גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16933
גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
איך האב יעצט געזען א אינטערעסאנטע נייעס פון ישראל היום:
שביתה מפתיעה: 800 נשים חרדיות בניו יורק החליטו להימנע מיחסי אישות עם בעליהן בימי שישי בערב כי להגביר את הלחץ על רבנים לסייע לאישה מסורבת גט.
אין אידיש מיינט עס אז 800 פרויען סטראשענען נישט צו מקיים זיין די מצוה שבת ביינאכט, כדי צו לייגן פרעשור אויף די רבנים צו העלפן א פרוי באקומען א גט.
איז קודם וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט מער פרטים, און צי עס האט א שייכות מיט די פלעטבוש מיידל?
און וואס פאר א מין סטראשע איז דאס, און ווער ווערט געסטראשעט פון דעם?
און לדעתי, אויב ווילן זיי נישט מקיים זיין די מצוה איז וואס האט עס מיט א גט, און אויב יא סטראשענען זיי זיך אליין.
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
און אפשר איז עס פעיק ניוז, פאלט דיר נישט איין ?
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
נעוואדע איז עס די פלעטבוש גירל סומעטאכע
אחוץ אויב אז התאחדות הרבנים איז ארויסגעקומען מיט אן איסור אויף זעקס, ווייל סנישט אידישלעך און איידל...יבוא יומו, כהע נישט זיין סופרייזעד..LOL

נעקסט לעוועל #

זיי זענען שוין ארויסגעקומען. פארשטייט זיך אנשטאט ברבים מעלדט מען די איסור פריוואט פאר יעדע חתן....

קודם כל וואלט עס געדארפט הייסן זיבן נישט זעקס, ס'איז דאך לכבוד שבת (חוץ אויב ע"ש די זעקסטע ביינאכט כלשונם בימי ששי בערב).
און צווייטענס, איך גלייב נישט התאחדות גייט בכלליות אפמאכן אז עס איז נישט איידל, לכאורה וואלטן זיי נאר גע'אסר'ט צו עס טוהן מיט פרויען..
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
נעקסט לעוועל #
נעוואדע איז עס די פלעטבוש גירל סומעטאכע
אחוץ אויב אז התאחדות הרבנים איז ארויסגעקומען מיט אן איסור אויף זעקס, ווייל סנישט אידישלעך און איידל...יבוא יומו, כהע נישט זיין סופרייזעד..LOL
די ערשטע זאך אויף וואס סאכדעס הרע-בנים קוקט איז אויב ס'האט עפעס צו טון מיט די אהרונים. די צווייטע זאך איז אויב ס'האט עפעס מיט ציונות ואביזרייהו. נאכדעים מישט מען אויף דעם שו"ע.
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
אין די גוי'שע/מאדערע וועלט איז דאס א וועג צו מאכן awareness
דאס איז די וועג ביי זיי, דאס איז טעגליך ביי זיי, אפאר יאר צוריק איז געווען אזא קאמפיין פאר מענטשן וואס ליידן פון עמעס, וואס מ'האט געדארפט זיך אנגיסן מיט א באקעט אייז קאלטע ווייזער.
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
סיסטעם #
איך האב יעצט געזען א אינטערעסאנטע נייעס פון ישראל היום:
שביתה מפתיעה: 800 נשים חרדיות בניו יורק החליטו להימנע מיחסי אישות עם בעליהן בימי שישי בערב כי להגביר את הלחץ על רבנים לסייע לאישה מסורבת גט.
אין אידיש מיינט עס אז 800 פרויען סטראשענען נישט צו מקיים זיין די מצוה שבת ביינאכט, כדי צו לייגן פרעשור אויף די רבנים צו העלפן א פרוי באקומען א גט.
איז קודם וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט מער פרטים, און צי עס האט א שייכות מיט די פלעטבוש מיידל?
און וואס פאר א מין סטראשע איז דאס, און ווער ווערט געסטראשעט פון דעם?
און לדעתי, אויב ווילן זיי נישט מקיים זיין די מצוה איז וואס האט עס מיט א גט, און אויב יא סטראשענען זיי זיך אליין.
אוודאי רעדט מען פון פלעטבוש מיידל. זיי האבן אבער נישט קיין 800 און נישט קיין האלב דערפין אויך נישט.
סאיז נישט קיין סטראשע, זיי קוקן עס אן ווי זיי פייטן פאר Women's Rights און אויב די קוקסט עס אן אויף די וועג האבן זיי א שטיקל פוינט, עט ליעסט קען מען זיי פארשטיין.
אויב נעמט מען ארויס די נעמען פון די ספעסיפיק קעיס, איז למעשה האלט מען 2024 און א פרוי איז להלכהדיג אראפ געבידן צו איר מאן פאר א גאנצע לעבן וויל לאנג ער איז זיך מיישב צו געבן א גט. סא פאר די אויפגעלערטע און Out of the box פרויען, קוקן זיי ווי די תורה/הלכה איז אין ווייעלעישן אויף זייערע Rights.
ווילאנג אלעס פארט כשורה מען האט חתונה מען גט זיך איז אלעס פיין. אבער ווען סאיז דא א פאר חברה וואס נוצן אויס די תורה פאר זייערע אינטרעסן, ווערט א איבער קערעניש.
