המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16978
המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
א 4.7 ערד ציטערניש איז פריער פארגעקומען אין די טריי סטעיט עריע, די צענטער איז געווען לעבן עדיסאן ניו דזשערזי
עס האט אנגעהאלטען א ערך פון 20-25 סעקונדעס
דער אייבירשטער זאל שומר ומציל זיין
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
I felt it hard where I was
took pretty long compared to others
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
מ'האט גארנישט געוואוסט פארדעם?

כספי #
מ'האט גארנישט געוואוסט פארדעם?
זיכער האט מען געוויסט נאר די ווייסט דאך ווער עס ווייסט רעדט נישט וכו' והדברים עתיקים.
זיי האבען אויך מודיע געוועהן (די גאווירמענט) אז עס איז "געוועהן" א ערד קוועיק פאר די וואס זענען אויסגישפארט פון די קאפי רום זאלען אויך וויסען ודוק
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
אין די לעצטע יאר איז געווען ארום 35 ערדציטערנישען אין די ניו יארק סטעיט עריע, רוב זענען געווען גענוג קליין אז מער רעדט נישט דערפון בכלל.
די שטערקסטע וואס ניו יארק סיטי האט אמאל געשפירט איז געווען 5.8 אין 1944.
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
ס'דארף זיין נאך אדער עפטער שאקס ?
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
אוהב ספרים #
א 4.7 ערד ציטערניש איז פריער פארגעקומען אין די טריי סטעיט עריע, די צענטער איז געווען לעבן עדיסאן ניו דזשערזי
עס האט אנגעהאלטען א ערך פון 20-25 סעקונדעס
דער אייבירשטער זאל שומר ומציל זיין
וואס הייסט ״דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין?״
שומר ומציל זיין פון וועם? ער האט דאך עס געברענגט!

לשם יחוד #

פיגער עס אויס, עס איז נישט אזוי שווער.

דער אייבישטער האט עס געברענגט וועגן פארשידענע (מיסטעריעזע) הימלישע חשבונות. נאר אונז בעט מיר אז אין די געשעענישן זאל קיין איין מענטש (איד אדער גוי) וועלכער פארדינט נישט קיין עונש, נישט געשעדיגט ווערן.

לפענ"ד האט די ערציטערניש עפעס צו טון מיט די קומענדיגע ליקוי חמה.
עפעס ליגט מיר אין קאפ איבער א גמרא וואס פארבינדט די צוויי געשעהענישן (כ'מיין מס' סוכה).
אויך אן אינטרעסאנטער פאקט צו באמערקן אז די מערסטע ערדציטערנישן געשעהען פאר פסח אדער פאר ראש השנה. איך געדענק איין יאר איז די ערשטע נאכט פון פסח געווען זייער א שטארקע ערדציטערניש אין אלאסקא. אויך א ליקוי לבנה איז מיט 3 יאר צוריק בערך געווען די ערשטע נאכט פון סוכות.
דאס אלעס ווייזט אז "יש בעל לבירה". און ס'האט אויך עפעס צו טון מיט "עיקבתא ד'משיחא".
באלד וועלן זיך יאווען די פארשידענע "בעלי מקובלים" און שארלאטאנען וועלכע זאללן האבן פאראויסגעזאגט די, און אנדערע אויסערגעוויינליכע געשהענישן פון די נאטור.
נאר אונז האמיר געזעהן וויפיהל זייערע "פרעדיקשנס" לאחר המעשה זענען ווערד.
אין ארץ ישראל איז דאך דא א שפע פון "בעלי מקובלים" און פארשידענע "באבא'ס". נאר ס'איז אינטרעסאנט אז קיין איינער פון זיי האט נישט פאראויסגעזאגט די געשעענישן פון שמח"ת תשפ"ד. לאחר המעשה האבן זיי "געזעהן" די געשהענישן ברוח קאקאש קעיק שלהם.
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
די תוצאות רח"ל...
📎 IMG_20240405_125339_095.jpg
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
אוהב ספרים #
לשם יחוד #
אוהב ספרים #
א 4.7 ערד ציטערניש איז פריער פארגעקומען אין די טריי סטעיט עריע, די צענטער איז געווען לעבן עדיסאן ניו דזשערזי
עס האט אנגעהאלטען א ערך פון 20-25 סעקונדעס
דער אייבירשטער זאל שומר ומציל זיין
וואס הייסט ״דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין?״
שומר ומציל זיין פון וועם? ער האט דאך עס געברענגט!
פיגער עס אויס, עס איז נישט אזוי שווער.
כ׳האב פרובירט אבער ס׳איז מיר געווארן נאך שווערער. וואס טוט מען?
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
berlbalaguleh #
אין ארץ ישראל איז דאך דא א שפע פון "בעלי מקובלים" און פארשידענע "באבא'ס". נאר ס'איז אינטרעסאנט אז קיין איינער פון זיי האט נישט פאראויסגעזאגט די געשעענישן פון שמח"ת תשפ"ד. לאחר המעשה האבן זיי "געזעהן" די געשהענישן ברוח קאקאש קעיק שלהם.
להוי ידוע כ׳זאג יעצט פאראויס, הנה ימים באים, דאס קומענדיגע מאנטאג כחצות היום גייט פארקומען א לקוי חמה דורך גאנץ מדינת אמריקה. וכל העם ישמעו ויראו.

