דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
88 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17076
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
פארוואס איז א פראבלעם אז פוטין איז פינף און צוואנציג יאר און א צי אויפן בענקל? איז ער נישט ערוויילט געווארן געזעצלעך נאכאמאל און נאכאמאל?
ווי ווייט איך ווייס האט די רוסישע רעגירונג קיינעם נישט 'אפיציעל' ערמארדעט פארן וועלן לויפן קעגן פוטין. דאס אז א קעגנער פאלט ארויס פון פענסטער אדער אז א קויל פליט פונקט אריין אין זיין קאפ מיינט נישט אז די רוסישע רעגירונג שטייט אונטער דעם.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
אלע צוזאמען #
דער עקס #
אלע צוזאמען #
נאוואלני אויך!
האט נאוואלני אויך געהאט א Jury?
די רוסישע יוסטיץ סיסטעם לויפט אנדערש.
ער איז געפינען געווארן שולדיג אין א געריכט הויז דורך א פאנעל פון ריכטער.
דער מר. נאוואלני, ע"ה זכותו יגון עלינו איז געווען אדער אן אויבער חכם. אדער נאאיוו. ער האט זיך איינגערעדט אז רוסלאנד האט א דעמאקראטישן סיסטעם. מ'קען ארויסטרעטן אקעגן דעם אמטירנדיגן פיהרער אן קאנסעקווענצן. אזוי ווי אין אמעריקע אדער ענגלאנד.
ועוד: נאכדעים וואס מ'האט געראטעוועט זיין לעבן אין דייטשלאנד, נאכ'ן ווערן פארסמ'ט. האט ער זיך בטיפשותו צוריקגעקערט קיין רוסלאנד. וואס האט ער געמיינט אז פוטין איז איבערנאכט געווארן א דעמאקראטישער מענטש?!
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
אונזער טראמפ איז אויך א אויבער חכם. ער האט געמיינט אז ער לעבט אין א פרייע לאנד און ווער עס וויל קען לויפן פאר פרעזידענט און ווער עס וויל קען וואוטן פאר אים און עס איז דא יושר'דיגע וואלן. האט מען אים געוויזן.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
yatzmachp #
אונזער טראמפ איז אויך א אויבער חכם. ער האט געמיינט אז ער לעבט אין א פרייע לאנד און ווער עס וויל קען לויפן פאר פרעזידענט און ווער עס וויל קען וואוטן פאר אים און עס איז איז דא יושרדיגע וואלן. האט מען אים געוויזן.
געוויזן אז וואס?
אז ער קען טאקע זיין פרעזידענט פאר 4 יאר?
אז ער קען לויפן וויפיל נאך מאל ער וויל?
אז אויב מ'רעדט זיך איין אז די עלעקשאנס איז גע'גנב'ט דארף מען עס קענען אויפווייזן אויך?
אז אויב מ'פארלעצט דאס געזעץ און מ'איגנארירט יעדעס פינטל פון נארמאלקייט דערצו - קומט מען אן וואו מ'קומט אן?
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
אלפא טייערע.
יא ער האט געוואונען די ערשטע מאל. ווי ס'שיינט איז עס געווען א טעות און זיי האבן זיך פאררעכנט. און זיי האבן עס ווארשיינליך פארראכטן באיזה אופן פאר די צווייטע מאל.
נאך ער האט געוואונען האבן זיי געכאפט א פאניק און אהערגעשטעלט א מייסטער פלאן איהם פטור צו ווערן. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א אויסגעטראכטע מעשה ארויפצולייגן אויף איהם אז ער איז אין 'קאלוזשן' מיט רוסלאַנד. וואס מ'ווייסט היינט אז ס'איז מיסודו געווען א שקר. דערנאך האט מען איהם שלא ביושר און אומגעזעצליך שפיאנירט! אלס כדי איהם צו קענען פטור ווערן. ס'האט למעשה נישט אינגאנצן געארבעט אבער ס'האט געמאכט איבער גענוג צרות.
