☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)

נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16924
בלאט: 1 2

ישי שטיינמעץ » מיטוואך מערץ 6, 2024 11:46 pm

· #553473
נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
איך עפען דא אן אשכול איבער חיילי צה"ל. פאר אלגעמיינע נייעס און אנעקדאטען.

אויך צו פאראייביגען די געדענקעניש פון די אידישע סאלדאטען וואס זענען געפאלען און די מלחמה צו באשיצען ארץ ישראל.

הרנינו גוים עמו. כי דם עבדיו יקום. ונקם ישוב לצריו . וכפר אדמתו עמו .

ישי שטיינמעץ » מיטוואך מערץ 6, 2024 11:52 pm

· #553474
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה
סמ"ר דויד ששון, בן 21, מגנות הדר, לוחם ביחידת עוקץ, חטיבת המרום, נפל בקרב בדרום רצועת עזה
📎 Screenshot 2024-03-07 065019.png

לאכעדיג » מיטוואך מערץ 6, 2024 11:59 pm

· #553476
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען, הי"ד?
קען מען זאגן אויף זיי הי"ד?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן,
ביטע נישט ענטפערן מיט אגרעסיווע תירוצים.

ישי שטיינמעץ » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 12:04 am

· #553477
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה
לאכעדיג #
קען מען זאגן אויף זיי הי"ד?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן,
ביטע נישט ענטפערן מיט אגרעסיווע תירוצים.
פארוואס נישט ?

זיי האבען זיך מוסר נפש געווען פאר כלל ישראל. אוודאי וועט דער באשעפער נקמה נעמען פאר זייער פארגאסען בלוט .

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 12:47 am

· #553481
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה
פארוואס נישט ?

זאקן » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 1:05 am

· #553484
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען, הי"ד?
לאכעדיג #
קען מען זאגן אויף זיי הי"ד?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן,
ביטע נישט ענטפערן מיט אגרעסיווע תירוצים.
אויב ס׳איז א איד מיט א בארד און באלאנגט צו איינער פון אונזער קרייזן דעמאלס קען מען יא זאגן הי״ד, אפילו ער איז געווען א רשע אדער א מניוול אבער וויבאלד ער לעבט שוין נישט טאר מען מער נישט זאגן א שלעכט ווארט, די אייבערשטער גייט שוין קער נעמען פון אים.

אויב ער זעהט אויס אנדערש ווי אונז איז עס א ערנסטע שאלה, אין ווי מער פרומער מ׳איז אלס מער דארף מען מחמיר זיין נישט אריין צו פאלן מיט א שאלה, על כן זענען די פרומע מחמיר נישט צו זאגן הי״ד ווען א איד וואס זעהט אויס אנדערש פון זיי ווערט גע׳הארגט רח״ל.

ערענסט גערעדט, זיי מסביר דיין קשיא

צוויי » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 1:09 am

· #553485
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה
הי"ד (השם ינקום דמו) קען מען זיכער זאגן
ס'קען אפילו זיין ס'האט א דאפעלטע משמעות, צום ערשט איז פשוט, אז וויבאלד א גוי האט אים געהרגט זאל דער אייבערשטער זיך נוקם זיין אין זיין בלוט דאס מיינט דער גוי וואס האט אים געהרגט, דערנאך איז א שאלה אויב דער וואס האט גורם געווען זיין מיתה, דער וואס האט אים געשיקט אויפן פראנט, אויב דער וואס האט אים געשיקט איז א מין וכופר, דאן גייט אויך ארויף הי"ד אויף אים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 2:20 am

· #553490
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען, הי"ד?
לאכעדיג #
קען מען זאגן אויף זיי הי"ד?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן,
ביטע נישט ענטפערן מיט אגרעסיווע תירוצים.
איך ווארט אז דער פ*רד זאל ענטפערן.

איך קען דיר שוין זאגן וואס זיין ענטפער וועט זיין.

