☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב

געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16934

ישי שטיינמעץ » דינסטאג מערץ 12, 2024 4:41 pm

· #554589
געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
א גוטען תמיד טייערע קאווע שטיבל חברים. ס'מיר בייגעפאלען א געדאנק. (ס'מסתם שוין דא אזאלכע געדאנקען).

אזוי ווי די פרייזן פון דירות גייען כסדר ארויף. און אזוי אויך טעקסעס און אנדערע זאכען. און למעשה די טעכנאלאגיע היינט איז זייער עדווענסט אזוי אז היינט איז מעגליך צו טוהן זאכן וואס איז אמאל נישט געווען אזוי ווייט שייך.

די געדאנק איז פשוט, בויען א ריזיגע שיף. אזוי ווי ס'דא די ריזיגע שיפן פאר טוריסטן פאר וואקאציעס, אזוי קען מען בויען א ריזיגע שיף פאר א יישוב. ס'ווען זיין געבויעט מיט דירות און אלע אנדערע שטאטישע געברויכן ווי מוסדות און מקואות. סווימינג פולס און שאפינג מאלס. און אזוי ווייטער. די דירות וועט נישט זיין אזוי טייער ווי א דירה אין ניו יארק.... טעקסעס וועט בכלל נישט זיין! ווייל ס'דאך נישט אין א לאנד. חוץ אביסל "לאקאלע" טעקסעס פשוט צו אויפהאלטן די שיף.

יעצט די שיף סיטיזענס וועלען אפזאגן בירגערשאפט פון לענדער וואס בעטן אינקאם טעקס, אזוי וועט מען מער נישט דארפן באצאלן קיין אינקאם טעקס. און אזוי אויך סעילס טעקס וועט נישט זיין אויפן שיף.

למעשה היינט מיט די אינטערנעט זענען דא אסאך מענטשן וואס דארפן נישט וואוינען אויף א געוויסע פלאץ פאר פרנסה. נאר קענען זיין אימער ווי ס'דא א אינטערנעט קאנעקשען. פאר אינטערנעט וועט מען ניצען די סטארלינק סעטעלייטס פון אילן מאסק.

די שיף וועט זיין אויף פארשידענע פלעצער דורכ'ן יאר. אין די ווינטער חדשים וועט מען פארן צו די ווארעמע קלימאטן, און אין די זומער חדשים צו די קילערע קלימאטן, און אזוי ווייטער. פון צייט צו צייט וועט מען באזוכן אינטערעסאנטע פלעצער ווי די קינדער וועלען קענען גיין אויף אויספלוגן, אזוי ווי די אפריקאנער דזשאנגעלען און די בראזילישע אמאזאן וועלדער (ווי שעפטעל וועט נעמען דעם עולם אויף א אוואיאסקא טריפ...) פון צייט צו צייט וועט מען זיך אפשטעלן אויף פארשידענע אינזלען וואס וועלן ווערן אפגעקויפט כדי צו האבן א פלאץ פון צייט צו צייט צו לייגן די פיס אויף די יבשה.

די שיף וועט האבן אויף די דעכער אייגענע פעלדער צו פלאנצן ירקות, און אזוי אויך פולע זאפאסן מיט עסן און אנדערע געברויכן וואס וועט ווערן אויפגענומען אויפן שיף ווען מען וועט אנקערן ביי פארשידענע לענדער.

די שיף וועט לויפן אויף א פון-פריער אויספלאנירטע סקעדזשול, אזוי אז טאמער איינער דארף אוועקפארן גייט ער אראפ ביי איין פארט ווי די שיף איז און ער פלאנט אויס צו קומען צוריק דורך די פלאץ ווי די שיף וועט אנקערן אין די צייט ווען ער וויל צוריקקומען.

די פירערשאפט וועט זיך פירען אויף א דעמאקראטישע סיסטעם אזוי ווי א געהעריגע שטאט. ס'וועט זיין וואלען פאר מעיאר און קאנסיל מיטגלידער. אזוי אויך וועט זיין וואלן פאר א רב און א שוחט.

ס'וועט זיין א געהעריגע שלאכט הויז אויפן שיף מיט אייגן כשר געמאכטע פלייש. פיש וועט זיין לרחצה. דער עולם וועט טעגליך גיין פישינג און כאפן פרישע פיש לכבוד שבת לכבוד ראש חודש און לכבוד עניטינג. פיש וועט זיין אומזיסט. א גאנצע ים פול מיט פיש ....

מיט די צייט וועט מען באנייען נאך שיפן צו די "יישוב" און אנשטאט איין שיף וועט עס זיין א פלאטע מיט שיפן. מען וועט קענען אריבערגיין פון איין שיף צום צווייטן דורך א העליקאפטער אדער א דראון וואס וועט שטיין צום באניץ פונעם ציבור.

