☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!

גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16942

סוף טוב הכל טוב » זונטאג מערץ 17, 2024 1:50 am

· #555137
גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
דער קאָמיקער גיא הוכמאַן האָט היינט געמאָלדן אַז ער האָט בדעה צו האַלטן דעם קומעדיקן שבת, שבת זכור, צום ערשטן מאָל אין זיין לעבן, צוליב אחדות מיט עם ישראל.

"איך מוז נישט זיין רעליגיעז, אָבער איך בין אַ זייער שטאָלץ איד, און מיר אַלע געדענקען און זאָל געדענקען די 7.10," האָט הוכמאן אָנגעהויבן זיין ווערטער און מודיע צו צענדליקער טויזנטער פון זיינע חסידים אַז "קומענדיקן שבת, פרשת זכור, 'געדענק" וואס עמלק האט דיר געטון, שבת פאר פורים, האב איך בדעה צו היטן שבת צום ערשטן מאל אין מיין לעבן.

הוכמאַן האָט דערקלערט, אַז ער וועט היטן שבת "נישט פֿאַר גאולה, פֿאַר אחדות מיט ישׂראל, פֿאַר אונדזערע העלדישע זעלנער אין פראָנט".

ער האָט צוגעגעבן, אַז “הײַנט זענען די הערצער פון רוב מדינת ישראל אויפן ריכטיגן אָרט, די הערצער זענען גרייט, און איך זאָג, מיר היטן איין שבת, האַלטן צוריק די צעטיילנדיקע דיבור און ברענגען דעם גייסט פון שותפות גורל פון פראָנט צו דער הינטן."

ער האט געשריגן: "הערט אויף צו שלאגן, נישט טשאנעל 12 און נישט טשאנעל 14, קיינער האט נישט דעם אמת אין קעשענע. פאר איין שבת לעשט אויס די סקרינס, מיר וועלן נישט לאָזן ווער עס איז צו צעטיילן אונדז ווידער. שבת האָט מען אונדז דערמאָרדעט ווייַל מיר זענען אידן. אויף" שבת וועלן מיר זיך אויפשטעלן און זאגן, מיר זענען שטאלץ צו זיין אידן, כדי אלע אונזערע שונאים וואס האבן געמיינט פאר אונז ווי עפעס א צעבראכן פאלק זאלן וויסן - דאס אייביקע פאלק וועט נישט אזוי לייכט צעבראכן ווערן, דאס אייביקע פאלק האט נישט מורא פון אַ לאַנגע רייזע.

הוכמאַן האָט געבעטן צו דערגרייכן 100,000 ייִדן וואָס האָבן געהאַלטן שבת, "קום מיט מיר, לאָמיר ברענגען צום ערשטן מאָל 100,000 אידן צו היטן שבת, ווי איך, מיר וועלן ווייזן אונזערע שונאים וואָס פאר מענטשן מיר זענען. שבת זענען זיי אויפגעשטאנען אונדז צו שעכטן. , שבת וועלן מיר זיך אויפשטעלן און זאגן, מיר זענען שטאלץ צו זיין אידן. 'געדענק וואס עמלק האט דיר געטון'".

מילך טראק » זונטאג מערץ 17, 2024 2:33 am

· #555141
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
מדערציילט אז די חפץ חיים איז אמאל געפארן אויף א באן, און דארט איז געווען א פרייער איד, די חפץ חיים האט גערעדט מיט אים איז ארויסגעקומען אז ער איז א גרויסע סוחר און ער פארט צו מארק וואס די שבת וועלן זיך צוזאמקומען הונדערטער גרויסע סוחרים, שוין חדשים וואס ער קויפט איין סחורה צו קענען פארקויפן, די חפץ חיים האט אנגעהויבן צו מסביר זיין פאר דעים איד וואס מיינט שבת, ער האט אים זייער שטארק געבעטן אז ער זאל מבטל זיין די גאנצע זאך און אנהייבן היטן שבת, האט דער איד געזאגט רבי איך פארשטיי נישט איך האב אין מיין לעבן נאך נישט געהיטן שבת, די ווילסט מיר צורעדן צו אנפאנגעגן היטן שבת, גוט איך פארשטיי, אבער פארוואס קענסטו נישט ווארטן נאך איין שבת, די ווייסט דאך אז אויף די שבת ווארט איך שוין חדשים לאנג, און אויב איך וועל נישט גיין אין מארק וועל איך שאדן האבן מיין גאנצע געלט,
האט דער חפץ חיים אים געענפערט ווען שבת איז ווען מיינס, ביסטו גערעכט מ'קען אנגעהויבן צו דן זיין צו דעי שבת אדער נעקסטע שבת, אבער אזויווי שבת האט גאט געהייסן היטען, האב איך נישט קיין רעכט צו מוותר זיין אפילו איין שבת.

