☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שידוכים דילעמע

שידוכים דילעמע

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16987
בלאט: 1 2

א בני יואל » מיטוואך אפריל 10, 2024 10:32 pm

· #558741
שידוכים דילעמע
א גוט יאר אלע,

קודם א הקדמה, ווען איך שרייב מיין איך נישט, איך זאג נאר אזוי אז מען זאל עס פארשטיין בעסער.
אבער ס'איז אמת'דיגע פאקטן וואס איך ווייס פון די ערשטע האנט.

איך וויל אביסעלע אריינקריכן אין די ענין פון שידוכים.

מיר האבן א יוד רבי יונתן שווארץ וואס האט זיך אריינגעלייגט אין די נושא פון שידוכים, ממש איבערגעדרייט א וועלט אז מענטשן זאלן אנטראגן איינער פארן צווייטן שידוכים,
און גם אני בתוכם, איך האב אויך געטרייט א שיינע פאר שידוכים פאר אנדערע עלטערע בחורים און מיידלעך,
און באמת אינטערסירט מיך בכלל נישט אויב ס'געשעהט אדער נישט, אבער איך וויל אביסעלע אויסשמועסן אפאר אינטערסאנטע פאקטן ווי מענטשן זענען פאררוקט אויף טויזנט, און ס'גייט זיי בכלל נישט אן אז זייער טייערע טאכטער ווערט עלטער יעדן איינציגן טאג, און ס'הייבט שוין אן ארויסשפראצן ווייסע האר פון זייער צאפּ אדער פּאניטעיל און ס'איז ממש א רחמנות צו זעהן ווי זיי גייען קאפ אין וואנט אריין.

איך וויל פארציילן אפאר אינטערעסאנטע פאקטן וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן.

איינס:

א יוד האט א טאכטער, זי איז שוין כמעט פיר און צוואנציג. איך שיק אריבער א רעזומעי מיט א שטיקל פיקטשער, יעצט גייט מען ווארטן ער זאל זיך נאכפרעגן און ענטפערן.
נאך צוויי טאג רוף איך אים צוריק, און הערט א ענטפער: מיין טאכטער האט עפעס נישט געקליקט מיטן בילד, פארוואס זאל איך מיך אפגעבן מיט דעם..
האלא, וואס הייסט נישט געקליקט? אפשר פרעג פאר א אנדערע פיקטשער? אפשר אפשר אפשר?

דער יוד זוכט א בחור וואס איז נאך אין ישיבה. א חסיד'ישע בחור.
וועלכע בחור ס'זיצט נאך אין ישיבה ביי די יארגאנג איז ווייל ער איז א לא יוצלח, נישט ווייל ער וויל באמת לערנען! ניטאמאל האט ער חברים דארט, ער דרייט זיך ארום דיפרעסט אויך... וואס איז ראנג מיט די מענטשן היינט?

צוויי:

א יוד מיט א זעקס און צוואנציג יעריגע מיידל.
זעלבע זאך, מ'שיקט אריבער א רעזומעי מיט א פיקטשער, אבער דער פערד האט א פרישע פראבלעם:
דער בחור - נישט מער און נישט ווייניגער - גייט מיט א שטאפענע היט! דאס מיינט ער איז מער צי די חסיד'ישע זייט, ממילא האלט ער נישט ס'איז צוגעפאסט צו זיינע סטאנדארטן...

איי, ווער ביזטו? דיין האמבורגער קנייטש היטל איז בכלל נישט קיין אלטע זאך, ס'איז אינגאנצן דריי יאר אלט צי וואס פארשטייסטו יעצט בעסער?
גייט ער יעצט לאזן זיין בוגרת זיצן אינדערהיים ווילאנג דער נעקסטער גייט אנטראגן פונקטליך וואס ער האט געזוכט און ס'נעמט שוין גאנצע אכט יאר וואס יענער זוכט פשוט דיין טאכטער מיט הבדלה פאקלען, למעשה קוקט פשוט אויס ווי דער ווינט פארלעשט די פייער אינמיטן וועג...

דריי:

איינע פון די חידושים פין רבי יונתן שווארץ איז די גרופּ אויף וואטסאפפ.
קומט ארויף א שכן פין עפעס א דרייסיג יעריגע מיידל וואס וויל סתם ארויסהעלפן, און לייגט אריין ווי פאלגענד:
איך קען א מיידל פון אכט און צוואנציג יאר אלט, און זי זוכט:
א בחור
נישט קיין שטאפן הוט, מוז זיין א פלאטשיגס
מוז זיין עכט חסידיש
ער מעג ארבעטן
טאר נישט זיין cool
מוז זיין געשמאק
מוז האבן א שיעור
מיז האבן א רב מיט וועם ער האט א קשר כסדר
מוז דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין
די פיאות מוז זיין אראפגעלאזט

עטץ הערטס וואס דא גייט פאר?
קודם א ליגנט אז זי איז אכט אין צוואנציג. שפעטער בין איך געוואר געווארן אז זי איז שוין כמעט דרייסיג, זי איז אכט און צוואנציג פּלאס צוויי יאר אלט... אנשטאט זיך פרייען איינער קוקט אויף איר זייט קומט זי נאך אן מיט א ליסטע וואס פונקטליך זי זוכט און דארף.

די שאלה איז אויב ס'איז זי אליינס אדער איר טאטע.

פיר:

איבער א יאר צוריק האב איך אנגערופן א טאטע פון א מיידל, פיר אין צוואנציג יאר אלט, אנטראגן א שידוך.
נאך צוויי טאג רוף איך אים נאכאמאל צו הערן וואס איז נייעס, פארציילט ער מיר אז מ'האט עס שוין אנגעטראגן, פרעג איך אים נא, און וואס האט איר געהערט אויף דעם בחור? זאגט ער מיר גראדע זייער גוטע אינפארמעישאן, אבער ס'איז נישט פאר זיין טאכטער.
פרעג איך אים צו האט באקומען א רעזומעי, זאגט ער מיר יא. פרעג איך עם ווי אזוי קען זיין אז ער האט באקומען א רעזומעי, ווען איך האב יעצט געענדיגט מאכן די רעזומעי מיט די מאמע, גראדע מיינס א משפחה?
ווער איך געוואר אז דער אנגעטראגענער איז גראדע דעם בחור'ס א קרוב, גראדע א טאפּ טאפּ בחור.
זאגט ער איך גיי אריינקוקן אין דעם.
נאך א טאג רופט ער מיך אז ס'איז נישט פאר זיין טאכטער. זאג איך אים, איז נישט.

פאריגע וואך רופט מיר א יוד א שדכן און פרעגט מיך צו איך וויל יענעם אנטראגן א פרישע שידוך, זאג איך אדרבה..
איך רוף דעם יוד און דער ענטפערט מיר מיט א פרישקייט, "שוין אנגעטראגן, ס'איז נישט פאר מיין טאכטער".

לאמיר נישט פארגעסן, דאס מיידל איז שוין א יאר עלטער פינף און צוואנציג למזל טוב. וואס זוכט ער? וואס מיינט ער ער גייט טרעפן? וואספארא געוואלדיגע סחורה האט ער צו פארקויפן אז ער קלויבט זיך ווי מען קלויבט א אתרוג? ווער געבט אים רעכטן צו שפילן מיט זיין טאכטער סקרעטש אף לאטערי?

פינף:

פיר וואכן פאר ראש השנה האט איינער א גרויסער שדכן אנגעטראגן פאר א יוד א פיינעם בחור. דער שדכן האט באשלאסן ער האלט נישט ווייטער ביים טון דערינען, האט ער אנגערופן דעם בחור'ס טאטע אז ער זאל שיקן א צווייטן שדכן, ער האט נישט קיין צייט דערצו.
רופט מיך דער טאטע צו איך קען איבערנעמען, זאג איך אדרבה.
רוף איך יענעם יוד און איך הייב אן מיט א פרישקייט, יענער זאגט מיר אז ער גייט אריינקוקן דערינען,

נאך צוויי טאג רופט מען צוריק און יענער זאגט ער הערט געוואלדיגע גוטע אינפארמעישאן, דערווייל אבער יעצט גייט זיין ימים טובים און ער האלט נישט אז ס'איז א גוטע צייט יעצט, ער וויל ווארטן ביז נאך סוכות און דעמאלטס וועט ער גיין ווייטער.

דער יוד האט אזוי ארומגעשלעפט אז כ'האב שוין פארשטאנען פארוואס דער ערשטער האט ארויסגעבעקט דערפון.
למעשה איז דאס מיידל שוין דריי אין צוואנציג און דער טאטע יאגט זיך נישט.

זעקס:

א מיידל א יתומה פון זיבן און צוואנציג.
יעדע שוועסטער רעדט זיך איין אז זי איז א געלונגענע שדכנ'טע ווייל זי האט אמאל געגעבן גוטע אינפארמעישאן אויף א שכנ'טע און יענע שידוך איז געווארן...
למעשה טראג איך אן א שידוך פאר איר טאטע און דער בהמה זאגט מיט'ן גאנצן ערנסטקייט "דער בחור מוז נאך זיין אין ישיבה"
כ'האב אים געפרעגט פארוואס זיין טאכטער איז שוין ארויס פין סקול? זאגט ער אז ס'איז שוין נישטא קיין קלאס. אבער ער וויל יעצט א בחור פון כיתה ף'

ווי זאגט נאר יענער,
וואס איז באשערט וועט אנקומען, איי דו האסט אויסגעשאלטערט דעם טעלעפאן ליין? א קשיא אויף א מעשה.

