☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16994
בלאט: 1 2

מייסטערווערק » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:49 pm

· #559593
מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
טייערע חברי קאווע שטיבל, מיר האבן נייעס פאר אייך! די רעדע איז איבער א פרישער פראיעקט מיט'ן נאמען "מייסטערווערק", א קוואל פון געקליבענע קוואליטעט ליטעראטור אין אידיש וואס מיר עפענען צום ברייטן ציבור לכבוד דעם יו"ט פסח הבעל"ט.

מייסטערווערק, כשמו כן הוא, איז א וועבזייטל וואס פובליצירט הערליכע אייגנארטיגע ארטיקלען פון די בעסטע שרייבער וואס די אידישע שפראך פארמאגט.

מיר הייבן אן מיט עטליכע רייכע און איכות'דיגע ארטיקלען, וואס וועלן אייך געבן פון דעם געשמאקן טעם וואס מייסטערווערק וועט בע"ה ווייטער סערווירן. דער פסח'דיגער נומער פארמאגט רייכע פאעזיע, טיפע און באלערנדע מאמרים, און ארטיקלען וועלכע באהאנדלן ענינים העומדים על הפרק.

דער הויפט ארטיקל איז א רייכער און ברייטגרייכנדער אינטערוויו וועלכער דער באגאבטער שרייבער מאיר לאבין האט אפגעהאלטן מיט רבי מנחם בומבאך, דער גרינדער פון דער ערשטער היימישער ישיבה מיט א רייכער און פולער קוריקולעם.

הרב משה שלום באב"ד שרייבט א באלערנדער איבערזיכט אויף דעם סאטמאר-אנטווערפענער דיין'ס באהאנדלונג פון עוואלוציע, דער טאלאנטפולער מאצל נח טויב דעליווערט א פעליאטאן וואס וועט אייך ברענגען צום וויינען און צום לאכן בבת אחת, און יידל געבט אן איבערזיכט אויף דער הייסער טעמע פון סייקעדעליקס ביים היימישער ציבור. פאר די חובבי וויסנשאפט בתוככנו, פירט אונז איזי פאזען אריין אין אן עקסטאזע איבער א חידוש פון ניוטאן אין א היימישער געשמאקער אידיש, און הרב י.ג. טוט דאס זעלבע אויף זיין אייגענארטיגער שטייגער מיט ניקאלאס קאפערניקוס. לקינוח לאזט אונז תוהו ובוהו איבער מיט א בין השמשות'דיגער פיוט, און יונה מצאה געבט אונז א טעימה קלה פון דער קומענדיגער קאפיטל פון דער גרינער יצר-טוב סעריע.

און דאס איז בלויז דער אנהייב! מיר האבן שוין גרייט פרישע ווארע וועלכע מיר וועלן ארויפשטעלן נאך איידער איר וועט פארדייען די יעצטיגע פארציע, און מיר האפן ממשיך צו זיין אייך צו דערנערן מיט קוואליטעט ליטעראטור.

באזוכט מייסטערווערק

היימלינד » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:19 pm

· #559606
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
wow ShkoachGadol

היום » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:31 pm

· #559607
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
געוואלדיג!
יהו״ר שתשרה ברכה במעשה ידיכם!

שאלה, גייט זיין א מעגליכקייט צו ארויסדריקן אדער דאונלאודן ארטיקלעך?
די צייט וואס איך האב צו קענען ליינען רואיג איז בעיקר שבת ויו״ט אדער פארן איינשלאפן (ווען איך פראביר נישט צו ליינען מיט א סקרין…)

מייסטערווערק » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:53 pm

· #559610
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
היום #
געוואלדיג!
יהו״ר שתשרה ברכה במעשה ידיכם!

