☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פרשת יפת תואר

פרשת יפת תואר

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1693
בלאט: 1 2

באמת » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:11 am

· #40845
פרשת יפת תואר
רש''י זאגט לא דיברא תורה אלא כנגד יצר הרע
לפי זה דארף דאך היינט זיכער מותר זיין????

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:16 am

· #40850
ר' אפרים וואקסמאן שליט''א זאגט אין א פתיחת הזמן דרשה צו די בחורים
אז די סיבה צו וואס די תורה האט עס מתיר געווען איז
כדי צו ווייזן אז א יעדע נסיון קען מען ביישטיין
ווען נישט וואלט עס די תורה מתיר געווען

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:53 am

· #40865
ערבי נחל פרשת וישלח
פארזיכערטע הנאה לערט עס איבער איינמאל אין נאכעמאל
<a class="postlink" href="http://books.google.com/books?id=nXstAAAAYAAJ&output=text&pg=PA160&img=1&zoom=3&hl=en&q=%D7%A2%D7%A8%D7%91%D7%99+%D7%A0%D7%97%D7%9C&cds=1&sig=ACfU3U3uHQzjtyrsQUknwf67hQ1Ou-iZ4Q&edge=0&edge=stretch&ci=38,111,882,1389">http://books.google.com/books?id=nXstAA ... 1,882,1389</a>

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:02 am

· #40870
a1b2
פארזיכערטע הנאה לערט עס איבער איינמאל אין נאכעמאל
<a class="postlink" href="http://books.google.com/books?id=nXstAAAAYAAJ&output=text&pg=PA160&img=1&zoom=3&hl=en&q=%D7%A2%D7%A8%D7%91%D7%99+%D7%A0%D7%97%D7%9C&cds=1&sig=ACfU3U3uHQzjtyrsQUknwf67hQ1Ou-iZ4Q&edge=0&edge=stretch&ci=38,111,882,1389">http://books.google.com/books?id=nXstAA ... 1,882,1389</a>

נישטא מיט א עלטערע דרוק?
איך בין שוין פון די אינגע דור איך קען שוין נישט לערנען און דו אלטע דרוק

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:04 am

· #40872
אדרבא איך לייג עס אויפן נייע דריק
ווי טרעף איך עס?

באמת » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:09 am

· #40876
a1b2
ר' אפרים וואקסמאן שליט''א זאגט אין א פתיחת הזמן דרשה צו די בחורים
אז די סיבה צו וואס די תורה האט עס מתיר געווען איז
כדי צו ווייזן אז א יעדע נסיון קען מען ביישטיין
ווען נישט וואלט עס די תורה מתיר געווען

זאל ר' אפרים וואקסמאן שליט''א מיר מוחל זיין
אבער איך קען אויפהייבן מיינע הענט אין זאגן איך קען נישט ביישטיין מיין נסיון
צוזאמען מיט נאך הינדערטער אינגערלייט

outspoken » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:33 am

· #40890
באמת
a1b2
ר' אפרים וואקסמאן שליט''א זאגט אין א פתיחת הזמן דרשה צו די בחורים
אז די סיבה צו וואס די תורה האט עס מתיר געווען איז
כדי צו ווייזן אז א יעדע נסיון קען מען ביישטיין
ווען נישט וואלט עס די תורה מתיר געווען

זאל ר' אפרים וואקסמאן שליט''א מיר מוחל זיין
אבער איך קען אויפהייבן מיינע הענט אין זאגן איך קען נישט ביישטיין מיין נסיון
צוזאמען מיט נאך הינדערטער אינגערלייט


נישט ר' אפרים וואקסמאן שליט''א זאגט דאס, נאר די תורה הקדושה זאגט דאס ואתה תמשול בו

באמת » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:42 am

· #40897
outspoken
באמת
a1b2
ר' אפרים וואקסמאן שליט''א זאגט אין א פתיחת הזמן דרשה צו די בחורים
אז די סיבה צו וואס די תורה האט עס מתיר געווען איז
כדי צו ווייזן אז א יעדע נסיון קען מען ביישטיין
ווען נישט וואלט עס די תורה מתיר געווען

