התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16945
התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
שוין א פאר וואכן וואס א געשעפט אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים ארבעט שבת, מען מאכט קאנסטראקשען אין גרויסן. די געשעפט געפינט זיך אין א אידישע געגענט, עס איז דא א גרויסער מאשני אויף דער פענצטער בהשגחת התאחדות הרבנים, ואין פוצה ומצפצף!!!
די שאלה איז, איז דאס מיט זייער הסכמה? פייפט זיך דער בעל הבית אהן?
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
ווער האט דא באשמיצט איינעם? איך האב געפרעגט א קשיא
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
ווי איז דעי געשעפט קום אריין מיט גאנצע פרטים?
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
[ציטאט אראפגענומען]
למען האמת געדענק איך אז די מעשה איז געווען א טראפקעלע אנדערש. זיי האבן אראפגענומען די הכשר בלויז פאר געציילטע טעג. אדער צום סוף בכלל נישט מיטן תנאי אז יענער וועט האבן א משגיח תמידי. נאך אפאר וואכן האט יענער אפעלירט צו התאחדות אז דער נייער משגיח תמידי קאסט צופיל. האבן זיי געזאגט אז למרות אז די גאס איז שוין שטיל קען מען עס לאזן גיין ליפערן.
מיט אפאר חדשים שפעטער האט מער א מאדערענע הכשר OK איהם געפאקט ניצן חדש שרייבנדיג אז עס איז ישן. און OK האט פארגעהאלטן התאחדות, און די אנטווארט איז געווען, מיר זענען נישט מקפיד אויף ישן. אבער ווען OK האט אראפגענומען הכשר האט שוין התאחדות געדארפט מיט גיין דערמיט. און אדאנק OK האט ער געדארפט פארקויפן.
אזוי געדענק איך.....
דאס איז אבער געווען מיט יארן צוריק. איך מיין אז היינט קען שוין התאחדות נישט אפערירן אזויווי דעמאלט.

קורקלענד #

דער איסור פון חדש איז בכלל נישט אזוי שטארק בזמה"ז אפילו הלכה'דיג. מכח כמה טעמים. ממילא איז עס נישט אנגענימען אין אלע קרייזן.
עיי במשנה ברורה (הל' ספירת העומר) וואס דארט איז ער מברר אז ס'איז כמעט נישט שייך במציאות (אפילו בזמנו) אז די ווייטץ וואס מ'פארקויפט אויפ'ן מארק זאל זיין חדש. כש"כ אין אונזער צייט ווען די ווייטץ וואס בעקערייען באקומען איז לכה"פ איין יאר אלט. אדער מער.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
חדש איז אפשר נישט קיין פראבלעם. אבער צו האנדלען מיט א בלאפפער וואס שרייבט ישן וואוסענדיג אז ס'איז שקר איז שוין איינמאל א פראבלעם. ספעציעל ווען יענער האט נישט קיין פראבלעם מיט חילול שבת און אנדערע זאכן.....
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
מיין
משנה ברורה שרייבט אז היינטיגע צייטן איז חדש א הארבערער פראבלעם ווי פארצייטענס, ווארום די באן פארט פיל שנעלער ווי די אמאליגע פערד און וועגענער, און די נייע תבואה קומט אן גאנץ שנעל.
די ספק ספיקא פון די רמ"א גילט שוין נישט.
און היינט אין אמעריקא, ווי פון די פעלד ביז צום פאבריק קען געדויערן א פאר געציילטע טעג, איז די פראבלעם פיל ערגער. דאס איבעריגער ווייץ ווערט געשיקט אויף חו"ל, עס ווארט נישט פון יאר צו יאר.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
אינטרעסאנט: איך האב ארויסגענומען פונקט די פארקערטע מעסעדזש פון משנ"ב.
אויך די מציאות אויפ'ן אמעריקאנער מארקעט קען ווערן אויסגעטשעקט. נאר לויט מיין אינפארמאציע בלייבט די ווייץ אין דעם ריזיגן גרעין סטארעדזש פאר בערך א יאר פאר דאס קומט אן צום מארקעט.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
וואס מיר איז אינטערסאנט איז אז די זעלבע מענטשן וואס קומען מיט היתרים אויף חדש וואס איז א איסור דאורייתיה, איז ווען ס׳קומט צי חלב עכו״ם ווערן זיי אינגאנצן אויס מענטש היתכן מען גייט מתיר זיין א איסור דרבנן.

