☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » רעדן מיט די ווייב??? - און איבער די מצב אידישקייט בעפאר די מלחמה

רעדן מיט די ווייב??? - און איבער די מצב אידישקייט בעפאר די מלחמה

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16914

שמן למאור » זונטאג מערץ 3, 2024 11:46 pm

· #552612
רעדן מיט די ווייב??? - און איבער די מצב אידישקייט בעפאר די מלחמה
די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

איך ברענג דא אראפ א קאפי דערפון, ליינסט עס דורך און לאמיר הערן א מיינונג.

📎 Screenshot_20240303_234713.jpg

חדשים » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:22 am

· #552618
Re: רעדן מיט די ווייב???
What a good solution...

וואס זאגט די ווייב דערצו?...

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:22 am

· #552619
Re: רעדן מיט די ווייב???
איך אגרי, סיג לחכמה שתיקה. פון אסאך רעדן ווערט פראבלעמען.
ווי איך פארשטיי האט ער נישט געמיינט צו זאגן אז מ'דארף זיכן דייקא איינער וואס רעדט נישט, נאר ווי ס'קוקט אויס איז די שידוך געפאלן פאר'ן שואל, נאר ער האט געהאט איין פראבלעם אז זי איז נישט אזא בא'טעמ'טע שמיעסער, אויף דעם ארויף האט ר' אביגדור אנגעצייגט אז דאס קען גאר זיין א מעלה.

קהל'ס נער » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:27 am

· #552622
Re: רעדן מיט די ווייב???
שמן למאור #
די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

איך ברענג דא אראפ א קאפי דערפון, ליינסט עס דורך און לאמיר הערן א מיינונג.

Screenshot_20240303_234713.jpg
א וואוילער איד וואס האט געמיינט גוטס, אבער גערעדט אסאך שטותים.

ווי למשל אז די האלאקאוסט איז געוועהן א גוטע זאך, כדי אפצושטעלן אסימילאציע.
(זאגט אן אמעריקאנער בוי וואס האט מכל הבא ליד בשעת אונזערע זיידעס ווערן פארברענט)

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:29 am

· #552623
Re: רעדן מיט די ווייב???
איך האלט בכלליות זייער פון ר' אביגדור, אסאך שיינע זאכן געזאגט, אבער לענ"ד צו רילעישאנשיפ איש ואשתו האט ער נישט צופיל פארשטאנען. אדער קען זיין ער האט גערעדט לפי מדריגת אנשי דורו, אבער היינטיגע דור וועט נישט ארבעטן זיינע השקפות אויף מערידזש.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 4, 2024 3:03 am

· #552648
Re: רעדן מיט די ווייב???
ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז נישט געווען בארעכטיגט צו זאגן א מיינונג איבער דעם האלאקאוסט ווייל ער האט נישט פארלוירן נאנטע מענטשן פן זיין משפחה וועלכע זענען אומגעקומען דורך די נאציס. אזוי ווי די מערסטע פוילישע און אונגארישע אידן.

יא. איינער וועט קומען און זאגן אז ער האט געהאט עפעס אן עלטער מומע'ס א שטיף טאכטער וואס איז אומגעקומען אין האלאקאוסט. את"ל. ס'איז נישט גלייך צו די מענטשן וואס אונז האמיר געקענט. וועלכע האבן פארלוירן טאטעס, מאמעס. געשוויסטער און קינדער און אייניקלעך.

די זעלבע איז היינט מיט ר' יוסף מזרחי. (וואס רעדט שוין לעצטנס א סאך שטותים. און ער רופט עס שיעורי תורה.) ער האט נישט די סענסיטיוויטי וואס די קינדער און אייניקלעך פון האלאקאוסט סוירווייווערס האבן. ממילא דארף ער נישט אריינרעדן אין די עניינים.

אלע צוזאמען » מאנטאג מערץ 4, 2024 9:45 am

· #552674
Re: רעדן מיט די ווייב???
berlbalaguleh #

דאס איז די זעלבע זאך ווי זאגן אז נאר א פרוי מעג און קען דעפינירן וואס א פרוי איז...

