☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17018
בלאט: 1 2

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך מאי 1, 2024 1:27 am

· #560235
וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
נישט פון יענעם, נאר פון זיך!

ווער פייניגט זיין גוף?

לאמיר יעצט נישט פיליזאפירן צו עס איז ריכטיג אזוי צו נישט.

ווער פאסט אסאך? און איז עוסק אין מיעוט תענוג?

מאנט פון זיך א שטרענגע סדר החיים, שלאפט ווייניג, זיצט נישט באקוועם, שלאפט נישט באקווים וכדומה?
אזוי ווי פארצייטישע רבי'ס.

ביטע קומט אריין מיט נעמען און הסברים

טמיר » מיטוואך מאי 1, 2024 1:59 am

· #560239
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
אמשינוב
רצ"מ זילבערבערג

שפילער » מיטוואך מאי 1, 2024 2:00 am

· #560240
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
ר' מאטל זילבער

יאסל ראקאווער » מיטוואך מאי 1, 2024 2:14 am

· #560242
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
ווי איך פארשטיי ר' מאטל זילבער רייסט גארנישט פון זיך. ער לעבט אין תענוג רוחני. ס'איז א גאר הויכע תענוג. תענוג עמקות המחשבה. די העכסטע תענוג.

די אנדערע קען איך נישט.

שיינע איד » מיטוואך מאי 1, 2024 3:05 am

· #560246
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
באבוב 48
באבוב 45
רב מרדכי שטיינער
זעוויהל

צפת » מיטוואך מאי 1, 2024 3:46 am

· #560250
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
ויז'ניץ מונסי

סקרו דרייוער » מיטוואך מאי 1, 2024 4:59 am

· #560251
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
מאקאווא

ר' גרשון » מיטוואך מאי 1, 2024 6:18 am

· #560252
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
ר' אהרן מסאטמר
ר' זלמן לייב מסאטמר

מן הסתם » מיטוואך מאי 1, 2024 6:47 am

· #560254
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
ר' מענדל הגר מ'מרכז

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 1, 2024 9:23 am

· #560256
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
איך ווייס נישט צו פון זיך. איך קען רעבעס וואס רייסן פון די בעקיטשע. קנעפלעך וכדומה.

yesiknow » מיטוואך מאי 1, 2024 9:51 am

· #560257
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
פטור בלא כלום אי אפשר
י י הגר ויזניץ ולמסבג

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך מאי 1, 2024 11:40 am

· #560262
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
מ'קען נישט סתם שיסן נעמען!
מדארף זאגן וואס יענער רבי טוט.

למשל, סקווירער רבי שליט"א פאסט שובבים, בהב, זיצט נאר ביים שפיץ בענקל, עסט זייער ווייניג

יאסל ראקאווער » מיטוואך מאי 1, 2024 11:51 am

· #560264
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
"למשל, סקווירער רבי שליט"א פאסט שובבים, בהב, זיצט נאר ביים שפיץ בענקל, עסט זייער ווייניג"

דאס הייסט נישט געריסן פון זיך פאר סקווירא רבי. אויב גוט ער אויף די קעדילאק רייסט ער פון זיך. ווילי ער איז קעדלעק סקווירא רבי.

סתם אזוי איז ער ממש א ריזשענער קומט אויס. ער זיצט אויף די שפיץ בענקל פון די קעדילאק. דאס איז א גוטע דזשאוק אויף סקווירא וואס האט זיך געקריגט מיט ריזשין.

יין שרף » מיטוואך מאי 1, 2024 12:35 pm

· #560268
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
למעשה רוב טעג א וואך פאסט סקווירא רבי רוב טאג (טועם ביי א ברית אביסל and that's it).
ער איז אויף ביז 3 צו פיר פארטאגס, און נאכדעם גייט ער שלאפן פאר 3 שעה. ער שטיט אויף יעדע דרייסיג מינוט און וואשט זיך נעגל וואסער און דרייט זיך צוריק וישן ויחלום שנית.

יעדע מאל ער גייט אין ביה"כ גדולים, כאפט ער א טבילה נאכדעם.

