☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16971
בלאט: 1 2

אפטימיסטיש » מאנטאג אפריל 22, 2024 4:25 pm

· #559986
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
מעניינא דיומא:

איינע פון די גרעסטע חרד'ישע וויצן איז דאס אריינשרייען "כָּאֵ֜לֶּה" ביים ליינען






מקום שנהגו לכפול....

https://t.me/TheVideoWorld1/265


געוויסע שולן רופן גאר אראפ א חזן פאר'ן "כאלה"...

https://t.me/alevirlvideos/40

https://t.me/TheVideoWorld1/271


און פאלגענד איז מער א מוזיקאלישע 'כאלה' פון ניוקאמב:

https://t.me/TheVideoWorld1/285


און פאר וועלוועלע קירשנבוים'ס פען'ס:

https://t.me/TheVideoWorld1/275


שטום שפראך "כאלה" טשעלענדזש:

https://t.me/Yiddishlech/5797


כאלה טשאלענדזש:

https://t.me/Yiddishlech/5796

https://x.com/buchashem/status/1782500706282332344
📎 photo_5017446555887708899_x.jpg

אפטימיסטיש » מיטוואך אפריל 24, 2024 10:42 pm

· #560008
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
.
📎 . (15).jpeg

אפטימיסטיש » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:35 am

· #560015
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

אפטימיסטיש » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 11:36 am

· #560035
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
א גוטן מועד.

היינט ביים ליינען האב איך אבזערווירט דאס התלהבות מיט וועלכע מאנכע שרייען אריין "כָּאֵ֜לֶּה" און דאס האט מיך געברענגט צום אנערקענונג אז ס'גאנץ מעגליך אז דאס אריינשרייען די פסוקים איש יהודי/ליהודים/ומרדכי יצא וכו' ביים ליינען 'מגילת אסתר' האט זיך בפשטות אויכעט אנגעהויבן אויפ'ן זעלבן אופן. נעמליך עטליכע הייסבלוטיגע לצים מיט א חוש פון 'חרד'ישע הומאר' האבן באשלאסן אז אריינשרייען צווישנרופען ביי מגילה ליינען וועט אויפהייבן דעם ניווא פון שמחת פורים מיט עטליכע שטאפלען, און אזוי האט עס צוביסלעך EVOLVED צו ווערן דאקומענטירט אלס אן אפיציעלע מנהג.

לויט די דאזיגע טעאריע איז צום ערווארטן אז גאר בקרוב וועט דער 'כָּאֵ֜לֶּה' מנהג אנהייבן ערשיינען אין די קומענדיגע משנה ברורה'דיגע/אוצר הלכות'דיגע ספרים. און כמדומה לי אז דער נטעי גבריאל ברענגט דאס שוין נאך...

אפטימיסטיש » זונטאג אפריל 28, 2024 11:24 am

· #560145
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
שוין! ב"ה מיר האבן שוין אן איסור אויף זינגען "כָּאֵ֜לֶּה"

זינגען כאלה איז ערגער פון געבראקטס

אפטימיסטיש » זונטאג אפריל 28, 2024 11:29 am

· #560147
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
אפטימיסטיש #
שוין! ב"ה מיר האבן שוין אן איסור אויף זינגען "כָּאֵ֜לֶּה"

זינגען כאלה איז ערגער פון געבראקטס
לויט דעם קומט לכאורה אויס אז אחרון של פסח ווען מ'מעג שוין בראקן, און לויט מאנכע איז גאר אן ענין צו בראקען, וועט מען אום אחרון של פסח אויכעט מעגן/מוזן זינגען כאלה... ויש לדון

אפטימיסטיש » זונטאג אפריל 28, 2024 1:48 pm

· #560181
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
אפטימיסטיש #
שוין! ב"ה מיר האבן שוין אן איסור אויף זינגען "כָּאֵ֜לֶּה"

זינגען כאלה איז ערגער פון געבראקטס
איי געס די דאזיגע חברה זענען נישט מקפיד אויף געבראקטס...

https://twitter.com/i/status/1784519792516334047

אפטימיסטיש » מיטוואך מאי 1, 2024 2:35 am

· #560244
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

אפטימיסטיש » זונטאג יוני 23, 2024 4:06 pm

· #565932
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
אפטימיסטיש #
חלק ג'


ספעציעל אויב זי דארף זיך מיטדרייען... און אבאכט געבן נישט צו ווערן פארוויקלט אינעם גארטל, דאן איז עס מורא'דיג דערפרייענד...