מילך טראק » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:00 am

· #552677
Re: רעדן מיט די ווייב???
שטייט שוין אין חזל אל תרבה שיחה עם האישה

היימלינד » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:14 am

· #552681
Re: רעדן מיט די ווייב???
שמן למאור #
די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

איך ברענג דא אראפ א קאפי דערפון, ליינסט עס דורך און לאמיר הערן א מיינונג.
עס ווענדט זיך אסאך אין די תכונת הנפש פון די מאן, אויב איז ער פון די שטילערע סארט און ביי איהם איז quality time זיצען רוהיג צוזאמען, דעמאלטס פיין, אבער א צווייטער קען גוט משוגע ווערען פון דעם.
ממילא איז נישט מעגליך צו עכט זאכען א כלל אין דעם, לענ"ד.

היימלינד » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:21 am

· #552684
Re: רעדן מיט די ווייב???
berlbalaguleh #
ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז נישט געווען בארעכטיגט צו זאגן א מיינונג איבער דעם האלאקאוסט ווייל ער האט נישט פארלוירן נאנטע מענטשן פן זיין משפחה וועלכע זענען אומגעקומען דורך די נאציס. אזוי ווי די מערסטע פוילישע און אונגארישע אידן.

יא. איינער וועט קומען און זאגן אז ער האט געהאט עפעס אן עלטער מומע'ס א שטיף טאכטער וואס איז אומגעקומען אין האלאקאוסט. את"ל. ס'איז נישט גלייך צו די מענטשן וואס אונז האמיר געקענט. וועלכע האבן פארלוירן טאטעס, מאמעס. געשוויסטער און קינדער און אייניקלעך.

די זעלבע איז היינט מיט ר' יוסף מזרחי. (וואס רעדט שוין לעצטנס א סאך שטותים. און ער רופט עס שיעורי תורה.) ער האט נישט די סענסיטיוויטי וואס די קינדער און אייניקלעך פון האלאקאוסט סוירווייווערס האבן. ממילא דארף ער נישט אריינרעדן אין די עניינים.
איך אגרי מיט אייך אין פרינציפ, אבער עס איז דא אזא מושג ווי איינער פון אינדרויסען וואס איז נישט emotionally attached קען זעהן די זאך קלארער....
איך מיין נישט דווקא ר"א מילר אדער די שואה נאר בכלליות איז עס נישט אפגעפרעגט אז איינער פון אינדרויסען רופט זיך אהן עפעס כל זמן ער ווייסט אז זייער מעגליך פעלט איהם פרטים און הרגשים צו די זאך

צועקים וזועקים » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:35 pm

· #552754
Re: רעדן מיט די ווייב???
ער זאגט גאר גוט. אפשר געשריבענערהייט קען זיך עס הערן עקסטרעים, זיין נקודה איז אמת ויציב.

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:37 pm

· #552757
Re: רעדן מיט די ווייב???
אל תרבה שיחה עם האישה.

פון נישט רעדן האט נאך קיינער נישט חרטה געהאט.

די קעפעלע » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:54 pm

· #552766
Re: רעדן מיט די ווייב???
קהל'ס נער #
שמן למאור #
די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

איך ברענג דא אראפ א קאפי דערפון, ליינסט עס דורך און לאמיר הערן א מיינונג.

Screenshot_20240303_234713.jpg
א וואוילער איד וואס האט געמיינט גוטס, אבער גערעדט אסאך שטותים.

ווי למשל אז די האלאקאוסט איז געוועהן א גוטע זאך, כדי אפצושטעלן אסימילאציע.
(זאגט אן אמעריקאנער בוי וואס האט מכל הבא ליד בשעת אונזערע זיידעס ווערן פארברענט)
ר' אביגדור האט געהאט א שטארקע כוח פון צונעמען א יעדע זאך און קומען מיט א נייע perspective ווי אזוי עס אנצוקוקען, ער איז געווען שארף און טיילמאל זייער provocative און outspoken, בעיקר האט ער דאס געניצט ארויסצוברענגן די נקודה עד הסוף (ווי למשל די האלוקאסט....), אבער ער האט געהאט געוואלדיגע שיינע רעיונות און גאר אסאך יראת שמים.

היימלינד » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:29 pm

· #552784
Re: רעדן מיט די ווייב???
לאכעדיג #
אל תרבה שיחה עם האישה.

