☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » הרבנית מ'סקווירא ע"ה

הרבנית מ'סקווירא ע"ה

146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16885
בלאט: 1 2 3

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:13 pm

· #550322
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
לעפטאפ #
מ'האלט אין איין רעדן פון די פטירה פונעם סקווירא רעביצין ע"ה אבער א בילד פונעם נפטרת האט נאך קיינער נישט געלייגט,
באגלייט איז א בילד פונעם חשובע נפטרת הרבנית חי' חנה טווערסקי ע"ה
אויף די בילד זעט זי נישט אויס 81. איז דאס א אלטע בילד?

היימלינד » מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:20 pm

· #550325
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
עמרם #
וואס איז אינטערסאנט ארויסצוברענגען, אז זי איז אויפגעוואקסן אין א''י וואס איז יענע צייטן געווען היפש אנדערש ווי אמעריקע, און חתונה געהאט ביי די 16
און קוים אפאר וואכן נאך די חתונה איז זי געפארן וואוינען אין אמעריקע, אין א קליינע דארף,
געקומען ביי די 16.5 3 וואכען נאך די חתונה קיין שום נאנטע משפחה עכ"פ אין עידז', ווי אויך האט די שוויגער איר נישט צופיל געגליכען זייענדיג א בית יעקב סאברא מיידל פון די [דעמאלטסדיגע] נייע דור.

ביי די 25 איז איר מאן געווארען רבי, בעיסיקלי האט זי געהאט יעדע סיבה צו זיין א ביטערע פארווייטאגטע פרוי, אבער ניין! זי איז געווען מלא חיות און אינגאנצען איבערגעגבען לבעלה, השיכון והחסידות.

כניאק » מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:58 pm

· #550333
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
יום טוב ליפמאן צונז #
לעפטאפ #
מ'האלט אין איין רעדן פון די פטירה פונעם סקווירא רעביצין ע"ה אבער א בילד פונעם נפטרת האט נאך קיינער נישט געלייגט,
באגלייט איז א בילד פונעם חשובע נפטרת הרבנית חי' חנה טווערסקי ע"ה
אויף די בילד זעט זי נישט אויס 81. איז דאס א אלטע בילד?
יא, זי איז שוין נישט געווען געזונט א גוטע פאר יאר, איך מיין בערך 7-8.

צפור בודד » מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:54 pm

· #550339
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
ניחום אבלים אין בעלזא
📎 IMG-20240219-WA0007.jpg

לעפטאפ » מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:55 pm

· #550340
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
בעלזא רעביצין ביים זיצן שבעה על פטורת אחותה
📎 Screenshot 2024-02-19 155310.png

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:20 pm

· #550342
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
היימלינד #
עמרם #
וואס איז אינטערסאנט ארויסצוברענגען, אז זי איז אויפגעוואקסן אין א''י וואס איז יענע צייטן געווען היפש אנדערש ווי אמעריקע, און חתונה געהאט ביי די 16
און קוים אפאר וואכן נאך די חתונה איז זי געפארן וואוינען אין אמעריקע, אין א קליינע דארף,
געקומען ביי די 16.5 3 וואכען נאך די חתונה קיין שום נאנטע משפחה עכ"פ אין עידז', ווי אויך האט די שוויגער איר נישט צופיל געגליכען זייענדיג א בית יעקב סאברא מיידל פון די [דעמאלטסדיגע] נייע דור.

ביי די 25 איז איר מאן געווארען רבי, בעיסיקלי האט זי געהאט יעדע סיבה צו זיין א ביטערע פארווייטאגטע פרוי, אבער ניין! זי איז געווען מלא חיות און אינגאנצען איבערגעגבען לבעלה, השיכון והחסידות.
היימלינד: דאס איז דאך אן השערה. (אז איהר שוויגער האט איהר נישט געגליכן). דו ביסט דאך נישט דארט געווען. דו ביסט נאך דאמאלס (מסתמא) זייער א קליין יונגל... במאמר המוסגר...(לאל)

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:22 pm

· #550343
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
צפור בודד #
ניחום אבלים אין בעלזא
שלום עליכם: דו ביסט שוין לאנג נישט דא געווען...לאמיר זיך טרעפן אויף שמחות...!

