☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)

איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17054

berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2024 1:56 am

· #562622
איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
רבותיי דערשרעקטס ענק נישט. איך האב נישט געזאגט הלל אום ה' אייר. אויך האב איך נישט געלאזט ארויפהענגען א פאן פון מדינת ישראל אויף דעם בילדינג פון מיין ביהמ"ד.

נו, דאמאלס פארוואס געב איך אפ א שבח והודאה צו הקב"ה אז ער האט באשאפן ציונים, און ציוניזם?
עטץ וועט באלד הערן...!

ס'איז דא א צייט אין א מענטשנ'ס לעבן ווען זאכן גייען נישט אזוי גוט. אדער אזוי גוט ווי מ'וואלט געוואלט. מוז מען אייביג האבן א מענטש אדער א גרופ אויף וועם מ'קען אנלייגן די סיבה פאר אלע צרות און אנטוישונגען (דיס-אפוינטמענטס, בלע"ז).

ס'איז דא א חשוב'ער איד א שטיקל בנש"ק (מגזע מישקאלץ ו'קאסאני ולמעלה בקודש). ער שרייבט א יעדע וואך א קאלום אין די צייטשריפט "מאמענט". זיין קאלום הייסט "לעניית דעתי". דארט שמועסט ער אויס פארשידענע עניינים העומדים על הפרק אין די אידישע געזעלשאפט אין אמעריקע. ער האט שוין אדורכגעווארפן פארשידענע וויכטיגע און נישט אזעלכע וויכטיגע עניינים. מערסטנס זוכט ער און טרעפט "חטאים" בי אידישדע קינדער. און ער זוכט א תיקון.

ער האט אנגעהויבן מיט דעם אומ-פארשטענדליכן (פאר איהם) מנהג אז יונגעלייט פון דעם היינטיגן יונגערן דור (ווער דען די אלטע אידן?) האבן זיך איינגעפיהרט אז זיי מאכן א וואכנאכט אין הויף. פארשטייצעך מיט דעם גאנצן קלאפערגעצייג. א בארביקיו און ביר. ער פארציילט א מעשה אז א יונגערמאן האט איהם אנגערופן (אזוי ווי אייביג) און געפרעגט...פארוואס זיין (דעם יונגערמאנ'ס) טאטע איז נישט געקומען צו די וואכנאכט ווען ער האט געהערט אז מ'מאכט עס אין הויף. פרעגט דער יונגערמאן..."איז עס דען אן עבירה צו מאכן א וואכנאכט אין הויף?!. הרב בערגער געט איהם א גאנצן הסבר אז...ס'פאסט נישט. אוו ס'זעהט אויס פראסט...! נאכדעים איז געקומען די מערכה אקעגן די נייע סטייל פון הויכע שטריימלעך. פון דעם האט ער געהאט פרנסה א פאר וואכן. (אפשר חדשים). נאר ס'קומט אמאל א צייט ווען ס'איז נישט דא קיין ערנסטע זאכן איבער וואס צו שרייבן. אט אויף דעם האט דער אייבישטער באשאפן א גרופ וואס עקזיסטירט שוין נישט היינט (בחסדי השי"ת). און ווען ס'איז א ביסל א סלאו דעי. א שטאאטער טאג אין די נייעס. מ'מוז דאך אבער צו שטעללן א קאלום פאר'ן צייטונג. נעמט מען אפיהר די ציונים. אמאל טרעפט זיי הרב בערגער ביי די גרעניצן פון אוקריינע. וואו זיי באהאלטן זיך און זיי רעדן צו די אידישע פליטים צו גיין קיין מדינת ישראל. אן אנדערס מאל שרייבן זיי (די ציונים) אריין אן אות אין א ליובאוויטשער ספר תורה. (אלעס שרעקליכע זאכן). און מ'האט (ב"ה) איבער וואס צו שרייבן.

