☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די הייליגע שטריימל

די הייליגע שטריימל

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16951
בלאט: 1 2

yatzmachp » פרייטאג מערץ 22, 2024 12:36 pm

· #555774
די הייליגע שטריימל
ווי מער איך באטראכט די מצב פונעם שטריימל היינטיגע צייטן, קען איך נישט מער ווי זאגן אז אונז מיר א גרויסע ליצנות. אונז זעמיר א ליצנות, נישט פונעם גוי, נאר פונעם איד. נישט פונעם איד וואס גייט נישט מיט קיין שטריימל, נאר פונעם איד וואס גייט יא מיטן שטריימל. נישט סתם פונעם איד וואס גייט מיטן שטריימל, נאר פון די רביס און חשובע אידן וואס גייען מיטן שטריימל. איבער אלעם זעמיר א ליצנות פון די שטריימל סוחרים אליינס. די סוחרים וואס אונז צאל מיר זיי מיליאנען פאר שטריימלעך, זיצן ביי זיך און קאטשען זיך פאר געלעכטער פון זייערע קאסטומערס.

סטייל: איך גיי נישט רעדן פון סטייל אלס שיין אדער נישט שיין ווייל על טעם וריח אין להתווכח. סטייל טוישט זיך אייביג און לאכן פון יענעמס סטייל אדער פון א סטייל וואס דו האסט נישט ליעב מאכט נישט קיין סענס. אבער די אומפראקטישקייט פונעם סטייל דאס איז שוין יא א זאך וואס מען קען רעדן.

איך שטיי און שטוין ווי אזוי מענטשן שלעפן זיך ארום מיט ריזיגע שטריימל באקסעס וואס פיט נישט אין קיין רענצל, פיט נישט אין ערגעץ, פיט נישט אויף קיין עוורעדזש שעלף סייז אבער ער אז שטאלץ מיט זיין טורעם אויפן קאפ. אין עירפארט און אויפן עירפלעין קען מען זיך קוים באפארען מיט דעם שטריימל באקס און ווען איך זע דאס פיל איך ווי דער שטריימל סוחר רייסט זיך פאר געלעכטער ווי יעדער שלעפט זיך מיט ריזיגע באקסעס, אלעס ווייל דער סוחר האט אים איינגערעדט צו קויפן א ריזיגן שטריימל. דער הויכער אינגערמאן קען נישט דורכגיין קיין עוורעדזש טיר מיטן שטריימל אויפן קאפ און דער נידעריגער אינגערמאן זעהט אויס ווי דער שטריימל איז באלד אזוי גרויס ווי אים.
ווען מען נעמט א זאך וואס מען טוט אן נאר ווייל עס דארף זיין א חסידישן לבוש דארף מען אכטונג געבן אז זאל זיין נאענט צום מקור. אבער אויב עס זעהט בכלל נישט אויס ווי די מקור ווער זאגט אז מען דארף נאך בכלל גיין מיט א שטריימל?

דא קומט אריין די קריטיק אויף די רבנים און שיינע אידן. פארוואס טוסטו אן די נייע סטייל שטריימל? אויב איז עס חסידישע לבוש ווי איז דאס געהערט געווארן אז א שטריימל סוחר קען דעסיידן ווי אזוי דאס דארף אויסזען? דארף נישט דער רבי אדער שיינע איד דעסיידן?

yatzmachp » פרייטאג מערץ 22, 2024 12:43 pm

· #555775
Re: די הייליגע שטריימל


אזוי קוקן מיר אויס מיט אונזערע שטריימלעך (און היטן)

mevakesh » פרייטאג מערץ 22, 2024 1:31 pm

· #555779
Re: די הייליגע שטריימל
געוואלדיג!!,

קהל'ס נער » פרייטאג מערץ 22, 2024 1:42 pm

· #555781
Re: די הייליגע שטריימל
א שטריימל איז בכלל נישט קיין חסידישע אדער הייליגע לבוש, פארן בעש״ט איז מען שוין געגאנגען דעם שטריימל, ס׳איז א טראדיציאנאלער מזרח איירופעישער אידישער לבוש וואס משום איזה סיבה האבן נאר חסידים אנגעהאלטן די טראדיציע.

די טראדיציע פון א שטריימל עוואלווט אזויווי אלעס עוואלווט, נישט די רבנים זענען די וואס דארפן מחליט זיין וויאזוי א שטריימל זאל אויסזעהן, נאר דער עולם איז מחליט.

