☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » פסיכא-אנאליסיס

פסיכא-אנאליסיס

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16859

אלפא » דינסטאג פעברואר 6, 2024 8:38 pm

· #548447
פסיכא-אנאליסיס
דער וואס קען מיר אביסל ווייסט צו זאגן פון מיין passion צו סאציאלע סייענס בכלל און אבסעסיע מיט סייקא-אנאליסיס בפרט.

לערנענדיג, ליינענדיג, און זייענדיג דערין, גיי איך אביסל בשיטת 'יפוצו' דערביי, ווי איך האלט אז עס איז וויכטיג וואס מער אירע זאלן וויסן דערפון און עס קענען-לערנען – אויב נישט פארמאל מיט א טעראפיסט דאן כאטש וויסן צו זאגן פון די אונטערליגענדע יסודות - וועלכע האבן די פאטענציאל צו אנטדעקן גאר פארבארגענע פלעצער אין דעם אייגענעם נפש וועלכע מ'וואלט אנדערש זיך נישט גע'חלומ'ט. חלומ'ט זאג איך? אפשר גראדע וואלט מען גאר יא גע'חלומ'ט דערפון לויט ווי פרויד שפעקילירט.. אבער לאמיר גיין פאוואליע.

די פעלד פון פסיכאלאגיע איז א גרויסע און פארצווייגטע, מיט גאר אסאך אפצווייגן, מיינונגען, קריטיקס, און מהלכים. פסיכא-אנאליזע (אדער סייקא-אנאליסיס) איז בלי ספק פון די העכערע אינעם שטייסל, סיי זייענדיג לכאו' די ערשטע אפיציעלע מעטאד אפצולערנען און דעגרינטעווען טיף אינעם נפש האדם מיטן צושטעלן הילף אויף א רייע פראבלעמען. סיי מיטן רייכן לעגעסי דערפון אין וואס ריזן אינעם פסיכאלאגישן פעלד האבן געלאזט ברייטע פינגער אפדריקן אנגעפאנגען פונעם טאטן זיגמונד (-שלמה) פרויד, אראפ צו ריזיגע אינסטיטוציעס היינט-צו-טאגס. און נישט צו איגנארירן די מאסיווע קריטיקס וועלכע עס איז שוין אויסגעשטאנען מיט די צייטן סיי דורך פראפעסיאנאלן אין דעם פעלד און סיי דורך סתם פילאזאפן אדער סייענטיסטן וועלכע קוקן דאס אן נישט מער ווי א זעקל שפעקולאציעס /פסודאסייענס אין בעסטן פאל, אדער גאר נידריגע דמיונות און שעדליכע פאנטאזיעס אין ערגסטן פאל.

איך גיי נישט דא אריינגיין לאורך ולרוחב הסוגיא וקריטיק'יהו, סיי ווייל עס איז קצר היריעה מהכיל און מיינע מעגליכקייטן פון עס אראפלייגן, און סיי ווייל ווער עס וויל דאס דורכטון דארף און קען דאס טון אויף אסאך פארמאלע וועגן כדבעי. וואס יא, אזויווי איך האב געטראפן זייער א גוטע – קורצע סיכום פון די הויפט אנאליטיק קאנצעפטן און געדאנקען אויף דעם טשענעל, וועל איך צוברענגען דא די ווידיאוס איינס ביי איינס און צושרייבן א דיסקריבשאן צו יעדע איינס, און יעדער איז מכובד דאס אויסצוהערן און אליין דאס טראגן ווייטער. (יעדער איינס פאר זיך נעמט ארום 6 מינוט אויסצוהערן, ספוילער: געוויסע האבן אומאיידעלע ענימעישאנס דורכאויס.)

און פאר מ'גייט ווייטער קען מען אודאי נישט אויסלאזן דעם אשכול, ווי @שאלתיאל באשרייבט אזוי שיין די היסטאריע פון פסיכא-אנאליזע והמסתעף.


1. הקדמה - פסיכא-טעראפי



פסיכא-טעראפי קען זיך אנהערן עפעס א זאך וואס באלאנגט פאר מיטגעמאכטע אדער פראבלעמאטישע מענטשן, אבער אין פאקט וועלכע מענטש עקספיריענסד דען נישט געוויסע סטרעס, אנגסט, צומישעניש, רעלעישאנשיפ פראבלעמען (- שלום בית בלע"ז..), אדער משפחה איינגעלעגענהייטן?! די איינציגסטע זאך וואס קוואליפיצירט באמת צו גיין נעמען טערעפעאטישע הילף איז צו זיין א נארמאלע מענטש.

עס קען זיך אפשר פילן אביסל אומאיינגענעם אדער פרעמד זיך אויסצורעדן פריוואטע זאכן מיט אן אומבאקאנטע טערעפיסט, פארוואס דען נישט רעדן צו א פריינט אנשטאט? אבער חוץ פון וואס א פריינט איז בדרך כלל נישט טרענירט אויסצוהערן אויפריכטיג און נישט איבערהאקן - איז אפט מאל דייקא די פרעמדקייט צום טעראפיסט דאס וואס מאכט פילן אומגע'משפט לויט די נארמען צו וואס מען איז נארמאל אויסגעשטעלט נאר ענדערש לויט דעם אמת'ן זיך וואס באהאלט זיך אויס צווישן די אלע צומישענישן מיט וואס מ'קומט באגלייט.

די פרייז פון פסיכא-טעראפי קען זיך אנהערן טייער, אבער אלעס קומט אראפ צו וויפיל וועליו מיר לייגן דערצו. ווען מ'פארשטייט אז כמעט אלעס אין אונזער הלוך ילך דרייט זיך ארום נישט האבן גענוג פארשטאנד צו אונזער אייגענע נפש, צו וואס מיר ווילן, און איבער אונזער אינערליכע קאנפליקטן, דאן איז טעראפי די פלאץ וואו מיר פארפילן זיך מיט דעם אינפארמאציע - ווי מיר אבזערווירן און קומען אין קאנטאקט מיט אונזער אייגענע רצונות. און מיטן רעדן אומגעשטערט גענוג לאנג טוען זיך פארמירן פעטערנס וועלכע הייבן אן אנטפלעקן טיפע חלקים אין אונז צו וועלכע מיר זענען געווען אויסגעשפארט בעפאר.



2. זיגמונד פרויד



הוא הגבר, וועלכע העלפט אונז פארשטיין פארוואס לעבן איז אזוי שווער און אנגעלייגט מיט צומישענישן און פראבלעמען. אין פאקט איז ער אליינס אריבער א שווערע יוגנט און האט זיך געהאט זיין אייגענע פעקל צו זיך, ווי ער האט זיך שפעטער אויסגעדרוקט, אז צווישן אלע זיינע פאציענטן איז זיין שווערסטע געווען זיך אליינס.
קודם אלס מעדיקעל סטודענט אין וואו ער איז אדורכגעפאלן אין אסאך פון זיינע עקספערימענטן, איז ער למעשה אנגעקומען צו ווערן דער גרינדער פון די סייקא-אנאליסיס מעטאדע און איר לאנגע טראדיציע.

אנגעפאנגען מיט זיין בוך איבער חלומות נאכפאלגענדיג מיט אסאך אנדערע, איז ער אבער אלס געבליבן אומצופרידן, און דאס האט אים געפירט אויפצוקומען מיט זיין פלעזשער פרינציפאל קאנצעפט, וועלכע לויטערט אז מיר מענטשן זענען געבוירן מיט דעם איינעם דרייוו פאר אלטימעטע פלעזשער, און זייט די געבורט זענען מיר אויסגעשטעלט צו וועלן טון וואס מעגליך צו פארמיידן אנשטרענגונג און פארדינען תענוג וועלכע קען אויך גיין זייער קרום אויב מיר הערן אויף צו זיין פראדוקטיוו אדער האבן אומרעאליסטישע רצונות. און דערפאר דעוועלאפן מיר דעם רעאליטעט פרינציפאל צו אדאפטירן צום רעאליטעט וועלכע נעמט אבער אויך אריין ניוראסיס - וואס אין קורצן באדייט עס צו רעפרעסן אומריכטיג דעם פלעזשער פרינציפעל.

פרויד האט צוטיילט דעם אנקאנשעס מיינד אינעם נפש אין דריי חלקים וועלכע זענען אין כסדר'דיגע קאנפליקט, די איד (-ID), עגא (-EGO), און סופערעגא (-SUPEREGO), וואו די איד איז די חלק וועלכע זוכט נאר פלעזשער, די סופערעגא איז וואס טיילט אונז איין וויאזוי צו זיין 'נארמאל' און אויספאלגן רולס, און די עגא איז דעם מיטלמענטש וועלכע שטייט אינצווישן די אנדערע צוויי.