דאס איז אלעס גוט דאקומענטירט. שווער צו לייקענען היינט צוטאגס אז די ראשע קאלוזשן און די פּוטש וואס די עסטעבלישמענט האט אנגעדרייט איז פאלש. דאס איז געווען א מיסיע פון די העכסטע חברה אין וואשינגטאן דעמאקראטן, רעפאבליקאנער און די אלע אגענטורן מיט דריי אותיות... עס איז זיי טאקע נישט פולקאם געלונגען איהם צו מאכן אויס פרעזידענט ווייל ער האט געהאט עפעס א אויסערגעווענליכע סייעתא דשמיא און מזל. אבער ס'האט פאראליזירט זיין פרעזידענטשאפט און ער האט כמעט גארנישט געקענט טוהן.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
דאס אז רוסלאנד האט interfered איז פעסט געשטעלט געווארן דורך די ביי-פארטיזאן סענאט קאמיטי - (עי'
כאן)
די אינוועסטיגעישאן איבער צו טראמפ האט קאלודעד איז געקומען נאך א מיטינג מיט רוסישע אגענטן - וואס מאכט עס נישט אוממעגליך אדער אומ'שכל'דיג צו שפעקילירן אויף דעם וועג. עס איז למעשה נישט ווייטער געגאנגען ווייל עס איז נישט געעוען די נויטיגע באווייזן אז ער האט טאקע קאלודעד (נו, פארדעם פארשט מען אויס זאכן..)
איך וויל נאר וויסן צו דו האלסט באמת - אדער דו ווילסט מיר נאר איינרעדן אז דו האלסט אזוי - אז אויב טראמפ געווינט ביי די קומענדיגע וואלן גייען די דעמאקראטן עס נישט אקצעפטירן?
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
אלפא, איך בין נישט דא זיך צו טענהן מיט דיר אדער דיר צו אויפווייזן עפעס. איך זאג נאר וואס איך האלט און דו זאג וואס דו האלטסט.
רוסלאנד האט אינטערפיערד אין די עלקשאנס? אוי וויי. ווייסט נאך ווער עס האט אינטערפיערד אין די עלקשאנס? די אמעריקאנער רעגירונג. דו ווייסט ווער עס אינטערפיערד אין עלקשאנס אען די גאנצע וועלט? די אמעריקאנער רעגירונג.
ווען איך זעה אז סטעיטס פארלאנגען נישט קיין פאטא איי די צו וואוטען ווייס איך פארוואס. ווען איך זעה אז סטעיטס לאזן מענטשן צאמנעמען עבסענטי בעלעטס אן קיין חשבון ווייס איך פארוואס. ווען איך זעה אז ווען עס איז געווען קאוויד האט יעדער דעמאקראטישע גאווערנאר און דזשאדזש געטוישט די עלעקשן געזעצן כפי ראות עיניו, זענען די עלעקשנס נישט אויפריכטיג און עס איז ריגד. דאס איז מיין אפיניען. דו קענסט האלטן ווי אזוי דו ווילסט געזונטערהייט. איך גיי דיך נישט צווינגען צו טוישן די אפיניען.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
אלפא #
דאס אז רוסלאנד האט interfered איז פעסט געשטעלט געווארן דורך די ביי-פארטיזאן סענאט קאמיטי - (עי'
כאן)
דאס מאכט עס אמת אז רוסלאנד האט אינטערפיערד? באמערקט אז דאס איז א באשטעטיגונג אן קיין שום אונטערליגענדע פרטים. ספעציעל ווען מ'לייגט זיך מער אריין אין ווער דו כלומרשט בּייפּאַרטיזאַנער זענען......
איך ווייס נישט צו רוסלאַנד האט אינטערפיערד. אפי' לויט די אזויגערופענע באשטעטיקונג, האט רוסלאנד בלויז ערמעגליכט צו פרובירן אבער גארנישט אויפגעטאן. וואטעווער דעט מיענס.
וואו קומט אבער טראמפ דערצו? ספעציעל ווען מ'ווייסט היינט פונקטליך וויאזוי ס'איז אויסגעטראכט געווארן די גאנצע מעשה. ס'איז געווען נישט מער און נישט ווינציגער ווי א פאלנער שקרנות ארקעסטירט ביי די קעגן טראמפ וואס נעמט אריין קלינטאן, מקקעין, קאוימי, מקקאננעל, ראמני, רייען, פּענס, ועוד ועוד וואס האבן טראמפ אונטער געמינעוועט פון די ערשטע טאג!