עכ"פ he disciplines himself

יאסל ראקאווער » מיטוואך מאי 1, 2024 12:46 pm

· #560269
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
די גוי וואס trade stocks ארום די זייגער, איז אויף ביז שפעט אין גייט נאכאלץ אין gym א יעדן טאג פארטאגס און טרינקט protein drinks טוט די זעלבע דיסיפלין. ער רייסט נישט פון זיך. ער בויט זיך.

רסקווירא רבי רייסט גארנישט פון זיך. ווען וועט ער רייסן פון זיך? ווען ער וועט לאזן אנדערע אידן קויפן פראפערטי אין די מייל ארום סקווירא שטעטל.

היום » מיטוואך מאי 1, 2024 12:55 pm

· #560270
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
מן הסתם #
ר' מענדל הגר מ'מרכז
די מיינסט אודאי אויף דעם אז ער האט זיך געלאזט בינדן…

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך מאי 1, 2024 1:13 pm

· #560272
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
יאסל ראקאווער #
די גוי וואס trade stocks ארום די זייגער, איז אויף ביז שפעט אין גייט נאכאלץ אין gym א יעדן טאג פארטאגס און טרינקט protein drinks טוט די זעלבע דיסיפלין. ער רייסט נישט פון זיך. ער בויט זיך.

רסקווירא רבי רייסט גארנישט פון זיך. ווען וועט ער רייסן פון זיך? ווען ער וועט לאזן אנדערע אידן קויפן פראפערטי אין די מייל ארום סקווירא שטעטל.
מיש נישט קיין יוצרס.

ער קען זיין ראנג אויף איין זאך אדער אויף צוואנציג זאכן, אבער איך מיין אז פאסטן און זיך פיינינגן הייסט געריסן פון זיך, אפילו ער קען האבן אומריכטיגע מיינונגען.

די וויזניצע סאטמארע באבובע ספינקע רבי'ס פאסטן אויך?

דער אלטער סאטמער רבי דער ויוא"מ זצ"ל מיין איך פלעגט אויך פאסטן און אויף זיין. זיין מ"מ דער ברך משה זצ"ל ווייס איך שוין נישט. און וואס איז מיט די היינטיגע?

צועקים וזועקים » מיטוואך מאי 1, 2024 1:19 pm

· #560273
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
טראל נישט!
מנהל

יאסל ראקאווער » מיטוואך מאי 1, 2024 1:19 pm

· #560274
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
די ויואל משה האט נישט געדארפט פאסטן. ער האט זיך געריסן דורך זיצען איבער א ספר פאר שעות אריכות מיט מסירות נפש. אבער פארשטייט זיך כאטש דאס איז שווערער ווי נישט עסן האט ער נישט געריסן פון זיך דערמיט. ער האט זיך געבויט!

אויב די פארשטייסט נישט מיין נקודה, גיי איך דיר עס נישט קענען מסביר זיין. ווער ס'פארשטייט וואס איך זאג זאל מיך ביטע לייקן דא.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 1, 2024 4:38 pm

· #560292
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
יאסל ראקאווער #
ווי איך פארשטיי ר' מאטל זילבער רייסט גארנישט פון זיך. ער לעבט אין תענוג רוחני. ס'איז א גאר הויכע תענוג. תענוג עמקות המחשבה. די העכסטע תענוג.

די אנדערע קען איך נישט.
יא: אבער דער פותח האשכול האט געפרעגט איבער אן אדמו"ר וואס איז מסגף זיין גוף. ער געט זיך נישט נאך אלע תענוגים. ווי געוויסע "רעבעס" וואס אונז קענען...קע"ה.

שפילער » מיטוואך מאי 1, 2024 4:38 pm

· #560293
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
יאסל ראקאווער #
ווי איך פארשטיי ר' מאטל זילבער רייסט גארנישט פון זיך. ער לעבט אין תענוג רוחני. ס'איז א גאר הויכע תענוג. תענוג עמקות המחשבה. די העכסטע תענוג.