לגבי ניוראסיס, האט ער צוטיילט די מענטש און באזונדערע שטאפלען,

1. די אראל פאזע, ווי אלעס דרייט זיך ארום דעם מויל/עסן, אלס קינד ווען מ'נעמט אן אדער זאגט אפ פלעזשער וואס קומע מיטן עסן. און אויב עס גייט ראנג קען מען דעוועלאפן א פלעזשער פון אפזאגן עסן וכדו'.
2. די אנאל פאזע, ווי די עלטערן טיילן אונז איין וואס מעג און מעג נישט געטון ווערן (געבינדן מיט בית הכסא טרענירונג), און מיר הייבן אן טעסטן די גבולות פון אטאריטעט. זאכן קענען גיין שלעכט דא אויך און מיר דעוועלאפן אן אומריכטיגע צוגאנג צו אטאריטעט.
3. די פאליק פאזע, ווי מיר הייבן אן דעוועלאפן ליבשאפט, און לויט פרויד געשעט דאס צו איינער פון די עלטערן ספעציפיש און וואו די צווייטע בלייבט אינדרויסן פונעם שפיל, וועלכע ער רופט אן דעם אידיפוס קאמפלעקס. דאס ברענג אויך מיט שולד און קנאה געפילן, וועלכע שפיגלען זיך אפ אין די שפעטערדיגע ליבע באצואונגען. און אויב איינער פון די עלטערן לדוגמא איז קאלט, גייט ליבשאפט אייביג מיטקומען מיט א געוויסע מרחק, א.א.וו.

פרויד האט שפעטער געשריבן א בוך איבער סאסייעטי און איבער וויאזוי די אינדיווידואלע אינערליכע קאנפליקטן מעניפעסטירן זיך אויפן סאציאלן ראלם.

דאן האט ער דעוועלאפט זיין סייקא-אנאליטיק טריטמענט ווי מיטן האבו דעם פאציענט אויפן בעט, האט ער אנאלאזירט די חלומות און צונג-גליטשן פון די פאציענטן אלס מיטלען וועלכע דעקן אויף טיפע אינערליכע געפילן.



3. סאבלימעישאן.



אסאך פון אונזער טיפע רצונות און געפילן דרייען זיך ארום שעדליכע געדאנקען ווי רצח'נען, גנב'נען, אויסנוצן אנדערע אויף מאדנע וועגן, אבער אין פראקטיק זענען מיר מצליח אויסצודרייען די רצונות צום גוטן, און אויפטון פארן וועלט דערמיט. דעם פראצעס פון נוצן שלעכטע דעסייערס צום גוטן האט פרויד גערופן סאבלימעישאן.
ער האט אנאלאזירט אסאך גרויסע דאקטורים און סייענטיסאן צו האבן ארויסגעוואקסן פון דעם פאקט אז זיי האבן געהאט זייער שלעכטע דעסייערס בעפאר, און ווי ער לייגט עס אראפ ליגט אין דעם א געזונטע פראצעדור פון אויסדרייען אונזער אומפארפילטע אומרעאליסטישע נארסיסיסטישע געפילן צו געזונטע עדאלט קאמפראמיזן. וואו מ'קען אויסנוצן אונזער דיסאפוינטמענט צו ווערן מער פראדוקטיוו.

"א גוט לעבן איז נישט ווען מ'האט וואס מ'וויל, נאר ווען מ'איז מצליח צו טרעפן צופרידנשטעלנדע צווייט בעסטע"!



4. אננא פרויד




זי איז געווען א טאכטער פון פרויד, אנגעפאנגען אלס טיטשער און דאן מיטגעטיילט איר טאטנס ווערק. און זיך אויסגעצייכנט און קלינישע ווערק מיט קינדער נאכן קריג אדער סתם פון צובראכענע שטובער.

זי איז מערסט באוואוסט פאר די דעפענס מעכאניזם טעאריע, ווי זי צולייגט א ליסטע פון צען מערסט באנוצטע מיטלען וואס מענטשן נוצן צו דיפענדן און באהאלטן דעם זיך.

1. דענייעל, די מיטל צו פארמיידן קאנפרענטאציע מיטן פראבלעם.
2. פראדזשעקשאן, צו לייגן אן אייגענע שלעכטע געפיל ווי כאילו ס'איז די צווייטנס, לדוגמא, מ'מיינט אז די ווייב וועט זיין קריטיקעל איבער עפעס אבער אין פאקט איז זי פארשטענדליך נאר די קריטיק ליגט אינעם מענטש זעלבסט.
3. זיך אויסדרייען אנקעגן זיך, ווי מ'נעמט א ווייניגער שרעקעדיגע מחשבה אנשטאט די ביטערע אמת, א שטייגער ווי א פארפייניגטע קינד וועט האלטן אז ער איז די שלעכטע אנשטאט צו קענען משלים זיין מיט די מער שרעקעדיגע אפציע אז די עלטערן זענען שלעכט.
4. סאבלימעישאן, ווי פריער אויסגעשמועסט, וואס איז גראדע נאך די בעסטע פון אלע, הגם אויך א וועג צו פארמיידן שלעכטע חלקים פון אין זיך.
5. רעגרעסיע, ווען מ'באשולדיגט אנדערע אין אייגענע פראבלעמען. -עס איז נארמאל צו געשען אונטער סטרעספולע מאמענטן אבער פראבלעמאטיש אויב גייט עס אן צו לאנג.
6. ראציאנאליזאציע, ווען מ'רעדט זיך איין אז באמת וויל מען נישט וואס מ'וויל יא באמת, א שטייגער ווי אוועקמאכן א געוויסע פאזיציע נאכן ווערן אפגעזאגט דערפון.
7. אינטעלעקטואליזאציע, ווען מ'פארמיידט די נישט געשמאקע געפילן מיטן טראכטן און זיין פארנומען מיט גרעסערע און וועלטליכע פראבלעמען אזוי-צו-זאגן.
8. רעאקציע פארמאציע, ווי מיר טוען פונקט פארקערט ווי אונזער עכטע דעסייער, א שטייגער ווי זיין אגרעסיוו צו איינעם וועמען מ'האט שטארקע געפילן פאר.
9. דיספלעיסמענט, וואו מ'לייגט אריבער די געפיל צו א פלאץ וואו מ'קען עס בעסער קאנטרעלירן, לדוגמא, נאך א שלעכטע טאג מיטן בעל הבית צו שרייען אויפן ווייב.
10. פאנטאזיע, צו טרעפן באקוועמליכקייט אין א פאנטאזירטע וועלט (חלומ'ן וואך, פאעזיע, פ**נאגראפיע,) אנשטאט לעבן אינעם אומבאקוועמען רעאליטעט.

זי לייקנט נישט אז רוב מענטשן נוצן כסדר אסאך פון די דעפענסעס, זי ברענגט נאר ארויס וויאזוי מיטן עס בעסער פארשטיין קען מען זיך אליינס בעסער פארשטיין און צוקומען צו מער צופרידענהייט און רואיגקייט דורך דעם.



5. מעלאני קליין



זי האט דאס מערסטע געשיינט אין די פלאץ וואו פרויד האט שטארק פארזען, דאס איז אין די אנאליסיס פון אינגע קינדער, בעת וואס ער איז געווען סקעפטיש אז עס איז דא וואס צו אנאלאזירן ביי אומדעוועלאפט קינדער, האט זי געזען א וועלט פון געפיל אין יעדע ריר פון א קינד און זי האט זיך טאקע אפגעגעבן אסאך מיטן אנאלאזירן וויאזוי קינדער שפילן און קאמיוניקירן צו זיי דרוך דעם.

אזויווי פרויד האט זי אויך פראבירט צו דערגיין וואס עס פירט פון א אינג קינד ביזן ווערן אן ערוואקסעהעם עדאלט, און וואס קען אלס גיין קרום אין דעם פראצעדור.

און איר אביעקט-רעלעישאן טעאריע האט זי אבזערווירט וויאזוי די בעבי דרייט זיך אין א וועלט וואו גארנישט קלעבט נישט איינס צום אנדערן און פארשטייט נאך אפי' נישט דעם געדאנק אז 'זאכן' ארום זענען אין פאקט 'מענטשן', ביים קינד איז די מאמע נישט מער ווי א pair פון בריסטן וועלכע צומאל טוען אים צופרידנשטעלן מיטן געבן אים צו עסן און צומאל אים לאזן הונגערן אן קיין חשבון, וואו ער קען נאר עקספיריענסן גוטס/פלעזשער ווען ער איז זאט און ווייטאג/מיזערי ווען ער איז הונגעריג. די געפיל פון פארלוירענע הילפסלאזיגקייט פירט דעם קינד צום דעפענס מעכאניזם פון ספליטן דעם מאמע אין צוויי באזונדערע כאראקטערן איינס די גוטע און איינס די שלעכטע (-שווארץ/ווייסע בליק..) וואו די גוטע האט מען ליב און די שלעכטע וויל מען צובייסן און צושטערן מיט אגרעסיע.
מיט די צייט ווערט דעוועלאפט די געזונטערע בליק אז דאס איז אין פאקט איין מאמע וועלכע באשטייט פון גוטע חלקים און נישט אזעלכע גוטע חלקים, און דאס טייטשט זיך אפ אלס די קאנצעפט פון עמביוועלענס וועלכע שפיגלט זיך אויך אפ שפעטער אין לעבן ווען מיר זענען ביכולת צו זען די קאמפליצירטערע רעאליטעט ווי גארנישט איז נישט כולו גוטס אדער כולו שלעכטס, און דאס קומט צוביסלעך דורך די דעפרעסיוו פאזיציע – די מאמענטן וואס מ'אנערקענט אז רעאליטעט איז נישט אזוי סימפל ווי געמיינט.

נישט יעדער איינער קומט למעשה אינגאנצן אן צו דעם פאזיציע, און לויט קליין רופט זיך דאס ווען מ'איז געבליבן אין דעם סקיצויד-פאראנויד פאזיציע, וואו אפי' אויפן עלטער איז מען גענויגט צו אדער ליב האבן אדער פיינט האבן אן קיין עמביוועלענס טאלערירט.