שאלה, גייט זיין א מעגליכקייט צו ארויסדריקן אדער דאונלאודן ארטיקלעך?
די צייט וואס איך האב צו קענען ליינען רואיג איז בעיקר שבת ויו״ט אדער פארן איינשלאפן (ווען איך פראביר נישט צו ליינען מיט א סקרין…)
זיכער! יעדע ארטיקל האט א ״דרוק״ קנעפל ארויסצודרוקן א פרינט-פריינטליכער ווערסיע.

אלפא » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:03 pm

· #559612
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
WOW! יישר כחכם פאר וועראומער שטייט אונטער דעם.

ביטע אויסקלארן א משהו אויב מעגליך, ווער שטייט אונטער דעם? ווער און וויאזוי קען מען שרייבן דארט? איז עס באצאלטע ארטיקלען?
איז עס א (דיגיטאלע-חינם'דיגע) גלגול פונעם אומפארגעסליכן וועקער (ווי עס שיינט פונעם אוואטאר)?

מייסטערווערק » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:09 pm

· #559613
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
אלפא #
WOW! יישר כחכם פאר וועראומער שטייט אונטער דעם.

ביטע אויסקלארן א משהו אויב מעגליך, ווער שטייט אונטער דעם? ווער און וויאזוי קען מען שרייבן דארט? איז עס באצאלטע ארטיקלען?
איז עס א (דיגיטאלע-חינם'דיגע) גלגול פונעם אומפארגעסליכן וועקער (ווי עס שיינט פונעם אוואטאר)?
ווער שטייט דערונטער
א גרופע וואלונטירן וועלכע ווילן זען קוואליטעט אידישע ליטעראטור שפרודלען.

וויאזוי קען מען שרייבן דארטן?
שיקט אן אימעיל צו editor@meisterverk.com אדער שיק מיר אן אישי דא אין קאווע שטיבל. כ׳האף צו זען אן ארטיקל פון אייך בקרוב!

באצאלט מען פאר די ארטיקלען?
עס ווענדט זיך אויפן ארטיקל. באופן כללי נישט, אויסער געקליבענע ווערק אדער ווערק וואס מייסטערווערק באשטעלט.

טראפעלע » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:20 pm

· #559615
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
מייסטערווערק #
אלפא #
WOW! יישר כחכם פאר וועראומער שטייט אונטער דעם.

ביטע אויסקלארן א משהו אויב מעגליך, ווער שטייט אונטער דעם? ווער און וויאזוי קען מען שרייבן דארט? איז עס באצאלטע ארטיקלען?
איז עס א (דיגיטאלע-חינם'דיגע) גלגול פונעם אומפארגעסליכן וועקער (ווי עס שיינט פונעם אוואטאר)?
ווער שטייט דערונטער
א גרופע וואלונטירן וועלכע ווילן זען קוואליטעט אידישע ליטעראטור שפרודלען.

וויאזוי קען מען שרייבן דארטן?
שיקט אן אימעיל צו editor@meisterverk.com אדער שיק מיר אן אישי דא אין קאווע שטיבל. כ׳האף צו זען אן ארטיקל פון אייך בקרוב!

באצאלט מען פאר די ארטיקלען?
עס ווענדט זיך אויפן ארטיקל. באופן כללי נישט, אויסער געקליבענע ווערק אדער ווערק וואס מייסטערווערק באשטעלט.
און וואס איז מיט די נעקסטע שאלה, איז דאס א גלגול פון די וועקער?
ישר כח

אלפא » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:37 pm

· #559618
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
מייסטערווערק #


באצאלט מען פאר די ארטיקלען?
ווערק וואס מייסטערווערק באשטעלט.

_____

כ׳האף צו זען אן ארטיקל פון אייך בקרוב!
איז דאס א באשטעלונג? 🙂


וואס איז די מטרה דערפון - אנדערש ווי קאווע שטיבל וכדו' אליין?
מילא דעם וועקער האט געהאט דעם צורה פון אן אויסגאבע און אלעס וואס קומט מיט דערמיט, איך וויל פארשטיין די געדאנק פון א זייטל נאר פאר ארטיקלען אליין אויב מעגליך, (איז דא אזא קאונטערפארט אין די אלגעמיינע גאס - נישט ספעציפיש אקאדעמיש).