מיין שאלה איז אזוי,
די דאזיגע מענטשן זענען באמת משוגע צודרייט? אדער ס'איז דא א מהלך וואס ס'זאל מאכן א טראפעלע סענס?
וואס טראכט א טאטע אדער מאמע ווען זיי זעהען זייערע קינדער מיידלעך באקומען ווייסע האר און זיי ווערן עלטער?
טראכטן זיי באמת אז זיי קענען טרעפן עפעס בעסער וואס איינער איז זיך מרחם און טראגט יא עפעס אן?
טראכטן זיי באמת אז די סיבה פארוואס זיי ווילן ווארטן איז ווייל מארגן גייט איינער אנטראגן עפעס בעסער וואס מ'האט געטרייט פאר די לעצטע פאר יאר?
לעבן זיי באמת אין א באבעל אז ביז יעצט האט קיינער נישט געטראכט פון א נארמאלע זאך פאר זייער געראטענע טאכטער אבער מארגן נעקסטע יאר גייט איינער אויפטרעפן די פונקטליכע זאך אויף וואס זיי ווארטן שוין אזוי לאנגע יארן?
וואס דארף יעצט געשעהן ווען איינער טראגט עפעס אן אז זיי די פארריקטע עלטערן זאלן מיינען אז דאס איז שוין דאס ריכטיגע?
ס'דארף זיי קיצלען אונטער די אויער אז זיי זאלן טראכטן, זיך אביסעלע נאכפרעגן?
אדער געבן זיי נישט קיין דעקל אויף זייערע אלטע מיידלעך און די גאנצע זאך איז נאר דער אני ואפסי, וואס מען גייט זאגן אין שול אויף זיי?
אפשר דארף מען זיי געבן צו הערן וואס די מענטשן אין שול רעדן אויף זיי, ווי מען לאכט זיי אויס פארוואס זיי האבן אלטע באביטשקע מיידלעך אינדערהיים?

מילך טראק » מיטוואך אפריל 10, 2024 10:49 pm

· #558750
Re: שידוכים דילעמע
גראדע האלט איך אז זיין טאכטער איז גערעכט, זי וויל חתונה האבן מיט איינעם וואס זי האט ליב, אבער וואס זאל מען טוהן אז מהאט עס פארדרייט,

אגב נישט געוויסט אז אין בני יואל גייט מען א האמבורגער

צוויי » מיטוואך אפריל 10, 2024 10:50 pm

· #558751
Re: שידוכים דילעמע
אוי רבוש"ע ווי משוגע קענען מענטשן זיין.
דער אייבערשטער זאל געבן שכל. איך האב נישט מער ביזדערווייל וואס צוצולייגן...

מילך טראק » מיטוואך אפריל 10, 2024 11:00 pm

· #558756
Re: שידוכים דילעמע
נישט מעשוגע, לכאורה איקזייעטי וכדומה, סדא מענטשן וואס קענען נישט מאכן קיין דיסישענס, אזויווי ביי יעדע גרויסע זאך ווי קויפן א הויז, וועט זיין מענטשן וואס וועלן קוקן הונדערט הייזער און גארנישט טרעפן,
דער וואס האט באשאפן די וועלט האט געוויסט פון דעים , האט ער בטבע אריינגעלייגט אין די בריאה אז א מאן ציט צו א פרוי, און איינמאל וואס סאיז דא אהבה פארלירט מען די שכל

כפתור » מיטוואך אפריל 10, 2024 11:47 pm

· #558761
Re: שידוכים דילעמע
ביי די ליטאים איז פארקערט די מעשה. אפשר איז צייט צו מאכן קראס-שידוכים, חסידים/ליטאים

קל לזכור » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:12 am

· #558765
Re: שידוכים דילעמע
וואס איז אנטערסאנט ביי אונזער קולטור איז , אז ווען די מיידל/בחור קומען אהן צו אזא אלטע עידזש ארבעט עס שוין נישט אז מען גייט אריין צו א בעשוי און מען קומט ארויס צו צוגעגרייטע לחיים. נאר מען דעיט אוועק וויפיל מען וויל און מען האט א געהעריגע מיינונג.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:21 am

· #558766
Re: שידוכים דילעמע
כפתור #
ביי די ליטאים איז פארקערט די מעשה. אפשר איז צייט צו מאכן קראס-שידוכים, חסידים/ליטאים

דאס איז א באזונדערע נושא, וועלכע איז שוין כמ"פ געווארן אויסגעשמועסט אין שטיבל.

דא רעדט מען פון די עלטערן וועלכע גייען מיט די קאפ אין וואנט מיט צוגעמאכטע אויגן.
הגע בעצמך, אויב דער טאטע וויל נישט א שטאפן הוט, וועט ער וועלן א ליטאי?...

לאכעדיג » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:37 am

· #558778
Re: שידוכים דילעמע
די שידוכים קריזיס איז א גרויסע ווייטאג און ס'ווערט נאר ערגער און ערגער מיט א יעדע טאג וואס גייט פארביי.

און ווער איז שולדיג דערינען? נו ווער?? "די עלטערן" יא. די עלטערן. זיי זענען די הויפט און לכאורה די איינציגסטע וואס זענען שולדיג פארוואס ס'איז היינט ליידער דא אזויפיל עלטערע בחורים און עלטערע מיידלעך.

און די סיבה פארוואס עלטערן זענען שולדיג אין דעם אז זיי האבן עלטערע קינדער אינדערהיים און ס'גייט זיי נישט קיין שידוכים איז צווייפאכיג.

א) מענטשן האבן נישט קיין קשר מיט זייערע קינדער.

מענטשן ווייסן נישט אדער ווילן זיי נישט וויסן וואס פאר א פראדוקט זייער קינד איז אויף די מארקעט און וואס זיי קענען באקומען דערפאר.

ווי אויך האבן מענטשן עגאס, וואס וועט מיר מיין חבר זאגן אין שוהל א טאג נאך די שידוך? מה יאמרו הבריות מיינט ביי מענטשן זייער אסאך, אבער וואס זייער אייגן קינד וועט זאגן א חודש נאך די חתונה גייט זיי גאנץ ווייניג אן.

ב) מענטשן ווייסן נישט וואס א שדכן איז.

מענטשן באצאלן נישט פאר שדכנים לויט וויפיל ארבעט זיי לייגן אריין אין א שידוך, ווען א יעדע שדכן וואלט ווען באקומען צען טויזנט דאללער פאר א שידוך, פינף טויזנט א זייט, וואלט כמעט נישט געווען קיין אלטע בחורים און מיידלעך.

ווי אויך רעספעקטירן מענטשן נישט קיין שדכנים, מען מאכט חוזק פון זיי, עלטערן הייבן נישט אויף די טעלעפאן פאר שדכנים, עלטערן שפילן זיך ארום מיט שדכנים ביז זיי ברענען אויס.

ווען מען זעהט א עלטערע בחור אדער א עלטערע מיידל דארף מען בעטן א תפילה צו השי"ת אז ער זאל געבן שכל פאר זייערע עלטערן אז זיי זאלן קענען אויסלייזן זייערע אומגליקליכע קינדער פון זייער אייגענע בארבארישע הענט.

מען דארף אבער וויסן אז הקב"ה איז דער וואס איז יושב ומזווג זיווגים, און ווען א שידוך איז באשערט וועט עס סיי ווי ווערן, דעריבער אפילו די עלטערן קאנטראלירן זייערע קינדער און ס'קוקט אויס אז ס'איז נישט דא קיין וועג ארויס מיט זיי דארף מען געדענקען אז השי"ת איז שטערקער פון זיי, און דייקא ביי שידוכים זעהט מען די יד ה' אויף א שטארקע פארנעם.

הכנה דרבה » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:18 am

· #558789
ס'דא נאך א געפערליכע פראבלעם, צומאל זענען דא שדכנים וואס זענען וויליג צו ארבעטן הונטער די רוקן פון די עלטערן נאר דער בחור/מיידל לאזט זיך נישט. ווען איך בין געוועהן בערך 20-21 זענען צוויי מענטשן געוועהן גרייט דאס צו טוהן פאר מיר, ביידע פון זיי האבן געקענט א מיידל וואס לויט זיי וואלט געוועהן זייער צוגעפאסט פאר מיר (הגם ס'מיינט נישט גארנישט, אבער דאך), אבער איך האב מיך געהאלטן קלוגער (ליין: נארישער), נאר וואס, ביי די 25 וואלט איך שוין זיכער מסכים געוועהן מיטצושפילן נאר דעמאלטס איז עס שוין נישט נוגע געוועהן. אנדערע קומען ליידער קיינמאל נישט צום שכל, האב איך געהאט א נאנטער חבר אין יענע צייטן א בן שלושים פלוס וואס א שדכן האט איהם געוואלט צאמשטעלן מיט א מיידל אן זיינע עלטערנ'ס וואוסן אבער ער מיט זיין גרויס פקחות האט פארשטאנען אז א שידוך מוז צוגיין דורך די עלטערן, דו הערסט א קאנסעפט? אויף אזא איינעם וואלט דער בית ישראל געזאגט דו ביזט נישט קיין בחור, ביזט א זיידע! נו נו, האט ער געדארפט ווארטן נאך 5 יאר ביז זיינע עלטערן האבן זיך צאמגעקראצט.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:35 am

· #558792
Re: שידוכים דילעמע
שטייט דאך שוין, ויואל משה לשבת את האשה ויתן את ציפורה בתו למשה, דרשנען חכמינו שליטא (חשי"ט), למשה ולא ליואל.

סתם א שאלה, זאג 'א בני יואלע פימפ' איז שוין געווען פארנומען?

מילך טראק » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:46 am

· #558800
Re: שידוכים דילעמע
די סיסטעם פון שידוכים ארבעט נישט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:26 am

· #558811
Re: שידוכים דילעמע
כפתור #
ביי די ליטאים איז פארקערט די מעשה. אפשר איז צייט צו מאכן קראס-שידוכים, חסידים/ליטאים
לכאורה איז עס א גוטע עצה: נאר פארוואס ביי חסידים זענען דא ערנסטע פראבלעימען מיט שידוכים. ווייל די מיידלעך (און זייערע עלטערן) קלויבן זיך צו שטארק. און זיי קענען נישט באשליסן וואס זיי זוכן אין א שידוך. די זעלבע איז ביי די ליטווישע קרייזן. דארט זענען אויך די מיידלעך די וועלכע קענען נישט אדער וויללן נישט באשליסן מיט וועם חתונה צו האבן. זיי מיינען אז מארגן אדער נעקסטע וואך וועללן זיי טרעפן א בעסערן שידוך.

