☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אידישע אונטערהאלטונג מארקעט

אידישע אונטערהאלטונג מארקעט

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17069

אלפא » מאנטאג מאי 27, 2024 11:28 am

· #563368
אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
איך האב נארוואס געזען דעם פאדקאסט וואו שמילי אונגאר ברעגט ארויף פיני ראאב פון לעיטעסט טאלקס.

פיני ברענגט ארויס ווי זיין מיסיע און וויזיע איז צו אנפילן דעם לאך וואס איז דא אין די אידישע מארקעט פון אונטערהאלטונג, ווי ער זאגט, זענען דא זייער אסאך אידן וואס זענען למעשה אויפן אינטערנעט (צו עס איז מותר אדער אסור גייט ער נישט אריין), און רוב אירע הערן ליידער אויס גוי'אישע און אפטמאל אומאויסגעהאלטענע סחורה.
ער טענה'ט אז אויב נאר קען מען אנפילן דעם חלל מיטן צושטעלן מער אידישע היימישע אונטערהאלטונגען - א שטייגער ווי פאדקאסטס, אינפארמאטיווע ווידעאס, א.א.וו. קען מען מיט דעם פארדינען אז א גרויסע פראצענט פון אידן וועלכע זענען יעצט אויף לאו-דוקא היימישע פלעצער וועלן אריבערגיין צו בלויז היימישע.

שמילי לאידך גיסא איז זייער סקעפטיש צו דעם געדאנק, אפאר מאל אינמיטן דעם שמועס זעט זיך אן זיין קעגנזייטיגע שטעלונג דערצו (הגם עס איז א שאד אז זיי האבן עס נישט מער צונומען), און ווי ער טענה'ט מאכט עס נישט קיין גרויסע חילוק סייווי, די וועלכע קוקן גוי'אישע מאוויס הערן נישט אויף ווייל עס איז דא די 'אינטערן'ס', און די וועלכע הערן גוי'אישע פאדקאסטס גייען נישט אויפהערן ווען מער אידישע פארמערט זיך.

פיני טענה'ט צוריק אז אין די מוזיק אינדוסטריע דערזעט זיך יא אן א גרויסע פראצענט פון אידן וועלכע הערן שוין בכלל נישט קיין אומהיימישע, נאך וואס די היימישע מארקעט האט זיך גאר שטארק צושפרייט.

שמילי טענה'ט אבער ווייטער, אז למעשה אין די פאדקאסט אינדוסטריע איז מען זייער געצוימט - אנקעגן די גוי'אישע אינדוסטריע - סיי די קלייענטעל איז היבש קליין און רוב נושאים אינטרעסירן נישט רוב עולם - וועלכע צוימט די אויסוואל פון נושאים אויפן ערשטן פלאץ, דאן איז דא דעם פראבלעם אז יעדע צווייטער מענטש וועלכע וואלט געקענט צוגעבן צו א שמועס האלט נישט ביים ארויפקומען - דער אלס כבוד און דער בשיטה. והעולה על כולם, זענען דא פאליטישע און קאנטראוועסיאלע נושאים וואס זענען בבל ישמע נאך איידער וואס-ווען-ווער, וואס נעמט שוין אוועק א באדייטענעם צאל סחורה פון טיש און עס מאכט אסאך שמועסן נישט אזוי רייך ווי עס וואלט געדארפט און געקענט באמת זיין (און וויאזוי עס איז אויף נישט היימישע פלאטפארמעס).

וואס איז אמאל זיכער איז אז ביידע פון זיי רעדן בהשערה און אנעקדאטאל (קיין דאטא איז דאך ממילא נישטא..), די שאלה איז אבער - צו אונז גייען און צו אונז קענען בכלל אמאל אנקומען צו אן ענליכן מצב ווי פארן קריג ווי דאס אידישע קולטור און מארקעט האט געשפרידעלט אויף א מאסיוון פארנעם?
דאס איז זיכער אז יעדע אידישע ביכל, CD, מאווי, האטליין, וואס קומט ארויס איז א טריט נענטער צו אזא מציאות.
די שאלה איז נאר צו די מציאות דעמאלס איז אויך געווען געבינדן דוקא מיט דעם אז עס איז געווען סעקולאר און זיי האבן געקענט גיין full force, אדער איז פיני ראאב גערעכט אז עס איז מעגליך למחצה ולשליש אנצוקומען צו א מצב איבערצונעמען דעם היימישן מארקעט מיט היימיש-אידישע סחורה?

