☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה

האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17010

פרוכט זאפט » מיטוואך אפריל 24, 2024 10:29 pm

· #560007
האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
א גוטן מועד!

ס'גלייבט זיך נישט, אבער דעם חוה''מ פסח תשפ"ד ווערט שוין 25 יאהר, א האלבע יובל, זייט די היסטארישע חוה''מ פסח תשנ"ט ווען מהר''א מסאטמאר, דעמאלטס גאב''ד קרית יואל, האט געדארפט אויפגענומען ווערן אלס רב הצעיר, און איז געקענסעלט געווארן בשעת אלפי ישראל זענען געוועהן פארזאמעלט אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני.

דאס האט נאכדעם געברענגט ווילדע ראיאטן אויף בעדפארד עוועניו, און א יאהר שפעטער די הכתרה פון האדמו''ר מהרז''ל אלס וויליאמסבורגער רב.

היום » מיטוואך אפריל 24, 2024 10:48 pm

· #560010
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
פרוכט זאפט #
א גוטן מועד!

ס'גלייבט זיך נישט

וואס איז אזוי נישט גלייבעדיג דא?
כאילו ס'איז דא א הוא אמינא אז צייט, אדער אסאך צייט, וואלט געדארפט אדער געקענט טוישן זאכן…

שיינע איד » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 1:20 am

· #560017
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
25 יאר און גארנישט האט זיך געטוישט ביי 99.99% פין כלל ישראל, רוב פין כלל ישראל ווייסט אפי נישט ווער רב אהרן אדער רב זלמן לייב איז אפי

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:50 pm

· #560050
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
שיינע איד #
25 יאר און גארנישט האט זיך געטוישט ביי 99.99% פין כלל ישראל, רוב פין כלל ישראל ווייסט אפי נישט ווער רב אהרן אדער רב זלמן לייב איז אפי
און מער ווי 99.99% ווייסן נישט וואס טוט זיך אפ ביי דיר אינדערהיים, און דאך איז עס דיר אינטערסאנט. פארוואס? ווייל דיר גייט נישט אן צו אנדערע ווייסן יא אדער נישט, סוף כל סוף איז דאס א זאך וואס שפילט זיך אפ ביי דיר אין די משפחה.

די זעלבע זאך דא, וואס א חילוק צו אנדערע ווייסן יא אדער נישט, סוף כל סוף די אלע וואס לעבן מיט אין די חסידישע קהילה, איז דאס ביי זיי ווי א משפחה פאסירונג וואס איז געווען זייער דראמאטיש. עס האט פאסירט ביי אונז איז דאס אונז אינטערסאנט.
די גאנצע איבריגע וועלט זאל גיין בארן קלאפן, פאר אונז - חסידישע וועלט - איז דאס אינטערסאנט.

היום » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 7:11 pm

· #560051
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
נישט ממש.
אפשר געווען אינטרעסאנט בשעת מעשה...
אז יעצט איז כך וכך יאר פון דעם, וואס מאכט דאס אויס? אפילו פאר די חסידישע וועלט?

נאך א שמויגער » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 9:00 pm

· #560060
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
איך געדענק א זאלוינישע אשכול מיט יארן צוריק וואס ער דאנקט דעם רבש"ע אז דער ברך משה האט איבערגעלעבט די כמעט פליגער קראך. ס׳האט געהייסן אי לאו האי יומא. מסתמא געווען הייד פארק.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 26, 2024 2:31 pm

· #560092
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
פרוכט זאפט #
א גוטן מועד!

ס'גלייבט זיך נישט, אבער דעם חוה''מ פסח תשפ"ד ווערט שוין 25 יאהר, א האלבע יובל, זייט די היסטארישע חוה''מ פסח תשנ"ט ווען מהר''א מסאטמאר, דעמאלטס גאב''ד קרית יואל, האט געדארפט אויפגענומען ווערן אלס רב הצעיר, און איז געקענסעלט געווארן בשעת אלפי ישראל זענען געוועהן פארזאמעלט אין ביהמ''ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני.