די אנדערע קען איך נישט.
מען קימט צו צו דעי תענוג נאר נאכן רייסן פון זיך אנדערש גייט עס נישט

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך מאי 1, 2024 4:43 pm

· #560295
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
יאסל ראקאווער #
די ויואל משה האט נישט געדארפט פאסטן. ער האט זיך געריסן דורך זיצען איבער א ספר פאר שעות אריכות מיט מסירות נפש. אבער פארשטייט זיך כאטש דאס איז שווערער ווי נישט עסן האט ער נישט געריסן פון זיך דערמיט. ער האט זיך געבויט!

אויב די פארשטייסט נישט מיין נקודה, גיי איך דיר עס נישט קענען מסביר זיין. ווער ס'פארשטייט וואס איך זאג זאל מיך ביטע לייקן דא.
פון וועלכע תקופה אין זיין לעבן רעדסטו? דאהי אין אמעריקא?
וועלכע שעות אין טאג/נאכט?
וויפיל שעה?
וואס מיינט "מיט מסירות נפש"?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 1, 2024 4:47 pm

· #560297
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
יין שרף #
למעשה רוב טעג א וואך פאסט סקווירא רבי רוב טאג (טועם ביי א ברית אביסל and that's it).
ער איז אויף ביז 3 צו פיר פארטאגס, און נאכדעם גייט ער שלאפן פאר 3 שעה. ער שטיט אויף יעדע דרייסיג מינוט און וואשט זיך נעגל וואסער און דרייט זיך צוריק וישן ויחלום שנית.

יעדע מאל ער גייט אין ביה"כ גדולים, כאפט ער א טבילה נאכדעם.

עכ"פ he disciplines himself
יין שרף: איך בין אויך אויף ביז 3 אדער 4 אזייגער פארטאגס (איך שרייב אויף קאווע שטיבל). איך גיי אויך קטנ'ען אינמיטן די נאכט. איך גיס אפ נעגל וואסער. און איך בין מקיים דעם ויישן ויחלום שנית. דערפאר ביניך נאך נישט קיין "העיליגער איד". או. קעי.. דער עולם כאפט נישט שיריים פון מיר. ווייל איך לאז גארנישט איבער. איך עס אלעס אויף. כ'האב ב"ה א גוטן אפעטיט. דאס אלעס מאכט מיר נאכנישט פאר א העיליגן איד.

הכנה דרבה » מיטוואך מאי 1, 2024 4:52 pm

· #560299
חורחה מריו ברגוליו גאב״ד וואטיקאן סיטי הייסט צו זיין א גרויסער מסגף, ס׳דרייען זיך ארום שמועות אז ער פראוועט פרישות שוין יארן.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 1, 2024 5:00 pm

· #560301
Re:
הכנה דרבה #
חורחה מריו ברגוליו גאב״ד וואטיקאן סיטי הייסט צו זיין א גרויסער מסגף, ס׳דרייען זיך ארום שמועות אז ער פראוועט פרישות שוין יארן.
נאר וואס ער (און די אנדערע גלחים) טוט ווען א יעדער גייט שלאפן פארציילט מען נישט.
ס'איז דא כמה מעשיות פון די תלמידי בעש"ט הק' מיט גלחים וועלכע האבן זיך "מסגף" געווען. און מ'האט זיי געכאפט אז זיי פאפן אפ די וועלט.

הכנה דרבה » מיטוואך מאי 1, 2024 5:01 pm

· #560302
זייער גוט, יעצט פיר אויס, משא״כ סקווירא רבי…

פתחו לי » מיטוואך מאי 1, 2024 5:07 pm

· #560305
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
יש כאלו וואס האבן געוויסע מנהגים, דאס הייסט ביי געוויסע געריסן פון זיך.
עס איז דא וואס רייסן פון זיך, אבער עס איז נישט קיים פאבליק אינפארמעישען.

איך בין לעצטענס געהערט פון א משמש ביי א רבי'ן פריוואט, וויפיל ער האט זיך געמוטשעט מיט א געוויסע ענין, וואס דער רבי האט זיך נישט געלאזט באקוועם מאכן בשום אופן.
אבער ביי די חסידים ווייסט קיינער גארנישט.
ווייל עס איז בינו לבין קונו.