די פארגאנגענע וואך (פ' אמור תשפ"ד) האט הרב בערגער געברענגט אין זיין קאלום א באריכט פון איינעם אן איזראעלישן זשורנאליסט מיט דעם נאמען הילל פולד. דער הילל פולד איז א ציוני, פארשטייצעך. ער האט גערופן אלע אידן פון אמעריקע איבערלאזן זייערע הייזער און פארמעגנס און גיין וואוינען קיין מדינת ישראל. וועגן דעם שרעקליכן אנטיסעמיטיזם וואס הערשט דא. און אז א איד קען שוין מער נישט וואוינען אין אמעריקע.

הרב בערגער ברענגט דארט ארויס עטליכע גאנץ גוטע נקודות. נאר ער וואלט געקענט מאכן די זעלבע נקודות אן אריינמישן די ציונים. ווייל דאס אריינמישן די ציונים אין א יעדע זאך איז נישט מער ווי דעמאגאגיע. און אפשר אפעלירן צו א קליינע גרופ פון ליינערס וועלכע זענען געשלאפן ביז איצט. אדער האבן זיי געוואוינט אויף די לבנה.

נאך איין זאך. ערב יום כיפור ביי כפרות שלאגן זאלט איהר אויך נעמען די ציונים. כ'מיין איהר זאלט נאכאלץ נעמען א תרנגול א זכר. נאר ביי זה חליפתי זאלט איהר זאגן א ביסל אן אנדער'ן נוסח.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2024 6:30 am

· #562632
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
איך דאוון אין א ביהמ"ד וואו מ'לאזט מיך אריין. נאר ס'איז געווען א מדובר אום ה' אייר. נאכדעים וואס מ'האט געבענטשט פון די סעודה פון ג' אייר. וואס האט זיך אריינגעצויגן ביז ד' אייר ווען ס'געפאלט אויס די יארצייט פון הרה"צ מ'שארמאש זצוק"ל. כידוע. ווי כ'האב שוין דערמאנט אין אן אנדערן אשכול אז דער אייבישטער היט אויס די צדיקים. ס'זענען דא יארצייטן פון צדיקים אום ג' אייר, ד' אייר און ו' אייר. נאר נישט (ח"ו) אום ה' אייר. רחמנא ליצלן מהאי דעתא. שוין. וואו האמיר געאהאלטן? יא, בקיצור, ס'איז געווען א מדובר אז מ'זאל ארויסלייגן דעם דגל הטמא פון די מדינה של גהינום אום ה' אייר אויפ'ן דאך פון אונזער ביהמ"ד. איך האב מיך שטארק אקעגנגעשטעלט.

אויך האב איך פונקט געדאוונט פאר'ן עמוד יענעם יום המר והנמהר. איך האב אויסגעלאזט די הויכע שמו"ע מיט דעם באקאנטן נוסח...המברך את עמו ישרא---ל בשל----לום. דער עולם שרייט ...יתגדל, נו, יתגדל. און איך האב אנגעהויבן צו זאגן תחנון...בקיצור דער עולם האט נישט געהאט קיין ברירה...!

איך ווייס וואס פארא קשיא דער עולם וועט פרעגן. איך בין גרייט צו ענטפערן א תירוץ...!

היימלינד » זונטאג מאי 19, 2024 2:53 pm

· #562684
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
מזל טוב צום 20'סטיגן אלף'ל
יעזור השי"ת כהנה וכהנה
לאנגע געזונטע יארן

עסן עסט זיך » זונטאג מאי 19, 2024 7:29 pm

· #562714
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
אי לאו האי יומא...

משהאהרן » זונטאג מאי 19, 2024 7:41 pm

· #562715
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
[ציטאט אראפגענומען]
מי המחבר?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2024 8:53 pm

· #562721
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
עסן עסט זיך #
אי לאו האי יומא...
מ'קען שרייבן גאנצע חיבורים אויס-צו פולן די בלענקס...!

berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2024 8:56 pm

· #562722
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
משהאהרן #
[ציטאט אראפגענומען]
מי המחבר?
און , דער עיקר, איבער וואס רעדט זיך עס. כ'ווייס וועגן ציונות. נאר א ביסל מער באריכות. דער שוואונג פון דעם ביכל. וואואהין ציעלט דער מחבר? וואס איז זיין אידעאלאגישע שטעלונג?!

berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2024 9:09 pm

· #562724
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
[ציטאט אראפגענומען]
איכ'ל דיר ענטפערן על ראשון אחרון. ועל אחרון מפטיר.

