צוויי #
אשריך ר' יוסף.png
אֶיָּכה, וואו ביזטו?
אזויווי ס'איז לעצטנ'ס פארשפרייט געווארן אויף דער לענג אין דער ברייט גרויסע ריזיגע פלאקאטן וואס אומוועלנדיג
האט דאס אריינגעשטאכן א שארפן מעסער אין די הארץ פון 'שבט לוי' וואס דאס זענען דער חשוב'ע בני תורה - דער
טייערע עמלי תורה מיט זייערע משפחות אין דעם דור, וואס זיינען נתקדש געווארן קודש קדשים אזו ווי דער הייליגע
רמב"ם שרייבט אויף זיי, איינס פון די גיפטיגע פלאקאטן איז געוועהן ווי פאלגענד
איך האב געהערט פון כמה כולל יונגעלייט אז דאס האט זיי געגעבן א שטארקע טרייסל און א ציפ אין הארץ, על כן
למען כבוד השם יתברך וכבוד תורתו הקדושה וועלן מיר פראבירן בס"ד מקיים זיין דעם פסוק עם עקש תתפתל.
ערשטנס איז דאס א פגם אין 'אנכי ה' אלקיך' רח"ל
א מחשבה פון כפירה פון כחי ועוצם ידי, א פגם אין אמונה בהקב"ה אז קיינער קיינער נישט פארדינט א פרוטה אן
דעם רצון השי"ת, ער מעג זיצן ביים קאמפיוטער 24 שעה א מעת לעת, און ער וועט נישט פארדינען קיין איין איינציגע פרוטה מער וואס עס איז עם אפגעשריבן געווארן ראש השנה העעל"ט
צווייטנס זייט ווען איז שארן גאלד עפעס א תועלת, עפעס א גליק
ער ווערט צורודערט בגוף ובנפש, ער באקומט א מורא'דיגע תאוות ממון, ביז ער ווערט רח"ל אזוי פארדרייט
ביז ער דארף אינמיטן נאכט אנטלויפען ... וכו' וכו' וד"ל - ער האט נישט קיין מנוחה לא יום ולא לילה, בויעט א
הויז פאר מיליאנען, ווייל אז מ'מאכט שוין מאכט מען שוין פאר אביסל נארישע כבוד - א הויז וואס קען שטיין
א פאר הונדערט יאר, און ער ווייסט נישט וויפיל געציילטע יארן איז איהם נאך געבליבן ,... ער האט טאקע א
שיינע הויז, אבער וואס האבן זיינע קינדער, א נערוועזע טאטע מאמע, אן א געפיל אן א טראפ ווארעמקייט,
ווייל אלעס הענגט אויף פוסטע חיצוניות.
אבער אונזער רבי יוסף שליט"א
זיצט אין בית המדרש ביי דער גרויסע אפענע גמרא, שולחן ערוך, רמב"ם, קצות, נתיבות, און
הארעוועט אריין, ער פילט א זעלטענע דביקות, א זעלטענע קשר לאבינו שבשמים און וויינט פון
רוב התרגשות, זיין מנוחת הנפש איז נישט צו באגרייפן, ער קומט אהיים זיין פנים לייכט, זיין
צורה שיינט, ער קען זיך אראפלאזן צו זיינע זיסע קינדערלעך און פארברענגען מיט זיי, יעדע
איינציגע טאג זעהט ער עין בעין דער געוואלדיגע השגחה פרטית וואס באגלייט עם, און וויאזוי
השי"ת שפייזט עם מיט מן, איינגעוויקעלט מיט אמונה, מיט אהבה, מיט מנוחת שלום השקט
שלוה ובטח ס'איז נישט שייך אראפצושרייבן אלע מעלות נפלאות צו וואס ער איז זוכה בזה ובבא
אזויווי ס'איז מפורש אין תורה שבכתב ושבעל פה.
און יעצט
יוסי ווי ביזטו??? ַאֶיָּכה
מיט וואס איז דיין שטאלץ, פון וואס איז דיינע הנאות, דאווענען איז א אפקומעניש, לערנען איז
א גיהנם, יוסי דו קענט בעסער פון מיר ממשיך זיין... טו דאס אליין.
און יעצט טייערע "יוסי" גלייב זיי נישט, טו וואס דער אנדערע "יוסי" האט געטוען ווען מ' איז געקומען עם
אנטראגן צו וואוינען צווישן עשירי עם נגידים חשובים אין מ' וועט עם באגיסן מיט גאלד מיט דיאמנטן ... האט
ער גלייך געלאכט פון זיי אז ער דארף גארנישט נאר א מקום תורה ... דער אנדערע וואך וועסטו זיך באקענען
מיט דעם אנדערן יוסי אי"ה און ער וועט קענען אויפקלערן דער זאך ריכטיג [אבות פ"ו רבי יוסי בן קיסמא].
אויך ר' אלעזר האט אזוי געטוען ווען ער האט באקומען א ירושה טויזנט שטעט - "ריעל עסטעיט", אחם
טויזנט שיפן, האט ער זיך נישט געמאכט צו טוהן פון דעם נאר געגאנגען לערנען תורה.
אשריך רבי יוסף אשריך! און יוסי ווי ביזטו?