נ.ב. קען מען קאמענטירן דארט אויף ארטיקלען אדער נאר דא אדער און תגובה-ארטיקלען?

מייסטערווערק » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:43 pm

· #559619
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
מיר האבן געשריבן מער איבער וואס מייסטערווערק איז און אונזער ציל און מטרה אין דעם אריינפיר https://meisterverk.com/infopages/about/

דערווייל איז נישט אין פלאן צוצולייגן קאמענטארן אויפן מייסטערווערק זייטל

תרמב » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:50 pm

· #559620
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
הערליך! הערליך!

מייסטערהאפטיגע שרייבער'ס!

און ביוטיפול גרעפיקס.

איין זאך נאר, אפשר קען מען מאכן אז מ'זאל קענען פרינטן די גאנצע אלס א קליינע מאגאזין, ס'וואלט געווען א מוראדיגע זאך.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:35 pm

· #559624
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
הערליך!


ב''ה איך בין נישט אנטוישט אז די ס'איז נישטא קיין וועקער אויף פסח!


we appreciate!

דערהויבענע איד » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:40 pm

· #559625
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
אלפא #

איז עס א (דיגיטאלע-חינם'דיגע) גלגול פונעם אומפארגעסליכן וועקער (ווי עס שיינט פונעם אוואטאר)?
די אשכולות פון מייסטערווערק זענען אינעם וועקער אפטיילונג, זעט אויס אז יא...


לדעתי איז א מורא'דיגע זאך עס צו מאכן בחינם, אזוי קומט מען אן צו סאך מער מענטשן, כ'גלייב אז אפילו מענטשן וואס האבן נישט קייט פראבלעם מיט די 10 דאלער, איז עס אבער טעכנישט שווער געווען צו באשטעלן אדער איינקויפן די וועקער...



און אז איינער וואוינט אין אייראפע איז עס נאך שווערער

צקון לחש » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:02 pm

· #559626
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
לפיכך אנחנו חייבין להודות, להלל, לשבח, לפאר, לרומם, להדר, לברך, לעלה, ולקלס, להמערכת והכותבים החשובים והנפלאים, יישר כחכם, ונאמר לפניו ית' הללויה.

עמרם » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:51 pm

· #559628
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
מייסטערווערק! כשמו כן הוא !!

פון טיפן הארצן וויל ארויסברענגען מיינע געפילן פון פרייד, און מיין אנערקענונג אין די געוואלדיגע ארבער, און מייסטערווערק פראיעקט, פון אהער שטעלן אט די געוואלדיגע זאך, וואס זיין נאמען דערציילט אונז אלעס !!

אהערגעשטעלט אויף אונזער באליבטן מאמע לשון 'אידיש' , פאר בחינם אין כסף !!

די גרויסע באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, און פירט איר אויף יעדע טריט און שריט, זאל באצאלן פאר אט די אידן וואס זענען עוסק בצרכי ציבור, וישלח ברכה והצלחה בכל מעשה ידיהם,

יעקב מענטש » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm

· #559634
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
זעהר שיין

פאר די עם הארצים אין לשון, ברויכט איר שאפן א דיקשענערי איבערצוטייטשן אלט/נייע, רעלאטיוו אומבאקאנטע ווערטער א שטייגער ווי נאָמענקלאַטורע.

so far so good

היום » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:02 pm

· #559636
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
מייסטערווערק #
היום #
געוואלדיג!
יהו״ר שתשרה ברכה במעשה ידיכם!

שאלה, גייט זיין א מעגליכקייט צו ארויסדריקן אדער דאונלאודן ארטיקלעך?
די צייט וואס איך האב צו קענען ליינען רואיג איז בעיקר שבת ויו״ט אדער פארן איינשלאפן (ווען איך פראביר נישט צו ליינען מיט א סקרין…)
זיכער! יעדע ארטיקל האט א ״דרוק״ קנעפל ארויסצודרוקן א פרינט-פריינטליכער ווערסיע.
איך זעה, גיוואלדיג, פיין!