אויך זענען די קולטורעלע און לייפסטייל דיפערענצן זייער גרויס.

ס'איז דאך דא די באקאנטע מעשה. א חסיד'ישער איד מיט א לאנגע בארד און א פלאטשיגס האט זיך משדך געווען מיט א מאדערנעם מענטש. ער איז געווען קליען געשעיווט. און האט ער געהאט א מאדערנעם היטל מיט א גרינעם פעדער אין הוט.

א טאג נאך די תנאים האט זיך דער חסיד'ישער איד געטראכט..."איך וועל דאך דארפן שטיין אונטער די חופה מיט אזא מאדערן געקליידעטן מענטש. וויאזוי פאסט דאס. דער קאנטראסט איז דאך צו גרויס"...האט ער אנגעהויבן שניידן א ביסל די בארד. א פאר טעג שפעטער טראכט ער צו זיך...מיין מחותן גייט דאך א קורץ מאדערן רעקל מיט א נעקטיי. איך וועל אויך אנטון א קורצע רעקל. אזוי איז ער געגאנגען מדחי אל דחי. ביז ווען ס'איז געקומען קורץ פאר די חתונה האט ער שוין אויסגעזעהן גאנץ מאדערן. געשעיווט די בארד און אנגעטון א נעקטיי.

דער (מאדערנער) מחותן האט געטראכט די זעלבע זאך. ס'ארא פנים וועל איך האבן. מיין מחותן איז א שטארק חסיד'ישער איד און איך בין גאנץ מאדערן. האט ער אנגעהויבן לאזן וואקסן א שטיקל בארד. נאכדעים איז ער געווארן נאכמער חסיד'יש. ביז ער האט שוין אנגעטון א לאנגע רעקל און געלאזט וואקסן א לאנגע בארד און אנגעטון א פלאטשיגס. אזוי אז ווען ס'איז געקומען דער טאג פון די חתונה האבן אלע מענטשן געמיינט אז דער מאדערנער מענטש איז דער חסיד'ישער און דער וואס זעהט אויס ווי א חסיד'ישער איז גאר דער מאדערנער.

אוהב ספרים » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:51 am

· #558817
Re: שידוכים דילעמע
מילך טראק #
די סיסטעם פון שידוכים ארבעט נישט.
האסט א בעסער פלאן?

א בני יואל » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 1:15 pm

· #558824
Re: שידוכים דילעמע
גערעכט אדער נישט איז נישט די נקודה
דאס ווארט איז די עלטערן זענען בכלל נישט אויף דער זעלבער בלאט ווי זייערע קינדער
זיי זיכיען וואס איז גיט פאר זיי אין נישט זייער קינד
יעצט אויב גייט מען אריין אין די חלק פין וואס איז באשערט אדער נישט
ווילסטי מיר זאגען אז א טאטע קען זאגען איך גיי גארנישט טיען אין איך גיי ווארטען אז סזאל זיך אליינס אויסארבעטן
ווי למשל דער בחור זאל זיך טרעפין מיט די מיידעל ערגעטץ אויף א פליגער אדער א באס אדער אין גראסערי אין זיי זאלען זיך גיט ווערן מיט זיך אליינס אין דערנאך חתונה האבען
למעשה ווען דאס געשעהט וועסטי דאך איבער דרייען די וועלט ווייל דעמעלטס וועסטי מער נישט קענען זיך אויפטיען אין שול פאר דיינע סא קאלד חבירים קיק וואס איך האב גענימען סאיז דאך בכלל נישט געוועהן די. סאיז געוועהן זיי צווישען זיך
ממילא גלייבסטו שוין אין דעים אויך נישט
אויב ביסטו דער וואס דארף זיך אפגעיבן דערמיט אין די דארפסט זיכען עפעס פאר דיין קינד איז פארוואס זיכסטו עפעס וואס פאסט פאר דיר אין נישט פאר דיין קינד
וועסטי מיר זאגען סאיז באשערט
קימט ווידער די קשיא איינער האט דיר אנגעטראגען עפעס מיינט דאס אז דער באשעפער האט דיר געשיקט איינעם מיט א שליחות וואספארא רעכט האסטו יענעם צי ענטפערן אן זיך נאכפרעיגין בכלל
אהה יעצט איז דער טאטע ווידער געווארען א גלויביגער אין גאט אין אויב איז עס באשערט וועט עס געשעהן יא אויב די גייסט איר לאזען אלט ווערין אין נאכדעים וועט זי זיך אנפייפען אויף דיר
אדער וועט קימען א יוד ווי רבי יונתן אין אריינמישען אנדערע יודען אין מען וועט דאס טון אן דעים טאטע אין דעמאלטס וועט ער ווידער נישט גלייבן אין גאט
אין סאיז אויך נישט אזוי פשוט סאיז באשערט
וואס איז מיט שמא יקדמנו אחר סאיז דאך באשערט ווי אזוי קען דאס געשעהן אז איינער זאל איר אויסכאפען סמיז זיין אז עס ליגט עפעס טיפער אינטער דעים וואס אינז פארשטייען נישט בכלל הרב מרדכי הערש שפיטצער צילייגט דאס אביסעלע אין איינע פין זיינע דרשות
דער פאקט אז די דאזיגע זינלאזע עלטערן וואס זיכען וואס איז גיט פאר זיי אין נישט פארן קינד זייער ווייזט קלאר אז רוב זענען פארבליבען אלטע מיידלעך
אין איך זאג מיידלעך ווייל אין די חסידישע וועלט זענען די דאזיגע טאטעס די וואס האלטען אז זיי האבען דאס מיידלעך אין זיי זענען געווינער פין א לאטערי אין זיי זענען די הויפט שפילער דא
כוועל פארציילען א מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטען מיט א שידוך לעצטנס
א מיידעל פיר אין צוואנציג יאר אלט טראגט מען אן א שידוך מיט א בחור פין דריי אין צוואנציג אין איז נאך אין ישיבה
זאגט דער טאטע כהאב זייער ליעב דעים בחור ער קיקט אויס געשמאק איך וויל נישט זאגען ניין
אבער ער קיקט אויס צי פרים אויפן פיקטער מילא לייג עס אין א זייט פאר יעצט אין איך גיי נישט זיך נאכפרעיגען אויפן בחור ווייל אויפן פיקטשער קיקט ער אויס פרים
דא קימט ווידער ציריק באשערט אדער נישט ?
ווי אזוי מאכט א טאטע אפ אויף א פיקטשער אן זיך נאכפרעיגען אדער טון די מינימאלע השתדלות צי געוואר ווערן ווער דער בחור איז
איז אויב זיכט ער א בחור פין דריי אין צוואנציג וואס איז מער מאדערן וויאזוי אין פארוואס זאל ער נאך זיין אין א ישיבה וואס דאס זאגט דער טאטע אז ער זיכט
אין גראדע א צווייטער בחור וואס דארט האט ער יא ליעב געהאט דעים געוואלדיגען פיקטשער האט דער בחור יענעם געזאגט איך וויל דיך נישט ווייל די ביסט סתם א ציפליקטער חסיד וואס די צימישט דעים שטן אינמיטען יאר
די קשיא שטעלט זיך ער זיכט א שידוך פאר זיך אדער פאר זיין קינד
א צווייטער פאל
א שידוך וואס איינער האט גערעדט פאר איינעם
אין זיי פרעיגן זיך שוין יא נאך
אבער נישט אויפן בחור נאר אויף די טאטע פינעם בחור
זיי מסביר ביטע
אויב איז דער טאטע א גאסען משוגענער אקעי סאיז דא א צד וואס קען זיין אפשר נישט גיט סקען זיין בישות
אבער ווידער דא האט חתונה א בחור מיט א מיידעל נישט א מיידעל צי דעים בחורס טאטע ( סאיז דא א צד צי פארשטיין אבער למעשה פרעיג דיך נאך אויפן בחור א מינוט אפשר איז עס יא ווערט צי טראכטען דערפון ) נאך אלעמען האט יענער אויך א גראבער פלעק אויף זיך אבער זיי האבען פלעין מזל זיי האבען א מיידעל אין אזוי גייט די דרך ביי אינז חסידים אז דער מיידעל האט א גרעסערער האנט
יעצט ציריק צים באשערטקייט אדער נישט
וואס דארף געשעהו אז א טאטע זאל זעהן אויב סאיז באשערט אדער נישט
סדארף אים שאקלען זיין לינקע פיס ווען ער קיקט אויפן פיקטשער
צי דארף ער ליינען צוויישען די שירות אויף די רעזעמעי אפשר האט דער באשעפער אריינגעלייגט א רמז וואס נאר ער גייט פארשטיין
צי דארף ער טראכטען אויב איינער גייט דאס אנטראגען נאכאמאל דעמאלטס וועט עס מיינען סאיז באשערט
אדער אפשר נאר אויב מען טראגט דאס אן זעקס מאל אין דריי וואכען
אדער גייסטו דאס געוואר ווערן נאר ווען דער קינד גייט פליצלינג אויפשטיין אין שרייען דעים בחורס נאמען מיט א קול רעש גדול
איך ווייס נישט באמת איך האלט נאך פאר א שידוך מיט א אייגענע קינד
אבער ווי ווייט איך געדענק אין איך האב מיטגעהאלטען ביי אנדערע
איז דאס ערשטע פרעיגט מען זיך נאך אויף אלעמען
דערנאך זעיט מען וואס דאס קינד דארף באמת אין פין דארט פארט עס ווייטער ווי אזוי דער באשעפער פירט זיין וועיג
סאיז דא וואס זאגען סציעט מיר ( די טאטע אדער מאמע) נישט כאולי דער בחור איז א הויזן טראגער שלייקעס
גיי זאג עם אז סהאט אויך נישט געצויגען פאר זייערע שווער אין שוויגער ווען זיי זענען געוועהן יונג אבער זייערע עלטערן זענען סתם געוועהן קליגער אין געוויסט וואס איז גיט פאר זייער קינד
אלל איי סעי
קיק גיט אריין אין דיין קינד אין פרעיג זיך גיט נאך אויפן בחור אדער מיידעל אין נאר דעמאלטס קענסטו עפעס ענטפערין אין זאגען סאיז באשערט
די קענסט נישט ארויסנעמען די בעטערי פין דיין טעלעפאן אין זאגען אויב סאיז באשערט וועט עס קלינגען אן א בעטערי
אדער אויב איז עס באשערט וועט א פייגעל אראפלאזען א צעטעלע מיטן בחורס נאמען פינקט אין דיין שטענדער אין בית המדרש
ואם שלש אלה לא יעשה לה
מיינט דאס אז ענק טאטעס אין מאמעס זענען שולדיג אז ענקערע קינדער עלטערן זיך אין גרויסען
עטץ זענען די רשעים וואס לאזען נישט אויפשטעלין יודישע דורות פאר ענקערע אייגענע קינדער
עטץ זענען די שולד פארוואס סזענען פארהאן אזויפיעל עלטערע בחורים אין מיידלעך
אין גאט וועט ענק דערפאר באצאלען אין דעמאלטס וועט מען זעהן ווי גלויביג איר זענט