באמערקט אז די אויסגעשפראכענע אומסטאבילע קעגנערשאפט צו טראמפ איז גראדע אויך בּייפּאַרטיזאַנישׁ.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
אלפא #
quote]
אז אויב מ'רעדט זיך איין אז די עלעקשאנס איז גע'גנב'ט דארף מען עס קענען אויפווייזן אויך?
אז די קענסט נישט אויפווייזן אז מהאט עס ג'גנב'ט פון די מיינט בככל נישט אז מהאט עס נישט ג'גנב'ט,
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
ס'איז דא גענוג רגלים לדבר אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן. די שאלה איז נאר ווי שמוציג ס'איז צוגעגאנגען.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
מילך טראק #
אלפא #
אז אויב מ'רעדט זיך איין אז די עלעקשאנס איז גע'גנב'ט דארף מען עס קענען אויפווייזן אויך?
אז דו קענסט נישט אויפווייזן אז מ'האט עס גע'גנב'ט פון דיר מיינט בככל נישט אז מ'האט עס נישט גע'גנב'ט
גוט געזאגט. אזוי ווי די קריים סטאטיסטיקס אין ניו־יארק סיטי. ווייל מען אינוועסטיגעיט מער נישט קיין קריים איז נישטא קיין עווידענס, ממילא איז עס קיינמאל נישט געשען, און סי ען ען וועט נאכדעם פרעגן ווי אזוי קענסטו זאגן אז מען האט דיך בא'גנב'ט אן קיין עווידענס?
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
מילך טראק #
אז די קענסט נישט אויפווייזן אז מהאט עס ג'גנב'ט פון די מיינט בככל נישט אז מהאט עס נישט ג'גנב'ט,
מיט דעם לאגיק האט דאך טראמפ אויב אזוי אויך קאלודעד מיט רוסלאנד - צו וואס אויפווייזן?
און עס איז אמת אז נישט יעדע זאך וואס מ'קען נישט אויפווייזן קען האבן געשען.
האב נאר נישט קיין טענות ווען אנדערע האלטן אז אנדרייען קאנספיראציעס און אנזייען מיסאינפארמאציע - אונטערן שירעם אז נישט יעדע זאך דארף עווידענס - איז א סכנה פאר סטאביליטעט פון א לאנד און איז א דראונג צו דעמאקראטיע...
עס זענען דא סיסטעמען פאר א סיבה, עס זענען דא אינסטיטוציעס פאר א סיבה, עס איז דא מידיע פאר א סיבה, און עס איז דא געזעץ פאר א סיבה.
איך פארשטיי אז מ'קען זיי אלע באשולדיגן אין קארופציע, און איך פארשטיי אז עס איז אויך באמת מעגליך אז זיי זענען אינפילטרירט מיט קארופציע, אבער אויב האלט מען אז די וועג עס צו פאררעכטן איז נישט דורך די אנגענומענע מהלכים פון אויפווייזן שולד און פון פארהאלטן דערויף אויף רעספעקטפולע וועגן - נאר דורך ארונטעררייסן און אונטערהאקן די אלע אינסטיטוציעס אפי' אן קיין רוב פונעם לאנד וואס איז איינשטומיג - נאר פשוט ווייל איך האלט אזוי - זייער שטארק, דאס איז אין אנדערע ווערטער סכנה'דיג פאר דעמאקראטיע!
קארופטירטע אינסטיטוציעס אויך? דעמאקראטיע האט וועגן צו דיעלן דערמיט! עס איז אפשר נאר אביסל שווערער און נעמט לענגער, אבער עס איז ווערד כדי נישט חרוב צו לייגן דאס לאנד!
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
דעמאקראטיע איז די ערגסטע פארם רעגירונג, חוץ פון די אנדערע וועגן פון רעגירונג וואס מען האט שוין אויספרובירט...., אזוי האט טשערטשיל געזאגט, דאכט זיך.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
אין מאראקא איז דא א פארלעמענט מיט עלעקשאנ"ס געהעריג, אבער די מאנארכיע שטייט העכער זיי. בדרך כלל מישט זיך דער קעניג נישט אריין און די פארלעמענט קען באשליסן לויט רוב אד"ג, אבער ווען ער האלט אז די באשלוס פון די פארלעמענט איז שעדליך קען ער עס מבטל זיין. דער היינטיגער קעניג און דאכט זיך אויך די פריערדיגער זענען געווען צוגעלאזן און דער פאלק טוט זיי זייער רעספעקטירן. אזא סיסטעם קען אמאל ארבעטן און פארמיידן די פארשידענע לעכער וואס א טאטאלע דעמאקראטיע פארמאגט. די פראבלעם איז נאר וואס טוט מען ווען ס'פאלט אריין א שלעכטער קעניג.... .