איך האב אויסגעלאזט מיט דעם יו"ט נוסח ווייל איך האב געדענקט אז ס'איז עפעס א יו"ט.נאר ווען כ'האב מיך דערמאנט אז ס'איז דער יום המר והנמהר האב איך דאך פארשטייצעך נישט געקענט זאגן הלל. כ'האב געוואלט זאגן יתגדל און פארן ווייטער. נאר איך האב מיך דערמאנט אז די דיינים פון בית דין צדק ד'ראדני האבן געפסק'נט אז אין דעם יום המר והנמהר (איך וויל אפילו נישט ארויסשרייבן דעם טאג, רח"ל) זאל מען זאגן קדיש . אפילו ווען ס'איז דא ברית. א זאך ואס איז אקעגן א בפירוש'ע הלכה. זיי טענה'ן אז די רבי זי"ע האט אויך אזוי געטון. דאס איז נישט אמת. איך האב געזעהן אין א ספר אז אמאל איז געווען א ברית ביי דעם מנין פון רבי'ן. און דער בעל תפילה האט געענדיגט שמו"ע איז ער געבליבן שטיין. די רבי האט איהם געהייסן זאגן יתגדל. נאכ'ן דאווענען איז ער צוגעגאנגען פרעגן דעם רבי...די רבי ווייסט דאך וואספארא טאג ס'איז היינט...? האט איהם די רבי געענטפערט...וועגן זיי זאל איך משנה זיין א הלכה...!
דער ראש הקהל האט געוואלט אויפהענגען דעם פאן פון מדינת ישראל. איך האב נישט געלאזט. איך האב מוחה געווען. איך האב איהם געזאגט...איך האב דא א פאלעסטינער פאן. הענג דאס ענדערש אויף...!

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 20, 2024 3:48 pm

· #562804
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
אנאנים: לגבי וואוינען אין ארץ ישראל און הנאה האבן אז ס'איז דא א אידישע מדינה און קוקן אויף דעם פאקט פון מדינת ישראל אלס אן הצלה פורתא/אתחלתא דגאולה איז איין זאך. נאר אפווענדן דעם ויואל משה פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט און אפפרעגן די אלע הלכה'דיגע מקורות וואס דער מחבר ברענגט דארט דארף ער זיין א גרעסערער גאון ווי דער סאטמערע רבי. נו, איך בין גרייט צו הערן...!

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 20, 2024 10:38 pm

· #562861
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
berlbalaguleh #
איך האב מיך דערמאנט אז די דיינים פון בית דין צדק ד'ראדני האבן געפסק'נט אז אין דעם יום המר והנמהר (איך וויל אפילו נישט ארויסשרייבן דעם טאג, רח"ל) זאל מען זאגן קדיש אפילו ווען ס'איז דא ברית. א זאך ואס איז אקעגן א בפירוש'ע הלכה. זיי טענה'ן אז די רבי זי"ע האט אויך אזוי געטון.

קענסט דאך דעם ווערטל (כ'מיין עס איז שוין געשטאנען אין מילתא דבדיחותא אשכול, אבער מקובלני מפי ר' זקינינו ר' בערל אז חזר'ן איז נישט קיין פעלער), אז אין א סאטמארע שול איז אמאל געווען א ברית אום ה' אייר, און דער עולם איז געווען שטיל נאך שמו"ע, נישט וויסנדיג וואס צו טון, האט זיך איינער אנגערופן אז מען זאגט תחנון צוליב די מדינה, עס שטייט דאך בפירוש "בין שהוא בן ברית" - סיי אויב עס איז דא א ברית, "ובין שאינו בן ברית" - און סיי אויב נישט, אבער "מדינה של גיהנם" - עס איז דאך דא די שרעקליכע מדינה ה"י עפ"ל אראנדז"ש לעמא"ן.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 20, 2024 10:40 pm

