז ער איז פון די ’לידינג אויטארעטעטן’, וועגן דעם קען ער טון וואס ער וויל? אן פרעגן אן זיך דורכרעדן מיט אנדערע אין דעם פעלד.
ס’איז אלץ געווען כללים ביי א מגיפה, עלטערע, יונגערע, קראנקע, דא איז אלעס ארויסגעפלויגן פון די ווינדאו, מ’האט אלץ געוויסט אז זיך דרייען אויף די פרישע לופט איז א גוטע זאך, ביי קאוויד האט מען פלוצים געשריגן פארקערט.
פארוואס ווען מ’האט געטראפן אז א געוויסע ווייטעמין ארבעט קעגן די וויירוס, האט ער עס אראפגעריסן?

בר גיורא » מאנטאג יוני 3, 2024 5:09 pm

· #564180
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
קודם, "ער האט נישט געטון" וואס ער האט געוואלט. סאיז דא א גאנצע קאמיטע אין די NHS מיט מענטשען פון פארשידענע תחומים וואס געבען זייער מיינונג.
ס'איז געווען א נייע Airborn Virus, סאיז נישט געווען קיין ריעל לייף דאטע צו זאגן פאר וועם סאיז שעדליך און פארוועם נישט. און וויבאלד ס'איז Airborn איז פרישע לופט אבסעלוטלי "נישט גוט".

כ'בין נישט באקאנט מיט די וויטעמינען פון וואס דו רעדסט. אין אלגעמיין בין איך נישט קיין פאוטשי פאערער, נאר סייענס. און פון ווי איך זע עס האט ער אלס סייענטיסט גענומען די ריכטיגע שריט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 3, 2024 5:15 pm

· #564182
וואס פינקטלעך האט ער נישט גוט געטון? וועלכע מהלך וואלט געארבייט בעסער?
לאזן ארומגיין פראנק און פריי אנע מאסקעס, אזוי ווי ׳געוויסע׳ האבן געטון און דערנאך איבערגעפילט די שפיטעלער??!

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 3, 2024 5:18 pm

· #564183
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
קורקלענד #
לעצטענס האלט אין אין איין הערן אז רוסלאנד איז סייוויסיי ערגער דעריבער זענען די אלע פראבלעמען נישט נוגע.
נאכ'ן פארמשפט'ן טראמפ שטייען שוין אמעריקע און רוסלאנד אויף א גלייכן שטאפל. די ליבעראלן האבן אפגעהאלטן א שטארקן ניצחון.

די ערשטע העלפט פון כרושטשאוו'ס נבואה איז שוין מקויים געווארן. יעצט דארף נאך די צווייטע העלפט אויך מקויים ווערן.

היימלינד » מאנטאג יוני 3, 2024 5:24 pm

· #564185
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
בר גיורא #
צועקים וזועקים #
פאוטשי איז היינט אראפגעקומען פאר א פארהער אין קאנגרעס איבער קאוויד, דאס קומט נאך א פארמאכטע פארהער פריער אין יאר, ווי דארט זאגט ער צווישן אנדערע זאכן אז די קאוויד רולס זענען געווען אייגענ'ס נישט געבויעט אויף גארנישט! סתם פארדרייט א קאפ די מענטשהייט.

קאנגרעספרוי גרין רופט פאר פאוטשי'ס ארעסט.
לא הצלחתי להבין.
ווי ווייט איך ווייס איז נאכנישט געווען אזא סארט עפידעמיק אין די מאדערנע היסטאריע. סא, אויף וואס פונקטליך האסטו געוואלט ער זאל עס בויען אויף??
פאטשי איז פון די לידינג אויטאריטעטן און די פעלד פון וירולוגיה אין סאיז נישט מער ווי נארמאל אז ווען סקומט א נייע זאך זאל מען פרעגען די מענטש מיט די מערסטע ידיעות און עקספיריענס אין די תחום. נישט אזוי?
וועם דען זאל מען פרעגען, די זופניק מקווה זיצערס?
איז ער געווען גרייט צו הערן א צווייטע צד ? ניין
אויב אזוי איז די תירוץ נייע סארט עפידעמיק קיין תירוץ נישט, אויב ס'איז ניי און די ווייסט נישט הער אויס א צווייטען ותשועה ברוב יועץ
עכ"פ טערארייז נישט דער וואס האלט/פירט זיך אנדרעש
און נאך א תקופה פון זעהן וואספארא דורכפאל דו ביסט, דאן back off

צוויי » מאנטאג יוני 3, 2024 5:59 pm

· #564187
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
וואס פינקטלעך האט ער נישט גוט געטון? וועלכע מהלך וואלט געארבייט בעסער?
לאזן ארומגיין פראנק און פריי אנע מאסקעס, אזוי ווי ׳געוויסע׳ האבן געטון און דערנאך איבערגעפילט די שפיטעלער??!
ניין, נאר טאקע גיין מיט דאפלטע מאסקעס... און וועגן דעם איז וואס געשעהן? שפיטעלער זענען געווארן ליידיגער? אדער ס'איז סייווי געווען פיל
ניו יארקע שפיטעלער מיט די מערסטע צוימינגען זענען געווען ליידיגער?