6. דזשאן בולבי





7. דאנאלד וויניקאט



ער האט טאקע נישט געהאט קיין אייגענע קינדער, אבער האט גאר שטארק אינוועסטירט און געשריבן איבער די געדאנק אז די וועלט ווערט נאר א בעסערן פלאץ דורכ'ן אויפהאדעווען געזונטערע קינדער און פארשטיין וויאזוי צו זיין געזונטע עלטערן. זייענדיג אן איבערגעגעבענע טעראפיסט פלעגט ער אויך האלטן אסאך פובליק רעדעס איבער דעם נושא, און ארויסגעגעבן א צאל ביכער צווישן וועלכע עס ציילט זיך Good enough mother.

צווישן אנדערע האט ער פראפאזירט אפאר נקודות וויאזוי צו זיין אן עפעקטיוו פערענט:
1. געדענקען אז די קינד איז וואלנרעבל, מיטן פארשטיין אז א קינד האט נישט קיין השגה וואס עס קומט פאר מיט און ארום אים, ער ווייסט נישט ווען די קומענדיגע פיד וועט זיין, און האט נישט קיין וועג צו קאמיוניקירן, דארפן די ארומיגע זיין אסאך מער וואך און פארשטענדליך אפצולערנען דעם קינדס באגערפענישן און נישט ארויפצולייגן אוממעגליכע דעמאנדס אויפן קינד.
2. לאזן דעם קינד זיין אויפגערעגט, נישט ווערן פרוסטרירט אדער אומטאלעראנט צום קינד ווען עס רעאקטירט נאטורליך מיט כעס, אזוי ארום אויפבויען דעם געדאנק ביים קינד אז נישט אלעס וואס ער פילט איז בדוקא די רעאליטעט.
3. זיכער מאכן אז קינדער זענען נישט צו וואויל, וויניקאט האט פארשטאנען אז ווען א קינד איז מו וואויל און האט דעוועלאפט א געוויסע פחד פון זיין שלעכט טוט דאס אנדייטן אויף אן אומגעזונטער פאלשע סעלף וועלכע די קינד האט אדופטירט דורכן באקומען צופיל דרוק זיך צוצושטעלן און דאס שטערט שפעטער פון זיין אמת'דיג זיך און זיין געזונט און קריעטיוו.
4. לאז אים זיין א קינד, ווען קינדער ווערן געדרוקט צו אדופטירן ערוואקסענע סקילס צו פרי, סיי טעכנישע סקילס און סיי עמאציאנאלע – לדוגמא דארפן זיך ארומשלעפן מיט דאגות פון די עלטערן, וואס לויט אים דארף מען זיין זייער וואכזאם צו געבן דאס קינד פלאץ און נישט אימפאזן די אייגענע דעסייערס אויפן קינד.
5. פארשטיין די וויכטיגקייט פון זיין עלטערן אפי' מ'איז פארנומען מיט די ארבייט, ווי ער ברענגט ארויס אז די ארבייט פון אויפהאדעווען קינדער איז נאך אזוי וויכטיג ווי די ארבייט פון א פריים-מיניסטאר – נאך וואס געזונטע קינדער קאנסטיטוטן צו א געזונטע און סטאבילע סאסייעטי.



8. דזשאקועס לאקאן



איינער פון זיינע טעאריעס דרייט זיך ארום דעם פאזע אינעם קינד וואו ער דערקענט זיך אין שפיגל, און הייבט אן באמערקן אז ער מאכט אינגאנצן א צווייטע רושם פון אינדרויסן ווי דאס וואס מ'עקספיריענסד אינערווייניג אין די קאפ/הארץ.

בעת וואס אינערווייניג טוט זיך א כאאס פון געפילן, דעסייערס, און מחשבות, זעט מען פון אינדרויסן גארנישט אן אויפן מענטש נאר דאס בלעכענעם פנים וואס מ'שטעלט אן. און וויפיל מ'וויל און פראבירט צו קאמיוניקירן אונזער עכטע זיך צו אנדערע פאלט דאס דורך און קיינער אנדערש פארשטייט נישט אונזער אמת'ע זיך. דאס מאניפעסטירט זיך ווען מ'פראבירט צו טוישן די אויסערליכע פערפארמענס מיט אלע סארט מיטלען, אבער מ'איז בכל אופן נישט מצליח ארויסצוקריכן פון דעם מאוימ'דיגע איינזאמקייט.

ער איז געווען זייער קריטיקעל איבער די נושא פון ליבשאפט און ס**סואלע רעלעישאנשיפס, און איין באקאנטע סטעיטמענט שרייבט ער “Man knows nothing about woman, and woman knows nothing about man”, ער טענה'ט אז אלע רעלעישאנשיפס דרייט זיך ארום די פאנטאזיע איבערן שותף לויט וויאזוי יענער שטעלט זיך פאר אויסערליך, און דערפאר האלט ער אז מ'דארף זיין מער פארזיכטיג ביים אפלאזן איינעם פאר די האפענונג פון טרעפן א צווייטע-בעסערן שותף וועלכע גייט פארשטיין בעסער..

איבער פאליטיק האט ער אויך געשריבן אסאך נאכן מיטלעבן די רעוואלוציאנערע תקופה אין די 60גער יארן, ער האט ארויסגעברענגט וויאזוי אין א דעמאקראטיע זוכט מען דעם פירער וועלכע וועט איבערנעמען אלע אונזער פראבלעמען פונקט ווי די האפענונג צו גוטע עלטערן, און אז א גוטע פאליטישן באדייט איינער וואס קען ברענגען א רעאליסטישע רעאליזאציע צום פאלק אן אויפברויזן די מאסן און נישט סתם פטר'ן אלע פראבלעמען אזוי-צן-זאגן.

ער האט געהאט אינטרעסאנטע באציאונגען כלפי זיינע קליענטן, ער פלעגט זיי אפי' נישט געוואלט רופן 'פאציענטן' נאך וואס ער האט געפילט ווי ער איז פשוט דא צו העלפן מענטשן מאכן סענס פון דעם קאמפליצירטע רעאליטעט, און ער פלעגט אפט האבן אינטרעסאנטע סארט סעסיעס וועלכע פלעגן קענען געדוירן נישט מער ווי פינף מינוט אויב דאס איז וואס די קליענט האט געוואלט, א.א.וו.

ער פלעגט ארומגיין מפיץ זיין סייקא-אנאליזע פאר ארטיסטס, פאליטישאנס, און פאר סיי וועמען, נישט נאר פסיכאלאגן און פילאזאפן, ער האט געהאלטן אז דאס גייט ווערן א חלק פונעם טאג טעגליכן לעבן און גערמיט באקעמפן קאמוניזם און אנדערע אומגעוואונטשענע איידעאלאגיעס וועלכע שפראצן בשרשם ארויס פון אן אומגעזונטע פערספעקטיוו אויפן וועלט.



9. קארל יונג



ער איז געווען א שותף אין פרוידס ווערק לכתחילה, שפעטער האט ער זיך אפגעטיילט נאכן זיך צוקריגן איבער געוויסע נקודות וויאזוי אויסצוטייטשן דעם נפש (עס איז געקומען נאך א חלום וועלכע ער האט געהאט און פרויד האט געגעבן גאר א צווייטע משמעות דערצו), ער איז געווען מער רעליגיעז און איז צוגעגאנגען מיט מער ספיריטואליטעט צום נפש.
ער האט דעוועלאפט אן אייגענע מעטאד אין טעראפי טריטמענט ווען ער האט געהאלטן אז פרוידס מהלך (וועלכע קען נעמען ביז 10 יאר) איז צו לאנג.

ער האט זיך צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון 100 ווערטער און האט עס אויסגעליינט פאר די קליענט, וואו מ'האט געדארפט רעספאנדן ספאנטעניוס אן צו טראכטן אדער אויסרעכענען, נאר שיסן וועלכע ווארט די קאפ קומט אויף, דורך דעם האט ער אנאלאזירט וואס עס ליגט אויפן אנקאנשעס וואז די מענטש וואלט נישט געזאגט סתם אזוי, אויך האט ער געלייגט א שטארקע דגוש אויף די ווערטער וואס מ'האט נישט געוואלט ענטפערן, און שפעקילירט וואס עס קען ליגן אונטער די ווידערווילן פון ענטפערן.