צו דער רבי זיצט אין א קעדילאק? קען זיין. אבער ברבים מוז ער נישט זיצען אויף א שפיץ בענקל, אבער דארט ווי ער רייסט פון זיך דארף עס אויך נישט זיין דוקא ברבים.

איך קען פשוט'ער אידן, וואס רייסן אויך פון זיך, דארט ווי עס איז נישט דוקא ברבים.

פארציילט מען אויף א איד וואס פרעסט פיצא שבת ביים סעודה.
ווייל זיין טאטע האט געארבייט אויף זיך, און נישט געגעסן שבת קיין פלייש, ווייל ער האט עס זייער זייער געגליכען, דער בן, ההולך בדרכיו (....) עסט אויך נישט, הגם ער גלייכט עס גראדע נישט.
ממילא פרעסט ער פיצא.

רייסן פון זיך איז כמעט נאר בינו לבין קונו.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 1, 2024 5:12 pm

· #560307
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
פתחו לי: איך וואלט מיך אויך זייער שטארק געוואלט "מסגף" זיין מיט א פיצא. און ליתר שאת נאך צו עסן אן אייז קריעם.

סתם אזוי » מיטוואך מאי 1, 2024 11:36 pm

· #560382
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
קלויזענבורגער רבי פין בארא פארק פאסט יעדע איינציגסטע טאג! ער דאווענט שחרית,מנחה, מעריב אינאיינעם, אין נאכדעם פאסט ער אויס.

ראדני » דאנערשטאג מאי 2, 2024 12:25 am

· #560396
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
מהר״א מסאטמאר רייסט פון זיך, ער איז מרא דאתרא איבער א שטאט מיט מסירת נפש כאטשיג וואס א גרויס חלק פון דער עולם וויל עים נישט.

מהרז״ל מסאטמאר רייסט פון זיך, איעדע יאר כ״ו אב גייט ער צום ציון פונעם עלטער פעטער כאטש וואס מען באווארפט עים מיט שטיינער, נעבעך נעבעך.

בעלזא רבי רייסט פון זיך, ווען ער זעהט א צובראכענע איד געט ער עים אריין אין באבע׳ן באבע׳ן, כאטש ס׳קומט עים אן זייער שווער צי זיין אזוי קאלט בליטיג, אבער דאך טוט ער עס כדי יענער זאל אפקומען אויף די וועלט.


סקווירא רבי רייסט פון זיך, ער שפענדט ממון ודמים צו טעראריזירן די אידן אין די סקווירא מייל אלץ פארן אייבערשטען צי האלטן די מייל ארום סקווירא אידנריין.

ר׳ מנדל׳ע דער בעל השוואנץ רייסט פון זיך, ער מאכט זיך און זיינע חסידים בושות עצומות אלץ נאר כדי צי אויפשטעלן א דור פון ריכטיגע שוואנצנים, כמו שקיבל משה מסיני.

גורע נדל״ן רבי רייסט פון זיך, ער איז גרייט צי פארלירן זיין עולם הבא אלעס אבי ר׳ שאול זאל נישט מכשיל זיין קיין אידן מיט עבודת השם.

ראדני » דאנערשטאג מאי 2, 2024 12:28 am

· #560398
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
פתחו לי #
פארציילט מען אויף א איד וואס פרעסט פיצא שבת ביים סעודה. ווייל זיין טאטע האט געארבייט אויף זיך, און נישט געגעסן שבת קיין פלייש, ווייל ער האט עס זייער זייער געגליכן, דער בן, ההולך בדרכיו (....) עסט אויך נישט, הגם ער גלייכט עס גראדע נישט.
ממילא פרעסט ער פיצא.

רייסן פון זיך איז כמעט נאר בינו לבין קונו.