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:46 am

· #553508
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה
ישי שטיינמעץ #
איך עפען דא אן אשכול צו פאראייביגען די געדענקעניש פון די אידישע סאלדאטען וואס זענען געפאלען און די מלחמה צו באשיצען ארץ ישראל.

הרנינו גוים עמו. כי דם עבדיו יקום. ונקם ישוב לצריו . וכפר אדמתו עמו .
הרב ישי, ביסט אביסל שפעט, מהאלט שוין ביי 5 חדשים אריין.
און איבער 580 לוחמים זענען געפאלן אויפן שלאכטפעלד (587, צו זיין אקוראט, אבער דעיס איז נאר וואס די מיליטערישע צענזור האט מתיר געווען)

פאר מער פרטים קענסטע קוקן אויפן אפיציעלן וועבזייטל חללי מלחמת חרבות ברזל

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 10:24 am

· #553522
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה
יש רבים מבני ישראל שנראים לפנים כלים רקים, אבל יש בידם מצוה זו של הצלת ישראל, שבזה הם מכריעים ועוברים את החכמים והגדולים שבישראל, והן אמת שאין הקדוש ברוך הוא לוקח שוחד מצוה כנגד עבירה, ומשלם להם עונש על כל העבירות שעושים ועל כל ביטול מצוה שמבטלים, אבל גם כן יש לו שכר הרבה ליתן להאנשים האלה שטורחים ועמלים בכל כחם להציל ישראל מיד גויים ולהציל עשוק מיד עושקו, מה טוב חלקם ומה נעים גורלם"

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 10:34 am

· #553528
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה
ייש"כ: נאר גיי פארצייל עס פאר די תלמידים פון הרב ש.ב. מרגליות און הרב ישראל מ. סופר. זיי מיינען אז ווען זיי שפייען שנאת ישראל זענען זיי מקיים די שיטה.

פערינא » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 10:55 am

· #553532
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה
צוויי #
הי"ד (השם ינקום דמו) קען מען זיכער זאגן
ס'קען אפילו זיין ס'האט א דאפעלטע משמעות, צום ערשט איז פשוט, אז וויבאלד א גוי האט אים געהרגט זאל דער אייבערשטער זיך נוקם זיין אין זיין בלוט דאס מיינט דער גוי וואס האט אים געהרגט, דערנאך איז א שאלה אויב דער וואס האט גורם געווען זיין מיתה, דער וואס האט אים געשיקט אויפן פראנט, אויב דער וואס האט אים געשיקט איז א מין וכופר, דאן גייט אויך ארויף הי"ד אויף אים.
וואס איז מיט א חסידישע רבי וואס האט גע'עצה'עט זיינע חסידים נישט צו פארלאזן אייראפע ווען די מלחמה האט שוין געבושעוועט אויף די גאס און היטלער איז שוין געווען ביי די טיר. קען מען זאגן הי"ד אויף די טויזענטע חסידים זיינע וואס זיינען דורך זיין הדרכה געפאלן אויפ'ן שלאכט פעלד רחמנה ליצלן? אדער נאר וועמען ער האט פיינט געהאט -די כופרישע ציונים- נאר זיי דארף השם זיך נוקם זיין מיט. ער האט אימיוניטי.

אסטיון » פרייטאג מערץ 8, 2024 7:23 am

· #553833
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה
וואס איז מיט א חסידישע רבי וואס האט גע'עצה'עט זיינע חסידים נישט צו פארלאזן אייראפע ווען די מלחמה האט שוין געבושעוועט אויף די גאס און היטלער איז שוין געווען ביי די טיר. קען מען זאגן הי"ד אויף די טויזענטע חסידים זיינע וואס זיינען דורך זיין הדרכה געפאלן אויפ'ן שלאכט פעלד רחמנה ליצלן? אדער נאר וועמען ער האט פיינט געהאט -די כופרישע ציונים- נאר זיי דארף השם זיך נוקם זיין מיט. ער האט אימיוניטי.