בן-עולם-הבא » זונטאג מערץ 17, 2024 6:54 am

· #555152
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
ווארשיינלעך וועט ער באלוינט ווערן צו פארברעגן א שבת אין גן עדן.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 17, 2024 8:59 am

· #555157
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
בן-עולם-הבא #
ווארשיינליך וועט ער באלוינט ווערן צו פארברעגן א שבת אין גן עדן.

זאגט דער @בן עולם הבא....

סקעפטיקער » זונטאג מערץ 17, 2024 11:43 am

· #555176
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
נאך אלעם איז די תורה די אידישע טראדיציע

מייערן » זונטאג מערץ 17, 2024 11:47 am

· #555178
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
ווייס איך נישט ווער ער איז אבער ער האט די כח צימאכן אזויפיל מענטשן היטן שבת?

עמרם » זונטאג מערץ 17, 2024 11:58 am

· #555179
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
[ציטאט אראפגענומען]
למעשה די תורה פארלאנגט פון יעדן איד, נישט קיין שום חילוק צו רעגיליעז צו נישט, צו היטן שבת (יעדע וואך)

אויב קען ער אויפטון אז טויזענטע אידן וועלן היטן אפי' איין שבת (אפגעזעהן פארוואס) האט ער אויפגעטוהן מיט דעם

און ווער ווייסט וויפיל וועלן שוין בלייבן, און אנפאנגען צו היטן יעדע וואך...

קאווע איד » זונטאג מערץ 17, 2024 12:01 pm

· #555182
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
מייערן #
ווייס איך נישט ווער ער איז אבער ער האט די כח צימאכן אזויפיל מענטשן היטן שבת?
טאקע אויב שייך אפדעטען אויב זיין פלאן ארבעט זיך אויס שכויך

מילך טראק » זונטאג מערץ 17, 2024 12:44 pm

· #555184
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
[ציטאט אראפגענומען]
קודם כל איז דא די מסורתים וואס זענען נישט רעליגעז אבער זענען מחשיב יודישקייט, אפי די חילונים זענען געוועטליך א מוממר לתיאבון, זיי זענען נישט מכחיש דע תורה

צועקים וזועקים » זונטאג מערץ 17, 2024 1:40 pm

· #555189
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
כל המשמר שבת כהלכתו, אפילו הוא עובד עבודה זרה כדור אנוש מוחלין לו.

צקון לחש » זונטאג מערץ 17, 2024 2:09 pm

· #555190
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
איך האף ער געדענקט צו ארויסדרייען די פרידזש באלב

חיי עולם » זונטאג מערץ 17, 2024 2:54 pm

· #555194
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
פאר א חילוני פלוצליג זיך נעמען היטן שבת כמעט מעגליך נישט עובר צו זיין אויף גראבע זאכן אפי’ אונז איז נישט מעגליך אבער זיי וואס זענען נישט צוגעוואוינט ווי מוקצה ודבר דבר וכד’ די ריזיקע איז אסאך מער ער מיז כאטש געבן עפעס א שיעור כללי קודם עס אריין צו ברענגן אין זייער לעבן חוץ אויב ער נעמט נאר אן געוויסע חלקים למחצה לשליש ורביע

צקון לחש » זונטאג מערץ 17, 2024 3:08 pm

· #555197
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
חיי עולם #
פאר א חילוני פלוצליג זיך נעמען היטן שבת כמעט מעגליך נישט עובר צו זיין אויף גראבע זאכן אפי’ אונז איז נישט מעגליך אבער זיי וואס זענען נישט צוגעוואוינט ווי מוקצה ודבר דבר וכד’ די ריזיקע איז אסאך מער ער מיז כאטש געבן עפעס א שיעור כללי קודם עס אריין צו ברענגן אין זייער לעבן חוץ אויב ער נעמט נאר אן געוויסע חלקים למחצה לשליש ורביע
האט שוין ר' גדליה נדל געזאגט אז לדעתו האט מען נישט סוקל געווען בזמן הסמיכה אויף ברירת עצמות מהדג

לישנא אחרינא; פאר א סיבה כאפט די תורה אן "בחריש ובקציר תשבות"

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 17, 2024 3:38 pm

· #555202
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
צקון לחש #
לישנא אחרינא; פאר א סיבה כאפט די תורה אן "בחריש ובקציר תשבות"
הסבר?