א בני יואל » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 1:44 pm

· #558829
Re: שידוכים דילעמע
כהאב יעצט באמערקט די ערשטע שורה איז נישט גיט אויסגעדריקט
קודם א הקדמה, ווען איך שרייב מיין איך נישט, איך זאג נאר אזוי אז מען זאל עס פארשטיין בעסער
כהאב געוואלט זאגען
איך מיין איך נישט מיך דוקא
איך זאג נאר אזוי מען זאל בעסער פארשטיין

מילך טראק » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:20 pm

· #558831
Re: שידוכים דילעמע
אוהב ספרים #
מילך טראק #
די סיסטעם פון שידוכים ארבעט נישט.
האסט א בעסער פלאן?
יא, שוין געשריבן אין אנדערע אשכולות,

א בני יואל » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:39 pm

· #558836
Re: שידוכים דילעמע
מילך טראק #
אוהב ספרים #
מילך טראק #
די סיסטעם פון שידוכים ארבעט נישט.
האסט א בעסער פלאן?
יא, שוין געשריבן אין אנדערע אשכולות,
דער סיסטעם ארבעט פיין
טויזענטער יודן האבען חתונה מיטן זעלבן סיסטעם טעיגליך
יא סאיז דא וואס זענען קליגער פינעם סיסטעם פאר זיי ארבעט עס נישט

מילך טראק » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:45 pm

· #558838
Re: שידוכים דילעמע
א בני יואל #
מילך טראק #
אוהב ספרים #
מילך טראק #
די סיסטעם פון שידוכים ארבעט נישט.
האסט א בעסער פלאן?
יא, שוין געשריבן אין אנדערע אשכולות,
דער סיסטעם ארבעט פיין
טויזענטער יודן האבען חתונה מיטן זעלבן סיסטעם טעיגליך
יא סאיז דא וואס זענען קליגער פינעם סיסטעם פאר זיי ארבעט עס נישט
אזוי עס ארבעט זייער פיין??
די וואס האבן געמאכט די סיסטעם זענען די וואס האבן געמיינט אז זיי זענען קלוגער ווי גאט..

א בני יואל » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:03 pm

· #558841
Re: שידוכים דילעמע
איך ווייס נישט וועלכע סיסטעם דיך דריקט פינקטלעך אבער ווי ווייט איך געדענק קימט דער סיסטעם פין דורי דורת ביז זיידי יצחק בן אברהם
ויקח את רבקה ותהי לו לאשה … ויאהבה
קודם האט ער איר גענימען אין דערנאך האט ער איר ליעב געהאט
דאס ליבשאפט קימט מיט די צייט
‏אויב מיינסטו דעים ליטפישען מהלך פין דעיטען ביז ווילאנג משטעלט זיך מיט א באקעי פין בלומען כמינין וושתי מיט א געפרינטעד סיין will you marry me
זאלסטו וויסען אז דאס איז נאכגעמאכט פין די גוים אין דאס איז נישט אינזער מהלך בכלל
איןFYI סאיז ניטאמאל דעיס ווייל זיי לייגען ארויף דאס רינגעל אין דעמאלטס איז ביי אינז יודען א געזונטע שאלה לגבי קידושין

נאך א שמויגער » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:34 pm

· #558845
Re: שידוכים דילעמע
א ליטווישע בחור האט קיינמאל נישט געגעבען א ענגעידזשמענט רינגל פאר די כלה!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:41 pm

· #558846
Re: שידוכים דילעמע
מילך טראק #
אזוי עס ארבעט זייער פיין??
די וואס האבן געמאכט די סיסטעם זענען די וואס האבן געמיינט אז זיי זענען קלוגער ווי גאט..

נישט זיכער: נאר די בעסטע עצה וואלט געווען ווען מ'זאל צוריקגיין טון שידוכים אזוי ווי אין די צייטן פון די גמרא. די איינציגע פראבלעם וועט זיין אויב איינער וואס האלט זיך פאר א שיינער איד און "בעל בתי'ש" וועט זיך פלוצלינג אויפוועקן (א טאג נאך יום כיפור אדער ט"ז באב) און ער וועט זעהן אז ער האט א מחותן א באס דרייווער אדער א שניידער. די בושות וועלן דאך זיין אזוי גרויס. ער האט געמיינט אז ווען ער'ט קומען אין ביהמ"ד וועט א יעדער איהם קלאפן אין די פלייצע און זאגן פשיהאא... דיין מחותן איז דאך דער גרויסער גביר וואס איז אקארשט ארויס פון די שטעטל אוטיסוויל און האט באגנב'עט א האלבע שטאט. צום סוף גאר איז זיין מחותן בערל בעל עגלה דער באסדרייווער און יאנקל דער שוסטער.

רבותיי. איך מיין נישט מיך פערזענליך. איך האב ב"ה געטון פיינע שידוכים מיט מיינע קינדער.

נחזור לענייננו: אט פאר דעם טעם האט מען געמאכט אז שידוכים זאלן גיין דורך א שדכן/טע. נאר דער אריגינאלער וועג איז א סאך בעסער. ר' יונתן שווארץ זז"ג וועט זיכער נישט ברוגז זיין. מ'וועט איהם נאכאלץ רופן אלס בדחן. אויסער דעם איז ער שטארק פארנימען צו שרייבן זיין וועכנטליכן קאלום אין "מאמענט".

מי אני » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:29 pm

· #558858
עס קומט מיר פאר אביסל ווי די סעקרעטאר פראבלעם. דאס פרעגט אז אויב דארף א מענטש אויפנעמען א סעקרעטאר, און עס ווארטן א געוויסע צאל קאנדידאטן צו ווערן אינטערוויוּד. זיי גייען אריין עקסטער איינס-נאך-איינס. ער דארף מאכן א החלטה אויף יא אדער אויף ניין נאך יעדעס אינטערוויוּ, און אויב זאגט ער איינעם אפ קען ער יענעם שוין נישט צוריקרופן. ביי יעדעס אינטערוויוּ קען ער קלאר ארויסהאבן ווי גוט יענער איז ביחס צו די וואס ער האט שוין אינטערוויוּד מקודם, אבער, כמובן, ווייסט ער נאך נישט ווי גוט די קומענדיגע, וועמען ער האט נאכנישט געזעהן, זענען. ער וויל דאך דאס בעסטע קאנדידאט, איז ממילא וואס זאל ער טוהן און וויאזוי זאל ער וועהלן?

עפ״י מאטעמאטיקס קומט אויס אז די סטראטעגיע וואס ער זאל טוהן איז אז ער זאל אפזאגן די ערשטע צאל קאנדידאטן וואס זענען די נומער פון אלע קאנדידאטן דיוויידעד ביי אוילער׳ס נומער e [בערך 2.718]. דערנאך זאל ער נעמען דאס ערשטע קאנדידאט וועלכע קומט אפיר, וואס איז בעסער פון אלע וואס ער האט געזעהן ביז יעצט. עס קומט אויס אז דאס געבט דאס בעסטע אויסוואל פון אלע קאנדידאטן 37% פון אלעמאל וואס מ׳דארף אזוי אויסוועהלן.

כמובן אז דאס איז נישט אזוי פשוט צו זאגן לגבי שידוכים. ביי דעם ווייסט מען נישט די צאל ״קאנדידאטן״ וואס זענען פארהאן בסך הכל. ווי אויך איז יתכן אז מען קען דא נישט געהעריג רענקן אז דער איז ״בעסער״ ווי דער וכדומה.