איז עס אוקי מיט מערכת מייסטערווערג אויב א pdf פון די ארטיקלעך ווערן דא ארויף געלייגט אדער פארשפרייט אויף אנדערע אויפנים?

אויך, ווי איך זעה איז נישט דא קיין דאונלאוד אפציע, איז עס בכוונה?
(עס איז מיר דערווייל שווער צו פרינטען צו pdf)

פרוכט זאפט » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:20 pm

· #559638
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
א ברכה אויף ענקער קעפעלע! זייער הערליכע און געשמאקע ארטיק לען

איך וויל פארשלאגען אז מ'זאל האבן די מעגליכקייטן צו מאכן א פי די עף פון אלע ארטיקלען צוזאמען. אזוי אויך אז מ'זאל שיקן א אימעיל וואס זאל האבן אין זיך א גוגעל דרייוו לינק פאר א פי די עף פון אלע נייע ארטיקלען, אזוי אז די וואס האבן נישט קיין בראוזער'ס וכו' זאלן אויך קענען האבן אלע ארטיקלען דורך האבן נאר אימעיל. (און אפשר איז אפילו מעגליך אהן גוגעל דרייוו, נאר ס'זאל זיין א low rez פי די עף, וואס זאל קענען גיין אין די אימעיל אליין).

יואב » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:32 pm

· #559639
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
היום #
מייסטערווערק #
היום #
געוואלדיג!
יהו״ר שתשרה ברכה במעשה ידיכם!

שאלה, גייט זיין א מעגליכקייט צו ארויסדריקן אדער דאונלאודן ארטיקלעך?
די צייט וואס איך האב צו קענען ליינען רואיג איז בעיקר שבת ויו״ט אדער פארן איינשלאפן (ווען איך פראביר נישט צו ליינען מיט א סקרין…)
זיכער! יעדע ארטיקל האט א ״דרוק״ קנעפל ארויסצודרוקן א פרינט-פריינטליכער ווערסיע.
איך זעה, גיוואלדיג, פיין!

איז עס אוקי מיט מערכת מייסטערווערג אויב א pdf פון די ארטיקלעך ווערן דא ארויף געלייגט אדער פארשפרייט אויף אנדערע אויפנים?

אויך, ווי איך זעה איז נישט דא קיין דאונלאוד אפציע, איז עס בכוונה?
(עס איז מיר דערווייל שווער צו פרינטען צו pdf)
כ'קען נישט רעדן פאַר דער מערכת. אָבער אויף דיין צווייטער פראַגע, דו מוזט נישט פּרינטן דעם פּד"ף. דריק "דרוק," און אַנשטאָט שיקן צום פּרינטער לאָדן אַראָפּ אַלס א פּד"ף. דאָס האָט לאו דווקא מיט מייסטערווערק. דאָס איז מיט יעדן דאָקומענט.

קהל'ס נער » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:58 pm

· #559642
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
ברוך אלקינו שלא עזבוני.
די אייבערשטער האט אונז נישט פארלאזט, ובא השמש וזרח מייסטערווערק.
וועקער איז צוריק געקומען שטערקער און בעסער און האט עוואלווד, און איז געווארען מער עקסעסיבעל צום עולם, און טאקע גיימער שוין לויפן צום דריקער כדי צי האבן אן עונג יום טוב.
וואוו דער סייט איז נחמד למראה ותאווה היא לעיינים, המכונה קאנטענט-פארן בלע״ז.
טהענק יו אלע שרייבער.

moody » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:16 pm

· #559643
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
📎 Screenshot 2024-04-18 190925.png די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק

די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:19 pm

· #559644
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
מעכטיג מעכטיג! זאל עס זיין א גוטע התחלה!