?Which rabbi

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2024 8:44 am

· #553836
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען הי"ד . ת.נ.צ.ב.ה
berlbalaguleh #
ייש"כ: נאר גיי פארצייל עס פאר די תלמידים פון הרב ש.ב. מרגליות און הרב ישראל מ. סופר. זיי מיינען אז ווען זיי שפייען שנאת ישראל זענען זיי מקיים די שיטה.

😉 😞 😮 😲 😕 😎 😠 😳 😢 😈 😈 🙄

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2024 8:45 am

· #553837
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען, הי"ד?
berlbalaguleh #
איך ווארט אז דער פ*רד זאל ענטפערן.

איך קען דיר שוין זאגן וואס זיין ענטפער וועט זיין.

🤓 🤓 😁 😐 :טראכט :דיסלייק :נעבעך :פראבלעם

שמן למאור » פרייטאג מערץ 8, 2024 11:26 am

· #553844
Re: נייעס און שמועסען איבער חיילי צבא הגנה לישראל (צה"ל)
😎 😲 😛 😉 😂 👍

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 8, 2024 11:57 am

· #553847
Re: געפאלענע צה"ל סאלדאטען, הי"ד?
שמעקעדיג #
berlbalaguleh #
איך ווארט אז דער פ*רד זאל ענטפערן.

איך קען דיר שוין זאגן וואס זיין ענטפער וועט זיין.

🤓 🤓 😁 😐 :טראכט :דיסלייק :נעבעך :פראבלעם
דו האסט נישט עפעס בעסער אדער מער זאכליך צו ענטפערן. נאר די אימוידזשיעס...לאל. זאג עפעס א (גוט) שטעך ווערטל אויפ'ן בעל עגלה. נאכדעים טו אזוי ווי דו טוסט אייביג, ווי א סדומ'ער צדיק. זאג אז אויב ס'אהרט מיך וועסטו עס אראפנעמען. יישר כח. מאויכל טאויבוועס.

דו ודכותך האבן נישט עפעס בעסער צו ענטפערן לאזסטו דיך אראפ, כדרככם, צו פערזענליכע אטאקעס.

צועקים וזועקים » פרייטאג מערץ 8, 2024 1:22 pm

· #553856
Re: נייעס און שמועסען איבער חיילי צבא הגנה לישראל (צה"ל)
עס קומט דא פאר שווערע בוליאינג אויף אונזער @באלעגאלע, לא ננוח ולא נשקוט.

שמן למאור » פרייטאג מערץ 8, 2024 2:05 pm

· #553858
Re: נייעס און שמועסען איבער חיילי צבא הגנה לישראל (צה"ל)
לאמיר מאכן א מקוה סטרייק צו שטיצן בערל'ן.

ישי שטיינמעץ » זונטאג מערץ 10, 2024 9:25 am

· #553976
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
נאך א קרבן ליידער געפאלען.

דעם פאריגען פרייטאג איז נעבעך גאפאלען אין די מלחמה אין עזה נאך א טייערע קרבן. עמישר בן דוד פון דער יישוב עלי אין אפרים. א טאטע פון 5 קינדערלאך.

היינט זינטאג איז ער געקומען לקבורה אין בית העלמין אויף הר הרצל.

זיין טאטע חיים האט מספיד געווען:
"לפני 43 שנה אמא ואני בשבת שביעי של פסח לקראת לידה. נסענו לבית החולים כרמל שם נולדת. קראנו לך עמישר כי עם ישראל שר את שירת הים. גדלת ושרת את שירת חייך, שירה של חסד ונתינה. עכשיו אתה למעלה. עלית מחיל של מטה אל חיל של מעלה. אנחנו כאן למטה נשתדל להיות עם שלומית הלביאה הגיבורה ועם ילדיך. קהל קדוש, באתם לכאן לכבודו של גיבור ישראל. שומר ישראל, שמור מדינת ישראל, שמור חיילי ישראל, שמור אחדות ישראל"
📎 GIQADa5XQAAdgCY.jpg 📎 12333.png 📎 GIP6XwPWQAEuNUA.jpg

ישי שטיינמעץ » זונטאג מערץ 10, 2024 11:21 am

· #553987
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
בניו של עמישר בן דוד קוראים קדיש בהלוויתו .

