☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ

וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16981

הכנה דרבה » זונטאג אפריל 7, 2024 11:46 pm

· #558125
וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
איז מיר פארלאפען אזא מעשה דעם פרייטאג צונאכטס, איך בין אהיימגעקומען מיט די הייליגע צוויי מלאכים און זיך צוזינגען פארפלאמט דעם געשמאקען שלום עליכם פונם זיידן, דער טשולענט בלעזעלט און די וויסקי וואס איך האב פארטרינקען צום זמן צוזאמען מיט די קארטאפעל קוגל זשומעט פיין אין קאפ. די סעודה פארט פיין און די קינדער זיצן ארום ווי בני מלכים, מיט מיין אשת חיל וואס שאקעלט צו פרום צו די שיינע לויב ווערטער פון משלי.

אזוי פארט דער סעודה פיין, שוין אפגע'פטר'ט די מלאכים, צאתכם ובואכם לשלום, זיך געוואשען צו א פיינע זויערע בארכע, דער עולם טינקט און זינגט, די קארבענעט צושפיליוועט אין קאפ, מ'קנאקט רעטעך, מ'פליסקעט די הייסע זופ, די מאמע שרייט "עסט שטילער" נאר ווער הערט איר דען? מ'קען דאך נישט הערן דאס אייגענע קול פון די שווערע פליסקעריי, איך דארף אייך נישט מאריך זיין לענגער, איר קענט אלע גיין קוקן אין פיני גליק'ס זמירות די פונקטליכע דעטאלן, נאר איך מיין אז איך דארף ארויסקומען מיט מיין אייגענע זמירות ווייל דער גליק האט נאכנישט געקאווערט אן אחד בשישים פון מיין נוסח זמירות. איז נישט פארדעם בין איך דא געקומען, צו דערציילן וואספארא זמירות איך פארמאג, פארדעם פלאן איך טאקע ארויסצוקומען מיט אן עקסטערע זמירות, אפשר טאקע שוין פאר פסח הבעעל"ט, אבער צו דעם וועלן מיר שוין צוריקקומען א צווייטע מאל.

איז וואו בין איך פארפארן דא? יא צום זמירות, איז פלוצים, צווישען די מייערן צימעס און די פארפעל הייבט אן צו גיין א ריח, קודם האב איך געקלערט אז דאס איז פון מיר גאר, אפשר האב איך געגעסען צופיל ארבעס, אבער נאכדעם באמערק איך מיין דריי יעריגס איז געווארן גאר ערענסט, ממש דאס קדושת שבת ברענט אויף איר געזיכט, נאך קורצע חקירות ודרישות שטעלט זיך ארויס אז דער חורבן איז גרויס, די גאנצע אונטערוועש מיט די טייץ מיט א חלק פון די בענקל אפילו איז געגאנגען קאקן, ביז דא קען מען נאך שרייבן אין די זמירות, פון דא און ווייטער איז שוין אזוי געהויבן אז אין קיין שום זמירות גייט דאס שוין נישט אריין.

עס פאנגט זיך אן א גאנצע סדרה, אפציען דאס אלטע, ווישן וואשן, איך שטיי מיט א גרויסע שלחן ערוך און איך דירעקטיר פונקטליך וואס איז מותר און וואס איז אסור, אינדערצווישען האט זיך דאס באטל וויין אויסגעגאסען, א כפרה דאס קינד, אבער וואס ווילט עטץ פון מיין וויין?

שוין, פארטיג אפגעפיצט, אפגעוואשען, א פרישע פאר אינטערוועש, פאנגט זיך אן א פרישע פרשה, זי דארף אירע ווייסע טייץ, נישטא נאך א ווייסע טייץ ווייל דאס האסטו שוין צוגרינד געלייגט לעצטע וואך!

אפשר שווארצע? ניין! דייקא ווייסע, זי איז גאר שטארק מקפיד אויף כבוד שבת!

אפשר א פאר זאקעלעך ווייסע? ניין ניין ניין!!

די קולות גייט ארויף א טאן, איך דארף מיינע ווייסע טייץ! איך דארף מיינע ווייסע טייץ!! איך דארף מיינע ווייסע טייייייץ!!!!

נישטא קיין ווייסע טייץ נשמה'לע, די ווייסע טייץ איז אין גארבעדזש, וועסט זיך האלטען ריין וועסטו האבן ווייסע טייץ!