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:19 pm

· #559645
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
moody #
Screenshot 2024-04-18 190925.png

די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק

די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
קאווע שטיבל לאזן זיי דיר יא דורך אבער דאס נישט?

אלפא » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:50 pm

· #559646
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
moody #
Screenshot 2024-04-18 190925.png

די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק

די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
me too!

געווען אפען פאר אפאר שעה - זיך דאן אפגעשפארט.
איך האף מ'קען זיי בעטן מעניועלי.

דיכטער » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:55 pm

· #559648
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
מייסטערווערק - סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה
ווען מייסטער און ווערק קומען זיך צוזאמען אין פארמירן א געגנשטאנד, ביינאזאם, פון וועלכע דער ביישויער קען זיך נישט גענוג זעטיגן.

מייסטער איז סינאנים מיט קונסט. קונסט, אין קעגנזאץ צו ווערק, איז ווען עס איז די נשמה וועלכע איז דער וואס איז אקטיוו און דער פיזישע טייל פון דער זעל לאזט דער נשמה ארבעטן און העלפט איר בלויז צו. דאגעגן ווערק וועלכע באדייט ארבעט, באציט זיך צו דאס וואס עס ווערט געמאכט אויפן עולם העשייה, אינעם נידעריגסטן טייל פונעם באשאף. דא אויף דער הארטע, קאלטע ערד וואו מען ארבעט שווער מיט דער פיזישע קערפער און די נשמה איז בלויז דא צוהילף.
וואס איז אבער ווען דער גוף און די נשמה ארבעטן האנט ביי האנט, אקסל ביי אקסל, מיט א געמיינזאמע ווילן און פאראייניגטע ציל? דער רעזולטאט פון אזא צוזאמען-ארבעט ווערט אנגערופן א ״מייסטערווערק״

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:02 pm

· #559649
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
וואו, כה לחי!
נאכנישט געהאט א טשענס צו דורך ליינען, אבער פון אן אויבערפלעליכן בליק קוקט עס אויס פענאמעל.

קיפ איט אפ!

טעלעגראם » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:02 pm

· #559658
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
WOW
זעהט אויס צי זיין גאר אינטערעסאנט,
ממש א מייסטערווערק

סתם אינטרעסאנט צו וויסן, צו ווען ס'גייט ארויסקומען נאך ארטיקלן, גייט עס זיין איינס אויף א מאל, אדער גייט אייביג זיין עטליכע אויף אמאל אזוי ווי יעצט?

מייסטערווערק » פרייטאג אפריל 19, 2024 12:49 am

· #559664
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
אלפא #
moody #
Screenshot 2024-04-18 190925.png

די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק

די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
me too!

געווען אפען פאר אפאר שעה - זיך דאן אפגעשפארט.
איך האף מ'קען זיי בעטן מעניועלי.
אלטערנאטיווע לינק פאר די מיט פילטערס:


https://main--lovely-chaja-509cd5.netlify.app/

מייסטערווערק » פרייטאג אפריל 19, 2024 12:54 am

· #559665
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
היום #
מייסטערווערק #
היום #
געוואלדיג!
יהו״ר שתשרה ברכה במעשה ידיכם!

שאלה, גייט זיין א מעגליכקייט צו ארויסדריקן אדער דאונלאודן ארטיקלעך?
די צייט וואס איך האב צו קענען ליינען רואיג איז בעיקר שבת ויו״ט אדער פארן איינשלאפן (ווען איך פראביר נישט צו ליינען מיט א סקרין…)
זיכער! יעדע ארטיקל האט א ״דרוק״ קנעפל ארויסצודרוקן א פרינט-פריינטליכער ווערסיע.
איך זעה, גיוואלדיג, פיין!

איז עס אוקי מיט מערכת מייסטערווערג אויב א pdf פון די ארטיקלעך ווערן דא ארויף געלייגט אדער פארשפרייט אויף אנדערע אויפנים?