א בני יואל » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:35 pm

· #558859
Re: שידוכים דילעמע
נאך א שמויגער #
א בני יואל #
איך ווייס נישט וועלכע סיסטעם דיך דריקט פינקטלעך אבער ווי ווייט איך געדענק קימט דער סיסטעם פין דורי דורת ביז זיידי יצחק בן אברהם
ויקח את רבקה ותהי לו לאשה … ויאהבה
קודם האט ער איר גענימען אין דערנאך האט ער איר ליעב געהאט
דאס ליבשאפט קימט מיט די צייט
‏אויב מיינסטו דעים ליטפישען מהלך פין דעיטען ביז ווילאנג משטעלט זיך מיט א באקעי פין בלומען כמינין וושתי מיט א געפרינטעד סיין will you marry me
זאלסטו וויסען אז דאס איז נאכגעמאכט פין די גוים אין דאס איז נישט אינזער מהלך בכלל
איןFYI סאיז ניטאמאל דעיס ווייל זיי לייגען ארויף דאס רינגעל אין דעמאלטס איז ביי אינז יודען א געזונטע שאלה לגבי קידושין
א ליטווישע בחור האט קיינמאל נישט געגעבען א ענגעידזשמענט רינגל פאר די כלה!
כהאב געמיינט דעים גוי פירט זיך צי געיבן אין ארויפלייגען דעים רינגעל אויפן פלאץ נישט דער ליטפישער
אין גראדע סאיז זייער באקאנט וויפיעל די ליטווישע משגיחים אין גדולים וואס האבען נישט אויפגעהערט צי האקען אויף די דעיטס וואס גייט פאר ביי זייער קרייז אין וויפיעל ביטול תורה דאס פארנעמט אבער סאיז געפאלען אויף טויבע אויערן
אבער ווען די פרעיגסט איינע פין די חברה וואס האסטו אויפגעטויען מיט די אלע געדעיטעריי וועט ער דיר מודה זיין סאיז סתם געוועהן א געלט אין צייט פארשווענדעריי

א בני יואל » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:51 pm

· #558861
Re:
מי אני #
עס קומט מיר פאר אביסל ווי די סעקרעטאר פראבלעם. דאס פרעגט אז אויב דארף א מענטש אויפנעמען א סעקרעטאר, און עס ווארטן א געוויסע צאל קאנדידאטן צו ווערן אינטערוויוּד. זיי גייען אריין עקסטער איינס-נאך-איינס. ער דארף מאכן א החלטה אויף יא אדער אויף ניין נאך יעדעס אינטערוויוּ, און אויב זאגט ער איינעם אפ קען ער יענעם שוין נישט צוריקרופן. ביי יעדעס אינטערוויוּ קען ער קלאר ארויסהאבן ווי גוט יענער איז ביחס צו די וואס ער האט שוין אינטערוויוּד מקודם, אבער, כמובן, ווייסט ער נאך נישט ווי גוט די קומענדיגע, וועמען ער האט נאכנישט געזעהן, זענען. ער וויל דאך דאס בעסטע קאנדידאט, איז ממילא וואס זאל ער טוהן און וויאזוי זאל ער וועהלן?

עפ״י מאטעמאטיקס קומט אויס אז די סטראטעגיע וואס ער זאל טוהן איז אז ער זאל אפזאגן די ערשטע צאל קאנדידאטן וואס זענען די נומער פון אלע קאנדידאטן דיוויידעד ביי אוילער׳ס נומער e [בערך 2.718]. דערנאך זאל ער נעמען דאס ערשטע קאנדידאט וועלכע קומט אפיר, וואס איז בעסער פון אלע וואס ער האט געזעהן ביז יעצט. עס קומט אויס אז דאס געבט דאס בעסטע אויסוואל פון אלע קאנדידאטן 37% פון אלעמאל וואס מ׳דארף אזוי אויסוועהלן.

כמובן אז דאס איז נישט אזוי פשוט צו זאגן לגבי שידוכים. ביי דעם ווייסט מען נישט די צאל ״קאנדידאטן״ וואס זענען פארהאן בסך הכל. ווי אויך איז יתכן אז מען קען דא נישט געהעריג רענקן אז דער איז ״בעסער״ ווי דער וכדומה.
נישט ממש
פאר די באקאנטע אין דעים ליין וויסען אז דאס וואס מען טראגט דיר אן די ערשטע זעקס זיבען דאס זעלבע טיפ גייט ג׳יין ארום אין ארום אין סערקלס
די זעלבע מהות נאר מיט אנדערע נעמען
קיינער גייט נישט אנטראגען דעים סאטמארער רביס א זון פאר דעים פלאמבערס א טאכטער
א חוץ אין אויסערגעווענליכע פאל
אדער דעים פאפא רביס א טאכטער פארען בוטשערס א זון
נישט אז עפעס איז ראנג מיט זיי אבער נארמאלערהייט ארבעט עס נישט
שדכנים זענען נישט קיין בהימות אל פי רוב
זיי זענען זייער גיט באקאנט מיט ווער דער גרויסער שפילער מיטן טאכטער זיינער זענען
נאר וואס דען
דער האלט זיך מיט זיין גאווה נישט ווייל ער איז א יש נאר סתם ווייל ער האט א טאכטער אין ער מיינט אז קיינער ווייסט נישט ווער ער איז באמת
אין דער אויספיר איז
דער דיינס בחור דארף נישט דעים מיידעל וואס זי איז נישט מחשיב די הארוואניע אויפן תורה. אין סגייט נישט געשעהן אזא שידוך כמעט
אין דער טאטע רעדט זיך נעבעך איין אז מארגען גייט ער טרעפין דעים דיינס בחור פין אכצען פאר זיין מיידעל פין צוואנציג אדער מער
אבער למעשה קיק דיך ארים ווי די זעהסט אויב אזוינע חלומות פאסירען אין די ווירקליכקייט
איך ווייס נישט פין קיין שום בן תורה ביי די אכצען וואס האט גענומען א צוואנציג יעריגע מיידל
אין אויב איז ער א אמתה בן תורה ווערט ער ציכאפט נאך פאר ער איז אכצען רוב פעללער

בת קול » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:21 pm

· #558918
Re: שידוכים דילעמע
איך זעה בכלל נישט די גדולה פון כאפן שידוכים און חתונה האבן יונג.
ענדערש חתונה האבן שפעטער און באקומען וואס מען זוכט, ווי חתונה האבן פריער און זיין סטאק אין א מיזרעבל מעריזש.

די עלטערע חתן כלות האבן כאטש א מיינונג אין זייער שידוך.

לשם יחוד » פרייטאג אפריל 12, 2024 12:45 am

· #558926
Re: שידוכים דילעמע
א בני יואל #
איך ווייס נישט וועלכע סיסטעם דיך דריקט פינקטלעך אבער ווי ווייט איך געדענק קימט דער סיסטעם פין דורי דורת ביז זיידי יצחק בן אברהם
ויקח את רבקה ותהי לו לאשה … ויאהבה
קודם האט ער איר גענימען אין דערנאך האט ער איר ליעב געהאט
דאס ליבשאפט קימט מיט די צייט
אפשר קוקסטו אויף יעקב ווי סשטייט ׳ויאהב יעקב את רחל׳ און זיבן יאר שפעטער האט ער חתונה געהאט מיט איר…

מילך טראק » פרייטאג אפריל 12, 2024 2:07 am

· #558938
Re: שידוכים דילעמע
ג-ט האט באשאפן ראמענס ס'זאל ווערן שידוכים

א בני יואל » פרייטאג אפריל 12, 2024 8:09 am

· #558944
Re: שידוכים דילעמע
בת קול #
איך זעה בכלל נישט די גדולה פון כאפן שידוכים און חתונה האבן יונג.
ענדערש חתונה האבן שפעטער און באקומען וואס מען זוכט, ווי חתונה האבן פריער און זיין סטאק אין א מיזרעבל מעריזש.

די עלטערע חתן כלות האבן כאטש א מיינונג אין זייער שידוך.

הוא היה אומר: בן חמש שנים למקרא; בן עשר למשנה; בן שלוש עשרה למצות; בן חמש עשרה לתלמוד; בן שמונה עשרה לחופה; בן עשרים לרדוף; בן שלושים לכוח; בן ארבעים לבינה; בן חמישים לעצה; בן שישים לזקנה; בן שבעים לשיבה; בן שמונים לגבורה; בן תשעים לשוח; בן מאה כאלו מת ועבר ובטל מן העולם

קען זיין אז פאר דיר איז דאס א פארצייטישע אלט מאדישע רולס אבער ביי רוב פין אינז היימישע גייט מען נאך די רולס

בת קול » פרייטאג אפריל 12, 2024 8:13 am

· #558945
Re: שידוכים דילעמע
איך האף אז דו פארשטייסט אז אלע זענען estimates.
קיין איינע פון זיי זענען רולס וואס זענען set in stone.

אויב דו ווילסט זיין nitty gritty קען איך ארויסברענגען אז ביי קיין איינס שטייט נישט בת.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 12, 2024 8:24 am

· #558946
Re: שידוכים דילעמע
בן חמש עשרה לתלמוד איז אויך נישט אזוי פונקטליך...

א בני יואל » פרייטאג אפריל 12, 2024 8:46 am

· #558949
Re: שידוכים דילעמע
לשם יחוד #
א בני יואל #
איך ווייס נישט וועלכע סיסטעם דיך דריקט פינקטלעך אבער ווי ווייט איך געדענק קימט דער סיסטעם פין דורי דורת ביז זיידי יצחק בן אברהם
ויקח את רבקה ותהי לו לאשה … ויאהבה
קודם האט ער איר גענימען אין דערנאך האט ער איר ליעב געהאט
דאס ליבשאפט קימט מיט די צייט
אפשר קוקסטו אויף יעקב ווי סשטייט ׳ויאהב יעקב את רחל׳ און זיבן יאר שפעטער האט ער חתונה געהאט מיט איר…
ר מרדכי הערש שפיטצער זאגט גראדע נאך א אינטערסאנטע זאך פין איינעם איך געדענק נישט פין וועים
זאגט פארוואס איז יעקב אדורך געגאנגען אזא שווערע פרשה ביי זיין שידוך
זיבען יאר געארבעט פאר רחל אין דערנאך באקימען לאה
זאגט ער פשט אזוי
יעקב האט זיך געמאכט א פלאן
ער גייט צים פעטער לבן ער גייט נעמען זיין טאכטער רחל אין גיט שבת מען גייט אהיים אלעס איז מסודר
אין נישט נאר דאס
רש״י זאגט דארט ועיני לאה רכות אז יעדער האט דעמאלטס אזוי געשמועסט אז רבקה האט צוויי קינדער דער עלצטער וועט גיין פאר עשו אין דער יונגערער פאר יעקב
ממלא איז דאך דא א פארטיגער פלאן
זאגט רב שפיטצער נאך
דער אייבירשטער האט געזאגט די האסט א פלאן אין די פארלאזט זיך נישט אויף מיר לאמיר דיר ווייזען
סהאט זיך אנגעפאנגען מיטן חלום מיטן ליייטער אין פין דארט ווייטער ביז ער איז אנגעקימען צי לבן אין לבן זאגט אים
הער אויס איך הער וואס די זאגסט די דארפסט רחל אבער צדיקעל סגייט נישט אזוי סימפעל
קודם גייסטו ארבעטן זיבען יאר אין מיין ביזנעס
דערנאך וועל איך דיך נעמען פאר א איידעם אין אזוי האט ער טאקע געטוהן אין אלעס מיטן פלאן אפגעשריבען פינקטלעך
קימט די זיבעטע יאר אין אזוי ווי דער פלאן איז מגייט צי צים גרויסען חתונה אין יעקב גייט חתונה האבען צי רחל אין מארגען גייט מען ציריק אהיים
צימאגענס אינדערפרי ער וועקט זיך אויף אין ער טרעפט לאה דארט
דעמאלטס כאפט ער זיך רבונו של עולם העלף מיר ארויס די מיטן פעטער שווער לבן דער ליגענער איך קען שוין נישט ארבעטן מיט מיין פלאן
אין ווען ער גייט צים פעטער שווער לבן פרעגען וואס גייט דא פאר קימט לבן מיט א ענטפער אבער דא לייגט ער שוין צי
היינט געב איך דיר רחל די קענסט שוין יעצט חתונה האבען מיט איר
סא דיין ענטפער אז ויאהב יעקב את רחל אין ער האט געווארט זיבען יאר קען אזוי פאר ענטפערט ווערין
סאיז נישט אז ער האט טאקע דיירעקט געווארט זיבען יאר
סאיז דא א שטיקעלע היסטאריע אינטער דעם
טריי א אנדערע מהלך ביטע