זיין מעטאדע איז נישט ברייט באנוצט היינט, אבער די פאלגענדע ליסטע און די געדאנקען דערונטער שטעלן פארט צו חומר למחשבה איבער וויאזוי מיר באגייען זיך אין אזעלכע און ענליכער סיטואציעס און וויאזוי אונזער ערשטע רעאקציעס קענען אנדייטן וואס עס ליגט טיפער אינערווייניג.
פאלגענד איז זיין ליסטע:
1. head 2. green 3. water 4. to sing 5. dead 6. long 7. ship 8. to pay 9. window 10. friendly 11. to cook 12. to ask 13. cold 14. stem 15. to dance 16. village 17. lake 18. sick 19. pride 20. to cook 21. ink 22. angry 23. needle 24. to swim 25. voyage 26. blue 27. lamp 28. to sin 29. bread 30. rich 31. tree 32. to prick 33. pity 34. yellow 35. mountain 36. to die 37. salt 38. new 39. custom 40. to pray 41. money 42. foolish 43. pamphlet 44. despise 45. finger 46. expensive 47. bird 48. to fall 49. book 50. unjust 51 frog 52. to part 53. hunger 54. white 55. child 56. to take care 57. lead pencil 58. sad 59. plum 60. to marry 61. house 62. dear 63. glass 64. to quarrel 65. fur 66. big 67. carrot 68. to paint 69. part 70. old 71. flower 72. to beat 73. box 74. wild 75. family 76. to wash 77. cow 78. friend 79. luck 80. lie 81. deportment 82. narrow 83. brother 84. to fear 85. stork 86. false 87. anxiety 88. to kiss 89. bride 90. pure 91. door 92. to choose 93. hay 94. contented 95. ridicule 96. to sleep 97. month 98. nice 99. woman 100. to abuse



לאמיר נאר צוענדיגן מיט א גלייכווערטל וואס כ'האב געהערט פון א טעראפיסט בנוגע דאס אז די פרוידיען מהלך נעמט אזוי לאנג ביז מ'האט זיך למעשה ארויס. זאגט ער:
עס איז געווען אמאל א פריץ וועלכע איז אים אריין א דזשוק אין קאפ אז זיין הינטל דארף זיך אויסלערנען צו רעדן, נו, וועמען דען קען מען משוגע מאכן דערפאר אויב נישט די מאשקעס?!
האט ער איבערגערופן די ראשי קהילה און מודיע געווען אז אויב שטעלן זיי אים נישט צו א געלערענטע איד וואס זאל קענען אויסלערנען זיין הינטל צו רעדן - וועלן זיי זיך אלע טרעפן פארטריבן פון דארף אין דריי טעג צייט.
אנגעצויגן און נישט וואוסנדיג וואו זיך אהין צו טון, האט עפעס א דארפסמאן דארטן זיך אנגעטראגן צו טון די מלאכה, מחוסר ברירה נאכן מסכים זיין האבן די ראשי קהילה אים געפרעגט וואס זיין פלאן למעשה איז דא?
האט ער געענטפערט, איך וועל גיין צום פריץ און זיך אויסנעמען אז איך קען עס טון, אבער עס גייט מיר נעמען אביסל צייט, דהיינו, א מענטש זיך אויסצולערנען רעדן נעמט אן ערך פון דריי פיר יאר, יעצט, אן הינטל דארף מען צולייגן נאך דריי, און מיט דעם וואס איך בין נישט אזוי פראפעסיאנאל בעט איך נאך דריי יאר.
און נאך צען יאר וואס גייט זיין? פרעגן זיי אים.
אה, ביז צען יאר וועט אדער די הינטל שוין האבן גע'פגר'ט, אדער וועט די פריץ שוין נישט לעבן, און אין ערגסטן פאל וועל איך שוין נישט לעבן...

והנמשל מובן.


[PDF 📎 פסיכאאנאליסיס.pdf]

ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 6, 2024 8:56 pm

· #548448
זייער שיין צאמגענומען די נקודות, מיין פראגע איז נאר וויאזוי האסטו געקענט באשליסן וואס אריינצולייגן און וואס נישט? דאס איז א נושא איבער וואס איך רעד כמעט נישט ווייל איך ווייס נישט פון וואו אנצופאנגען. אזויפיל קען איך נאר זאגן, אין די אינגע יארן ווען כ'האב מיך אסאך אנגעליינט מיט כפירה וכו' האט עס נישט גערירט מיין אמונה קיין האר, פארקערט, אין א געוויסע זין האט עס גאר פארשטערקערט מיין אמונה, ווען איך האב אבער אנגעפאנגען עוסק זיין אין פסיכא-אנאלאסיס האט געדויערט גאר א קורצע צייט ביז מיין גאנצע אמונה איז געגאנגען אין ד'רערד אריין. פארוואס זאג איך דאס אייך? אז איר זאלט נישט זאגן אז מ'האט אייך נישט געווארנט. 😃

אלפא » דינסטאג פעברואר 6, 2024 9:08 pm

· #548449
Re: פסיכא-אנאליסיס
פארוואס דאס איז אזוי איז נישט דוקא קלאר, אבער במציאות איז פסיכאלאגיע די פעלד וואו עס זענען דא די גרעסטע פראצענט אטעאיסטן.
https://www.patheos.com/blogs/epiphenom/2009/05/psychologists-are-least-religious-of.html

ומדי דברי, עס איז באקאנט אז פרויד איז געווען אויסגעשפראכן אנקעגן רעליגיע (ער האט גאר א בוך מיט זיינע אינטערפערטאציעס איבער משה רבינו און אידישקייט), ער האט נישט געלאזט זיין ווייב זיך פירן רעליגיעז כל ימיו, על אף זיי זענען ביידע געקומען פון פרומע שטובער.
לאחר מותו - גייט די לעגענדע - האט זי יא צוריק אנגעהויבן היטן געוויסע זאכן, זי האט צוריק אנגעהויבן צינדן שבת לעכט, און זי האט זיך אפגערעדט אז ווען זי וואלט דאס געטון אגאנץ לעבן וואלט איר געווען אסאך געשמאקער און מיינונגספילער.

ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 6, 2024 9:27 pm

· #548453
אז מ'רעדט שוין איבער פסיכא-אנאלאסיס האב איך מיך דערמאנט פון א שטארקע מיעם אויף דעם גאנג וואס כ'האב לעצטנס געזעהן.
https://i.pinimg.com/564x/93/5e/9b/935e9bd398a8bb79dd74d549a0d6ab20.jpg

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג פעברואר 6, 2024 9:45 pm

· #548455
Re:
ברוך שפינוזה #
זייער שיין צאמגענומען די נקודות, מיין פראגע איז נאר וויאזוי האסטו געקענט באשליסן וואס אריינצולייגן און וואס נישט? דאס איז א נושא איבער וואס איך רעד כמעט נישט ווייל איך ווייס נישט פון וואו אנצופאנגען. אזויפיל קען איך נאר זאגן, אין די אינגע יארן ווען כ'האב מיך אסאך אנגעליינט מיט כפירה וכו' האט עס נישט גערירט מיין אמונה קיין האר, פארקערט, אין א געוויסע זין האט עס גאר פארשטערקערט מיין אמונה, ווען איך האב אבער אנגעפאנגען עוסק זיין אין פסיכא-אנאלאסיס האט געדויערט גאר א קורצע צייט ביז מיין גאנצע אמונה איז געגאנגען אין ד'רערד אריין. פארוואס זאג איך דאס אייך? אז איר זאלט נישט זאגן אז מ'האט אייך נישט געווארנט. 😃

ס׳קוקט מיר אויס ווי דו האלסט אז דו ביזט געבוירען געווארן מיט די ״אמונה״ פיוטשיר בילט אין [וואסיז טאקע ריכטיג עכ״פ באופן פנימי/מקיף/העלם] אבער דער מציאות איז אז ׳פחד פון סאסייעטי׳ שפייזט נישט דעם ׳אמונה׳. ׳שטרענגע בליקן פון טאטי׳ פארשטערקערט נישט די ׳אמונה׳. ׳קולות וברקים פון מאמי׳ מאכט נישט דעם אמונה וואקסן און דער שטעקן פונעם רבי׳ן אין חדר (פארן עלטערן דור) צוברעכט נישט דעם כפירה יצר.

פאר ריינע ׳אמונה׳, פאדערט זיך ריין ארבייט.

אבער מיט טעראפי [אדער נאך בעסער: ׳טיי׳] קען מען אויסהיילן די טיפע וואונדן אינעם נפש וואס שולדיג דערין איז, א קראנקע סאסייעטי, אומגעזונטע עלטערן, וכדו׳

שפילער » דינסטאג פעברואר 6, 2024 9:47 pm

· #548456
Re:
ברוך שפינוזה #
זייער שיין צאמגענומען די נקודות, מיין פראגע איז נאר וויאזוי האסטו געקענט באשליסן וואס אריינצולייגן און וואס נישט? דאס איז א נושא איבער וואס איך רעד כמעט נישט ווייל איך ווייס נישט פון וואו אנצופאנגען. אזויפיל קען איך נאר זאגן, אין די אינגע יארן ווען כ'האב מיך אסאך אנגעליינט מיט כפירה וכו' האט עס נישט גערירט מיין אמונה קיין האר, פארקערט, אין א געוויסע זין האט עס גאר פארשטערקערט מיין אמונה, ווען איך האב אבער אנגעפאנגען עוסק זיין אין פסיכא-אנאלאסיס האט געדויערט גאר א קורצע צייט ביז מיין גאנצע אמונה איז געגאנגען אין ד'רערד אריין. פארוואס זאג איך דאס אייך? אז איר זאלט נישט זאגן אז מ'האט אייך נישט געווארנט. 😃
קענסט מסביר זיין פארוואס?

ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 6, 2024 9:52 pm

· #548458
איך קען אבער איך וויל נישט

כרם זית » דינסטאג פעברואר 6, 2024 10:41 pm

· #548463
Re: פסיכא-אנאליסיס
איך האב לעצטנס געהערט א גוט ווארט (וואס איז לכאורה אביסל מסביר @ברוך שפינוזה'ס ווערטער):

"קופערניקעס האט אוועקגענומען די וועלט פון די צענטער, דארווין האט אוועקגענומען די מענטש פון די צענטער, און פרויד האט אוועקגענומען די שכל פון די צענטער"
.