פארוואס מיינסטו אז ער פרעסט פיצה ביים סעודה, פארוואס קען נישט זיין אז ער איז טועם פיצה לכבור שבת קודש און ער פארגלייזט זיך די אויגן און זאגט אונטער אוי הייליגער טאטע זיסע.

מופת הדור » דאנערשטאג מאי 2, 2024 1:46 am

· #560419
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
לאמיר נישט פארגעסן ס'איז אויך דא א מושג ווי מדת השתוות ביי די גרעסטע צדיקים
לדוגמא הה"ק "מופת הדור" מטאהש זי"ע וואס איהם געבן א שטיהל צו זיצן און גיסן אויף איהם קיתון של שופכים איז געוועהן די זעלבע

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2024 2:03 am

· #560421
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
תולדות אברהם יצחק רבי רייסט שטיקער פון זיך,
דער אמת איז אז אלע ברודערס זענען עובדים, בפרט דער יונגסטער, מבקשי אמונה רבי.

הכנה דרבה » דאנערשטאג מאי 2, 2024 2:07 am

· #560422
עובדים אדער בעלי דמיון?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2024 2:13 am

· #560424
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
עס איז א סתירה? 😉

אשרי העם » דאנערשטאג מאי 2, 2024 4:04 am

· #560428
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
וואודריזשע רבי שליט״א
שלאפט נישט מער ווי 3 שעה א נאכט
(אויב שלאפט ער אמאל אינמיטן טאג איז עס אלס ווינציגער ווי א שעה)

עסט דאס מינימום משבת לשבת פשוט כדאי להחיות אויך נאר שפעט נאכמיטאג
לערנט תורה ווי א בחור אין ישיבה יעדע איבריגע מינוט ווען אידן שטערן אים נישט מיט שאלות

yesiknow » דאנערשטאג מאי 2, 2024 4:52 am

· #560431
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
שפילער #
יאסל ראקאווער #
ווי איך פארשטיי ר' מאטל זילבער רייסט גארנישט פון זיך. ער לעבט אין תענוג רוחני. ס'איז א גאר הויכע תענוג. תענוג עמקות המחשבה. די העכסטע תענוג.

די אנדערע קען איך נישט.
מען קימט צו צו דעי תענוג נאר נאכן רייסן פון זיך אנדערש גייט עס נישט

ווי האט יענער געזאגט, צו זיין א רבי איז א תאווה ווי אלע תאוות, נאר מען דארף קודם צוברעכען די אלע אנדערע תאוות צו באקומען די תאווה.

יא דינען גאט איז די גרעסטע, בעסטע תאווה (עיין שיר השירים) נאר מען דארף צוברעכען די נארישע דמיוניגע תאוות פאר שפירן די עונג הנאה.

פראביר עס אויס.

גר ותושב » דאנערשטאג מאי 2, 2024 9:26 am

· #560438
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
רוב 'סיגיפים' וואס מען האט דא אראפ געברענגט זענען מער א לייף סטייל ווי א סיגיף, וואס ווי פארשטענדליך נאך פערציג טעג איז עס אויס סיגיף.

ווי איך פארשטיי וויל די פותח האשכול רעדן פון אזא איינער וואס זיכט זיך צו מסגף זיין ווי מער. וד''ל כי קצרתי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 2, 2024 10:31 am

· #560442
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
ראדני #
פארוואס מיינסטו אז ער פרעסט פיצה ביים סעודה, פארוואס קען נישט זיין אז ער איז טועם פיצה לכבור שבת קודש און ער פארגלייזט זיך די אויגן און זאגט אונטער אוי הייליגער טאטע זיסע.

דאס ברענגט אויף א (שטארקע) הלכה'דיגע שאלה, אויב אויף די אייז קריעם וואס די רבי שליט"א עסט דארף ער מאכן א ברכה אלס קינוח סעודה, אדער ער קען עסן אן א ברכה, אלס טייל פון די סעודה. די פראבלעם איז אז מ'קען נישט נאכקוקן די הלכה ביי הלכות שבת, ווייל אין די צייטן פון שולחן ערוך האט מען נאכנישט געגעסן קיין פיצא אום שב"ק.

