זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16879
זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
אין די לעצטערע וואכן האט מען געזעהן א שטארקע נידערונג אין סוקסעספולע קאמפיינס, ווי ארגאניזאצעיס האבן זיך ממש געמוטשעט צו גרייכן זייער גאול, און אפגערעדט פון א באונוס גאול וואס ביז ממש לעצטענס האט יעדע ארגאניזאציע געהאט א באונעס גאול נאכדעם וואס מען פלעגט גרייכן די גאולס נאך אינמיטן די קאמפיין.
א חלק פו די קאמפיינס איז שומרים בארא פארק וואס טראצדעם וואס זיי האבן באקומען עטליכע גרויסע דאונעשינעס, (מענדי שטיינער האט געסווייפט א פופציגער) זענען זיי נישט אנגעקומען צום ציל.
משמחי לב - א באקאנטע ארגאניזאציע וואס העלפט עניי ארץ ישראל מיט'ן עקספענדן די קאמפיין איז נאר אנגעקומען צו 74% פון זייער 2.3 מיליאן דאלאר גאול.
https://www.charidy.com/shoes+
חיים מעדעקעל - א בארימטע ארגאניזאציע וואס העלפט חולי ישראל האט זיך גאר שטארק געמוטשעט צו גרייכן זייער גאול פון 6 מיליאן דאלאר, און האבן עס דערגרייכט ממש ביים שליסן די קאמפיין.
https://www.charidy.com/shoes
פאריאר האבן זיי געהאט א נדבה פון 250K, היי יאר איז די גרעסטע נדבה געווען 100K. (זיי האבן געהאט עטליכע)
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
מיר קוקט אויס אז די היימישע טאשן זענען ענג, איך רעד נישט פון די סאלידע נגידים בעם, איך רעד פון די עמך, די פליפערס און בראוקערס וואס זענען געפארן הויעך אפאר יאר אבער דארפען איצט טראכטען צוויי מאל פארן קויפן א איבעריגע מיעט באורד, צדקה און לוקסוס הוצאות זענען די ערשטע צו גיין.
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
אולי, נאכן זעהן אזאלכע סוסקסען, האבן זיי אנגעהויבען צי מאכן אומרעאליסטישע גאולס, ובפרט אז היינט מיינט די גאול גארנישט.
פאר אפאר יאר צוריק האט א גאול קלאמפישט געמיינט אז אויב קומט מען נישט אן צי די גאול באקומען זיי נישט די געלט, מילא האבן די גאול׳ס געמוזט זיין מער רעאליסטיש.

קהל'ס נער #

א שאד וועקער איז שוין פארמאכט. אבער איך רעקעמענדיר אז אין די קומענדיגע וועקער זאל זיין א פארק ארבעט איבער די פאלשקייט פון טשערעטי קאמפיינס. פאלשע דאונעשיענס, און דאס אויך איז מסתם הוילע ליגענט אז אויב איז מען נישט אנגעקומען צום גאול האט מען נישט באקומען די געלט.
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
איך גלייב נישט אז ס׳דא פאלשע דאנעישענס ווייל אויב יא וואלטן זיי געמאכט זיכער צו מאכן די גאול אזוי ווי די פארגאנגענע יארן.

