☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16862
בלאט: 1 2

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 12:05 am

· #548730
אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
ווי באריכטעט אויף די איזראעלישע וועבזייטליך, האט די אשלג'ע רבי מציע געווען פאר זיינע חסידים זיי זאלן פארלאזן אר"י צוליב א סכנה וואס קען קומען אויפ'ן לאנד. געזאגט האט ער אז זיין טאטע איז אים געקומען אין חלום און אנגעזאגט די שלעכטע בשורה און ער האט זייער מורא וואס קען קומען קומענדיגע חודש.

ווען איך האב דאס געליינט האב איך געטראכט אז דאס איז א גוטע געלעגענהייט צו שטעלן די א. ג. "אמונת צדיקים" אויף א כור המבחן און ירא הקהל וישפוט, לאמיר זעהן וואס וועט זיך אויסשפילן וועט מען וויסן ווי מ'שטייט.

(ביטע באשולדיגט מיך נישט אז איך מאך אוועק די גאנצע זאך פון אמונת חכמים וואס די משנה ברענגט אז דאס איז איין פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהן. ניין, בכלל נישט. דאס איז שיין מבואר אין תולדות יעקב יוסף פאריגע וואך (יתרו) אויפ'ן פסוק "וגם בך יאמינו לעולם", ווי ער איז מסביר פינקטליך וואס דאס מיינט. בסה"כ באצי איך מיך צו די פאלשע אמונת צדיקים וואס מ'פרעדיגט היינטיגע צייטן אז ווער ס'איז געבוירן פון די ספערם פון אן איש קדוש און האט א מנין נאכפאלגער, באקומט אויטאמאטיש רוח הקודש, וכו').

עכ"פ, אזוי האב איך געקלערט, ביז כ'האב געליינט אביסול ווייטער, זעה איך אז די חסידים האבן אינטערגענומען א מבצע צו פארשפרייטן צענדליגע טויזענטע ספרי זוהר ווייל לערנען זוהר איז מסוגל מבטל צו זיין שווערע גזירות.

בקיצור, מ'האט זיך באווארענט. ממה נפשך, וועט ח"ו פאסירן עפעס שרעקליך, איז ער דאך פשוט א הירא, האבענדיג פאראויסגעזאגט דאס וואס האט פאסירט. און טאמער נישט איז דאך עס אדאנק די זוהר וואס דער עולם האט געלערענט, און מ'איז ווייטער א געווינער.

לצים


https://www.bhol.co.il/news/1651293

כרם זית » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 12:09 am

· #548731
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
עס איך אויך א געלעגנהייט צי טעסטן די זוהר...

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 12:21 am

· #548734
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
פארוואס איז פונקט אשלג'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? וואס איז מיט אלע אנדערע אידן? פארוואס למשל איז נישט ר' יעקב מאיר שעכטער'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? אדער דושינסקי רבי'ס טאטע? זייערע חסידים דארפן נישט אנטלויפן?

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 12:34 am

· #548736
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
כרם זית #
עס איך אויך א געלעגנהייט צי טעסטן די זוהר...
די זוהר דארף מען נישט טעסטן. די היינטיגע רבי'לעך, מקובלים און נבואות זאגער לאחר המעשה. זיי דארף מען טעסטן. ווער ס'האט נאך א ספק אין זייער רוח הקודש.

מיט די אלע מקובלים און בעלי מופת. אוואו זענען זיי געווען ערב שמחת תורה? קיין איינער פון זיי האט נישט געזאגט בהקיץ. (נישט אין חלום לאחר המעשה) וואס ס'גייט געשעהן אום שמח"ת...!

אויך. ביי די 3 בחורים וואס זענען געקידנעפט געוארן און געהרג'עט געווארן דורך די אראבישע רוצחים, ימ"ש. זענען געווען אלערליי בעלי מקובלים און בעלי מופת וואס האבן געזאגט פארשידענע "סגולות" און עצות פאר די עלטערן. ווען די בחורים זענע שוין (נעבעך) לאנג נישט געווען בין החיים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 12:41 am