מ'קען אריינגיין אין גאנצע (הלכה'דיגע) ויכוחים איבער חדש אויב ס'איז נוהג בזמה"ז אין חו"ל. נאר ס'איז נישט פאר א בעל עגלה און א נער זיך צו אמפערן איבער הלכה'דיגע חילוקים אויף א פארום וואס איז געמאכט זיך צו לופטערן און אויסדרוקן מיינונגען און בויכווייטאג.
און וועגן אן איסור דאורייתא אדער דרבנן האט שוין הרה"צ (יא. ער איז געווען א קדוש אויך) מ'קלויזנבורג זצ"ל לאנג צוריק געזאגט (במתק לשונו) אז די נפקא מינה אויב אן איסור איז מדאורייתא אדער בלויז א דרבנן איז פאר'ן שמש אין גהינום. וויפיהל האלץ ער זאל אריינלייגן פאר דעם וואס האט עס עובר געווען. ביי א דאורייתא וועט ער אריינלייגן 4 מעטער האלץ. און ביי א דרבנן וועט ער אריינלייגן נאר 2 מעטער. פאר אונז איז נישט קיין שום נפקא מינה .
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
התאחדות איז ליידער אזוי קוראפטירט אז איך פרעג שוין נישט קיין שאלות אויף זיי.
די אנדערע השגחות מיט אחריות לאזן נישט אריין אסאך מאל התאחדות פראדוקטן ווייל זיי ווייסן וואס טוט זיך אינטער די גארבעזש פון התאחדות. עס איז דא אויף זיי שוידערליכע מעשיות פון הפקירות, זיי קומען נישט אראפ צו זייערע קאמפעניס וואס איז מחוץ לעיר, זיי קעירן נישט ווען זיי ווערן געוואר א פראבלעם.
די איינציגסטע דאגה פון התאחדות איז צו לאזן וויסן דעם עולם יעדע שטיק צייט מיט א מודעה, כדי יעדער זאל זיך איינרעדן אז זיי זענען די שומר המחנה, אינדערצייט וואס אין יראת אלקים במקום ההוא. רחמנא ליצלן
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
אוהב ספרים #
התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
שוין א פאר וואכען וואס א געשעפט אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים ארבעט שבת, מען מאכט קאנסטראקשען אין גרויסען, די געשעפט געפינט זיך אין א אידישע געגענט, עס איז דא א גרויסער מאשני אויף דער פענצטער בהשגחת התאחדות הרבנים, ואין פוצה ומצפצף!!!
די שאלה איז, איז דאס מיט זייער הסכמה? פייפט זיך דער בעל הבית אהן?
דער געשעפט האט שוין געעפענט פאר'ן פאבליק?
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
קהל'ס נער #
וואס מיר איז אינטערסאנט איז אז די זעלבע מענטשן וואס קומען מיט היתרים אויף חדש וואס איז א איסור דאורייתיה, איז ווען ס׳קומט צי חלב עכו״ם ווערן זיי אינגאנצן אויס מענטש היתכן מען גייט מתיר זיין א איסור דרבנן.
און די זעלבע מענטשען וועלכע קומען מיט היתרים אויף חדש אויף ווען עס איז באמת אן איסור דאורייתא, וועלן נוצען די מעטאפארישע 'חדש אסור מן התורה' אין אנדערע פעלער...
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
פארוואס זאל התאחדות האבן א דאגה מיט די קאנסטראקשען? זיי זענען אין די כשרע עסן ליין?
אפשר האט די בעל הבית געבארגט די געלט וואס ער ניצט צו אינוועסטן אויף רבית? איז עס אויך זייער דאגה?
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
לאמיר זאגן אז עס נאך נישט אפען...
ולכן? איינער וואס איז מחלל שבת בפהרסיא באקומט זייער השגחה אויף אזא געשעפט?