אונז לעבן מיר און די באקס דא, מען קוקט עס מער אן אז אדער איז די מאן גרעכט פאר עפעס א סיבה ווי קינדער וויזיטס, אדער איז ער א שלעכטער/רשע אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו גיסן א פרוי'ס בלוט.
די וואס דרייען זיך מער און די פרי וועלט מער מאדערן אורדוטוקס אדער פרויען וואס גייען און קאלעדזש נעמען א דיגריע און א פראפעשען, זיי זענען סאך מער אויף געוואקסן אויף די וועג אז פרויען קענען און מעגן זיין אלעס, דא קומט איינער און ווייזט זיי און פנים אריין, די תורה האט ענק נישט געגעבן קיין רעכטן, די מאן איז די איינציגסטער וואס קען איר באפרייען. זיי גייט שוין נישט אזוי שטארק אן אז די מאן איז שלעכטער אדער נישט, זיי גייט מער אן ווער האט גוגעבן די רעכט פאר די מאן און די פירסט פלעיס. וועגן דעים ווילן זיי פייטן און אזוי איז כמעט יעדע שטארקע אויפגעקלערטע פרוי נישט אוקעי מיט עס צו לאזן.
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
אלעס פיין און וואויל, (אדער נישט) אבער וועמען סטראשעסטו און וואס טוסטו אויף?
איך מיין אז ס'איז מער צו מחזק זיין די מאן דו קענסט נעבעך נישט? אונז זע'מיר מיט דיר...
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
מען קען זיך רישען אויף נאך עגונות. אויב איז עס אמת גיי איך געסן אז די פרויען וואס גייען זיך אפשיידן פון זייערע מענער זענען די וואס זייערע מענער וועלן זיך פרייען צו זיין אפגעשיידט פון זיי. פונקט ווי די פרויען וואס נעמען אויף זיך די צנועות משוגעתן זענען געווענליך די פרויען וואס קיינער וואלט זיי נישט געוואלט זעהן אומצניעותדיג. די גרעסטע דזשאוק איז, אויב איז עס אמת, די ארטאדאקסן וועלן האבן נאך א געווינס קעגן די מאדערן ארטאדאקס. א חסיד געט נישט קיין גט און די מאדערנער ליידט (אויב ער ליידט). די חסידים וועלן זיך צוריק לייגן אין בעט און שלאפן רואיג.
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
yatzmachp #
פונקט ווי די פרויען וואס נעמען אויף זיך די צנועות משוגעתן זענען געווענליך די פרויען וואס קיינער וואלט זיי נישט געוואלט זעהן אומצניעותדיג.
😂 😂 😂
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
דו האלסט טאקע אז ביי די היימישע עולם איז געווען איינער, יא איינער וואס האט זיך מונע געווען וועגען איר משוגעת?

היימלינד #

דא לעבט מען אין לא-לא לענד. א אלטע זאך.
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
היימלינד #
דו האלסט טאקע אז ביי די היימישע עולם איז געווען איינער, יא איינער וואס האט זיך מונע געווען וועגען איר משוגעת?
זיכער נישט
אפי' די וואס האבן געמאכט נויז וועגן דעם אויב עס איז געווען גלייב איך נישט האבן טאקע עפעס נישט געטוען אדאנק איר

קליינע צדיק #

איך ווייס אז נישט וועגען דעם האב איך געשריבען צום פותח אז ס'איז פעיק ניוז
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
סיאיז געווען א מעשה יארען צוריק אז א מסרב האט זיך געדרייט צווישן עולם ואין פוצה פה. איין חודש האבען א פאר הונדרעט פרויען נישט געגאנגען אין מקוה און ביז א וואך האט די פרוי געהאט א גט.

חב''ד הויזן #
נעקסט לעוועל #
נעוואדע איז עס די פלעטבוש גירל סומעטאכע
אחוץ אויב אז התאחדות הרבנים איז ארויסגעקומען מיט אן איסור אויף זעקס, ווייל סנישט אידישלעך און איידל...יבוא יומו, כהע נישט זיין סופרייזעד..LOL
זיי זענען שוין ארויסגעקומען. פארשטייט זיך אנשטאט ברבים מעלדט מען די איסור פריוואט פאר יעדע חתן....
אדער דורך אסר'ן בילגוריי, ספרים ווי מה טובו, וכדומה...
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
בנוגע צו דער ענין גופא;
קען איינער ערקלערען וויאזוי טאקע איז דאס אז דער תורה גיט דער רעכט דוקא פארן מאן אין נישט דעם פרוי אויך אויף ענדיגען דעם עסק?
מיר ווייסען אז דער תורה איז א וועג ווייזער און נאר רעכטיג. היתכן אז סזאל קענען ציקומען זיך גאר באניצען מיט תורת אמת אויף רשעות?
זאת ועוד, ווי אזוי איז דאס אז אין די פריערדיגע דורות האט מען נישט גיהערט אזאלכע גשיכטעס? די אלע עגונה סיפורים זענען דוקא ווי דער מאן האט פארלאזט דאס ווייבעל און זיך אפגעפיצט אויף הרי חושך אין נישט ווי דאס פרוי האט זיך מסלק געווען און דער מאן ניצט דעם גט אויף נקמה אדער צו ווייל ער וויל גאר שלום בית.