פון נישט רעדן האט נאך קיינער נישט חרטה געהאט.
פון נישט חתונה האבען האט קיינער נישט געהאט קיין שלום בית פראבלעמען
די נקודה איז צוזאמנעמען צוויי אנדערע מענטשען און עס מאכען ארבעטען, סיי ווען מען רעדט און סיי ווען מען איז שטיל

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:43 pm

· #552795
Re: רעדן מיט די ווייב???
היימלינד #
די נקודה איז צוזאמנעמען צוויי אנדערע מענטשען און עס מאכען ארבעטען, סיי ווען מען רעדט און סיי ווען מען איז שטיל
ריכטיג. אבער שווייגן איז איז אייביג בעסער פון רעדן.

yesiknow » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:56 pm

· #552805
Re: רעדן מיט די ווייב???
איטס עי משנה אל תרבה שיחה עם האישה . באשתו אמרו
מרוב דברים לא יחדל פשע

סטעי עוועי פראם יור הייז ווען נאט נידעט

מען דארף זיין קלוג צו מאכען זי זאל דיך וועלען אין זיכען צו שמועסען מיט דיר .
בי קריעטיוו ענד סמארט בי דע ליעדער

חיי עולם » מאנטאג מערץ 4, 2024 8:03 pm

· #552892
Re: רעדן מיט די ווייב???
yesiknow #
איטס עי משנה אל תרבה שיחה עם האישה . באשתו אמרו
מרוב דברים לא יחדל פשע

סטעי עוועי פראם יור הייז ווען נאט נידעט

מען דארף זיין קלוג צו מאכען זי זאל דיך וועלען אין זיכען צו שמועסען מיט דיר .
בי קריעטיוו ענד סמארט בי דע ליעדער

ביי אונז האט מען געטייטשט אל תרבה ’דו זיי נישט מרבה’ לאז איר רעדן וויפיל זי וויל זי זאל הייזעריג ווערן

און בכלל ס’איז א סתם משנה סתם ואח’’כ מחלוקת אין הלכה כסתם...

צוויי » מאנטאג מערץ 4, 2024 8:09 pm

· #552893
Re: רעדן מיט די ווייב???
קען איינער איבערטייטשן אין קורצן וואס רבי אביגדור זצ"ל ברענגט ארויס?

=

איבער אל תרבה שיחה עם האשה, א פרוי האט ליב אליינס צו רעדן, די בעסטע שלום בית איז אויסצוהערן די ווייב ביזן סוף און זיך איינהאלטן אריינצורעדן, אבער אויסהערן אינגאנצן נישט נאר מיט איין אויער, רוב מאל דארף זי נישט קיין עצות נאר מיטגעפיל, ס'שטייט נישט אל תרבה לשמוע את האשה.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 4, 2024 9:25 pm

· #552923
Re: רעדן מיט די ווייב???
היימלינד #
berlbalaguleh #
ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז נישט געווען בארעכטיגט צו זאגן א מיינונג איבער דעם האלאקאוסט ווייל ער האט נישט פארלוירן נאנטע מענטשן פן זיין משפחה וועלכע זענען אומגעקומען דורך די נאציס. אזוי ווי די מערסטע פוילישע און אונגארישע אידן.

יא. איינער וועט קומען און זאגן אז ער האט געהאט עפעס אן עלטער מומע'ס א שטיף טאכטער וואס איז אומגעקומען אין האלאקאוסט. את"ל. ס'איז נישט גלייך צו די מענטשן וואס אונז האמיר געקענט. וועלכע האבן פארלוירן טאטעס, מאמעס. געשוויסטער און קינדער און אייניקלעך.

די זעלבע איז היינט מיט ר' יוסף מזרחי. (וואס רעדט שוין לעצטנס א סאך שטותים. און ער רופט עס שיעורי תורה.) ער האט נישט די סענסיטיוויטי וואס די קינדער און אייניקלעך פון האלאקאוסט סוירווייווערס האבן. ממילא דארף ער נישט אריינרעדן אין די עניינים.
איך אגרי מיט אייך אין פרינציפ, אבער עס איז דא אזא מושג ווי איינער פון אינדרויסען וואס איז נישט emotionally attached קען זעהן די זאך קלארער....
איך מיין נישט דווקא ר"א מילר אדער די שואה נאר בכלליות איז עס נישט אפגעפרעגט אז איינער פון אינדרויסען רופט זיך אהן עפעס כל זמן ער ווייסט אז זייער מעגליך פעלט איהם פרטים און הרגשים צו די זאך
הוא מותיב לה והוא מפרק לה: דו האסט עס אליין פארענטפערט. ווען דו האסט געזאגט אז "ס'פעהלט איהם הרגשים". דאס קענמען נישט נאכמאכן מיט'ן בעסטן ווילן.

איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל און איך האב געפרעגט פון מיין מאמע...וואו איז זיידי און באבי? האט זי געענטפערט אז זיי זענען אומגעקומען אין אוישוויץ...! איך האב דאך דאמאלס נישט פארשטאנען וואס אוישוויץ האט געמיינט.

ממילא: א איד וואס מיינט ווי קלוג ער איז. און ווי פאפולאר ער איז מכח די אידעאלאגיע/פראפאגאנדע, קען נישט פארשטיין, און מיטפיהלן וואס די האלאקאוסט סוירווייווערס און זייערע קינדער האבן געשפיהרט. ביי איהם איז עס אן אבסטראקטע קפיטל אין די אידישע היסטאריע וואס ער מיינט אז ער איז ממונה (פון וועים?) דן צו זיין איבער דעים.

moishe ben yosef » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:25 pm

· #553065
Re: רעדן מיט די ווייב???
א גוטע געדאנק פאר די 1970'ס

ארכיטקט » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:56 pm

· #553071
Re: רעדן מיט די ווייב???
קהל'ס נער #
שמן למאור #
די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

איך ברענג דא אראפ א קאפי דערפון, ליינסט עס דורך און לאמיר הערן א מיינונג.

Screenshot_20240303_234713.jpg
א וואוילער איד וואס האט געמיינט גוטס, אבער גערעדט אסאך שטותים.

ווי למשל אז די האלאקאוסט איז געוועהן א גוטע זאך, כדי אפצושטעלן אסימילאציע.
(זאגט אן אמעריקאנער בוי וואס האט מכל הבא ליד בשעת אונזערע זיידעס ווערן פארברענט)
נישט נאר ער האט אזוי געזאגט, נאך אסאך גדולים ווי הרב ראזענבלום האבן געזאגט אז היטלער ימ"ש האט געראטעוועט די ליטא.

אזוי אויך ווער ס'ווייסט די מצב פון אידישקייט אין אייראפע פאר די מלחמה האט נישט קיין קשיות פארוואס ס'איז געקומען....

yesiknow » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:27 pm

· #553136
Re: רעדן מיט די ווייב???
קוק די נאמען פון אשכול אין ווי מען איז אנגעקומען

עטס זעסט ווי מען קומט אהן מיט רעדן מיט די ווייב , מען האלט שוין ביי היטלער האלאקויסט.

יו געט די איידיע

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 8:14 pm

· #553161
Re: רעדן מיט די ווייב???
הייסט דו ביסט שוין אויכעט אין די קליקע פון מענטשן וואס האבן סתם פיינט ר' בערל און זוכן אים צו בארעדן? סתם אומפארגינערס

yesiknow » מיטוואך מערץ 6, 2024 9:37 am

· #553258
רבי בערל
איז דא אזא קליקע דא אין שטיבעל ?

דאס טאר נישט זיין דאס איז דאך שנאת חינם בתפארתה, איך האב געמיינט די קאווע (טיי..) טרינקערס זענען "העכער" פון דאס .

שמן למאור » מיטוואך מערץ 6, 2024 11:17 pm

· #553467
Re: רעדן מיט די ווייב???
ארכיטקט #
קהל'ס נער #
שמן למאור #
די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

איך ברענג דא אראפ א קאפי דערפון, ליינסט עס דורך און לאמיר הערן א מיינונג.

Screenshot_20240303_234713.jpg
א וואוילער איד וואס האט געמיינט גוטס, אבער גערעדט אסאך שטותים.

ווי למשל אז די האלאקאוסט איז געוועהן א גוטע זאך, כדי אפצושטעלן אסימילאציע.
(זאגט אן אמעריקאנער בוי וואס האט מכל הבא ליד בשעת אונזערע זיידעס ווערן פארברענט)
נישט נאר ער האט אזוי געזאגט, נאך אסאך גדולים ווי הרב ראזענבלום האבן געזאגט אז היטלער ימ"ש האט געראטעוועט די ליטא.

