☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » זב מבשרו זובו

זב מבשרו זובו

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17005

יאסל ראקאווער » מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:32 pm

· #559738
זב מבשרו זובו
פארוואס טייטשן עס די חז"ל דווקא אלץ א std קרענק אין דווקא מאותו מקום. פארוואס נישט סתם, ס'רינט פון די פלייש! פון סייווי אויף די גוף? איז עס ווייל נדה איז ווײטער אין די סדרה און נדה איז צו מקום וכו', ווי רש"י ברענגט? אבער דיני שכבת זרע פון א מאן איז מפסיק אינצווישן זב ונדה.

עסקן בדברים » מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:38 pm

· #559740
Re: זב מבשרו זובו
החתים בשרו איז אזוי משמע

סקעפטיקער » מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:39 pm

· #559741
Re: זב מבשרו זובו
איז דען שכבת זרע נישט פון דארט?

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:48 pm

· #559743
Re: זב מבשרו זובו
וואדען איז געווען די הוה אמינא? אז ס'רינט איהם פון די נאז. פאר דעם קענמען נעמען טישוס. פון דעם ווערט מען נאכנישט טמא.

נאר אין פראקטישע טערמס מיינט דאס אז ער האט א "ווענעריעל דיזיס". אלס רעזולטאט פון טון עבירות.

אין די צייטן פון חומש איז נאכנישט געווען די אלע אנטי בייאטיקס. אפילו אין די שפטערע יארן. מיט בערך 100 יאר צוריק האט מען עס פרובירט צו היילן מיט "מערקורי" שאטס. וואס איז געווען פיינפול.

איך האב געליינט איבער דעם הויפט פון די רוסישע נ.ק.וו.ד. אונטער סטאלין לאווערנטי בעריא וועלכער איז געווען א גרויסער הפקר יונג. קיינער האט איהם נישט געקענט סטאפן. ער האט געטון אזוי ווי רש"י זאגט וועגן עשיו וואס ער האט געטון ביז די פערציג יאר. ער האט געהאט א וועניריעל דיזיעס. די דאקטוירים האב איהם געגעבן מערקורי שאטס.

הכנה דרבה » מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:06 pm

· #559747
וועלכע חז״ל זאגן אז זב איז std? ברית החדשה האב איך נאכנישט געלערנט אפשר פון יענע חז״ל.

יאסל ראקאווער » מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:22 pm

· #559749
Re: זב מבשרו זובו
סקעפטיקער #
איז דען שכבת זרע נישט פון דארט?
יא אוודאי, אבער דאס זענען פסוקים ט"ז-י"ח
📎 Screenshot_20240420_232005_Sefaria.jpg

יאסל ראקאווער » מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:27 pm

· #559750
Re: זב מבשרו זובו
berlbalaguleh #
וואדען איז געווען די הוה אמינא? אז ס'רינט איהם פון די נאז. פאר דעם קענמען נעמען טישוס. פון דעם ווערט מען נאכנישט טמא.

נאר אין פראקטישע טערמס מיינט דאס אז ער האט א "ווענעריעל דיזיס". אלס רעזולטאט פון טון עבירות.
ס'איז דא פארשידענע eczema אדער bacteria וואס זייער סימפטאמען זענען זב. פארוואס דווקא מאותו מקום?

מי אני » מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:29 pm

· #559752
רש״י שרייבט טאקע (ויקרא טו ב):
יכול זב מכל מקום יהי טמא? תלמוד לומר מבשרו, ולא כל בשרו. אחר שחלק הכתוב בין בשר לבשר זכיתי לדין, טימא בזב וטימא בזבה, מה זבה ממקום שהיא מטמאה טומאה קלה נידה,⁠ מטמאה טומאה חמורה זיבה, אף הזב ממקום שמטמא טומאה קלה קרי, מטמאה טומאה חמורה זיבה.
דער אבן עזרא און חזקוני שרייבן דארט אז ״מבשרו״ איז א כינוי לערות הזכר (אזוי ווי מ׳טרעפט אין יחזקאל ועוד מקומות בתנ״ך), פונקט אזוי ווי מ׳זעהט שפעטער בפסוק יט ביי א אשה זבה ״מבשרה״, וואו ס׳מיינט בוודאי א כינוי לערותה ע״ש. ועכ״כ אז דר. ראַבּערט אַלטער שרייבט ביים איש זב אז ס׳איז ״אַבּוויעס״ אז ס׳איז א כינוי להערוה.

ובסתם, אז מ׳זעהט ביי א זבה באשה אז ס׳איז מערותה, איז במושכל ראשון מסתבר אז זב באיש רעדט זיך אויך מערותו. די בּורדען אָוו פּרוּף ליגט לכאורה אויף דער וואס וויל אויפווייזן אז ביי זב איז עס אנדערש ובכל הגוף.