שמן למאור » מאנטאג יוני 3, 2024 6:10 pm

· #564188
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
צועקים וזועקים #
פאוטשי איז היינט אראפגעקומען פאר א פארהער אין קאנגרעס איבער קאוויד, דאס קומט נאך א פארמאכטע פארהער פריער אין יאר, ווי דארט זאגט ער צווישן אנדערע זאכן אז די קאוויד רולס זענען געווען אייגענ'ס נישט געבויעט אויף גארנישט! סתם פארדרייט א קאפ די מענטשהייט.

קאנגרעספרוי גרין רופט פאר פאוטשי'ס ארעסט.
וועלכע קאוויד רולס? סך הכול די 6 פיס האט ער געזאגט אז עס האט נישט קיין געהעריגע טרייעלס. כ'מיין, עפעס א סכום האט מען געדארפט געבן האט מען עס געשטעלט ביי 6 פיס. כ'מיין אז יעדע בר דעם האט פארשטאנען אז די 6 פיס איז נישט הלכה למשה מסיני. חוץ מזה וואס פאוטשי טענה'ט אז נישט ער איז אויפגעקומען מיט דעם.

אלפא » מאנטאג יוני 3, 2024 8:12 pm

· #564199
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
צועקים וזועקים #
פאוטשי איז היינט אראפגעקומען פאר א פארהער אין קאנגרעס איבער קאוויד, דאס קומט נאך א פארמאכטע פארהער פריער אין יאר, ווי דארט זאגט ער צווישן אנדערע זאכן אז די קאוויד רולס זענען געווען אייגענ'ס נישט געבויעט אויף גארנישט! סתם פארדרייט א קאפ די מענטשהייט.

קאנגרעספרוי גרין רופט פאר פאוטשי'ס ארעסט.
חוץ פון די לעצטע שורה (און די פאקט אז ער איז אראפגעקומען פאר א פארהער) ביסטו נישט אקוראט!

איך האב אויסגעהערט די גאנצע הירינג (האסטו?) - ער האט נישט 'מודה געווען', זיכער נישט אז ער האט איינעם 'פארפירט', און אודאי נישט 'במזיד'.

ער זאגט אויך נישט אז די קאוויד רולס זענען געווען 'אייגענס', זיכער נישט 'געבויט אויף 'גארנישט', און אודאי נישט 'פארדרייט א קאפ'.

איין זאך וואס ער זאגט איז אז די רעקאמענדאציע/געזעץ פון 6 פיס דיסטענסינג וואס דער CDC האט ארויסגעשטעלט (-נישט ער) איז נישט געווען געבעיסד אויף ספעציפישע סייענטיפישע שטודיעס, נאר אויף פריערדיגע שטודיעס איבער 'דראפלעטס' איבערכאפונג, וואס ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט איז די קאוויד איבערגעגאנגען דורכן לופט - וואס דערויף זענען נישט געווען קיין שטודיעס.

ער זאגט אויך אז די וואקסין האט למעשה נאר אפגעהאלטן האספעטאליזאציעס - נישט אינפעקציע - אזויווי געמיינט אין אנפאנג.

אדרבה קלאר אויס וואס איך פארזע.

(נ.ב. אויב איז די באשולדיגונגען איבער אים אומאקוראט דאן איז לכאו' פארהאן דא א צווייטער וואס פארפירט במזיד...)

כספי » מאנטאג יוני 3, 2024 11:40 pm

· #564230
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
ייש"כ @אלפא פארן עס אויסהערן (נישט יעדער האט די נערוון וכו' צו אויסהערן די גאנצע הירינג), און ברענגען פאר אונז די אמת.

דאס איז - אגב - א זאך וואס ברענגט מיר יעדע מאל צו שטוינען, אויב ביזסטו גערעכט פארוואס דארפסו פארדרייען פאקטן/יענעמ'ס ווערטער וכדו', כדי דיר צו בארעכטיגן.

אלפא » דינסטאג יוני 4, 2024 9:02 am

· #564248
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
אראפגעלאזט דאס פעקל און אנטלאפן צו די לעכער?!

וואס איז דאס די אפפוצן פון שטח ווען מ'קאנפראנטירט מיט פאקטן?