אויב איינער האט א פראבלעים צו גיין מיט א שטריימל ווייל ס׳נישט באקוועם אדער ווייל ער שעמט זיך און ער גייט עס נאך אלץ וועגען פעיר פרעשיר, האט ער א פראבלעים מיטן סיסטעם, די שטריימל כשלעצמו איז גאר א שיינער מלבוש.

קורקלענד » פרייטאג מערץ 22, 2024 1:49 pm

· #555782
Re: די הייליגע שטריימל
נישט נארמאל וויאזוי די סייז איז זיך ציוואקסען אזוי ווילד. וויפיל איז די שיעור און וואו איז די סוף?

די רעגן מאנטלען זענען שוין צו קליין פאר די היינטיגע סייז שטריימל.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 22, 2024 2:53 pm

· #555788
Re: די הייליגע שטריימל
קהל'ס נער: א שטריימל איז טאקע א שיינער און חסיד'ישער לבוש. אמת אז אמאל איז מען אין די ליטא אויך געגאנגען שטריימלעך.

נאר היינט איז עס ארויס פון א יעדן פראפארץ.

א מענטש וואס איך בין נישט מסכים מיט 95% וואס ער זאגט. הרב חיים שלמה בערגער וועלכער שרייבט אין מאמענט מעגעזין. ער האקט געפערליך שטארק אויף די היינטיגע סטייל שטריימלעך. אזויווי יצמח פ. האט ארויסגעברענגט.

נאר מיט דעים ביניך אינגאנצן מסכים מיט איהם.

איך בין לעצטנס געווען אין א האטעל פאר יו"ט. דארט איז אויך געווען א יודעלע (לויט'ן געשטעל מסתמא פון ק"ק ד'סאטמאר) וועלכער האט געהאט די נייע סטייל שטריימלעך. האב איך באמערקט אז זיין שטריימל איז א סאך העכער ווי דער ספאדיק וואס מיין שכן אין ביהמ"ד א גערער חסיד האט געהאט אויפ'ן קאפ.

אויך: ס'איז דא א וועלטס בארימטער רבי וועלכער האט פאריאר חוה"מ פסח געהאלטן א דרשה פאר די בחורים אז זיי זאללן נישט נאכגיין די היינטיגע סטיילס און לוקסוס. ער האט אבער געהאט אויף זיין (הייליגן) קאפ א היינטצייטיגע הויעכע שטריימל. (היפאקריסי אלערט).

מיין סטענדערד פון מעסטן די חשיבות פון אן אדמו"ר איז וואספארא שטריימל ער האט אויף זיין קאפ.

מ'קען אפציילן אויף די פינגערס פון איין האנד וויפיהל רבי'ס האבן נארמאלע שטריימלעך. אזוי ווי למשל ר' בנציון מ'באבוב שליט"א. און דער באבוב45 רבי. און דער סקווירא רבי שליט"א. און נאך א פאר געציילטע אדמורי"ם אין אמעריקע און אין ארץ ישראל.

ווען א רבי שטעלט זיך אויף דרשנ'ען פאר'ן עולם און ער הייבט אן האקן אויף די היינטיגע סטיילס און טעכנאלאגיע בשעת ער טראגט אזא הויעכן טורעם אויף זיין הייליגן קאפ וויל איך איהם לאכן אין פנים אריין.

זאקן » פרייטאג מערץ 22, 2024 3:02 pm

· #555791
Re: די הייליגע שטריימל
Wow, איך קען נישט גלייבן אז ר׳ בערל זאל זיין געזונט האט א גוט ווארט צו זאגן אויף סקווירא רבי,

אויב דיין סטענדערד פון מעסטן די חשיבות פון אן אדמו"ר איז וואספארא שטריימל ער האט אויף זיין קאפ, מיינט דאס אז די האלטס פון סקווירא רבי און ר׳ מענדל וויזניצער wow