א בני יואל » פרייטאג אפריל 12, 2024 8:58 am

· #558950
Re: שידוכים דילעמע
בת קול #
איך האף אז דו פארשטייסט אז אלע זענען estimates.
קיין איינע פון זיי זענען רולס וואס זענען set in stone.

אויב דו ווילסט זיין nitty gritty קען איך ארויסברענגען אז ביי קיין איינס שטייט נישט בת.
לויט ווי איך געדענק אין איך ווייס אין די היינטיגע וועלט אין אזוי אויך א שיינע פאר דורות ציריק אין אינזער היימישע קרייזען אין
סאטמאר
פאפא
בעלז
קלויזנבורג
וויזניטץ
ספינקא
סדיגער
גור
דשינסקא
סיגוט
וויען
צעלים
אין איבעראל האט מען פרובירט צי פארען אויף דעים סדר
בן שמונה עשרה לחופה מער ווייניגער

ווילסט א טויש אינעם סיסטעם פיין טי וואס די ווילסט געזונטערהייט
אבער צווינג נישט דיין מיינונג צי געבן גערעכט פאר די אלע פאר האלטן זייערע קינדער האסטיטש מיטן אויפטרעף אז מארגען גייט קימען עפעס בעסער אין שענער אן קיין חשבון מיט ריאלעטי
ווייל ווי געשריבען פריער די פאקטען שלאגען אין פנים אריין ווען מזעהט די מציאות נאכען ווארטען א שיינע פאר יאר אין וואס מען טרעפט דערנאך

אין א זייטיגע נאטוץ
אויב אלע זענען estimates וואס איז די estimation פאר שמונה עשרה לחופה
19_20_21_22_23_24
אדרבה זאג מיר

א בני יואל » פרייטאג אפריל 12, 2024 10:07 am

· #558956
Re: שידוכים דילעמע
בת קול #
איך זעה בכלל נישט די גדולה פון כאפן שידוכים און חתונה האבן יונג.
ענדערש חתונה האבן שפעטער און באקומען וואס מען זוכט, ווי חתונה האבן פריער און זיין סטאק אין א מיזרעבל מעריזש.

די עלטערע חתן כלות האבן כאטש א מיינונג אין זייער שידוך.

אויב ביסטו דער טאטע וואס האלט צוריק דיין קינד שידוך וועגן דיין מיינונג לגבי ווען צו טון א שידוך און ווי אזוי, ביסטו גארנישט אנדערש פין די אלע וועמען דו באזינגסט, ווייל בסך הכל פרובירסטו ארויפצולייגן דיין אפיניען אויף דיין אייגענעם קינד.

צוויי » פרייטאג אפריל 12, 2024 2:02 pm

· #558986
Re: שידוכים דילעמע
א בני יואל #
אויב ביסטו דער טאטע וואס האלט צוריק דיין קינד שידוך וועגן דיין מיינונג לגבי ווען צו טון א שידוך און ווי אזוי, ביסטו גארנישט אנדערש פין די אלע וועמען דו באזינגסט, ווייל בסך הכל פרובירסטו ארויפצולייגן דיין אפיניען אויף דיין אייגענעם קינד.

אדער גאר די מאמע..

סקעפטיקער » פרייטאג אפריל 12, 2024 2:22 pm

· #558991
Re: שידוכים דילעמע
א בני יואל #

הוא היה אומר: בן חמש שנים למקרא; בן עשר למשנה; בן שלוש עשרה למצות; בן חמש עשרה לתלמוד; בן שמונה עשרה לחופה; בן עשרים לרדוף; בן שלושים לכוח; בן ארבעים לבינה; בן חמישים לעצה; בן שישים לזקנה; בן שבעים לשיבה; בן שמונים לגבורה; בן תשעים לשוח; בן מאה כאלו מת ועבר ובטל מן העולם

קען זיין אז פאר דיר איז דאס א פארצייטישע אלט מאדישע רולס אבער ביי רוב פין אינז היימישע גייט מען נאך די רולס
בן עשר למשנה און בן חמש עשרה לתלמוד האט מען שוין לאנג אויסגעריסן

new news » פרייטאג אפריל 12, 2024 2:47 pm

· #558995
Re: שידוכים דילעמע
ביסט גערעכט איך וויל נאר צולייגן איין קלייניגקייט
אליין זייענדיג אין די ליין קען איך דיר זאגן אז רוב מענטשן טרייען זייער שטארק יא צו טוהן שידוכים און נישט סתם אפשטופן און קלויבן
און זייער אסאך מאל ווייסט נישט די שדכן וואספארא אינפאָרמאַציע זיי האבן געהערט
איך האב די וואך מיטגעהאלטן א מעשה ווי נאך ביידע זייטן האבן זיך נאכגעפרעגט אסאך און שוין נאכן זיך טרעפן צוויי מאל האט איינער פון די זייטן אויסגעזאגט איבער עפעס א מעדיקל פראבלעם וואס זיי האבן און לויט ווי זיי טענה'ן האבן זיי געפרעגט רבנים און דיינים און זיי דארפן נישט עכט זאגן בלא בלא בלא

די שדכן וואונדערט זיך נאך יעצט פארוואס זיי קלויבן זיך אזוי

צוזאמגעדרייט » פרייטאג אפריל 12, 2024 3:10 pm

· #558999
Re: שידוכים דילעמע
קען מיר איינער צו ווייזן וואו די שידוכים קריזיס איז? די סיסטעם ארבעט גאר גוט. 95% זענען פארהייראט ביים גרייכן 25 יאר אלט.

וואס איז די איבערקערעניש?

א בני יואל » פרייטאג אפריל 12, 2024 3:25 pm

· #559000
Re: שידוכים דילעמע
איך מיין דער סדר העולם גייט אז ס'איז כמעט נישט פארהאנען א מיידל וואס וויל בלייבען זיצן אינדערהיים און ווארטן.
די גמרא זאגט אין קידושין אז פאר דעם איז א פרוי מקודש אפילו זי האט נישט געזעהן די בחור, ווייל ביי א פרוי גייט מען מיט די שיטה אז "טב למיתב טן דו מלמיתב ארמלו",

צי ס'איז די טאטע אדער די מאמע איז נישט קיין שום נפקא מינה, נאר אין איין זאך, די מאמע זוכט נישט צו פארלירן די טאכטער וואס העלפט ארויס אין שטוב מיט אלעמען אבער זי וועט רוב מאל פארשטיין וואס איר טאכטער דארף באמת און אויך פארשטייט זי זייער גוט אז די צייט איז געקומען און מען דארף בויען יודישע דורות ווייטער, און אויב איז עס דער טאטע איז דאס פשוט אלס א קאנטראל פריעק, און אויב איז עס ביידע אינאיינעם דעמאלטס טאקע וועט רוב מאל דאס מיידל נישט זיצן ביי די הויכע צוואנציגער אינדערהיים מער,
איך קען נישט זאגן, ס'איז דא אויסנאמען אמאל. אבער רוב מאל איז דאס דער געדאנק.

אדרבה, דוק ותשכח, גיי נאך די פעלער אין די חסידישע וועלט וועסטו דאס טרעפן.
די אלע וואס האבן א מיידל אין די היימישע אטמאספער וואס איז אין די יארן העכער איין צוואנציג איז נאר דער טאטע וואס הערט און ענטפערט און ער גלויבט אז ער איז דער קלוגער וואס גייט טרעפן איינער וואס וועט זיך משעבד זיין אונטער זיין הכנעה מיט אלע מפרשים, און ער טרייט צו קאנטראלן זיין גאנצע משפחה, אינקלודינג זיין אייגענע פרוי.
אויב קלונגסטו אן אמאל צו אזא מאמע וועט זי דיר גלייך ענטפערן "רוף מיין מאן". זי האט אימת מות פאר דעם קאנטראל פריעק.