דיר באדערט נישט די השגחה פון התאחדות, דער באדערט אז התאחדות איז זיך נישט מכניע אונטער מהר"א.
אתה יצרת...!

אבי געשאסן אז התאחדות האט געזאגט פאר OK אז זיי נישט מקפיד אויף ישן. התאחדות לאזט נישט שרייבן קמח ישן אויב איז עס נישט ישן. כ׳רעד פון עקספיריענס.

יעדער תגובה דא גייט, לויט וויאזוי די האלטס פון התאחדות....
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
חיים׳ל ברוקלינער #
אבי געשאסן אז התאחדות האט געזאגט פאר OK אז זיי נישט מקפיד אויף ישן. התאחדות לאזט נישט שרייבן קמח ישן אויב איז עס נישט ישן. כ׳רעד פון עקספיריענס.
ס'האנדלט זיך מיט א מעשה פון א גוטע צוואנציג יאר צוריק. אייער עקספיריענס איז פון דעמאלט אדער היינט?
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
לאכעדיג #
אוהב ספרים #
לאמיר זאגן אז עס נאך נישט אפען...
ולכן? איינער וואס איז מחלל שבת בפהרסיא באקומט זייער השגחה אויף אזא געשעפט?
דיר באדערט נישט די השגחה פון התאחדות, דער באדערט אז התאחדות איז זיך נישט מכניע אונטער מהר"א.
אתה יצרת...!
ווי קומט אריין מהר"א דא אין בילד? נישט אתה יצרת, נאר אתה חלמת.
זעהט דא אויס אז נאך אידען [לויט די תגובות] ווייסען פון דעם חילול שבת צו זאגען, און אז דו האסט נישט וואס צו זאגען מוז מען נישט זאגען, עס איז נישט קיין חוב קדוש מודיע זיין לרבים דיין אויסגעשפראצטע חכמה.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
[ציטאט אראפגענומען]
ווי געשריבען פריער, נאך שרייבערס דא זעהט אויס ווייסען דערפון, וואס מיינסטו איך האב געבאקען א מעשה? בעיני ראיתי...
און דאס גייט אהן שוין מער פון איין וואך.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
די קענסט ענטפערן צו מ'האט זיי גערופן מודיע זיין דערוועגן?
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
למעשה, גייען זיי עס יעצט אפשטעלן, אדער אראפ נעמען די הכשר
איינמאל מ'האט געמאכט פון דעם א מערכה דא
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
איך פארשטיי באמת נישט וואס דא גייט פאר, מ'רייסט אראפ התאחדות אויף עפעס וואס ווי עס זעהט אויס האט זיי קיינער נישט מודיע געווען דערוועגן און מאיז עס שוין מדמה צו אלטע מעשיות, אנדערע ווייסן שוין צו זאגן אז יעצט וועלן זיי יא עפעס טוהן וויבאלד מ'האט עס מפרסם געווען וכו'
למען השם פון ווי זאלן זיי דאס וויסן? זיי דארפן גיין צו קאנסטראקשען סייטס מיט משגיחים? זיי געבן א השגחה אויף די עסן און זיכער אויב ס'איז דא חילול שבת פראבלעמען איז דאס א פראבלעם מיט די עסן אויך אבער פון ווי דארפן זיי וויסן?
איך האב גענוג און נאך צו זאגן וועגן זייער השגחה און זיכער אויף די אלטע הנהלה אבער איך פארשטיי נישט וואס מ'וויל פון זיי דא? איז די סיבה פון זיי נישט מודיע זיין פשוט אז אזוי זאל מען זיי קענען באשמוצען? איך זעה באמת נישט קיין אנדערע תירוץ.
אדרבה אויב ווילט איר זיי נישט רופן משום איזה סיבה, שיק מיר א פריוואטע הודעה מיט אלע אינפא און איך וועל זיי רופן.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
קהל'ס נער #
וואס מיר איז אינטערסאנט איז אז די זעלבע מענטשן וואס קומען מיט היתרים אויף חדש וואס איז א איסור דאורייתא, איז ווען ס'קומט צו חלב עכו"ם ווערן זיי אינגאנצן אויס מענטש היתכן מען גייט מתיר זיין א איסור דרבנן.