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:59 am

· #554275
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
ישי שטיינמעץ #
נאך א קרבן ליידער געפאלען.

דעם פאריגען פרייטאג איז נעבעך גאפאלען אין די מלחמה אין עזה נאך א טייערע קרבן. עמישר בן דוד פון דער יישוב עלי אין אפרים. א טאטע פון 5 קינדערלאך.

היינט זינטאג איז ער געקומען לקבורה אין בית העלמין אויף הר הרצל.

זיין טאטע חיים האט מספיד געווען:
"לפני 43 שנה אמא ואני בשבת שביעי של פסח לקראת לידה. נסענו לבית החולים כרמל שם נולדת. קראנו לך עמישר כי עם ישראל שר את שירת הים. גדלת ושרת את שירת חייך, שירה של חסד ונתינה. עכשיו אתה למעלה. עלית מחיל של מטה אל חיל של מעלה. אנחנו כאן למטה נשתדל להיות עם שלומית הלביאה הגיבורה ועם ילדיך. קהל קדוש, באתם לכאן לכבודו של גיבור ישראל. שומר ישראל, שמור מדינת ישראל, שמור חיילי ישראל, שמור אחדות ישראל"
ער האט אוועק געשאנקען א ניר פאר איינעם נישט לאנג צוריק!!
אין יעצט נעבעך האט ער שוין נישט די צווייטע אויכעט נישט...
אנשי חסד נאספו...

בן-עולם-הבא » דינסטאג מערץ 12, 2024 1:46 pm

· #554556
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
כדאי צו באמערקן אז די צאל געפאלענע פון די געשטריקע יארמולקעס וועלכע ווערן אנגערופן דתיים לאומיים איז א סך העכער פון זייער צאל אינעם אלגעמיינעם געזעלשאפט. ארום 40% קרבנות. בלויז פון דער "מכינה עלי" זענען געפאלן רח"ל 18 שומרי תורה ומצוות.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 12, 2024 5:09 pm

· #554596
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
בן עולם הבא: ייש"כ. אונז אב מיר (ב"ה) אנדערע גרעניצן. א יעדער איד וואס פאלט רח"ל אין קאמף קעגן די רוצחי נפשות ישראל איז א הייליגער איד. נאר דאך איכשהוא ווען א רעליגיעזער איד א שומר תורה ומצוות פאלט (ח"ו) איז עס א גרעסערער צער. מ'שפירט עס נאנטער.

צועקים וזועקים » דינסטאג מערץ 12, 2024 5:11 pm

· #554597
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
berlbalaguleh #
בן עולם הבא: ייש"כ. אונז אב מיר (ב"ה) אנדערע גרעניצן. א יעדער איד וואס פאלט רח"ל אין קאמף קעגן די רוצחי נפשות ישראל איז א הייליגער איד. נאר דאך איכשהוא ווען א רעליגיעזער איד א שומר תורה ומצוות פאלט (ח"ו) איז עס א גרעסערער צער. מ'שפירט עס נאנטער.
דיין רבי האט געזאגט אנדערש ביי די 3 בחורים...

