☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » SHAME ON YOU SCHUMER

SHAME ON YOU SCHUMER

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16941

שלמה המלך » פרייטאג מערץ 15, 2024 2:01 pm

· #555060
SHAME ON YOU SCHUMER
היות עס איז שוין דא אשכולות איבער וואס עס טיט זיך אין די יעצטיגע טעג אין ישראל, וויל איך עפענען א באזונדערע אשכול נאר פון מאמרים און שיטות פון גרויסע פיגורן וואס אין הדעת סובלתן.

#1) דער פארשטיקענער שומער האט זיך פארפיסקעוועט אז מען דארף אראפווארפן ביבי פאר טראכטן פון אריינגיין אין רפיח, און פאר נישט איינגיין און א צוויי זייטיגע מדינות!
איך וואונטש פאר דעם קראנקען זכור אז מען זאל פארכאפען זיין ווייב מיט קינדער אין טעראריסטישע לאנד און מיר וועלן אים מסביר זיין אז פאליטקלי לוינט נישט גארנישט טוהן נאר ער זאל זיצן און פייגרן פון קאשמארן...

2) והשני בדומה לו דער גרוילהאפטיגער self hating jew וואס הערט נישט אויף האמערען אז מען זאל נישט שיקן קיין פינאציעלע הילף קיין ישראל! די אלטע קאקער, פארמאך דיין פרעסער און ווייז נישט פאר יעדן וואס פאר צואה רותחת די פארמאגסט אין קאפ.

ביטע נישט זיין בייז אויף מיין אויסברוך, אבער אז עס טיט וויי שרייט מען!

און ביטע זיך האלטן צום נושא, וועגען אזעלעכע מאמרים, און ווער און ווען און ווי האט זיי שוין פארדאמפט!
לדעתי איז מעקקאנעלס רייד נישט געניג שארף און עס פעלט אויך נאך אסאך צו ווייזען ’אז ניין! רעד דיר נישט איין כיון דשתקי שמע מינה דניחה ליה!

כרם זית » פרייטאג מערץ 15, 2024 2:52 pm

· #555065
Re: SHAME ON YOU SCHUMER
אז דיין אויסברויך איז Duck Schumer, דאן איז ער לכאורה געי וויבאלד זכר ושמור בדיבור אחד נאמרו...

מילך טראק » פרייטאג מערץ 15, 2024 3:14 pm

· #555067
Re: SHAME ON YOU SCHUMER
מאך עס נישט ערגער ווי דאס איז ער מעג זאגן זיין ליבעראלע מיינוג,
נ"ק און נטרונא וועלן יעצט קענען טראמפיטירן וועגן די התגרות באומות

וואלווי » פרייטאג מערץ 15, 2024 4:18 pm

· #555075
Re: SHAME ON YOU SCHUMER
שלמה המלך #
היות עס איז שוין דא אשכולות איבער וואס עס טיט זיך אין די יעצטיגע טעג אין ישראל, וויל איך עפענען א באזונדערע אשכול נאר פון מאמרים און שיטות פון גרויסע פיגורן וואס אין הדעת סובלתן.

#1) דער פארשטיקענער שומער האט זיך פארפיסקעוועט אז מען דארף אראפווארפן ביבי פאר טראכטן פון אריינגיין אין רפיח, און פאר נישט איינגיין און א צוויי זייטיגע מדינות!
איך וואונטש פאר דעם קראנקען זכור אז מען זאל פארכאפען זיין ווייב מיט קינדער אין טעראריסטישע לאנד און מיר וועלן אים מסביר זיין אז פאליטקלי לוינט נישט גארנישט טוהן נאר ער זאל זיצן און פייגרן פון קאשמארן...

2) והשני בדומה לו דער גרוילהאפטיגער self hating jew וואס הערט נישט אויף האמערען אז מען זאל נישט שיקן קיין פינאציעלע הילף קיין ישראל! די אלטע קאקער, פארמאך דיין פרעסער און ווייז נישט פאר יעדן וואס פאר צואה רותחת די פארמאגסט אין קאפ.

ביטע נישט זיין בייז אויף מיין אויסברוך, אבער אז עס טיט וויי שרייט מען!

און ביטע זיך האלטן צום נושא, וועגען אזעלעכע מאמרים, און ווער און ווען און ווי האט זיי שוין פארדאמפט!
לדעתי איז מעקקאנעלס רייד נישט געניג שארף און עס פעלט אויך נאך אסאך צו ווייזען ’אז ניין! רעד דיר נישט איין כיון דשתקי שמע מינה דניחה ליה!
1) דיין שעלטן מענטשן מיט אזעלעכע קללות איז אין ליין מיט די רציחה'דיגע קללות פון חמס פרעדיגער. די קללות גייט דיך נישט ברענגען קיין געשמאקע קאנווערסעישן דא, נאך מער, קללות זענען סתם אזוי נישט קיין קאנווערסעישאן.