ס'וועט אויך אויפגעשטעלט ווערן א אייגענע כמו-מיליטערישע ארגעניזאציע וואס וועט שטיין על המשמר צו היטן די שיפן פון אויסערליכע אטאקעס. אזוי אויך א פאליציי ארגעניזאציע פאר אינערליכע שמירה. אזוי אויך א געריכט סיסטעם מיט שופטים וואס וועלן ווערן דעמאקראטיש ערוועלט.

און פארשטייט זיך אז טאמער ס'וועט געלונגען וועלן אסאך אנדערע נאכטוהן און ס'וועט ווערן אסאך שווימענדע יישובים אויף די וואסערן פון די וועלט.

און נאך א גרויסע מעלה איז אז ס'וועט נישט זיין קיין פראבלעם ווי צו גיין תשליך....

נו בלייבט נאר צו זעהן וויזוי די זאך וועט זיך אויסארבעטען.... הצלחה.

ברוך שפינוזה » דינסטאג מערץ 12, 2024 4:45 pm

· #554591

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג מערץ 12, 2024 6:02 pm

· #554608
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
וועט מען האלטן יו"ט שני של גלויות?

ישי שטיינמעץ » דינסטאג מערץ 12, 2024 6:32 pm

· #554612
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
סוף טוב הכל טוב #
וועט מען האלטן יו"ט שני של גלויות?

פארוואס נישט? ס'דאך חוץ לארץ.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג מערץ 12, 2024 7:59 pm

· #554627
ספעציעל אין די היינטיגע וואקעלדיגע וועלט מיטן סכנה פון נוקלער, ai/agi, גזירת החינוך, תואבה געזעצן, גלאבעל ווארמינג איזעס א פיינע ״געדאנק״!

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2024 9:08 pm

· #554641
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
ישי שטיינמעץ #

און נאך א גרויסע מעלה איז אז ס'וועט נישט זיין קיין פראבלעם ווי צו גיין תשליך ....

דא האסטו מיר געכאפט!

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2024 9:09 pm

· #554643
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
בְּתוֹךְ עַמִּי #
ספעציעל אין די היינטיגע וואקעלדיגע וועלט

משא"כ אויפן וואסער איז קיינמאל נישט וואקלדיג...

היום » דינסטאג מערץ 12, 2024 9:44 pm

· #554649
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
ישי שטיינמעץ
טעקסעס וועט בכלל נישט זיין! ווייל ס'דאך נישט אין א לאנד. חוץ אביסל "לאקאלע" טעקסעס פשוט צו אויפהאלטן די שיף.

יעצט די שיף סיטיזענס וועלען אפזאגען בירגערשאפט פון לענדער וואס בעטען אינקאם טעקס. אזוי וועט מען מער נישט דארפען באצאלען קיין אינקאם טעקס. און אזוי אויך סעילס טעקס וועט נישט זיין אויפן שיך.
וועלעכע מטבע פלאנסטו צו ניצן?
וועלעכע בענקינג סיסטעם?

דאס איז ווי אזוי אמעריקא האט דיך אין זאק.
אויב ווילסטו האבן עפעס שייכות מיטן ציוויליזירטן וועלט, צו קענען שיקן/באקומען געלט, דאן מוזטו גיין מיט א לאנד וואס האט א בענק סיסטעם, און זיי נעמען שוין אינקאם טעקס.
אדער אויב די ווילסט עפענען אליינס א באנק מיט א אייגענע מטבע/ וואלוטע, דאן וועט אמעריקא ווייטער זיכער מאכן אז דו טשארטשד א מינימום פון אינקאם טעקס, אהן דעם וועלן זיי דיך נישט אריינלאזן אין די אינטערנאציאנאלן בענקינג סיסטעם.

היום » דינסטאג מערץ 12, 2024 10:01 pm

· #554653
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
און יעצט, מאך א קורצע חשבון וויפיל עס גייט אויסקומען צו אויפהאלטן די פובליק סורוויסעס פון אזא שטעטל.
העלט סערוויסעס - אהן גאווערמענט העלפ.
פוד סטעמפס, פאר שוואכע פארדינער.
מיליטערישע סוקיורעטי.
גאסן און טרעוועל.
אויפהאלטן און איבערבויען חלקים אדער די גאנצע שיף (עס איז דאך נישט א קרקע וואס האלט זיך אייביג…)

יעצט רעכן צוזאם די אלע זאכן, מאך די סך הכל, לדעתי וועסטו זעהן אז נאך אלע מעשיות, פארדינען מיר אסאך מער פון די גאווערמענט ווי די פאר פראצענט טעקסעס.

עס וועט דיר בלייבן מער געלט צו אליינס טרעוולן ארום די וועלט, ווי אויסהאלטן אן אייגענע געווירטשאפט….