היימלינד » מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:48 pm

· #550352
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
berlbalaguleh #
היימלינד #
עמרם #
וואס איז אינטערסאנט ארויסצוברענגען, אז זי איז אויפגעוואקסן אין א''י וואס איז יענע צייטן געווען היפש אנדערש ווי אמעריקע, און חתונה געהאט ביי די 16
און קוים אפאר וואכן נאך די חתונה איז זי געפארן וואוינען אין אמעריקע, אין א קליינע דארף,
געקומען ביי די 16.5 3 וואכען נאך די חתונה קיין שום נאנטע משפחה עכ"פ אין עידז', ווי אויך האט די שוויגער איר נישט צופיל געגליכען זייענדיג א בית יעקב סאברא מיידל פון די [דעמאלטסדיגע] נייע דור.

ביי די 25 איז איר מאן געווארען רבי, בעיסיקלי האט זי געהאט יעדע סיבה צו זיין א ביטערע פארווייטאגטע פרוי, אבער ניין! זי איז געווען מלא חיות און אינגאנצען איבערגעגבען לבעלה, השיכון והחסידות.
היימלינד: דאס איז דאך אן השערה. (אז איהר שוויגער האט איהר נישט געגליכן). דו ביסט דאך נישט דארט געווען. דו ביסט נאך דאמאלס (מסתמא) זייער א קליין יונגל... במאמר המוסגר...(לאל)
ריכטיג, מפי השמועה

עמרם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:00 pm

· #550355
השגחה פרטית !
קוים לעצטע וואך איז אדמו''ר ר' ישראל הגר שליט''א פון וויזניץ שיכון, געווען דא אין נ''י,
שטעלט אייך פאר אז די רבי איז דא ביים לוי', די סאטמארע שוואגער וואלט געהאט א ערענסטע פראבלעם, פון איין זייט קען ער דאך נישט גיין ווייל אפשר וועט ער אים אנטרעפן, אבער ער וויל דאך נישט ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע אין סקווירא,
ב''ה, מיט די געוואלדיגע השגחה פרטית איז פארמיטן געווארן א ערענסטע דילעמע

למדן וחסיד » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:10 pm

· #550357
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
און ווער קומט מנחם אבל זיין בשליחותו?
הרב מייזליש זיין איידעם

היימלינד » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:19 pm

· #550362
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
למדן וחסיד #
און ווער קומט מנחם אבל זיין בשליחותו?
הרב מייזליש זיין איידעם
וועט ער אויך גיין צו די דאפעלטע מומע מ'סאטמער ?

עמרם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:20 pm

· #550363
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
היימלינד #
למדן וחסיד #
און ווער קומט מנחם אבל זיין בשליחותו?
הרב מייזליש זיין איידעם
וועט ער אויך גיין צו די דאפעלטע מומע מ'סאטמער ?
אויב מ'וועט אים אריינלאזן

היימלינד » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:21 pm

· #550364
Re: השגחה פרטית !
עמרם #
קוים לעצטע וואך איז אדמו''ר ר' ישראל הגר שליט''א פון וויזניץ שיכון, געווען דא אין נ''י,
שטעלט אייך פאר אז די רבי איז דא ביים לוי', די סאטמארע שוואגער וואלט געהאט א ערענסטע פראבלעם, פון איין זייט קען ער דאך נישט גיין ווייל אפשר וועט ער אים אנטרעפן, אבער ער וויל דאך נישט ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע אין סקווירא,
ב''ה, מיט די געוואלדיגע השגחה פרטית איז פארמיטן געווארן א ערענסטע דילעמע
ממש א מופת זי האט אויסגעווארט צו פארמיידען די פראבלעם
ואולי אפשר לומר אז וועגען דעם באגריסט מען זיך נישט ביי א שבעה און אפשר אויך ביי א לויה אזוי אז אויב זיי טרעפען זיך ח"ו וועט מען זיך נישט דארפען באגריסען.