· #548739
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
שמעקעדיג #
פארוואס איז פונקט אשלג'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? וואס איז מיט אלע אנדערע אידן? פארוואס למשל איז נישט ר' יעקב מאיר שעכטער'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? אדער דושינסקי רבי'ס טאטע? זייערע חסידים דארפן נישט אנטלויפן?
מיט אשלג'ס רוח הקודש איז געווען אמאל א מעשה. אין איין תקופה האט ער (און זיינע חסידים) פארקויפט אז ער קען זעהן פון אפליינען די כתובה אלעס וואס גייט פאר מיט דעם מענטש. איז געווען א רעפארטער פון די צייטונג "ידיעות אחרונות" וואס האט איהם געוואלט טעסטן. האט ער געבארגט א כתובה פון זיין חבר און ער איז אריין צום העיליגן רעבי'ן דער רבי האט איהם פאראויסגעזאגט אלערליי (שווארצע) נבואות'ן. פאר ער איז ארויס פון רעבינ'ס צימער האט ער אויסגעזאגט אז ער איז נאך א בחור...! ערשט דאמאלס האט איהם די רבי צוזאמגעשאלטן...לאל.

רוני » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 2:25 am

· #548746
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
אפשר מיינט ער אז מ'דארף אנטלויפען קיין פראנקרייך מיט דראגס...

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 8:48 am

· #548768
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
די פראבלעים איז אז די פראנצויזישע הינט האבן אויך דעם מין "רוח הקודש". זיי קענען דערשמעקן ווען מ'שמוגלט דראגס...! יאפאנער בחורים יוכיח...!

רוני » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 9:43 am

· #548776
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
איך זע אז מ'האט נישט פארשטאנען
https://www.bhol.co.il/news/119667

זאקן » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 9:59 am

· #548780
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
מיין טאטע איז מיך געקומען אין חלום היינט און געזאגט אז מ׳זאל נישט פאלגן אדמו״ר מ׳אשלג.
איינער האט א בילד פון אדמו״ר מ׳אשלג? די נאמען אשלג זעהט מער אויס ווי א ניק אויף אייוועלט ווי א רבי.

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 10:38 am

· #548785
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
זאקן #
מיין טאטע איז מיך געקומען אין חלום היינט און געזאגט אז מ׳זאל נישט פאלגן אדמו״ר מ׳אשלג.
איינער האט א בילד פון אדמו״ר מ׳אשלג? די נאמען אשלג זעהט מער אויס ווי א ניק אויף אייוועלט ווי א רבי.
זאל אשלג׳ער רביס טאטע קומען צי מיר אין חלום, דעמאלטס העל איך אנטלויפן….
אגב מיין טאטע (וואס לעבט נאך) איז מיר געקומען אין חלום זאגן אז אשלג׳ער רבי דארף זיך נישט זארגן און אז ער דארף נישט אנטלויפן…..

רבי טוביה » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 10:45 am

· #548786
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
פארוואס פונקט אונגארן? שטאמען זיינע חסידים פון דארט און זיי פלאנען צו באקומען בירגערשאפט מיט די אונגארישע ענסעסטער געזעץ? ווער זענען זיי? וועלכע מין קהילה, איך טאפ א וואנט ווען איך האב פראבירט צו אריינקוקען דארט.

איינער ווייסט זייער היסטאריע?

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 1:29 pm

· #548805
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
רבי טוביה #
פארוואס פונקט אונגארן? שטאמען זיינע חסידים פון דארט און זיי פלאנען צו באקומען בירגערשאפט מיט די אונגארישע ענסעסטער געזעץ? ווער זענען זיי? וועלכע מין קהילה, איך טאפ א וואנט ווען איך האב פראבירט צו אריינקוקען דארט.

איינער ווייסט זייער היסטאריע?
אשלג איז אריגינעל פון ניראס-אשאלאגא... 😂

משה רבקש » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 1:49 pm

· #548808
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
הרב שמחה אשלג איז אן אייניקל פון ר' יהודה לייב אשלג זצ"ל, באוויסט אלס דער בעל הסולם. ער איז אנטלאפן פון פוילן (רוסישע אימפעריע) אנהייב פון די שואה.

דער היינטיגע רבי האט א קליין ביהמ''ד אין בני ברק מיט א הייפעלע אידן וואס טוען שטארק פראמאוטן לימוד הזוהר.