דאס האט נאכדעם געברענגט ווילדע ראיאטן אויף בעדפארד עוועניו, און א יאהר שפעטער די הכתרה פון האדמו''ר מהרז''ל אלס וויליאמסבורגער רב.
אויף וועמענ'ס איניציאטיוו איז עס געווען? ר' משה גבאי האט געדארפט מקיים זיין א הבטחה. און ווייזן אז ער האט אויסגעפיהרט.

נאר דאס אלעס איז וואסער אונטער די ברידזש. (פארלאפענע וואסערן). מהר"א שליט"א האט אויפגעשטעלט א שיינע קהילה. און ער פיהרט עס בחסד עליון ביד רמה לשם ולתפארת. טראץ די אלע שונאים און בייזוויליגע פארשוינען מבית ומחוץ.

מ'קען ציען א פאראלעל צו דויד המע"ה. וואס ער האט סוכ"ס באזיגט אלע זיינע שונאים. און ער איז געווארן דער מלך ישראל.

ניין: די קהילה פון מהר"א האט מיר נישט אריינגעשיקט א טשעק.

אברהם שנית מן השמים » פרייטאג אפריל 26, 2024 5:30 pm

· #560100
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
25 יאהר פון ווען כלל ישראל איז געראטעוועט געווארן שטעל זיך פאר חיים שלמה פרידמן מיט האדמו''ר רבי אהרן פירן היינט גאנץ כלל ישראל ) all though און זייער קאפ פירן זיי נאך ( 😆🤔

מילך טראק » פרייטאג אפריל 26, 2024 7:21 pm

· #560103
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
berlbalaguleh #


אויף וועמענ'ס איניציאטיוו איז עס געווען? ר' משה גבאי האט געדארפט מקיים זיין א הבטחה. און ווייזן אז ער האט אויסגעפיהרט.

נאר דאס אלעס איז וואסער אונטער די ברידזש. (פארלאפענע וואסערן). מהר"א שליט"א האט אויפגעשטעלט א שיינע קהילה. און ער פיהרט עס בחסד עליון ביד רמה לשם ולתפארת. טראץ די אלע שונאים און בייזוויליגע פארשוינען מבית ומחוץ.

מ'קען ציען א פאראלעל צו דויד המע"ה. וואס ער האט סוכ"ס באזיגט אלע זיינע שונאים. און ער איז געווארן דער מלך ישראל.

ניין: די קהילה פון מהר"א האט מיר נישט אריינגעשיקט א טשעק.
אמת מהר"א פירט א עכטע הערליכע קהילה, אבער די טעראר האט איז געפאלען, און די שונאים וואס מ'האט אונטערדרוקט האבן זיך אויך זיין מסדר געווען

אשרי העם » זונטאג אפריל 28, 2024 2:22 am

· #560123
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
אברהם שנית מן השמים #
25 יאהר פון ווען כלל ישראל איז געראטעוועט
סאטמאר איז נישט און פירט נישט גאנץ כלל ישראל

כלל ישראל איז א סאך מער מענטשן ווי די מיינסט

פיר זיך איין א מנהג דאס צו זאגן 10 יאר און א צו, 10 מאל יעדע נאכט פארן גיין שלאפן אפשר נאכדעם וועסטו כאפן

מילך טראק » זונטאג אפריל 28, 2024 12:04 pm

· #560156
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
ענק רעדן פון צוויי אנדערע כלל ישראל סדא אפאר כלל ישראל'ס סאטמאר האט זייער אייגענע (מער ווי איין)

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 28, 2024 12:59 pm

· #560175
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
מילך טראק #
berlbalaguleh #


אויף וועמענ'ס איניציאטיוו איז עס געווען? ר' משה גבאי האט געדארפט מקיים זיין א הבטחה. און ווייזן אז ער האט אויסגעפיהרט.

נאר דאס אלעס איז וואסער אונטער די ברידזש. (פארלאפענע וואסערן). מהר"א שליט"א האט אויפגעשטעלט א שיינע קהילה. און ער פיהרט עס בחסד עליון ביד רמה לשם ולתפארת. טראץ די אלע שונאים און בייזוויליגע פארשוינען מבית ומחוץ.