אויך, ווי איך זעה איז נישט דא קיין דאונלאוד אפציע, איז עס בכוונה?
(עס איז מיר דערווייל שווער צו פרינטען צו pdf)
ליינט און פארשפרייט באיזה אופן שהוא!

moody » פרייטאג אפריל 19, 2024 1:45 am

· #559668
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
שמן למאור #
moody #
Screenshot 2024-04-18 190925.png

די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק

די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
קאווע שטיבל לאזן זיי דיר יא דורך אבער דאס נישט?
יא, כ'אב כמעט קיינמאל נישט קיין פארלעם מיט עקססעס'ן קאנטראוועסיאלע וועבסייטס, אפי' ווען א ריקוועסט ווערט יא אפגעווארפען, שרייבן זיי אינעם אימעל אז אויב איך שפיר אז איך וויל עס דאך אפען קען זיי קאנטאקטן, אבער דאס האבען זיי ניטאמאל געגבען אזא אפציע. ווי ס'שיינט הערשט א גאר שווערע קטרוג אויף דעם וועבזייטל רחמנא יצלנו.

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 19, 2024 3:51 am

· #559670
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
moody #
Screenshot 2024-04-18 190925.png

די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק

די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
ס'איז מסתמא א די ען עס בלאק, ווי @פאליטיקאנט האט שוין אמאל מרמז געווען. איך גלייב נישט אז זיי וועלן בלאקן 200,000 וועבסייטס (לכה"פ) אויף אמאזאן'ס סערווערס - אזאך וואס זיי וואלטן געמוזט טוהן כדי גענצליך צו בלאקן ממייסטערווערק'ס וועבסייט.

זעה אויב דיע לינקס אפלייען צו דיר אדער דיין דעווייס? אנדרויד אדער אייפאון:
https://www.androidpolice.com/use-preferred-dns-server-android-tutorial/
https://appleinsider.com/articles/18/04/22/how-to-change-the-dns-server-used-by-your-iphone-and-ipad

ביבער » פרייטאג אפריל 19, 2024 4:17 pm

· #559703
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
לתועלת הרבים צו סעיוון צייט ערב יו"ט, דא איז א פייל מיט אלע ביז יעצטיגע מעשה חושב'ס.

https://drive.google.com/file/d/1qJkqvYRB8vgxR74ZoGBEKJ-kAlsQC4Dx/view?usp=sharing

תרמב » פרייטאג אפריל 19, 2024 5:00 pm

· #559713
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
ביז וואס ווען ווי, איך האב געוואלט ארויספרינטן א פי די עף, האב איך שוין אפגעלייענט די גאנצע...

הערליכע ארטיקלען, הערליכע פאעזיע'ס און פעליטאנען.

הגם איך האב נישט געקענט געהעריג ענטפערן די שאלות וועגן מיילעך שיעס בר מצווה... ווארט מיר מיט שפאנונג אויפן והשיב פון שביעי של פסח...

איזי פאזען'ס ארטיקל האט זיך געשפירט אביסל צו קורץ, ער זאל נעקסט טיים מער מאריך זיין.

די איבריגע קאמענטארן וועל איך לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.

גארטל » פרייטאג אפריל 19, 2024 5:07 pm

· #559715
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
וואוו! א ריכטיגע דורכברוך! זייער א שיינע ארבעט!

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 21, 2024 4:43 am

· #559767
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
הערליך, הערליך! כ'האב ב"ה אלעס אדורכגעלייענט און ספעציעל הנאה געהאט פון בב"ד'ס און י.ג. אדער @מי אני'ס ארטיקלען. כאטש כהאב אפאר זאכן (די ארומגערינגלטע) נישט אזוי גוט פארשטאנען. און צו נאכקוקן בין איך פויל אביסל 😃

(די) סייקעדעליקס איז גוט נאר כ'בין נאכנישט איבערצייגט דאס איז טאקע א סימן מ'וויל זיך העלפן. אבער אונטערגעהאלטן האב איך מיך שטארק! שקויעך @יידל! 👍

איזי'ס פיעס איז אייזן נאר די איקוועיזשאנס וואלטן געמעגט אביסל ברייטער מבואר ווערן.

