☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17053

אבימלך » פרייטאג מאי 17, 2024 3:23 pm

· #562587
נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
ק/פ פון אייוועלט

אין די יידישע קהילה אין איראן איז פאראן גרויס זארג איבער די שרעקליכסטע שטראף וואס מען ווארט אויף א יונגן איד דעם קומענדיגן שבת - טויט שטראף.

די באשולדיגונגען קעגן דעם יונגערמאן פון ארום 20 יאר אלט, האט זיך אנגעהויבן נאך א קריגעריי אין וועלכן ער איז געווען פארמישט. אין דעם אינצידענט איז אומגעקומען אן איראנער בירגער.

איצט פאדערט די משפחה פון דעם קרבן , אז דער ייד זאל װערן הינגעריכטעט, און נישט געװאלט אויפגעבן זייער תביעה, אפילו נישט אויף א גרויסע סכום פון אויסלייז געלט, װאס די משפחה פון דעם באשולדיקטן איז גרײט צו צאלן.

זייט מתפלל פאר נתנאל בן ציונה

נעקסט לעוועל » מוצ"ש מאי 18, 2024 11:19 pm

· #562608
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
מהאט עס אפגעשטופט

די גזר דין גייט ארויסקומען מאנטאג
(חדשות מהרגע - ידידיה אפשטיין)

berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2024 1:05 am

· #562612
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר זאל מען קאנטאקטן זייערע גוטע פריינט אין די אידישע קאמיוניטי, די נטורי קרתא. לאמיר זעהן אויב ישראל דויד ווייס וסייעתו זענען וויליג אויסצונוצן זייער גוטע פריינטשאפט מיט די איראנער רעגירונג אויסצולייזן א איד פון טויט שטראף.

אויב זיי קענען דאס אויס'פועל'ן וועל איך אנהייבן מסופק צו זיין אויב ס'איז אפשר יא דא עפעס א תועלת פון זייער לעקן זיך אין מיטשטיין מיט די רוצחים.

איך האלט נאכאלץ אז זיי זענען נישט גערעכט מיט וואס זיי טוען, ווייל אפילו אין בעסטן פאל איז עס אויך א הלכה'דיגע שאלה אויב מ'מעג מדחה זיין איין איד פאר א צווייטן, ווי די גמ' זאגט... "מאי חזית דדמא דידך סימקא מדמא דידי"...!

אמאהלגעקעננט » זונטאג מאי 19, 2024 1:26 am

· #562615
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

געדאנקן » זונטאג מאי 19, 2024 1:27 am

· #562616
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
berlbalaguleh #
אפשר זאל מען קאנטאקטן זייערע גוטע פריינט אין די אידישע קאמיוניטי, די נטורי קרתא. לאמיר זעהן אויב ישראל דויד ווייס וסייעתו זענען וויליג אויסצונוצן זייער גוטע פריינטשאפט מיט די איראנער רעגירונג אויסצולייזן א איד פון טויט שטראף.

Turx האט געזאגט אויף קול מבשר אז נטורי קרתא איז געווען פארנומען דערמיט גאנץ שבת

פעטוועי רבי » זונטאג מאי 19, 2024 4:18 am

· #562630
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
איך האב געהערט פון א קראנטע מקור אז ר' ישראל דוד ווייס פון נטורי קרתא איז געווען פארבינדן מיט איינע פון די הויכראנגיגע מיניסטארן פון איראן, וואס ער האט למעשה ארויסגעגעבן א זאפארטיגע פארלאנג פאר די געריכט אפצושטיפן די הינריכטונג.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל בעארבייט ווערן מעשים לטובה און דער איד זאל געראטעוועט ווערן.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2024 6:33 am

· #562633
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
ווען דער איד וועט ארויסגיין ממות לחיים, אי"ה. באקומט הרב ישראל דויד ווייס ששי אדער מפטיר. און אסטראלאג זכר צפיק לקללה וועט באקומען גלילה. אויב ער קען עס אויסנווייניג.

יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 19, 2024 7:34 am

· #562637
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו

שמעקעדיג » זונטאג מאי 19, 2024 8:05 am

· #562638
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
יאסל ראקאווער #
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו

עקלהאפטיגע תגובה!

שמן למאור » זונטאג מאי 19, 2024 8:13 am

· #562639
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
יאסל ראקאווער #
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
קענען זיין בכלל ארויסגיין? איינער וואס האט נאר איראנער בירגערשאפט קען ארויסגיין?

פרוכט זאפט » זונטאג מאי 19, 2024 9:36 am

· #562642
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
קען איינער אריין קומען קלאר? איז דאס טאקע א בלבול, אדער איז נתנאל טאקע א רוצח??

חב''ד הויזן » זונטאג מאי 19, 2024 10:11 am

· #562643
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
שמעקעדיג #
יאסל ראקאווער #
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו

עקלהאפטיגע תגובה!
איך וואלט נישט געניצט טאקע די אויסדרוק מתחייב בנפשו אבער א פלאץ ווי פארן הרגענען אומדירעקט קען די פאמיליע פארלאנגען טויט שטראף איז נישט קיין פלאץ ווי יומען ביאינגס קענען וואוינען....

פרוכט זאפט » זונטאג מאי 19, 2024 10:14 am

· #562644
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
חב''ד הויזן #
שמעקעדיג #
יאסל ראקאווער #
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו

עקלהאפטיגע תגובה!
איך וואלט נישט געניצט טאקע די אויסדרוק מתחייב בנפשו אבער א פלאץ ווי פארן הרגענען אומדירעקט קען די פאמיליע פארלאנגען טויט שטראף איז נישט קיין פלאץ ווי יומען ביאינגס קענען וואוינען....
אומדירעקט? זעהט אויס די ווייסט עפעס פרטים. קום פליז אריין קלאר

אבימלך » זונטאג מאי 19, 2024 10:33 am

· #562645
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
אינטערסאנט איז, אז זיי האבן פאר'משפט א איד צום טויט, און יעצט זענען דא שמועות אז זייער פרעזידענט איז גאר טויט ....

פעטוועי רבי » זונטאג מאי 19, 2024 12:24 pm

· #562654
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
פעטוועי רבי #
איך האב געהערט פון א קראנטע מקור אז ר' ישראל דוד ווייס פון נטורי קרתא איז געווען פארבינדן מיט איינע פון די הויכראנגיגע מיניסטארן פון איראן, וואס ער האט למעשה ארויסגעגעבן א זאפארטיגע פארלאנג פאר די געריכט אפצושטיפן די הינריכטונג.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל בעארבייט ווערן מעשים לטובה און דער איד זאל געראטעוועט ווערן.
יעצט באשטעטיגט, חוסעין אמיר אבדולאה וואס איז געווען שבת פארבינדן מיט נטורי קרתא.
און לויט שמועות איז ער אויפן פליגער מיט ראאיסי
פונקט ווען מען דארף אים נאך
📎 IMG_1776.jpeg

אלע צוזאמען » זונטאג מאי 19, 2024 12:38 pm

· #562657
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
יאסל ראקאווער #
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
זייער זייער נישט שיין.

נעקסט לעוועל » זונטאג מאי 19, 2024 12:47 pm

· #562659
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
אלע צוזאמען #
יאסל ראקאווער #
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
זייער זייער נישט שיין.
סאיז ווייט פון זיין א גלייכע משל, סאיז אזוי ווי די זאגסט פארן ווילאמסבורגע אידל, ביזסטעך אליינס שולדיג אז די האסט נישט ווי צו וואוינען, איי האסטעך אפילו נישט אריינגעלייגט אין זיינע זאקן, פאר אים מיינט עס איבערלאזן משפחה, פריינד, קאמיוניטי, ביזנעס, אלעס.