אין עולם השקר איז נאך נישטא קיין עולם התיקון.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
ווען גייט ער אין תפיסה
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
די אנאליסטן האלטן אז ער וועט למעשה נישט אנקומען אין תפיסה, און זיכער נישט פאר די עלעקשאנ"ס, ווייל ער קען נאך אפיל"ן און דאס וועט זיך שלעפן
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
האלטער #
די אנאליסטן האלטן אז ער וועט למעשה נישט אנקומען אין תפיסה, און זיכער נישט פאר די עלעקשאנ"ס, ווייל ער קען נאך אפיל"ן און דאס וועט זיך שלעפן
ער גייט אין תפיסה
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
משה זעקעל #
ווען גייט ער אין תפיסה
ער גייט נאכנישט אזוי שנעל: דאס אמעריקאנער פאלק (די עוורידזש מענטשן. די סיילענט מעדזשאריטי) האבן אויך עפעס צו זאגן איבער דעם.
ס'איז מיר נאר א חידוש וואו די רעפובליקאנער פארטיי איז געווען ביז יעצט. נאר כ'מיין זיי האבן זיך שוין א ביסל אויפגעוועקט. טאקע א ביסל שפעט. זיי וואלטן געקענט טון א סאך אפצושטעללן דעם שדים געיעג פון די ליבעראלן. ספעציעל אין קאנגרעס.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
די שאלה איז אויב קומט ער אהן אין ווייסן הויז קען ער זיך אליין פארדאנען?
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
בקע לגלגולת #
די שאלה איז אויב קומט ער אהן אין ווייסן הויז קען ער זיך אליין פארדאנען?
ניין ווייל ס'איז א סטעיט קלאגע, נישט פעדעראל.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
און אנדערע נייעס:
Trump announced today that his campaign has raised nearly $400 million since the guilty verdict in Manhattan hush money trial.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
די הנחה אז אויב איז איינער נישט געפינען געווארן שילדיג איז ער מסתמא נישט שילדיג איז בככל נישט אמת נישט אין די תורהדיגע הלכות און נישט אין די געזעץ.
אז מרעכנט מענטשן ווואס זענען אראפ געקומען צום שטום בודקע וואיטעין האט טראמפ געווינען, ווער ס'געקענט די נאכט פון די וואלן האט טראמפ געהאט א אויבערהאנט איבעראל, אבער די ליבעראלע קאנטיס האבן געטנהט אז זיי האבן נאך אסאך עפסעטי בעלטס ואס גייט זיי דוירן לאנגע טעג צו ציילן.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
BREAKING:
Judge Juan Merchan just notified all parties involved in President Trump’s recent NYC trial that the court became aware today of a Facebook comment that was posted on the Facebook page of the Unified Court System that said,
“My cousin is a juror and says Trump is getting convicted & Thank you folks for all your hard work!!!!.”
The comment was made on May 29, 2024, days BEFORE President Trump’s guilty verdict was announced, which means he could now be entitled to a mistrial because the jury pool was tainted and compromised
📎 IMG_2547.jpeg 📎 IMG_2548.jpeg
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
פארדעכטיגער #

נישט ווערן צו עקסייטעט.
לכאורה א טראול...
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
נאר דאס מיינט גארנישט פאר דעם פאררוקטן און פארדרייטן ליבעראל דזשאדזש כואן מערטשאן. צי גייט ער דען פסל'ען דעם ווערדיקט פון די דזשורארס? אדער דערקלערן א מיסטרייעל. א זאך וואס ער וואלט אמת'דיג געדארפט צו טון. נאר ער שפיעלט דאך מיט די אגענדא פון די דעמאקראטן און ליבעראלן. צו באגראבן טראמפ פאר א יעדן פרייז. צו מאכן זיכער אז ער קען נישט לויפן און געווינען די פרעזידענטשאפט פאר א צווייטן טערמין.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
ברעיקינג!