איך האב תשובות אבער וויל הערען פונעם עולם

נאך א שמויגער #
סיאיז געווען א מעשה יארען צוריק אז א מסרב האט זיך געדרייט צווישן עולם ואין פוצה פה. איין חודש האבען א פאר הונדרעט פרויען נישט געגאנגען אין מקוה און ביז א וואך האט די פרוי געהאט א גט.
ווואו האט די מורא'דיגער מעשה פאסירט?
וועלכער מאן האט גורם געווען אז די פרוי זאל באקומען א גט ביז א וואך?
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
צמצום #
בנוגע צו דער ענין גופא;
קען איינער ערקלערען וויאזוי טאקע איז דאס אז דער תורה גיט דער רעכט דוקא פארן מאן אין נישט דעם פרוי אויך אויף ענדיגען דעם עסק?
מיר ווייסען אז דער תורה איז א וועג ווייזער און נאר רעכטיג. היתכן אז סזאל קענען ציקומען זיך גאר באניצען מיט תורת אמת אויף רשעות?
כבר קדמוך חז"ל!
"האומר על קן צפור יגיעו רחמיך וכו', משתקין אותו" (משניות ברכות ה-ג), און די גמרא (ברכות, לג ע"ב) איז מסביר: מפני שעושה מדותיו של הקדוש ברוך הוא רחמים, ואינן אלא גזרות"
פשט איז: דו ביסט געקומען מיט אן הנחה קדומה אז די תורה און אירע געבאטן איז מלא רחמנות, אלעס איז מאראליש, אלעס מאכט סענס, אלעס שטימט מיט די 2024 ווירדן.
פאר אזעלכע מענטשן ווי דו, ווערט זייער ענג אויפ'ן הארצן ווען זיי באגעגענען זיך מיט די בארבארישע מצוות פון די תורה, א שטייגער ווי:
- שילוח הקן
- מילה
- וכי ימכור איש את בתו לאמה
- לא תחיה כל נשמה
- בן סורר ומורה
- עבדים כנעניים (לעולם בהם תעבודו)
- אשת יפת תורה (ושבית שביו)
- כי יקח איש אשה (און נישט פארקערט)
ואטו כי רוכלא ליחשב וליזל...
וואס הייסט? וויאזוי קען זיין אז דער רחמנות'דיגער בורא ערלויבט אזעלכע ברוטאלע אקטן צו ווערן פראקטיצירט אין נאמען פון רעליגיע?
דעריבער זאגן חז"ל: don't go there!
האומר על קן ציפור יגיעו רחמיך משתקין אותו, מפני שעושה מדותיו של הקדוש ברוך הוא רחמים, ואינן אלא גזרות! פרוביר נישט צו מאכן סענס פון שילוח הקן, און פראביר אויך נישט צו מאכן סענס פון די הלכה אז נאר דער מאן האט די שליסלעך צו אויפלעזן א הייראט!
פונקט ווי דו פארשטייסט נישט די מירון טראגעדיע, אזוי אויך פארשטייסטו נישט דאס.
וויאזוי זינגט נאר יונתן? מיין טייער קינד דו קענסט נישט אלעס פארשטיין
איך פארשטיי גראדע יא, לאז יונתן וואוסן.
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
צמצום #
בנוגע צו דער ענין גופא;
קען איינער ערקלערען וויאזוי טאקע איז דאס אז דער תורה גיט דער רעכט דוקא פארן מאן אין נישט דעם פרוי אויך אויף ענדיגען דעם עסק?
מיר ווייסען אז דער תורה איז א וועג ווייזער און נאר רעכטיג. היתכן אז סזאל קענען ציקומען זיך גאר באניצען מיט תורת אמת אויף רשעות?
זאת ועוד, ווי אזוי איז דאס אז אין די פריערדיגע דורות האט מען נישט גיהערט אזאלכע גשיכטעס? די אלע עגונה סיפורים זענען דוקא ווי דער מאן האט פארלאזט דאס ווייבעל און זיך אפגעפיצט אויף הרי חושך אין נישט ווי דאס פרוי האט זיך מסלק געווען און דער מאן ניצט דעם גט אויף נקמה אדער צו ווייל ער וויל גאר שלום בית.
איך האב תשובות אבער וויל הערען פונעם עולם
אמאל (און היינט אביסל) האט מען געהאלטן פרויען פאר סאב-הומען, מענער זענען געוועהן מענטשן און פרויען זענען געוועהן א קלאס נידריגער.
אזויווי אינז קוק מען היינט אן אז מענטשן זענען אין די עליטע קלאס, און בהמות זענען א קלאס נידריגער, און דערפאר האבן מיר די רעכט צו אויסניצען די בהמות ביזן סוף און דערנאך זיי שחט׳ן און עסן.
מילא, מיט אזא הנחה איז פשוט אז א פרוי האט בכלל נישט די רעכט צי גט׳ן איר מאן, זי איז נישט מער פון א חפץ פון דער מאן, פונקט ווי היינט פארשטייט יעדער אז א בהמה האט נישט די רעכט פון זיך אפזאגן פון זיין זיין בהע״ב׳סעס ארבייטער.