זאל ר' אפרים וואקסמאן שליט''א מיר מוחל זיין
אבער איך קען אויפהייבן מיינע הענט אין זאגן איך קען נישט ביישטיין מיין נסיון
צוזאמען מיט נאך הינדערטער אינגערלייט


נישט ר' אפרים וואקסמאן שליט''א זאגט דאס, נאר די תורה הקדושה זאגט דאס ואתה תמשול בו

אז די תורה זאגט לערן יומם ולילה מיינט אז די קענסט?
איך זאג דיר איף קען נישט ביישטיין ד נסוין
עפשער רעט די תורה ווען מען העלפט דיר
עפשער זאגסטי מיר ווער עס קען מער העלפין?????
וועלכע רב הערט דיר אויס
נאר ווען מען כאפט מיר זענען זיי שוין איינמאל דא (אויב דאס יא)

באמת » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:48 am

· #40901
וויפיל אינגערלייט טשידען פען די ווייב להכת
ווייפיל בחורים טיען עבירת להכת
נאר עס איז נישט דא צי וועם צי רעדן
אין מען קען באמת נישט ביישטיין

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:34 pm

· #40917
באמת, פון וועלכע כת רעדסטו?

דעינעש » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:40 pm

· #40922
מן הסתם מיינסטו לתיאבון, נישט להכעיס חלילה, ה"י.
באמת
נאר עס איז נישט דא צי וועם צי רעדן
אין מען קען באמת נישט ביישטיין

רעד מיין טייער קינד, רעד. ביטע.

פארקוק זיך דא טייער קינד, און קים צוריק מיט ווי די האלט'סט אי"ה, ובע"ה.


כי לא ידח ממנו נידח.

באמת » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:10 pm

· #40941
איך אויך
באמת, פון וועלכע כת רעדסטו?

יצטא בין איך א אינגערמאן
מיט יארן ציריק בין איך ג'ווען א בחור
בקיצר איך רעד פין ביידע

באמת » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:12 pm

· #40942
דעינעש
מן הסתם מיינסטו לתיאבון, נישט להכעיס חלילה, ה"י.
באמת
נאר עס איז נישט דא צי וועם צי רעדן
אין מען קען באמת נישט ביישטיין

רעד מיין טייער קינד, רעד. ביטע.

פארקוק זיך דא טייער קינד, און קים צוריק מיט ווי די האלט'סט אי"ה, ובע"ה.


כי לא ידח ממנו נידח.

מען טאר דאך נישט ניצען די אינטערנעט
איך רעד פין ...

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:34 pm

· #40950
a1b2
ר' אפרים וואקסמאן שליט''א זאגט אין א פתיחת הזמן דרשה צו די בחורים
אז די סיבה צו וואס די תורה האט עס מתיר געווען איז
כדי צו ווייזן אז א יעדע נסיון קען מען ביישטיין
ווען נישט וואלט עס די תורה מתיר געווען

ביזט זיך סותר??

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:18 pm

· #40976
זר זהב
a1b2
ר' אפרים וואקסמאן שליט''א זאגט אין א פתיחת הזמן דרשה צו די בחורים
אז די סיבה צו וואס די תורה האט עס מתיר געווען איז
כדי צו ווייזן אז א יעדע נסיון קען מען ביישטיין
ווען נישט וואלט עס די תורה מתיר געווען

ביזט זיך סותר??

וואלט די תורה מתיר געווען דיין נסיון אזוי ווי די תורה האט דארט מתיר געווען

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:23 pm

· #40978
סארי איך פארשטיי נישט
נעווער מיינד

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:31 pm

· #40986
זיי מער מאסביר וואס פארשטייסטי נישט?????

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:34 pm

· #40989
אויב קען מען עס ביישטיין פארוואס האט די תורה דארט מתיר געווען?