די זעלבע סיבה פארוואס די פארטי פלענערס וויינען. די ספענדעריי צייטן האבן זיך ג'ענדיגט נו סוי וואס ווילסטו? אז ס'איז נישט דא קיין געלט פאר פארטיס אין שוואילטאג זאל זיין געלט פאר טשערידי קאמפיינס??
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
קהל'ס נער #
אולי, נאכן זעהן אזאלכע סוסקסען, האבן זיי אנגעהויבען צי מאכן אומרעאליסטישע גאולס, ובפרט אז היינט מיינט די גאול גארנישט.
פאר אפאר יאר צוריק האט א גאול קלאמפישט געמיינט אז אויב קומט מען נישט אן צי די גאול באקומען זיי נישט די געלט, מילא האבן די גאול׳ס געמוזט זיין מער רעאליסטיש.
ווער האט קלאמפישט באקומען די געלט אויב האט מען נישט אנגעקומען צי די גאול?
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
די גאול ווערט משוגע גרויס 6 מיליאן דאלער, איך מיין פאר 3 יאר צוריק זענען די גאול געווען ביי א מיליאן
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
[ציטאט אראפגענומען]
און צי ווי איז געגאנגען די געלט? צי טשערידי אין טאש?
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
צוריק גייט א ??
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
טעמפע פלארידא קהילה געהאט א קאמפיין די וואך פון א האלבע מיליאן דאלאר.
נישט דערגרייכט די גאול.
https://www.dryveup.com/tampaRe: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
מ׳זעהט נאך אזעלכע טשערעדיס כסדר, אבער דאס איז זיכער, אויף צו זיין סוקסעספול היינט צוטאגס דארף מען האבן סאך גרעסערע און טייערע מארקעטינג קאמפעין׳ס ווי אמאל.
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
היכי דמי #
טעמפע פלארידא קהילה געהאט א קאמפיין די וואך פון א האלבע מיליאן דאלאר.
נישט דערגרייכט די גאול.
https://www.dryveup.com/tampa
איך מיין אז דאס הייסט גראדע יא א סוקסעס.

חיים׳ל ברוקלינער #
איך גלייב נישט אז ס׳דא פאלשע דאנעישענס ווייל אויב יא וואלטן זיי געמאכט זיכער צו מאכן די גאול אזוי ווי די פארגאנגענע יארן.
דאס מיינט אז די קאמפעינס ביז יעצט זענען יא געווען אמת
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
דער עולם האט זיך איבערגעטריבען ביי קאוויד.
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
אינגערמאנטשיקל #
כפיים וואלט זיכער געמאכט א העכערע גאול ווען נישט זיי זעהן דעם מצב אויפן גאס. זיי האבן געסעט דעם גאול מיטוואך צופריה פארן גיין לייוו, זעעהנדיג דעם רוח אויפן גאס. דער רוח אין די לעצטע שטיק צייט איז געווען צו מאכן קאמפיינס פון פינף זעקס מיליאן, סתם ווייל מען קען. ועכשיו שלא זכינו, אז מ'קען נישט - קען מען נישט...
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
סביב העולם #

וויפיל איז געווען זייער גאול לעצטע יאר?
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
היכי דמי #
טעמפע פלארידא קהילה געהאט א קאמפיין די וואך פון א האלבע מיליאן דאלאר.
נישט דערגרייכט די גאול.
https://www.dryveup.com/tampa
למעשה האבן זיי עס יא געמאכט.
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
סוף טוב הכל טוב #
איינער זאל איבערגעבן טראמפ׳ס קאנטעקט אינפאו פאר תומכי שבת, ר׳האט נעבעך נישט מיט וואס שבת צו מאכן….
געהעריגע עיקבתא דמשיחא דא, מ׳גייט נאך געלט פאר עשירים.
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
מרדכי מרדכי #
היכי דמי #
טעמפע פלארידא קהילה געהאט א קאמפיין די וואך פון א האלבע מיליאן דאלאר.
נישט דערגרייכט די גאול.
https://www.dryveup.com/tampa
איך מיין אז דאס הייסט גראדע יא א סוקסעס.
טאקע נאכן צייט אבער זיי זענען אנגעקומען.
📎 Screenshot_20240227_070256_Chrome.jpg
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
סוף טוב הכל טוב #
זיי האבן אזאנע פאני סכומים פאר דאנעשאנס ווי 20, 50, 100.
זיי האבן נישט די נארמאלע סכומים ווי 18, 36, 72, 101, 180, 720
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
אלע קאמפעניס וואס מאכן טשערעדי קאמפיינס געבן די מעגליכקייט פאר די עסקנים וואס פירן א קאמפיין צו שרייבן אויפן פובליק פלאטפארמע וואס זיי ווילן.
רובם ככולם וועלן שרייבן נומערן כפי הצורך, אמאל א הבטחה, אמאל א אלטע נתינה און אמאל שרייבן סתם אין די וועלט אריין, וואס טוט מען נישט פאר פרנסה...
ממילא האט מען קיינמאל נישט געקענט און מען וועט קיינמאל נישט קענען וויסן די אמת וויפיל א קאמפיין האט טאקע געמאכט.
יעצט צו ס'איז א פארגיינגענהייט? לדעתי נישט. ס'איז א גוטע סטראטעגיע וואס פארמאגט אין זיך קאפ און מוח.
וואס יא? מענטשן געבן שוין נישט פאר יעדע לינק וואס מען שיקט זיי אריין פריוואט אדער דורך סאשעל מידיע נאר פאר וועם זי פילן אז זיי מוזן געבן, למשל נאנטע קרובים און גוטע פריינד.
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
לאכעדיג #