ענליך איז דא, די זאגסט אים מתחייב בנפשו, בעפארן טראכטן וואס סגייט אריין פאר אים זעך אויפצוהייבן און אריבערפעקלען ערגעצאנדערשוואו…

און א סייד נאוט, די בארדער אוט אוו איראן איז נישט אזוי גרינג ווי די אמעריקע קאנאדע בארדער, ווער ווייסט אויב סאיז בכלל שייך דורך די טראדיציאנאלע פראצערדורן צו ארויס גיין פון לאנד

שמן למאור » זונטאג מאי 19, 2024 1:19 pm

· #562668
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
[ציטאט אראפגענומען]
די רב האט טאקע אויך אנדערע בירגערשאפט.

אזוי געדענק איך ליינען אין אן אינטערוויו וואס איינע פון די אויסגאבעס האבן געהאט מיט אים.

אלע צוזאמען » זונטאג מאי 19, 2024 1:24 pm

· #562669
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
שמן למאור #
[ציטאט אראפגענומען]
די רב האט טאקע אויך אנדערע בירגערשאפט.

אזוי געדענק איך ליינען אין אן אינטערוויו וואס איינע פון די אויסגאבעס האבן געהאט מיט אים.
אויכעט ווייסט ער אז דערוואגן זאל ער זיך צו פארבלייבן אין א צווייטע מדינה און נישט צירוק אהיים גיין, אלע אידן אין איראן וועלן באשטראפט ווערן.

מילך טראק » זונטאג מאי 19, 2024 1:54 pm

· #562672
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
יאסל ראקאווער #
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
קודם כל סאיז זייער שווער פאר א איד צו אנטלויפען פון איראן, זיי ווילן דאך ווייזן פאר די וועלט אז אידן זענען צופרידן דארט, ווען איינער אנטלויפט וועלן זיי שטראפן די משפחה וואס איז געבליבן דארט,

אבער בככל איז זייער שווער צו זאגן פאר א מענטש צו אנטלויפן פון זיין וואוין ארט , דאס איז די סיבה פארוואס די אונגערישע אידן זענען נישט אנטלויפן אפילו די וואס זיי האבן געוויסט וואס גייט פאר אין פוילן,

אבער אפילו פון ברוקלין איז אזוי שווער ארויסצומופען א פאר מייל ארויס שטעל דיך פאר וואס מיינט מאפן פון א לאנד

פעטוועי רבי » זונטאג מאי 19, 2024 2:15 pm

· #562674
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
ממש לעצטענס
📎 IMG_1777.jpeg

זויער טייג » זונטאג מאי 19, 2024 2:33 pm

· #562680
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
פעטוועי רבי #
ממש לעצטענס
ישראל דוד האט ווייסע זאקן וועגן פאנגעס?

פעטוועי רבי » זונטאג מאי 19, 2024 2:39 pm

· #562681
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
זויער טייג #
פעטוועי רבי #
ממש לעצטענס
ישראל דוד האט ווייסע זאקן וועגן פאנגעס?
ראדני#

היום » זונטאג מאי 19, 2024 3:39 pm

· #562692
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
פרוכט זאפט #
חב''ד הויזן #
שמעקעדיג #
יאסל ראקאווער #
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו

עקלהאפטיגע תגובה!
איך וואלט נישט געניצט טאקע די אויסדרוק מתחייב בנפשו אבער א פלאץ ווי פארן הרגענען אומדירעקט קען די פאמיליע פארלאנגען טויט שטראף איז נישט קיין פלאץ ווי יומען ביאינגס קענען וואוינען....
אומדירעקט? זעהט אויס די ווייסט עפעס פרטים. קום פליז אריין קלאר
וואס איז טאקע די מעשה דארט? ס'איז דא עפעס נאך פרטים ערגעץ?
איך פרעג נאר פאר נייגעריקייט, לגבי העלפן מיט פדיון שביים, און מציל נפש אחת, מאכט עס בכלל נישט קיין נפק''מ.
זיכער דארף מען מתפלל זיין און טיען וואס מען קען נאר.

