☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חרדישע רעגנבויגן געזעהן אין ארץ ישראל

חרדישע רעגנבויגן געזעהן אין ארץ ישראל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16863

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 10:25 am

· #548783
חרדישע רעגנבויגן געזעהן אין ארץ ישראל
א זעלטענעם סארט קשת - רעגנבויגן איז געזעהן געווארן אין ארץ ישראל.

אן קאלירן, ריין ווייס מיט א משהו בלוי אינעווייניג און א משהו רויט פון דרויסן.

אפשר וועל איך האבן מער צייט מסביר זיין די פיזיאלאגישע סיבות פון אזא רעגן-בויגן.

נאטור האט זיך געבראכן פאר דרוק פון חרד'ישע רבנים וועלכע זענען זייער אויסגעשפראכן קעגן דעם מולטי-פארביגער רעגנבויגן, וואס איז אדאפטירט געווארן דורך געוויסע עלעמענטן פון וועלכע מ'קען נאר רעדן אין אחורי, און אויך דורך מונקאטשע חתונה חסידים.
📎 Capture.JPG

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 10:31 am

· #548784
Re: חרדישע רעגענבויגן געזעהן אין ארץ ישראל
נו פוי, א חרדישער רעגנבויגן? בלוי און ווייס איז דאך ציונות און רויט איז שרייעדיג, מיט אזא רעגנבויגן ווער דארף נאך חרדים…

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 1:45 pm

· #548807
Re: חרדישע רעגענבויגן געזעהן אין ארץ ישראל
שוין, הנה זה בא...
📎 Capture.JPG

אלע צוזאמען » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 1:52 pm

· #548809
Re: חרדישע רעגענבויגן געזעהן אין ארץ ישראל
דאס איז די עכטע רעגן-בויגן פון וואס מ’רעדט אין גמרא, די קאלירטע וואס אונז זעהן אלץ נאך א רעגן האט לכאורה גארנישט מיט די סימן פון הקב’’ה, ס’א נאטורליכע זאך, ווען זון שיינט אויף וואסער קומען ארויס די קאלירן.

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 2:00 pm

· #548811
Re: חרדישע רעגענבויגן געזעהן אין ארץ ישראל
אלע צוזאמען #
דאס איז די עכטע רעגן-בויגן פון וואס מ’רעדט אין גמרא.
אין גמרא? מיינסט אין פסוק.

דאס וואס דו זאגסט שרייבט ר' יונתן אייבשיץ אין יערות דבש דרוש י"ב
והנה אמרו בגמרא דכתובות פרק המדיר (דף ע"ז ע"ב) כשמת ריב"ל שאל ליה רשב"י נראתה קשת בימיך א"ל הן א"ל א"כ לאו את בר לוואי וקאמר הגמרא ולא היא רק דלא לאחזוקי טיבותא לנפשו אמר כן ותמהו רבים בעלמא דקשוט איך נאמר כן הא כתיב (תהלים קא, ז) דובר שקרים לא יכון לנגד עיני אבל הענין כבר תמהו כל בעלי טבעים על זכירת ברית הנאמר בקשת (ועיין אריכות בזה בהגהת של"ה פרשת נח ותירץ ג"כ בשם הגאון הימ"א נזכר בדרך הגון ע"ש) כי הוא דבר מטבע כאשר תזרח השמש מול עבים עכורים מלאים קטורי מים כאשר הנסיון מורה בשומך נגד קוי השמש צלוחית מלא מים אבל בזוהר יש כי יש תרי קשת משונים בגוונים הוא טבעי אבל מה שיש בו מראה תכלת לגמרי הוא הקשת הנרצה להזכרת ברית כי תכלת מלשון כליה ר"ל תכלת מורה כי נתחייבו ח"ו כליון ויש להם תכלית טוב בזכירת ברית לכך רשב"י ששאלו נראה קשת בימיך כוונתו על קשת ממין השני שהוא אינו טבעי כלל כנ"ל וריב"ל השיב סתם נראה היינו כוונתו לקשת הטבע והא דלא אמר ליה בפירוש שקשת זו ראה היינו דלא לאחזוקי טיבותא לנפשיה אבל מ"מ לא כיזב מילתא כי באמת נראה קשת הטבעי
די פראבלעם איז אז די בלויע איז פונקט אזא טבעיות'דיגע זאך.

א שיינע שמועס איבער דעם פון ר' אברהם מנינג

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 6:42 pm

· #548879
Re: חרדישע רעגענבויגן געזעהן אין ארץ ישראל
סוף טוב הכל טוב #
שוין, הנה זה בא...
די מנהג אז א כלה גייט צום חופה אנגעטוהן ווייס איז בערך 200 יאר אלט דאכצעך, האט מען שוין פון דא א ראיה אז די זוהר איז א לעצטיגע ספר. 😛 😈

יעדנפאלס, דא איז מען מסביר וויאזוי דאס געשעהט.