מיינע זיכרונות פון סיגעט!
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16961
מיינע זיכרונות פון סיגעט!
רבותיי דערשרעקטס ענק נישט. איך מיין נישט די שטאט סיגוט אינדערהיים אין די מארמאראש. איך ווייס נישט וואו דאס איז. איך קען עס אפילו נישט אויפזוכן אויף א מאפע.
איך רעד פון סיגעט'ער בית המדרש אויף היוז סטריעט אין וויליאמסבורג.
ווען איך בין געווען א יונגער בחור גלייך נאך מיין בר מצוה האב איך געלערנט אין קאשוי. די ישיבה איז געווען (בימים ההם) אויף ראסס סטריעט. די דארמיטארי איז געווען אויף הופער סטריעט. שבתים בין איך איינגעשטאנען ביי מיין פעטער. ער האט געדאוונט אין סיגעטער ביהמ"ד.
שחרית לשבת האט מען געדאוונט אום 9:30 אזייגער.דער (דאמאלס) סיגעטער רב האט נישט דארט געדאוונט די מערסטע שבתים וואס איך געדענק. ער איז מסתמא געווען אויף די מקומות הקדושים אין די שטאט מיאמי, פלארידע.
ארום 3:30 אזייגער שבת נאכמיטאג איז (שוין) געווען א געפאקט ביהמ"ד. אידן זענען געזיצן און געלערנט תורה. איינער האט געלערנט גמרא מיט א חברותא. א צווייטער איד האט געלערנט מיט א חבר חומש רש"י מיט מפרשים.אן אנדערער איד האט געזאגט תהילים.
אין חדר שני (ס'איז געווען מער ווי א פאליש) האט א איד א גרויסער תלמיד חכם ר' דויד לעבאוויטש ע"ה פארגעלערנט א שיעור גמרא-תוס'. מ'איז נישט געווען ביזי מיט די אלע שטותים פון יא דף היומי אדער נישט דף היומי. אידן האבן געלערנט תורה. ס'איז געווען א געשמאק.
אום 6 אזייגער האט זיך געשטעלט א מנין צו דאווענען מנחה. א טייל אידן (די מער אשכנז'ישע) זענען אהיים געגאנגען צו שלוש סעודות.
ס'זענען געווען די מערסטע חסיד'ישע אידן מיט שטריימל און בעקישע. נאר אויך אן עולם פון אשכנז'ישע אידן. די מערסטע אן א בארד. א טייל מיט א קליין, געשטיצט בערדל.
בערך א שעה פאר'ן זמן מוצש"ק האט מען געדאוונט מנחה און זיך געוואשן צו שלוש סעודות. מ'האט געבענטשט ביים זמן פון ר"ת. ס'זענען געווען מערערע מניינים. מענטשן וואס האבן געהאט יארצייט אין די קומענדיגע וואך האבן געדאוונט פאר'ן עמוד. ספעציעל צווישן פסח און שבועות. ווען די נאציס ימ"ש האבן אוועקגעפיהרט די אונגארישע אידן קיין אוישוויץ.
דאס סיגעטער ביהמ"ד איז געווען די צווייט גרעסטע בית המדרש. נאך סאטמאר. אפשר פאפא.
ווער ס'האט נאך זיכרונות פון יענע יארן (די תש"כ יארן) ווערט געבעטן ארויפצולייגן.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
berlbalaguleh #
אין חדר שני (ס'איז געווען מער ווי א פאליש) האט א איד א גרויסער תלמיד חכם ר' דויד לעבאוויטש ע"ה פארגעלערנט א שיעור גמרא-תוס'. מ'איז נישט געווען ביזי מיט די אלע שטותים פון יא דף היומי אדער נישט דף היומי. אידן האבן געלערנט תורה. ס'איז געווען א געשמאק.
קרוב מיט וואודריזשע רב שליט״א?
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
berlbalaguleh #
דאס סיגעטער ביהמ"ד איז געווען די צווייט גרעסטע בית המדרש. נאך סאטמאר. אפשר פאפא.
גרעסער פון קלז"ב? פון וויען (בימים ההם)? פון וויזניץ?
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
אשרי העם: יא. א פעטער.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
די ביהמ"ד אויף הויז סטריט האט מען גערופן סיגעט מיט ע' ?
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
אגב ווען סאטמאר רב איז געקומען קיין אמעריקע האט נאך סאטמאר נישט געהאט קיין אייגן ביהמ"ד אבער ווען די סיגוט רב (ברך משה) איז געקומען קיין אמעריקע האט שוין סיגוט יא געהאט א אייגענע ביהמ"ד, און טאקע די ביהמ"ד אויף היוז סטריט.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
סוף טוב הכל טוב #
berlbalaguleh #
דאס סיגעטער ביהמ"ד איז געווען די צווייט גרעסטע בית המדרש. נאך סאטמאר. אפשר פאפא.