היום » דינסטאג מערץ 12, 2024 10:02 pm

· #554654
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף. א שווימענדע יישוב
אבער אנטשולדיקט!
איך זוך נישט צו שטערן דיינע דמיונות...
Keep them coming...

חמלה גדולה » דינסטאג מערץ 12, 2024 10:06 pm

· #554655
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג מערץ 12, 2024 10:09 pm

· #554657
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
ישי שטיינמעץ #
..
וועלכע געזעץ-בוך גייט שאפן אויף דעם שיף?
דין תורה?
שלחן ערוך?
משנה ברורה?
נטעי גבריאל?

גייט זיין פאליציי?
גייט מען שטראפן פארברעכער?

ווי איר ווייסט מסתמא, זענען די יאכטן מקום מוכן פאר די פארקערטע פון "מלפני הפרגוד" קרימינאלע אקטן.
או קעי, ביי אונז געשעהט עניוועי נישט אזוינע זאכן...

מילך טראק » דינסטאג מערץ 12, 2024 10:17 pm

· #554658
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
די סאטמארע גייען נישט האבן א פראבלעם דערמיט?
אגב דו קענסט קויפן א אינזעל

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג מערץ 12, 2024 10:18 pm

· #554659
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
מילך טראק #
די סאטמארע גייען נישט האבן א פראבלעם דערמיט?
אגב די קענסט קויפן א אינזעל

נאך א מעלה - קיין סאטמארע אויף דעם שיף.

Ford » דינסטאג מערץ 12, 2024 10:21 pm

· #554661
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב

מן הסתם » דינסטאג מערץ 12, 2024 10:54 pm

· #554664
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף. א שווימענדע יישוב .
סוף טוב הכל טוב #
ווי איר ווייסט מסתמא, זענען די יאכטן מקום מוכן פאר די פארקערטע פון "מלפני הפרגוד" קרימינאלע אקטן.
או קעי, ביי אונז געשעהט עניוועי נישט אזוינע זאכן...

דהיינו? וואס פארא קרימינאליטעטן קומען פאר אויף יאכטן? און בכלל, איז נישט קיין יאכט א זאך וואס באלאנגט געווענליך פאר א מענטש פריוואט?

קום אריין קלאר..

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2024 11:23 pm

· #554665
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
מילך טראק #
די סאטמארע גייען נישט האבן א פראבלעם דערמיט?

וואס פאלט דיר איין?
נישטא קיין כותל דארט

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2024 11:24 pm

· #554666
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
סוף טוב הכל טוב #
מילך טראק #
די סאטמארע גייען נישט האבן א פראבלעם דערמיט?
אגב דו קענסט קויפן א אינזעל

נאך א מעלה - קיין סאטמארע אויף דעם שיף.

קענסט די דזשאוק פון YY דזשעיקאבסאן פארוואס עס איז נישט דא קיין עסן ביים כותל?

טמיר » דינסטאג מערץ 12, 2024 11:46 pm

· #554667
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
לויט די שנעלע וואוקס פון מענטשהייט וועט אין אפאר הונדערט יאר נישט זיין קיין אנדערע ברירה און אזאלכע שיפן וועלן ווערן א נארמאלע זאך.

עמרם » דינסטאג מערץ 12, 2024 11:49 pm

· #554668
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
ווי ווייט איך ווייס, איז נישט דא אזא שנעלע וואוקס...

היום » מיטוואך מערץ 13, 2024 12:09 am

· #554669
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף. א שווימענדע יישוב .
שמעקעדיג #
סוף טוב הכל טוב #
מילך טראק #
די סאטמארע גייען נישט האבן א פראבלעם דערמיט?
אגב דו קענסט קויפן א אינזעל

נאך א מעלה - קיין סאטמארע אויף דעם שיף.

קענסט די דזשאוק פון YY דזשעיקאבסאן פארוואס עס איז נישט דא קיין עסן ביים כותל?
שוין גארנישט קיין דשאוק…

איך אויך » מיטוואך מערץ 13, 2024 12:10 am

· #554670
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
עמרם #
ווי ווייט איך ווייס, איז נישט דא אזא שנעלע וואוקס...
יע 88 יאר איז נישט אזא שנעלע וואוקס.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2024 12:20 am

· #554672
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
איך זעה דו רעדסט דא פון א אידישע שיף, מיט פלענער פאר א שוחט און מוהל, א רב און בעל מכשיר, תשליך און כפרות, שולן מיט מוסדות...
איך בין נישט אזוי באקאנט אין הלכות מקואות. קען מען מאכן א כשר'ע מהודר'דיגע מקוה אויף א שיף?
כ'קען פשוט באשטיין צו ערגענצן דעם דמיון עד הסוף.