היימלינד » דינסטאג מערץ 12, 2024 5:21 pm

· #554598
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
צועקים וזועקים #
berlbalaguleh #
בן עולם הבא: ייש"כ. אונז אב מיר (ב"ה) אנדערע גרעניצן. א יעדער איד וואס פאלט רח"ל אין קאמף קעגן די רוצחי נפשות ישראל איז א הייליגער איד. נאר דאך איכשהוא ווען א רעליגיעזער איד א שומר תורה ומצוות פאלט (ח"ו) איז עס א גרעסערער צער. מ'שפירט עס נאנטער.
דיין רבי האט געזאגט אנדערש ביי די 3 בחורים...
אויך ביי די 8 אין ישיבת מרכז הרב האט ער זיך מיאוס פארעדט

איך אויך » מיטוואך מערץ 13, 2024 12:16 am

· #554671
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
און זיי זענען ביידע טאקע טרויעריג בארימט מיט זייערע שמוציגע לויזע צינגלעך.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 13, 2024 3:38 pm

· #554759
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
צועקים וזועקים #
berlbalaguleh #
בן עולם הבא: ייש"כ. אונז אב מיר (ב"ה) אנדערע גרעניצן. א יעדער איד וואס פאלט רח"ל אין קאמף קעגן די רוצחי נפשות ישראל איז א הייליגער איד. נאר דאך איכשהוא ווען א רעליגיעזער איד א שומר תורה ומצוות פאלט (ח"ו) איז עס א גרעסערער צער. מ'שפירט עס נאנטער.
דיין רבי האט געזאגט אנדערש ביי די 3 בחורים...
איך בין נישט מסכים מיט איהם.

ער האט באקומען די נישט ריכטיגע עצות. (פון הרב ש.ב. מרגליות זצ"ל).

צועקים וזועקים » מיטוואך מערץ 13, 2024 3:46 pm

· #554767
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
berlbalaguleh #
צועקים וזועקים #
berlbalaguleh #
בן עולם הבא: ייש"כ. אונז אב מיר (ב"ה) אנדערע גרעניצן. א יעדער איד וואס פאלט רח"ל אין קאמף קעגן די רוצחי נפשות ישראל איז א הייליגער איד. נאר דאך איכשהוא ווען א רעליגיעזער איד א שומר תורה ומצוות פאלט (ח"ו) איז עס א גרעסערער צער. מ'שפירט עס נאנטער.
דיין רבי האט געזאגט אנדערש ביי די 3 בחורים...
איך בין נישט מסכים מיט איהם.

ער האט באקומען די נישט ריכטיגע עצות. (פון הרב ש.ב. מרגליות זצ"ל).
רח"ל מהאי דעתא... רבינו סר מן הדרך.

בן-עולם-הבא » מאנטאג מערץ 18, 2024 9:09 am

· #555294
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
צעענדליקע טויזנטער אידין קומען יעדעס יאר ז' אדר צו ר' שמעון אין מירון. היי-יאר איז דאס פארבאטן געווארן צוליב דער אנגעצויגענעם מצב אין צפון לאנד.

שוין עטלעכע מאל וואס חאסאן נאסראללה האט ראקעטן געצילט קיין מירון. בחסדי השם, קיינער איז נישט געטראפן געווארן. אבער די שרעק ביי די מתפללים איז געווען גרויס.

ווען דער נאסראללה וואלט אריין געפאלן אין מיינע הענט וואלט איך אים אויסגעפליקט די בארד מיט די פיאות.

איך בין זיכער אז ר' שמעון וועט פון אים נקמה נעמען. ער וועט איינמעמען א שוואצן סוף.

מיין ברודער » מאנטאג מערץ 18, 2024 10:37 am

· #555312
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
בן-עולם-הבא #
צעענדליקע טויזנטער אידין קומען יעדעס יאר ז' אדר צו ר' שמעון אין מירון. היי-יאר איז דאס פארבאטן געווארן צוליב דער אנגעצויגענעם מצב אין צפון לאנד.

שוין עטלעכע מאל וואס חאסאן נאסראללה האט ראקעטן געצילט קיין מירון. בחסדי השם, קיינער איז נישט געטראפן געווארן. אבער די שרעק ביי די מתפללים איז געווען גרויס.

ווען דער נאסראללה וואלט אריין געפאלן אין מיינע הענט וואלט איך אים אויסגעפליקט די בארד מיט די פיאות.

איך בין זיכער אז ר' שמעון וועט פון אים נקמה נעמען. ער וועט איינמעמען א שוואצן סוף.
קיינער איז טאקע נישט געגאנגען ?