אויב איז דא א היתר אויף א דאורייתא איז עס מותר, און אויב איז נישט דא קיין היתר אויף א דרבנן איז עס אסור בתכלית האיסור.
איך בין נישט באקאנט אין די אלע הלכות און מסורות, אבער אויב האט מען א היתר אויף חדש קומט בכלל נישט אריין דא חלב עכו"ם.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
קורקלענד #
[ציטאט אראפגענומען]
למען האמת געדענק איך אז די מעשה איז געווען א טראפקעלע אנדערש. זיי האבן אראפגענומען די הכשר בלויז פאר געציילטע טעג. אדער צום סוף בכלל נישט מיטן תנאי אז יענער וועט האבן א משגיח תמידי. נאך אפאר וואכן האט יענער אפעלירט צו התאחדות אז דער נייער משגיח תמידי קאסט צופיל. האבן זיי געזאגט אז למרות אז די גאס איז שוין שטיל קען מען עס לאזן גיין ליפערן.
מיט אפאר חדשים שפעטער האט מער א מאדערענע הכשר OK איהם געפאקט ניצן חדש שרייבנדיג אז עס איז ישן. און OK האט פארגעהאלטן התאחדות, און די אנטווארט איז געווען, מיר זענען נישט מקפיד אויף ישן. אבער ווען OK האט אראפגענומען הכשר האט שוין התאחדות געדארפט מיט גיין דערמיט. און אדאנק OK האט ער געדארפט פארקויפן.
אזוי געדענק איך.....
דאס איז אבער געווען מיט יארן צוריק. איך מיין אז היינט קען שוין התאחדות נישט אפערירן אזויווי דעמאלט.
נישט אז התאחדות קען מער נישט אפערירן אזוי, נאר זיי אפערירן טאקע נישט אזוי, די גאנצע סטראקטשור פון התאחדות איז אנדערש היינט צו טאג'ס, און גראדע זענען זיי אויך זייער מדייק איבער ישן און חדש, וויבאלד זיי ווילן סערווירן אויך די מענטשן וואס זענען יא מקפיד, אפי' זיי פרעזענליך האלטן ס'איז נישט קיין פראבלעם.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
חב''ד הויזן #
קהל'ס נער #
וואס מיר איז אינטערסאנט איז אז די זעלבע מענטשן וואס קומען מיט היתרים אויף חדש וואס איז א איסור דאורייתא, איז ווען ס'קומט צו חלב עכו"ם ווערן זיי אינגאנצן אויס מענטש היתכן מען גייט מתיר זיין א איסור דרבנן.
אויב איז דא א היתר אויף א דאורייתא איז עס מותר, און אויב איז נישט דא קיין היתר אויף א דרבנן איז עס אסור בתכלית האיסור.
איך בין נישט באקאנט אין די אלע הלכות און מסורות, אבער אויב האט מען א היתר אויף חדש קומט בכלל נישט אריין דא חלב עכו"ם.
ביידע זענען אסור, און ס׳דא א פראקטישע מקום להתיר.
חדש ווייל ס׳נישט מצוי היינט אז ווייץ זאל זיין חדש.
און חלב עכו״ם ווייל לויט די גאווערמענט איז נישט ערלויבט צי אריינגיסן טריפה׳נע מילך אין קוה מילך.
ממה נפשך אויב גייסטו מין מהלך אז די תורה טוישט זיך נישט זענען ביידע אסור, און אויב גייסטו פראקטיש זענען ביידע מותר.
די זעלבע נושא איז ביי הבדלה וואס די פוסקים זאגן אז מען איז נישט יוצא פון א ריקארדירונג, אבער קול אישה איז יא דא אויף א ריקארירונג.
ממה נפשך, אויב הייסט עס א קול איז מען יוצא הבדלה, און אויב הייסט עס נישט א קול איז מותר צי הערן א רעקארדירונג פון א פרוי.
