ספר תיקון הורוויץ
לעצטענס איז די וועלט אויף מיט דעם ספר
א ספר וואס איז געווען א תיקון סופרים, ווי סופרים האבן פון דעם געשריבן די ס''ת
אזויווי ס'איז געווען אויף גאר א שיינע פארמאט, איז עס געווארן גאר אויפגעכאפט, און אין די לעצטע פאר יאר זענען גאר אסאך ספרי תורה געשריבן געווארן דארך דעם
למעשה שטעלט זיך ארויס, אז ס'האט אסאך טעותים, און געוויסע פעלער, איז עס גורם א ערענסטע פסול,
קומט אויס אז אסאך נייע ספרי תורה פון די לעצטע פאר יאר זענען פסול
אדמו''ר מהר''א מ'סאטמאר שליט''א, האט אין די לעצטע טעג כמה פעמים ארומגערעדט פון דעם,
Re: ספר תיקון הורוויץ
וואספארא מיני טעותים זענען דארט? "ותמנע לא היתה פילגש"?
Re: ספר תיקון הורוויץ
יעצט וועט די בית דין פון מהרי''י איז מוזן מתיר זיין...
Re: ספר תיקון הורוויץ
נאך א מזל אז די OU איז נאר געווען ביי מהר"א, ווען זיי גייען ווען קודם צו מהר"יי וואלט מהר"א זיי נישט אנגעקוקט.
מהר"א וואלט געזאגט ביי זיינע דרשות מיד אחי מיינט די תיקון הורוויץ ומיד עשו מיינט מען די OU......!!!!
Re: ספר תיקון הורוויץ
נקודה למחשבה: אויב מיט די אלע הגה טעכנעלאגיע האבן זיך אריינגעכאפט (מינדליכע) טעותים אין די תורה, על אחת כמה וכמה האבן זיך אריינגעכאפט טעותים אין די כד ספרי קודש במהלך הדורות, ודוק ופשוט.
Re: ספר תיקון הורוויץ
די תיקון הורוביץ איז אינישעלי געווען געדריקט מיט הסכמות?
Re: ספר תיקון הורוויץ
איך זוך דא עפעס א קאנעקשן צו ציונות אדער די בחירות הטמאות.
Re: ספר תיקון הורוויץ
לאכעדיג #
נאך א מזל אז די OU איז נאר געווען ביי מהר"א, ווען זיי גייען ווען קודם צו מהר"יי וואלט מהר"א זיי נישט אנגעקוקט.
מהר"א וואלט געזאגט ביי זיינע דרשות מיד אחי מיינט די תיקון הורוויץ ומיד עשו מיינט מען די OU......!!!!
און מהרז"ל זאגט תמחה "את" לרבות אחי הגדול, או יאמר לרבות תלמידי חכמים..
Re: ספר תיקון הורוויץ
מן הסתם #
און מהרז"ל זאגט תמחה "את" לרבות אחי הגדול, או יאמר לרבות תלמידי חכמים..
כאטשיג דו האסט שוין געשריבן די ווערטעל אויף ק"ש מער ווי איין מאהל בין איך זיך מחולק מיט דיר.
מהרי"י האלט טאקע אז זיין עלטערע ברודער האט געטאן אסאך עוולות אין זיין לעבן, מהר"א האט מצער געווען אסאך אידן דורכאויס די יארן, ער האט מצער געווען גדולי ישראל, ובפרט זיין אייגענע טאטע מיטן אים רופן אין קארט. אבער מהרי"י זאגט נישט תמחה אויף אים.
Re: ספר תיקון הורוויץ
איך בין מיך מחולק מיט דיר..
מהרז"ל האט מצער געווען סאך מער מענטשן, און מצער געווען און גערודפ'ט סאך מער גדולי ישראל, און עדיין עומד במרדו..
געפעלט מיר דיין איגנאראנץ וואס דו טענהס'ט אז ער האט גערופן זיין טאטן אין געריכט (וואס האט ליידער געליטן אויף אלצהיימערס), ער האט געוואלט אז די געריכט זאל אינטערווענירן קעגן די רשעות פון מהרז"ל וואס האט נישט צוגעלאזט די אייגענע קינדער און אייניקלעך צום ברך משה, און דער זעלבער מהרז"ל וועסטו מיר יעצט גיין זאגן אז עם שטערט אז דער גאב"ד צייכנט צו רב קוק..
כא כא... דו מאכסט מיר לאכעדיג..
Re: ספר תיקון הורוויץ
berlbalaguleh #
איך זוך דא עפעס א קאנעקשן צו ציונות אדער די בחירות הטמאות.
דער בעל התיקון הורוביץ איז א גורער אינגערמאן. און לכאורה גייט ער צו די בחירות.
Re: ספר תיקון הורוויץ
מן הסתם #
מהרי"י האט מצער געווען סאך מער מענטשן, און מצער געווען און גערודפ'ט סאך מער גדולי ישראל, און עדיין עומד במרדו..