מילך טראק » זונטאג מאי 19, 2024 4:41 pm

· #562699
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
חב''ד הויזן #

איך וואלט נישט געניצט טאקע די אויסדרוק מתחייב בנפשו אבער א פלאץ ווי פארן הרגענען אומדירעקט קען די פאמיליע פארלאנגען טויט שטראף איז נישט קיין פלאץ ווי יומען ביאינגס קענען וואוינען....
אבי גערעדט, די ביסט נישט אנטלויפן פון אמעריקע ווען מהאט געהארגט מארטין גראסמאן, (איך גלייב אז די וויאנסטו נאך אין ק"ה)
נישט אז איך האלט ח"ו אז ער איז מחיוב מיתה, אבער למעשה איז דא געווען א מעשה רציחה, מקען אויך נישט וואוינען אין א פלאץ ווי מהאגט מענטשן אין קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג.

מילך טראק » זונטאג מאי 19, 2024 4:44 pm

· #562700
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
היום #
[

וואס איז טאקע די מעשה דארט? ס'איז דא עפעס נאך פרטים ערגעץ?
איך פרעג נאר פאר נייגעריקייט, לגבי העלפן מיט פדיון שביים, און מציל נפש אחת, מאכט עס בכלל נישט קיין נפק''מ.
זיכער דארף מען מתפלל זיין און טיען וואס מען קען נאר.
ר משה מארגערעטן זאגט אויף ק"מ אז די משפחה זענען אים געווען שילדיג געלט און ווען ער איז זיי עס געגאנגען אננעמען האבן זיי אים געוואלט הרגענען און בשעתן זיך פארטייטיגען איז איינער פון זיי געשטארבן.

קהל'ס נער » זונטאג מאי 19, 2024 7:03 pm

· #562712
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
יאסל ראקאווער #
א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
פארוואס מיינסטו אז זיי קענען אנטלויפן?

In order to prevent circumvention of emigration restrictions, the Iranian government prevents Jewish families from traveling abroad contemporaneously.[24]

וויקיפדיה

יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 19, 2024 7:24 pm

· #562713
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
איך בין נישט געווען באקאנט מיט די מציאות. שרעקליך!

אז מ'אנעלעזירט שוין יא די מציאות, וואס איז פשט פון די געזעץ? א איד האט נישט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן אנטקעגן איימיצער וואס וויל אים הרג'נען? אזוי ליין איך די מעשה ער האט זיך געקריגט מיט איימיצער און יענער איז ארויס מיט א מעסער קעגן אים אבער ער קען נישט ברענגען קיין עדות אינטער זייער חוקי סדום אויפצוווייזן אז ס'איז געווען נאר און פארטיידיגונג.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2024 9:39 pm

· #562731
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
דאס איז נאר א גאר קליינער טייל פון אויפדעקן דעם שקר און פראפאגאנדע וואס די קראנקע מענטשן בתוך מחנינו ווילן פארקויפן אז די אידן האבן זייער גוט געלעבט אין די מוסלמענישע מדינות. ביז די ציונים זענען געקומען. זיי ברענגען אייביג הרב שמאפלאן. מיט זיינע שטותים.

אט דאס איז א באווייז אז אלעס איז שקר און בלאף . שאריא לא. (די מוסלמעניש געזעץ) זאגט אז א איד אדער (להבדיל) א קריסט איז קיינמאל נישט גערעכט אקעגן א מוסלמעינער.

משה רבקש » זונטאג מאי 19, 2024 9:45 pm

· #562732
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
אבימלך #

זייט מתפלל פאר נתנאל בן ציונה
די איראנער האבן אים פיינט ווייל זיין מאמע'ס נאמען איז 'ציונה'...
מ'ברויך איר צוגעבן א נאמען 'אלטא פיגא'....

ערנסט גערעדט, איך הער אז די ניטורא קרתא פארארבעטן ערנסטע שתדלנות... זיי האבן נאך א אידישע פונק....