ווארט נאך אפאר הונדרעט צו טויזענט יאר, וועט מען נישט קענען פארשטיין וויאזוי מענטשן האבן זיך ערלויבט צו אויסניצען די בהמות און זיי מאכן ארבייטען אן ווערן באצאלט, און אז א בהמה אנטלויפט וועט דאס פארטייטשט ווערן אז די בהמה האט געגעבען א גט פאר זיין owner, און אויב וועט ער זיך ווייגן צו צוריקכאפן זיין בהמה וועט פלעטבוש גירל דער צעהנטער מאכן א מאסן דעמאסטראציע אז אלע מענער מוזן זיך אפשניידן די איבר המין, כדי צי לייגן פרעשור אויפן בעל הבהמה זאל לאזן זיין בהמה גיין פריי.
איך קום נישט דא געבן רעכט צי פארשקלאפן א פרוי, איך קום נאר מסביר זיין די וועג וויאזוי דער כותב התורה האט עס אנגעקוקט.

זעהר פשוט
די תורה און אזוי איז אויכעט געפסקנ’ט אין הלכה אז כופין אותו עד שיאמר רוצה אני דאס הייסט די תורה הייסט אונז אז ווען בי’’ד /רבנים אנערקענען אז די מאן גט נישט פאר רישעות אדג.. זאל מען אנכאפען דעם פארשוין אין אנפראסקענען די ביינער מנה אחת אפים און אז עס העלפט נישט איינמאל זאל מען עם אנמקל’ן און צוזעצן מיט שמייסעדיגע גראבע שטיקער לעדער אזויפיל ביז ער וועט מרצונו געבן א גט , וואס גייט נישט מיט פעטש גייט מיט שטערקערע פעטש. א שטארק באקאנטע הלכה אן קיין מחלוקת .
נו וואס זאל מען טון אז די היינטיגע ליברליזם לאזט נישט געבען פעטש ? און האסט נאך טענות ???
און א’’י וואס פעטש קען מען נישט געבען היינט אבער די רבנות האט א כח איינצושפארן אין תפסה א מסרב לגט, איך מיין עס איז די איינציגע זאך וואס די רבנות קען ע’’פ חק אריינשמייסען אן תפסה אין די בג’’ץ קען נישט, תפסה פאר א מסרב/ה באלאנגט אויסשליסלעך צום רבנות. און עס ארבייט פיין דארט (וואלט מן הסתם געארבעט נאך בעסער מיט אפאר ווייטיגליכע פעטש).
אבער אריינפירען ליברליזם געזעצען און נישט לאזען טוהן ווי דער תורה הייסט און דערנאך פרעגן קשיות אויפ’ן דרך התורה איז אביסעל נאריש
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
קהל'ס נער #
צמצום #
בנוגע צו דער ענין גופא;
קען איינער ערקלערען וויאזוי טאקע איז דאס אז דער תורה גיט דער רעכט דוקא פארן מאן אין נישט דעם פרוי אויך אויף ענדיגען דעם עסק?
מיר ווייסען אז דער תורה איז א וועג ווייזער און נאר רעכטיג. היתכן אז סזאל קענען ציקומען זיך גאר באניצען מיט תורת אמת אויף רשעות?
זאת ועוד, ווי אזוי איז דאס אז אין די פריערדיגע דורות האט מען נישט גיהערט אזאלכע גשיכטעס? די אלע עגונה סיפורים זענען דוקא ווי דער מאן האט פארלאזט דאס ווייבעל און זיך אפגעפיצט אויף הרי חושך אין נישט ווי דאס פרוי האט זיך מסלק געווען און דער מאן ניצט דעם גט אויף נקמה אדער צו ווייל ער וויל גאר שלום בית.
איך האב תשובות אבער וויל הערען פונעם עולם
אמאל (און היינט אביסל) האט מען געהאלטן פרויען פאר סאב-הומען, מענער זענען געוועהן מענטשן און פרויען זענען געוועהן א קלאס נידריגער.
אזויווי אינז קוק מען היינט אן אז מענטשן זענען אין די עליטע קלאס, און בהמות זענען א קלאס נידריגער, און דערפאר האבן מיר די רעכט צו אויסניצען די בהמות ביזן סוף און דערנאך זיי שחט׳ן און עסן.
מילא, מיט אזא הנחה איז פשוט אז א פרוי האט בכלל נישט די רעכט צי גט׳ן איר מאן, זי איז נישט מער פון א חפץ פון דער מאן, פונקט ווי היינט פארשטייט יעדער אז א בהמה האט נישט די רעכט פון זיך אפזאגן פון זיין זיין בהע״ב׳סעס ארבייטער.
ווארט נאך אפאר הונדרעט צו טויזענט יאר, וועט מען נישט קענען פארשטיין וויאזוי מענטשן האבן זיך ערלויבט צו אויסניצען די בהמות און זיי מאכן ארבייטען אן ווערן באצאלט, און אז א בהמה אנטלויפט וועט דאס פארטייטשט ווערן אז די בהמה האט געגעבען א גט פאר זיין owner, און אויב וועט ער זיך ווייגן צו צוריקכאפן זיין בהמה וועט פלעטבוש גירל דער צעהנטער מאכן א מאסן דעמאסטראציע אז אלע מענער מוזן זיך אפשניידן די איבר המין, כדי צי לייגן פרעשור אויפן בעל הבהמה זאל לאזן זיין בהמה גיין פריי.