2) דער זעלבער שומער וועם דו רייסט יעצט אראפ איז געווען דו שטערקסטע דעמאקראטישע לידער וואס האט זיך ארויס געשטעלט מיט א שטארקע פאליטישע ריסק אקעגן אבאמא ווען ער האט געמאכט די אגרימענט מיט איראן, דערביי שטיצענדיג מדינת ישראל און ביבי אין פארטיקולאר. דיין דזשאדזשמענט אויף עם האט נישט קיין שום ווערד אין די ברייטערע קאנטעקסט פון דעם מענטש.

3) שרייען מיט אזעלעכע קולות אפילו ווען ס'טוט שטארק וויי איז די ערשטע סימן אז די ארגומענטס און סברות וואס די טענה'סט זענען אירעשינאל און נישט שכל'דיג אפילו אויב דיין הארץ ווייטאגט פאר דאס הייליג לאנד. דאס ווייזט אז דיין ווייטאג איז פון פּעין וכדומה, אדער פאליטישע גראדזש, וואס זענען פילינגס וואס דו קענסט פשוט נישט אראפ שלינגן, און נעמט אוועק די לעגימיטיסי פון דיין ארגומענט.

--------------

לעצם בענין, איז דאס טאקע זייער ווייטאגליך ווען אמעריקאנע פריינט פון מדינות ישראל, וואס למעשה זענען זיי די שטערקסטע שטיצער פון אר"י, לאזן פאלן ווערטער בשעת א מלחמה וואס גיבט בעקיפין, נישט במכוון, דעקונג פאר די טעראריסטישע שחיטות.

ס'איז אבער נישט פערסאנעל. אזוי גייט דיפלאמעסי, מ'מאכט סטעיטמענטס צו לאזן טירן אפען פון ביידע זייטן.

טמיר » פרייטאג מערץ 15, 2024 6:46 pm

· #555103
Re: SHAME ON YOU SCHUMER
טאקע נישט קיין פאליטישאן. אבער משום ושם רשעים ירקב איז ווערט צי דערמאנט ווערן דער עקלהאפטיגער וויסטער אנטיסעמיט נארמען פינקעלשטיין ימ"ש וואס האט זיך גענומען פאר א מיסיע צי באגראבן זיין אייגן פאלק מיט שקרים און סילופים. אלע שונאי ישראל זענען זיך מחי' מיט עם.

איך ווייס נישט פון ווי ער האט באקומען דעם טיטל "פראפעסאר" ווען ער האט נישט די מינימום קוואליפיקאציעס פון א פראפעסאר. אפשר א פראפעסאר לענייני בי. עס.

ברוך שפינוזה » פרייטאג מערץ 15, 2024 7:13 pm

· #555104
Re: SHAME ON YOU SCHUMER
טמיר #
אפשר א פראפעסאר לענייני בי. עס.
https://en.wikipedia.org/wiki/Bachelor_of_Science

דער עקס » זונטאג מערץ 17, 2024 7:07 am

· #555153
Re: SHAME ON YOU SCHUMER
עה

איך גלייב אז וואס שומער האט געזאגט איז גאר א טובה פאר די מדינה.

סוף טוב הכל טוב » זונטאג מערץ 17, 2024 10:56 am

· #555168
Re: SHAME ON YOU SCHUMER
וואלווי #
...
2) דער זעלבער שומער וועם דו רייסט יעצט אראפ איז געווען דו שטערקסטע דעמאקראטישע לידער וואס האט זיך ארויס געשטעלט מיט א שטארקע פאליטישע ריסק אקעגן אבאמא ווען ער האט געמאכט די אגרימענט מיט איראן, דערביי שטיצענדיג מדינת ישראל און ביבי אין פארטיקולאר. דיין דזשאדזשמענט אויף עם האט נישט קיין שום ווערד אין די ברייטערע קאנטעקסט פון דעם מענטש.

...
דער זעלבער שומער טוט וואס עס לוינט זיך פאר זיינע שמאלע פערזענליכע פאליטישע אינטערעסן, דעמאלט און היינט!

מילך טראק » זונטאג מערץ 17, 2024 11:07 am

· #555170
Re: SHAME ON YOU SCHUMER
דעמאלטס באקומען זייער אסאך דרוק פון ביידע זייטען

אלע צוזאמען » זונטאג מערץ 17, 2024 5:00 pm

· #555209
Re: SHAME ON YOU SCHUMER
וואלווי #

2) דער זעלבער שומער וועם דו רייסט יעצט אראפ איז געווען דו שטערקסטע דעמאקראטישע לידער וואס האט זיך ארויס געשטעלט מיט א שטארקע פאליטישע ריסק אקעגן אבאמא ווען ער האט געמאכט די אגרימענט מיט איראן, דערביי שטיצענדיג מדינת ישראל און ביבי אין פארטיקולאר. דיין דזשאדזשמענט אויף עם האט נישט קיין שום ווערד אין די ברייטערע קאנטעקסט פון דעם מענטש.
די ווייסט אז די געזלייטסט דעם עולם, יא?
די דעמאקראטן מיט אבאמא’ס רשות האבן געלאזט ’שומער’ וואוטען קעגן דעם איראנער עגרימענט,ווייל ס’האט זיך אים זייער שטארק געלוינט פאליטיש, און זיי האבן געהאט די נויטיגע שטימען אן אים.