בן-עולם-הבא » מאנטאג מערץ 18, 2024 12:34 pm

· #555318
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
ס'איז געווען גאר א קליינער צאל. נישט ווייל דער עולם האט מורא געהאט, נאר ווייל די פאליציי האט נישט דערמעגלעכט אנקומען.
ז' אדר אין מירון, ווער ס'ווייסט נישט, איז ווי ל"ג בעומר, נאר אין א קליינעם פארמאט.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 18, 2024 4:57 pm

· #555353
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
איין קליינע הערה: דער חתן (חאסאן) נאסראללאה, ימ"ש האט טאקע א בארד. נאר נישט קיין פיאות.

די צדיקים אין די ליטא האבן געהאט א ווערטל... אז א בארד אן פיאות איז א טריפה'נע בארד. והא ראיה הערצל האט אויך א בארד...!

טל ומטר » מיטוואך מערץ 20, 2024 12:03 pm

· #555558
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
📎 פורים.jpg📎 גיוס רחל.jpg

סקעפטיקער » מיטוואך מערץ 20, 2024 12:20 pm

· #555560
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 20, 2024 4:40 pm

· #555580
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
היימלינד #
צועקים וזועקים #
berlbalaguleh #
בן עולם הבא: ייש"כ. אונז אב מיר (ב"ה) אנדערע גרעניצן. א יעדער איד וואס פאלט רח"ל אין קאמף קעגן די רוצחי נפשות ישראל איז א הייליגער איד. נאר דאך איכשהוא ווען א רעליגיעזער איד א שומר תורה ומצוות פאלט (ח"ו) איז עס א גרעסערער צער. מ'שפירט עס נאנטער.
דיין רבי האט געזאגט אנדערש ביי די 3 בחורים...
אויך ביי די 8 אין ישיבת מרכז הרב האט ער זיך מיאוס פארעדט
ניין: נאר ביי דעם פאל ווי ער האט באוויינט די אומגעקומענע בחורים וועלכע האבן געלערנט תורה אין א הייליגע ישיבה האט ער באקומען פייער פון דעם צד שכנגד (די זאלונים און בני יואל) אז ער האט געזאגט אויף א מזרחי'סטישע ישיבה א מקום קדוש וואו מ'לערנט תורה.

אין נאך א פאל האט ער גערעדט זייער אידיש און מענטשליך. ביי די קדושי מומביי האט באוויינט דעם פאקט אז די אידן זענע אונגעקומען אין א מקום קדוש. האט ער געכאפט שטארק פייער אז ער האט אנגערופן א ליובאוויטשע שול א מקום קדוש...!

ווי ס'זעהט אויס האט ער זיך (א ביסל) דערשראקן. און ביי די 3 בחורים וואס זענען אומגעקומען האט ער שוין גערעדט ווי א סאטמער'ע רבי דארף צו רעדן. שטאטס באוויינען דעם פאקט אז אידישע בחורים זענען אומגעקומען דורך די אראבישע רוצחים, ימ"ש האט ער געזאגט אז זייערע טאטעס זענען רוצחים אז זיי האבן געשיקט זייערע קינדער לערנען אין אזא (מזרחיס'טישע) ישיבה.

לעומת דער צאנז-קלויזנבורגער רב שליט"א איז אליין געפארן צו די 3 משפחות מנחם אבל זיין.

בן-עולם-הבא » דאנערשטאג מערץ 21, 2024 1:10 pm

· #555685
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
ס'איז זייער נאריש צו וווינען אין אמעריקע. ביי אונדז אין ישראל האט מען שוין פון לאנג אפגעפאסט. ביי אייך אין אמעריקע דארף איר זיך
מאטערן נאך א שיינע פאר שעה. אווירה דארץ ישראל מחכים, זאגן חז"ל, זיי האבן גוט געוווסט וואס זיי זאגן. א ראיה איז אז איך האב
דעם שכל צו וווינען דא.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 21, 2024 4:15 pm

· #555711
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
בן עולם הבא: איך זעה אז דו ביסט שוין פורימ'דיג. איך האף אז דו האלטסט נאך פאר עד דלא ידע.