איך קום נישט דא געבן רעכט צי פארשקלאפן א פרוי, איך קום נאר מסביר זיין די וועג וויאזוי דער כותב התורה האט עס אנגעקוקט.
לויט ווי דו לייגסט אראפ די בליק פון די תוה"ק, דארף מען פארשטיין פארוואס ביי קידושין דארף זיין דעת האשה להתקדש לו, זי איז דאך נישט מער ווי א בהמה, פארוואס קען מען איר נישט א כאפ טוהן בעל כרחה?
אוודאי די תורה זאגט "והוא ימשול בך" אבער דאס מיינט נישט אז עפ"י תורה זענען די פרויען שקלאפן וואס מ'קען טוהן מיט זיי מה שהלב חפץ.
די תורה איז דרכיה דרכי נועם, און ס'שטיצט נישט אומרעכט אויף קיין שום וועג.
וויאזוי פונקטליך מ'איז מסביר דאס אז נאר א מאן קען ענדיגן א מערידזש בין איך נישט קלאר אינגאנצן, אבער אפשר פרעגסטו פארוואס נאר א מאן קען מקדש זיין א פרוי, און א פרוי קען געבן וויפיל פרוטות זי וויל פאר מענער און זי קען נישט מקדש זיין קיין מאן?!,
אז דער מאן איז דער וואס קויפט איר, דארף ער לכאו' זיין דער וואס איז איר צוריק מקנה לעצמה.
ווער ס'קען אביסל מס' כתובות ווייסט וויפיל תקנות חז"ל האבן געמאכט סתם פאר די הנאה און כבוד פון בנות ישראל, ס'קוקט נישט אויס פון דארט אז עפ"י תורה קען מען זיך ווארפן מיט זייערע געפילן און מענטשליכע באציאונג וויאזוי ס'שמעקט.
די זעלבע משנה וואס שרייבט די דין פון א מורדת על בעלה האט א משנה איבער א מאן וואס איז מורד על אשתו.
בקיצור די תורה האט נישט געשטיצט פיינונגען אויף פרויען.
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
פארוואס טראכט זי אז פאר ר זלמן לייב פילאפ גייט אן גיין אז עפעס א פרוי פון לעיקוואד האט נישט קיין ס*** ?
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
ערנסט גערעדט: וויפיל פרויען, אפילו נישט היימישע, האבן זיך אפגעהאלטן די וואך פון די מצוה, וועגן די בערקאוויטש פרשה?
איך גלויב אז אונטער צען און אפשר אפילו אונטער פינף.
נישט אזוי?

חקרן #

און גראדע די פיר פרויען זענען פשוט נישט געווען ריין...
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
צמצום #
בנוגע צו דער ענין גופא;
קען איינער ערקלערען וויאזוי טאקע איז דאס אז דער תורה גיט דער רעכט דוקא פארן מאן אין נישט דעם פרוי אויך אויף ענדיגען דעם עסק?
מיר ווייסען אז דער תורה איז א וועג ווייזער און נאר רעכטיג. היתכן אז סזאל קענען ציקומען זיך גאר באניצען מיט תורת אמת אויף רשעות?
זאת ועוד, ווי אזוי איז דאס אז אין די פריערדיגע דורות האט מען נישט גיהערט אזאלכע גשיכטעס? די אלע עגונה סיפורים זענען דוקא ווי דער מאן האט פארלאזט דאס ווייבעל און זיך אפגעפיצט אויף הרי חושך אין נישט ווי דאס פרוי האט זיך מסלק געווען און דער מאן ניצט דעם גט אויף נקמה אדער צו ווייל ער וויל גאר שלום בית.
איך האב תשובות אבער וויל הערען פונעם עולם
עס האט גארנישט מיט "רעכטען". די סיבה פארוואס די כוח איז ביי די מאן און נישט ביי די פרוי, איז נישט ווייל די מאן האט מער רעכטען, און ווייל די פרוי איז א נידעריגערע קלאס. נאר, די ווייל לויט די תורה איז די גדר פון מערידש אויסגעשטעלט אז א מאן נעמט א פרוי און נישט פארקערט. אנדערש ווי די מאדערנע הבנה פון מערידש אז ביידע זייטען זענען זיך משעבד איינער צום אנדערען, איז לויט די תורה נאר די פרוי זיך משעבד צום מאן און נישט פארקערט. די האסט געזאגט הרי את מקודשת לי, און זי האט נישט געזאגט הרי אתה מקודש לי... (כאטש געוויסע טוען דאס שוין יא...). ממילא איז דאס א טעכנישע' פראבלעם, עס איז פשוט נישט מעגליך במציאות אז א פרוי זאל זיך אליינס באפרייען פון אזא הסכם, ווארום די הסכם איז מתחילה געווען אז זי איז זיך משעבד פארן מאן און נישט די מאן צו איר. יעצט, איז דא א מעגליכקייט פאר א רשע דאס אויסצונוצען צו פאניגען א פרוי, און דאס איז די פראבלעם.