איייייך דאאארףףףף וויייייסעעעעעע טיייייץ!!!!!!!!!

שעפעלע טייערס! איך וויל דיך אזוי שטארק געבן ווייסע טייץ, גלייב מיר, איך אליינס דארף אפילו ווייסע טייץ, מ'קען נישט האבן אלעס וואס מ'וויל!

איייייך דאאארףףףף וויייייסעעעעעע טיייייץ!!!!!!!!!
איייייך דאאארףףףף וויייייסעעעעעע טיייייץ!!!!!!!!!

איך געדענק שוין נישט ווען דאס קינד האט געענדיגט וויינען און אויב איך האב געבענטשט למעשה, איך האב פארענדיגט דאס גאנצע איבערגעבליבענע פונם פיינעם קאבערנעי, דאס ווייב איז מיר ארויסגעלאפען ערגעצוואו אינם טינקעלן נאכט אריין, מסתמא צו איר מאמע'ן אדער אפשר גאר צו איר שוויגער, א סברה, שוין בעסער מיטן שוויגער ווי מיט אנגעקאקטע צודרודעלטע קינדער און איך בלייב מיר אזוי מיטן קליינעם שרייעדיגע וועוועריקל, און גיי טרעף יעצט א שלום זכר ווי צו אנטלויפן, נישטא קיין שלום זכור, מיינע געטרייע חברים, פאר גאו פאנד מי'ס זענען זיי דא, אבער ווען איך דארף יעצט א שלום זכור אזוי וויכטיג זענען זיי נישט צום האבן.

דריי איך זיך ארום אובד עצות, מילא דאס קינד וועט שוין ווי נישט ווי אויפוואקסען, איך געדענק נאך וויאזוי איך האבן זיך אויפגעפירט ביי די זיבן יאר ווען נאטור האט גערופען אין סאמע מיטן שפילן, מ'האט געטון וואס מ'האט געהאט צו טון, נו, מי שברך את האבות הוא יברך את הבנות, ווער עס האט זיך געזארגט פאר מיר דער וועט זיך שוין זארגען פאר איר אויך. נאר די טייץ, רבונו של עולם, דוכט זיך מיר ס'איז בלויז א קארגע פאר וואכן פון ראש השנה און איך מיין מיר האבן שוין אזוי דורכגעטריבען אזויפיל טוצן ווייסע טייץ אז דאס געשעפטעל נעבן מיר האט דעזיגנירט א גאנצע וואנט דערפאר, ער האט זיך לעצטענס אפילו געקויפט א הויז דוכט זיך מיר פון די פולע טייץ, עס נעמט נישט קיין עק!

קומטס אריין רבותי מיט עצות, איך האלט עס שוין נישט אויס!

שמעון וואלף » זונטאג אפריל 7, 2024 11:55 pm

· #558128
Re: וואס טוט מען? דאס קינד האלט זיך נישט ריין
פיין געשריבן.

די מוסט מחליט זיין וואס איז דיר וויכטיגער, די קארבאנעי אדער אן אנגענעמע סעודה.
די וויין טראגט דיך אוועק און די ערוועקסטיך ווען ס'שוין קייעס.

צוקוועטשטע איילבירטן » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:06 am

· #558135
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
פון דעם יואלי לאנדא'ס חלוקה קומט נישט מיט ווייסע טייץ??

היום » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:20 am

· #558143
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
ערענס גערעדט, איז דא אין דער געשעפט צו קויפן PullUps…
דוכט זיך מיר אז עס דיקא געמאכט פאר אזוינע מצבים.
נישט לאחר המעשה, נאר פאר דעם, פאר מען זעצט זיך אוועק צום טיש, טיט מען איר אהן כמו שצריך אז מען זאל זיין גרייט על כל צרה, לכשיבוא. כמו שכתוב, מי שטרח בערב, יאכל ב…

נישט אז וועגן אן איינמאליגער מעשה דארף מען שוין אלעמאל אנטיען פראטעקשן, נאר ס׳זעהט זיך אויס אז דיבר הכתוב בהיה, הוה, ויהיה…

פאר דעם האט עס דער באשעפער אונז געגעבן, צו ניצן ווען מען דארף…

איך קען א יוד, א שכן, וואס ווען ער לאזט זיך ארויס צום קאנטרי מיט זיין געזונדל, גייען אלע קינדער מיט פעמפערס אדער פולאפס… פון די 3 ביז די 11 יעריגס,
כדאי שלא לבייש את מי שאיני יכול…