גרעסער פון קלז"ב? פון וויען (בימים ההם)? פון וויזניץ?
ס'איז א גוטע שאלה: נאר כ'מיין אז יא. ווייל ס'איז געווען זייער שטארק געפאקט "בליעה"ר. די אנדערע 2 בתי מדרשים (אויסער קלויזנבורג) זענען געוען אויף א סאך א גרעסערן שטח. קלויזבורג ביהמ"ד איז אויך געווען א ביסל ענג. סיגוט איז געווען א "מניינים פעקטארי" אפילו אינדערוואכן.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
לאכעדיג #
די ביהמ"ד אויף הויז סטריט האט מען גערופן סיגעט מיט ע' ?
א טייל מענטשן אזוי און אנדערע אזוי. איך אליין שרייב עס אמאל מיט א ווא"ו אזוי ווי מ'האט עס געשריבן אינדערהעים. און אמאל מיט אן עיי"ן.
אינדערהעים אין די מארמאראש האט מען עס אויך גערופן "סיהאט" ווייל אויף די מארמארישע שפראך (א דיאלעקט פון רומעניש און טשעכיש) איז א גימ"ל מיט א ווא"ו זיך מתחלף.
איז דא א ווערטל. מ'זאגט עס נאך פון עצי חיים...ער האט אמאל געזאגט בזה הלשון...טייל מענטשן רופן די שטאט "סיגוט" און א טייל רופן עס "סיהאט". און איך זאג אז נישט ס'גיט (געבט) און נישט ס'האט...!
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
די ווערטל איז נאך פונים ייטב לב.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
איך אויך #
די ווערטל איז נאך פונים ייטב לב.
אינטערעסאנט ווייל די ייטב לב איז דירעקט געווען א פאזיטיווער מענטשן פארקערט פון זיינע פארגייערס און נאכגייערס...
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
די ברך משה האט נאך דעמאלטס געוואוינט אין ווסב''ג ?
(און מיאמי איז ער לכ' נאכנישט געווען)
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
איך אויך #
די ווערטל איז נאך פונים ייטב לב.
איך האב עס געהערט פון מיין טאטע. ער האט עס נאכגעזאגט בשם דער ייט"ל'ס אייניקל. דער עצי חיים מ'סיגוט.
סיי וויאזוי. דאס וועט נאכנישט העלפן באצאלן דעם מארגידזש אדער די רענט אדער די פעימענטס אויפ'ן קאר.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
עמרם #
די ברך משה האט נאך דעמאלטס געוואוינט אין ווסב''ג ?
(און מיאמי איז ער לכ' נאכנישט געווען)
עמרם: מעגלך ער האט שוין דאמאלס געוואוינט אין בארא פארק. און געהאט דארט זיין ביהמ"ד.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
יישר כח ר' בערלניו פארן נעמען די צייט און שרייבן אלטע זכרונות!
שרייב נאך!
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
לאכעדיג #
איך אויך #
די ווערטל איז נאך פונים ייטב לב.
אינטערעסאנט ווייל די ייטב לב איז דירעקט געווען א פאזיטיווער מענטשן פארקערט פון זיינע פארגייערס און נאכגייערס...
לאכעדיג: דאס האט נישט צו טון אויב א מענטש איז פאזיטיוו אדער ער זעהט אלעס מיט שווארצע בריללן. דאס האט מער צו טון אויב ער האט א סענס אוו היומאר.
א ראיה צו דעים (ביידע) סיי זיין פאזיטיווקייט. און סיי זיין סענס אוו היומאר. איז די פאלגענדע מעשה'לע.
ער (דער ייט"ל) האט זיך אמאל צוקלאפט זיין פינגער. האט ער זיך אנגערופן..."אזוי שנעל". ווען דער עולם האט איהם געפרעגט פשט פון דעים. האט ער געזאגט... די גמ' זאגט דאך "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אל אם כן מכריזין עליו מלמעלה". א מינוט צוריק האב איך געהערט דעם כרוז פון הימל. און איך האב מיך גלייך נאכדעים צוקלאפט...!
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
קאשוי און סיגוט איז נישט געווען א סתירה?
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
בן ישי #
יישר כח ר' בערלניו פארן נעמען די צייט און שרייבן אלטע זכרונות!
שרייב נאך!
בן ישי: ייש"כ פאר דיר און די אנדערע מגיבים. ווילאנג דער עולם הערט אויס און מ' איז אינטרעסירט. איך האב נישט ליעב צו רעדן צו די ווענט.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
מילך טראק #
קאשוי און סיגוט איז נישט געווען א סתירה?