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
חקרן #
ערנסט גערעדט: וויפיל פרויען, אפילו נישט היימישע, האבן זיך אפגעהאלטן די וואך פון די מצוה, וועגן די בערקאוויטש פרשה?
איך גלויב אז אונטער צען און אפשר אפילו אונטער פינף.
נישט אזוי?
איז נאך בעסער, א שטורעם האט זי געמאכט א פיינע, ווילאנג מ'רעדט דערפון צו יא צו ניין, דאס איז דאך איר ציל, אנשטאט ווי אנדערע עסקן האט געלייגט א בילבאורד אויפן 17, האט זי געמאכט א סאך גרעסטע שטורעם, אומזינסט.
דער פראבלעם איז אז אינסטעגרעם איז טאקע זייער אויפגעכאפט ביי די בארא פארקע פלעטבושע פרויען, איז עס נישט אזוי אויפגעכאפט ביי די ק"י וויליאמסבורגע
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
צמצום #
בנוגע צו דער ענין גופא;
קען איינער ערקלערען וויאזוי טאקע איז דאס אז דער תורה גיט דער רעכט דוקא פארן מאן אין נישט דעם פרוי אויך אויף ענדיגען דעם עסק?
מיר ווייסען אז דער תורה איז א וועג ווייזער און נאר רעכטיג. היתכן אז סזאל קענען ציקומען זיך גאר באניצען מיט תורת אמת אויף רשעות?
זאת ועוד, ווי אזוי איז דאס אז אין די פריערדיגע דורות האט מען נישט גיהערט אזאלכע גשיכטעס? די אלע עגונה סיפורים זענען דוקא ווי דער מאן האט פארלאזט דאס ווייבעל און זיך אפגעפיצט אויף הרי חושך אין נישט ווי דאס פרוי האט זיך מסלק געווען און דער מאן ניצט דעם גט אויף נקמה אדער צו ווייל ער וויל גאר שלום בית.
איך האב תשובות אבער וויל הערען פונעם עולם
די מאן'ס נישט געבן א גט איז א פיצי שטעקן קעגן די פרוי'ס גראבע שטעקן צי האבן קאסטעדי אויף די קינדער
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
אפטימיסטיש #
כבר קדמוך חז"ל!
"האומר על קן צפור יגיעו רחמיך וכו', משתקין אותו" (משניות ברכות ה-ג), און די גמרא (ברכות, לג ע"ב) איז מסביר: מפני שעושה מדותיו של הקדוש ברוך הוא רחמים, ואינן אלא גזרות"
פשט איז: דו ביסט געקומען מיט אן הנחה קדומה אז די תורה און אירע געבאטן איז מלא רחמנות, אלעס איז מאראליש, אלעס מאכט סענס, אלעס שטימט מיט די 2024 ווירדן.
פאר אזעלכע מענטשן ווי דו, ווערט זייער ענג אויפ'ן הארצן ווען זיי באגעגענען זיך מיט די בארבארישע מצוות פון די תורה, א שטייגער ווי:
- שילוח הקן
- מילה
- וכי ימכור איש את בתו לאמה
- לא תחיה כל נשמה
- בן סורר ומורה
- עבדים כנעניים (לעולם בהם תעבודו)
- אשת יפת תורה (ושבית שביו)
- כי יקח איש אשה (און נישט פארקערט)
ואטו כי רוכלא ליחשב וליזל...
אפטימיסטיש, ביסט גערעכט מיט דיין הסבר, אבער פשוט פשט אין די גמרא פון שליח הקן האסטו פארדרייט.
שליח הקן איז פארקערט, עס איז מידות רחמים, נאר די גמרא זאגט (לויט איין וועג), אז מען זאל נישט זאגן על קן צפור יגיעו רחמיך, נאר מיר טוען עס אלס גזירות הבורא.
לכאורה קוקסטו אן שליח הקן אלס בארבאריש, ווייל היינט טון מיר שליח הקן אפשר בארבאריש, דהינו, ווען נישט די מצוה וואלט קיינער די בנים גענומען און געלאזט די מאמען במנוחה, אבער די מצוה הערט זיך זייער רחמנות'דיג ווען דו "ווילסט" די קינדער נעמען, זאלסטו עס נישט נעמען און פארנט פון די מאמע וואס איז בארבאריש נאר קודם אוועקשיקן איר.
ואפ"ל, בזה, מפני שעושה מדותיו של הקדוש ברוך הוא רחמים, ואינן אלא גזרות, זאגט אונז אז מיר זאלן עס טון אפע באופן ווי מען טוט דאס היינט.