אשרי העם » זונטאג מאי 19, 2024 10:22 pm

· #562733
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
פארמעקט

היום » מאנטאג מאי 20, 2024 12:05 am

· #562753
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
אשרי העם #
berlbalaguleh #
דאס איז נאר א גאר קליינער טייל פון אויפדעקן דעם שקר און פראפאגאנדע וואס די קראנקע מענטשן בתוך מחנינו ווילן פארקויפן אז די אידן האבן זייער גוט געלעבט אין די מוסלמענישע מדינות. ביז די ציונים זענען געקומען. זיי ברענגען אייביג הרב שמאפלאן. מיט זיינע שטותים.

אט דאס איז א באווייז אז אלעס איז שקר און בלאף . שאריא לא. (די מוסלמעניש געזעץ) זאגט אז א איד אדער (להבדיל) א קריסט איז קיינמאל נישט גערעכט אקעגן א מוסלמעינער.
דאס אז איר זענט א ציוני און אן ארוני ווייזט שטארק ארויס וואס מהר״א און איר קהלה איז
סאיז א כבוד פאר סאטמאר אייער ניק
#ציוני
#ארויני
דיין הערה דא איז ממש גאר וויכטיג און אויפן פלאץ!
די ברענגסט דאך ארויס אזא ארגינעלער געדאנק אז מקען ממש שפרינגען...
עד כדי כך, אז די דארפסט שוין גארנישט שרייבן זאכלעך... און ס'איז אפילו כדאי צו פארפארן פונעם נושא דא וועגן דעם...

אשרי העם » מאנטאג מאי 20, 2024 12:17 am

· #562754
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
מפעל הצלה רב טוב
📎 IMG_1920.jpeg

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 20, 2024 1:57 am

· #562759
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
אשרי העם #
מפעל הצלה רב טוב
זיי האבן געטוישט די מאמעס נאמען, לאל

אךטוב » מאנטאג מאי 20, 2024 7:39 am

· #562765
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
איז דער איד א שומתומ"צ? וויאזוי איז פון א געפעך אנגעקומען צו טויט????

מילך טראק » מאנטאג מאי 20, 2024 10:08 am

· #562775
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
יאסל ראקאווער #
איך בין נישט געווען באקאנט מיט די מציאות. שרעקליך!

אז מ'אנעלעזירט שוין יא די מציאות, וואס איז פשט פון די געזעץ? א איד האט נישט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן אנטקעגן איימיצער וואס וויל אים הרג'נען? אזוי ליין איך די מעשה ער האט זיך געקריגט מיט איימיצער און יענער איז ארויס מיט א מעסער קעגן אים אבער ער קען נישט ברענגען קיין עדות אינטער זייער חוקי סדום אויפצוווייזן אז ס'איז געווען נאר און פארטיידיגונג.
אין אמעריקא האט א איד אויך נישט קיין שאנסן אקעגן א גוי
וואס מהאט געטון מיט ר שלום מרדכי, און ר שלום ווייס איז נישט געווען בלויז שנאת ישראל ?

איך זעה נישט וואס איז אזוי שרעקליך פון דעי מעשה, ווען מוואלט דן געווען מנחם שטראק מערדער למיתה וואלסטו פארשטאנען, נישט חס ושלום אז סאיז די זעלבע, מקען אבער פארשטיין פארוואס די גוי קוקט עס אזוי אהן

מילך טראק » מאנטאג מאי 20, 2024 12:30 pm

· #562785
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
אשרי העם #
מפעל הצלה רב טוב
סהאט געדוירט א גאנצען טאג זיך צו דערמאנען ווי זיי האבן צען יאר צוריק אוועקגלייגט די שליסלעך פון די רב טוב אפיס

בר גיורא » מאנטאג מאי 20, 2024 1:04 pm

· #562792
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
יאסל ראקאווער #
איך בין נישט געווען באקאנט מיט די מציאות. שרעקליך!

