☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » Taming the Raging Mind - Gutman Locks

Taming the Raging Mind - Gutman Locks

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17051

פרייוויליג » מיטוואך מאי 15, 2024 3:29 pm

· #562325
Taming the Raging Mind - Gutman Locks
פרישע מהודורה פון די בוך פון רבי גוטמאן לאקס - אדער ווי געוויסע רופן אים די רב הכותל - איז יעצט עוועילעבל צו קויפן אויף עמעזאן.

די בוך איז עוועילעבל פאר א פרייע דאונלאד אנליין. אבער פאר די וואס גלייכן צו ליינען עכטע ביכער, רעקאמאנדיר איך זייער די בוך.

הרב לאקס איז א fascinating איד. די בוך איז הערליכע עצות, תורות, טיפס, פון זיין שטורעמישע לעבן. עס פארמאגט 105 אידישע מעדיטאציע טעכניקס, וואס האט מיך זייער באנומען. זיך דרייענדיג יארן לאנג צווישן גורוס, בודהיסטס, הינדוס אא"וו גייט ער אריין אין באזונדערע סארט מעדיטאציעס, ער צונעמט דאס אויף שטיקער בטוב טעם ודעת. דער איד איז נישט אויפגעוואקסן פרום, מען האט אים אמאל גערופען די סענטראל פארק גורו, ער האט געפאשעט אין אינדיע, ער האט פראבירט יעדע סארט soul searching טעכניק אין דער וועלט, ביז ער איז ענדליך צוריק אהיימגעקומען, צו די שויס פון ה' אלקי ישראל.
📎 Book - Ad (9).jpg

יעקב פאטאש » מיטוואך מאי 15, 2024 10:35 pm

· #562374
Re: Taming the Raging Mind - Gutman Locks
ווי קען מען עס דאונלאדען אנליין?

הוגה » מיטוואך מאי 15, 2024 10:42 pm

· #562376
Re: Taming the Raging Mind - Gutman Locks
האט ער עפעס א שייכות מיט גיל לאקס, די סענטראל פארק גורו, וואס דרייט זיך אויך ביים כותל?

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 15, 2024 11:53 pm

· #562384
Re: Taming the Raging Mind - Gutman Locks
יעקב פאטאש #
ווי קען מען עס דאונלאדען אנליין?
https://www.thereisone.com/TAMING%20new%20Eng%20Edition.pdf

פרייוויליג » דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:32 am

· #562395
Re: Taming the Raging Mind - Gutman Locks
הוגה #
האט ער עפעס א שייכות מיט גיל לאקס, די סענטראל פארק גורו, וואס דרייט זיך אויך ביים כותל?
דער זעלבע מענטש.