למדן וחסיד » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:22 pm

· #550365
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
ער איז אליין שולדיג

שפילער » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:29 pm

· #550369
Re: השגחה פרטית !
עמרם #
קוים לעצטע וואך איז אדמו''ר ר' ישראל הגר שליט''א פון וויזניץ שיכון, געווען דא אין נ''י,
שטעלט אייך פאר אז די רבי איז דא ביים לוי', די סאטמארע שוואגער וואלט געהאט א ערענסטע פראבלעם, פון איין זייט קען ער דאך נישט גיין ווייל אפשר וועט ער אים אנטרעפן, אבער ער וויל דאך נישט ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע אין סקווירא,
ב''ה, מיט די געוואלדיגע השגחה פרטית איז פארמיטן געווארן א ערענסטע דילעמע
זיי זענען צוקריגט? איך כאפ נישט וואס איר שרייבט

עמרם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:44 pm

· #550372
Re: השגחה פרטית !
שפילער #
עמרם #
קוים לעצטע וואך איז אדמו''ר ר' ישראל הגר שליט''א פון וויזניץ שיכון, געווען דא אין נ''י,
שטעלט אייך פאר אז די רבי איז דא ביים לוי', די סאטמארע שוואגער וואלט געהאט א ערענסטע פראבלעם, פון איין זייט קען ער דאך נישט גיין ווייל אפשר וועט ער אים אנטרעפן, אבער ער וויל דאך נישט ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע אין סקווירא,
ב''ה, מיט די געוואלדיגע השגחה פרטית איז פארמיטן געווארן א ערענסטע דילעמע
זיי זענען צוקריגט? איך כאפ נישט וואס איר שרייבט
יא
ליידער,
די הגה''ק פון סאטמאר קרית יואל שליט''א, איז שטארק אנגעווייטאגט אויף זיין שוואגער, און האט זיך שוין נישט געטראפן מיט אים א לאנגע צייט

חסידים צייכענען צו, אז דאס קומט נאכדעם וואס ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו א פרעזענליכע בקשה פון די רבי'ן שליט''א
געווען איז עס סוף תש''פ, ווען די סאטמארע רבי האט אויסגערופן קולו בקודש און מחרים געווען זיין באליבטער פלימעניק דעם בן אחותו און ראש המרודה אין בני ברק, אז ער האט נישט קיין שום דריסת הרגל אין סיי וועלכע סאטמארע בנין, סיי אין בני ברק און סיי אין ירושלים, סיי שבת און סיי אונדערוואכן

באלד דערויף האט זיך די פלימעניק געגרייט צו א ברית פון זיין אייניקל, וואס איז פארגעקומען אין די גרויסע סאטמארע בית מדרש אין בני ברק, נישט אויספאלגענדיג די באפעל וואס האט אים גע'אסר'ט דארט די דריסת הרגל
דעמאלטס האט די סאטמארע רבי שליט''א געשיקט א בקשה צו זיין שוואגער די ווישניצער רבי פון שיכון (וואס איז די שווער פון די ראש המרודה) אז טראץ וואס ער איז א זיידע ביים שמחה זאל ער זיך נישט באטייליגן, וויבאלד עס קומט פאר בבית מדרשו, קעגן זיין דירעקטע באפעל

די ווישניצער האט זיך נישט ציטון געמאכט, מיט א טענה אז אלץ זיידע דארף ער גיין אפגעזעהן ווי און ווער ס'מאכט עס,
דאן האט זיך דער סאטמערער צעטיילט פון אים, און אפגעהאקט די באציאונגען צווישן די צוויי,
ביי א געוויסע געלעגנהייט האט די סאטמארע זיך אויסגעדרוקט, אז ווען זיין שוואגער איז געווען גלות ליידן, ווען מ'האט אים געווארפן פון וויזניץ, איז ער געווען די איינציגסטע וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אים און געהאלפן אויף א גרויסע פארנעם, און דא האט ער אים ס''ה צירוק געבעטן א קליינע טובה, אבער ער האט אים נישט געוואלט צילוב טוהן,

מאנרא יונגערמאן » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:53 pm

· #550376
Re: השגחה פרטית !
דעס איז זיכער נישט אמת אז ער איז געווען די איינציגסטער וואס האט אים געהאלפן, אויב ער האט אים בכלל געהאלפן

עמרם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:55 pm

· #550379
איך שרייב ס''ה, וואס מ'זאגט אז ער האט געזאגט

קלוגע יודל » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:00 pm

· #550380
Re:
עמרם #
איך שרייב ס''ה, וואס מ'זאגט אז ער האט געזאגט
ער האט אויך געזאגט אז ער גייט זיך נישט צוקריגן מיט זיין שוואגער וועגן דעם...