· #562862
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
איך האב ערשט יעצט געליינט דעם אשכול, כ'האב געמיינט אז לכבוד די 20 טויזענסטע הודעה וועסטו שרייבן א ייש"כ פאר די ציונים אז אין זייער זכות ביסטו אנגעקומען צו אזא מספר פון די תגובות, ווייל אי לאו האי יומא, וועניש די ציונים, וואלסטו נאך מסתמא געהאלטן ביי קנאפע 3,000 תגובות... 😂 😎 (אוטש איך וויל נישט שטעכן אבער האמת ניתן להיאמר...)

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 21, 2024 1:08 am

· #562870
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
היימלינד #
מזל טוב צום 20'סטיגן אלף'ל
יעזור השי"ת כהנה וכהנה
לאנגע געזונטע יארן
אמן: אי"ה ביי דיר אויף שמחות...!

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 am

· #562871
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
שמעקעדיג #
איך האב ערשט יעצט געליינט דעם אשכול, כ'האב געמיינט אז לכבוד די 20 טויזענסטע הודעה וועסטו שרייבן א ייש"כ פאר די ציונים אז אין זייער זכות ביסטו אנגעקומען צו אזא מספר פון די תגובות, ווייל אי לאו האי יומא, וועניש די ציונים, וואלסטו נאך מסתמא געהאלטן ביי קנאפע 3,000 תגובות... 😂 😎 (אוטש איך וויל נישט שטעכן אבער האמת ניתן להיאמר...)
הרב שמעקעדיג: ס'איז א שותפות. די ציונים מיט (להבדיל?) די נטורי קרתא. מיט די ציונים אליין וואלט איך נישט אנגעקומען קיין 20,000.

היימלינד » דינסטאג מאי 21, 2024 11:41 am

· #562891
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
berlbalaguleh #
הרב שמעקעדיג: ס'איז א שותפות. די ציונים מיט (להבדיל?) די נטורי קרתא. מיט די ציונים אליין וואלט איך נישט אנגעקומען קיין 20,000.

מהר"א האט זיכער צוגעהאלפן

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 21, 2024 3:02 pm

· #562899
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
זיין זכות האט מגין געווען...א גוטן פורים...!

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 24, 2024 2:20 pm

· #563238
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
[ציטאט אראפגענומען]

זיכער: ס'איז פונקט אזוי ווי ווען איינער גייט דאווענען אין סקווירא פאר'ן עמוד און ער זאגט נישט "קעיץ" משיחעי. מער פעלט איהם נישט.

צוויי » זונטאג מאי 26, 2024 12:11 am

· #563273
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז טאקע געווען מיט דיר, אדער ס'איז געווען נאך א מחוצף וואס האט זיך דערוואגט צו טאן אזאנס..?!?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2024 12:34 am

· #563274
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
דו מיינסט איך בין דער איינציגער: ס'דא נאך מענטשן מיט א שטיקל סענס אוו היומאר. דו דארפסט נישט זיין אזוי שטארק אנגעצויגן. ווען איינער וויל נישט זאגן תחנון אדער ער וויל זאגן הלל ווערט ער נאכנישט קיין מחוצף.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2024 12:42 am

· #563275
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
א גוטע וואך: היינט אז אונז האמיר געהערט די בשורה מרנינה אז הרב חיים שלמה בערגער שליט"א האט מיט מזל געמאווט קיין קאסא גראנדע, אריזאנא דארפן מיר מתפלל זיין אז די ציונים (אדער די ליובאוויטשער) זאלן נישט אויסגעפונען. ווייל זיי קענען נאך (ח"ו) אהין גיין.

אפשר איז יא כדאי איהנצושיקן א פאר ציונים. אין פאל הרב בערגער וועט האבן א "סלאו דעי". וועט ער דאך האבן איבער וואס צו שרייבן.