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
@אפטימיסטיש מיט שילוח הקן דיסעגרי איך. רוב ראשונים זענען מסביר אז די מצוה איז נישט צונעמען די מאמע מיט די קינדער, און די מצוה איז טאקע נאר ווען מ'דארף עס, און עס איז טאקע משום רחמנות. די "היינטיגע" מצוה פון שילוח הקן איז טאקע סתם צער בעלי חיים און בארבאריזם

פונדאַמענטאַל #
עס האט גארנישט מיט "רעכטען". די סיבה פארוואס די כוח איז ביי די מאן און נישט ביי די פרוי, איז נישט ווייל די מאן האט מער רעכטען, און ווייל די פרוי איז א נידעריגערע קלאס. נאר, די ווייל לויט די תורה איז די גדר פון מערידש אויסגעשטעלט אז א מאן נעמט א פרוי און נישט פארקערט. אנדערש ווי די מאדערנע הבנה פון מערידש אז ביידע זייטען זענען זיך משעבד איינער צום אנדערען, איז לויט די תורה נאר די פרוי זיך משעבד צום מאן און נישט פארקערט. די האסט געזאגט הרי את מקודשת לי, און זי האט נישט געזאגט הרי אתה מקודש לי... (כאטש געוויסע טוען דאס שוין יא...). ממילא איז דאס א טעכנישע' פראבלעם, עס איז פשוט נישט מעגליך במציאות אז א פרוי זאל זיך אליינס באפרייען פון אזא הסכם, ווארום די הסכם איז מתחילה געווען אז זי איז זיך משעבד פארן מאן און נישט די מאן צו איר. יעצט, איז דא א מעגליכקייט פאר א רשע דאס אויסצונוצען צו פאניגען א פרוי, און דאס איז די פראבלעם.
וואס זאגסטו דא? די שאלה איז טאקע פארוואס "לויט די תורה איז די גדר פון מערידש אויסגעשטעלט אז א מאן נעמט א פרוי און נישט פארקערט"?
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
איך מיין די סיבה פאר דעם איז גאנץ פשוט. ביז הונדערט יאר צוריק האט א פרוי נישט געקענט האבן א זעלבסטשטענדיגע פרנסה. ווען א פרוי האט חתונה געהאט האט זיך דער מאן אונטערגענומען איר צו מפרנס זיין. יעצט שטעל זיך פאר אז דער מאן האט פאר אסאך יאר געארבייט כדי מפרנס צו זיין א פרוי און עס מאכט זיך אז זי באקומט א ירושה און זי וויל אוועקגיין. איז דאס יושר אז זי זאל קענען זאגן איך רעכן זיך נישט מיט דיין דעה! איך בין נישט אינטערסירט וואס דו האסט געטוהן. איך גיי!
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
סקעפטיקער #
וואס זאגסטו דא? די שאלה איז טאקע פארוואס "לויט די תורה איז די גדר פון מערידזש אויסגעשטעלט אז א מאן נעמט א פרוי און נישט פארקערט"?
נישט ווייל די מאן האט מער רעכטן, און נישט ווייל פרויען זענען צווייטע קלאס (כאטש וואס עס איז אמת אין אנדערע פעלער, אז מען האט גערעכנט פרויען אלס צווייטע קלאס).
מערידזש איז א געוויסע סארט בונד, יעדע בונד איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי זייטן אבער עס מיינט נישט אז ביידע זייטן געבן די זעלבע זאך. מען דארף פארשטיין די גדרים פון די בונד צו פארשטיין וואס יעדער ברענגט צום טיש.
מען קען דעבאטירן אויב די אינסטיטוציע פון מערידזש אין איר ארגינעלע פארעם איז ריכטיג, אבער דאס איז וואס עס איז. עכ''פ די תורה האט פארשטאנען אז די בונד פון מערידזש באדייט אז א מאן נעמט א פרוי, און נישט צוליב די שוואכערע סטאטוס פון א פרוי, נאר צוליב די ראלע וואס א מאן האט ווס. א פרוי.
לויט די תורה איז די מאנ'ס ראלע צו זיין די פירער און פראוויידער און בויען די שטוב. לעומת די פרוי וואס איז די מקבל.
דאס איז אגב אויך די סיבה פארוואס די תורה האט נישט פארבאטען polygamy.
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
סקעפטיקער #
@אפטימיסטיש מיט שילוח הקן דיסעגרי איך. רוב ראשונים זענען מסביר אז די מצוה איז נישט צונעמען די מאמע מיט די קינדער, און די מצוה איז טאקע נאר ווען מ'דארף עס, און עס איז טאקע משום רחמנות. די "היינטיגע" מצוה פון שילוח הקן איז טאקע סתם צער בעלי חיים און בארבאריזם
ריכטיג, איך האב אויסגעקליבן דעם פשט פונ'ם חוות יאיר (סי' סז, זעה בייגעלייגט), און דער ברכי יוסף (יו"ד סי' רצ"ב סק"ח), נעמענדיג אין באטראכט אז היינטיגע צייטן איז שילוח הקן לכו"ע א ברוטאלע אקט
📎 Hebrewbooks_org_857.pdf
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
סקעפטיקער #
@אפטימיסטיש מיט שילוח הקן דיסעגרי איך. רוב ראשונים זענען מסביר אז די מצוה איז נישט צונעמען די מאמע מיט די קינדער, און די מצוה איז טאקע נאר ווען מ'דארף עס, און עס איז טאקע משום רחמנות. די "היינטיגע" מצוה פון שילוח הקן איז טאקע סתם צער בעלי חיים און בארבאריזם
פארוואס זאגסטו אזוי ?
די זוהר הק' שרייבט שוין אז ס'איז א ענין מעורר צוזיין רחמנות אויף גלות השכינה, און בזמן הבית שטייט אויך אין זוהר אז ס'געווען א ענין מעורר רחמים צוזיין אויף די פארווארפענע פארוואגלטע נשמות..