אברעמעל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:40 pm

· #40991
האסט אמאל אריינגעטראכט וואסערע איסור די תורה האט מתיר געווען?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:40 pm

· #40992
פרעג מיר נישט אויס.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:47 pm

· #40994
לכאורה הדבר תמוה ביותר, שהרי מדובר באנשים צדיקים וחסידים, המדקדקים במצוות, קלה כבחמורה, שאפילו אם דיברו בין תפילין של יד לתפילין של ראש, היו חוזרים לביתם, וכיצד אפשר לחשוד בהם שאם לא נתיר להם לקחת אשה זו, יקחו אותה באיסור??? זאת ועוד שהפרשה הקודמת מסתיימת במילים: "כי תעשה הטוב והישר בעיני ה’" וסמיך ליה: "כי תצא למלחמה על אויביך" ורמזה כאן התורה, שרק מי שעושה הטוב והישר בעיני ה’ רשאי לצאת למלחמה. וממילא הקושיה מתעצמת, כיצד דווקא לצדיקים כאלה צריכה לבוא אזהרה על דברים גדולים כמו: גילוי עריות או עבודה זרה וכיוצא בזה?

רבותינו הקדושים זכותם יגן עלינו אמן, גילו לנו שהמלחמה בזמנם הייתה שונה מאשר המלחמות הרגילות, והמדינים הרשעים היו מלבישים את בנותיהם בבגדים נאים ומושכים בצורה מיוחדת, כדי שהחיילים יתנו עיניהם בבנות אלו, וממילא ישכחו את מטרת בואם למלחמה. אולם התורה ירדה לתוך מחשבות ליבו של האדם ובאה ואמרה לו: מותר לך לקחתה אחרי שתשבה אותה. רק אל תשכח את מטרת יציאתך. ומכאן למדו בעלי המוסר יסוד עצום בעבודת ה’, שאדם נגרר באופן טבעי אחר ראות עיניו. ומושפע הוא ביותר מסביבתו. ומשום כך כתוב בתורה: "ובשר בשדה טרפה לא תאכלו", ולכאורה תמוה מדוע דווקא כתבו בשדה? והרי אסור לאכול טרפה בשום מקום? אלא, שרבינו יהודה צדקה זכר צדיק לברכה כתב: שבאמת בביתו של אדם הכל "חלק" או "גלאט" וכו’, אך הבעיה מתחילה בשדה. כשהוא יוצא ל"פקניק" עם חבריו וקרוביו. והאוכל לא כל כך "מהודר". כאן באה התורה והזהירה: "אל תגרר", "אל תכנע", תלך נגד הזרם ואל תושפע מסביבתך, אל תלמד ממעשיהם.
============================
די היינטיגע חסידישע וויליאמסבורג, בארא פראק זענען פונקט ווי די מדינים ליידער.

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:00 pm

· #41007
זר זהב
אויב קען מען עס ביישטיין פארוואס האט די תורה דארט מתיר געווען?

דארט קען מען עס נישט ביישטיין האט די תורה דארט מתיר געווען
איז א סימן אז אינז קענען יא אלעס ביישטיין
ווען נישט וואלט די תורה עס מתיר געווען
אזוי ווי דארט

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:02 pm

· #41009
די היינטיגע חסידישע וויליאמסבורג, בארא פראק זענען פונקט ווי די מדינים ליידער
זאגסטאך אזוי גיט אויף דיר פאסט טאקע א זר זהב

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:03 pm

· #41011
אהא, ווער איז דער מכריע ווען און וואו מ'קען ביישטיין? אויב האב איך אזא מעשה ווי יוסף מיט פוטיפר קען איך עס ביישטיין?
ניין.

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:06 pm

· #41014
טאקע פארדעם גיבט עס דער אייבישטער דיר נישט
נאר צו יוסף.
דאס זאגט דאך ר' אפרים
זאלסט אבער וויסן אז דיין נסיון קענסטו יא ביישטיין.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:07 pm

· #41015
אקעי, איך וועל וויסן פאר ווען ס'געשעט. איך וועל שוין מכריע זיין.

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:08 pm

· #41016
זר זהב
אהא, ווער איז דער מכריע ווען און וואו מ'קען ביישטיין? אויב האב איך אזא מעשה ווי יוסף מיט פוטיפר קען איך עס ביישטיין?
ניין.

עס איז דאך פין די ג' עבירת
וויאזוי רעצטי?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:10 pm

· #41018
דו זאגסט דאך אז די תורה האט מתיר געווען ווען מ'קען נישט ביישטיין.

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:12 pm

· #41023
זר זהב
דו זאגסט דאך אז די תורה האט מתיר געווען ווען מ'קען נישט ביישטיין.