בידערווייל באהאלטן זיי זיך ביי די גרעניצן פון אוקראינע. און זיי גייען אויך צו די ליובאוויטשער הכנסת ס"ת.

איך אויך » זונטאג מאי 26, 2024 6:08 am

· #563288
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
נארישע סטמארע געבעקס, איך בין דיר מבטיח בהן צדקי אז הרה"ק מהרי"ד מבעלזא האט דאס קיינמאל נישט געזאגט (און אויך נישט א גאנצע לאוד פון סאטמארע קרעפ וואס זיי פארציילן נאך בשמו).

אינטערסאנטער » מאנטאג מאי 27, 2024 1:52 pm

· #563383
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
נאכ'ן זען די קליפס פון לג בעומר ווי די פאליציי שיסט עלטערע אידן פאר גארנישט און פארנישט, שוין נאכ'ן פארכאפן די אידן, דאנק איך דעם אייבערשטן פאר'ן נישט צולאזן ציונות ביז תש"ח, און איך בעט אז די קליפה זאל בטל ווערן, די אמאליגע ענגלישע פאליציאנטן זאלן צוריק קומען צו ארץ ישראל ביז משיח'ס טאג.

עס האט נישט קיין שום הגיון און קיין שום פארענטפערונג די אויפפירונג פון די פאליציי.

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג מאי 27, 2024 1:55 pm

· #563385
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
אינטערסאנטער #
נאכ'ן זען די קליפס פון לג בעומר ווי די פאליציי שיסט עלטערע אידן פאר גארנישט און פארנישט, שוין נאכ'ן פארכאפן די אידן, דאנק איך דעם אייבערשטן פאר'ן נישט צולאזן ציונות ביז תש"ח, און איך בעט אז די קליפה זאל בטל ווערן, די אמאליגע ענגלישע פאליציאנטן זאלן צוריק קומען צו ארץ ישראל ביז משיח'ס טאג.

עס האט נישט קיין שום הגיון און קיין שום פארענטפערונג די אויפפירונג פון די פאליציי.
ווילסט הערן א הגיון? מהאט אנגעזאגט נישט צו קומען פארווואזשע ביסטו געקומען? הא? דארפט פעטש?
די ענגלישע וואלטן אויך געגעבן פעטש

היימלינד » מאנטאג מאי 27, 2024 3:11 pm

· #563403
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
אינטערסאנטער #
נאכ'ן זען די קליפס פון לג בעומר ווי די פאליציי שיסט עלטערע אידן פאר גארנישט און פארנישט, שוין נאכ'ן פארכאפן די אידן, דאנק איך דעם אייבערשטן פאר'ן נישט צולאזן ציונות ביז תש"ח, און איך בעט אז די קליפה זאל בטל ווערן, די אמאליגע ענגלישע פאליציאנטן זאלן צוריק קומען צו ארץ ישראל ביז משיח'ס טאג.

עס האט נישט קיין שום הגיון און קיין שום פארענטפערונג די אויפפירונג פון די פאליציי.
גערעכט אז זיי האבן זיך אויפגעפירט מיט אכזריות, אבער וואס האט דאס מיט ציונות ?

דו בענקסט זיך טאקע צו די ענגלענדער? זעהט אויס אז דו קענסט נישט קיין היסטאריע

yn.NY » מאנטאג מאי 27, 2024 3:17 pm

· #563406

אזוי קוקט מען אויס ווען מקוקט אלעס אן מיט סאטמארע "ציונות גלעזער"...

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?!

גאר אסאך חברה אין די מדינה אליינס האבן עס פארדאמט, און די משטר וואס האט עס געטון איז טאקע געפלויגן.