אז מ'אנעלעזירט שוין יא די מציאות, וואס איז פשט פון די געזעץ? א איד האט נישט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן אנטקעגן איימיצער וואס וויל אים הרג'נען? אזוי ליין איך די מעשה ער האט זיך געקריגט מיט איימיצער און יענער איז ארויס מיט א מעסער קעגן אים אבער ער קען נישט ברענגען קיין עדות אינטער זייער חוקי סדום אויפצוווייזן אז ס'איז געווען נאר און פארטיידיגונג.
איז נישט די געזעץ די זעלבע דאהי, אז ווען דו הארגעסט איינעם דארפסטו קענען אויפווייזען אז סאיז געווען סעלף דיפענס?
(איך קען נישט די מעשה דארט. אבער די נקודה פארשטיי איך נישט)

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 20, 2024 3:55 pm

· #562805
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
פעטוועי רבי #
ממש לעצטענס
דער זכות זאלל איהם ביישטיין.(פאר ביידע).

אשרי העם » מאנטאג מאי 20, 2024 5:56 pm

· #562821
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
אינטערוויו: "איראן", א שרעקדיגע ווארט פון די יוגענט, א קאפיטל היסטאריע פון ארויסראטעווען אידן אין איראן / די שווערצערס / דאס אומקום פון דער איראנער פרעזידענט / דער בחור אין אין איראן: הרב אהרן בינער, רב טוב
https://www.yiddish24.com/interviews/12/106272

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 21, 2024 1:59 am

· #562876
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
קהל'ס נער #
אשרי העם #
מפעל הצלה רב טוב
זיי האבן געטוישט די מאמעס נאמען, לאל
נו, ביי רב טוב איז ציונה אויך פסול. ווען ער וואלט געשריבן א גט ביים ביד"ץ פון די עדה החרדית וואלט דער נאמען ציונה אויכעט פסול געווען מתוכו. אראפאט וואלט גוט געווען.

מילך טראק » זונטאג יוני 2, 2024 1:13 am

· #563978
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
עפעס געווארן ?

לעמעלע » זונטאג יוני 2, 2024 3:01 pm

· #564029
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
@ ווערן
מילך טראק #
עפעס געווארן ?
אז די סופרים קאורט האט ליידער נישט אנגענומען די קעיס.

שפילער » זונטאג יוני 2, 2024 3:26 pm

· #564034
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
לאמיר האפן אז נטורי קרתא וועט קענען עפעס מאכן!

מילך טראק » מיטוואך יולי 10, 2024 1:28 am

· #567730
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
עפעס געווארן?

צוויי » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 4:35 pm

· #569320
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
איינער ווייסט ווי ס'האלטן זאכן?
ער לעבט נאך? וואס איז די פלאן? וואס טוט מען פון אונטער די קוליסן?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 5:26 pm

· #569334
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
וואו זענען די נטורי קרתא? אפשר שתדל'ן זיי מאחורי הפרגוד. אויב זיי וועלן קענען אויספועל'ן א ישועה פאר דעם איד וועל איך (א ביסל) טוישן מיין מיינונג איבער זיי. דאמאלס האט זיך (אפשר) געלוינט זייערע משוגע'נע שטיק...!

צוויי » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 6:27 pm

· #569342
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
וויאזוי הייסט ער דער היימישער מידיא'ניסט נייעס פאן טרעגער פונעם ווייסן הויז, וואס נעמט זיך אן פאר נטורי קרתא (איך ווייס נישט אויב ממש, אבער ער איז דערקעגן פון זיי באטיטלען אלס רשעים ארורים...), ער איז עוסק אין די פדיון שבויים קעיס, און מ'וועט ווארטן צו הערן אן אפדעיט פון אים (מעגליך אויף קול מבשר), אפשר וועט ער ווארפן א ליכט איבער די סוגיא פון נטורי קרתא צו זיין האבן געשטערט צו טאקע געהאלפן אין דעם קעיס..

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 8:26 pm

· #569356
Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת
ער הייסט טערקלטויב. ער רופט זיך "טורקס"...!

ער איז דאך אייביג א שטיקל איפכא מסתברא.