נאך אינעם קאמיש'ע מצוה טענץ סעריע

https://t.me/JewishMedia/16487

Antibacterial » זונטאג יוני 23, 2024 4:16 pm

· #565934
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
אפטימיסטיש #
נאך אינעם קאמיש'ע מצוה טענץ סעריע

https://t.me/JewishMedia/16487
😂 😂 😂 😂 איך אטעם נישט! 😂 😂 😂

איז דאס א פרישע מעשה? דער סאמעט איז אייזען!!

איך אויך » זונטאג יוני 23, 2024 5:17 pm

· #565951
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
ווער איז דער צודרייטער?

berlbalaguleh » זונטאג יוני 23, 2024 5:30 pm

· #565952
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
אפטימיסטיש #
אפטימיסטיש #
שוין! ב"ה מיר האבן שוין אן איסור אויף זינגען "כָּאֵ֜לֶּה"

זינגען כאלה איז ערגער פון געבראקטס
איי געס די דאזיגע חברה זענען נישט מקפיד אויף געבראקטס...

https://twitter.com/i/status/1784519792516334047
דאס האט ער (דער בעל קורא) נאר אריינגעווארפן אלס א ווערטל.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 23, 2024 5:35 pm

· #565954
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
Antibacterial #
אפטימיסטיש #
נאך אינעם קאמיש'ע מצוה טענץ סעריע

https://t.me/JewishMedia/16487
😂 😂 😂 😂 איך אטעם נישט! 😂 😂 😂

איז דאס א פרישע מעשה? דער סאמעט איז אייזען!!
דער מענטש דארף א דאקטער, סטעט...!

איך האלט מ'דארף איהם צובינדן און ארויספיהרן פון זאל. אזוי ווי שמח"ת. אזא משוגע'נער.

Antibacterial » זונטאג יוני 23, 2024 6:41 pm

· #565971
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
איך אויך #
ווער איז דער צודרייטער?
קוקט אויס ווי שנעבאלג, טשערנאוויץ

אפטימיסטיש » דינסטאג יוני 25, 2024 7:51 pm

· #566242
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
העמיר פארזעצן אין די סעריע פון 'חרדישע הומאר':

גנב'נען דעם אפיקומן

https://t.me/Krishkes/493

צקון לחש » מיטוואך יוני 26, 2024 1:01 am

· #566285
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
Antibacterial #
דער סאמעט איז אייזען!!
די סאמעט ריעקשאן קומט ווארשיינליך פון אנדערע ווידיאוס

Antibacterial » מיטוואך יוני 26, 2024 1:04 am

· #566287
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
צקון לחש #
Antibacterial #
דער סאמעט איז אייזען!!
די סאמעט ריעקשאן קומט ווארשיינליך פון אנדערע ווידיאוס
יעצט אז איך קוק עס איבער זע איך אז דו ביסט גערעכט.

אפטימיסטיש » מיטוואך יוני 26, 2024 11:44 am

· #566355
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
צקון לחש #
Antibacterial #
דער סאמעט איז אייזען!!
די סאמעט ריעקשאן קומט ווארשיינליך פון אנדערע ווידיאוס
spoiler alert

דברי שלום » מיטוואך יוני 26, 2024 1:06 pm

· #566372
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
Antibacterial #
איך אויך #
ווער איז דער צודרייטער?
קוקט אויס ווי שנעבאלג, טשערנאוויץ
יא דאס איז מרן הרה"צ יעקב יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א
אדמו"ר דקהל שער התפילה טשערנאוויץ
בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויטץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א
בעמח"ס אורות השלחן על שו"ע ושפתי דוד עה"ת

ער איז ווייט נישט צודרייט [א מענטש מעג מאכן א טעות ווען ער איז פאר'דביקות']

א גוט יאר » מיטוואך יוני 26, 2024 1:53 pm

· #566377
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
דברי שלום #
יא דאס איז מרן הרה"צ יעקב יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א
ער איז ווייט נישט צודרייט [א מענטש מעג מאכן א טעות ווען ער איז פאר'דביקות']

איך בין טאקע נייגעריג,
זיינע חסידים רופן אים די רבי בשעת וואס זיין טאטע איז רבי, האט דאס א סיבה?