אינטער א פינף איז געוועטליך גארנישט
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
📎 0.jpg
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
אין די דאזיגע מינוט'ן שפירט זיך א צווייטע ציטערניש (עטוואס מילדער)
פילייכט א AFTERSHOCK

יאפס

אפטימיסטיש #
אין די דאזיגע מינוט'ן שפירט זיך א צווייטע ציטערניש (עטוואס מילדער)
פילייכט א AFTERSHOCK
4.0 אויפ׳ן ריכטער וואג.
https://earthquake.usgs.gov/earthquakes/eventpage/us7000mab9/executiveRe: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
חתן בחור #
berlbalaguleh #
אין ארץ ישראל איז דאך דא א שפע פון "בעלי מקובלים" און פארשידענע "באבא'ס". נאר ס'איז אינטרעסאנט אז קיין איינער פון זיי האט נישט פאראויסגעזאגט די געשעענישן פון שמח"ת תשפ"ד. לאחר המעשה האבן זיי "געזעהן" די געשהענישן ברוח קאקאש קעיק שלהם.
להוי ידוע כ׳זאג יעצט פאראויס, הנה ימים באים, דאס קומענדיגע מאנטאג כחצות היום גייט פארקומען א לקוי חמה דורך גאנץ מדינת אמריקה. וכל העם ישמעו ויראו.
און איך זאג פאר (ברוח קדשי) אז מאנטיג אדער דינסטאג ווען ס'וועט זיין א ליקוי חמה וועט זיין פארוואלקנט און מ'וועט נישט קענען הנאה פון דעם ליקוי חמה. אויך זאג איך פאראויס אז (כמעט) אלע סטריעט לייטס גייען זיך אנצינדן אינמיטן טאג. ויהי לפלא.
אויב די לייט אויף דיין גאס האט זיך נישט אנגעצינדן רוף 311. אדער קול מבשר.
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
די ערד שאקעלט זיך, אדער די קעמרע וואס איז געגאנגען אויפן עמפייער סטעיט בילדינג?

דא אין ברוקלין גייט זיך אנצינדן די לייטס? גייט דען ווערן אזוי טינקל?
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
א יעדע סטריעט לייט האט (אויפ'ן שפיץ) א סענסאר. ווען ס'ווערט טונקל (אפילו נישט אינגאנצן) צינדט זיך אן די לייט.
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
די מאסעס אייז וועלכע ווערן צעלאזט צוליב דער דערווארעמונג פון ערד-קויל איז פאר ניו-יורק א קאפ-ווייטיק. אינעם ווייטן צוקופט האבן אויסגערעכט די גיאלאגים וועט דאס וואסער זיך דערהייבן ביז 7 מעטער.
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
דו רעדסט אין ארום א 150,000 יאר ארום. ביז דאמאלס וועט שוין משיח קומען. אויך. איך דארף נישט זארגן פאר מיינע אור(15) אייניקלעך וואס זיי וועלן טון. אילאן מאסק אדער דזשעף בעיזאס וועלן שוין אויפקומען מיט עפעס א סופער פאמפ וואס וועט אוועקטרייבן דאס וואסער צו אן אנדער'ן פלאנעט אדער גאלאקסי.
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
מילך טראק #
די ערד שאקעלט זיך, אדער די קעמרע וואס איז געגאנגען אויפן עמפייער סטעיט בילדינג?
נישט נאר די ערד נאר די וואלקענעס עס וועל , מיז מען זאגען אז די קעמערע האט זיך געווארפען פאר שרעק המביט לארץ ותרעד
לאמיר תשובה טהון דיס איז דזאסט די ביגינינג גיימער זאגען מנחה
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
שרה: געוואלד! די שטוב האלט ביים איינפאלן. ג-ט אין הימל האב רחמנות. יענקל, לאמיר שנעל ארויס לויפן. סכנת נפשות.
יענקל: ווארט נאר א רגע. איך דארף מיטנעמען דעם טלית מיט די תפילין.
שרה: רבונו-של-עולם, איך האלט עס נישט אויס, יענקל. קום שוין, וואס גייסטו ייעצט וואשן די הענט?
יענקל: ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שכוחו וגבורתו מלא עולם.
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
berlbalaguleh #
לשם יחוד #
אוהב ספרים #
א 4.7 ערד ציטערניש איז פריער פארגעקומען אין די טריי סטעיט עריע, די צענטער איז געווען לעבן עדיסאן ניו דזשערזי
עס האט אנגעהאלטען א ערך פון 20-25 סעקונדעס
דער אייבירשטער זאל שומר ומציל זיין
וואס הייסט ״דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין?״
שומר ומציל זיין פון וועם? ער האט דאך עס געברענגט!
דער אייבישטער האט עס געברענגט וועגן פארשידענע (מיסטעריעזע) הימלישע חשבונות. נאר אונז בעט מיר אז אין די געשעענישן זאל קיין איין מענטש (איד אדער גוי) וועלכער פארדינט נישט קיין עונש, נישט געשעדיגט ווערן.
עס איז א תפילה אויף לעתיד אויף יעצט איז מאי דהוה הוה