[גענומען פון די שיעור וואס רעדט ארום (בעיקר) פון פרויד'ס ביאגראפיע:]

אלפא » מיטוואך פעברואר 7, 2024 9:37 am

· #548529
Re: פסיכא-אנאליסיס
כרם זית #

[גענומען פון די שיעור וואס רעדט ארום (בעיקר) פון פרויד'ס ביאגראפיע:]


ייש"כ!
גאר א געלונגענע פאדקאסט - ברענגט זייער גוט ארויס די געדאנקען ארום די פראבע פון 'פאראידישן' פרויד, ווי שוין בחייו האבן פיל היימישע פראבירט אויפצו-ווייזן און אויפצוקלערן וויאזוי זיינע געדאנקען שטאמען פון אידישקייט און די תורה, און ארויסברענגען ווי אידיש ער איז פונקטליך געווען.
זי גייט אריין מסביר זיין אויף א פרויד'יען וועג פארוואס אסאך אידן האבן די צורך דאס צו טון, און איך האב הנאה ווי ער פרעגט איר צוריק וואס איז איר פרוידיען דרייוו דאס צו אפענטפערן... וחוזר חלילה.

בכלל שמועסן זיי דארטן אויס די כסדר'דיגע פראבע פון מענטשן צו מקשר זיין פרוידיען קאנצעפטס (און פסיכאלאגיע בכלליות) מיט תורה'דיגע מושגים, ווי סייקי=נפש, דרייוו=יצר, וכו' וכו'. און די פראבלעמען דאס צו טון בכלל מיט צוויי שפראכן..


איין גוט ווערטל איבער פרויד'ס טעאריע אז משה רבינו איז נישט געווען קיין איד (און די אידן האבן אים גע'הרג'ט וכו'..), ציטירן זיי א מימרא: "משה רבינו איז נישט געווען קיין איד ווייל זיין נאמען הערט זיך נישט אידיש - זאגט זיגמונד פרויד" 😃

שאלתיאל » מיטוואך פעברואר 7, 2024 1:30 pm

· #548597
Re: פסיכא-אנאליסיס
שכ'ח @אלפא, זייער שיין.

איך בין שטארק אנציקט פון פסיכא-אנאליס אבער כ'מוז מודה זיין אז נישט אזוי ווייט צוליב אירע טעאריעס נאר ענדערש צוליב אירע טעאָרטיסט, ובראשם דער מאכטפולע פרויד, און אויך איבער איר היסטאריע און פאליטיק. היינט צוטאגס האט סייקא-אנאליס אביסל פארלוירן איר גלאנץ און איינפלוס אין די פסיכאלאגיע וועלט און ס'איז לכאורה די ווייניגסטע איינפלוסרייכע צווישן די גרויסע Schoos (ביהעביוריזם, קאגניטיוו און יומעניסטישע פסיכאלאגיע). די דעטאלירטע מאדעלס און קאמפלעקסן פון פרויד און זיינע הנחות איבער די נפש זענען נישט עכט אנגענומען היינט צוטאגס אין אויך די די סייקא-אנאליסיס טריטמענט איז נישט שטארק עפעקטיוו בלשון המעטה.

וואס יא, זי האט א שטארקע איינפלוס אין א ברייטערע קאנטעקסט קודם אלץ דער פאטער פון חקר הנפש און אוועקשטעלן די פעלד פון פסיכאלאגיע אוועקשטעלנדיג די ראמען, אויך מיטן באשטייערן עטליכע ברייטערע קאנסעפטס וואס האבן געדינט אלץ פונדאמענט פאר שפעטערדיגע אנטוויקלונג ביז היינט, ווי די געדאנק פון טעראפיע און טעראפיסטישע רילעשנשיפ, די subconscious, די וויכטיגקייט פון די יונגע יארן וכדומה.

שאלתיאל » מיטוואך פעברואר 7, 2024 1:45 pm

· #548605
Re: פסיכא-אנאליסיס
אגב, בנוגע פרויד'ס בוך איבער משה רבנו האב איך לעצטנס געליינט פון ישראל קנוהל וואס טענה'ט אז כאטש רוב פון די טעזע איז געבויעט אויף הונערנע פיס און איז אפגעפרעגט נעמט ער אָן די געדאנק אז משה רבנו איז נשפע געווארן פון מצרי'שע קעניג אחנתון וואס איז געווען דער ערשטע אין היסטאריע וואס האט געדינט אַן איינציג גאט. דאס איז לשיטתו אז די ווארצעלן צו מאנאטאעאיזם האבן משה און די עברים געברענגט פון מצרים קיין א"י. אינטערסאנט אויב דאס מקשר זיין צווישן די צוויי איז פרויד'ס חידוש?

אלפא » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:25 am

· #549755
Re: פסיכא-אנאליסיס
לעצטנס האב איך געהאט אינדערהיים א קינד פון א חבר וועלכע איז אוועקגעפארן פאר אפאר טאג.

די טאג וואס די קינד האט געדארפט אהיימגיין האב איך איר געפרעגט צו זי וויל שוין אהיימגיין, זאגט זי יא. פרעג איך איר צו זי וויל שוין זען איר מאמע אדער איר קליינע ברודער, זאגט זי ניין, זי וויל נאר שוין זען די נייע שפילצייג וואס איר מאמע האט איר צוגעזאגט צו קויפן.

זייער א זיסע רעספאנס פון א קינד.

טראכטענדיג טיפער האב איך גלייך צוזאמגעשטעלט אז ממש דאס טענה'ט קליין אין איר good mother/bad mother טעזע. די קינד פילט זיך לכאו' אביסל אויפגערעגט אויף איר מאמע פארן איר איבערלאזן די פאר טעג, און דערפאר לייקנט זי אז זי וויל איר טרעפן. עס איז אבער די שפילצייג - די וואוילע (חלק פון די) מאמע וועלכע טראכט פון איר אין די מרחקים - דאס איז צו וואס זי בענקט זיך..

שאלתיאל » דינסטאג מערץ 12, 2024 7:05 pm

· #554622
Re: פסיכא-אנאליסיס
כ'האב זיך אנגעשטויסן אין דעם. ס'קוק אויס צו זיין א פאפולער טישרט 😂

📎 51sSBZkLLhL._AC_UF1000,1000_QL80_.jpg

אלפא » מיטוואך מאי 1, 2024 3:50 pm

· #560285
Re: פסיכא-אנאליסיס
דא לגבי דעם נפשי (פסח תשפ"ד) אויסגאבע האט זיך געמאכט א שטיקל שמועס איבער פסיכא-אנאליסיס.

______

איינער האט מיר אנגעפרעגט אין אישי בנוגע פסיכא-אנאליסיס,
בנוגע עדיקשן העלפט עס מער ווי אנדערע מעטאדן?
אויף וואס מיין תשובה איז:

לדעתי העלפט עס בעסער ווי סיי וואס..

עס איז אבער אינטענסיווע טעראפי (פסיכא-אנאליסיס בערך 3-5 יאר/4 מאל א וואך, און די קורצע ווערסיע דערפון פסיכא-דינאמיק איז בערך 2-3 יאר/1-2 מאל א וואך). און איינער וואס איז נישט דערביי צו ספענדן די צייט אדער געלט איז עס זיכער נישט ווערד..

פאר איינער (ווי מיר) וואס האלט דערפון איז עס נישט קיין שאלה פון בעסער אדער שוואכערע טעראפי, עס איז די שאלה פון עכטע טעראפי כנגד פאלשע...

רוב אנדערע מהלכים אין מיין פערספעקטיוו אדרעסירן בכלל נישט דעם מענטש/נפש אינעם בילד, זיי אדרעסירן סיפטאמען און עצות, וועלכע פון א טיפערע בליק זענען כמעט ווי אירעלעוואנט...

עס גייט אבער אריין אין די ברייטערע דיסקוסיעס און דעבאטעס אין די מענטאל העלט ראלם וואס רוב דערפון דרייט זיך נישט איבער קיין קאנקרעטע-איבערצייגענדע סייענס, און די שאלה איז מער ווער איז דער טראסטבארע מאן דאמר דערין, ועל טעם וריח אין להתוכח..

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 1, 2024 4:17 pm

· #560290
Re: פסיכא-אנאליסיס
ראה מה שבתבתי בעניין זה במקום אחר. (אויסגאבע "מאמענט").

אלפא » דאנערשטאג מאי 2, 2024 5:37 am

· #560432
Re: פסיכא-אנאליסיס
@שמעקעדיג האט אנגעפרעגט אין דעם אנדערן אשכול
שמעקעדיג #

איך ווייס נישט צי איך זאל עס פרעגן דא אדער אין דעם פסיכא-אנאליז אשכול, אבער עכ"פ אז מען רעדט שוין, און איך זעה אז איר, הרב @אלפא, האט אזויפיל נאלעדזש דערינען, בין איך נייגעריג צי דו זעלבסט ביסט שוין אמאל אדורכגעגאנגען דעם אינטענסיווע טעראפי פאר אן ערך פון 5 יאר אדער מער? אדער דו שרייבסט נאר נאך וואס דו האסט געליינט? דו טוסט בכלל אין תורת הנפש?
איך בין נישט זיכער וויפיל די תשובה מאכט אויס, ווייל מ'קען זיך ארומ'טענה'ן און עס אויסשמועסן אפגעזען מיין לעוועל אוו אטאריטעט דערין, און אדער בין איך גערעכט און מיינע ווערטער מאכן סענס אדער נישט, (-'קבל האמת ממי שאמרו' סטיל, און זיך טענה'ן 'לגופו של ענין'). איך בין נישט דא קיינעם איבערצוצייגן אדער צו געבן סיי וועלכע פראקטישע עדווייס אז מיין שטאנד זאל אויסמאכן.