סבא דבהתא » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:04 pm

· #550382
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
מאנרא יונגערמאן #
קיינער רעד נישט פון אירע קינדער

ר יצחק אין ר חיים מאיר זענען קלוגע בחורים

אינטערעסאנט ווי זיי זענען אויפגעוואקסן
ביי די רבישע אז מ’איז נישט קיין בהמה הייסט מען שוין ’קלוג’ משל לשושנה בין החוחים וה”ה די מוראדיגע מוראדיגע מעלה פון מהרז”ל וואס יעדע חסיד זיינע בארומט זיך אז... ’ער איז א נארמאלע מענטש’! פשיייי! יעדע צווייטע בעל הבית ’איז א נארמאלע מענטש’ נאר וואס דען? ביי די בנשק”ים איז עס א גאנצע מעלה

היום » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:06 pm

· #550383
Re: השגחה פרטית !
עמרם #
די הגה''ק פון סאטמאר קרית יואל שליט''א, איז שטארק אנגעווייטאגט אויף זיין שוואגער, און האט זיך שוין נישט געטראפן מיט אים א לאנגע צייט

חסידים צייכענען צו, אז דאס קומט נאכדעם וואס ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו א פערזענליכע בקשה פון די רבי'ן שליט''א.

געווען איז עס סוף תש''פ, ווען די סאטמארע רבי האט אויסגערופן קולו בקודש און מחרים געווען זיין באליבטער פלימעניק דעם בן אחותו און ראש המרודה אין בני ברק, אז ער האט נישט קיין שום דריסת הרגל אין סיי וועלכע סאטמארע בנין, סיי אין בני ברק און סיי אין ירושלים, סיי שבת און סיי אונדערוואכן

באלד דערויף האט זיך די פלימעניק געגרייט צו א ברית פון זיין אייניקל, וואס איז פארגעקומען אין די גרויסע סאטמארע בית מדרש אין בני ברק, נישט אויספאלגענדיג די באפעל וואס האט אים גע'אסר'ט דארט די דריסת הרגל

דעמאלטס האט די סאטמארע רבי שליט''א געשיקט א בקשה צו זיין שוואגער די ווישניצער רבי פון שיכון (וואס איז די שווער פון די ראש המרודה) אז טראץ וואס ער איז א זיידע ביים שמחה זאל ער זיך נישט באטייליגן, וויבאלד עס קומט פאר בבית מדרשו, קעגן זיין דירעקטע באפעל

די ווישניצער האט זיך נישט צו טון געמאכט, מיט א טענה אז אלץ זיידע דארף ער גיין אפגעזעהן ווי און ווער ס'מאכט עס,
דאן האט זיך דער סאטמערער צעטיילט פון אים, און אפגעהאקט די באציאונגען צווישן די צוויי,

@עמרם, האסט אויסגעלאזט וואס ווישזניצער רבי האט געענפערט זיין שוואגער:

"מיר ביידע ווייסן זייער גוט וואס מיינט נישט לאזן א זיידע ביי די קינדערס שמחות"...

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:33 pm

· #550390
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
לעפטאפ #
מ'האלט אין איין רעדן פון די פטירה פונעם סקווירא רעביצין ע"ה אבער א בילד פונעם נפטרת האט נאך קיינער נישט געלייגט,
באגלייט איז א בילד פונעם חשובע נפטרת הרבנית חי' חנה טווערסקי ע"ה
איך האב אויבן געפרעגט צו עס איז פאראן א בילד פון די קאפל צוזאמען. איי געסס אז עס איז נישט פאראן אזוינס!
WOW!