אין דעם שאלה ליגט אויך דעם ברייטערן געדאנק צו עס לוינט צו אינוועסטירן אין אזאנע פלאטפארמעס ווי וויקיפידיע - עס איבערצוטייטשן אויף אידיש און מאכן מער צוגענגליך פארן היימישן עולם, און בכלל צו מ'זאל מפיץ זיין טיפערע, אינפארמאטיווע, און אקאדעמישע נושאים אויף היימישע פארמאטן - כדי צו פארמערן און עס אריינברענגען נענטער צום היימישן מארקעט?!

פון איין זייט טאקע ריקט מען זיך מער און מער צום דיירעקציע ווי אלס מער מענטשן האבן צוטריט און זוכן אזעלכע סחורה, פון די אנדערע זייט איז עס אבער בדרך כלל אזעלכע מענטשן וואס קענען ממילא ענגליש אדער האבן א קלענערע פראבלעם מיט נישט היימישע מאטריאל און פאר זיי איז עס מעגליך א שאד איבערצוטייטשן אדער אינוועסטירן דערין (די אידישע וויקיפידיע איז טאקע גאר שוואך כידוע).

וואס זאגט דער עולם לוינט זיך אדער לוינט זיך נישט?
איז דא גענוג א גרויסע קלייענטעל וואס גייט אפקויפן אזעלכע זאכן?
אויב נישט, קען מען קריעטן - אדער גייט עס אטאמאטיש געשען - און עס לוינט צו אינוועסטירן בכל אופן?

האניג » מאנטאג מאי 27, 2024 12:11 pm

· #563370
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
זייער שיין צולייגט.

דאס איז זיכער אז ס'איז דא א גרויסע פארלאנג דערפאר, און אסאך וואלטן געוואטשט ענדערש אידישע סחורה ווי אלגעמיינע. די שאלה איז אבער, צו ס'איז בכלל מעגליך אנצוקומען צו א לעוועל פון פראפעשינאליזעם וואס די אלגעמיינע מאוויס פארקויפן. איך זע נישט ווי אזוי היימישע פראדוסערס זאלן קענען גיין קאמפעטישאן מיט האליוואד

סביב העולם » מאנטאג מאי 27, 2024 12:44 pm

· #563375
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
גוטע אנאלאדזשי.
לאמיר עס קלאר מאכן. די וועמען עס אינטערסירט, האבן א געוויסע אינטערעסע, לאמיר זאגן פופציג פראצענט, צו זעהן כשר'ס. וואס מער כשר'ס עס איז דא, ווערט דאס מער און מער לעגיטים, פאלן אוועק סטיגמע'ס, און מען קען מאכן מער כשר'ע אינטעטעינמענט.

די וועמען כשרס אינטערסירט בכלל נישט, וועלן גלייך גיין צו די אלגעמיינע אינטערטעינמענט, זיי זענען בכלל נישט פארט אוו די איקוועיזשן

היימלינד » מאנטאג מאי 27, 2024 1:24 pm

· #563380
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
עס געפעלט מיר בכלל די מצוה פון צושטעלען פארן ציבור לשם שמים כשר'ע ענטערטעינמענט.

די וועג וויאזוי ער מיט אנדערע פאדקעסטער'ס רעדן ווי כאילו זיי זענען דא פאר די עולם, עקעלט מיר, העלוי קיינעם שטערט נישט אז די מאכסט געלט און/אדער כבוד, ענדזוי איט! אבער סטאפ מיט דר'עולם סלאגאן.

צקון לחש » מאנטאג מאי 27, 2024 1:28 pm

· #563381
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
אפשר קען דאס בייהילפיג זיין פאר איטליכע
https://koshermovies.com/

מילך טראק » מאנטאג מאי 27, 2024 1:53 pm

· #563384
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
היימלינד #
עס געפעלט מיר בכלל די מצוה פון צושטעלען פארן ציבור לשם שמים כשר'ע ענטערטעינמענט.

די וועג וויאזוי ער מיט אנדערע פאדקעסטער'ס רעדן ווי כאילו זיי זענען דא פאר די עולם, עקעלט מיר, העלוי קיינעם שטערט נישט אז די מאכסט געלט און/אדער כבוד, ענדזוי איט! אבער סטאפ מיט דר'עולם סלאגאן.
די האלטס אז פיני ראבב איז דא פאר געלט ?

א גוט יאר » מאנטאג מאי 27, 2024 2:04 pm

· #563387
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?

