שפילער #
מען הערט אין אלע אינטערוויווס אויף קול מבשר פון יודן וואס זענען געווען ביים טאטאלען ליקו און זייער באגייסטערונג דערפון , אויך זאגן זיי ווי מען האט געזעהן די נפלאות הבורא , אויך זאגן זיי אז יעדער האט איינגעזעהן אז סאיז דא א באשעפער אויף דער וועלט.
יעצט איז מיין שאלה ווי זעהט מען מער אז סאיז דא א בורא ביים ליקו החמה מער ווי יעדן טאג ווען די זין שיינט אויף אדער סרעגענט?
נעכטן אויפ'ן וועג אהיים פונעם טאטאלע ליקוי אבזערוואציע האב איך אויסגעהערט ר' שלמה ערליך (אויף
LATEST TALKS) און כ'הער דארט ווי ער רעדט ארום איבער די געוואלדיגע נפלאות הבורא וואס מ'זעהט ביי שוועמלעך, ער פארציילט דארטן איבער 14 טויזענט באזונדערע סארט מאשרום'ס וואס זענען פארהאן, און די חילוקים צווישן זיי (כנוסח ר' אביגדור מיללער).
אזוי הערנ'דיג טראכט איך צו מיר: אויב קען איך זעהן אזויפיל נפלאות הבורא פון איינפאכע שוועמלעך, וואס האט מיר אויסגעפעלט צו טרעוולען הונדערטער מיילן צו זעהן די נפלאות הבורא פונעם ליקוי חמה?
און כ'בין געקומען צו די איינערקענונג אז אין אמת'ן אריין די סיבה פארוואס איך בין געפארן איז טאקע נישט צוליב א מאנגל אין לאקאלע נפלאות הבורא, נאר ליבערשט צוליב א מאנגל אין FACINATING נפלאות הבורא, א זאך וואס דו זעהסט יעדן איינציגן טאג נאכאנאנד, ווערט רעגיסטרירט אין מח אלס א רעגולערע מינדערוויכטיגע פאסירונג וועלכע פאדערט נישט קיין גרויס אויפמערקזאמקייט (בבחינת נס בתוך הטבע), ווידעראום ווען דו זעהסט א נאטורליכער פענאמענאן וואס איז אויסערארדנטליך, און געשעהט גאר זעלטן, דאן איז עס זייער אויפפאלנד פאר'ן מח (בבחינת נס חוץ לדרך הטבע), דעריבער ווען א מענטש זעהט אז די געווענליכע חובות הלבבות מעטאדן (פון איינזעהן די רוטינע פלאי הבורא) איז נישט מאסגעבנד אים צו אינספירירן צו אהבת השם, דאן ברויך ער זיך סטימיולירן מיט מער דראסטישע און ראדיקאלע נאטור'ליכע ערשיינונגען, א שטייגער ווי א ליקוי חמה, א שטייגער ווי מ'נוצט אן עלעקטריק שאק אויפצולעבן איינעם'ס הארץ.
איינמאל ער האט דעם סטימיולאציע, וועט עס אים העלפן אנצוהאלטן זיין ענטוזיאזם צום בורא פאר א שטיקל וויילע