ווען איך האב געפרעגט א "תלמיד חכם" וואו מ'קען אפשר טרעפן א תשובה אויף די שאלה האט ער געזאגט, קוק נאך ביי הלכות טריפות... דו עם הארץ וואס דו ביסט.

מילך טראק » דאנערשטאג מאי 2, 2024 10:45 am

· #560445
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
berlbalaguleh #
פתחו לי: איך וואלט מיך אויך זייער שטארק געוואלט "מסגף" זיין מיט א פיצא. און ליתר שאת נאך צו עסן אן אייז קריעם.
איך וואלט נישט אויפגעטוישט פיצא מיט א שטיקל סטעק

תניא בניחותא » דאנערשטאג מאי 2, 2024 12:10 pm

· #560460
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
א איד איז אמאל געקומען צום רבי’ן אז זיין זון איז ל”ע אינגאנצן משוגע געווארן, ער דאוונט אפאר שעה, לערנט אגאנצן טאג, שלאפט ווייניג, עסט כמעט נישט וכו’ וכו’, זאגט אים דער רבי, איך טו דאך אויך אזוי, ענטפערט די איד מילא דער רבי טוט דאך דאס פאר פרנסה, אבער מיין זון מיינט עס ערנסט...

אלעס וואס די רבי’ס טוען רעבישע שטיק ברבים הייסט נישט קיין עבודה, דאס איז אלס א חלק פון די עקט. די שאלה איז וויפיל דינט ער דעם אייבירשטן, התמדת התורה, מיעוט תענוג, מיעוט שינה, אין אנדערע ווערטער ווער איז געוווען באוואוסט אלס א עובד ה’ מנעוריו פאר ער איז נתגלה געווארן, פאר מ’האט אים פון הימל געשיקט די כוחות וואס מיר גלייבן אז אלע בנש”ק באקומען נאכן הסתלקות פונעם טאטן.

שמעתי מכלי ראשון פון א קרוב משפחה וואס פלעגט זיך דרייען ביים סקווירא רבין אין שטוב, אז אינדערהיים זיצט ער גאנץ פיין בהסיבה אויפן רעקליינער.

היום » דאנערשטאג מאי 2, 2024 1:04 pm

· #560475
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
פתחו לי #
יש כאלו וואס האבן געוויסע מנהגים, דאס הייסט ביי געוויסע געריסן פון זיך.
עס איז דא וואס רייסן פון זיך, אבער עס איז נישט קיים פאבליק אינפארמעישען.

איך בין לעצטענס געהערט פון א משמש ביי א רבי'ן פריוואט, וויפיל ער האט זיך געמוטשעט מיט א געוויסע ענין, וואס דער רבי האט זיך נישט געלאזט באקוועם מאכן בשום אופן.
אבער ביי די חסידים ווייסט קיינער גארנישט.
ווייל עס איז בינו לבין קונו.

צו דער רבי זיצט אין א קעדילאק? קען זיין. אבער ברבים מוז ער נישט זיצען אויף א שפיץ בענקל, אבער דארט ווי ער רייסט פון זיך דארף עס אויך נישט זיין דוקא ברבים.

איך קען פשוט'ער אידן, וואס רייסן אויך פון זיך, דארט ווי עס איז נישט דוקא ברבים.

פארציילט מען אויף א איד וואס פרעסט פיצא שבת ביים סעודה.
ווייל זיין טאטע האט געארבייט אויף זיך, און נישט געגעסן שבת קיין פלייש, ווייל ער האט עס זייער זייער געגליכען, דער בן, ההולך בדרכיו (....) עסט אויך נישט, הגם ער גלייכט עס גראדע נישט.
ממילא פרעסט ער פיצא.

רייסן פון זיך איז כמעט נאר בינו לבין קונו.

גוט געזאגט!
שטארק מסכים מיט יעדער ווארט!!!

ביי חסידים האט מען דייקא נישט געטיען ברבים זאכן וואס זעהען אויס פרומער/הייליגער/ערליכער/העכער וכדו׳ מער פון די עולם ארום.

