שאלתיאל #
אלפא #
קורקלענד #
אז דו ביסט אזוי זיכער אפמאך. לאמיר זעהן וואס די פרייז פון אפמאך איז. ביי מיר איז קיין ספק נישט אז ווען נישט ישראל זאל האבן צוריקגעגעבן שליט אין אויסטויש פאר טויזנט טעראריסטן וואלט אקט. 7 קיינמאל נישט פאסירט. און אויב גייט ישראל יעצט איינגיין אויף א אפמאך וועלן 'אפשר' צוריקקומען אפאר לעבעדיגע משכונות. אבער בלי ספק אז ס'וועט אויסגעטוישט ווערן אין די קומענדיגע יארן פאר אסאך מער טויטע.
שליט'ס אפמאך איז א באזונדערע דעבאטע.
אבער ווען מדנ"י וואלט געווען מער וואכזאם מיט זייערע סעקיוריטי אויפן טאג וואלט אקט. 7 אויך נישט געשען.
און דאס איז אודאי נוגע לגבי דעם דיון פון א יעצטיגן אפמאך. אפי' אויב עס גייט מעגליך אינסענטיווייזן מער ווייעלענס בעתיד, איז אבער אויך זיכער אז מדנ"י האט זיך (האפענטליך) געלערנט דעם לעקציע נישט צו פארנאכלעסיגן זייער סעקיוריטיס, וממילא איז עס אסאך ווייניגער אויספירבאר, און דערפאר אסאך מער בגדר ספק, ואין ספק מוציא מידי ודאי.
ובכלל דארף גענומען ווערן און באטראכט דאס אז שליט איז געווען א זעלנער משא"כ די זענען ציווילע - און די מדינה האט א גרעסערע התחייבות כלפי זיי.
(מיכאל אברהם ברענגט ארויס די נקודות.)
דווקא וועדת שמגר האט קובע געווען אז אין די נושא פון חטופים איז די מחויבות פון די מדינה קודם כל פאר א חייל און נאכדעם פאר ציווילע
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7%A2%D7%93%D7%AA_%D7%A9%D7%9E%D7%92%D7%A8_(%D7%A4%D7%93%D7%99%D7%95%D7%9F_%D7%A9%D7%91%D7%95%D7%99%D7%99%D7%9D_%D7%95%D7%A0%D7%A2%D7%93%D7%A8%D7%99%D7%9D)
די סוגיא פון פארהאנדלוגען (Nagotiatins בלע"ז) איז אין אלגמיין א גאר שווערע און קאמפליצירטע נושא.
ווען דו זיצט מיט א צד שכנגד ביים טיש איז געווענטליך דא הונדערטער סיבות און אומשטענדען פאר די ספעציפישע פאזיציעס וואס צדדים פארלאנגען.
וועדות שמגר האט מצייר געווען די ישראלישע פאזיצע אין א עולם המחשבה. בעולם המעשה איז דא אנדערע גורמים וואס זענען משפיע. כמעט אלע וואס שרייען יעצט "עסקת שליט", זענען דאמאלטס געווען צי בעד, צי זענען געווען שטיל.
די מצב דעמאלטס מיט 1 חייל חטוף, און ישראל איז געווען און א רעלעטיווע שטארקע פאזיציע, אוןהאט געדארפט די פרעסטידזש (+די ביטחון וואס דו דארפסט געבען בשעת א גיוס חובה) און רוב גורמי ביטחון זענען געווען בעד די עיסקה. אשע"כ האבן זיי געקענט מסכים זיין צו די הויכע פרייז.
ביי די ערשטע עיסקה איז די פרייז נאך געווען נידריג, וועגן די הויכע נאמבער פון 250 חטופים, און א מלחמה, און פרעשור פון די וועלט חאמאס איבער די פרויען און קינדער, און נאך וואס קאטאר האט זיי מבטיח געווען אז די עיסקה, גייט ענדיגען די מלחמה.
סאיז קלאר אז נאך די פאריגע דיעל גייט חאמאס אנהאלטען זייער פאזיציע איבער די חטופים, וויסענדיג אז דאס איז זייער לעצטע ביטוח איבערצולעבען.
עכשיו, ישראל האט מער ווייניגער פארלוירען זייער הרתעה אויף כמעט אלע פראנטען. פאר נתניהו ארויסצולאזען יעצט אפאר גרויסע מנהיגים (די טויזענטער "קליינע מחבלים", קען מען זיך אן עצה געבען) וואס וועט געבען פאר די פאלעסטינער נאך א סינוואר, אדער אראפאט (אפילו א פרידליכער) וואס קען זיי ציזאמנעמען, איז אן אסון פאר די רעכטע אידעלאגיע אז פאר פאליסטינער קומט זיך נישט קיין אייגענע לאנד. אשר על כן דארף ער אנגיין מיט די מלחמה עד הסוף.
די איינציגסטע אופן וואס זיי קענען זיך ערלויבען אויסליידיגען די בית הסוהר איז אויב סקומט ארויף א נייע גאווערמענט און איז מסכים פאר א פאליסטינער לאנד (און קען אפילו אריינשטעלן
מרואן ברגותי , און פארהאנדלען מיט אים) וואס וועט ענדיגען די קאפיטעל היסטאריע.