ער איז באקאנט געווארן נאך וואס ער מיט זיין גבאי (אן אינטערסאנטע אידל, ווער ס'קען אים) זענען ארעסטירט געווארן אין פראנקרייך אויף דראג קלאגעס אזויווי @רוני ציטירט.
זיינע מענטשן געבן אן אז דער רבי איז א בקי אין חכמת הפרצוף והיד וכדו'.
ער פלעגט אסאך קומען קיין יוראפ און געבענטשט זיינע געלט-געבערס מיט אגרעסיע, וכן להיפך... שוין....

שפילער » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 2:07 pm

· #548812
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
עפעס איז דזירקא רבי זיינס א תלמיד און זיי האבן זיך צוקריגט

פון אונזערע » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 2:12 pm

· #548813
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
אויב איך געדענק גוט האט די רבי פון אשלג ביי די קורנה צייטן געטרונקען ביר פון די קאמפעני קורנה צו ממתיק זיין די דינים....

היימלינד » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 2:23 pm

· #548815
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
עס זענען דא עטליכע אשלג רבי'ס קינדער פון רבי ברוך שלום און אויך א תלמיד, פון וועלעכע רעדט מען דא ?

זויער טייג » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 3:17 pm

· #548824
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
חלומ'ן פין א טאטע, הייסט די טאטע איז געקומען אין חלום???

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 3:18 pm

· #548825
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
זויער טייג #
חלומ'ן פין א טאטע, הייסט די טאטע איז געקומען אין חלום???
חלומ'ן פון גאט, מיינט אז גאט איז געקומען אין חלום?

זאקן » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 3:28 pm

· #548828
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
ס׳איז דא א ווערטל אז איינער פון די סאטמערע חסידים זענען געקומען צו סאטמאר רבי (ר׳ יואל) אז ער האט גע׳חלומט ווי ער איז געווארן א רבי האט אים די רבי צוריק געזאגט אז יעצט דארף ער זיכער מאכן אז די חסידים חלום׳ן אויכט.

היימלינד » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 3:52 pm

· #548836
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
זאקן #
ס׳איז דא א ווערטל אז איינער פון די סאטמערע חסידים זענען געקומען צו סאטמאר רבי (ר׳ יואל) אז ער האט גע׳חלומט ווי ער איז געווארן א רבי האט אים די רבי צוריק געזאגט אז יעצט דארף ער זיכער מאכן אז די חסידים חלום׳ן אויכט.
די מעשה גייט אויף די שומרי אמונים רבי ז"ל וואס האט מתחילה נישט געווארען רבי נאר זיין שוואגער די תולדות אהרן רבי ז"ל ואכמ"ל, נאך 10 יאר איז ער געקומען פארציילען אז די טאטע איז געקומען אין חלום זאגען אז ער זאל ווערען רבי, אויף דעם האט מען גענטפערט אז די טאטע זאל קומען צו די חסידים אין חלום.

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 3:57 pm

· #548838
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
און איז בכלל געווען ביים בית ישראל.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 5:07 pm

· #548854
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
שפילער #
עפעס איז דזירקא רבי זיינס א תלמיד און זיי האבן זיך צוקריגט
אשלג און דזשירקא. צוויי שיינע קהילות און חסידות. ס'וואלט געפאסט אז זיי זאללן זיך משדך זיין.

די אייניקלעך וועללן זיין אדמו''ר מ'זשירקא-אשלג בני ברק. און אדמו"ר מ'אשלג-זשירקא טאהש קרית יואל. ירושלים. פון בית שמש.

ודברת בם » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 5:21 pm

· #548864
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
די רמב"ם זאגט קלאר, א שלעכטע נבואה מוז נישט מקויים ווערן, נאר א גוטע..

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 6:24 pm

· #548871
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
ודברת בם #
די רמב"ם זאגט קלאר, א שלעכטע נבואה מוז נישט מקויים ווערן, נאר א גוטע..
נאר גוטע בשורות.
זאל מיר טאקע זוכה זיין כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ במהרה בימינו אמן.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 6:38 pm

· #548878
לאכטס לאכטס, ס'קען נאך ארויסקומען א גרויסע חורבן פון די גאנצע זאך. וואס געשעהט אויב אין די נעקסטע חודש וועט טאקע עפעס ערנסט פאסירן און מענטשן וועלן אנפאנגען גלייבן אין דעם אשלג מענטש? כ'וויל אפילו נישט טראכטן, זאלו מיר אפגעהיטן ווערן פון אלעם בייזן.