צקון לחש » זונטאג מערץ 17, 2024 3:40 pm

· #555203
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
שמעקעדיג #
צקון לחש #
לישנא אחרינא; פאר א סיבה כאפט די תורה אן "בחריש ובקציר תשבות"
הסבר?
חילול שבת = א טאג אין פעלד (וכדו')

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג מערץ 17, 2024 5:24 pm

· #555213
ס׳נישט נאר ׳שבת׳ די נושא... עריז מעגליך (עטליעסט/אויך) מקיים מצות זכירת עמלק...!

סוף טוב הכל טוב » זונטאג מערץ 17, 2024 5:54 pm

· #555216
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
צקון לחש #
חיי עולם #
פאר א חילוני פלוצליג זיך נעמען היטן שבת כמעט מעגליך נישט עובר צו זיין אויף גראבע זאכן אפי’ אונז איז נישט מעגליך אבער זיי וואס זענען נישט צוגעוואוינט ווי מוקצה ודבר דבר וכד’ די ריזיקע איז אסאך מער ער מיז כאטש געבן עפעס א שיעור כללי קודם עס אריין צו ברענגן אין זייער לעבן חוץ אויב ער נעמט נאר אן געוויסע חלקים למחצה לשליש ורביע
האט שוין ר' גדליה נדל געזאגט אז לדעתו האט מען נישט סוקל געווען בזמן הסמיכה אויף ברירת עצמות מהדג

לישנא אחרינא; פאר א סיבה כאפט די תורה אן "בחריש ובקציר תשבות"
מקור?

ים רויבער » זונטאג מערץ 17, 2024 7:58 pm

· #555228
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
איך פאלאו דער גיא הוכמאן זייט די שמח"ת שחיטה, אפילו ער איז נאכנישט פרום, האט ער א ווארימע יודישע נשמה.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 17, 2024 9:18 pm

· #555242
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
[ציטאט אראפגענומען]
די גמרא איז עלטער ווי וויליאמסבורג. זאגט דאך שוין די גמ'..."אפילו פושעי ישראל מלאים מצוות כרימון". יא. אפילו ציונים.

אין ארץ ישראל . (אפשר אין מדינת ישראל) איז דא איינער א גרויסער קאמידיען וואס לאכט אפ מכל הקדוש לנו.און ער איז (לפנים אדער פאר ביזנעס) אנטי-רעליגיעז. ווען ס'איז ביי איהם געבוירן א יונגל האט ער איהם געמאכט א ברית כדת וכדין מיט אן ערליכן מוהל. טראץ וואס זיינע חברים האבן זיך גערייצט מיט איהם.

moody » מאנטאג מערץ 18, 2024 1:03 pm

· #555322
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
צקון לחש #
חיי עולם #
פאר א חילוני פלוצליג זיך נעמען היטן שבת כמעט מעגליך נישט עובר צו זיין אויף גראבע זאכן אפי’ אונז איז נישט מעגליך אבער זיי וואס זענען נישט צוגעוואוינט ווי מוקצה ודבר דבר וכד’ די ריזיקע איז אסאך מער ער מיז כאטש געבן עפעס א שיעור כללי קודם עס אריין צו ברענגן אין זייער לעבן חוץ אויב ער נעמט נאר אן געוויסע חלקים למחצה לשליש ורביע
האט שוין ר' גדליה נדל געזאגט אז לדעתו האט מען נישט סוקל געווען בזמן הסמיכה אויף ברירת עצמות מהדג

לישנא אחרינא; פאר א סיבה כאפט די תורה אן "בחריש ובקציר תשבות"
איז דאס געדריקט ערגעץ?
(ברירת עצמות מילא, די רמב"ן ועוד זענען דאך מתיר דהוי דרך אכילה)

גאר נייגעריג » מאנטאג מערץ 18, 2024 1:10 pm

· #555324
Re: גיא הוכמאן: איך פלאן צו היטן דעם קומענדיגן שבת דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן!
ים רויבער #
איך פאלאו דער גיא הוכמאן זייט די שמח"ת שחיטה, אפילו ער איז נאכנישט פרום, האט ער א ווארימע יודישע נשמה.
גיא הוכמאן איז א צדיק פון א איד וואס טוהט ליידער אסאך עבירות...
ווען ער וואלט געווען ווען א חרדי וואלט ער געווען די גרעסטע אדמו"ר און משפיע.