yatzmachp » פרייטאג מערץ 22, 2024 3:10 pm

· #555793
Re: די הייליגע שטריימל
קהל'ס נער #
אויב איינער האט א פראבלעים צו גיין מיט א שטריימל ווייל ס׳נישט באקוועם אדער ווייל ער שעמט זיך און ער גייט עס נאך אלץ וועגען פעיר פרעשיר, האט ער א פראבלעים מיטן סיסטעם, די שטריימל כשלעצמו איז גאר א שיינער מלבוש.
אזוי ווי איך האב געשריבן, איך גיי נישט שרייבן צו עס איז שיין אדער נישט ווייל דו דארפסט נישט האבן מיין טעיסט און איך דארף נישט האבן דיין טעיסט. אפילו איך וועל מסכים זיין מיט דיר אז עס איז שיין, עס איז דא זייער אסאך שיינע זאכן וואס מען טוט נישט אן ווייל עס איז נישט פראקטיש אדער צו טייער. די מציאות איז אז רובא דרובא מענטשן וואס גייען מיט א שטריימל גייען נישט ווייל עס איז שיין, נאר ווייל עס איז א חסידישע מלבוש. און אויב איז עס חסידיש דארף עס האבן א געוויסע אויסזען וואס האלט זיך צו געוויסע רולס און די רוחניותדיקע פירער מוזן somehow האבן א קאנעקשן צו דעם. וויכטיגסטע איז אז דער שטריימל פון נעכטן טאר נישט זיין קיין בושה צו גיין היינט.

אבער די ריאליטי איז אז עס געווארן דיסקאנעקטעד פון סיי וואס פאר א טראדיציע עד כדי כך אז עס איז געווארן א ליצנות, אזוי איך האב געשריבן. און דער עולם גולם לאזט זיך ליצנות מאכן.

נאך א מזל אז די אויסזען פון תפילין איז הלכה למעשה מסיני. שטעל דיך פאר אז עס האט נישט קיין רולס וואלט די תפילין אויסגעזען וויי די שטריימל.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 22, 2024 3:17 pm

· #555794
Re: די הייליגע שטריימל
מ'רעדט דאך נישט פון די אמאליגע שטריימלעך (ווי מ'קען זעהן אויף די פיקטשערס פון פאר די וועלט מלחמה) וועלכע האבן אויסגעזעהן ווי אן עק פון א הערינג. נאר נארמאלע, שיינע, בעל בתיש'ע שטריימלעך.

פאר מיר איז איינגעפאללן א (ווילדער) געדאנק. אריינצוקומען אין ביהמ"ד צו מעריב און מגילה ליינען מיט א הויעכן ספאדיק וואס די בריטישע קעניגליכע גארדס האבן אויף זייער קאפ. מיט א רויטע בעקישע.

צקון לחש » פרייטאג מערץ 22, 2024 3:23 pm

· #555795
Re: די הייליגע שטריימל
אונזער סאסייעטי איז אויסגעצייכנט אין שטראפן מענטשן פאר'ן זיין פחדנים, די שטריימל איז א קלאסישע דוגמא דערצו

קהל'ס נער » פרייטאג מערץ 22, 2024 4:36 pm

· #555804
Re: די הייליגע שטריימל
צקון לחש #
אונזער סאסייעטי איז אויסגעצייכנט אין שטראפן מענטשן פאר'ן זיין פחדנים, די שטריימל איז א קלאסישע דוגמא דערצו
פאר ווער ס׳גייט א שטריימל ווייל ער איז א פחדן איז עס טאקע א שטראף.
פאר ווער ס׳גייט א שטריימל ווייל ער איז פראwד דערמיט איז עס א כבוד.

(בבחינת די פרויען וואס גייען מיט הויכע היללס, קיינער זאגט נישט אז ס׳איז באקוועם, אבער פאר א פרוי וואס ס׳מאכט איר פילן שיין, איז די אומבאקוועמליכקייט נישט קיין פאקטאר)

קהל'ס נער » פרייטאג מערץ 22, 2024 4:38 pm

· #555806
Re: די הייליגע שטריימל
yatzmachp #
קהל'ס נער #
אויב איינער האט א פראבלעים צו גיין מיט א שטריימל ווייל ס׳נישט באקוועם אדער ווייל ער שעמט זיך און ער גייט עס נאך אלץ וועגען פעיר פרעשיר, האט ער א פראבלעים מיטן סיסטעם, די שטריימל כשלעצמו איז גאר א שיינער מלבוש.
אזוי ווי איך האב געשריבן, איך גיי נישט שרייבן צו עס איז שיין אדער נישט ווייל דו דארפסט נישט האבן מיין טעיסט און איך דארף נישט האבן דיין טעיסט. אפילו איך וועל מסכים זיין מיט דיר אז עס איז שיין, עס איז דא זייער אסאך שיינע זאכן וואס מען טוט נישט אן ווייל עס איז נישט פראקטיש אדער צו טייער. די מציאות איז אז רובא דרובא מענטשן וואס גייען מיט א שטריימל גייען נישט ווייל עס איז שיין, נאר ווייל עס איז א חסידישע מלבוש. און אויב איז עס חסידיש דארף עס האבן א געוויסע אויסזען וואס האלט זיך צו געוויסע רולס און די רוחניותדיקע פירער מוזן somehow האבן א קאנעקשן צו דעם. וויכטיגסטע איז אז דער שטריימל פון נעכטן טאר נישט זיין קיין בושה צו גיין היינט.