צוליב כמה סיבות.

בעיקר מיין איך, איז וועגען חשש פניות וגאווה.
עס לוינט נישט די גאנצע מעשה ווען אפילו נאר אפשר ווען מען מיינען/טראכטן פון זיך און פון מה יאמרו.

דער עקס » דאנערשטאג מאי 2, 2024 6:02 pm

· #560523
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
לענ"ד, די ויזניצע רבי'ס ר' ישראל (ביידע, פון ב"ב און פון מאנסי) רייסן פון זיך.

זיי ארבעטן אויף זייערע מידות. זיי זענען מוותר פאר ברודערס/אנדערע רבי'ס. זיי פארגינען א צווייטן. דאס הייסט געריסן פון זיך!!

דער עקס » דאנערשטאג מאי 2, 2024 6:06 pm

· #560525
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
סוף טוב הכל טוב #
נישט פון יענעם, נאר פון זיך!

ווער פייניגט זיין גוף?

לאמיר יעצט נישט פיליזאפירן צו עס איז ריכטיג אזוי צו נישט.

ווער פאסט אסאך? און איז עוסק אין מיעוט תענוג?

מאנט פון זיך א שטרענגע סדר החיים, שלאפט ווייניג, זיצט נישט באקוועם, שלאפט נישט באקווים וכדומה?
אזוי ווי פארצייטישע רבי'ס.

ביטע קומט אריין מיט נעמען און הסברים
פשעווארסקער רבי זיצט צווישן הונדערטער אידן, און מאכט נישט קיין שום איבריגע תנועה. א סארט השתוות.

דאס הייסט אויך געריסן פון זיך.

דער עקס » דאנערשטאג מאי 2, 2024 6:08 pm

· #560526
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
סקולענע רבי זעט אויך אויס ווי א איד וואס איז נישט נהנה פון קיין גשמיות בכלל

אינטערסאנטער » דאנערשטאג מאי 2, 2024 6:24 pm

· #560529
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
דער עקס #
פשעווארסקער רבי זיצט צווישן הונדערטער אידן, און מאכט נישט קיין שום איבריגע תנועה. א סארט השתוות.

דאס הייסט אויך געריסן פון זיך.

לייג אויך צו אז עס איז נישט קיין סוד זיין גדלות בתורה. יעדן טאג - נאך ביז היינט - שטייען נאכ'ן דאווענען א ליין פון מענטשן אים צו פרעגן שאלות, און ער לאזט זיך פרעגן שאלות אין נגלות התורה ווי ער ענטפערט מיט א משונה'דיגע בקיאות, מען קען אים פרעגן א שווערע קשיא אויף א רמב"ם, און ער זאגט בקיצור "קוק אריין אין יענע און יענע תוספות צוזאמען מיט די פני יהושע דארט וועט דיר ווערן פארענטפערט די רמב"ם" וכדומה. אידן געדענקען נאך זיין התמדת התורה פון ווען ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג.

מיסטעריע » פרייטאג מאי 3, 2024 1:41 am

· #560573
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
תניא בניחותא #
א איד איז אמאל געקומען צום רבי’ן אז זיין זון איז ל”ע אינגאנצן משוגע געווארן, ער דאוונט אפאר שעה, לערנט אגאנצן טאג, שלאפט ווייניג, עסט כמעט נישט וכו’ וכו’, זאגט אים דער רבי, איך טו דאך אויך אזוי, ענטפערט די איד מילא דער רבי טוט דאך דאס פאר פרנסה, אבער מיין זון מיינט עס ערנסט...

אלעס וואס די רבי’ס טוען רעבישע שטיק ברבים הייסט נישט קיין עבודה, דאס איז אלס א חלק פון די עקט. די שאלה איז וויפיל דינט ער דעם אייבירשטן, התמדת התורה, מיעוט תענוג, מיעוט שינה, אין אנדערע ווערטער ווער איז געוווען באוואוסט אלס א עובד ה’ מנעוריו פאר ער איז נתגלה געווארן, פאר מ’האט אים פון הימל געשיקט די כוחות וואס מיר גלייבן אז אלע בנש”ק באקומען נאכן הסתלקות פונעם טאטן.