אין חתם סופר שטייט שוין אז בזמן הזה איז טאקע די מצוה אפילו מ'דארף בכלל נישט די קינדער, וועגן גלות השכינה, און בזמן הבית שרייבט די חתם סופר אז די מצוה איז נוגע געווען נאר ווען מ'האט געדארפט די קינדער, און די איסור פון לא תקח האם על הבנים איז אזוי ווי די איסור פון אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד, און ווי די ראשונים זענען מסביר איז די טעם האיסור משום קיום המין..
הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל שטעלט זיך שוין (דברי יואל פ' כי תצא) אויפן חתם סופר אז ער האט פארזען דעם זוהר הק' וואס שרייבט דעם טעם אפילו בזמן הבית..
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
מן הסתם #
אין חתם סופר שטייט שוין אז בזמן הזה איז טאקע די מצוה אפילו מ'דארף בכלל נישט די קינדער, וועגן גלות השכינה, און בזמן הבית שרייבט די חתם סופר אז די מצוה איז נוגע געווען נאר ווען מ'האט געדארפט די קינדער, און די איסור פון לא תקח האם על הבנים איז אזוי ווי די איסור פון אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד, און ווי די ראשונים זענען מסביר איז די טעם האיסור משום קיום המין..
קענסט נישט נאכברענגען קיין האלבע זאכן. די חת"ס
פירט אויס "אע"כ ש"ס דילן לא ס"ל כזוהר הנ"ל וידוע היכי דפליגי הנגלה עם הנסתר אין לנו עסק בנסתרות והנגלות לנו ולבנינו". להלכה למעשה האלט ער אז עס איז נישט דא קיין מצוה אוועקצושיקן די מאמע אויב מ'דארף נישט די קינדער.
דאס איז זיכער אז די אלע סגולות פון שילוח הקן איז נאר אויב דארף מען די קינדער, מיין ראיה איז ווייל איך האב אמאל געמאכט שילוח הקן און גארנישט איז נישט געשעהן, די איינצגיסטע תירוץ וואס איך האב איז אז איך האב נישט געדארפט די קינדער.
Re:
ברוך שפינוזה #

"תניא דבי ר' יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שבתורה שמתן שכרה בצדה, שאין תחיית המתים תלויה בה.
בכבוד אב ואם כתיב "למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך", בשילוח הקן כתיב "למען ייטב לך והארכת ימים"; הרי שאמר לו אביו: עלה לבירה והבא לי גוזלות! ועלה, ושלח את האם ולקח את הבנים, ובחזרתו נפל ומת, היכן אריכות ימיו של זה? והיכן טובתו של זה?
אלא: למען יאריכון ימיך - בעולם שכולו ארוך, ולמען ייטב לך - לעולם שכולו טוב." (חולין קמב:)
איך מיין אבער אז מיין תירוץ שטימט בעסער.
Re:
ברוך שפינוזה #
דאס איז זיכער אז די אלע סגולות פון שילוח הקן איז נאר אויב דארף מען די קינדער, מיין ראיה איז ווייל איך האב אמאל געמאכט שילוח הקן און גארנישט איז נישט געשעהן, די איינצגיסטע תירוץ וואס איך האב איז אז איך האב נישט געדארפט די קינדער.
א סגולה מיינט נישט אז בהחלט באקומסטו די זאך צו וואס עס איז מסוגל, עס איז בסך הכל "מסוגל" עס זאל געשען יענע זאך, ס'איז נישט קיין הכרח, ובפרט אז א מענטש קען למשל אמאל טון א זאך וואס איז מסוגל לפרנסה ווי למשל ברכת המזון בכוונה, און באותו זמן טון עפעס אנדערש וואס קען חלילה גורם זיין א חסרון אין פרנסה, איז ער עפעס גאראנטירט מיט פרנסה ווייל ער האט געבענטשט בכוונה טראץ וואס ער האט באותו זמן געטון גאר עפעס וואס שאדט גאר פאר פרנסה?
ובפרט, בהדי כבשי דרחמנא למה לן? מענטשן קענען נישט פארשטיין הימלישע חשבונות.. האסט עפעס געסיינט א קאנטראקט מיט כביכול ?
Re:
ברוך שפינוזה #
איך פארשטיי גראדע יא, לאז יונתן וויסן.
אדער מיינסטו אז דו פארשטייסט...
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
איך האט אמאל אנגעטראפן איינע פון די בראקערס, ער האט מיר געאפפערט צו מאכן שליח הקן, איך האב אים טאקע געזאגט אז איך נויטיג מיך נישט אין קיין פייגעלך יעצט, זאגט ער מיר אז ער וועט איינפרעימען די אייער, סא איך האב יא א ניצען,
איך האב אים געזאגט אז איך וועל עס איבער טראכטן,
Re: גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט
"טרעפן א נוצן" איז גאר א נארישע זאך. אויב איז די מצוה נאר ווען מ'דארף עס, איז די כוונה דערפון מונע צו זיין צער בעלי חיים און האט נאר א פשט צוטוהן ווען עס פעלט אויס, אויב עס פעלט נישט אויס איז נאך ווייניגער צער בעלי חיים. פונקט ווי קיינער גייט נישט "טרעפן" א נוצן צו שחט'ן א בעל חי.