די פעליטאן איז גאר גאר גוט נאר לפעמים איז שווער פאר מיך צו כאפן די קשר.

@תוהו ובוהו אידאך ריין טאלענט. די עיקר זאך. נהנתי מאוד.

בומבאך איז גוטע נייעס! (אוי איז דאס א נאמען, 'בומבאך' 😃 ) און לאבין איז א פיין שרייבערל.

יונה מצאה'ס, יואלי לעבאו'ס סטייל, איז נישקשה (עה, גאר גוט!) אבער ס'פארמאגט פיהלע אינסייד דזשאוקס ווי מ'זאגט. וואס איך בין מער נישט אזא מבין אויף.

פון אונזערע » זונטאג אפריל 21, 2024 11:11 am

· #559779
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
הערליכע דזאב!!
פאר מיר ספעשילי די אינטערוויא מיט הרב מנחם בומבך שוין אזויפיל געהערט פון אים\ איבער אים ענדליך קלאר געווארן וואס די אמת איז! אילו לא באתו אלא בשביל כך דיינו!
שכח שכח אונז ווארט מיר פאר נאך!

ארכיטקט » מאנטאג אפריל 22, 2024 12:56 am

· #559911
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
הערליך! א ייש"כ לכל העורכים.

מרדכי מרדכי » מאנטאג אפריל 22, 2024 8:28 am

· #559921
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
ארויסגעפרינט און אי"ה ליינען אין יו"ט.

כרם זית » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 1:27 am

· #560018
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
תַּנָּא דֻּבִּי כֶּרֶם. אֲנָשִׁים בְּמַאי מְשַׂמְּחָן? במייסטעֶרוועֶרק חָדָשׁ ובגלעזל מִי סדה.

אן אמת'ע עונג יום טוב געווען. יישר כח פאר די אלע וועלכע האבן אריינגעלייגט כוחות, אזא מייסטערווערק קומט זיכער נישט פון ארבל ארויס.

*

עס איז מיר געווען א באזינדער'ע פארגעניגען צו זען אינגערלייט אין בית המדרש מיט א מייסטערווערק הונטערן ארעם (יא, איך בין געווען דער אורח, נעקסט טיים מאך איי קאנטעק און פטור אן עסק...). עס איז געשמאק צו זען אז מענטשן פילן אז 'מייסטערווערק' האט א מקום אין אונזער געזעלשאפט אפנערהייט, אזוי וועט עס בע''ה האבן א השפעה לטובה. לאמיר האפן.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:51 am

· #560025
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
באמת אמרו אז אויב מייסטערווערק, פליישיג און 'היסטאריעס און געשעענישן' וואלטן זיך צוזאמענגעשטעלט וואלט געווען א געוואלדיגע אחדות העלמות. בריאה, עשיה, יצירה. אוואו יעדער קורא קען זיך געפינען וואס ער האט ליב.

פארשטייט זיך אזוי לאנג וואס שרייבער, אפי' אויב זיי נוצן נישט זייער עכטע נאמען, נוצן זיי אבער זייער פען-נאמען קאנסיסטענטלי. ד.ה. אייביג, העכער סייוואס זיי שרייבן - אלעמאל די זעלבע נאמען. אנישט ווערט א צעמישעניש. מענטשן האבן נישט ליב אנצופאנגען א צען בלעטעריגע משא נאר אויסצוגעפינען האלבוועגס אינדערמיטן אז ס'איז נישט פאר זייער לייקינג. מ'וויל קענען וויסן ביים נאמען אויב ס'פאלגט נאך דער פערזענליכער טעיסט.