אבער די ריאליטי איז אז עס געווארן דיסקאנעקטעד פון סיי וואס פאר א טראדיציע עד כדי כך אז עס איז געווארן א ליצנות, אזוי איך האב געשריבן. און דער עולם גולם לאזט זיך ליצנות מאכן.

נאך א מזל אז די אויסזען פון תפילין איז הלכה למעשה מסיני. שטעל דיך פאר אז עס האט נישט קיין רולס וואלט די תפילין אויסגעזען וויי די שטריימל.
גערעכט מיין פוינט איז נישט געוועהן זיך צי טענה׳ן צי ס׳שיין צי נישט.
מיין עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז עס איז נישט קיין חסידישער מלבוש, נאר א טראדיציע וואס עוואלווט.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 22, 2024 4:43 pm

· #555809
Re: די הייליגע שטריימל
יא: די פראבלעים א סאך מאל מיט דעם הויעכן שטריימל טראגער איז אז אויב ער איז א הויכער מענטש קען ער נישט אדורכגיין א טיר אן זיך אנקלאפן דעם קאפ. אדער דעם שטריימל. און אויב ער איז א נידעריג געוואקסענער מענטש אזוי ווי דער יודעלע וועם איך האב באגעגנט אין האטעל אום יו"ט זעהט עס אויס זייער פאני. ווייל מ'זעהט ווי א שטריימל וואקט. דער מענטש ווערט אינגאנצן בטל לגבי דעם שטריימל

בן-עולם-הבא » מאנטאג מערץ 25, 2024 2:32 pm

· #555881
Re: די הייליגע שטריימל
די גמרא אין תענית זאגט: ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא. דער פסוק "בני ענקים ראינו" איז בגימטריה שטריימל.

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 25, 2024 8:56 pm

· #555914
Re: די הייליגע שטריימל
גארנישט קומט נישט צו צום שטריימעל פונעם תולדת אברהם יצחק רבי איך גיי קרעיזי פאר עס נישט נאר די דינקייט נאר ספעשילי די ברייטקייט...

מילך טראק » מאנטאג מערץ 25, 2024 10:29 pm

· #555930
Re: די הייליגע שטריימל
איך האב אייביג פיינט געהאט צו גיין א שטריימל, איך קוק מיך אהן פאני דערמיט, נאכדעצו די פרייז וואס קאסט, (איך האב געקויפט א אג ביליגע) אבער שוין, אבי חסידים זענען די בעסטע גרעסטע קליגסטע גלונגענסטע,

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 26, 2024 1:35 am

· #555944
Re: די הייליגע שטריימל
פון אונזערע #
גארנישט קומט נישט צו צום שטריימעל פונעם תולדת אברהם יצחק רבי איך גיי קרעיזי פאר עס נישט נאר די דינקייט נאר ספעשילי די ברייטקייט...

איך בין א גרויסער מתנגד פון די היינטיגע צעדרייטע הויכע שטריימל (צוזאמען מיט די צעדרייטע הויכע פרייזן), אבער רבש"ע, די שטריימל פונעם תוא"י רבי איז שרעקליך, איך קען נישט קוקן דערויף...

ממש א שאד, ער האט א הערליכע הייליגע צורה, די שטריימל הרג'עט עס אפ.

פארוואס דארף מען גיין עקסטרעם? אדער צו הויך אדער פלאך ווי א מצה? פארוואס נישט גיין נארמאל?

פון אונזערע » דינסטאג מערץ 26, 2024 1:54 am

· #555946
Re: די הייליגע שטריימל
שמעקעדיג #
איך בין א גרויסער מתנגד פון די היינטיגע צעדרייטע הויכע שטריימל (צוזאמען מיט די צעדרייטע הויכע פרייזן), אבער רבש"ע, די שטריימל פונעם תוא"י רבי איז שרעקליך, איך קען נישט קוקן דערויף...

ממש א שאד, ער האט א הערליכע הייליגע צורה, די שטריימל הרג'עט עס אפ.

פארוואס דארף מען גיין עקסטרעם? אדער צו הויך אדער פלאך ווי א מצה? פארוואס נישט גיין נארמאל?