--

פארמאכן מירון פאר הונדערטע טויזענטע אידן, ווען סאיז נישטא קיין שעלטערס, און סקען פליען מיסעלס אין 15 סקונדעס איז די מאויסט פארשטענדליכע זאך. מ'האט געהייסן קומען און רוב כלל ישראל האט טאקע געפאלגט. מוז אלס זיין די פאר נערישע סאטמארע קנאים וואס הייבן זיך אן שלאגן מיט פאליציי (פארגעס נישט, ס'איז א מצוה אויף וואס זיי קוקן ארויס א גאנץ יאר...), און נאכדעם אז עטליכע משטרה האבן זיך צולאזט, איז מ'ען אינגאנצען פריילעך אז די רבי זי"ע איז געווען גערעכט...

היימלינד » מאנטאג מאי 27, 2024 3:21 pm

· #563407
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
yn.NY #
היימלינד #
אינטערסאנטער #
נאכ'ן זען די קליפס פון לג בעומר ווי די פאליציי שיסט עלטערע אידן פאר גארנישט און פארנישט, שוין נאכ'ן פארכאפן די אידן, דאנק איך דעם אייבערשטן פאר'ן נישט צולאזן ציונות ביז תש"ח, און איך בעט אז די קליפה זאל בטל ווערן, די אמאליגע ענגלישע פאליציאנטן זאלן צוריק קומען צו ארץ ישראל ביז משיח'ס טאג.

עס האט נישט קיין שום הגיון און קיין שום פארענטפערונג די אויפפירונג פון די פאליציי.
גערעכט אז זיי האבן זיך אויפגעפירט מיט אכזריות, אבער וואס האט דאס מיט ציונות ?

דו בענקסט זיך טאקע צו די ענגלענדער? זעהט אויס אז דו קענסט נישט קיין היסטאריע
אזוי קוקט מען אויס ווען מקוקט אלעס אן מיט סאטמארע "ציונות גלעזער"... איך האב דאס שוין ערווענט עטליכע מאל במשך די מערערע ציונות אשכולות, מענטשען כאפן עס אבער נאכאלץ נישט.
ציונות איז א אידיעלאגיע, די אלע התנהגות האט נישט מיט אידעלאגיע, ס'איז אזוי ווי איינער וועט זאגן אז שיטת ויואל משה איז נישט ריכטיג ווייל די סאטמערע זענען [געווען] שלעגערס

דיין צווייטע נקודה קומט נישט אריין בעצם, ווייל אפילו על צד אז די רעגירונג האבן עס געטוען אלץ שנאת הדת וכו' און די איבערגעטריבענע קראפט איז נאר מחמת רשעות, האט עס נאכאלץ נישט קיין שייכות מיט ציונות.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 27, 2024 8:15 pm

· #563450
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
היימלינד: ייש"כ פאר ארויסהייבן די נקודה. נאר כמו שאמרנו. אז ס'איז גוט אמאל צו האבן א פאר ציונים פאר א כפרה. ווען עפעס גייט נישט אזוי ווי געפלאנט קענמען אייביג ארויפווארפן די שולד אויף די ציונים. און זאגן דעם גאנצן פסוק.

yn.NY » דינסטאג מאי 28, 2024 11:19 am

· #563521
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
היימלינד #
yn.NY #
היימלינד #
אינטערסאנטער #
נאכ'ן זען די קליפס פון לג בעומר ווי די פאליציי שיסט עלטערע אידן פאר גארנישט און פארנישט, שוין נאכ'ן פארכאפן די אידן, דאנק איך דעם אייבערשטן פאר'ן נישט צולאזן ציונות ביז תש"ח, און איך בעט אז די קליפה זאל בטל ווערן, די אמאליגע ענגלישע פאליציאנטן זאלן צוריק קומען צו ארץ ישראל ביז משיח'ס טאג.

עס האט נישט קיין שום הגיון און קיין שום פארענטפערונג די אויפפירונג פון די פאליציי.
גערעכט אז זיי האבן זיך אויפגעפירט מיט אכזריות, אבער וואס האט דאס מיט ציונות ?