מ'קען ציען א פאראלעל צו דויד המע"ה. וואס ער האט סוכ"ס באזיגט אלע זיינע שונאים. און ער איז געווארן דער מלך ישראל.

ניין: די קהילה פון מהר"א האט מיר נישט אריינגעשיקט א טשעק.
אמת מהר"א פירט א עכטע הערליכע קהילה, אבער די טעראר האט איז געפאלען, און די שונאים וואס מ'האט אונטערדרוקט האבן זיך אויך זיין מסדר געווען
ער האט נאר געפיהרט "מלחמה" צו קענען אנהאלטן זיין בארעכטיגטע פאזיציע וואס בייזוויליגע פארשוינען האבן איהם געוואלט בארויבן. איינמאל די מלחמה אקעגן איהם האט זיך אויפגעהערט. האט די גאנצע "טעראר" זיך אפגעשטעלט. היינט ווען די (געוועזענע) שונאים זיצן איין לאזט מען זיי לעבן פאר זיך.

ווייז מיר נאך איין חסידות וואו די (געוועזענע) שונאים לאזט מען לעבן במנוחה. נישט אין וויזשניץ אדער אין בעלזא וואלטן זיי געקענט פארבלייבן וואוינען אין שטעטל.

איך בין געוווען איין שבת און געדאוונט אין עצי תמרים. דארט האט אויך געדאוונט א יונגערמאן וואס זיין טאטע איז געווען איינער פון די הויפט קעמפערס אקעגן מהר"א שליט"א. און א יעדער באהאנדלט איהם מיט'ן גרעסטן כבוד. (ניין. נישט יאסל וואלדמאן.).

מילך טראק » זונטאג אפריל 28, 2024 1:07 pm

· #560176
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
אבער ווען מהאט פארברענט איינעםס (הויז) פארן נישט דאווען מיטן סקווירא רבין האסטו יא פארשטאנען אז דאס איז טעראר

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 28, 2024 1:29 pm

· #560178
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
יא: ווייל דאס איז געווען טעראר אין נאמען פונ'ם רבי'ן שליט"א. וואס קיינער האט נישט באדראעט זיין פאזיציע.

דו וואלסט געדארפט א ביסל מער גרונטליך אדורכשטודירן די פרשה פון די פאליטיק אין דעם געראנגל אין סאטמאר פון די "רעבעצינ'ס מענטשן" אקעגן ר' אהרן טייטלבוים און זיין טאטע דער ברך משה.

אינטערסאנטער » זונטאג אפריל 28, 2024 3:10 pm

· #560191
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
berlbalaguleh #
יא: ווייל דאס איז געווען טעראר אין נאמען פונ'ם רבי'ן שליט"א. וואס קיינער האט נישט באדראעט זיין פאזיציע.

דו וואלסט געדארפט א ביסל מער גרונטליך אדורכשטודירן די פרשה פון די פאליטיק אין דעם געראנגל אין סאטמאר פון די "רעבעצינ'ס מענטשן" אקעגן ר' אהרן טייטלבוים און זיין טאטע דער ברך משה.
אונז דארפן עס נישט שטודירן. אונז האמיר עס מיטגעלעבט.

באבקעס קענסטו פארקויפן פאר ווער עס איז נישט דארט געווען. אבער נישט פאר ווער עס האט נאר מיטגעהאלטן די שרעקליכע טעראר אנגעפירט דורך דעם הגה"ק אליין, אנגעהויבן ביי די כהנים ארויס דרשה און געענדיגט ביי .... (נאכנישט געענדיגט), פאר די קענסטו נישט פארדרייען היסטאריע.

נאך א שמויגער » זונטאג אפריל 28, 2024 4:47 pm

· #560198
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
אינטערסאנטער #
berlbalaguleh #
יא: ווייל דאס איז געווען טעראר אין נאמען פונ'ם רבי'ן שליט"א. וואס קיינער האט נישט באדראעט זיין פאזיציע.