האסט תופת מחשבה געווען
(ווער עס ווייסט א תרץ זאל ביטע העלפען)

באמת » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:25 pm

· #41029
outspoken
באמת
a1b2
ר' אפרים וואקסמאן שליט''א זאגט אין א פתיחת הזמן דרשה צו די בחורים
אז די סיבה צו וואס די תורה האט עס מתיר געווען איז
כדי צו ווייזן אז א יעדע נסיון קען מען ביישטיין
ווען נישט וואלט עס די תורה מתיר געווען

זאל ר' אפרים וואקסמאן שליט''א מיר מוחל זיין
אבער איך קען אויפהייבן מיינע הענט אין זאגן איך קען נישט ביישטיין מיין נסיון
צוזאמען מיט נאך הינדערטער אינגערלייט

דו זאגסט דאך אז די תורה האט מתיר געווען ווען מ'קען נישט ביישטיין.

איז א ריאה בפריש צו מיין שיטה נישט ידע נסוין איז שייך בייצוקומען

נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:56 pm

· #41128
ואני אקשה את לב פרעה. איז משמע אז דער אויבשטער געט ניסיונות פאר א מענטש פאר חשבונת וואס ער האט, אפי די מענטש קען דאז נישט ביישטיין.
חוץ ווי די רמב''ם איז מסביר אין שמומה פרקים.

באמת » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:25 am

· #41345
באמת
רש''י זאגט לא דיברא תורה אלא כנגד יצר הרע
לפי זה דארף דאך היינט זיכער מותר זיין????

די מנחת חינך איז מאסביר די מצווה פין יפת תואר
אז ע'פ' הלכה איז מותר צו וואוינען מיט א גויטע עס שטיייט אין מס' ע'ז' דף לו: שלא כדרך אישת רק דרך ביאה מותר
נאר דא האט די תורה ג'דארפט מתור זיין ווייל עס איז בפרהסיא איז עס אזוי ווי דרך אישת
דארף מען שוין נישט פלגש
גיי מיר!!!!
איז אלעס פארענפערט די אייבישטער שיקט טאקע נישט א נסוין וואס מ'קען נישט ביישטיין עס איז מותר
👍

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:12 pm

· #41439
איך טראכט אז נועץ צפרניו, איז אזא אויסדרוק ווי היינט "שטעל דיר אויפן קאפ". אמאל האט מען אנשטאט דעם גענוצט דעם אויסדרוק, אז דו קענסט "נועץ צפרניים זיין".

הצד השוה שבהם: ביידע מיינען "גיי קראך".

באמת » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:12 pm

· #41440
עיין מנחת חינוך פ' כי תצא ה' א'
עיין מס' ע"ז דף לו:
אבער שנעל, גיי קוק און קום מיט א ענטפער.

נאך א פשט » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 7:19 pm

· #42234
זר זהב
אקעי, איך וועל וויסן פאר ווען ס'געשעט. איך וועל שוין מכריע זיין.

נישט אז איך האב א הוה אמינא אז עס קען זיין מותר, אבער געדענקט אז אפילו ווען די תורה האט עז יא מתיר געווען איז עס נאר נאכען דורכגיין די גאנצע פראצידור פון "והבאתה אל תוך ביתך וגלחה את ראשה ועשתה את צפרניה והסירה את שמלת שביה מעליה וישבה בביתך ובכתה את אביה ואת אמה ירח ימים".
דאכט זיך מיר אז נאכן אנזיצן פארוויינטערהייט - מיט אן אפגעגאלטן קאפ און לאנג ציוואקסענע נעגל - פאר א חודש צייט וועט זיך שוין קיינעם נישט גלוסטען צו...
און וויסענדיג דאס האט די תורה געזאגט "והיה אם לא חפצת בה ושלחתה לנפשה".

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 7:24 pm

· #42238
וועגן די לאנגע נעגל ביניך מחולק. ס'איז אנדערע צייטן היינט... --

עניוועי נאכן אפלערענען דעם ערשטן אוחה"ק אויף די פרשת יפת תואר האט עס באקומען גאר אן אנדערע פנים. ס'מיינט בכלל
נישט אזווי ווי מ'לערנט עס פשוט אפ. עיי"ש

איך קען נישט פארשטיין די אמעראצעס פון אלע קאמענטירער דא אין אשכול ביז אהער.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 8:28 pm

· #42254
נאך א פשט
זר זהב
אקעי, איך וועל וויסן פאר ווען ס'געשעט. איך וועל שוין מכריע זיין.