איי עגרי 100%...
אבער איך מיין אז ויזניץ שיכון-אבוטבול איז סאך ערגער, ער נעמט א געהעריגע הויכע שטריימל און שניידט אפ די שפיצן מיט א שטומפיגע מוהל מעסער, נישט צו שפייען און נישט צו ברעכן...

yn.NY » מיטוואך מערץ 27, 2024 5:28 pm

· #556210
Re: די הייליגע שטריימל
מילך טראק #
איך האב אייביג פיינט געהאט צו גיין א שטריימל, איך קוק מיך אהן פאני דערמיט, נאכדעצו די פרייז וואס קאסט, (איך האב געקויפט א אג ביליגע) אבער שוין, אבי חסידים זענען די בעסטע גרעסטע קליגסטע גלונגענסטע,
בעסטע גרעסטע קליגסטע גלונגענסטע איז ליידער נישט קיין סתירה מיט זיין סטאק אין פעיר פרעשער, און זיך נישט קענען אפשאקלען פון משוגעתן וואס באגלייטן אונז קשורה ככלב.

יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך מערץ 27, 2024 8:01 pm

· #556235
Re: די הייליגע שטריימל
איך פארשטיי נישט פארוואס מ'טאר נישט גיין מיט א שיינע מלבוש לכבוד שבת.............. ווי אפט קויפט מען שוין דעם שטריימל. א טויזענטער ארויף א טויזענטער אראפ. איך פארשטיי נישט דער גאנצע רעש איבער דעם.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 27, 2024 9:57 pm

· #556252
Re: די הייליגע שטריימל
יום טוב ליפמאן צונז #
איך פארשטיי נישט פארוואס מ'טאר נישט גיין מיט א שיינע מלבוש לכבוד שבת.............. ווי אפט קויפט מען שוין דעם שטריימל. א טויזענטער ארויף א טויזענטער אראפ. איך פארשטיי נישט דער גאנצע רעש איבער דעם.

האלא האלא.... זיי מיר נישט קיין צולייגער, אקעי? 😛

יום טוב ליפמאן צונז
איך פארשטיי נישט
ביסט זיכער? אפשר פארשטייסטו יא? טראכט גוט....


יום טוב ליפמאן צונז
פארוואס מ'טאר נישט גיין מיט א שיינע מלבוש לכבוד שבת.....
שיינע מלבוש? ווי שטעקט די שיינקייט?
אפשר קויפסטו "לכבוד שבת" שיך וואס איז 40 פוס לאנג און 20 פוס ברייט, און רוף עס "שיין"... קענסט אויך צולייגן א "בויך"... און אפאר ווייסע האר אין די שיך בענדלעך...
לכבוד שבת גאר? אדער לכבוד פעשאן?

יום טוב ליפמאן צונז
ווי אפט קויפט מען שוין דעם שטריימל.
אה, לעצטנס קויפט מען עס יעדע יאר-צוויי, שוין באלד אפטער ווי א הוט אדער רעקל, ווייל די סטייל טוישט זיך... און יעדער האט... און משה חיים האט נישט...

יום טוב ליפמאן צונז
א טויזענטער ארויף א טויזענטער אראפ.
א טויזענטער אראפ, האט קיינער נישט קיין פראבלעם, אבער א טויזענטער ארויף?
דו שפילסט עושר?
אפשר כאפסטו נישט אז יעדע יאר-צוויי גייט עס ארויף מיט נאך א טויזענטער?
דו ווייסט אז מען קען שוין היינט האבן שטריימלעך צווישן 10 און 15 טויזענט טאלער???
וויפיל מיינסטו גייט עס קאסטן אין 5 יאר פון יעצט?

יום טוב ליפמאן צונז
איך פארשטיי נישט דער גאנצע רעש איבער דעם.
נאך אלץ נישט?

מילך טראק » מיטוואך מערץ 27, 2024 11:50 pm

· #556273
Re: די הייליגע שטריימל
yn.NY #

בעסטע גרעסטע קליגסטע גלונגענסטע איז ליידער נישט קיין סתירה מיט זיין סטאק אין פעיר פרעשער, און זיך נישט קענען אפשאקלען פון משוגעתן וואס באגלייטן אונז קשורה ככלב.
גיין א שטריימל האט נישט מיט פעיר פרעשער

לאכעדיג » מיטוואך מערץ 27, 2024 11:57 pm

· #556274
Re: די הייליגע שטריימל
מילך טראק #
גיין א שטריימל האט נישט מיט פעיר פרעשער
ס'האט מיט די סיסטעם. ווייל יעדער גייט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:18 am

· #556289
Re: די הייליגע שטריימל
מילך טראק #
yn.NY #

בעסטע גרעסטע קליגסטע גלונגענסטע איז ליידער נישט קיין סתירה מיט זיין סטאק אין פעיר פרעשער, און זיך נישט קענען אפשאקלען פון משוגעתן וואס באגלייטן אונז קשורה ככלב.
גיין א שטריימל האט נישט מיט פעיר פרעשער

אמת, אבער גייט מיט הויכשטאקיגע טייערע אויפרייסערישע שטריימלעך האט יא.