אהא, טאקע א קארופטירטע לאנד - מ'פארלאנגט עווידענס און קראנטע מקורות איידער מ'וויל ארויסלאזן מיסאינפארמאציע, דאן שרייט מען נאך אז אלעס איז קאנספיראציעס און מ'קענסעלד רעכטס און לינקס.. 'פרידאם אוו ספיטש איז אונטער אטאקע!' מ'דארפן זיך ארויסלאזן צו א ציווילע קריג - כאטש איבערן קעפיטאל.. דערוואגן זאל זיך איינער מיר אנצוקלאגן ווען איך פראקטיציר מיינע צווייטע אמענדמענט רעכטן בתוקפו...

אלע צוזאמען » דינסטאג יוני 4, 2024 10:26 am

· #564250
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
אלפא #
אראפגעלאזט דאס פעקל און אנטלאפן צו די לעכער?!

וואס איז דאס די אפפוצן פון שטח ווען מ'קאנפראנטירט מיט פאקטן?
עפעס א נייע משוגעת דא אויף קאווע שטיבל, אז ווען איינער שרייבט עפעס מוז ער דא זיין פאר די נעקסטע 48 שעה, גיב אפאר מינוט, ער עט אויפשטיין, וועט טרינקען זיין קאפי, און ער וועט צירוק זיין דא.

צועקים וזועקים » דינסטאג יוני 4, 2024 11:23 am

· #564257
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
@@אלפא דא איז אזוי באריכטעט.

https://www.dailymail.co.uk/news/article-13481839/dr-anthony-fauci-social-distancing-masks-prevent-covid.html

דו האסט לכאורה געהערט די נעכטיגע פובליק פארהער דאס וואס איך ברענג קומט פון טראנסקריפטס פון א פארהער אונטער פארמאכטע טירן פריער אין יאר וואס איז נעכטן פובליצירט געווארן

דברי חכמים בנחת נשמעים...

אלפא » דינסטאג יוני 4, 2024 11:52 am

· #564261
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
דאס איז וואס ס'שטייט דארט:
REVEALED: Dr. Anthony Fauci confesses he 'made up' covid rules including 6 feet social distancing and masking kids
Fauci said he does not know where the six foot social distancing rule came from
He also said that he was unaware of studies recommending masks for kids

Bombshell testimony from Dr. Anthony Fauci reveals he made up the six foot social distancing rule and other measures to 'protect' Americans from covid.

Republicans put out the full transcript of their sit down interview with Fauci from January just days before his highly-anticipated public testimony on Monday.

They plan to grill him about covid restrictions he put in place, that he admitted didn't do much to 'slow the spread' of the virus.

סא ביסטו אפשר טאקע נישט שולדיג, נאר זיי זענען די שקרנים און מיסאינפארמאנטן דא!

Dr. Anthony Fauci confesses he 'made up' covid rules including 6 feet social distancing and masking kids
אזוי? ווייז מיר וואו?
ער זאגט בס"ה אז די CDC - נישט ער - האט געלייגט די 6 פיס גיידליינס אן קיין ספעציפישע שטודיעס כלפי קאוויד19. (וכמובן זענען - סעמאנטיש גערעדט - אלע גיידליינס אין די וועלט 'אויפגעמאכט'...)

ליגנט!
ער זאגט עס קומט פון די 'דראפלעט' איבערכאפונג ראטע! און די CDC האט עס ס"ה מסברא צוגעשטעלט בעת וואס עס זענען נישט געווען קיין נייע שטודיעס לגבי קאוויד (וואס ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט כאפט זיך אריבער דורך די לופט אויך)

עפעס אזוי זאגט ער (- איך געדענק נישט די פרטים)

צועקים וזועקים » דינסטאג יוני 4, 2024 11:57 am

· #564262

דאס וואס דו זאגסט האט ער געזאגט ביי די פובליק פארהער נעכטן. דאס וואס די דעילי מעיל ברענגט קומט פון טראנסקריפט'ס פון א פארמאכטע פארהער אין יאנואר, וואס איז ארויסגעלייגט געווארן זונטאג אין פובליק נאך בעפאר די פובליק פארהער.

אין די פובליק פארהער פארענטפערט ער זיך מיט באבע תירוצים פארוואס ער האט עס אויפגעמאכט...

א בני יואל » דינסטאג יוני 4, 2024 5:17 pm

· #564296
Re: ברעיקינג! דר. פאוטשי איז מודה אז ער האט במזיד פארפירט די מענטשהייט ביי קאוויד
אפשר א געזונטער לאויסאט אויף עין אין מיטנעמען אפאר גאווערמענטנט עדזענסיס אינאיינעם מיט דע אלע וואס האבען אינז געצווינגען צי דאבעל מעסקינג אין די זעקס פיס משיגעת וואלט יעצט געקענט מסדר זיין אלעס