ראדני » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:24 am

· #558146
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
כאפ אריין יעצט איז די קיופאן סיזען און סעאק דיך אן מיט טייץ פארן שווארצן ווינטער, אז והיה און עס וועט זיין ,ואין והיה אלא לשון צער, אז די גרעיפ דזשוס וועט זיך אויסגיסן וועסטו האבן א העדזש אקעגן די טייץ

היום » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:38 am

· #558148
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
:דאבללייק: @הכנה דרבה
איך געב דיר דא א 5 סטאר רעיטינג :דאבללייק: :דאבללייק:

די קומסט אריין גאר שטארק, קלאר און שמיציג, א פיינער ווילדער מליצידיגער שפראך, מיט געשמאקע אויסדריקן.

MUCH APPRECIATED!!!!

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:40 am

· #558149
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
איך לאך און לאך...

אבער וואס איז דאס פיני גליק'ס זמירות?

שמן למאור » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:46 am

· #558152
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
פיני גליק איז דער שרייבער פון די לאנגזאם פעלדמאן סקיטס, פאר פורים האט ער ארויסגעגעבן א זמירות מיט די ווערטער וואס מען זאגט 'עכט'... ווי למשל, שלום עליכם... איך האב מיך פארשמועסט אין שול, וועגן דעם בין איך שפעט... מלאכי השרת... וכ'

יין שרף » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:46 am

· #558153
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
שמעקעדיג #
איך לאך און לאך...

אבער וואס איז דאס פיני גליק'ס זמירות?
📎 זמירות - פיני גליק.pdf

כספי » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:07 am

· #558164
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
יין שרף #
שמעקעדיג #
איך לאך און לאך...

אבער וואס איז דאס פיני גליק'ס זמירות?
וואף איז דאס גוט! אייזן

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:12 am

· #558166
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
הכנה דרבה #
מיינע געטרייע חברים, פאר גאו פאנד מי'ס זענען זיי דא, אבער ווען איך דארף יעצט א שלום זכור אזוי וויכטיג זענען זיי נישט צום האבן.

😂 😂

קל וחומר » מאנטאג אפריל 8, 2024 4:36 am

· #558201
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
דא קומט אויך אריין די געוואלדיגע מתנה וואס דער רבש"ע האט אונז באשאנקן מיטן באשאפן דעם בריה וואס רופט זיך פרעש ווייפס.
אמאל, פאר קנאפע הונדערט יארע צוריק, אין שטעטל, ווען ס'קינד האט זיך געלאזט וואויל גיין, געווארן אינספערירט פונעם טאטע'נס הויכע און קרעפטיגער נפיחה, פראבירט נאכצומאכן דעם קינץ, אבער האט נאכנישט געהאט געלערנט ביים מלמד איבער די חילוק פון גאז און סאלידס, און האט ארויסגערוקט דעם גאנצן טועמיה בחדא מחתא, און פאר א באנוס צוגעלייגט דעם פרישטאג-שבת פארטי-לאנטש פון אינדערפרי, די סרחון איז געגאנגען עד לב השמים....

די איינציגסטע ברירה אויף איבער-צו-לעבן אזא קאטאסטראפע, איז געווען צו גיין שלאפן אין שטאל נישט ווייט פון די פערד, הגם וואס דארט האט נישט געפעלט קיין גללים, איז עס כאטש פארטריקנט געווארן און די שמעק איז פארשוועמט געווארן מיטן ווינט'ל.

די היינטיגע פרעש ווייפס, בעיקר די פלאשעבל, פארמיידן דעם גאנצן עסק ביש.

יתכן אז ווען חז"ל לעבן היינט, וואלט גענאנגען א ברכה פון בורא מיני ווייפס.

הכנה דרבה » מאנטאג אפריל 8, 2024 8:07 am

· #558205
Re: וואס טוט מען? דאס קינד האלט זיך נישט ריין
שמעון וואלף #
פיין געשריבן.