האנטער ביידען יעצט געפונען געווארן גילטי אויף אלע 3 קלאגעס!
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
די שאלה איז אויב ער גייט זיצן: אדער דער תכשיט דער בן המלך וועט האבן פראטעקציע. און מ'וועט שוין טרעפן עפעס אן אויסוועג אז ער זאל נישט דארפן יושב'ן.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
ביידען גייט אים לכאורה פארדאנען נאכן געווינען אדער פארלירן די קומענדיגע עלעקשאן
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
איז ערווארטערט אז ביידען וועט אויפטרייבן גרויסע געלטער פאר זיין קאמפיין?
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
פאר דער חכם החוקר (און אנדערע קאמעראדן כדומה לו) וואס מיינט אז טראמפ איז געווען בארעכטיגט זיך צו פארטיידיגן. ביטע זעהט א קליין עפיזאד פון מעטאדען וואס ווערן באניצט איהם צוצונעמען זיינע רעכטן זיך צו פארטיידיגן.. ענליכע האט מען בפועל געטוהן צו אדוואקאטן וואס האבן אונטערגענומען צו טשעלענדזשן די א''ג 2020 וואלן.
https://jonathanturley.org/2024/06/15/no-place-in-the-public-discourse-the-connecticut-bar-association-warns-critics-of-trump-prosecutions/Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
אינגערמאנטשיקל #
פרייוויליג #איך פרעדיקט אז ביידן גייט געווינען די עלעקשען קומענדע נאוועמבער, ריגארדלעס פון די היינטיגער פסק.
ווען דו ליינסט די יעצטיגע פאולס, זעהט אויס די מצב גאנץ גוט פאר טראמפ.
הגם ס'איז נאר פאולס, און ס'איז נאך דא א גוטע פינף חדשים ביז די עלעקשאנס.
זעקס וואכן, א דעבאטע און אן אסעסינאציע פראוו שפעטער און זיינע שאנסן זענען גאר שטארק.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
מיין פרעדיקשן איז אז טראמפ גייט נישט געווינען. אויף עפעס א וועג גייט ער פארלירן.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
איך האב נישט קיין פרעדיקשאן'ס אבער איך בין נישט אנטציקט און נישט איבערצייגט אז ער גייט עס מאכן. דער גאנצע וואלן סעזאן גיבט מיר דעם געפיל ווי ס'איז א שאד די צייט. ווער ווייסט....
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
די פלארידע קלאסיפאצירטע דאקומענטען קעיס איז יעצט ארויסגעווארפן געווארן.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
דורך א שופט שנתמנה על ידי טראמפ
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
[ציטאט אראפגענומען]
די זעלבע ווי אנגעקלאגט געווארן דורך א דעמאקראט ריכטער.
Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
אלע צוזאמען #
[ציטאט אראפגענומען]
די זעלבע ווי אנגעקלאגט געווארן דורך א דעמאקראט ריכטער.
לאמיר נאר יעצט זען די רעפובליקאנער מאכן קולות אז די סיסטעם איז ריגגד - אזויווי נאך א ווערדיקט פון א דעמאקראט..
והשנית, עס איז א שטאפל מער ווען זי איז געווארן אפוינטעד דורך טראמפ אליין.
צו קלאר מאכן: איך (און ווי ווייט איך ווייס - רוב דעמאקראטן) בין מסכים אז זי האט די אטאריזאציע צו דיסמיסן די קעיס לויט ווי זי פארשטייט אינעם געזעץ און מ'דארף זיך צושטעלן דערצו רעספעקטפול לויט די פראטאקאלן.
עס נעמט נישט אוועק דאס אז מ'קען עס נאכאלץ געזעצליך אפיעלן, און פון שפעקילירן צו זי האט א מעגליכע ריח של בייעס צו דעם קעיס.

די גאנצע קעיס איז געווען א פראבלעם ווייל די ספעציעל פראסיקיוטער האט נישט געטארט זיין א ספעציעל פראסיקיוטער. ס׳דא כללים אין דעם.