דו וואלסט געדארפט א ביסל מער גרונטליך אדורכשטודירן די פרשה פון די פאליטיק אין דעם געראנגל אין סאטמאר פון די "רעבעצינ'ס מענטשן" אקעגן ר' אהרן טייטלבוים און זיין טאטע דער ברך משה.
אונז דארפן עס נישט שטודירן. אונז האמיר עס מיטגעלעבט.

באבקעס קענסטו פארקויפן פאר ווער עס איז נישט דארט געווען. אבער נישט פאר ווער עס האט נאר מיטגעהאלטן די שרעקליכע טעראר אנגעפירט דורך דעם הגה"ק אליין, אנגעהויבן ביי די כהנים ארויס דרשה און געענדיגט ביי .... (נאכנישט געענדיגט), פאר די קענסטו נישט פארדרייען היסטאריע.
די חברה האבען נישט געוואלט אז דער בר״מ זאל אריינמישן אין ״זייער״ שטעטל. דארט האט אנגעהויבען די טעראר.

קורץ » זונטאג אפריל 28, 2024 5:31 pm

· #560202
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
berlbalaguleh #
יא: ווייל דאס איז געווען טעראר אין נאמען פונ'ם רבי'ן שליט"א. וואס קיינער האט נישט באדראעט זיין פאזיציע.

דו וואלסט געדארפט א ביסל מער גרונטליך אדורכשטודירן די פרשה פון די פאליטיק אין דעם געראנגל אין סאטמאר פון די "רעבעצינ'ס מענטשן" אקעגן ר' אהרן טייטלבוים און זיין טאטע דער ברך משה.
עטרת מאיר צבי איז אין וועמענס נאמען געווען?

היום » מיטוואך מאי 1, 2024 3:08 am

· #560247
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
berlbalaguleh #
מילך טראק #
berlbalaguleh #


אויף וועמענ'ס איניציאטיוו איז עס געווען? ר' משה גבאי האט געדארפט מקיים זיין א הבטחה. און ווייזן אז ער האט אויסגעפיהרט.

נאר דאס אלעס איז וואסער אונטער די ברידזש. (פארלאפענע וואסערן). מהר"א שליט"א האט אויפגעשטעלט א שיינע קהילה. און ער פיהרט עס בחסד עליון ביד רמה לשם ולתפארת. טראץ די אלע שונאים און בייזוויליגע פארשוינען מבית ומחוץ.

מ'קען ציען א פאראלעל צו דויד המע"ה. וואס ער האט סוכ"ס באזיגט אלע זיינע שונאים. און ער איז געווארן דער מלך ישראל.

ניין: די קהילה פון מהר"א האט מיר נישט אריינגעשיקט א טשעק.
אמת מהר"א פירט א עכטע הערליכע קהילה, אבער די טעראר האט איז געפאלען, און די שונאים וואס מ'האט אונטערדרוקט האבן זיך אויך זיין מסדר געווען
ער האט נאר געפיהרט "מלחמה" צו קענען אנהאלטן זיין בארעכטיגטע פאזיציע וואס בייזוויליגע פארשוינען האבן איהם געוואלט בארויבן. איינמאל די מלחמה אקעגן איהם האט זיך אויפגעהערט. האט די גאנצע "טעראר" זיך אפגעשטעלט. היינט ווען די (געוועזענע) שונאים זיצן איין לאזט מען זיי לעבן פאר זיך.

ווייז מיר נאך איין חסידות וואו די (געוועזענע) שונאים לאזט מען לעבן במנוחה. נישט אין וויזשניץ אדער אין בעלזא וואלטן זיי געקענט פארבלייבן וואוינען אין שטעטל.

איך בין געוווען איין שבת און געדאוונט אין עצי תמרים. דארט האט אויך געדאוונט א יונגערמאן וואס זיין טאטע איז געווען איינער פון די הויפט קעמפערס אקעגן מהר"א שליט"א. און א יעדער באהאנדלט איהם מיט'ן גרעסטן כבוד. (ניין. נישט יאסל וואלדמאן.).
דער ראיה פון אנדערע חסידות איז הימל מיט ערד.
אנדערש ווי אין סאטמער ווי ״בשיטה״ גלייבט מען נישט אין קיין רבי, אלץ א ״רבי״… נאר דער רבי איז דער (כאילו) מנהיג… אדער מערסטנס ווי אן אמאליגער רב, נישט מער!.
איז אבער רוב פון אנדערע ״חסידות׳ער״ געבויט אויף אמונת צדיקים = דער היינטיגער רבי, ממילא איז די פייער און שנאה פון חסידים (שוטים- בד״כ) קעגן מתנגדים אסאך א טיפערע אין שטארקערע.