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 21, 2024 6:47 pm

· #555720
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
בן-עולם-הבא #
ס'איז זייער נאריש צו וווינען אין אמעריקע. ביי אונדז אין ישראל האט מען שוין פון לאנג אפגעפאסט. ביי אייך אין אמעריקע דארף איר זיך
מאטערן נאך א שיינע פאר שעה. אווירה דארץ ישראל מחכים, זאגן חז"ל, זיי האבן גוט געוווסט וואס זיי זאגן. א ראיה איז אז איך האב
דעם שכל צו וווינען דא.
גיט א פאל אריין פון עולם הבא צו גשמיותדיגע קאווע שטיבל, אזוי פלוצלינג אין א אומשילדיגע אשכול

ברוך שפינוזה » פרייטאג מערץ 22, 2024 12:49 am

· #555733
סקעפטיקער #
באמת גייט דאס צופראסקעטקייט שוין צוריק צו די צייטן פון ינאי המלך מיט די 300 נזירים, כ'דארף מסביר זיין אדער מ'פארשטייט אליין?

היום » פרייטאג מערץ 22, 2024 3:10 am

· #555743
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
בן-עולם-הבא #
ס'איז זייער נאריש צו וווינען אין אמעריקע. ביי אונדז אין ישראל האט מען שוין פון לאנג אפגעפאסט. ביי אייך אין אמעריקע דארף איר זיך
מאטערן נאך א שיינע פאר שעה. אווירה דארץ ישראל מחכים, זאגן חז"ל, זיי האבן גוט געוווסט וואס זיי זאגן. א ראיה איז אז איך האב
דעם שכל צו וווינען דא.
ס׳איז שווער א שטארקע פירכא אויף דיין ראיה.
ווען די האסט מחליט געווען צו גיין וואוינען קיין ארץ ישראל, ווי ביסטו דאן געווען?
ממה נפשך, אויב ביסטו געווען אין חוץ לארץ, אפשר איז עס געווען נער׳ישע החלטה? מיט דיין ווייניג (ווייניגער) שכל פון חוץ לארץ…
און אויב די ביסט בשעת די החלטה יא געווען אין ארץ ישראל, פון ווי ווייסטו אז די האסט מחכים געווען? ווער ווייסט וואס די וואלסט געטיען ווען די ביסט אין חו״ל?

חוץ מזה בין איך נאך נישט משוכנע אז דער החלטה איז געווען דיינס!
אז דיין שוויגער הייסט דיר וואס צו טיען, און די פאלגסט איר בלית ברירה, קענסטו נישט קומען נעמען קרעדיט פאר דעם…
א ודאי נישט קומען זיך בארימען ווי ״קליג״ דו ביסט געווארן…

היום » פרייטאג מערץ 22, 2024 3:17 am

· #555744
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
היום #

די וועסט מוזן אויפקומען מיט בעסערע הוכחות צו באווייסן ווי די ביסט קליגער געווארן…

סקעפטיקער » פרייטאג מערץ 22, 2024 1:01 pm

· #555777
Re:
ברוך שפינוזה #
סקעפטיקער #
באמת גייט דאס צופראסקעטקייט שוין צוריק צו די צייטן פון ינאי המלך מיט די 300 נזירים, כ'דארף מסביר זיין אדער מ'פארשטייט אליין?
זיי מסביר

ברוך שפינוזה » פרייטאג מערץ 22, 2024 4:52 pm

· #555813
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)

חיי עולם » דינסטאג מערץ 26, 2024 6:49 pm

· #556047
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
📎 IMG-20240324-WA0206~2.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 26, 2024 8:16 pm

· #556052
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
איך ווייס נישט ווער די רבי איז. און וואס ער געט איבער פאר דעם אידישן סאלדאט? ביטע זיי מסביר. כדי דער עולם זאל הנאה האבן.