מילך טראק: א ראיה אז נישט. וועגן 2 טעמים. איינס. ווייל דער מילך טראק פון גאלדען פלוי האט דעליווערט אויף ביידע פלעצער. מסתמא האסטו דאמאלס געדרייווט א גאלדען פלוי טראק. ווייל דזשעי & דזשעי האט נאך דאמאלס געהייסן "קהל".
ועוד: ר' זיינוויל גערטנער ע"ה, דער ערשטער בעל הבית פון גאלדען פלוי האט אויך געדאוונט אין סיגוט. איך געדענק ווען ער האט מיר געגעבן א סאך ציפעס אינמיטן דאווענען. ווען איך בין געזיצן נעבן איהם.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
רבי בערל זייער אינטערסאנט

איז דאס דער גערטנער וואס האט געהאט יאסעלע שוכמאכער?
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
יא: זיכער. ער האט אויך אין יענע צייט געהאט א פארם אין אפסטעיט ניו יארק. דארט האט ער באהאלטן יאסעלע שוכמאכער. מ'פלעגט איהם ברענגען זומער צו די קאשוי'ער ישיבה קעמפ. (מיט א יאר פריער ווי איך בין דארט געווען. א יעדער אין קעמפ האט איהם געקענט אלס "יאנקל פרענקל".

אפשר קענסטו עפענען א אשכול מיט פרעזענליכע היסטערי פון פרשת יאסעלע? איך האב שוין אסאך געליינט און געהערט דערוועגן אבער אינטערסאנט צו הערן פון די וויליאמסבורגע קיק ווינקל און מעגליך אינטערסאנטע קרישקעלעך.
אגב געדענק איך אז מ'האט עם געטראפן ביי הרב גערטנער אינדערהיים אין וויליאמסבורג נישט קיין פארם.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
א גוטען ערב שבת ר בערל זייער אינטרסנט דיינע זכרונת
אויב מען מעג פרעגען וואס פשט אז א קאשוי תלמוד זאל זיין א חסיד פון דער היילגער פון קרית יואל ?
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
צום קעפל, נישטא קיין סיגעט, נאר סיגוט אדער סיגעיט,
ווען מ'רעדט קען מען אפשר נוצן אן ע', אבער ביים שרייבן קען מען סתם ווערן צומישט צווישן סיגעיט
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
אויב מ'האט גוטע בריללן (גלעזער) זעהט מען ווען ס'איז דא א יו"ד און ווען נישט.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
מענדל #
א גוטען ערב שבת ר בערל זייער אינטרסנט דיינע זכרונת
אויב מען מעג פרעגען וואס פשט אז א קאשוי תלמוד זאל זיין א חסיד פון דער היילגער פון קרית יואל ?
און אז איך בין אויך א ציוני פרעגסט דו נישט קיין קשיא?
דער תירוץ איז הא לחוד והא לחוד. איך בין טאקע א תלמיד פון קאשוי. נאר אין די זעלבע צייט קען איך אפפרישיעטן וואס ר' אהרן האט אויפגעטון פאר אידישקייט.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
בן ישי #
berlbalaguleh #
יא: זיכער. ער האט אויך אין יענע צייט געהאט א פארם אין אפסטעיט ניו יארק. דארט האט ער באהאלטן יאסעלע שוכמאכער. מ'פלעגט איהם ברענגען זומער צו די קאשוי'ער ישיבה קעמפ. (מיט א יאר פריער ווי איך בין דארט געווען. א יעדער אין קעמפ האט איהם געקענט אלס "יאנקל פרענקל".
אפשר קענסטו עפענען א אשכול מיט פרעזענליכע היסטערי פון פרשת יאסעלע? איך האב שוין אסאך געליינט און געהערט דערוועגן אבער אינטערסאנט צו הערן פון די וויליאמסבורגע קיק ווינקל און מעגליך אינטערסאנטע קרישקעלעך.
אגב געדענק איך אז מ'האט עם געטראפן ביי הרב גערטנער אינדערהיים אין וויליאמסבורג נישט קיין פארם.
ער איז געווען א שטיק צייט אין אפסטעיט, ביים טרעפן איז ער געווען ביי משפחת גערטנער אינדערהיים.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
רבי בערל מיר ליינען מיט דארשט
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
לידיעת הקוראים והמגיבים: אין זומער פון תשכ"ג איז יאסעלע/יאנקל פרענקל געווען אויף דעם מילך פארם פון ר' זיינוויל גערטנער. נאר א גאנץ יאר האט ער געוואוינט צוזאמען מיט די גערטנער משפחה אויף פען סטריעט אין וויליאמסבורג. דארט האט איהם די עף. בי. איי. געטראפן.