אמאהלגעקעננט » מיטוואך מאי 1, 2024 3:42 am

· #560248
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
גװאלט כאפן די גאנצע דערװײל האט הקב״ה געװיזן אז ער זאל זיך האלטן גליקליך מיט װאס ער האט יא...

חב''ד הויזן » מיטוואך מאי 1, 2024 12:09 pm

· #560265
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
סתם צו קארעקטן, וואס הייסט 'ער האט געוואלט כאפן די גאנצע'? ביז תשנ"ט איז געווען א דבר פשוט ביי יעדן אז ר' אהרן וועט איבערנעמען די גאנצע, ער האט גארנישט געדארפט כאפן, קיינער האט ניטאמאל געטראכט אז ר' זלמן קען אדער טויגט אפילו צו ווערן ממלא מקום. פון נאך תשנ"ט האבן ביידע פרובירט צו כאפן דאס גאנצע, אדער עכ"פ די מערסטע וואס שייך, דאס איז פשוט פאר יעדן וואס האט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען דעמאלטס. און ר' אהרן פירט זיך נישט אויף אנדערש היינט ווען ער האט בלויז האלב ווי דאן ווען ער האט געמיינט אז ער וועט האבן די גאנצע, אויב עפעס ארגער...

די ריכטיגע זאץ וואלט געווען אז ר' אהרן האט געמיינט אז ער וועט האבן די גאנצע, אזויווי יעדער איינער האט דעמאלטס געמיינט, אבער למעשה האט מען אים אוועקגעכאפט האלב.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 1, 2024 5:29 pm

· #560312
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
קורץ #
berlbalaguleh #
יא: ווייל דאס איז געווען טעראר אין נאמען פונ'ם רבי'ן שליט"א. וואס קיינער האט נישט באדראעט זיין פאזיציע.

דו וואלסט געדארפט א ביסל מער גרונטליך אדורכשטודירן די פרשה פון די פאליטיק אין דעם געראנגל אין סאטמאר פון די "רעבעצינ'ס מענטשן" אקעגן ר' אהרן טייטלבוים און זיין טאטע דער ברך משה.
עטרת מאיר צבי איז אין וועמענס נאמען געווען?
האלאו: דער עולם מאכט א טעות. איך בין נישט ר' אהרן טייטלבוים'ס לאיער. איך זאג נאר אלס א נייטראלער אבזערווירער. אז די מענטשן? האבן אים געוואלט בארויבן פון זיין בארעכטיגטע פאזיציע. און ער האט זיך באשיצט אקעגן דעים. און ער האט (ב"ה) באזיגט זיינע קעגנערס. אלע שפעטער'דיגע טעראר איז א תולדה פון דעים. קיינער איז נישט מחוייב מיט אלעס מסכים צו זיין. נאר גיין ווילד און מיט בזיונות דאס ברענגט נאר מחלוקת. זיכער. א יעדער מיינט דאך נאר לשם שמיים. פרעג נאר ר' יאסל וואלדמאן שליט"א.

מילך טראק » מיטוואך מאי 1, 2024 9:40 pm

· #560361
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
ר בערל איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט,
אבער פארשטיי אויך אז הרה"ק מסקווירא דארף זיך אויך פארטיידיגן אין זיין סקווירא שטעטל, פוטין דארף זיך פארטיידיגן פאר זיין בארעכטיגטע פאזיציע אין רוסלאנד, און קים יאנג אן אין נארט קאריע.

קורץ » מיטוואך מאי 1, 2024 9:57 pm

· #560364
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
יעדע נארסיסט דארף "עפעס" פארטיידיגן...