מן הסתם » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 8:42 pm

· #548888
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
סקעפטיקער #
זויער טייג #
חלומ'ן פין א טאטע, הייסט די טאטע איז געקומען אין חלום???
חלומ'ן פון גאט, מיינט אז גאט איז געקומען אין חלום?
חלומע'ן פון א עראפלעין מיינט אז א עראפלעין איז געקומען אין חלום?

מן הסתם » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 8:47 pm

· #548890
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
berlbalaguleh #
שפילער #
עפעס איז דזירקא רבי זיינס א תלמיד און זיי האבן זיך צוקריגט
אשלג און דזשירקא. צוויי שיינע קהילות און חסידות. ס'וואלט געפאסט אז זיי זאללן זיך משדך זיין.

די אייניקלעך וועללן זיין אדמו''ר מ'זשירקא-אשלג בני ברק. און אדמו"ר מ'אשלג-זשירקא טאהש קרית יואל. ירושלים. פון בית שמש.
דערמאנט פון די בילד פון האדמו"ר מפיטסבורג בורו פארק פון מאנסי צוגאסט אויף שבת אין בני ברק באזוכט ביי האדמו"ר מבאסטאן לעלוב בית שמש פון מאנסי

ליב צו וויסן » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 9:39 pm

· #548907
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
משה רבקש #


ער איז באקאנט געווארן נאך וואס ער מיט זיין גבאי (אן אינטערסאנטע אידל, ווער ס'קען אים) זענען ארעסטירט געווארן אין פראנקרייך אויף דראג קלאגעס אזויווי @רוני ציטירט.
מער דעטאלן ביטע

אגריפס המלך » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 11:36 pm

· #548918
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
רבי טוביה #
פארוואס פונקט אונגארן? שטאמען זיינע חסידים פון דארט און זיי פלאנען צו באקומען בירגערשאפט מיט די אונגארישע ענסעסטער געזעץ? ווער זענען זיי? וועלכע מין קהילה, איך טאפ א וואנט ווען איך האב פראבירט צו אריינקוקען דארט.

איינער ווייסט זייער היסטאריע?
מעגליך ער וויל פשוט מאכן א לב טהור סארט קולט ווייט אוועק פון די היימישע עולם

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 9, 2024 12:55 am

· #548930
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
מן הסתם #
סקעפטיקער #
זויער טייג #
חלומ'ן פין א טאטע, הייסט די טאטע איז געקומען אין חלום???
חלומ'ן פון גאט, מיינט אז גאט איז געקומען אין חלום?
חלומע'ן פון א עראפלעין מיינט אז א עראפלעין איז געקומען אין חלום?
און וואוט אבאוט די מאגערע קיען און פעטע קיען וואס זענען געקומען צו פרעה אין חלום?

מן הסתם » פרייטאג פעברואר 9, 2024 3:32 am

· #548950
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
שמעון וואלף #
מן הסתם #
סקעפטיקער #
זויער טייג #
חלומ'ן פין א טאטע, הייסט די טאטע איז געקומען אין חלום???
חלומ'ן פון גאט, מיינט אז גאט איז געקומען אין חלום?
חלומע'ן פון א עראפלעין מיינט אז א עראפלעין איז געקומען אין חלום?
און וואוט אבאוט די מאגערע קיען און פעטע קיען וואס זענען געקומען צו פרעה אין חלום?

סטופיד

ייעעקקבב » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:25 am

· #557268
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
למעשה איז ער אנטלאפן?

אוהב ספרים » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:28 am

· #557269
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
יא

איך אויך » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:46 am

· #557272
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
געווען לעצטענס א חתונה אין קערעסטיר פון זיינע חסידים.

נחום הסופר » דינסטאג אפריל 2, 2024 4:16 pm

· #557300
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
אבער ס'איז אויך שוין געווען בילדער פון אים צוריק אין ארץ ישראל ביי א אייניקל'ס שמחה, סאו די שאלה איז אויב ער איז צוריקגעפארן קיין אונגארן

איך אויך » דינסטאג אפריל 2, 2024 4:17 pm

· #557301
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
ביי די חתונה אין קערעסטיר זעהט מען עם.

הכנה דרבה » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 10:40 pm

· #557753
מעגליך אז ער איז שוין צוריק אהיימגעגאנגען ווייל די חודש איז שוין פאראיבער.