מילך טראק » מאנטאג מאי 27, 2024 2:10 pm

· #563388
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
צו סגייט זיין אזויווי פראפעשאנעל ווי די גוישע? ניין
צו סאיז דא א ניד פאר אינטערטעמנט אין די אידישע שפראך ? יא
צו גייען זיין מענטשן וואס וועלן נאך אלטץ וואטשטן גוישע אינטערטעמנט ? יא

מילך טראק » מאנטאג מאי 27, 2024 2:11 pm

· #563389
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
קיינמאל נישט געהערט

זאקן » מאנטאג מאי 27, 2024 2:21 pm

· #563390
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
יא, וואס א חילוק צו ער האט שוין חתונה געהאט צו נישט?

א גוט יאר » מאנטאג מאי 27, 2024 2:25 pm

· #563391
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
זאקן #
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
יא, וואס א חילוק צו ער האט שוין חתונה געהאט צו נישט?
טאקע נישט קיין חילוק, סתם אינטערעסאנט צו הערן

היימלינד » מאנטאג מאי 27, 2024 3:08 pm

· #563401
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
מילך טראק #
היימלינד #
עס געפעלט מיר בכלל די מצוה פון צושטעלען פארן ציבור לשם שמים כשר'ע ענטערטעינמענט.

די וועג וויאזוי ער מיט אנדערע פאדקעסטער'ס רעדן ווי כאילו זיי זענען דא פאר די עולם, עקעלט מיר, העלוי קיינעם שטערט נישט אז די מאכסט געלט און/אדער כבוד, ענדזוי איט! אבער סטאפ מיט דר'עולם סלאגאן.
די האלטס אז פיני ראבב איז דא פאר געלט ?
1. איך האב געשריבען געלט און/אדער כבוד
פאר די וואס פארשטייען נישט, כבוד מיינט עטענטיאן

2. איך האב גערעדט פון שמואלי, וואס לויט מיין פארשטאנד איז ער דער וואס רעדט אזוי, אבער יעצט אז דו פרעגסט [בכלל זעה איך אז דו האסט זייער ליעב מיר צו טשעלענדזען - נישט אייביג נעם איך די מיה צו ענטפערען] איז יא, איהם און אלע אנדערע אויך מיינען געלט און/אדער כבוד, קען זיין אז עס איז גארנישט שלעכט אבער פארדריי נישט קיין קאפ אז דו ביסט דא צו סערווירען די עולם אהן קיין אייגענע אינטערעסען.

מילך טראק » מאנטאג מאי 27, 2024 3:40 pm

· #563409

כבוד אגרי איך, דאס נעמט נאך נישט אוועק דעים לשם מצווה,
יעדע עסקן לשם מצוה טוט עס לשם כבוד אויך, און סאיז בככל נישט קיין פראבלעים, פארקערט, גאט האט עס אזוי באשאפן.

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 27, 2024 3:46 pm

· #563410
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
פאר א גרויסע טייל פון מענטשן מאכט טאקע נישט אויס צי אינטערטעינמענט איז אויף ענגליש צי אויף אידיש, צי ווייל ביי זיי איז עס כשר סיי ווי, אדער צי ס׳פסול סיי ווי.

אבער ס׳דא א גרויסע קלייענטעל וואס דאס אידישע שפראך איז דאס וואס מאכט עפעס כשר.

זייער אסאך מענטשן ווייזען פאר די קינדער אידישע מאוויס על אף ס׳איז אזוי גערופען אסור, בשעת רוב פון דעי מענטשן וואלטן קיינמאל נישט געוויזען פאר די קינדער קיין מאוויס אויף ענגליש.

די זעלבע מיט נאש, די סיבה אז התאחדות איז א בעסערע הכשר פון OU איז ווייל התאחדות האט אידישע אותיות.

קול מבשר איז כשר ווייל ס׳אידיש משא״כ ראדיא איז פסול ווייל ס׳טרייף.

די אינטערנעט איז אסור, אבער אייוועלט איז כשר ווייל ס׳אידיש.

(די סיבה פארוואס ק״ש איז טריפה על אף ס׳אידיש, איז ווייל ס׳טשעלענדזשט די סיסטעם, ווען נישט דעים וואלט עס געוועהן כשר.)

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 27, 2024 3:48 pm

· #563411
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
מילך טראק #
היימלינד #
עס געפעלט מיר בכלל די מצוה פון צושטעלען פארן ציבור לשם שמים כשר'ע ענטערטעינמענט.

די וועג וויאזוי ער מיט אנדערע פאדקעסטער'ס רעדן ווי כאילו זיי זענען דא פאר די עולם, עקעלט מיר, העלוי קיינעם שטערט נישט אז די מאכסט געלט און/אדער כבוד, ענדזוי איט! אבער סטאפ מיט דר'עולם סלאגאן.
די האלטס אז פיני ראבב איז דא פאר געלט ?
אוואדע איז ער דא פאר געלט, איי די פאדקעסט מאכט נישט קיין געלט, נו ר׳האט א ווייטע בליק, ווען ער וויל ווען יעצט מאכען געלט גייט ער ארבעטן אין א גראסערי.