עמרם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:39 pm

· #550400
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
סוף טוב הכל טוב #
לעפטאפ #
מ'האלט אין איין רעדן פון די פטירה פונעם סקווירא רעביצין ע"ה אבער א בילד פונעם נפטרת האט נאך קיינער נישט געלייגט,
באגלייט איז א בילד פונעם חשובע נפטרת הרבנית חי' חנה טווערסקי ע"ה
איך האב אויבן געפרעגט צו עס איז פאראן א בילד פון די קאפל צוזאמען. איי געסס אז עס איז נישט פאראן אזוינס!
WOW!
פארוואס קוקסטו עס אהן ווי א מעלה ?

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:42 pm

· #550404
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
עמרם #
סוף טוב הכל טוב #
לעפטאפ #
מ'האלט אין איין רעדן פון די פטירה פונעם סקווירא רעביצין ע"ה אבער א בילד פונעם נפטרת האט נאך קיינער נישט געלייגט,
באגלייט איז א בילד פונעם חשובע נפטרת הרבנית חי' חנה טווערסקי ע"ה
איך האב אויבן געפרעגט צו עס איז פאראן א בילד פון די קאפל צוזאמען. איי געסס אז עס איז נישט פאראן אזוינס!
WOW!
פארוואס קוקסטו עס אהן ווי א מעלה ?
פארוואס מיינסטו אז איך קוק עס אהן ווי א מעלה?

הנגרה » מאנטאג פעברואר 19, 2024 7:21 pm

· #550411
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
ר אלימלך בידערמאן גייט פורן די וויניצע חתונה
צוליב וואס וויזניץ רבי זיצט שבעה
https://www.bechatzros.com/post/876567854

געטרייע טאטע » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:05 am

· #550491
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
אינטערעסאנט אז סקווירא ליגן די פרויען אין א עקסטערע אוהל און נישט צוזאמען מיט די מענער

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:25 am

· #550496
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
וואס איז אזוי אינטערעסאנט. אז מ'קען נישט וואקן אויף די זעלבע זייט גאס, האסטו געוואלט זיי זאלן ליגן אין איין אוהל?

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:42 am

· #550499
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
די רבי'שע קינדער אין סקווער, כ"ש דער רבי אליינס, שלאפן נישט אין די זעלבע בעד-רום מיט די רביצין, איז דאך אוודאי לאחר מיתתם וואס גדולים מבחייהם...

סבא דבהתא » דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:02 am

· #550501
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
כ'ווייס נישט אויב ס’איז אזא שלעכטע געדאנק.... וואלט גראדע גאנץ גוט געווען אז מ'זאל נאר זיין אין איין בעדרום ווען מ’איז מקיים מצות עונה

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:27 am

· #550530
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
שמעון וואלף #
וואס איז אזוי אינטערעסאנט. אז מ'קען נישט וואקן אויף די זעלבע זייט גאס, האסטו געוואלט זיי זאלן ליגן אין איין אוהל?

מ'שמועסט אז עפ"י פקודת כ"ק האדמו"ר שליט"א גייט מען בויען מחיצות ביי די עק פון סיידוואק אויף אלע גאסן אין שטעטל. אז די מענער זאלן נישט קענען (ח"ו) אריבערקוקן אויף די נשים.

בעל דרשן » דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:51 pm

· #550633
Re: השגחה פרטית !
עמרם #
ביי א געוויסע געלעגנהייט האט די סאטמארער זיך אויסגעדרוקט, אז ווען זיין שוואגער איז געווען גלות ליידן ווען מ'האט אים געווארפן פון וויזניץ, איז ער געווען די איינציגסטער וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אים און געהאלפן אויף א גרויסע פארנעם, און דא האט ער אים ס''ה צוריקגעבעטן א קליינע טובה, אבער ער האט אים נישט געוואלט צוליב טוהן,

אלע שוואגער האבן אים געהאלפן, אבער מ'קען פארשטיין דעם לב אהרן מסאטמאר, רבי ישראל וואלט געקענט פארלאנגען פונעם איידעם אז ער זאל עס מאכן בבית מדרש וויזניץ, און נישט אין סאטמאר וואס קען וויי טון פאר זיין שוואגער.