אוודאי איז בעסער ווען אלע נוצן עכטע נעמען אבער מסתמא איז נאך צו פריה דערפאר. אבער אויב אטייל כאטש נוצן שטענדיג די עכטע נאמען, ספעציעל דער הויפט עדיטער, האט עס אנאנדער פנים. בכלל, נוצן אן עכטער נאמען גיבט א געוואלדיגער אויטאריטעט, מאכט דעם שרייבער זיין מער פאראנטווארטליך אויף וואס ער זאגט און גיבט דעם לייענער אן עכטער מענטש צו וועמען ער קען פרובן צו ריליעטן.

נעקסט לעוועל » פרייטאג אפריל 26, 2024 3:06 pm

· #560096
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
יעצט באמערקט אז סאיז ארויסגעקומען נאך סחורה פאר צווייטע טעג, איך לייג ארויף א גוגל דרייוו לינק להנאת הציבור
מייסטערווערק = מעסטערפיעס!
וואו
מייסטערווערק ערב צווייטע טעג

נפה » זונטאג מאי 5, 2024 12:37 am

· #560665
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
מייסטערווערק #
אלפא #
moody #
Screenshot 2024-04-18 190925.png

די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק

די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
me too!

געווען אפען פאר אפאר שעה - זיך דאן אפגעשפארט.
איך האף מ'קען זיי בעטן מעניועלי.
אלטערנאטיווע לינק פאר די מיט פילטערס:


https://main--lovely-chaja-509cd5.netlify.app/
אפשר קען מען צושטעלן אזא לינק פאר קאווע שטיבל? איך האב איין קאמפיוטער מיט א פילטער (ביי די ארבעט) און פון דארט קען איך נישט עפענען קאווע שטיבל, איך שרייב נאר פון מיינע מאביל דיווייסעס אדער פון מיין לעפטאפ.

היום » זונטאג מאי 5, 2024 3:22 am

· #560681
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נעקסט לעוועל #
יעצט באמערקט אז סאיז ארויסגעקומען נאך סחורה פאר צווייטע טעג, איך לייג ארויף א גוגל דרייוו לינק להנאת הציבור
מייסטערווערק = מעסטערפיעס!
וואו
מייסטערווערק ערב צווייטע טעג
יישר כח
הנאה געהאט פון דעם לינק!

געטרייע טאטע » זונטאג מאי 5, 2024 9:25 am

· #560696
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
What a surprise!!!! ממש אין מילים!

אסטיון » זונטאג מאי 5, 2024 10:16 am

· #560699
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
יישר כח ממש א עונג יום טוב

כספי » זונטאג מאי 5, 2024 10:39 am

· #560702
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
א מייסטערווערק פשוטו כמשמעו!
בעיקר האב איך הנאה געהאט פון די ארטיקל איבער עוואלושן, און די ארטיקל פון יידל איבער סייקעדעליקס
א גרויסן יישר כח! כה לחי! הצלחה רבה.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג מאי 12, 2024 3:39 pm

· #561766
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
הערליך זייער שיין טענקסט

כשלעצמי » דינסטאג מאי 14, 2024 2:36 pm

· #562156
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
מיך ממש מחי'געווען! כ'האב עס מיט גענומען און שוהל, כ'בין נישט געווען די איינציגסטע מיט דעם. זייער ליב געהאט די ארטיקל וועגן חידא ווייס.

ווען קומט נאך?

נחום הסופר » דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:19 am

· #563026
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
כשלעצמי #
מיך ממש מחי'געווען! כ'האב עס מיט גענומען און שוהל, כ'בין נישט געווען די איינציגסטע מיט דעם. זייער ליב געהאט די ארטיקל וועגן חידא ווייס.

ווען קומט נאך?

כשלעצמי » פרייטאג יוני 7, 2024 8:30 am

· #564552
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
קומט עפעס אויף שבועות?

היום » זונטאג יוני 9, 2024 4:19 pm

· #564680
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
גם אני מצטרף לבקשת הרבים, We want MORE
קומט נייע ווערק פאר שבועות?
בלאט: 1 2