זאת ועוד, ווייניגער מענטשן נעמען אן א פעידזש, אדער נעמען זיי קלענערע גאולס, ווייל זיי ווייסן אז אלעס האט א שיעור און מען קען נישט אויסקוועטשן פון א פרי מער זאפט וויפיל עס פארמאגט (אזוי ווי דער באקאנטער ווערטל, ווי אזוי ווייס איך אז יענער האט טאקע געגעבן יותר מכפי יכלתו? אז דער טשעק קומט צוריק..). איך מיין אז כמעט יעדער דא באקומט אן א שיעור פארלאנגען פאר טשערידי קאמפיינס, וואס באמת רובם ככולם אהובים וברורים, וויכטיגע צוועקן וואס טוען באמת אויף, א שטייגער ווי בוני עולם, רופא חולים, קשר נפשי, הצלה, און נאכדעם אנדערע צוועקן, ווי די מוסדות ווי מיינע קינדער לערנען און בתי מדרשים וואו איך דאווען, עס איז סימפלי אוממעגליך יעדן צופרידנצושטעלן, אפילו נאר צו געבן פאר יעדן 18 דאלער.
זייער אסאך מענטשן געבן פאר די קאמפיינס שלא ברצונם, זיי וואלטן אין זייער לעבן נישט געגעבן פאר יענע געוויסע צוועק, זיי געבן נאר ווייל זייער אלטע חבר האט זיי געבעטן און פאוסט פופציג סטעטוס'עס א טאג ווי ער בעט זיך מען זאל אים נישט פארשעמען... וואס אסאך ווייסן נישט אז די וואס נעמען דעם פעידזש און מוטשען דיר צו געבן איז אויך שלא ברצונם. א מוסד זעצט זיך ארויף אויף אלע עלטערן, א ביהמ"ד אויף אלע מתפללים, און מען זאגט יעדער זאל אריינברענגען כך וכך, לכתחילה 10 אלפים און אז נישט כאטש 5 אלפים והממעיט נישט ווייניגער ווי 3600, ומה יעשה האיש שלא יחטא, בלית ברירה מוז ער גיין מוטשען און טעראריזירן אלע זיינע חברים, באקאנטע און משפחה מיטגלידער... אזוי דרייעט זיך א גלגל החוזר יענער מוטשעט געצווינגענערהייט, און דער מוז געבן געצווינגענערהייט, וואס לדעתי איז עס א עוולה. אבער אלעס האט א שיעור, איך גלייב נישט די מהלך וועט קענען אנהאלטן לאורך ימים ושנים (ר' בערל: ונשים), עפעס וועט מוזן געשעהן מיט די צייט. עס האט א שיעור וויפיל מען קען "אויפהייטערן" א עולם און וויפיל געלט מען קען שלעפן.
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
לאכעדיג #
אלע קאמפעניס וואס מאכן טשערעדי קאמפיינס געבן די מעגליכקייט פאר די עסקנים וואס פירן א קאמפיין צו שרייבן אויפן פובליק פלאטפארמע וואס זיי ווילן.
רובם ככולם וועלן שרייבן נומערן כפי הצורך, אמאל א הבטחה, אמאל א אלטע נתינה און אמאל שרייבן סתם אין די וועלט אריין, וואס טוט מען נישט פאר פרנסה...
אויב אזוי, פארוואס איז דא קאמפעינס וואס ריטשען נישט די גאול?
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
תשפג #