שמעתי מכלי ראשון פון א קרוב משפחה וואס פלעגט זיך דרייען ביים סקווירא רבין אין שטוב, אז אינדערהיים זיצט ער גאנץ פיין בהסיבה אויפן רעקליינער.
יא יא, ער זיצט און אנגעלאנט אינגאנצן, ער עסט גאנץ כמעשה'דיגע פארציעס, און רעדט נארמאל ווי א מענטש מיט א אויפגעהויבענע קאפ און קוקט נארמאל אין דיין געגנווארט, נישט אזוי ווי אינדרויסן, ווי ער ברומט אונטער די נאז בקול נמוך געציילטע ווערטער און בליקט ארויס צווישן די ברילן מיט די אויגן ברעמען.

געווען אמאל א שיינע איד, וואס איז געקומען צופארן אויף שבת, פרייטאג צו נאכטס ביים געבן שלום עליכם און זאגן גוט שבת, האט די רבי געזאגט אז קומענדיגע מאל ער קומט אויף א שבת, זאל ער זעהן צו קומען פאר טועמיה הארט פאר כניסת השבת, ווי דער סדר איז אז די געסט וואס קומען אויף שבת גייען אריבער צום רבין אין הויז אפנעמען שלום עליכם בעפאר שבת, און די שיינע אידן וואס קומען צו גאסט לאדענט מען איין אויף טועמיה.

בקיצור פרייטאג צו נאכטס ביים טיש היפש שפעט זעהט ער דעם צדיק קוים עסן מיט די שפיץ גאפל איינגעטינקן אין זאלץ, האט ער געטראכט צו זיך הלא דבר הוא, א איד הונגערט שוין שעות לאנג, און דא עסט ער קוים עפעס א טעימה קלה, למעשה קומענדיגע מאל ער איז געקומען אויף שבת און ער האט טאקע זיך משתתף געווען ביי טועמיה, ביינאכט ביים טיש, האט זיך נאכאמאל געוואונדערט הלא דבר הוא, אבער דאס מאל אין אן אנדערע ריכטונג, וויאזוי "קען ער נאך עסן"??? נאך אזא טועמיה איז ממש א מופת אז מ'קען נאך אפילו אריינשטיפן די איינצעלנע גאפל פיש און פלייש.

די זעלבע זאך איז מיט די לעקטער אין קאר, אלע רבי'ס וואס זענען באקאנט אז זיי לערנען, קענען זיצן אין קאר און זיך ארומקוקן ווען די חסידים פילעווען ארום די קאר, אבער ער פונקט דעמאלס איז ער פארטיפט אין א ספר..... און די רגע מ'פארט ארויף אויפן הייוועי פארקלאפט מען דעם ספר.....

בקיצור ברבים מאכט ער א אנשטעל ווי ער רייסט פון זיך..... לפני ולפנים איז שוין אן אנדערע מעשה

שיינע איד » פרייטאג מאי 3, 2024 1:46 am

· #560574
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
מיין רבי רייסט פון זיך, די האר פון קאפ ווי אזוי זיין נעפיו האט זיך אויף געבויוט

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 3, 2024 2:10 am

· #560577
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
.

kolal1 » פרייטאג מאי 3, 2024 2:12 am

· #560578
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
דער עקס #
לענ"ד, די ויזניצע רבי'ס ר' ישראל (ביידע, פון ב"ב און פון מאנסי) רייסן פון זיך.

זיי ארבעטן אויף זייערע מידות. זיי זענען מוותר פאר ברודערס/אנדערע רבי'ס. זיי פארגינען א צווייטן. דאס הייסט געריסן פון זיך!!
ביידע מאכן גארנישט פון זיך ארידשענעל מענטשען
מען קען נערמאל שמועסן מיט זיי א חידוש היינט פאר רביס
איך מיין אז זיי לערנען בהתמדה אויך אפי' זיי זענען מער ביזי ווי רוב וועלט
בלאט: 1 2