איז אמת אז ער קומט זיך נישט אויס מיט זיינע ברידערס?

זויער טייג » מיטוואך יוני 26, 2024 1:58 pm

· #566380
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
Antibacterial #
צקון לחש #
Antibacterial #
דער סאמעט איז אייזען!!
די סאמעט ריעקשאן קומט ווארשיינליך פון אנדערע ווידיאוס
יעצט אז איך קוק עס איבער זע איך אז דו ביסט גערעכט.
דעס האט איינער אויף עקס ארויפגעלייגט פאריאר, און איינער מיט א ניק ארי סאמעט האט ריפלייט: disrespectful.

שעפטאל » מיטוואך יוני 26, 2024 2:22 pm

· #566382
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
דעי רבי טריפט אהן טרינקן
ער קען זיצן ביי א פארברענגן פאר שעות מיט א דביקות'דיגן טריפ

ער איז א קליגער, האט וואס צו פארקויפן וכדו'.
ער איז אוואדע אויך מענטש מיט מדות, מעלות וחסרונות (ווי יעדע בשר ודם). אבער כ'גלייב נישט אז ער האט זיך משוגע געמאכט פאר אנטעשן.

ער פארדינט אן אשכול פאר זיך

דברי שלום » מאנטאג יולי 8, 2024 11:00 am

· #567567
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
א גוט יאר #
דברי שלום #
יא דאס איז מרן הרה"צ יעקב יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א
ער איז ווייט נישט צודרייט [א מענטש מעג מאכן א טעות ווען ער איז פאר'דביקות']

איך בין טאקע נייגעריג,
זיינע חסידים רופן אים די רבי בשעת וואס זיין טאטע איז רבי, האט דאס א סיבה?

איז אמת אז ער קומט זיך נישט אויס מיט זיינע ברידערס?
זיינע חסידים זענען זיינע אייגענע חסידים או רופן אים רבי

ער קומט זיך זייער פיין אויס מיט זיינע ברודערס
איינע פון זיינע ברודערס האבן א כולל אין א"י און ער מאכט א קאמפיין יעדע יאר פאר קמחה דפסחא
א צווייטע ברודער איז א מוהל און אלע זיינע חסידים ניצען אים
ועוד

אפטימיסטיש » מאנטאג יולי 8, 2024 8:26 pm

· #567632
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
דברי שלום #
Antibacterial #
איך אויך #
ווער איז דער צודרייטער?
קוקט אויס ווי שנעבאלג, טשערנאוויץ
ער איז ווייט נישט צודרייט [א מענטש מעג מאכן א טעות ווען ער איז פאר'דביקות']
אצינד פארשטיי איך שוין פון וואנעט די ווארט "צודרייט" נעמט זיך... מ'זעהט אזא מענטש וואס דרייט זיך און דרייט זיך אן קיין חשבון איבער די קאנסעקווענצן וואס ער פאראורזאכט אויפ'ן אנדערען זייט גארטל, זאגט מען ער איז "צודרייט" אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט! ער איז ליטערעלי צודרייט ווי א פאדעם (קרעדיט: ישראלי ליפשיטץ)

אפטימיסטיש » דינסטאג יולי 9, 2024 7:39 pm

· #567708
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
אפטימיסטיש #

ספעציעל אויב זי דארף זיך מיטדרייען... און אבאכט געבן נישט צו ווערן פארוויקלט אינעם גארטל, דאן איז עס מורא'דיג דערפרייענד...