יונה1212 » דינסטאג מערץ 26, 2024 9:06 pm

· #556063
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
berlbalaguleh #
איך ווייס נישט ווער די רבי איז. און וואס ער געט איבער פאר דעם אידישן סאלדאט? ביטע זיי מסביר. כדי דער עולם זאל הנאה האבן.
קוק גוט וועסטו זעהן, דאס איז הערשי ווויינבערגער מיט בערי וועבער (ראש ישיבה אש? ).

יאנעשאלמע » מיטוואך אפריל 10, 2024 10:17 pm

· #558734
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
דוד באשעבקין האט א גיטע אינטערווא מיט אפאר חרידישע lone soldiers
די רילעשינשיפ מיט די עלטערען ביפאר און דערנאך
https://open.spotify.com/episode/3g87y8ZbE7uvTLnJx42LCi?si=vCEOg7ETQKCACVXTX3cXVw

Chasidishmashpia » מיטוואך מאי 1, 2024 5:54 pm

· #560318
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
קען איינער מיר מסביר זיין וואס גייט פאר אין די אמעריקאנע אוניווערזיטעטן? וואס פראבירן זיי צו טון? און אקעגן וועם פראטעסטירן זיי? איך מיין, שטעל דיר פאר אז די תלמידם פון מירער ישיבה גייען מאכן פראטעסטן אז רוסלאנד באמבאדירט אוקראינה... וועמען גייט עס אנגיין און וואס איז די תועלת פון דעם?
מיר קוקט עס אויס ווי די סטודענטן האלטן נישט ביים לערנען....

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 1, 2024 7:58 pm

· #560335
Re: נייעס און שמועסען איבער צה"ל און חיילי צה"ל (צבא הגנה לישראל)
דער אפיציעלער תירוץ איז "דיי-וועסטמענט". זיי ווילן אז די יוניווערסיטי/ס זאללן ארויסנעמען אלע זייערע אינוועסטמענטס פון קאמפעניס וועלכע טוען ביזנעס מיט מדינת ישראל.

נאר דאס איז דאך שוין אן אלטע פאליטישע אישו. וואס איז געשעהן איצט?! מסתמא אזוי ווי דער מעיאר פון ניו יארק מר. עריק עדעמס זאגט. אז ס'זענען דא העצערס פון אינדרויסן (נישט סטודענטן). מעגליך פאלעסטינער גרופס. אדער אנדערע אנארכיסטישע אנטיסעמיטישע גרופס מיט אן אגענדא.

נאר הרב ש.ב. מרגליות פון בלאט און הרב חיים שלמה בערגער און די אנדערע צודרייטע דעמאגאגן בתוכינו וועלן שוין טרעפן עפעס א ציונסיטישע .קאנספיראציע. און זיי וועלן דרשנ'ען און מאלן וואסער. זייערע געוויינליכע אויסגעדראשענע שטותים. אז די ציונים זענען שולדיג פאר אלעס און די גויים האבן פיינט די אידן נאר צוליעב די ציונים. און די צדיקים האבן געהאט א ווייטן בליק. בלאה בלאה בלאה. און אז די אראבערס זענען וואוילע מענטשן אזוי אויך די גויים. באלד וועלן זיי נאך איבערברענגען די שטותים פון הרב שמאפלאן וואספארא וואוילע מענטשן די אראבערס זענען און די אידן האבן אייביג גוט געלעבט מיט זיי. נאר די ציונים האבן אלעס קאליע געמאכט. און בחדא מחתא (כ'וויל נישט זאגן פון וועלכן לשון דאס קומט.) אז די ציונים זענען אויך געווע שותפים מיט די נאציס. אויסצוהרג'ענען די אידן (ח"ו) כדי זיי זאללן קענען אויפשטעללן זייער טמא'נע מדינה בלאה בלאה בלאה...!
בלאט: 1 2