אתערותא דלתתא » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 11:37 pm

· #557797
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
פון מיין זייט קען ער דארט בלייבן לאורך ימים ונשים. בערל אלערט

צוקוועטשטע איילבירטן » מאנטאג אפריל 8, 2024 10:55 am

· #558245
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
איז דער דער זעלבער אשלג וועלכע זעהט נאר פסול'ע כתובות??

איך אויך » מאנטאג אפריל 8, 2024 10:57 am

· #558246
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
יא.

ארגענטינע » מאנטאג אפריל 8, 2024 11:48 am

· #558255
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
אידן פון אמעריקע ווילן ארויף גיין אויף ארץ ישראל אבער ער וויל אוועק גיין

איך אויך » מאנטאג אפריל 8, 2024 2:38 pm

· #558287
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
און אידן פון ארגענטינע?

ארגענטינע » מאנטאג אפריל 8, 2024 2:43 pm

· #558290
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
איך אויך #
און אידן פון ארגענטינע?
אויך

אךטוב » מאנטאג אפריל 8, 2024 6:22 pm

· #558341
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
ער לאזט שוין היינט צוריקגיין קיין אר"י?

ס'איז מיר איטערעסאנט אמאל האט געהייסן אז ער פארמאגט א שיינעל צאל חסידים אבער לויט די בילדער פון די לעצטערע יארן זעט אויס גאנץ א ענגע צאל.

ראדני » מאנטאג אפריל 8, 2024 6:36 pm

· #558343
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
אךטוב #
ער לאזט שוין היינט צוריקגיין קיין אר"י?

ס'איז מיר איטערעסאנט אמאל האט געהייסן אז ער פארמאגט א שיינעל צאל חסידים אבער לויט די בילדער פון די לעצטערע יארן זעט אויס גאנץ א ענגע צאל.
וואס האסטו כעמיינט אז דער רבי הייסט אנטלויפן קיין אונגארן גייען נאר די שוואנצנים נאכפאלגן, די נערמאלע זאגן עים ווארט מיר ביים קארנער.

רב חאצאצאק הקטן » מאנטאג אפריל 8, 2024 7:45 pm

· #558354
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
ראדני #
אךטוב #
ער לאזט שוין היינט צוריקגיין קיין אר"י?

ס'איז מיר איטערעסאנט אמאל האט געהייסן אז ער פארמאגט א שיינעל צאל חסידים אבער לויט די בילדער פון די לעצטערע יארן זעט אויס גאנץ א ענגע צאל.
וואס האסטו כעמיינט אז דער רבי הייסט אנטלויפן קיין אונגארן גייען נאר די שוואנצנים נאכפאלגן, די נערמאלע זאגן עים ווארט מיר ביים קארנער.
איך מיין ער האט אלעמאל געהאט א קליינע צאל חסידים.

איך אויך » מאנטאג אפריל 8, 2024 8:20 pm

· #558363
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
מיט נעגעטיוויטי קומט מען היינטיגע צייטן נישט אן ווייט.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 9, 2024 4:25 pm

· #558474
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
דער אדמו"ר שליט"א איז מייעץ דעם עולם צו אנטלויפן פון ארץ ישראל.

פארוואס האט ער נישט געניצט זיין "רוח הקודש" ערב שמיני עצרת-שמח"ת תשפ"ד. ספעציעל אין די יישובים וואס זענען נאנט צו די גרעניץ מיט עזה?!

שפילער » דינסטאג אפריל 9, 2024 4:35 pm

· #558478
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
berlbalaguleh #
דער אדמו"ר שליט"א איז מייעץ דעם עולם צו אנטלויפן פון ארץ ישראל.

פארוואס האט ער נישט געניצט זיין "רוח הקודש" ערב שמיני עצרת-שמח"ת תשפ"ד. ספעציעל אין די יישובים וואס זענען נאנט צו די גרעניץ מיט עזה?!
אפשר האט ער נאכנישט געהאט געזעהן? דעמאלטס האט מען עים נישט מגלה געווען פון הימל יעצט יא!

צוקוועטשטע איילבירטן » דינסטאג אפריל 9, 2024 4:37 pm

· #558480
Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
כ'פארשטיי באמת נישט די דיפרענס פון דעם רב אשלג צו הרב יוסף דער רב הראשי בנוגע דעם סטראשע ארויסצופירן אלע בחורים פון א"י אויב איז פארהאן גיוס בני ישיבות
בלאט: 1 2