און ס׳גארנישט wראנג מיט מאכטן געלט, יא ער וויל צושטעלן א סערוויס פאר כלל ישראל און דורך דעים מאכן געלט, וואס קען זיין בעסער, זה נהנה וזה נהנה.

שפילער » מאנטאג מאי 27, 2024 3:54 pm

· #563413
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
אפשר פרעגטס אין אייוועלט אפשר דארט ווייסט מען דער ענטפער ווייל דא דזאדזט מען נישט מענטשן ביי זייער סטעטוס

מילך טראק » מאנטאג מאי 27, 2024 4:05 pm

· #563414
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
זאקן #
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
יא, וואס א חילוק צו ער האט שוין חתונה געהאט צו נישט?
איך וואלט אים זאך מער ארויפגעקוט ווען איך ווער געוואר אז ער איז א בחור.

א גוט יאר » מאנטאג מאי 27, 2024 4:30 pm

· #563420
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
שפילער #
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
אפשר פרעגטס אין אייוועלט אפשר דארט ווייסט מען דער ענטפער ווייל דא דזאדזט מען נישט מענטשן ביי זייער סטעטוס
איך דזשאדזש נישט קיינעם!

ס'סתם זייער אינטערעסאנט דאס אויסצוגעפינען, ער מאכט א גוטע אינפרעשן, און ס'ברענגט אים נאר ארויף צו זיין אזוי סוקסעספול!

אויב זענט איר א נוגע בדבר בעהט איך אייך איבער, און איך קען עס אויסמעקן

זאקן » מאנטאג מאי 27, 2024 5:18 pm

· #563430
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
מילך טראק #
זאקן #
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
יא, וואס א חילוק צו ער האט שוין חתונה געהאט צו נישט?
איך וואלט אים זאך מער ארויפגעקוט ווען איך ווער געוואר אז ער איז א בחור.
אזוי דארף זיין, רוב מענטשן הייבן אן אראפקוקן א זאך אויב ווערן זיי געוואר אז יענער איז א בחור, איך וויל פשוט וויסן פארוואס איז עס בעסער אויב יענער האט שוין מקיים געווען די ערשטע מצווה?!.

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 27, 2024 5:24 pm

· #563432
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
איז אמת אז פיני גייט מיט ecco שיך?

מילך טראק » מאנטאג מאי 27, 2024 5:54 pm

· #563436
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
קהל'ס נער #
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
איז אמת אז פיני גייט מיט ecco שיך?
נעה ער גייט מיט SAS

לאז געמאכט » מיטוואך מאי 29, 2024 12:46 am

· #563615
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
אזוי האט ער געזאגט אין איינע פון זיינע ערשטע פאדקעסט

צקון לחש » מיטוואך מאי 29, 2024 9:44 am

· #563633
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
לאז געמאכט #
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
אזוי האט ער געזאגט אין איינע פון זיינע ערשטע פאדקעסט
איך האב נעכטן געוואטשט א געוואלדיגע עפיזאד פון אלי וועבער'ס פאדזיטיוויטי פאדקעסט, און איך בין דארט געוואויר געווארן אז ער איז אויך סינגל.
אפשר טאקע וועט פראגרעס ביי אונז קומען דוקא דורך די טייערע בחורים שלא טעמו טעם ווייב און קינדער, און ממילא האבן נישט וואס מורא צו האבן!

קידוש » מאנטאג יוני 3, 2024 12:16 am

· #564081
Re: אידישע אונטערהאלטונג מארקעט
צקון לחש #
לאז געמאכט #
א גוט יאר #
איז אמת אז פיני איז נאך א בחור?
אזוי האט ער געזאגט אין איינע פון זיינע ערשטע פאדקעסט
איך האב נעכטן געוואטשט א געוואלדיגע עפיזאד פון אלי וועבער'ס פאדזיטיוויטי פאדקעסט, און איך בין דארט געוואויר געווארן אז ער איז אויך סינגל.
אפשר טאקע וועט פראגרעס ביי אונז קומען דוקא דורך די טייערע בחורים שלא טעמו טעם ווייב און קינדער, און ממילא האבן נישט וואס מורא צו האבן!
יאפ, אלי אז אן אויר,

ער טוט וואס ער פיעלט איז ריכטיג ( באמת דעזערווט ער אן אשכול פאר זיך)