די פוינט איז ער וואלט געקענט צופרידן שטעלן ביידע.

אוהב ספרים » דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:52 pm

· #550635
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
געטרייע טאטע #
אינטערעסאנט אז סקווירא ליגט די פרויען אין א עסקענע אהל אין נישט צוזאמען מיט די מענער
נישט נאר אין סקווירא

אין ויזניץ
ליבאוויטש
ועוד

פרי עץ הדר » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:00 pm

· #550638
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
איך וויל זיך אננעמען אביסל אויף די וויזניצער רבי פון בני ברק. זייענדיג א נרדף צוואנציג יאר פלאס וויל ער נישט זיין א חלק אין מצער זיין אן אייגן קינד... און אויב דער קרית יואל סאטמאר רבי איז געווען אזא צדיק דעמאלס פארשטייענדיג די נרדף מצב און זיך אנגענומען אויף די זון אקעגן זיין טאטע און אייגענע שווער,
איז זייער שווער אזא צדיק וואס עפעס פארשטייט ער נישט יעצט נישט צו מאכען א מחלוקה?

און ווייסט איינער בכלל זיין טענה אויף די ראש המרידה, איינער פארשטייט אדער ווייסט? אז די חרם מוז גיין אפילו אויף א שווער פון א פרעמדע קרייז?

והשנית אויב ער איז יא סענסיטיוו צו א קינד וואס איז גערודפ'ט פון א טאטן, פארוואס האט ער פארשטאנען אז ער טוט אזא מצוה פון צו נעמען די שמחות פון ר' ישראל'טשע ביי די ראש המרידה אלע יארן זייענדיג סך הכל א פעטער פון אמעריקע?

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:07 pm

· #550640
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
ביידע נקודות וואס די שרייבסט ווערן ערווענט אין רבי ישראל'ס אשכול,
ער האט אלע רעכטן, און פארקערט רבי אהרן וואלט געדארפט זיין די ערשטע צו אכטונג געבן אויף שלימות המשפחות, ער פארשטייט יא די צער וד"ל.

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:10 pm

· #550642
Re: השגחה פרטית !
בעל דרשן #


אלע שוואגער האבן אים געהאלפן סקווירא נישט כידוע ליודעים, אבער מ'קען פארשטיין דעם לב אהרן מסאטמאר, רבי ישראל וואלט געקענט פארלאנגן פונעם איידעם אז ער זאל עס מאכן בבית מדרש וויזניץ, און נישט אין סאטמאר וואס קען וויי טון פאר זיין שוואגער. פארוואס אין וויזניץ? זייט ווען פארשטייט רבי אהרן אז רח"צ האט עפעס מיט וויזניץ? ווער איז געווען בראש פון זיינע שמחות אלע יארען אין בני ברק במקום פונעם שווער און די זיידע די ישוע"מ [רבי אהרן'ס אייגענע שווער] ?

די פוינט איז ער וואלט געקענט צופרידן שטעלן ביידע.

קלמן הלוי » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:28 pm

· #550647
Re: השגחה פרטית !
בעל דרשן #
אלע שוואגער האבן אים געהאלפן
סקווירא נישט כידוע ליודעים,

פארוואס סקווירא נישט?

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:36 pm

· #550649
Re: השגחה פרטית !
פרעגסט פארוואס סקווירא האט איהם נישט מקרב געווען? פרעג דעם רבין שליט"א

פרעגסט פארוואס איך זאג אזוי, ווער ס'האט מיטגעהאלטן די מציאות באותן השנים ווייסט דאס, איך קען דיר געבן א קליינע דוגמא: עס איז אמאל געווען א בשותפות'דיגע שבת'דיג שמחה, און רבי ישראל איז אנגעקומען, שפעט ערב שבת האט איהם די העיליגער שוואגער געבעטן צו גיין = פארשיקט.

ער האט נישט געקענט פארנעמען די לחץ מבית חותנו, אלע אנדערע האבן געפיפן בגדול, ער האט גראדע אויך געפיפן אויפן שווער אבער נישט ביי די נושא.