אבער צו ענטפערן: די קורצע תשובה איז יא. איך בין סיי געווען אין די טעראפי פאר א שיינע תקופה (נישט די גאנצע פינף יאר ממש, מעגליך מ'וועט נאך איין טאג צוריקגיין..), און סיי בין איך אביסל עוסק אין תורת הנפש און זיך אנגעזאפט דערמיט - הגם איך בין נישט קיין אפיציעלע טעראפיסט, איך האב נישט קיין שום לייסנס, און איך האב זיך נישט פראפעסיאנאל געלערנט.
און פאר איינער שרייט - איך טו עס נישט פאר געלט, און קיינער קומט נישט צו מיר בתורת 'טעראפיסט' (איך שיק יא צו אנדערע ווען נייטיג..), עס גייט טאקע מער צו בתורת 'פארשטייער'..

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 2, 2024 6:28 am

· #560433
Re: פסיכא-אנאליסיס
אלפא #
דא לגבי דעם נפשי (פסח תשפ"ד) אויסגאבע האט זיך געמאכט א שטיקל שמועס איבער פסיכא-אנאליסיס.

______

איינער האט מיר אנגעפרעגט אין אישי בנוגע פסיכא-אנאליסיס,
בנוגע עדיקשן העלפט עס מער ווי אנדערע מעטאדן?
אויף וואס מיין תשובה איז:

לדעתי העלפט עס בעסער ווי סיי וואס..

עס איז אבער אינטענסיווע טעראפי (פסיכא-אנאליסיס בערך 3-5 יאר/4 מאל א וואך, און די קורצע ווערסיע דערפון פסיכא-דינאמיק איז בערך 2-3 יאר/1-2 מאל א וואך). און איינער וואס איז נישט דערביי צו ספענדן די צייט אדער געלט איז עס זיכער נישט ווערד..

פאר איינער (ווי מיר) וואס האלט דערפון איז עס נישט קיין שאלה פון בעסער אדער שוואכערע טעראפי, עס איז די שאלה פון עכטע טעראפי כנגד פאלשע...

רוב אנדערע מהלכים אין מיין פערספעקטיוו אדרעסירן בכלל נישט דעם מענטש/נפש אינעם בילד, זיי אדרעסירן סיפטאמען און עצות, וועלכע פון א טיפערע בליק זענען כמעט ווי אירעלעוואנט...

עס גייט אבער אריין אין די ברייטערע דיסקוסיעס און דעבאטעס אין די מענטאל העלט ראלם וואס רוב דערפון דרייט זיך נישט איבער קיין קאנקרעטע-איבערצייגענדע סייענס, און די שאלה איז מער ווער איז דער טראסטבארע מאן דאמר דערין, ועל טעם וריח אין להתוכח..
כ'וואלט געקענט באשטיין זאלסט אויסברייטערן אביסל: וואס איז לדעתך די בענעפיטס פון פסיכא-אנאליסיס טעראפי און מיט וואס איז דאס בעסער פון אנדערע?

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 2, 2024 8:34 am

· #560437
Re: פסיכא-אנאליסיס
ביי דע וועי איך האלט אינמיטן וואטשן The Sopranos סעריע דארט האט די פסיכא-אנאליטיק טעראפי בלויז א טיילווייז עפעקט אויף טאני (דערווייל)

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 2, 2024 10:36 am

· #560443
Re: פסיכא-אנאליסיס
שאלתיאל: איך האב געקוקט די "סאפראנאס" נישט פאר די פסיכא-אנאליסיס וואס דער (הויפט) רויבער איז אריבער. נאר פאר דעם גאנצן וועג וויאזוי די "מאפיא" ארבעט.

וואס ער טוט און וואס ער זאגט פאר זיין פסיכאלאג איז אי אפשר להעלות על הכתב.

שפילער » דאנערשטאג מאי 2, 2024 10:55 am

· #560446
Re: פסיכא-אנאליסיס
Analysis this analysis that
מאווי איז אויך דא דארט א טערעפי סעסיא מיטן מאיאפנער דאס איז אויך פסיכא-אנאליסיס?

אלפא » דאנערשטאג מאי 2, 2024 11:09 am

· #560451
Re: פסיכא-אנאליסיס
מ'דארף קלאר מאכן איין נקודה פאר מ'גייט ווייטער.

איך קען נישט און איך האב נישט געזען די מאוויס פון וואס מ'שמועסט דא.
אבער בכלליות איז דא איין גרויסע חילוק צווישן אונזער קאמיוניטי ספעציפיש און די אלגעמיינע גאס, דאס איז די לעוועל און געלערנטקייט פון טעראפי וואס גייט פאר.

ביי אונז ווי געזאגט איז LCSW מעכטיג (ס'רוב מענטשן וועלן זיך שווערן ביי מרדכי וויינבערגער לדוגמא.. ), און אליבא דאמת ווייס איך נישט די שטאנד פון אן LCSW אין די אלגעמיינע גאס (אין אייראפע לויפן די טיטלען אנדערש), אבער דאס איז זיכער אז נישט קיין חילוק וועלכע מאדעל מ'נוצט איז דא די ברייטערע אספעקטן פון קאנטעינמענט, טאלעראנץ, סימפאטיע, אדער אין אנדערע ווערטער - טערעפיוטישע פראפעסיאנאליזם, וואס איז אסאך שוואכער ביי אונז.

היתכן אז קיין מעדיקעל דאקטורים פראדוצירן מיר נישט אבער 'טעראפיסטן' מערן זיך ווי שוועמעלעך? עפעס איז אףף דערמיט לכאו'. די תירוץ איז אז רובא דרובא טעראפיסטן ביי אונז זענען טאקע נישט געלערנט אויפן עקוויוועלאנטע שטאפל פון א מעדיקעל דאקטער (וואס איז באמת שווער פאר אן היימישן איד - אפגערעדט ווען פרנסה איז די עיקר ציל..), און די פראבלעם איז אז עס זעט זיך נישט אן אין די סעילס און אין די קאנפידענס פון די אזוי-גערופענע 'מומחים'...

בקיצור, צו עס איז CBT אדער פסיכאאנאליסיס מאכט אין א וועג ווייניגער אויס אין די עכטע פראפעסיאנאלע וועלט (אונטער וואס רוב מאוויס לכאו' פאלן אריין), און אין יעדן פאל מעגן די השגות ביי אונז דערין שטייגן..

ועי' מכאן והלאה באריכות יותר

שפילער » דאנערשטאג מאי 2, 2024 11:23 am

· #560452
Re: פסיכא-אנאליסיס
Btw @אלפא איז דא א חילוק פון די unconscious mind צו די subconscious אדער סאיז די זעלבע זאך?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 2, 2024 11:32 am

· #560453
Re: פסיכא-אנאליסיס
אלפא: איכ'ל דיר ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר:

לויט ווי ס'איז משמע וואוינסט דו נישט אין אמעריקע. מסתמא אין ענגלאנד. דאהי אין אמעריקע איז געלאפן (מיט בערך 15 יאר צוריק) זייער א פאפולערער טי. ווי. פראגראם. "סאפראנאס". ב"ה איך האב עס נישט געזעהן אין די אריגינאל. נאר איך האב געהערט אז א יעדער רעדט פון דעם (אויסער אין סאטמאר ביהמ"ד פארשטייצעך.) ביניך געווארן שטארק נייגעריג. איך האב געקויפט די די.ווי. די.'ס. ס'איז גאנץ אן אינטרעסאנטע שאו. ווען מ'קוקט דאס פארשטייט מען א ביסל וויאזוי די מאפיא ארבעט. אלעס גייט מיט גאנס און סטראשען און שיסן. די מאפיאנערן (משפחה) האבן געוואוינט אין ניו דזשערזי ביים וואסער. און געהאט גרויסע פאלאצן און זיי זענען געפארן מיט שיינע לוקסוס קארס געטריבן דורך פרייוועט שאפערן. דער הויפט מאפיאנער האט שוין נישט געוויסט וואס צו טון מיט זיין געלט, האט ער ביי די עלטערע יארן אנגעהויבן צו נעמען טעראפי. און ער האט געוואלט אויפבויען א "רילעישאנשיפ" מיט זיין טעראפיסט. א פרוי. און "זי" האט נישט געוואלט.

ס'איז סך הכל שטותים והבלים. מיט א סאך ווייאלענס.

אלפא » דאנערשטאג מאי 2, 2024 11:40 am

· #560454
Re: פסיכא-אנאליסיס
שפילער #
Btw @אלפא איז דא א חילוק פון די unconscious mind צו די subconscious אדער סאיז די זעלבע זאך?

עס איז דא א חילוק, זיכער אין דעם אנאליטישן פעלד!
איך ווייס נישט ווי ווייט עס איז סייענטיפיקלי אוועקגעשטעלט אדער געפראווד (איך מיין אז עס איז בכלל נישט..) עס איז אבער מער א לינגוויסטיק חילוק. מען רופט בדרך כלל אלעס וואס מיר טוען אן צולייגן קאפ - סובקאנשעס (אדער פריקאנשעס), און די זאכן צו וואס מ'באציט זיך אין טעראפי - אנקאנשעס. - נישט אויסמישן מיטן מעדיקאל טערמין פון זיין אנקאנשעס..