פיינעלי האבן די כלה טיטשער'ס אפדעיטעד די קוריקולעם, אז ס'זאל אויך ארייננעמען אינטענסיווע טרענירונג פאר די כלות וויאזוי צו פארמיידן פון ווערן פארוויקלט אינעם גארטל, אזוי ווי מ'זעהט דא האבן זיך די דאזיגע כלות גוט צוגעהערט צו די שיעורים, אויסמיידנדיג פון פארוויקלט ווערן אין ערנסטע גארטלען...




צוויי » דינסטאג יולי 9, 2024 9:35 pm

· #567713
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
איך וויל הערן די עכטע מוזיק פון די צווייטע...

היימלינד » מיטוואך יולי 10, 2024 11:24 am

· #567743
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
צוויי #
איך וויל הערן די עכטע מוזיק פון די צווייטע...
זעלבע ווי די ערשטע

אפטימיסטיש » מאנטאג יולי 15, 2024 1:23 pm

· #568091
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
אט איז א קלאסישע ביישפיל פון "חרד'ישע הומאר"

דער א. ג. נישט היימישער רעדנער האט זיך פאררעדט ביים סאטמאר'ן סיום און רח"ל דערמאנט דעם טרייפענעם ווארט "דף היומי"...

קוק ווי דער גאנצער עולם - רבנן ותלמידיהון קאטשקען זיך פאר געלעכטער - אינדערצייט וואס איך מוטשע זיך צו פארשטיין וואס איז דא צו לאכן?

https://t.me/Krishkes/531

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 17, 2024 5:36 pm

· #568276
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
איך האב אמאל געלערנט מיט א ספרד'ישן איד, וואס האט שוואך געקענט רעדן אידיש, א בלאט גמרא (נישט דף היומי) אין איינס פון די סאטמאר'ע בתי מדרשים אין בארא פארק. איך האב איהם מסביר געווען די פשט אין די גמ' אויף עברית, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ער האט זיך זייער שטארק געשעמט אז ער לערנט אויף די שפה הטמאה. האב איך איהם געזאגט אז ער שפירט זיך ווי די אנוסים אין שפאניע.

שפעטער. נאך מעריב הער איך ווי 2 אידן שמועסן. איינער זאגט פאר'ן צווייטן..."ס'איז נאך ערגער ווי לערנען דף היומי"...האב איך איהם געפרעגט צי ער מיינט עס ערנסט. כ'בין געווען זיכער אז ער מאכט א דזשאוק. האט ער געזאגט מיט'ן גאנצן ערנסטקייט, יא.

ס'הייסט. לערנען דף היומי איז א גרויסע עבירה. נאר לערנען אויף עברית איז א סאך ערגער...לאל.

[NAMELESS] » דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:56 pm

· #568296
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
דף היומי וואלט נאך גוט געוועהן
דער פראבלעם איז אז עס איז נאר א דף השעה.....

תרמב » זונטאג יולי 21, 2024 10:38 am

· #568370
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
אפטימיסטיש #
אט איז א קלאסישע ביישפיל פון "חרד'ישע הומאר"

דער א. ג. נישט היימישער רעדנער האט זיך פאררעדט ביים סאטמאר'ן סיום און רח"ל דערמאנט דעם טרייפענעם ווארט "דף היומי"...

קוק ווי דער גאנצער עולם - רבנן ותלמידיהון קאטשקען זיך פאר געלעכטער - אינדערצייט וואס איך מוטשע זיך צו פארשטיין וואס איז דא צו לאכן?

https://t.me/Krishkes/531
לאמיר דיר מסביר'ן, הגם א זשאוק וואס מ'איז מסביר איז מער נישט פאני

מ'לאכט נישט ווייל ער האט געזאגט דף היומי, מ'שמייכלט זיך אונטער ווען ער זאגט עפעס וואס איז נישט אין פלאץ, דאן ווען איינער פרובירט אים צו פארעכטן פרעגט ער מיט אזא תמימות, און ער פארווישט עס, דאס איז לאכעדיג, ס'איז היבש א קאמישע סצענע.

מר' ביען'ס קאמעדיע פארשטייסטו יא? ארי סאמעט'ס ווידיאוס פארשטייסטו יא? אדער דארט מוטשעסטו זיך אויך?
בלאט: 1 2