די השתלשלות פון וויאזוי די אגענטן פון "מוסד" זענען דערגאנגען אויף די שפורן פון דעם קינד יאסעלע שוכמאכער איז אזוי: די מוסד אגענטן האבן איהם געזוכט איבער די גאנצע וועלט (ממש), אין א יעדן ישוב וואו ס'זענען דא חרד'ישע אידן. אנגעהויבן פון לאנדאן, פאריז און שווייץ, און אפילו אין סאוטה אמעריקע ווי ארגענטינע און אורוגוויי. א איד וואס האט געוואוינט אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי, האט פארציילט אז די לאקאלע פאליציי זענען געקומען איין טאג צו זיין הויז מיט א "סוירטש וואראנט" און זיי האבן אודרכגענישטערט די גאנצע הויז, ווייל ער האט אמאל געוואוינט אין קוממיות אין ארץ ישראל, די שטאט וואו דער זיידע פון יאסעלע האט געוואוינט. נאר וואו זיי זענען אנגעקומען האבן זיי אויסגעפונען אז יאסעלע איז טאקע דארט געווען נאר ער איז געגאנגען ערגץ אנדערש.
די פיהרערס פון "מוסד" האבן איינגעזעהן אז זיי טאפן א וואנט. יאסעלע מיט זיין ערציערין די גיורת רות בן-דויד זענען אייביג מיט א טריט ווייטער פון זיי. האבן זיי זיך דערטראכט צו אן עצה. זיי האבן גענימען אן אגענט וואס איז אמאל געווען א ישיבה בחור, זיי האבן איהם געשיקט צו עטליכע אידישע ישובים ער זאל זיך ארומדרייען און אויסגעפינען וואו יאסעלע באהאלט זיך אויס. ער האט זיך געלאזט וואקסן א בארד און פיאות און אנגעטון דעם חסיד'ישן לבוש. זיין ערשטע סטאנציע איז געווען אין וויליאמסבורג, ער האט זיך ארומגעדרייט אין די מקוואות און בתי מדרשים, ער האט פרובירט צו באקומען אינפארמאציע איבער יאסעלע.
ער האט נישט געדארפט שווער ארבעטן, ווייל אין וויליאמסבורג האט א יעדער געוויסט פון דעם סוד. ער האט באקומען די אלע פונקטליכע פרטים און די אדרעס פון ר' זיינוויל גערטנער. די מוסד האט גענומען נאך עטליכע אגענטן אז זיי זאלן האלטן אן אויג אויף די הויז, זיי האבן געזעהן ווען יאסעלע גייט אין חדר און ווען ער קומט אהיים. די מוסד אגענטן האבן איהם געוואלט כאפן און גלייך טראגן צו די איזראעלי קאנסולאט אין מאנהעטן, וואו זיין מאמע האט געווארט, נאר זיי האבן דאס נישט געקענט אדורכפיהרן ווייל זיי זענען אגענטן פון א פרעמד לאנד. האבן זיי זיך פארבונדן מיט די עף. בי איי. און צוזאמען האבן זיי גענימען יאסעלע צו די איזראעלי עמבאסי. מ'האט נישט ארעסטירט ר' זיינוויל גערטנער אדער איינעם פון זיין משפחה, נאר די דזשאסטיס דעפארטמענט האט אויפגעמאכט א קעיס אקעגן איהם. מ'האט איהם אנגעקלאגט אויף פארשידענע פעדעראלע טשארדזשעס, און ס'האט איהם געדראעט עטליכע יאר תפיסה. ק"ק סאטמאר האט גלייך געדינגען לאיערס. די מזל איז אז דאמאלס איז געווען א יאר פון עלעקשנס, פרעזידענט קענעדי איז געלאפן פאר פרעזידענט, זיין ברודער ראבערט קענעדי איז געווען דער אטוירני דזשענעראל. האבן די שתדלנים גע'פועל'ט ביי איהם אז מ'זאל פארמאכן די קעיס.
Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!
כמו שאמרתי: יאסעלע/יאנקל פרענקל איז געווען נאר אין די זומער חדשים פון יאר תשכ"ג אויף דעם מילך פארם פון ר' זיינוויל גערטנער. ווייל ער און זיין משפחה האבן אויך געוויילט דארט איבער'ן זומער. א גאנץ יאר האט ער געוואוינט מיט די גערטנער פעמילי אויף פען סטריעט אין וויליאמסבורג. דארט האבן איהם די אגענטן פון "מוסד" און די עף. בי. איי. געטראפן.