די מוסט מחליט זיין וואס איז דיר וויכטיגער, די קארבאנעי אדער אן אנגענעמע סעודה.
די וויין טראגט דיך אוועק און די ערוועקסטיך ווען ס'שוין קייעס.
אוודאי די קאבארנעי, א כפרה די קינדער, נאר וואס מיין קאבארנעי האט מיט אירע הכנה דזוטא דאס פארשטיי איך שוין נישט, די שיינע הכנות איז שוין געווען צוגעגרייט אינם סיסטעם נאך ווען די קאבארנעי איז געווען ביים שמש אויפן שעלף, ווען די מלאכים זענען נאך געווען ביזי איבערשמועסן ס׳פאריגע וואך שבת, נאך ווען די קאטשעניו איז געווען רינעדיג, בבחינת מי שטרח מיכן, ווער עס עסט דער קען קאקן, האט נישט קיין מגע ומשא מיט מיין קאבארנעי, ס׳איז סתם געזלייטינג מצדה.

מילך טראק » מאנטאג אפריל 8, 2024 10:02 am

· #558229
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
סהאט גארנישט מיט די ווייסע טייץ, דאס קינד איז געווארן מורדיג פארשעמט, און אויך אפשר אנגעשריגן, ווי לאנג זי האט נישט צוריק די ווייסע טייטץ פילט זי ווי די מעשה האט זיך נאכנישט גענדיגט, געב אביסל לאוו פארן קינד, בארואיג איר סאיז גארנישט געשעהן , וועט זי זיך בארואיגן,
אף על פי שחטא ישראל היא.

לאנגע הויזן » מאנטאג אפריל 8, 2024 10:42 am

· #558244
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
געדענק איך נאך מיט א 10 יאר צוריק ווען אנטוהן שבת שווארצע טייץ האט געהייסן מאדערן, בשעת ווען די מיידלעך וואס האבן אנגעטוהן אינדערוואכן ווייסע טייץ האבן אויך געהייסן מאדערן..

זאקן » מאנטאג אפריל 8, 2024 11:47 am

· #558254
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
אויב די אדער דיין ווייב האבן שוין געזאגט אז זי קען האבן נאר שווארצע טייץ קענסטו שוין נישט צוריקציען, ווייל אויב זי זעהט אז ווען זי שרייט אין שטויסט לאזטו טוהן אנדערש וואס די האסט געזאגט גייסטו יעדן טאג האבן א קינד וואס גייט שרייען קולות, וואס איך טוה אזא צייט איך זאג פאר די קינד אז מאמי האט געזאגט אז נישט איז נישט, אויב ס׳איז דא א סיבה וואס זי קען אפשר פארשטיין גיי איך זאגן די סיבה אפילו איך ווייס אז זי גייט ווייטער פארפירן נאכן הערן די סיבה, אויב איך זעה אז ס׳איז ממש כלו כל הקיצין גיי איך טרייען צו טרעפן עפעס אדער דערציילן עפעס א מעשה וואס גייט אוועקנעמען איר קאפ צו בלייבן טראכטן וועגן די אלטע זאך, עס ארבעט רוב מאל נאך אפאר מינוט.

פארשטייצך געב לאוו פארן קינד אפילו זי שרייט אין וויינט אז זי זאל נישט האלטן אז ס׳קומט סתם פון שלעכטיקייט ווייל די האסטו איר נישט ליעב.

היום » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:42 pm

· #558270
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
זאקן #

@זאקן פארשטייט צו טייטס?

מילך טראק » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:02 pm

· #558274
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
דאס איז יענץ געלעכטער מדארף אריבער פירן אין די חינוך אשכול

עמקות התם » מאנטאג אפריל 8, 2024 2:44 pm

· #558292
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
דאס איז א אמת'ע מקרה?
א 3 יעריגע גייט מיט טייץ? איר זענט חברים מיט @חכמת שלמה א.ד.ג?

ראדני » מאנטאג אפריל 8, 2024 5:05 pm

· #558333
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
עמקות התם #
דאס איז א אמת'ע מקרה?
א 3 יעריגע גייט מיט טייץ? איר זענט חברים מיט @חכמת שלמה א.ד.ג?
כ׳האב דיר נייעס , אין אלע אדער רוב וויליאמסבורגע מוסדות מוז מען שוין גיין טייץ ביי די דריי, פרעג מיך נישט פארוואס, בערך די זעלבע ווי די טייט הויזן שגעון

מרדכי מרדכי » מאנטאג אפריל 8, 2024 6:04 pm

· #558340
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
ראדני #
עמקות התם #
דאס איז א אמת'ע מקרה?
א 3 יעריגע גייט מיט טייץ? איר זענט חברים מיט @חכמת שלמה א.ד.ג?
כ׳האב דיר נייעס , אין אלע אדער רוב וויליאמסבורגע מוסדות מוז מען שוין גיין טייץ ביי די דריי, פרעג מיך נישט פארוואס, בערך די זעלבע ווי די טייט הויזן שגעון
דריי יעריגע מיידלעך גייען שבת אין שולע?