די חילוק איז אז סובקאנשעס זאכן קען מען אויפכאפן ווען מ'לייגט צו קאפ עס איז נאר נישט אייביג אין די פראנט אוו די מיינד ווי מ'רופט עס (עס נעמט אויך אריין די מאטאר סקילס און בעצם אלעס וואס אונזער מח טוט אן אונזער דירעקטע באפעל). משא"כ אנקאנשעס איז וואו מיר קענען נישט צוקומען בכלל - עס ליגן דארטן די סופרעסטע געפילן און אומגעדענקבארע זכרונות א.א.וו. וואס מיר קענען עס נאר ארויסהאבן מיטן רעפלעקטירן און אפלערנען וויאזוי עס ריעקט און געוויסע מצבים און וויאזוי אונזערע החלטות און התנהגות'ער ווערן נשפע דערפון..

עס איז כמובן מער בבחינת שפעקולאציע - און דאס איז וואס מאכט פרויד'ס טעאריעס (און א גרויס טייל פסיכאלאגיע) אומסייענטיפיש. אבער עס איז אמת פאר דער וואס פילט און פארשטייט עס!
📎 psychoanalysis.png גענומען פון דא, זיי לייגן עס בעסער אראפ.

שפילער » דאנערשטאג מאי 2, 2024 11:44 am

· #560455
Re: פסיכא-אנאליסיס
שפילער #
Btw @אלפא איז דא א חילוק פון די unconscious mind צו די subconscious אדער סאיז די זעלבע זאך?
זיי זאגן אז יא

https://www.123helpme.com/essay/Cognitive-Behavioral-Therapy-In-The-Movie-Analyze-512292

אלפא » דאנערשטאג מאי 2, 2024 12:24 pm

· #560463
Re: פסיכא-אנאליסיס
[ציטאט אראפגענומען]
די עכטע פראבלעם איז אז עס איז כמעט נישט מעגליך צו פאלציפירן (falsifying) רוב טעאריעס אין טעראפי, אפי' צו נאכגיין אויב און פארוואס עס איז ווירקזאם איז אויך נישט עכט מעגליך, בעיקר ווייל עס איז זייער סוביעקטיוו און עס איז נישטא קיין קאנצענסוס איבער די קרייעטעריעס דערפון. און אפי' די מומחים אין א ספעציפישן פעלד וועלן אלטימעטלי זאגן אז זייער מיינונג און עקספערטיז איז סוביעקטיוו.

דאס האב איך געמיינט מיט די סטעיטמענט אז עס ווענד זיך וועם מ'האלט טראסטבאר, ווייל בסופו של דבר איז עס געבויט אויף טראסט אין א ספעציפישע שיטה/טעראפיסט און פון דארט נעמט מען עס ווייטער.
ביים היימישן עולם איז רעליף לדוגמא א טראסטבארע באזע, הגם אין מיין מיינונג (וויבאלד איך טראסט אנדערע) האלט איך אז איך פארשטיי בעסער ווי זיי באופן כללי.
ממילא איז נישט שייך צו רעדן דערין אביעקטיווערהייט.

אלפא » מוצ"ש מאי 4, 2024 9:20 pm

· #560647
Re: פסיכא-אנאליסיס
איך האב א קלער זיך אוועקצוזעצן פאר אן אינטערוויו מיט א פראמינענטע טעראפיסט אדורכצושמועסן די הויפט שטריכן פון טעראפי, פסיכא-אנאליסיס, וויאזוי עס ארבייט, און פארוואס עס איז געמאכט, א.א.וו.
אויב איינער האט א ספעציפישע פראגע קען מען מיר אישי'ן, ואשתדל בעבורו בס"ד..

נ.ב. איך האב עס קיינמאל פריער פראבירט, און עס זענען זיכער דא בעסערע קאנדידאטן צו אינטערוויוען פראפעסיאנאלן, איך וויל אבער פראבירן זען וויאזוי עס לאזט זיך אויס, וכמובן אן קיין קאמיטמענט אז עס גייט עפעס ווערן דערפון..

אלפא » זונטאג מאי 5, 2024 9:07 pm

· #560800
Re: פסיכא-אנאליסיס
דאס איז זייער א גוטע סיכום (דורך Jennifer Kunst אויף Psychology Today) איבער די שאלה פאר וועמען פסיכא-אנאליסיס איז פאסיג.

און קורצן ברענגט זי ארויס וויאזוי עס איז געמאכט פאר די וואס ווילן עס אדער פאר די וואס דארפן עס, דהיינו, די וואס ווילן זיך פארשטיין און זיך ארויסהאבן בעסער לאו דוקא ווייל זיי עקספיריענסן פראבלעמען וכדו' - דאס איז איין סארט מענטש וואס קומט בדרך כלל אן צו פסיכא-אנאליסיס, די צווייטע איז די וועלכע האבן ערנסטע פראבלעמען און זיי האלטן שוין נאך פארשידענע אנדערע מהלכים וואס האט זיי נישט געהאלפן - זיי ענדיגן אויך ביי פסיכא-אנאליסיס.

וז"ל:
Psychoanalysis is for those who want it.

The experience of psychoanalysis is suited to some but not to everyone’s unique personality. It is a particularly good fit for those who want to develop a deeper understanding of themselves—for those who want to know how the pieces of their story fit together, the past and the present as well as their interior and exterior lives.

Psychoanalysis might be the right approach for you if you want to make sense of your experiences, if you are curious about how your mind works, and if you want to deal with your problems at their root. It could be right for you if you want relief in the short-term, yes, but also if you want to make changes that last—and you know the difference between the two.

Psychoanalysis is for those who need it.

Simply put, psychoanalysis is a treatment for those who are suffering and in emotional pain. It offers a unique kind of help for those who have been trying to cope with their difficulties but have found that they can’t do it on their own and have had limited success with other treatment approaches.

Psychoanalysis could be right for you if you take your need for help very seriously, especially if you have psychological difficulties that are longstanding: chronic or recurring depression, anxiety, anger, relationship difficulties, or low self-esteem. Psychoanalysis can get beneath the surface to the core dynamics that might be leading you to feel lost in life, trapped in vicious cycles, or unable to engage in your life in a constructive way.

You may be interested to know that, for many people, psychoanalysis is not their first psychotherapy experience. Almost all of my patients were in therapy with someone else before me. In most cases, their previous therapy experiences weren’t terrible. They were positive enough that my patients weren’t turned off altogether.

But these experiences also were unsatisfying enough that my patients continued to feel the need for help, recognized the need for something deeper, and could tell the difference between their previous therapist’s approach and mine. By seeing this contrast, my patients tend to develop a conviction that psychoanalysis has something unique to offer, something that they both want and really need.

Psychoanalysis is for those who can take it.

Psychoanalysis isn’t easy. No matter how much someone may want and need analysis, they have to be able to take it. Not only do they need to have time and financial resources available, they have to be able to withstand the heat, to manage the intensity of thorough self-examination as well as feedback from the analyst. They must be able to face painful and undesirable feelings, thoughts, and impulses. They must be willing and able to travel the long, two-steps-forward-one-step-back journey of getting better.

אלפא » מאנטאג מאי 6, 2024 1:58 am

· #560870
Re: פסיכא-אנאליסיס
גאר א געלונגענע ארטיקל אין די גארדיען איבער די חילוקים און לאנג-יעריגע רייבעריי צווישן פסיכא-אנאליסיס אנהענגער און די CBT/ביהעיוועראליסטן לאגער, צונעמענדיג סיי די היסטאריע און הונטערליגענדע איידעאלאגיעס, אריינקריכענדיג אין ספעציפישע שטודיעס און עקספערימענטן וויאזוי און וואס זיי ווייזן, און צוברענגענדיג מימרות פון פראמינענטע עקספערטן אויף ביידע זייטן, ועל כולם איז עס זייער געשמאק געשריבן..

עס איז נאר היבש בייעסד כלפי פסיכא-אנאליסיס, און ברענגט ארויס היבש שטארק פארוואס די מענטש איז מער קאמפליצירט ווי 'טוישן מחשבות' אדער 'אויסהיילן פראבלעמען'..

די אויספיר ליינט זיך:
“What happens in therapy,” Pollens said, “is that people come in asking for help, and then the very next thing they do is they try to stop you helping them.” His smile hinted at the element of absurdity in the situation – and in the whole therapeutic undertaking, perhaps. “How do we help a person when they’ve told you, in one way or another, ‘Don’t help me’? That’s what analytic treatment is about.”

אין א וועג דערציילט אונז דעם פאראגראף א טיפערע נקודה איבער דעם טעראפיוטיק פעלד, דאס איז אז אין דעם אנאליטישן לעקסיקאן איז נישט מער ווי פארשטענדליך פארוואס מענטשן בפרטיות און סאסייעטי בכלליות האבן א מאטיוו אוועקצומאכן פסיכא-אנאליסיס און בעצם יעדע פארם וואס האט די פאטענציאל אריינצוקריכן טיפער אין זיך און ענדערש אדאפטירן ביהעיוויאריסטישע און אויבערפלעכליכע געדאנקען וואס זאגן צו די חלק וואס מ'וויל הערן ארויסשניידנדיג דאס אומבאקוועמע. - אין פרויד'ס לעקסיקאן וואלט דאס געגאנגען אונטער די כלליות'דיגע דעפענס מעכאניזם'ס און רעזיסטענס וואס מענטשן דעוועלאפן בכדי נישט צו פעיסן זייער אינערליכע קאנפליקטן, קליין וואלט עס מסתמא אריינגעלייגט אין די פאראנויע קאטעגאריע וואס יעדע פון אונז פארמאגט אין טייל.