אדער, איינער האט אים אמאל געזאגט ווי געראטן זיין מיידל און אויב דו פרעגסט זיך נאך ביי אירע חבר'טעס וועסטו געוואר ווערן אז זי איז באמת א טאפּ מיידעל, און פאר דעם איז שוין גארנישט גוט "פארעים" דערנאך ווערט זי פארעלטערט מער און מער, און ווי געזאגט דער אכצן יעריגער בחור דארף שוין נישט קיין מיידל דריי יאר עלטער פון עם,
פארדעם איז ר' יהונתן שווארץ אריינגעטאנצן אין דעם פעלד, פאר די פאר וואס מען האט געדארפט אויפקלערן,

אבער רוב האלטן זיך נאך ביי זייערע פרינציפן, און חלומ'ען אז מארגן גייט קומען איינער וואס איז נאך נישט מיד געווארען פון דעם קאנטראל פריקס פראפעגאנדע און משוגעת, אדער וואס האט אנגעפאנגען שידוכים פון איינע פין די וואטסעפפ גרופס און דער גייט ברענגען דאס פונקטליכע וואס ער זוכט,
אדרבה, זאגט מיר הויעך און קלאר, וויפיל מיידלעך ווייסט איינער פון דא זענען געווארען כלות ביי די צוויי און צוואנציג און העכער. איך רעד דוקא ביי אונז היימישע, נישט ליטווישע.
ליטווישע איז גראדע אויך נישט דא קיין סך.
דער פאקט איז פונקט פארקערט, עלטערע בחורים מיט יונגערע מיידלעך גייט אסאך מער.

א בני יואל » פרייטאג אפריל 12, 2024 4:06 pm

· #559007
Re: שידוכים דילעמע
צוזאמגעדרייט #
קען מיר איינער צו ווייזן וואו די שידוכים קריזיס איז? די סיסטעם ארבעט גאר גוט. 95% זענען פארהייראט ביים גרייכן 25 יאר אלט.

וואס איז די איבערקערעניש?

די שידוכים קריזיס איז, אז אונזערע ישיבות זענען נישט אויסגעארבעט אז אונזערע בחורים זאלן דארט זיצן און הויערן אויפן הארטן באנק נאר ביז צו די אכצן שפעטסטנס ניינצן, אמאל אמאל צוואנציג אפשר.
און א בחור וואס ווערט שוין אין די יארן זוכט צו פארלאזן דעם הארטן ישיבה באנק ווי שנעלער אין א ראש.

יזכרו לטוב חבּורות מיט ישיבות וואס האלטן די טירן אויפגעמאכט פאר עלטערע בחורים און מ'קומט אין ישיבה עלעווע און מען גייט פירע, אדער עלעווע הייבט מען אן טראכטן אז מען קען שוין זוכן א וועג צום ישיבה, און זונטיג און פרייטיג קומט מען בכלל נישט,
קומט אויס אז קיין גרויסע לערנער איז ער במילא נישט, הענגט ער זיך פון ליידיגע צייט, אבער ארבעטן וועט ער נישט גיין אלעס ווייל דעמאלטס וועט ער שוין ח"ו ווערן א ווארקינג בּוי און דאן זענען זיינע שאנסען אסאך שוואכער, אבער אזוי הייסט ער נאך א ישיבה בחור און ער עלטערט זיך און ווארט... און יא, דאס איז דער קריזיס.
פארברענגט אכט יאר מיט גארנישט און נישט, אויב האט ער זיך געהאלטען ביי יודישקייט מיט תמימות.
פארגעס נישט, אויב האט ער געמאכט לייסענס איז ער שוין א אויסווארף און א שייגעץ.

און פון די עזרת נשים,
שטייט א מיידל וואס זי דארף א לערנינגבּוי ווי די פאריעריגע שניי,
זי וואלט נישט אוועקגעגעבן קיין איין מינוט פין איר האנימאאן וועקעישען אז איר מאן זאל בלייבן ביי די גמרא און אריינכאפן נאך א בלאט,
און אפילו דער טאטע, ווען ער רעדט איינעם איין אז ער זוכט איינעם וואס זאל בלייבן לערנען און ער גייט אים אויסהאלטן פאר א יאר צוויי, מיינט עס ער גייט אים לאזען קומען עסן סאפער יעדע נאכט.. ער גייט אים נישט געבען קיין פעי טשעק ביי-וויקלי אז ער זאל קענען באצאלן זיין רענט עלעקטער און געז יעדן חודש, ער גייט ער אים צושטעלן א דירה אין א בעסמענט, נישט קיין גרויסע, און אפשר וועט ער אויך קויפן די קעריטש ביים ערשטן קינד.
אבער אונזער קאנטראל פריעק קוקט אויף איין זאך, כנזכר לעיל.

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 12, 2024 4:31 pm

· #559009
Re: שידוכים דילעמע
בני יואל, ברענגסט ארויף א שטארקע פראבלעם פון אונזער סיסטעם (Arranged marriages), אז עלטערן קוקן מער אויף וואס ס'איז גוט פאר זיך ווי איידער פאר די קינדער.

די פראבלעם גייט אבער פיל טיפער ווי "עלטערע בחורים/מיידלעך".
די שידוכים וואס ווערן יא געמאכט זענען אויך אפט מאל פראבלעמאטיש צוליב אונזער סיסטעם (Arranged marriages).

ס'דאך פאראן אזוי פיל פארפעלקער ביי אונז וואס וואלטן קיינמאל נישט צוזאמען געפּאָרט געווארן ווען נישט מען האט די 2 אפרוחים אריינגעשמירט.... ( נעה... געווען א בעשוי! זיי האבן גערעדט פאר כמעט 20 מינוט!)

איין באשעפער ווייסט וויפיל מענטשן דרייען זיך ארום ביי אונז א גאנץ לעבן מיט די טיפע ווייטאג אז "מען האט מיך אריינגענערט"... נאר פארשטייט זיך אז גט'ן קען מען זיך נישט ווייל ס'פאסט נישט, און וואס וועט זיין מיט די קינדער.

אקיצור, דו ברענגסט ארויף איינע פון די פראבלעמען וואס מען וועט נאטורליך טרעפן אין אלע פלעצער ווי ס'איז איינגעפירט Arranged marriages.

(פון די אנדערע זייט, עס לאזן נאר פאר די קינדער איז אויך נישט עפעס ווער ווייסט וואס, און אסאך איגענטליכע וועלן זיך פשוט נישט קענען דערקלייבן, סאוי מען ברויך עפעס א מיטל וועג)

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 12, 2024 4:35 pm

· #559010
Re: שידוכים דילעמע
כלפי די שמונה עשר לחופה האבן שוין פילע ארויסגעברענגט אז די אנדערע זאכן פון די משנה האלט מען אויך נישט.

חוץ מזה וואס די קולטור האט זיך היינט גענצליך געטוישט, און אין דער צייט וואס בימיהם איז 18 שוין געווען א גאנצע מענטש, מען האט שוין געהאלטן נאכן ארבעטן אפאר יאר, און קענען די וועלט און די גאס, איז א היינטיגער דורכשניטליכער 18 יעריגס א קליינער טוטער וואס זיצט נאך אין ישיבה און האט נישט קיין השגה פון דער וועלט, און אפט מאל ווייסט ער נאך בכלל נישט וואס ער וויל.

זאקן » פרייטאג אפריל 12, 2024 4:38 pm

· #559011
Re: שידוכים דילעמע
ווען די משנה זאגט בן שמונה עשרה לחופה רעדט ער פון זייערע צייטן, אמאל האט מען געלעבט האלב די צייט וואס מען לעבט היינט, קינדער פון אכט יאר האבן שוין גע׳ארבעט אין די פעלדער.

לאכעדיג » פרייטאג אפריל 12, 2024 5:19 pm

· #559015
Re: שידוכים דילעמע
אינטערעסאנט אז @א בני יואל זאל האבן אזויפיל השגות...

אגב, מרדכי הערש שפיטצער איז כשר אין בני יואל?
ער האט דאך א רבי לפנים...

א בני יואל » פרייטאג אפריל 12, 2024 5:20 pm

· #559016
Re: שידוכים דילעמע
ליב צו וויסן #
בני יואל, ברענגסט ארויף א שטארקע פראבלעם פון אונזער סיסטעם (Arranged marriages), אז עלטערן קוקן מער אויף וואס ס'איז גוט פאר זיך ווי איידער פאר די קינדער.

די פראבלעם גייט אבער פיל טיפער ווי "עלטערע בחורים/מיידלעך".
די שידוכים וואס ווערן יא געמאכט זענען אויך אפט מאל פראבלעמאטיש צוליב אונזער סיסטעם (Arranged marriages).

ס'דאך פאראן אזוי פיל פארפעלקער ביי אונז וואס וואלטן קיינמאל נישט צוזאמען געפּאָרט געווארן ווען נישט מען האט די 2 אפרוחים אריינגעשמירט.... ( נעה... געווען א בעשוי! זיי האבן גערעדט פאר כמעט 20 מינוט!)

איין באשעפער ווייסט וויפיל מענטשן דרייען זיך ארום ביי אונז א גאנץ לעבן מיט די טיפע ווייטאג אז "מען האט מיך אריינגענערט"... נאר פארשטייט זיך אז גט'ן קען מען זיך נישט ווייל ס'פאסט נישט, און וואס וועט זיין מיט די קינדער.

אקיצור, דו ברענגסט ארויף איינע פון די פראבלעמען וואס מען וועט נאטורליך טרעפן אין אלע פלעצער ווי ס'איז איינגעפירט Arranged marriages.

(פון די אנדערע זייט, עס לאזן נאר פאר די קינדער איז אויך נישט עפעס ווער ווייסט וואס, און אסאך איגענטליכע וועלן זיך פשוט נישט קענען דערקלייבן, סאוי מען ברויך עפעס א מיטל וועג)

יונגערמאן, לאמיר דיר זאגן איין זאך קודם,
אני בעצמי איז פון arranged marriage, כ'האב געהאט צוויי beshows
איך ווינטש מיינע בעסטע פריינד זאלן האבן אזא גוט לעבן און שלום בית ווי איך האב מער ווי א מנין יאר צוריק,
דער אייבירשטער זאל העלפן ווייטער.
כ'האב חתונה געהאט ביי די אכצען יאר.

דאס זעלבע מיט מיינע אלע געשוויסטער אינאיינעם מיט מיין שווערס קינדער, אלעס מיטן זעלבן סיסטעם.