אזוי אויך ווער ס'ווייסט די מצב פון אידישקייט אין אייראפע פאר די מלחמה האט נישט קיין קשיות פארוואס ס'איז געקומען....
און נאכן מלחמה איז טאקע רוב כלל ישראל פרום געווארן. היינט איז כמעט נישטא קיין פרייע אידן אויפן וועלט.

yesiknow » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 12:08 am

· #553478
Re: רעדן מיט די ווייב???
עס איז דא פרייע אבער די פוינט איז אז די פרומע זענען גאר שטארק און גאר אסאך, עס וואקסט און בליהט למעלה מן המשוער.

אידישקייט איז געגאנגען בארג אראפ ווי אן עוועלאנש מיט גאר א שנעלען טעמפא, כידוע ליודעי היסטוריה

זאקן » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 1:22 am

· #553488
Re: רעדן מיט די ווייב???
א דיין האט מיך געזאגט אז בעלזער רבי פלעגט זאגן אז די מלחמה איז געקומען וועגן מ׳האט גענומען בירד קאנטראל.
איך מיין אלע רבי׳ס זאלן מאכן א החלטה צוזאמען פארוואס די מלחמה איז געקומען, ווייל מיין קאפ שווינדלט שוין פון הערן יעדן טאג א אנדערע סיבה פארוואס די מלחמה איז געקומען.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 3:12 am

· #553493
Re: רעדן מיט די ווייב???
זאג די דיין בשמי אז ער רעדט הבלים.

עמקות התם » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 3:33 am

· #553494
Re: רעדן מיט די ווייב???
זאקן #
א דיין האט מיך געזאגט אז בעלזער רבי פלעגט זאגן אז די מלחמה איז געקומען וועגן מ׳האט גענומען בירד קאנטראל.
איך מיין אלע רבי׳ס זאלן מאכן א החלטה צוזאמען פארוואס די מלחמה איז געקומען, ווייל מיין קאפ שווינדלט שוין פון הערן יעדן טאג א אנדערע סיבה פארוואס די מלחמה איז געקומען.
סתם געהאקט!
להברת האמת: כידוע האט ער געזאגט עס איז א גזירה מן השמים אונז האבען נישט קיין השגה אין דעם, דעם רשע האט פאר'מסר'ט ביי אלע שבעים שרים, ואין לנו רשות להרהר אחריה.

cictim » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 4:18 am

· #553496
Re: רעדן מיט די ווייב???
"צבאות ואילות השדה" רינגס עי בעלל?
נאר יעדער רעדט וואס איז ביי אים וויכטיג, סאטמאר באשולדיגט ציונות, און ר' אביגדור פון יודישקייט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 7:46 am

· #553506
Re: רעדן מיט די ווייב???
צוריק צום נושא, רבותי.

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:34 am

· #553507
Re: רעדן מיט די ווייב???
yesiknow #
עס איז דא פרייע אבער די פוינט איז אז די פרומע זענען גאר שטארק און גאר אסאך, עס וואקסט און בליהט למעלה מן המשוער.

אידישקייט איז געגאנגען בארג אראפ ווי אן עוועלאנש מיט גאר א שנעלען טעמפא, כידוע ליודעי היסטוריה
כ'ווייס נישט צו נאך 80 יאר פון בויען אידישקייט נאכן קריג שטייט חרדישע אידישקייט אזוי שטארק ווי עס איז געשטאנען פארן קריג. האסט א מושג וואס האט זיך אפגעטון אין פוילן? ישיבות, חצרות'ן, ס'האט געקנאקט בעסער ווי יעצט.

זאת ועוד, נאכן מלחמה זענען רוב פרומע חברה אינגאנצן אפגעפארן.

ארכיטקט » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 10:53 am

· #553531

דא האסטו א קליפ פון מונקאטש... רח"ל, אלע זענען געקומען פון פרומע שטיבער, די ווינט פון השכלה און ציונות איז געווען משוגע שטארק.

סקעפטיקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 11:43 am

· #553545
Re: רעדן מיט די ווייב???
שמן למאור #
און נאכן מלחמה איז טאקע רוב כלל ישראל פרום געווארן. היינט איז כמעט נישטא קיין פרייע אידן אויפן וועלט.
די פוינט איז אז די פרומע האבן געמאכט שבת פאר זיך. אזא סארט טיילונג. געב עס צייט און מיר גייען נישט אויסקוקן בעסער ווי פארן קריג

שפילער » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 12:05 pm

· #553552
Re: רעדן מיט די ווייב???
סקעפטיקער #
שמן למאור #
און נאכן מלחמה איז טאקע רוב כלל ישראל פרום געווארן. היינט איז כמעט נישטא קיין פרייע אידן אויפן וועלט.
די פוינט איז אז די פרומע האבן געמאכט שבת פאר זיך. אזא סארט טיילונג. געב עס צייט און מיר גייען נישט אויסקוקן בעסער ווי פארן קריג
וועט קימען נאכאיינס...

סקעפטיקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 12:11 pm

· #553555
Re: רעדן מיט די ווייב???
נאך א מלחמה? איך האף אז נישט. א טיילונג? מעגליך, אבער נישט אויף אזא שטארקע פארנעם. די טיילונג און אונגארן איז אויך געווען מחמת הכרח צוליב די רעגירונג, אין פוילן איז גארנישט געווען

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 5:08 pm

· #553646
Re: רעדן מיט די ווייב???
ארכיטקט #
שמן למאור #
yesiknow #
עס איז דא פרייע אבער די פוינט איז אז די פרומע זענען גאר שטארק און גאר אסאך, עס וואקסט און בליהט למעלה מן המשוער.

אידישקייט איז געגאנגען בארג אראפ ווי אן עוועלאנש מיט גאר א שנעלען טעמפא, כידוע ליודעי היסטוריה
כ'ווייס נישט צו נאך 80 יאר פון בויען אידישקייט נאכן קריג שטייט חרדישע אידישקייט אזוי שטארק ווי עס איז געשטאנען פארן קריג. האסט א מושג וואס האט זיך אפגעטון אין פוילן? ישיבות, חצרות'ן, ס'האט געקנאקט בעסער ווי יעצט.

זאת ועוד, נאכן מלחמה זענען רוב פרומע חברה אינגאנצן אפגעפארן.
דא האסטו א קליפ פון מונקאטש... רח"ל, אלע זענען געקומען פון פרומע שטיבער, די ווינט פון השכלה און ציונות איז געווען משוגע שטארק.

פון וואו ווייסטו אז אלע זענען געקומען פון פרומע שטובער??

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 5:09 pm

· #553647
Re: רעדן מיט די ווייב???
סקעפטיקער #
שמן למאור #
און נאכן מלחמה איז טאקע רוב כלל ישראל פרום געווארן. היינט איז כמעט נישטא קיין פרייע אידן אויפן וועלט.
די פוינט איז אז די פרומע האבן געמאכט שבת פאר זיך. אזא סארט טיילונג. געב עס צייט און מיר גייען נישט אויסקוקן בעסער ווי פארן קריג
פארן קריג איז אויך אזוי געווען, אין אונגארן זיכער.

סקעפטיקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 5:14 pm

· #553650
Re: רעדן מיט די ווייב???
שמן למאור #
פארן קריג איז אויך אזוי געווען, אין אונגארן זיכער.
פאר די קריג איז שוין געווען ערנסטע שפאלטענעס אינעם מויער, די געמישטע חתונות וואס סאטמאר רב האט זיך געשלאגן זענען געווען ביי די ארטאדאקסן

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:32 pm

· #553733
לויט ווי איך פארשטיי זענען חתונות געוועהן געמישט מאז היתה ישראל לגוי נאר מיט א 2-3 הונדערט יאר צוריק האבן די רבנים באשלאסן זיך צו שלאגן דערמיט און ביז'ן מלחמה האבן זיי קיינמאל נישט באוויזן עס אינגאנצן אויסצוראטן פונעם פרומען ציבור.

סקעפטיקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:34 pm

· #553735
Re:
ברוך שפינוזה #
לויט ווי איך פארשטיי זענען חתונות געוועהן געמישט מאז היתה ישראל לגוי נאר מיט א 2-3 הונדערט יאר צוריק האבן די רבנים באשלאסן זיך צו שלאגן דערמיט און ביז'ן מלחמה האבן זיי קיינמאל נישט באוויזן עס אינגאנצן אויסצוראטן פונעם פרומען ציבור.
מ'רעדט פון יונגען און מוידן טאנצן צוזאמען

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:34 pm

· #553736
פארשטייט זיך

סקעפטיקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:50 pm

· #553740
Re: רעדן מיט די ווייב???
אזוי געווען ביז צוויי דריי הונדערט יאר צוריק? איך קויף עס נישט

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 9:27 pm

· #553749
ביז'ן קריג, טראץ די קעגנערשאפט פון די רבנים דורכאויס אלע יארן. די פוינט איז אז דאס איז נישט א טייל פונעם שפאלט וואס איז געשעהן פאר'ן קריג נאר גייט שוין צוריק הונדערטער יארן. ס'דאך דא די באקאנטע ב"ח (400 יאר צוריק) וועגן זאגן שהשמחה במעונו, און אזוי ווייטער אלע ספרים לאורך כל הדורות רעדן זיך אפ דערוועגן.