געפעלט מיר דיין איגנאראנץ וואס דו טענהס'ט אז ער האט גערופן זיין טאטן אין געריכט (וואס האט ליידער געליטן אויף אלצהיימערס), ער האט געוואלט אז די געריכט זאל אינטערווענירן קעגן די רשעות פון מהרז"ל וואס האט נישט צוגעלאזט די אייגענע קינדער און אייניקלעך צום ברך משה.
וועלעכע גדול בישראל האט מהרי"י מצער געווען??
עס איז נישט דא קיין שום תירוץ אויף די וועלט צו רופן א טאטע אין געריכט און דאס איז געווען איינע פון די עוולות וואס מהר"א האט געטאן בריש גלי.
און אויב ווילסטו באמת וויסן היסטאריע פארצייל איך דיר אז די ברך משה האט אויפגעהערט קומען צו די שמחות פון מהר"א נאכדעם וואס ער האט אים גערופן אין געריכט.

די מעשה מיט די געריכט איז שוין געווען ס”ה/ס”ו. דער ברך משה איז שוין ס”א נישט געגאנגען צו קיין שמחות (ביי די בר מצוה פון ר’ חיים הערש מראצפערט די עלטסטע אייניקל פון מהר”א)
Re: ספר תיקון הורוויץ
דאס הייסט גערופן א טאטע? סך הכל געוואלט מ'זאל אים לאזן געהעריג אריינגיין צום טאטען, און ארויס ראטעווען זיין טאטע פון אים געווינטשענע מענטשן, און קורצן געגאנגען אין קארט נישט קעגן זײן טאטע, געגאנגען ראטעווען זײן טאטע, געדארפט ווען טון וואס ר'יעקב מאיר שכטר'ס משפּחה געטון מיטן זיידן
Re: ספר תיקון הורוויץ
בשעת מען אייסערט זיך איבער די עוולות פון די סאטמארע רבי'ס, וויל איך פרעגן אויב איינער האט געהערט פון עפעס א לעצטיגע שערורי' וואס הייסט תיקון הורוויץ?
Re: ספר תיקון הורוויץ
[ציטאט אראפגענומען]
אינאיינעם מיט פארמעגליך\יעקב בער מיט זיין פעקל ניקס..
Re: ספר תיקון הורוויץ
מן הסתם #
[ציטאט אראפגענומען]
אינאיינעם מיט פארמעגליך\יעקב בער מיט זיין פעקל ניקס..
ווער איז דאס יעקב בער? איר מיינט אפשר הגה"צ אב"ד סיגוט? דאן שרייבט מיט כבוד.
Re: ספר תיקון הורוויץ
זויער טייג #
מן הסתם #
[ציטאט אראפגענומען]
אינאיינעם מיט פארמעגליך\יעקב בער מיט זיין פעקל ניקס..
ווער איז דאס יעקב בער? איר מיינט אפשר הגה"צ אב"ד סיגוט? דאן שרייבט מיט כבוד.
אה, באלד גייט 'מן הסתם' זאגן אז איך בין גאר איינס פון זיינע ניקס...
Re: ספר תיקון הורוויץ
איין זאך וויל איך נאר פארשטיין, פארוואס ר׳ הערשעלע ספינקער האט למעשה נישט געשריבען קיין שום צוואה, ער האט דאך געזען וואס גייט פאר אין גור, באבוב, וכו׳ (אדער אפשר איז יא געווען א צוואה נאר איינער האט עס באהאלטען ציוואס?), די ספינקא חסידות וואלט געקענט זיין איינס פון די גרעסטע חסידות׳ן ווען זאכן שפילן זיך ווען אויס אנדערש!!
Re: ספר תיקון הורוויץ
איך ווייס נישט פארוואס איך האב מיך איינגערעדט אז מ'גייט דא רעדן פון עפעס א ספר תיקון הורווויץ (אויך מיר א נאמען), אבער שוין
Re: ספר תיקון הורוויץ
אקעי לאמיר טרייען צוריקצודרייען די שמועס…
וואס איז דאס תיקון הורוויץ? וואס פלעגט מען טון פאר די תיקון און וואס איז די תיקון געווען בעסער? פארוואס קען מען נישט נעמען סתם א תיקון קוראים? וויאזוי גייט אריבער אזויפיל יאר אנע דעם וואס מען זאל באמערקען די טעותים?
עני סופרים דאהי אויסצוקלארן?
Re: ספר תיקון הורוויץ
די סארט אשכולות איז - וויט אלל דו רעספעקט - בעסער צו ליינען אויף אייוועלט אדער אידטיש.
דארטן וועסטו ווערן מער אויסגעקלארט.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67881Re: ספר תיקון הורוויץ
גערעכט,
אבער ס'איז גוט ס'זאל אױך דא זיין אן אשכול, ווען מ'קען עפעס נישט דארט אויסשמועסן, א.ד.ג.