נישט אז איך האב א הוה אמינא אז עס קען זיין מותר, אבער געדענקט אז אפילו ווען די תורה האט עז יא מתיר געווען איז עס נאר נאכען דורכגיין די גאנצע פראצידור פון "והבאתה אל תוך ביתך וגלחה את ראשה ועשתה את צפרניה והסירה את שמלת שביה מעליה וישבה בביתך ובכתה את אביה ואת אמה ירח ימים".
דאכט זיך מיר אז נאכן אנזיצן פארוויינטערהייט - מיט אן אפגעגאלטן קאפ און לאנג ציוואקסענע נעגל - פאר א חודש צייט וועט זיך שוין קיינעם נישט גלוסטען צו...
און וויסענדיג דאס האט די תורה געזאגט "והיה אם לא חפצת בה ושלחתה לנפשה".

די גאנצע פראצעדור פון והבאתה וכו', איז נאך ביאה ראשונה.

זר זהב
וועגן די לאנגע נעגל ביניך מחולק. ס'איז אנדערע צייטן היינט... --

עניוועי נאכן אפלערענען דעם ערשטן אוחה"ק אויף די פרשת יפת תואר האט עס באקומען גאר אן אנדערע פנים. ס'מיינט בכלל
נישט אזווי ווי מ'לערנט עס פשוט אפ. עיי"ש

איך קען נישט פארשטיין די אמעראצעס פון אלע קאמענטירער דא אין אשכול ביז אהער.

אין המקרא יוצא מידי פשוטו.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 8:41 pm

· #42257
...!!Duh

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 9:16 pm

· #42270
אידיש ביטע?

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 9:18 pm

· #42271
באמת
a1b2
ר' אפרים וואקסמאן שליט''א זאגט אין א פתיחת הזמן דרשה צו די בחורים
אז די סיבה צו וואס די תורה האט עס מתיר געווען איז
כדי צו ווייזן אז א יעדע נסיון קען מען ביישטיין
ווען נישט וואלט עס די תורה מתיר געווען

זאל ר' אפרים וואקסמאן שליט''א מיר מוחל זיין
אבער איך קען אויפהייבן מיינע הענט אין זאגן איך קען נישט ביישטיין מיין נסיון
צוזאמען מיט נאך הינדערטער אינגערלייט



רואיג דא אין קלאס.

ר' צדוק זאגט אז עס איז דא נסיונות וואס א מענטש קען נישט ביישטיין און ער ווערט טאקע נישט נענש אויף דעם.
אבער א מענטש קען דאס נישט זאגען ווייל ער ווייסט נישט, און טאמער ער פאלט דורך דארף ער תשובה טוהן, ווייל ער ווייסט נישט אויב ער האט געהאט די כחות ביי קומען דעם נסיון.


אהן אריין גיין אין אריכות, הגם די שיטה איז זיכער גערעכט און אמת, האבען אנדערע געקריגט אויף ר' צדוק בעיקר ווייל ער זאגט עס פאר יעדעם און מען טאר נישט וויסען דערפין.

פארוואס איז זיכער די שיטה גערעכט?
עס איז א גמרא מפורשת, ואשר הרעותי.

קען איינער זאגען אז די אידען אין לאגער האבען געקענט ביישטיין די נסיון פין עובר זיין ווער ווייסט וויפיל איסורים?
ווען מען זיצט דא על סיר הבשר איז גרינג צו זאגען שטותים ווי אלע נסיונות קען מען בייקומען.

מען דארף נישט גיין צו ווייט, פרעגט א פעדאפייל צו ער קען זיך איינהאלטען, און ער וועט זאגען אז ווען עס קומט צו דעם איז ער פשוט מבלי דעת.

ער ווערט א אונס, און אונס רחמנא פטריה.