קל לזכור » דינסטאג אפריל 9, 2024 1:13 am

· #558413
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
פארוואס איז שווארצע טייטץ אדער גאר פרום אדער מען מאדערן???

א בחינה פון צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.

יין שרף » דינסטאג אפריל 9, 2024 10:30 am

· #558435
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
קל וחומר #
דא קומט אויך אריין די געוואלדיגע מתנה וואס דער רבש"ע האט אונז באשאנקן מיטן באשאפן דעם בריה וואס רופט זיך פרעש ווייפס.
אמאל, פאר קנאפע הונדערט יארע צוריק, אין שטעטל, ווען ס'קינד האט זיך געלאזט וואויל גיין, געווארן אינספערירט פונעם טאטע'נס הויכע און קרעפטיגער נפיחה, פראבירט נאכצומאכן דעם קינץ, אבער האט נאכנישט געהאט געלערנט ביים מלמד איבער די חילוק פון גאז און סאלידס, און האט ארויסגערוקט דעם גאנצן טועמיה בחדא מחתא, און פאר א באנוס צוגעלייגט דעם פרישטאג-שבת פארטי-לאנטש פון אינדערפרי, די סרחון איז געגאנגען עד לב השמים....

די איינציגסטע ברירה אויף איבער-צו-לעבן אזא קאטאסטראפע, איז געווען צו גיין שלאפן אין שטאל נישט ווייט פון די פערד, הגם וואס דארט האט נישט געפעלט קיין גללים, איז עס כאטש פארטריקנט געווארן און די שמעק איז פארשוועמט געווארן מיטן ווינט'ל.

די היינטיגע פרעש ווייפס, בעיקר די פלאשעבל, פארמיידן דעם גאנצן עסק ביש.

יתכן אז ווען חז"ל לעבן היינט, וואלט גענאנגען א ברכה פון בורא מיני ווייפס.
📎 20240408_194335.jpg

היום » דינסטאג אפריל 9, 2024 12:44 pm

· #558445

פרעש ווייפס מאכט טייטס צוריק ווייס?
נאך נישט געהערט אזוינס.
ווי בייקומט מען אזוינע?
מען מעג עס ניצן אויך שבת?

לאנגע הויזן » מיטוואך אפריל 10, 2024 8:54 am

· #558592
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
אנטוהן שבת ווייסע טייץ פאר א קליינע קינד קען גאר זיין א שאלה פון צובע..

היום » מיטוואך אפריל 10, 2024 3:09 pm

· #558652
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
לאנגע הויזן #
אנטוהן שבת ווייסע טייץ פאר א קליינע קינד קען גאר זיין א שאלה פון צובע..
שאלה?
פרעגן קענסטו אלעמאל….
און די תשובה איז אז מ׳מעג.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 1:44 am

· #558776
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
לאנגע הויזן #
אנטוהן שבת ווייסע טייץ פאר א קליינע קינד קען גאר זיין א שאלה פון צובע..

לאל, ס'איז די זעלבע שאלה ווי פאר אסאך עדאלטס אנצוטון א ווייסע ציצית...
אלענפאלס, אז מען האט @לאנגע הויזן איז נישט קיין פראבלעם צו גיין ווייסע זאקן...

הכנה דרבה » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:20 am

· #558791
אז מ'רעדט שוין, כ'האב געהערט אז אין בעלזא דרייט מען ארום דעם טלית קטן אויף די אנדערע זייט ווען מ'עסט מילכיגס אלץ בשר וחלב.

עמקות התם » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:42 am

· #558794
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
שטיקעלע פראבלעם דאס צו זאגען, עסן אונע שווארצן' צודעק אויפען גוף און נאך מאכען א מנהג פון דעם הפקירת.....

פון אונזערע » מיטוואך אפריל 17, 2024 3:12 pm

· #559476
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
איין מינוט כ'האב א שווערע פירכה...
וואס טוסטו אינמיטן וואך? ווארפסט אויך אוועק יעדן טאג א טייטץ? אדער נאר שבת וועגען זי באקומט א נשמה יתירה?