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:22 am

· #556292
Re: די הייליגע שטריימל
שמעקעדיג #
מילך טראק #
yn.NY #

בעסטע גרעסטע קליגסטע גלונגענסטע איז ליידער נישט קיין סתירה מיט זיין סטאק אין פעיר פרעשער, און זיך נישט קענען אפשאקלען פון משוגעתן וואס באגלייטן אונז קשורה ככלב.
גיין א שטריימל האט נישט מיט פעיר פרעשער

אמת, אבער גייט מיט הויכשטאקיגע טייערע אויפרייסערישע שטריימלעך האט יא.
איך רעדט פון די גאנצע שטריימל גיין אין די פירסט פלעיס, ווען א נישט חסיד פרעגט מיר וואס די שטריימל איז, ווייס איך נישט וואס צו ענטפערן.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:25 am

· #556293
ווען א נישט חסיד פרעגט מיך פארוואס איך גיי מיט א שטריימל ענטפער איך איהם אז איך זאג איהם צו אז ווען אלע זיינע חברים און פאמיליע מיטגלידער וואלטן דערמיט געגאנגען וואלט ער עס אויך אנגעטוהן.

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:26 am

· #556294
Re: די הייליגע שטריימל
מילך טראק #
איך רעדט פון די גאנצע שטריימל גיין אין די פירסט פלעיס, ווען א נישט חסיד פרעגט מיר וואס די שטריימל איז, ווייס איך נישט וואס צו ענטפערן.
פארוואס גייסטו מיט א שטריימל? ווייל אזוי גייט מען אין די חסידישע קאמיונעטי.

ווער האט אריינגעברענגט אין די חסידישע קאמיונעטי אז א יעדער זאל גיין מיט א שטריימל? סאטמאר רב ז"ל.

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:30 am

· #556295
Re: די הייליגע שטריימל
נישט פארוואס איך גיי נאר וואס דאס איז, און פארוואס טוט מען דאס אהן, פארוואס גייט די חסידישע קאמיאנטי מיט א שטריימל

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:33 am

· #556297
Re: די הייליגע שטריימל
מילך טראק #
נישט פארוואס איך גיי נאר וואס דאס איז, און פארוואס טוט מען דאס אהן, פארוואס גייט די חסידישע קאמיאנטי מיט א שטריימל
א שטריימל איז וויידלעך פון באשעפענישן. און נאכאמאל פארוואס מען גייט דערמיט, ווייל סאטמאר רב ז"ל האט אזוי געוואלט.

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:33 am

· #556298
Re:
ברוך שפינוזה #
ווען א נישט חסיד פרעגט מיך פארוואס איך גיי מיט א שטריימל ענטפער איך איהם אז איך זאג איהם צו אז ווען אלע זיינע חברים און פאמיליע מיטגלידער וואלטן דערמיט געגאנגען וואלט ער עס אויך אנגעטוהן.
איך שעם מיך דאס צו ענטפערן

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:35 am

· #556300
איינער האט געפרעגט עזריאל טויבער פארוואס ער גייט נישט קיין שניפסל, האט ער איהם געזאגט ערשט זאג דו מיר פארוואס דו גייסט יא מיט א שניפסל וועל איך דיר זאגן פארוואס איך גיי נישט.

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:36 am

· #556301
Re: די הייליגע שטריימל
לאכעדיג #
מילך טראק #
נישט פארוואס איך גיי נאר וואס דאס איז, און פארוואס טוט מען דאס אהן, פארוואס גייט די חסידישע קאמיאנטי מיט א שטריימל
א שטריימל איז וויידלעך פון באשעפענישן. און נאכאמאל פארוואס מען גייט דערמיט, ווייל סאטמאר רב ז"ל האט אזוי געוואלט.
איך באלאנג נישט אין סאטמאר, און בככל וואס דארף דעיס צו מיינען ?