איז ביטע ר' אפרים סטאפ יאר נאנסענס, עס איז בפירוש יא דא נסיונות וואס מען קען נישט בייקומען, און די ערשטע נסיון וואס די האסט נישט געקענט בייקומען, איז געווען רעדען ווי א חמור גרם פאר פיפציג טויזעהט אידען.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 9:20 pm

· #42272
זר זהב
נאכן אפלערנען דעם ערשטן אוחה"ק אויף די פרשת יפת תואר האט עס באקומען גאר אן אנדערע פנים.


געלערנט די וואך אוה"ח הקדוש?
זר זהב, א גאלדענע קרוין!
און א ברוינע אגודל 👍 👍

נעם דיך פאר צום נייעם יאר יעדע וואך לכה"פ איין שטיקעלע אוה"ח. (די ישועה וועט שוין נאכקומען...)

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 9:24 pm

· #42274
העי, ווער לערנט דען נישט אלע מפרשים אויף געוויסע פרשיות?....

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 9:26 pm

· #42275
געפילטע פיש
אידיש ביטע?

ס'דערווייל נישטא א אידיש ווארט פאר'ן סלענג DUH ... 😉

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 10:23 pm

· #42294
ביי די ליטוואקעס איז דא אן ענליכס, ווען מ'ענדיגט זאגן א טיפע פשט ווייזט מען מיטן אצבע,(נישט פארמישן מיט'ן אגודל) דאאא!!! דאס איז פשאאאאטט...

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 10:35 pm

· #42298
ווילאנג מען ווייזט נישט דעם מיטעלסטן פינגער.....

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:24 pm

· #42328
ניין, דו מישט שוין ווייטער, די מיטעלסטע פינגער ניצט מען ווען מ'טייטעלט אריין אין א מרדכי וואס זאגט פונקט פשט אזוי ווי דו שרייסט שוין די לעצטע צוויי שעה, קוק! (מיט די מיטעלסטע פינגער) קוק דא!!! אטא דאס איז פשט!

איחוד פעלד » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 8:57 am

· #42416
און למשל דער נסיון פין טייטלען מיט דער מיטעלע פינגער איז אינו יכול לעמוד.

באמת » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:52 am

· #42476
זר זהב
וועגן די לאנגע נעגל ביניך מחולק. ס'איז אנדערע צייטן היינט... --

עניוועי נאכן אפלערענען דעם ערשטן אוחה"ק אויף די פרשת יפת תואר האט עס באקומען גאר אן אנדערע פנים. ס'מיינט בכלל
נישט אזווי ווי מ'לערנט עס פשוט אפ. עיי"ש

איך קען נישט פארשטיין די אמעראצעס פון אלע קאמענטירער דא אין אשכול ביז אהער.

ב'ה נישט נאר גמרא האסטיך גזעצט לערנען נאר אפ' אוה''ק
קיפ איט אפ

אנעים זמירות » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:16 pm

· #42488
איך האב אמאל געהערט (א רעקארדינג פון) א שיעור פון הרב חיים קויפמאן ז"ל ווי ער האט ערקלערט דאס איינמאל די תוה"ק איז מתיר די יפ"ת ווערט פארגרינגערט דעם נסיון, ווייל עס איז שוין נישט דא דעם מים גנובים ימתקו. אויב אזוי פארוואז זאל די תורה נישט מתיר זיין אלע איסורים אויף דעם סמך?
נאר אלגעמיין ווען די תוה"ק האט עפעס פארווערט מוז מען טוהן אלערליי השתדליות מיט א סיג לסיג מען זאל נישט צוקומען צום נסיון. משא"כ די נסיו פון א יפ"ת איז דאך אונטערגעקומען בע"כ פונעם סאלדאט ווען מען האט איהם ארויסגעשיקט למלחמה און ער האט בכלל נישט געהאט די ברירה זיך אויסצומיידען דערפון, דערפאר האט די תוה"ק איהם געמוזט געבן כלים און א יכולת זיך צו קענען באהערשען.

נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 7:50 pm

· #43770
א שיינעם שמועס איבער דעם ענין
<a class="postlink" href="http://www.yeshiva.org.il/midrash/shiur.asp?id=2595">http://www.yeshiva.org.il/midrash/shiur.asp?id=2595</a>
בלאט: 1 2