חב''ד הויזן » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:45 pm

· #550652
Re: השגחה פרטית !
עמרם #
קוים לעצטע וואך איז אדמו''ר ר' ישראל הגר שליט''א פון וויזניץ שיכון, געווען דא אין נ''י,
שטעלט אייך פאר אז די רבי איז דא ביים לוי', די סאטמארע שוואגער וואלט געהאט א ערענסטע פראבלעם, פון איין זייט קען ער דאך נישט גיין ווייל אפשר וועט ער אים אנטרעפן, אבער ער וויל דאך נישט ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע אין סקווירא,
ב''ה, מיט די געוואלדיגע השגחה פרטית איז פארמיטן געווארן א ערענסטע דילעמע
ר' מענדל איז דא געווען נישט ר' ישראל.

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:46 pm

· #550653
Re: השגחה פרטית !
ביידע זענען געווען דא לעצטענס,

רבי ישראל מיט די בעלזא רעביצין, געפלאנטע נסיעות
רבי מענדל, צו באזוכן.

חב''ד הויזן » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:51 pm

· #550655
Re: השגחה פרטית !
בעל דרשן #

אלע שוואגער האבן אים געהאלפן סקווירא נישט כידוע ליודעים, אבער מ'קען פארשטיין דעם לב אהרן מסאטמאר, רבי ישראל וואלט געקענט פארלאנגן פונעם איידעם אז ער זאל עס מאכן בבית מדרש וויזניץ, און נישט אין סאטמאר וואס קען וויי טון פאר זיין שוואגער. פארוואס אין וויזניץ? זייט ווען פארשטייט רבי אהרן אז רח"צ האט עפעס מיט וויזניץ? ווער איז געווען בראש פון זיינע שמחות אלע יארען אין בני ברק במקום פונעם שווער און די זיידע די ישוע"מ [רבי אהרן'ס אייגענע שווער] ?

די פוינט איז ער וואלט געקענט צופרידן שטעלן ביידע.

די גאנצע פראבלעם איז געווען אז די ברית איז געווען ווייניגער ווי צוועלף שעה נאך וואס ר' אהרן האט אים געווארפן. היינט וואלט ער זיך נישט צוקריגט מיט אים (אז יא וואלט ער זיך געדארפט צוקריגן מיט ר' משה שטערנבוך און רוב רבנים..)

חב''ד הויזן » דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:52 pm

· #550656
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
געטרייע טאטע #
אינטערעסאנט אז סקווירא ליגט די פרויען אין א עקסטערע אוהל, נישט צוזאמען מיט די מענער.

דאכט זיך אז סאטמאר איז (כמעט?) די איינציגסטע ווי די פרויען ליגן אינאיינעם מיט די רבי'ס.

בני מר ומתוק » מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:42 am

· #550804
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
מאנרא יונגערמאן #
קיינער רעד נישט פון אירע קינדער

ר יצחק אין ר חיים מאיר זענען קלוגע בחורים

אינטערעסאנט ווי זיי זענען אויפגעוואקסן
וואס איז שלעכט מיט אהרן מענדל און י"י?

לעפטאפ » מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:01 am

· #550823
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
די וואך / א בליק
📎 IMG-20240221-WA0016.jpg 📎 IMG-20240221-WA0018.jpg

עבד ה' » מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:31 pm

· #550843
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
https://x.com/hasidic_1/status/1759636615360623020?s=20
pic from the rabbe with the rabbitzen

פרי עץ הדר » מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:42 pm

· #550862
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
וואס הייסט ער האט געדארפט זיך צוקריגן מיט הרב שטערנבוך? און פאר וואס איז ער נישט צוקריגט?