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:37 am

· #556302
Re:
ברוך שפינוזה #
איינער האט געפרעגט עזריאל טויבער פארוואס ער גייט נישט קיין שניפסל, האט ער איהם געזאגט ערשט זאג דו מיר פארוואס דו גייסט יא מיט א שניפסל וועל איך דיר זאגן פארוואס איך גיי נישט.
גוט !!
אבער א שטריימל איז זייער אויפאלנד.

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:41 am

· #556304
Re: די הייליגע שטריימל
מילך טראק #
איך באלאנג נישט אין סאטמאר, און בככל וואס דארף דעיס צו מיינען ?
האנטעכער אין מקוה און קאווע אין ביהמ"ד איז דא "איבעראל" און ס'איז אויך א דאנק סאטמאר רב.

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:42 am

· #556305
Re: Re:
מילך טראק #
גוט !!
אבער א שטריימל איז זייער אויפאלנד.
א לאנגע רעקל איז אויך זייער אויפאלנד.

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:57 am

· #556308
Re: די הייליגע שטריימל
לאכעדיג #
מילך טראק #
איך באלאנג נישט אין סאטמאר, און בככל וואס דארף דעיס צו מיינען ?
האנטעכער אין מקוה און קאווע אין ביהמ"ד איז דא "איבעראל" און ס'איז אויך א דאנק סאטמאר רב.
טא פארוואס גייען די פייוו טאנס אידן נישט מיט קיין שטריימל?

קען זיין קאפי אין שהול האט סאטמער רב אויסגעטראפן, ( אפשר באבוב'ער רב אין די אפיסעס :טראכט )
אבער ווען איינער וועט מיר פרעגן פארוואס סאיז דא קאפי אין שוהל וועל איך אים נישט זאגן ווייל סאטמערער רב האט עס אויסגעטראפן, איך וועל זאגן אז ווען איינער האט נישט געהאט קיין צייט צו גיין אין סטארבאקס, זאל ער קענען נאך אלץ האבן א קאפי צופרי

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:59 am

· #556309
Re: Re:
לאכעדיג #
מילך טראק #
גוט !!
אבער א שטריימל איז זייער אויפאלנד.
א לאנגע רעקל איז אויך זייער אויפאלנד.
ווער זאגט איך גיי א לאנגע רעקעל ?

סאיז אזוי אויפאלנד טראמפ איז שוין אפאר מאל אזוי געגאנגען

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:06 am

· #556315
Re: Re:
מילך טראק #
סאיז אזוי אויפאלנד טראמפ איז שוין אפאר מאל אזוי געגאנגען
טראמפ איז זייער אויפאלנד.

און די גלויבערס לאנגע רעקל איז זייער אויפאלנד פאר יעדעם איינעם וואס באלאנגט נישט אין די חסידישע קאמיונעטי.

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:07 am

· #556316
Re: די הייליגע שטריימל
מילך טראק #
טא פארוואס גייען די פייוו טאנס אידן נישט מיט קיין שטריימל?
ווייל סאטמאר רב ז"ל האט נישט געהאט קיין השפעה אויף זיי.

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:13 am

· #556319
Re: די הייליגע שטריימל
לאכעדיג #
מילך טראק #
טא פארוואס גייען די פייוו טאנס אידן נישט מיט קיין שטריימל?
ווייל סאטמאר רב ז"ל האט נישט געהאט קיין השפעה אויף זיי.
סא פארוואס געבען זיי קאפי אין שוהל ?

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:15 am

· #556320
Re: Re:
לאכעדיג #
מילך טראק #
סאיז אזוי אויפאלנד טראמפ איז שוין אפאר מאל אזוי געגאנגען
טראמפ איז זייער אויפאלנד.
:לייק
און די גלויבערס לאנגע רעקל איז זייער אויפאלנד פאר יעדעם איינעם וואס באלאנגט נישט אין די חסידישע קאמיונעטי.
קען זיין, אבער א שטריימל סאך סאך מער

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:29 am

· #556329
Re: די הייליגע שטריימל
מילך טראק #
סא פארוואס געבען זיי קאפי אין שוהל ?
זיי געבן נישט.

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:41 am

· #556334
Re: די הייליגע שטריימל
לאכעדיג #
מילך טראק #
סא פארוואס געבען זיי קאפי אין שוהל ?
זיי געבן נישט.
נישט נאר קאפי געבן זיי, נאר אלע מיני טיי און האט טשאקלעט, ארענדש דשואס, א גאנצע באר.
אסאך שוהלן איז דא פרישטיג יעדע אינדערפרי

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:45 am

· #556337
Re: די הייליגע שטריימל
מילך טראק #
נישט נאר קאפי געבן זיי, נאר אלע מיני טיי און האט טשאקלעט, ארענדש דשואס, א גאנצע באר.
אסאך שוהלן איז דא פרישטיג יעדע אינדערפרי
נאר פאר מעמבערס.