דו בענקסט זיך טאקע צו די ענגלענדער? זעהט אויס אז דו קענסט נישט קיין היסטאריע
אזוי קוקט מען אויס ווען מקוקט אלעס אן מיט סאטמארע "ציונות גלעזער"... איך האב דאס שוין ערווענט עטליכע מאל במשך די מערערע ציונות אשכולות, מענטשען כאפן עס אבער נאכאלץ נישט.
ציונות איז א אידיעלאגיע, די אלע התנהגות האט נישט מיט אידעלאגיע, ס'איז אזוי ווי איינער וועט זאגן אז שיטת ויואל משה איז נישט ריכטיג ווייל די סאטמערע זענען [געווען] שלעגערס

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?!

גאר אסאך חברה אין די מדינה אליינס האבן עס פארדאמט, און די משטר וואס האט עס געטון איז טאקע געפלויגן.

--

פארמאכן מירון פאר הונדערטע טויזענטע אידן, ווען סאיז נישטא קיין שעלטערס, און סקען פליען מיסעלס אין 15 סקונדעס איז די מאויסט פארשטענדליכע זאך. מ'האט געהייסן קומען און רוב כלל ישראל האט טאקע געפאלגט. מוז אלס זיין די פאר נערישע סאטמארע קנאים וואס הייבן זיך אן שלאגן מיט פאליציי (פארגעס נישט, ס'איז א מצוה אויף וואס זיי קוקן ארויס א גאנץ יאר...), און נאכדעם אז עטליכע משטרה האבן זיך צולאזט, איז מ'ען אינגאנצען פריילעך אז די רבי זי"ע איז געווען גערעכט...
דיין צווייטע נקודה קומט נישט אריין בעצם, ווייל אפילו על צד אז די רעגירונג האבן עס געטוען אלץ שנאת הדת וכו' און די איבערגעטריבענע קראפט איז נאר מחמת רשעות, האט עס נאכאלץ נישט קיין שייכות מיט ציונות.
אונז זאג מיר די זעלבע זאך.

"צינות גלעזער" האב איך מיך באצויגן צו @אינטערסאנטער

kolal1 » דינסטאג מאי 28, 2024 11:52 pm

· #563603
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
וואסע פשט ווערט נישט באריכטעט דא די מארש ביי 18 פארשעי און מאנסי

היימלינד » מיטוואך מאי 29, 2024 1:38 pm

· #563656
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
kolal1 #
וואסע פשט ווערט נישט באריכטעט דא די מארש ביי 18 פארשעי און מאנסי
קענסט באריכטן

אינטערסאנטער » דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:01 pm

· #563785
Re: איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)
סוף טוב הכל טוב #
אינטערסאנטער #
נאכ'ן זען די קליפס פון לג בעומר ווי די פאליציי שיסט עלטערע אידן פאר גארנישט און פארנישט, שוין נאכ'ן פארכאפן די אידן, דאנק איך דעם אייבערשטן פאר'ן נישט צולאזן ציונות ביז תש"ח, און איך בעט אז די קליפה זאל בטל ווערן, די אמאליגע ענגלישע פאליציאנטן זאלן צוריק קומען צו ארץ ישראל ביז משיח'ס טאג.

עס האט נישט קיין שום הגיון און קיין שום פארענטפערונג די אויפפירונג פון די פאליציי.
ווילסט הערן א הגיון? מהאט אנגעזאגט נישט צו קומען פארווואזשע ביסטו געקומען? הא? דארפט פעטש?
די ענגלישע וואלטן אויך געגעבן פעטש
איך דארף דיר אפילו ענטפערן פאר דעם? אז מען איז געקומען האט מען א רעכט צו שיסן עלטערע מענטשן אנשים ונשים אויף די ערד פאר גארנישט און פאר נישט, שוין נאכדעם וואס יענער איז געקייטלט? מען האט א רעכט צו נעמען א געקייטלטער מענטש און סתם האקן אויף זיין קאפ ביז עס שפאלט זיך?

זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער דיין אהבת ישראל זעט זיך דא אן מורא'דיג. יא צו דער זאך נישט צו די זאך, אבי האסט עפעס געענטפערט און געדרייט א טאקינג פוינט.