נחום הסופר » דאנערשטאג מאי 2, 2024 6:25 pm

· #560531
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
שיינע איד #
25 יאר און גארנישט האט זיך געטוישט ביי 99.99% פין כלל ישראל, רוב פין כלל ישראל ווייסט אפי נישט ווער רב אהרן אדער רב זלמן לייב איז אפי
ס'איז שוין איינמאל אן היסטארישער דאטום, מ'קען אסאך שפאקולירן און פאנטאזירן וואס וואלט אויסגעזען אנדערש ווען מהר"א בלייבט דער שליט יחיד אויף גאנץ סאטמאר

לשון » פרייטאג מאי 3, 2024 12:29 am

· #560571
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
קוקט אויס אז פון הימל האט מען געוואלט עס זאל זיין 2 ריזיגע קהילות, איך גלייב אז היינטיגע צייטן, ווען עס איז שוין אין סטייל ביי אלע חסידות זיך צו צוטיילן, וואלט אזוי געווען לכתחלה, און איך גלייב אז נאך 120 פון אדמור מהרא גייט מען זיך אויך ציטיילען, איך האב אפילו געהערט אז אדמור מהריי האט שוין ציטיילט זיינע קינדער, קען נישט קאנפערמאן אויב עס איז אמת

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 3, 2024 1:55 am

· #560576
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
מילך טראק #
ר בערל איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט,
אבער פארשטיי אויך אז הרה"ק מסקווירא דארף זיך אויך פארטיידיגן אין זיין סקווירא שטעטל, פוטין דארף זיך פארטיידיגן פאר זיין בארעכטיגטע פאזיציע אין רוסלאנד, און קים יאנג אן אין נארט קאריע.
חסידות איז ביי דעפינישן נישט קיין דעמאקראטיע וואו די מענטשן וואוטן פאר א פרעזידענט.

דער ס'קווירא רבי האט נישט געהאט א מענטש אדער גרופ וואס זאלל איהם טשעלענדזשן. דארט איז עס מער א "דיקטאטור". (שם העצם). משא"כ ר' אהרן טייטלבוים האט געהאט א גאנצע ארגאניזירטע גרופ מיט אן אגענדא וועלכע האבן איהם געוואלט אראפנעמען פון זיין בארעכטיגטע (אלס ממלא מקום) פאזיציע. ממילא האט ער געדארפט קעמפן כדי אנצוהאלטן זיין סטאטוס קווא.

די גרעסטע ראיה איז, אז פון די מינוט וואס די אפאזיציע האט זיך אויפגעהערט האט זיך די מלחמה אויך אויפגעהערט. און קיינער זוכט נישט קיין "נקמה" אדער מ'פיהרט חשבונות. די (געוועזענע) שונאים קענען ווייטער לעבן במנוחה אין שטעטל.

למדן וחסיד » פרייטאג מאי 3, 2024 8:16 am

· #560593
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
איך בין נאך געווען א יונגל דעמאלטס
ביטע אויב איינער קען פארציילן די פאקטן וואס האט זיך אפגעטוהן

חב''ד הויזן » פרייטאג מאי 3, 2024 10:06 am

· #560604
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
למדן וחסיד #
איך בין נאך געווען א יונגל דעמאלטס
ביטע אויב איינער קען פארציילן די פאקטן וואס האט זיך אפגעטוהן
נאו פראבלעם, האסט אפאר יאר אוועילעבל יעצט?

מילך טראק » פרייטאג מאי 3, 2024 1:30 pm

· #560616
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
א דיקטעטער ארבעט אז ער טוט אינטערדרוקן די וואס זאגן ארויס זייער מיינונג סא יעדער האט מורא צו זאגן זייער מיינוג, און זיי קענען זיך נישט צוזאם נעמען , יעדער מיינט אז נאר ער איז אקעגן די רעשים, אבער אויב פאלט דא, סאיז נישטא קיין קאנסעקווענצן פאר די קעגענער פאלט אוועק די גאנצע רעשים, אזוי ווי די בערליניר וואנט איז געפאלן, און דאס האט דא פאסירט