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:07 am

· #556347
Re: די הייליגע שטריימל
לאכעדיג #
מילך טראק #
נישט נאר קאפי געבן זיי, נאר אלע מיני טיי און האט טשאקלעט, ארענדש דשואס, א גאנצע באר.
אסאך שוהלן איז דא פרישטיג יעדע אינדערפרי
נאר פאר מעמבערס.
קאפי איז זיכער דא פאר יעדעם איינעם, פרישטיג גלייב איך נישט אז איינער גייט האבן א פראבלעים אויב א גאסט וועט טועם זיין , פארשטייט זיך סהאט צוטוהן וויאזוי יענער פירט זיך אויף,

סדא חסידים וואס מיינען טאקע אז זיי זענען די מבחר היצור, ווען זיי קומען אריין אין א פרעמדע שוהל, די ערשטע זאך לויפן זיי אריין מאכן א קאפי פארשטייט זיך סגיסט זיך פון אלע זייטן, די מילך לייגט ער נישט צוריק , ער נעמט 3 קאפס אויסצומישן זיין קאפי , וועט אים איינער זאגן אנטשלדיגס סאיז נאר פאר מעמבערס.

סקומט מיר אויס צו זיין אין שוהלן איבער ניו יארק, אסאך מאל שעם איך מיר פון די בושות וואס חסידים קענען מיר מאכן

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:18 am

· #556348
Re: די הייליגע שטריימל
אז מ'האט א @מילך טראק לעבן זיך, וואס פעלט אויס צוריקצולייגן די איבריגע מילך... חחחח

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:22 am

· #556350
Re: די הייליגע שטריימל
שמעקעדיג #
אז מ'האט א @מילך טראק לעבן זיך, וואס פעלט אויס צוריקצולייגן די איבריגע מילך... חחחח
סזאל נישט ווערן @שמעקעדיג... חחח

ונבנתה העיר » מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:27 pm

· #556837
Re: די הייליגע שטריימל
אויפשטייענדיג פריה, לכבוד שבת קוה, האביך געהאט צייט צו באמערקן אז די שטאט איז באהאנגען מיט גרויסע פלאקאטן "ריזיגע שטריימל סעיל."

ביניך אבער געווען מסופק וויאזוי מ'זעצט די ווערטער, צי "ריזיגע, שטריימל סעיל", אדער "ריזיגע שטריימל, סעיל." גייט 'ריזיגע' אויפן סעיל, אדער אויפן שטריימל.

זעענדיג די פרייזן איז מיר נפשט געווארן אז טאקע יא, 'ריזיגע' גייט אויפן שטריימל.

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:47 pm

· #556844
Re: די הייליגע שטריימל
העי קוק ווער עס איז דא...
פריי דיך אז אין חב"ד גייט מען נישט קיין שטריימלעך.....

קהל'ס נער » זונטאג מערץ 31, 2024 1:46 am

· #556858
Re: Re:
מילך טראק #
ברוך שפינוזה #
ווען א נישט חסיד פרעגט מיך פארוואס איך גיי מיט א שטריימל ענטפער איך איהם אז איך זאג איהם צו אז ווען אלע זיינע חברים און פאמיליע מיטגלידער וואלטן דערמיט געגאנגען וואלט ער עס אויך אנגעטוהן.
איך שעם מיך דאס צו ענטפערן
דאס איז דער אמת׳ע ענטפער.
איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה פון פארוואס איך גיי מיט א שטריימל?
פונקט ווי דער מאדערנער גייט נישט קיין שטריימל ווייל אין זיין קאמיוניטי גייט קיינער נישט מיט קיינער שטריימעל.
פאר די זעלבע סיבה גיי איך יא שטריימל ווייל אין מיין קאמיוניטי גייט מען יא א שטריימעל.

דערמאנט פון א מאדערנער וואס האט מיך געפרעגט פארוואס איך האב מחליט געוועהן צי ווערן א חסיד, האב עים געזאגט אז איך האב קיינמאל נישט מחליט געוועהן.

און דאס איז די אמת, ס׳נישטא קיין הסברים, אונז טוען מיר אלעס ווייל אזוי טוט מען אין אונזער קאמיוניטי, און איך זעה גארנישט ווראנג דערמיט.
בלאט: 1 2