רעכטן זיך צו קריגן איז נישט א זאך וואס א ערליכער איד נעמט זיך אליינס, עס איז א זאך וואס דארף שטיין אין שו"ע, און דער און דער פאל מעג מען זיך א איד צוקריגן ווי עס איז דא א הלכה ווי מורידין ולא מעלין ביי א אפיקורס וכדומה,

איבער דער ענין פון לכבוש את המלכה שטייט נישט אין קיין איין פלאץ א סיבה וואס די תורה לאזט האבן א שנאה....
אדרבה אזא פאל ביי א איד וואס לערנט אביסל מוסר [אויב עס איז אמת] [נישט נאר תהילים שיעורים] איז גאר א שיינע זאך צו מוותר זיין און זאגן אדרבה, זיי דו דער רבי דער רב, אדרבה עס שטייט גאר ושנא את הרבנות... איך זוך נישט קיין איבעריגע שררה און רבנות, אז איין קהלה האב איך א וועג ארויס דערפון ב"ה הוי מי יתן,

זיך גיין קריגן און פאדערן אנדערע זאלן מיטהאלטן מיט דיין מחלוקת וואס איז לו יהא אמת די עוולה איז די מחלוקה אליינס א דבר האסור וואס איז קעגן די תורה.... אקעגן נימוס אוודאי אקעגן די תורה.. און א ערליכער איד טאר נישט מיטשטיין מיט אזא זאך, וכ"ש א טאטע אדער א שווער זיך צו מישן בריב לא לו,

אז ער וויל זייער שטארק די רבנות אין בני ברק, און דערפאר וויל ער נישט דעם ראש הישיבה דארט, וואלט ער געזאלט בעטן שיינערהייט רבי ישראל אפשר פועל'ט איר ביי אייער איידעם איך זאל זיין דער רבי רב דארט, און נישט ער, אבער פארשטייט זיך שטילערהייט אן קיינע רעש, אולי וואלט רבי ישראל משתדל געווען און משלם טובה געווען פאר א אלטער ידיד וואס האט רחמנות אויף אים געהאט בעת צר...

אבער פאדערן ער זאל פירן קריג מיט זיין איידעם פאר יענעם, איז א בקשה צו זיין א מחזיק במחלוקה ואסור,

איי וועט איר פרעגן ער האט דאך יעצט א מחלוקה מיט זיין שוואגער? נו וואס זאל ער טוהן, עסן נאך חזיר נאך א עבירה..

וואס ער קען יא ער קען נאר מתפלל זיין ער זאל זיך אפווישן די נאעז און זיך בארואיגן אזוי ווי ער איז מוחל הרב שטערנבוך אויף אויפנעמען הרב מייזליש ווועט ער אים אויכעט מוחל זיין, און אויב נישט ער וועט צו ווארטן און וועט גיין מיט א מנין צו זיין קבר אחר מאה ועשרים און בעטן דריי מאל מחילה.. ואוס מער קען ער טוהן?

לעפטאפ » מיטוואך פעברואר 21, 2024 5:37 pm

· #550878
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
רב פינטו ביי ניחום אבילים אין סקווירא
📎 fewwwwwwwwwwww.jpg

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך פעברואר 21, 2024 5:55 pm

· #550881
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
לעפטאפ #
רב פינטו ביי ניחום אבילים אין סקווירא
ווער איז דארט אונטן רעכטס?
זאג נאר דיין פאון האט א הכשר???

ר' גרשון » מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:04 pm

· #550882
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
סוף טוב הכל טוב #
לעפטאפ #
רב פינטו ביי ניחום אבילים אין סקווירא
ווער איז דארט אונטן רעכטס?
זאג נאר דיין פאון האט א הכשר???
דער ערשטע אין היסטאריע וואס פארשטייט די תכלית פון א כשרע פאון.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:36 am

· #550936
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
סוף טוב הכל טוב #
לעפטאפ #
רב פינטו ביי ניחום אבילים אין סקווירא
ווער איז דארט אונטן רעכטס?
זאג נאר דיין פאון האט א הכשר???
א מין פארביסנקייט דאס....

צפור בודד » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:23 pm

· #550964
Re: הרבנית מ'סקווירא ע"ה
צפור בודד #
ניחום אבלים אין בעלזא
פארגלייך מיט דער ערשטער בעלזער מודעה. לא כן לכו נא ה"גברים" 📎 IMG-20240222-WA0007.jpg
בלאט: 1 2 3