נאר וואס, ביי נונז ווייסט מען אז ערשט פסק׳נט מען די שאלה און דערנאך שטופט מען עס אריין אין שו״ע, און אזוי געשעהט היפאקראסי אין הלכה.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
@קהל'ס נער אזוי ווי איך האב געזאגט איך בין נישט אויסגעקאכט, אבער די חילוקים איז זייער פשוט. דו פארשטייסט אליינס אז ס'איז דא א חילוק פון עפעס וואס איז כמעט נישט במציאות בעולם און עפעס וואס איז פארבאטן דורך די רעגירונג. דו גייסט מער מורא האבן צו פליען מיט א פליגער אין וואס א פאסאזשיר האט א אנגעלאדענטע רעוואלווער - אפילו ס'איז נישט לעגאל צו שיסן - ווי א פשוטע פליגער אפילו ס'איז דא א ווייטע מעגליכקייט אז די גאנצע פליגער זאל קראכן...
און קול באשה איז דאך די סיבה צוליב הירהור ממילא איז א טעלעפאן אויך אסור (להנוהגים) פונקט ווי וואטשן אומאיידעלע מעשים איז פארשטייט זיך אסור עפ"י הלכה אפילו אויף א רעקארדירטע סקרין אנדערש ווי הבדלה וואס מען קען נישט יוצא זיין פון א היסטארישע ווידעא און אפילו דורכ'ן טעלעפאן איז דא עקסטערע פראבלעמען ווי קול הברה וכדו'.
ס'איז נאריש צו פארגלייכן צוויי הלכות און ציען מסקנות. די תורה איז נישט א קאנסטיטוציע פון צען אמענדמענס ווי אלע געזעצן מוזן לויפן מיט די זעלבע הנחה.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
אלעס איז אפאלעגעטקירבאר.
אבער מיט קאממענסענס זעט עס אויס ווי זמיר כהן׳ס ספר.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
די פאשקעוויל ברענגט עס זייער גוט ארויס
📎 IMG_7288.jpeg
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
קהל'ס נער #
חב''ד הויזן #
קהל'ס נער #
וואס מיר איז אינטערסאנט איז אז די זעלבע מענטשן וואס קומען מיט היתרים אויף חדש וואס איז א איסור דאורייתא, איז ווען ס'קומט צו חלב עכו"ם ווערן זיי אינגאנצן אויס מענטש היתכן מען גייט מתיר זיין א איסור דרבנן.
אויב איז דא א היתר אויף א דאורייתא איז עס מותר, און אויב איז נישט דא קיין היתר אויף א דרבנן איז עס אסור בתכלית האיסור.
איך בין נישט באקאנט אין די אלע הלכות און מסורות, אבער אויב האט מען א היתר אויף חדש קומט בכלל נישט אריין דא חלב עכו"ם.
ביידע זענען אסור, און ס׳דא א פראקטישע מקום להתיר.
חדש ווייל ס׳נישט מצוי היינט אז ווייץ זאל זיין חדש.
און חלב עכו״ם ווייל לויט די גאווערמענט איז נישט ערלויבט צי אריינגיסן טריפה׳נע מילך אין קוה מילך.
ממה נפשך אויב גייסטו מין מהלך אז די תורה טוישט זיך נישט זענען ביידע אסור, און אויב גייסטו פראקטיש זענען ביידע מותר.
די זעלבע נושא איז ביי הבדלה וואס די פוסקים זאגן אז מען איז נישט יוצא פון א ריקארדירונג, אבער קול אישה איז יא דא אויף א ריקארירונג.
ממה נפשך, אויב הייסט עס א קול איז מען יוצא הבדלה, און אויב הייסט עס נישט א קול איז מותר צי הערן א רעקארדירונג פון א פרוי.
נאר וואס, ביי נונז ווייסט מען אז ערשט פסק׳נט מען די שאלה און דערנאך שטופט מען עס אריין אין שו״ע, און אזוי געשעהט היפאקראסי אין הלכה.