זאקן » מיטוואך מערץ 13, 2024 1:29 am

· #554679
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
איך בין מסכים צו קויפן א דירה אויף די שיף נאר אויב פלעטבוש גירל קומט מיט, וואס גייסטו טוהן אויב איינער וויל נישט געבן א גט??!? חוץ פון דעם אויף א שיף איז גרינגער צו אויספירן א זעקס סטרייק אויב עס גייט אויספעלן…

נאך איין וויכטיגע זאך איז מיט ברעגען א פרינטער מיט גענוג פאפירן, אז אויב די כלה טיטשער גייט אנהייבן זאגן זאכן וואס די דיין אויף די שיף גייט נישט גלייכן, אדער עס קומט ארויס א נייע חומש וואס קען גרינגער מאכן צו לערנען חומש זאל מען גלייך קענען פרינטן קול קורא׳ס, אן דעם קען מען נישט בויען א אידיש ישוב….

ישי שטיינמעץ » מיטוואך מערץ 13, 2024 6:00 am

· #554700
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
שמעקעדיג #
איך זעה דו רעדסט דא פון א אידישע שיף, מיט פלענער פאר א שוחט און מוהל, א רב און בעל מכשיר, תשליך און כפרות, שולן מיט מוסדות...
איך בין נישט אזוי באקאנט אין הלכות מקואות. קען מען מאכן א כשר'ע מהודר'דיגע מקוה אויף א שיף?
כ'קען פשוט באשטיין צו ערגענצן דעם דמיון עד הסוף.
א מקוה איז פון די גרינגסטע זאכען. די ים איז דאך א כשר'רע מקוה למהדרין. מען ברויך נאר בויען אזא מקוה וואס ווערט קאנעקטעד צום ים אויף א אופן וואס ס'ווערט אזוי ווי א חלק פונעם ים. און ס'דא א מהודר'דיגע מקוה !!

טמיר » מיטוואך מערץ 13, 2024 9:01 am

· #554706
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
עמרם #
ווי ווייט איך ווייס, איז נישט דא אזא שנעלע וואוקס...

📎 Annual-World-Population-since-10-thousand-BCE-1-768x724.png

נחום הסופר » מיטוואך מערץ 13, 2024 9:54 am

· #554707
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
זאקן #
איך בין מסכים צו קויפן א דירה אויף די שיף נאר אויב פלעטבוש גירל קומט מיט, וואס גייסטו טוהן אויב איינער וויל נישט געבן א גט??!? חוץ פון דעם אויף א שיף איז גרינגער צו אויספירן א זעקס סטרייק אויב עס גייט אויספעלן…

נאך איין וויכטיגע זאך איז מיט ברעגען א פרינטער מיט גענוג פאפירן, אז אויב די כלה טיטשער גייט אנהייבן זאגן זאכן וואס די דיין אויף די שיף גייט נישט גלייכן, אדער עס קומט ארויס א נייע חומש וואס קען גרינגער מאכן צו לערנען חומש זאל מען גלייך קענען פרינטן קול קורא׳ס, אן דעם קען מען נישט בויען א אידיש ישוב….
מ'דארף אויך מיטברענגען א פרינטער צו קענען פרינטן א תניא אויפן ים...

איך אויך » מיטוואך מערץ 13, 2024 11:19 pm

· #554845
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
וואס איז מיט א שוהל ווי מען טאר בשום אופן נישט אריינגיין?

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:45 am

· #554901
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
זאקן #
איך בין מסכים צו קויפן א דירה אויף די שיף נאר אויב פלעטבוש גירל קומט מיט, וואס גייסטו טוהן אויב איינער וויל נישט געבן א גט??!? חוץ פון דעם אויף א שיף איז גרינגער צו אויספירן א זעקס סטרייק אויב עס גייט אויספעלן…

נאך איין וויכטיגע זאך איז מיט ברעגען א פרינטער מיט גענוג פאפירן, אז אויב די כלה טיטשער גייט אנהייבן זאגן זאכן וואס די דיין אויף די שיף גייט נישט גלייכן, אדער עס קומט ארויס א נייע חומש וואס קען גרינגער מאכן צו לערנען חומש זאל מען גלייך קענען פרינטן קול קורא׳ס, אן דעם קען מען נישט בויען א אידיש ישוב….
בדוו, פלעטבוש גירל איז א כלה טיטשער

קליינע צדיק » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 3:45 pm

· #554928

איך שיק שוין אריבער מיין ווייב....
לאל

סקעפטיקער » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:30 pm

· #554934
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
קליינע צדיק #
איך שיק שוין אריבער מיין ווייב....
לאל
זיי אויך גרייט אויף די סטרייק

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:48 pm

· #554939
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
סקעפטיקער #
קליינע צדיק #
איך שיק שוין אריבער מיין ווייב....
לאל
זיי אויך גרייט אויף די סטרייק
ער האלט שוין נאך די סטרייק

קליינע צדיק » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:32 pm

· #554949
Re: געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב
😳 😳