יאסל ראקאווער » מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:30 pm

· #559753
Re:
הכנה דרבה #
וועלכע חז״ל זאגן אז זב איז std? ברית החדשה האב איך נאכנישט געלערנט אפשר פון יענע חז״ל.
חז"ל
📎 Screenshot_20240420_232926_Sefaria.jpg

יאסל ראקאווער » מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:41 pm

· #559755
Re: זב מבשרו זובו
למעשה האט מיר עפעס א אויבער חכם געזאגט אז ס'איז נישט דא אזא קרענק. אבער gonorrhea ווערט אנגערופן the clap און עטץ זענטץ וועלקאם נאכצוקוקן פארוואס. דאס איז ממש די disease וואס חז"ל באשרייבן. פארשטייט זיך אויך דאס קומט פון א ווילדקייט ארום געשלעכטלעכע פאטשקערייען כמבואר בחז"ל וכו'.

מי אני » מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:54 pm

· #559757
דר. ירמיה ברוין (א פיזישען) שרייבט: 📎 IMG_7156.jpeg
Abraham Steinberg, in his more recent three volume Encyclopedia of Jewish Medical Ethics, also identifies the disease described in Leviticus as gonorrhea

In an era that did not have antibiotics, removing the infected person and isolating him was really all that could be done. Today, we have alternatives: antibiotics to treat the infection, and condoms to prevent its spread. But we lack the self-reckoning that the infection might encourage. As an ER physician, I’ve treated many, many cases of gonorrhea, and every patient encounter was centered on diagnosing and treating the infection. I do not recall any discussions about changing the behavior that allowed infection to take place in the first place. Perhaps I bear responsibility for not having had that conversation, and perhaps I should have followed the example of the biblical text. That text was mistaken in some of the details of how the disease is spread, but accurate in requiring the Zov to leave his social network, and perhaps reflect on the kind of behaviors that led to his infection in the first place
זיי שרייבן:
The symptoms are consistent with urethral infections of various types and not only gonorrhea. In biblical times it was not known that these ailments are transmitted by sexual contact

הכנה דרבה » זונטאג אפריל 21, 2024 12:08 am

· #559759
Re: Re:
יאסל ראקאווער #
הכנה דרבה #
וועלכע חז״ל זאגן אז זב איז std? ברית החדשה האב איך נאכנישט געלערנט אפשר פון יענע חז״ל.
חז"ל
זעה איך נישט וואו שטייט דא std, לויט די דיסקריפציע פונעם פסוק זעהט עס אויס ווי prostatitis.

יאסל ראקאווער » זונטאג אפריל 21, 2024 12:22 am

· #559760
Re: Re:
הכנה דרבה #
יאסל ראקאווער #
הכנה דרבה #
וועלכע חז״ל זאגן אז זב איז std? ברית החדשה האב איך נאכנישט געלערנט אפשר פון יענע חז״ל.
חז"ל
זעה איך נישט וואו שטייט דא std, לויט די דיסקריפציע פונעם פסוק זעהט עס אויס ווי prostatitis.
איך זע נישט ווי prostatitis ברענגט involuntary discharge וויאזוי חז"ל שרייבן אויף זב. ממש פון זיך אליין. Gonorrhea יא.
📎 Screenshot_20240421_001942_Sefaria.jpg

הכנה דרבה » זונטאג אפריל 21, 2024 12:28 am

· #559762
Re: Re:
יאסל ראקאווער #
הכנה דרבה #
יאסל ראקאווער #
הכנה דרבה #
וועלכע חז״ל זאגן אז זב איז std? ברית החדשה האב איך נאכנישט געלערנט אפשר פון יענע חז״ל.
חז"ל
זעה איך נישט וואו שטייט דא std, לויט די דיסקריפציע פונעם פסוק זעהט עס אויס ווי prostatitis.
איך זע נישט ווי prostatitis ברענגט involuntary discharge
פרעג א דאקטער אדער איינער וואס האט עס חחח

מי אני » מאנטאג אפריל 22, 2024 10:46 am

· #559945
דער רמב"ן שרייבט (ויקרא טו יא) וטעם טומאת הזוב באיש מפני היותו חולי כבד מן החולאים הנדבקים ע"ש. דער חינוך שרייבט במצוה קפב בטומאת זבה:
כי ענין הריחוק מהן וטומאתן מפני המחלה שבהן שמזקת הרבה בני אדם וכל שכן השוכב אותן, כי לפי רוב קרבתו עמהן ההיזק יותר.
אין מצוה קסו האלט ער אבער אז ענליך איז בנוגע שכיבה עם אשה נדה, ועפ"י א גאלעניק מעדיצינישע פּערספּעקטיוו.

yesiknow » מאנטאג אפריל 22, 2024 4:52 pm

· #559997
Re: זב מבשרו זובו
יאסל ראקאווער #
פארוואס טייטשן עס די חז"ל דווקא אלץ א std קרענק אין דווקא מאותו מקום. פארוואס נישט סתם, ס'רינט פון די פלייש! פון סייווי אויף די גוף? איז עס ווייל נדה איז ווײטער אין די סדרה און נדה איז צו מקום וכו', ווי רש"י ברענגט? אבער דיני שכבת זרע פון א מאן איז מפסיק אינצווישן זב ונדה.
עיין רשי על פסוק המול לכם כל זכר ותקחהו משם .

חג כשר ושמח