איך קען דיר נישט זאגן נאר אז איך ווינטש מיינע קינדער די זעלבע שלום בית ווי איך, און אויך דורך דעם זעלבן סיסטעם (אויב זיי ווילן דעם סיסטעם, אז נישט בין איך מסכים ווי אזוי זיי ווילן עס)
ממילא לא זכיתי להבין פארוואס דו ווילסט עס פארטוישן.

איך דריי מיך גראדע מיט אסאך ליטווישע אין ארבעט, אונז האבן אסאך געשמועסט דערוועגן, און זיי זענען אויך נישט צופרידן מיט זייער סיסטעם...
אפשר קענסטו מסביר זיין וואספארא סיסטעם דו האסט אין מיינד וואס גייט יא ארבעטן?
דו זאגסט זייער גוט "איין באשעפער ווייסט", ער האט דאס אזוי געמאכט, און דאס איז יענעם באשערט געוועהן, און אזוי איז יענעם באשערט, ער האט דאס געזעהן פון פאראויס און אזוי האט ער געוואלט ס'זאל זיין.

א געוויסע נשמה האט געדארפט אראפקומען צוליב א געוויסע סיבה, מיר פארשטייען נישט דערצו.
און וויפיל פון די צוואנציג מינוטיגע beshows זענען נישט געווארן? דאס פארציילסטו נישט.

איי וועסטו פרעגן, פלוצלינג שרייסטו ס'איז אלעס באשערט,
האב איך טאקע אזוי אנגעפאנגען, מ'קען נישט ארויסנעמען די בעטערי פון די פאון און שרייען אויב ס'איז באשערט וועט עס קלינגען, מ'דארף נאך אלעמען האנדלען ווי נארמאלע מענטשן.
מ'דארף דאווענען די דאזיגע מענטשן זאלן קומען צום שכל און צוריקלייגן דעם בעטערי און לאזן דעם באשעפער פירן זיין וועלטל.

א בני יואל » פרייטאג אפריל 12, 2024 5:28 pm

· #559018
Re: שידוכים דילעמע
לאכעדיג #
אינטערעסאנט אז @א בני יואל זאל האבן אזויפיל השגות...

אגב, מרדכי הערש שפיטצער איז כשר אין בני יואל?
ער האט דאך א רבי לפנים...

ווילסט איך זאל עובר זיין אויף גילוי 👍 👍

הער איך אויך אסאך הרב ר' מענדל וויייס
א צדיק פון א יוד, ס'איז ממש נישט צום באגרייפן פון וואנעט ער נעמט אזוינע כוחות צו פארציילן און פארלערנען,
מ'קען פון אים אזויפיל ארויסנעמען.
דער יוד האט מיך מחזק געוועהן אויף איינע פין זיינע דרשות עפעס נישט נארמאל,
כ'האב א שיינע פאר שידוכים אויסגעפירט אדאנק זיין חיזוק, הלוואי ער וואלט דאס געוואוסט,
איך וואלט דעם יוד ארומגענומען

א בני יואל » פרייטאג אפריל 12, 2024 5:35 pm

· #559020
Re: שידוכים דילעמע
זאקן #
ווען די משנה זאגט בן שמונה עשרה לחופה רעדט ער פון זייערע צייטן, אמאל האט מען געלעבט האלב די צייט וואס מען לעבט היינט, קינדער פון אכט יאר האבן שוין גע׳ארבעט אין די פעלדער.
יְמֵי שְׁנוֹתֵינוּ בָהֶם שִׁבְעִים שָׁנָה וְאִם בִּגְבוּרֹת שְׁמוֹנִים שָׁנָה איז וועלכע צייטן פינקטלעך

ליב צו וויסן » מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:52 pm

· #559055
Re: שידוכים דילעמע
א בני יואל #
יונגערמאן, לאמיר דיר זאגן איין זאך קודם,
אני בעצמי איז פון arranged marriage, כ'האב געהאט צוויי beshows
איך ווינטש מיינע בעסטע פריינד זאלן האבן אזא גוט לעבן און שלום בית ווי איך האב מער ווי א מנין יאר צוריק,
דער אייבירשטער זאל העלפן ווייטער.
כ'האב חתונה געהאט ביי די אכצען יאר.

דאס זעלבע מיט מיינע אלע געשוויסטער אינאיינעם מיט מיין שווערס קינדער, אלעס מיטן זעלבן סיסטעם.

איך קען דיר נישט זאגן נאר אז איך ווינטש מיינע קינדער די זעלבע שלום בית ווי איך, און אויך דורך דעם זעלבן סיסטעם (אויב זיי ווילן דעם סיסטעם, אז נישט בין איך מסכים ווי אזוי זיי ווילן עס)
ממילא לא זכיתי להבין פארוואס דו ווילסט עס פארטוישן.

איך דריי מיך גראדע מיט אסאך ליטווישע אין ארבעט, אונז האבן אסאך געשמועסט דערוועגן, און זיי זענען אויך נישט צופרידן מיט זייער סיסטעם...
אפשר קענסטו מסביר זיין וואספארא סיסטעם דו האסט אין מיינד וואס גייט יא ארבעטן?
דו זאגסט זייער גוט "איין באשעפער ווייסט", ער האט דאס אזוי געמאכט, און דאס איז יענעם באשערט געוועהן, און אזוי איז יענעם באשערט, ער האט דאס געזעהן פון פאראויס און אזוי האט ער געוואלט ס'זאל זיין.

א געוויסע נשמה האט געדארפט אראפקומען צוליב א געוויסע סיבה, מיר פארשטייען נישט דערצו.
און וויפיל פון די צוואנציג מינוטיגע beshows זענען נישט געווארן? דאס פארציילסטו נישט.

איי וועסטו פרעגן, פלוצלינג שרייסטו ס'איז אלעס באשערט,
האב איך טאקע אזוי אנגעפאנגען, מ'קען נישט ארויסנעמען די בעטערי פון די פאון און שרייען אויב ס'איז באשערט וועט עס קלינגען, מ'דארף נאך אלעמען האנדלען ווי נארמאלע מענטשן.
מ'דארף דאווענען די דאזיגע מענטשן זאלן קומען צום שכל און צוריקלייגן דעם בעטערי און לאזן דעם באשעפער פירן זיין וועלטל.

גוד פאר יו!! און פאר דיינע אלע געשוויסטער און פאר אלע קינדער פון דיין שווער!...

כ'האף אז דו פארשטייסט אז אפילו ס'זאל ווען זיין ממש אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ איז עס בלויז אנעקדאטל עווידענס.

איך קען גענוג און נאך משלים אויף פארקערט.
זאגסט אז ביי דיר האט עס געארבעט? געוואלדיג!
איך קען אויך עלטערע בחורים וואס האבן זיך געקליבן און געקליבן און למעשה גאר גוט אנגעטראפן...!
דאס מיינט אז אזוי דארף זיין?

פאראן אלע סארט מענטשן אויף דער וועלט.
בעפאר דו שטעלסט צוזאמען 2 מענטשן פארן לעבן מאכט סענס אז זיי זאלן זיך קענען עטוואס בעפאר, זיכער צו מאכן אז זיי זענען געמאכט איינס פארן אנדערן (און נישט געוואר ווערן נאכן מאכן א קינד אז דא איז דא א פראבלעם...)

סתם פאר אינטערסאנטקייט, מיט וואס פונקטליך איז א 20 מינוטיגע בעשוי בעסער ווי אן איין מינוטיגע ווידעאוי קאלל???

וואס פונקטליך ווערט מען געוואר ביי די 19'טע מינוט וואס מען האט נישט געוואוסט ביי די ערשטע מינוט?
אז דער בחור האט געזעהן נאך 19 מינוט ווי די כלה שמייכלט פארשעמטערהייט?
אז די מיידל האט נאכאמאל געהערט ווי דער בחור היסט??

אונזער בעשוי סיסטעם איז נישט מער ווי א שפיל.

שמעקעדיג » מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:42 pm

· #559066
Re: שידוכים דילעמע
א בני יואל #
הער איך אויך אסאך הרב ר' מענדל ווייס
א צדיק פון א יוד, ס'איז ממש נישט צום באגרייפן פון וואנעט ער נעמט אזוינע כוחות צו פארציילן און פארלערנען,
מ'קען פון אים אזויפיל ארויסנעמען.
דער יוד האט מיך מחזק געוועהן אויף איינע פין זיינע דרשות עפעס נישט נארמאל,
כ'האב א שיינע פאר שידוכים אויסגעפירט אדאנק זיין חיזוק, הלוואי ער וואלט דאס געוואוסט,
איך וואלט דעם יוד ארומגענומען

ווער איז דער ר' מענדל ווייס? וואו קען מען אים הערן?

א בני יואל » זונטאג אפריל 14, 2024 10:42 am

· #559103

אשר על כן
וואס איז דיין פארשלאג
וואס האט דאס צי טוען מיט א קאנטראל פריעק וואס כאפט אן זיין טאכטער ווייל ער מיינט מארגען קימט דאס וואס ער זיכט שוין גאנצע פינעוו יאר אין קיינער קען דערווייל נאכנישט טרעפין

א בני יואל » זונטאג אפריל 14, 2024 10:43 am

· #559104
Re: שידוכים דילעמע
שמעקעדיג #
א בני יואל #
הער איך אויך אסאך הרב ר' מענדל ווייס
א צדיק פון א יוד, ס'איז ממש נישט צום באגרייפן פון וואנעט ער נעמט אזוינע כוחות צו פארציילן און פארלערנען,
מ'קען פון אים אזויפיל ארויסנעמען.
דער יוד האט מיך מחזק געוועהן אויף איינע פין זיינע דרשות עפעס נישט נארמאל,
כ'האב א שיינע פאר שידוכים אויסגעפירט אדאנק זיין חיזוק, הלוואי ער וואלט דאס געוואוסט,
איך וואלט דעם יוד ארומגענומען

ווער איז דער ר' מענדל ווייס? וואו קען מען אים הערן?
https://torazoom.com/speaker/
בלאט: 1 2