היום » מיטוואך אפריל 17, 2024 3:24 pm

· #559481
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
פון אונזערע #
איין מינוט כ'האב א שווערע פירכה...
וואס טוסטו אינמיטן וואך? ווארפסט אויך אוועק יעדן טאג א טייטץ? אדער נאר שבת וועגען זי באקומט א נשמה יתירה?
נע, געשעהנט לכאורה במשך׳ן וואך אויך, נאר שבת איז ער פארצאפאל אין שטוב און האלט מיט…

פון אונזערע » מיטוואך אפריל 17, 2024 3:33 pm

· #559483
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
היום #
פון אונזערע #
איין מינוט כ'האב א שווערע פירכה...
וואס טוסטו אינמיטן וואך? ווארפסט אויך אוועק יעדן טאג א טייטץ? אדער נאר שבת וועגען זי באקומט א נשמה יתירה?
נע, געשעהנט לכאורה במשך׳ן וואך אויך, נאר שבת איז ער פארצאפאל אין שטוב און האלט מיט…
נעה.. כ'פארשטיי אז די גאנצע דראמא איז וועגן די ווייסע טייטץ...

היום » מיטוואך אפריל 17, 2024 5:17 pm

· #559510
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
פון אונזערע #
היום #
פון אונזערע #
איין מינוט כ'האב א שווערע פירכה...
וואס טוסטו אינמיטן וואך? ווארפסט אויך אוועק יעדן טאג א טייטץ? אדער נאר שבת וועגען זי באקומט א נשמה יתירה?
נע, געשעהנט לכאורה במשך׳ן וואך אויך, נאר שבת איז ער פארצאפאל אין שטוב און האלט מיט…
נעה.. כ'פארשטיי אז די גאנצע דראמא איז וועגן די ווייסע טייטץ...
איך וועל זיך נישט מיט דיר מתווכח זיין אויף דעם… ס׳מיר נישט קיין נפק״מ בכלל…
דער @הכנה דרבה לעבט נאך עמו״ש… אויב עס איז דיר וויכטיג קענסטו ביי עהם אליינס אנפרעגן…

פון אונזערע » מיטוואך אפריל 17, 2024 7:33 pm

· #559525
Re: וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ
היום #
פון אונזערע #
היום #
פון אונזערע #
איין מינוט כ'האב א שווערע פירכה...
וואס טוסטו אינמיטן וואך? ווארפסט אויך אוועק יעדן טאג א טייטץ? אדער נאר שבת וועגען זי באקומט א נשמה יתירה?
נע, געשעהנט לכאורה במשך׳ן וואך אויך, נאר שבת איז ער פארצאפאל אין שטוב און האלט מיט…
נעה.. כ'פארשטיי אז די גאנצע דראמא איז וועגן די ווייסע טייטץ...
איך וועל זיך נישט מיט דיר מתווכח זיין אויף דעם… ס׳מיר נישט קיין נפק״מ בכלל…
דער @הכנה דרבה לעבט נאך עמו״ש… אויב עס איז דיר וויכטיג קענסטו ביי עהם אליינס אנפרעגן…
מיין פירכה איז טאקע געווען געוואנדן צו אים... איר האט נישט געברויכט ענטפערן בכלל...

מרדכי מרדכי » פרייטאג אפריל 19, 2024 12:37 pm

· #559683
Re:
הכנה דרבה #
אז מ'רעדט שוין, כ'האב געהערט אז אין בעלזא דרייט מען ארום דעם טלית קטן אויף די אנדערע זייט ווען מ'עסט מילכיגס אלץ בשר וחלב.
קיינמאל געהערט דערפון.
קען זיין אז געוויסע בעלזא האבן אזא חומרה.
א עכטע בעלזער עסט נאר מיט די הוט און רעקל.

יין שרף » פרייטאג אפריל 19, 2024 3:43 pm

· #559699
Re: Re:
מרדכי מרדכי #
הכנה דרבה #
אז מ'רעדט שוין, כ'האב געהערט אז אין בעלזא דרייט מען ארום דעם טלית קטן אויף די אנדערע זייט ווען מ'עסט מילכיגס אלץ בשר וחלב.
קיינמאל געהערט דערפון.
קען זיין אז געוויסע בעלזא האבן אזא חומרה.
א עכטע בעלזער עסט נאר מיט די הוט און רעקל.
אדער מיט די הענט