☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מוזיק אנקעטע

מוזיק אנקעטע

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17031

הכנה דרבה » זונטאג מאי 5, 2024 12:58 pm

· #560716
מוזיק אנקעטע
ווען האסטו אנגעפאנגען הערן מוזיק אין די ספירה טעג?

א. נאכ׳ן זעהן א היתר אין קאוועשטיבל

ב. נאכ׳ן זעהן א היתר אין אן אנדערע סייט

ג. נאכ׳ן זעהן א היתר אין א ספר

ד. נאכ׳ן אליין דורכטוהן די סוגיא

ה. נאכ׳ן שוואכער ווערן אין חסידישע ענינים/הלכה/אידישקייט בכלליות

ו. איך הער נישט מוזיק אום ספירה

ז. איך הער נישט מוזיק אגאנץ יאר

ח. עפעס אנדערש

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 5:03 pm

· #560747
Re: מוזיק אנקעטע
ו.

דער עקס » זונטאג מאי 5, 2024 5:43 pm

· #560757
Re: מוזיק אנקעטע
ו.

קאווע איד » זונטאג מאי 5, 2024 5:44 pm

· #560758
Re: מוזיק אנקעטע
ו.

הכנה דרבה » זונטאג מאי 5, 2024 6:15 pm

· #560765
אבי מ׳זאגט אז אינטערנעט ברענגט אונטער אידישקייט.

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 6:21 pm

· #560769
Re: מוזיק אנקעטע
@הכנה דרבה ענטפער די אנקעטע.

הכנה דרבה » זונטאג מאי 5, 2024 6:22 pm

· #560770
ד

מנחם מנדל » זונטאג מאי 5, 2024 6:49 pm

· #560776
Re:
הכנה דרבה #
אבי מ׳זאגט אז אינטערנעט ברענגט אונטער אידישקייט.
די חעוורע זענען ממש ניי דא אויף קאווע שטיבל, גיב עס אפאר וואכן...

אגב מאך דא א אנאנימע פאול אזויווי אויף אייוועלט, די ענטפערס וועלן זיין היפש דיפרענד..

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 6:51 pm

· #560777
Re: Re:
מנחם מנדל #
הכנה דרבה #
אבי מ׳זאגט אז אינטערנעט ברענגט אונטער אידישקייט.
די חעוורע זענען ממש ניי דא אויף קאווע שטיבל, גיב עס אפאר וואכן...

אגב מאך דא א אנאנימע פאול אזויווי אויף אייוועלט, די ענטפערס וועלן זיין היפש דיפרענד..
ווי אזוי מאכט מען עס???

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 7:04 pm

· #560780
Re:
הכנה דרבה #
ד
וועלעכע סוגיא...

אפטימיסטיש » זונטאג מאי 5, 2024 7:51 pm

· #560789
Re: מוזיק אנקעטע
ג

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 9:52 pm

· #560815
Re: מוזיק אנקעטע
אפטימיסטיש #
ג
וועלעכע ספר???

היכי דמי » זונטאג מאי 5, 2024 10:18 pm

· #560823
Re: מוזיק אנקעטע
פאר וואס קען מען נישט דא מאכן געהעריגע פאולס אזויווי איי וועלט?

אפטימיסטיש » זונטאג מאי 5, 2024 10:26 pm

· #560824
Re: מוזיק אנקעטע
רב חאצאצאק הקטן #
אפטימיסטיש #
ג
וועלעכע ספר???
שו"ת מקדש ישראל (ר' ישראל דוד הארפענעס) איז מתיר לכתחילה רואיגע ניגונים (וועלכע מאכן נישט טאנצן)

דערהויבענע איד » זונטאג מאי 5, 2024 10:36 pm

· #560828
Re: מוזיק אנקעטע
איך האב אנגעהויבן הערן מוזיק אלס בחור, ווען כקהאב מיר איינגעהאנדלט מיין MP3. פשוט ווייל כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן...

קהל'ס נער » זונטאג מאי 5, 2024 11:58 pm

· #560858
Re: מוזיק אנקעטע
נאכן דורכלערנען הלכות ספירה און נישט טרעפן אין שו״ע אז מען טאר נישט הערן קיין מיוזיק.
די חידוש פון אסר׳ן מיוזיק איז נתחדש געווארען אביסל שפעטער.
און כמובן א ערליכער איד רירט זיך נישט פונעם שולחן ערוך און פארדעם הער איך יא מיוזיק אין ספירה כדי להוציא מלבם של אלו.

א גוט יאר » מאנטאג מאי 6, 2024 10:46 am

· #560902
Re: מוזיק אנקעטע
איך טריי נישט צו הערן,
נישט אייביג געלונגט

בעסער » מאנטאג מאי 6, 2024 4:26 pm

· #560963
Re: מוזיק אנקעטע
ו
חוץ אויב כקוק למשל א ווידיאו און די בעקראנד ארבעט מוזיק
און אזוי אויך חזנות הער איך

מאירפ » דינסטאג מאי 7, 2024 1:00 pm

· #561149
Re: מוזיק אנקעטע
נישטא קיין אפשען פון ספירה טעיפס? אדער די פותח האט אפגעפאסקענט אז ספירה טעיפס איז מוזיק?

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 7, 2024 3:24 pm

· #561188
Re: מוזיק אנקעטע
קהל'ס נער #
נאכן דורכלערנען הלכות ספירה און נישט טרעפן אין שו״ע אז מען טאר נישט הערן קיין מיוזיק.
די חידוש פון אסר׳ן מיוזיק איז נתחדש געווארען אביסל שפעטער.
און כמובן א ערליכער איד רירט זיך נישט פונעם שולחן ערוך און פארדעם הער איך יא מיוזיק אין ספירה כדי להוציא מלבם של אלו.
דער גאנצער איסור פון הערן מיוזיק אין די ימי הספירה איזד נאר פון א "משמעות". אין שו"ע שטייט אז מ'מאכט נישט קיין שמחות אין די ימי הספירה. און ביי שמחות איז דאך (עפ"י רוב) דא מיוזיק. ממילא איז הערן מיוזיק אויך אסור לשיטת האוסרים.

און אפילו לפי שיטת האוסרים איז נאר אסור צו הערן אינסטרומענטאלע מיוזיק. נישט רעקארדירטע. נאר אונז זעמיר (ב"ה) געבענטשט מיט גאר "פרומע" אידן. זיי זארגן זיך אייביג אויב מ'איז יוצא פאר'ן באשעפער.

כספי » מיטוואך מאי 8, 2024 7:50 am

· #561263
Re: מוזיק אנקעטע
ביי קאוויד האבן די קארלין סטאלינער רבנים געפסק'נט אז מ'מעג הערן מוזיק צוליב דעם שווערן מצב, דעמאלטס האב איך געהערט.
כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז זיי האבן עס צוריק געאסר'ט, סאו ביזדערווייל איז עס מותר - אויף זייער חשבון, כמובן.

נפרייליכע מענטש » מיטוואך מאי 8, 2024 10:04 am

· #561268
Re: מוזיק אנקעטע
ו

אייביג פרייליך » מיטוואך מאי 8, 2024 12:06 pm

· #561276
Re: מוזיק אנקעטע
ד . עס ברענגט נישט מיר צו זיין מער בשמחה אין די ספירה טעג אבער עס מאכט מיך זייער אנגענם אין רילעקסט !!!