און אויב מ'קען ציען דעם לאגיק ווייטער, האט זיך למעשה אריבערגעגאסן דעם טרענד אויך צו די ברייטערע סאציאלאגישן פעלד, וואס ווי באקאנט איז היינט זייער אינפילטרירט מיט די אגענדעס פון סאציאלע-יוסטיץ און אקטיוויזם - אנשטאט צו זיין פארנומען אזויווי טראדיציאנאל מיט טעאריזירן און אנאלאזירן סאציאלע דינאמיקס און לאזן די טויש געשען פון זיך אליין.. וואס קען זיין ממבט אנאליטי איז אויך געבינדן צו די שיפט אוועק פון א וועלט אין וואו פראבלעמען זענען פראמינענט און מ'דארף זיך אן עצה געבן דערמיט אמבעסטן - צו א סופערפישעל וועלט וואו פראבלעמען האבן א גראדע סאלושאן - אויב נאר...

און ווי פרויד האט זיך אויסגעדרוקט אויף די ציל פון טעראפי - צו מאכן פון "neurotic misery into common unhappiness"!
אדער קארל יונג'ס געדאנק "humanity needs difficulties: they are necessary for health."



איין הויפט נקודה וואס קומט אויך ארויס פון דעם ארטיקל איז אזויווי פריער געשריבן - די וויכטיגקייט אין די ראלע פונעם עצם רעלעישאנשיפ און פון דער טעראפיסט אליין.
אינטרעסאנט טאקע אנצומערקן אז איינער פון די אנגעבליכע סייענטיפישע סיבות פארוואס האמאפאטיע ארבייט ביי געוויסע איז אויך געבינדן צום רעלעישאנשיפ - ענדערש ווי די עצם טריעטמענט.

שאלתיאל » מאנטאג מאי 6, 2024 3:46 am

· #560883
Re: פסיכא-אנאליסיס
דאס איז די פראבלעם (איינס פון עטליכע) מיט טייל פסיכאאנאליטישע טעאריעס: ס'איז אזוי פארנעפלט און טעארעטיש אז דו קענסט עס עפלייען כאוות נפשך צו יעדער פענאמען און דו קענסט עס אפילו נישט אפפרעגן.


"דו האסט קאמפלעקסן פון די דריי יאר ווען דו האסט מקנא געווען דיין מאמע פארן צוכאפן דיין טאטע און קאנפליקטן פון ווען דו האסט זיך געפילט שולדיג און פארשעמט פון מאכן און פובליק"

-פארוואס זאל איך גלייבן וואס דו דערציילסט מיר און עס נישט אנקוקן אלץ הוילע פאנטאזיעס?

"דו ביסט קעגן פסיכאאנאליסיס? דאס איז וועגן פאראנויע און א טראומע אלץ קליין בעיבי"

-איך געדענק נישט קיין טראומע פארוואס זאל איך עס אנעמען?

"דאס אז דו ווילסט עס נישט אנערקענען איז א חלק פון די דעפענס מעכאניזם קעגן די טראומע"


וכן הלאה. און אלעס אן קיין ערנסטע באוייז. וויאזוי קען מען נעמען אזעלע טעאריעס ערנסט?

אלפא » מאנטאג מאי 6, 2024 10:55 am

· #560903
Re: פסיכא-אנאליסיס
שאלתיאל #


וכן הלאה. און אלעס אן קיין ערנסטע באוייז. וויאזוי קען מען נעמען אזעלע טעאריעס ערנסט?
לגבי די סוביעקטיווקייט דערפון: דאס איז טאקע די מטרה פון טעראפי ובפרט פסיכא-אנאליסיס - אפצולערנען און עפלייען פארשטאנד צו יעדן יחיד באשר הוא שם - ובכן עס צו פארמוליזירן אלס א סייענס באיזה אופן - ווארפט אוועק די גאנצע עומק און יוניקנעס דערפון.. און דאס איז טאקע די שוועריקייט (און שיינקייט) פון פסיכא-אנאליסיס, אזוי אויך די סיבה פארוואס יעדע אנאליסט דארף אדורכגיין די יארן פון אייגענע טעראפי - כדי זיך אויסצולערנען דעם פראצעדור - וואס קען זיין גלייך ביי יעדעם, ענדערש ווי א געוויסע 'תוכן' וואס איז נישט שייך צו פארמוליזירן.

אננעמען: מוזט עס בכלל נישט אננעמען (אלס דרויסענדיגער)! אבער אויב קריכטו יא אריין מער אין דיר וועסטו זען וויאזוי עס לייכט און מאכט גאר אסאך סענס.. (לענ"ד פארשטייט זיך..)

איך קען דיר עס נישט אויפווייזן!

ליין אבער דעם ארטיקל..

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 11:50 am

· #560908
Re: פסיכא-אנאליסיס
@אלפא, אויב איך מעג דיך טשעפענען, פסיכא-אנאלאסיס איז דיין רעליגיע. דו קענסט עס נישט אויפווייזן אבער.. טעמו וראו כי טוב

אלפא » מאנטאג מאי 6, 2024 11:54 am

· #560909
Re: פסיכא-אנאליסיס
סקעפטיקער #
@אלפא, אויב איך מעג דיך טשעפענען, פסיכא-אנאלאסיס איז דיין רעליגיע. דו קענסט עס נישט אויפווייזן אבער.. טעמו וראו כי טוב
דו גלייבסט אויך אין קאנשעסנעס לדוגמא, עס ווערט נישט קיין רעליגיע פשוט ווייל מ'קען עס נישט אויפווייזן!
אבער וויבאלד איך קען דיר אויך נישט אויפווייזן די ריכטיגע דעפינאציע פון רעליגיע, גיי איך נישט לייקענען וואס דו זאגסט!!

קהל'ס נער » דינסטאג מאי 7, 2024 1:41 am

· #561081
Re: פסיכא-אנאליסיס
[ציטאט אראפגענומען]
יא, ובכן?

אלפא » פרייטאג מאי 10, 2024 3:58 am

· #561573
Re: פסיכא-אנאליסיס

שפילער » דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:19 pm

· #562542
Re: פסיכא-אנאליסיס
[ציטאט אראפגענומען]
ניין סאיז נישט! פסיכא-אנאליסיס טוט נישט קיין ifs

שפילער » פרייטאג מאי 17, 2024 11:06 am

· #562572
Re: פסיכא-אנאליסיס
@אלפא טוט פסיכא-אנאליסיס experiential work?

אלפא » פרייטאג מאי 17, 2024 3:03 pm

· #562585
Re: פסיכא-אנאליסיס
שפילער #
@אלפא טוט פסיכא-אנאליסיס experiential work?
ס'קען זיין אז געוויסע טעראפיסטן פריוואט וועלן צומאל עס טון אויב זיי האלטן אז עס קומט אריין, אבער בעצם איז עס נישט קיין חלק (און אפי' אביסל אויסגעשלאסן) פון פסיכאדינאמיק - וכ"ש פסיכאאנאליסיס.

אלפא » מאנטאג מאי 20, 2024 4:24 pm

· #562809
Re: פסיכא-אנאליסיס
פסיכא-דינאמיק אין פראקטיצירונג:

א גוטע סעמפל פון וויאזוי די סעסיעס הייבן אן צו לויפן, וועלכע סארט זאכן קומען ארויף און ווערן אדרעסירט. די קאמענטארן און אבזערוואציעס פונעם טעראפיסט צווישן די סעסיעס איז אויך זייער אינפארמאטיוו.

אלפא » מאנטאג מאי 20, 2024 4:34 pm

· #562811
Re: פסיכא-אנאליסיס
https://jonathanshedler.com/wp-content/uploads/2023/02/Shedler-2022-that-Was-Then-This-Is-Now-Psychoanalytic-Psychotherapy-For-The-Rest-Of-Us-1.pdf

דאס איז זייער א גוטע און קורצע ארטיקל (דורך Dr. Jonathan Shedler) וואס איז מסביר 7 יסודות פון פסיכא-אנאליסיס און וויאזוי זיי קומען פאר אין סעסיעס (מיט אסאך אקטועלע דוגמאות).

מ'קען זען פון אים אסאך אויף יוטוב - ער איז היבש מילישעס בעד פסיכא-אנאליסיס און איז פארנומען עס אפצושטויבן פון געוויסע קריטיק וועלכע זענען נישט ריכטיג אדער נישט רעלעוואנט מער. [דא איז א ספעציפישע אינטערוויו און וואו ער אדרעסירט די חילוקים פון 'עווידענס בעיסד מעטאדן' און פארוואס די ריסערטש איז אומאקוראט.]

אלפא » מאנטאג יולי 22, 2024 9:24 pm

· #568541
פסיכא-אנאליסיס און דאנאלד טראמפ
אן אינטרעסאנטע קרעש-קורס אין פסיכאאנאליסיס - דורך א פסיכאלאג וועלכע אנאלאזירט דאנאלד טראמפ (אפאר יאר צוריק).

עס איז היבש פאן צו זען וויאזוי ער האט גענומען א ברייטע קאלעקציע פון טראמפ'ס מעסעדזשעס אויף סאשעל-מידיע און אנאלאזירט טראמפ'ס כאראקטער פון א פסיכאלאגישן פערספעקטיוו.
מערסטנס ברענגט ער ארויס טראמפ'ס סכיצויד-פאראנויד פאזיציע.