עס ברענט זיי נישט צו שרייבן ליגענט... וכו'.
יעדער פארשטייט זיין שטעטל...
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
עזר לשבת, א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע אין קרית יואל וואס טיילט פיש און פלייש פאר עניים מוטשעט זיך צו גרייכן דעם גאול פאר איבער א וואך שוין.
https://www.dryveup.com/eizerleshabbos/Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
סתם אזוי איז אינטערסאנט צו כאפן א בליק אויף לעבעדיגער אנליין קאמפיינען.
קאלאשעצער חדר פון מאנסי, א גאר פרומע מוסד אין מאנסי וואס איז געעפענט געווארן דורך שינאווא רבי פון מאנסי זצ:"ל האט געמאכט א אנליין קאמפיין.
מוטשענע זיך אויך צו גרייכן די גאול פון א האלבע מיליאן שוין איבער א וואך
https://www.dryveup.com/koloshitz/?utm_source=Dryve-Home&utm_medium=Live-CampaignsRe: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
בנות צאנז אין מאנסי, געמאכט א קאמפיין פאריגע וואך מיטוואך און דארנישטאג מיט א גאול פון 400K
נישט געקענט גרייכן דעם גאול
https://www.dryveup.com/bnossanz/?utm_source=Dryve-Home&utm_medium=Live-Campaigns
קהל עדת ישראל מאנסי געמאכט א קאמפיין פאריגע וואך זונטאג און מאנטאג.
נישט דערגרייכט דעם גאול
https://www.dryveup.com/ay/?utm_source=Dryve-Home&utm_medium=Live-Campaigns+Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
איך מיין די ווארט איז אז בשעת די הייפ האט ממש יעדער געקענט האקן שטיקער אויף דעם חשבון
ס"ה יעצט האט זיך דער נקודה אפגעשטעלט משא"כ צוועקן וואס זענען מער אוועקגעשטעלט מיסודו און האבן א גוטע אויסגעארבעטע סטראטעגיע
מיט גענוג טיעמס וואס קענען צוזאמשטעלן און נישט סתם דמיונות זענען נאך מצליח
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
איך האב געליינט א אינטערוויא מיט שלומי שטיינמץ ער זאגט אז ממאכט ווייניגער געלט היינט ווייל סאיז דא ציפיל קאמפיינס, מענטשן אביוזן עס

מילך טראק #

יא אויך געליינט זיין אינטערוויא אין ״די קאסע״ ארויסגעגיבן דורך די וואך מאגאזין. ער איז זיך דארט סותר מיט שלמה זלמן שפיצער. שפיצער האלט אז עס בומט אוועק

כ'האב גערעדט מיט שלמה זלמן פאריגע וואך, ער זאגט קלאר די קאמפיינס בלוטיגן. זיין פוינט אין די "קאסע" איז געווען מיט דיפלאמאטישע דיבורים אז אנשטאט וואס אפאר גרעסערע קאמפיינס האבן געמאכט אסאך געלט, מאכן אסאאאך מער קלענערע מוסדות און ארג.ס קאמפיינס, און זיי שאפן דאדורך געלט וואס זיי וואלטן אמאל נישט געקענט מאכן. הגם עס איז שוין נישט די גלאנציגע ציפערן פון א יאר + צוריק. בעצם פשוט אז קאמפיינס איז ענדגילטיג געווארן לעגיטים אפילו פאר די גאר "הייליגע", און יעדער מאכט דאס. צו יעדער מאכט א מיליאן?! געוויס נישט.
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
היכי דמי #
מילך טראק #
איך האב געליינט א אינטערוויא מיט שלומי שטיינמץ ער זאגט אז ממאכט ווייניגער געלט היינט ווייל סאיז דא ציפיל קאמפיינס, מענטשן אביוזן עס
יא אויך געליינט זיין אינטערוויא אין ״די קאסע״ ארויסגעגיבן דורך די וואך מאגאזין. ער איז זיך דארט סותר מיט שלמה זלמן שפיצער. שפיצער האלט אז עס בומט אוועק
*ארויסגעגיבן דורך מטבע
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
שטריימל באקס #
*ארויסגעגעבן דורך מטבע
דורך דאנערי
Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?
קלוגע יודל #
דורך דאנערי
איין שירעם-קאמפעני, C2P.