עמרם » פרייטאג מערץ 8, 2024 2:22 am

· #553816
Re: רעדן מיט די ווייב??? - און איבער די מצב אידישקייט בעפאר די מלחמה
ר' יחזקאל לעווינשטיין ז''ל (וואס האט אליינס איבערגעלעבט דעם קריג) האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען זעהן אז די קריג איז אויך געווען א טובה"

נאך א שמויגער » פרייטאג מערץ 8, 2024 6:04 am

· #553828
Re: רעדן מיט די ווייב???
שמן למאור #
yesiknow #
עס איז דא פרייע אבער די פוינט איז אז די פרומע זענען גאר שטארק און גאר אסאך, עס וואקסט און בליהט למעלה מן המשוער.

אידישקייט איז געגאנגען בארג אראפ ווי אן עוועלאנש מיט גאר א שנעלען טעמפא, כידוע ליודעי היסטוריה
כ'ווייס נישט צו נאך 80 יאר פון בויען אידישקייט נאכן קריג שטייט חרדישע אידישקייט אזוי שטארק ווי עס איז געשטאנען פארן קריג. האסט א מושג וואס האט זיך אפגעטון אין פוילן? ישיבות, חצרות'ן, ס'האט געקנאקט בעסער ווי יעצט.

זאת ועוד, נאכן מלחמה זענען רוב פרומע חברה אינגאנצן אפגעפארן.
שטותים והבלים! צווישן די צוויי מלחמות איז געווען די גרעסטע הפקרות, נאך ערגער ווי ביי די מתיוונים. גאנצע שטעט זענען אינגאנצן אראפ פון אידישן וועג. אלע ״איזמ״ס האבען געבוזשעוועט.

בן עיר » פרייטאג מערץ 8, 2024 11:11 am

· #553843
Re:
ברוך שפינוזה #
ביז'ן קריג, טראץ די קעגנערשאפט פון די רבנים דורכאויס אלע יארן. די פוינט איז אז דאס איז נישט א טייל פונעם שפאלט וואס איז געשעהן פאר'ן קריג נאר גייט שוין צוריק הונדערטער יארן. ס'דאך דא די באקאנטע ב"ח (400 יאר צוריק) וועגן זאגן שהשמחה במעונו, און אזוי ווייטער אלע ספרים לאורך כל הדורות רעדן זיך אפ דערוועגן.
אין יערות דבש זעה מען טאקע אין פילע דרשות וואו ער רעדט קעגן דעם

מענדל בייליס » מוצ"ש מערץ 9, 2024 10:30 pm

· #553907
Re: רעדן מיט די ווייב??? - און איבער די מצב אידישקייט בעפאר די מלחמה
עמרם #
ר' יחזקאל לעווינשטיין ז''ל (וואס האט אליינס איבערגעלעבט דעם קריג) האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען זעהן אז די קריג איז אויך געווען א טובה"
דעמאלטס ווען דער אמת וועט נתגלה ווערן וועט מען זען פארוואס אלע צרות וואס אידן זענען אריבער בכלל ובפרט זענען געווען לטובה. אבער דערווייל ווי לאנג מיר זיצן נאך אינעם הסתר פנים איז א שרעקליכע עוולה פון ר' אביגדור צו זאגן אזעלכע ווערטער, אפי' נאר צו פראוון א פוינט, ובפרט אז ער האט עס נאך געמיינט ערנסט. ביז היינט ליידט מען נאך פון די ביטערע נאכווייען וואס דער צורר היהודים האט איבערגעלאזט, וואס ווי עס זעט אויס וועט דאס נישט גענצליך פארראכטן ווערן ביז משיח'ס טאג, און ער האט די חוצפה צו זאגן פארנט פון מענטשן וועלכע זענען אליין געווען אין דעם גיהנם אז באיזה אופן איז דאס גאר געווען א טובה.