סטריקטלי עפ"י הלכה ביסטו גערעכט: נאר ביי חלב ישראל ווס. חלב סתם איז דא נאך אן עקסטער פרט וואס מ'דארף נעמען אין באטראכט. מנהג/חומרא. דאס קענמען שוין נישט ארויפצווינגען אויף קיינעם. א יעדער קען טון וויאזוי ער זעהט פאר ריכטיג. נאר היינט ווען ס'איז אזוי גרינג צו באקומען חלב ישראל (נאך אפשר מער גרינג ווי חלב סתם) קען (כמעט) א יעדער באשטיין צו ניצן חלב ישראל.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
איך בעט דער עולם זאל באשטעטיגן פון וואנעט ווייסן זיי אז חדש ווייץ איז נישט בנמצא.
לויט ווי איך האב מברר געווען, איז דאס נישט ריכטיג.
און ווייץ איז נישט די איינציגסטע פראדוקט וואס האט אן איסור חדש. אוטס האלט זיך נישט צו לאנג, און אוטמיעל אדער טשיריאוס האבן א גרויסע פראבלעם פון חדש.
וכן הוא לענין ביר, וואס האט אנדערע התירים, אבער איז, אין די צייט פון יאר, כמעט זיכער חדש.

ליטוואק פון בודאפעסט: איך וועל (בלי"נ) ריסוירטשן דעם סאבדזשעקט פון ווייץ סטארידזש און דיסטריביושן אין אמעריקע.
ווען איך וועל האבן אן ענטפער וועל איך צוריקקומען.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
ליטוואק פון בודאפעסט #
איך בעט דער עולם זאל באשטעטיגן פון וואנעט ווייסן זיי אז חדש ווייץ איז נישט בנמצא.
לויט ווי איך האב מברר געווען, איז דאס נישט ריכטיג.
און ווייץ איז נישט די איינציגסטע פראדוקט וואס האט אן איסור חדש. אוטס האלט זיך נישט צו לאנג, און אוטמיעל אדער טשיריאוס האבן א גרויסע פראבלעם פון חדש.
וכן הוא לענין ביר, וואס האט אנדערע התירים, אבער איז, אין די צייט פון יאר, כמעט זיכער חדש.
דאס איז די אפיציעלע תירוץ פון די מקילים, צו זענען זיי גערעכט במציאות? כ׳ווייס נישט, אבער דאס איז נישט די פוינט דא.
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
איך וויל נאר אז דו זאלסט באמערקן אז דער פתיחת האשכול און דער גאנצער אשכול איז, און דארף זיין געווידמעט צו, די אחריות/פאזיציע פון התאחדות הרבנים, נישט איבער די איסורים וועלכע זענען א דאורייתא אדער נאר א דרבנן.
דו ביסט מכובד אויף צו מאכן אן עקסטערע אשכול איבער די נושא.
איך וועל מיך (בל"נ) משתתף זיין כיד ה' הטובה עלי.
אשר על כן לאמיר לאזן דעם אשכול פאר דעם צוועק וואס דאס איז אויפגעמאכט געווארן...
ייש"כ למפרע/למפריע... לאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
אוהב ספרים #
שוין א פאר וואכן וואס א געשעפט אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים ארבעט שבת, מען מאכט קאנסטראקשען אין גרויסן. די געשעפט געפינט זיך אין א אידישע געגענט, עס איז דא א גרויסער מאשני אויף דער פענצטער בהשגחת התאחדות הרבנים, ואין פוצה ומצפצף!!!
די שאלה איז, איז דאס מיט זייער הסכמה? פייפט זיך דער בעל הבית אהן?
אויף סאחדעס פרעגט מען נישט קיין קאשעס. זיי קענין נאך
דיר מאכען פאר'ן שייגאץ
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
ומעשה שהיה: אין א געוויסע געגנט נישט ווייט פון בארא פארק איז געווען א בעיקערי וואס די ארבעטער האבן געבאקן דעם צווייטן טאג יו"ט. און די "סאכדעס" האט געגעבן דארט א השגחה.
ווען מ'איז געקומען זאגן פאר דעם ראש התאחדות אין יענע צייט. הרההגהצהקוה"ט ר' איצא גליק זצוקללה"ה (הא-הא) אז ס'איז דא א ווידעא ווי די גויים באקן אום יו"ט האט ער איהם אנגעשריגן און געזאגט... שייגעץ דו קוקסט ווידעא. און ער האט נישט געוואלט הערן פון דעים.