דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16241
דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
אין דעם אשכול וועט מען ארימרעדען דער אינטרשייד ,אין א סימן אויב דער Therapist טיט עפעס אויף צו טיט בלויז Life Coaching.
Sent from my SM-N975U1 using Tapatalk
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נאר וואס באמערקט אז דער נושא בלאנגט גאר און אן אנדערע צווייג, אבער יאך ווייס ניט וויאזו דאס צו אריבער פירן.
ליבער מנהל, ביטע העלפט ארויס א נייעם חבר.
Sent from my SM-N975U1 using Tapatalk
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
יישר כחכם.
דער נושא איז א וויכטיקער וויבאלד דער טעמע פון Mental Health און אלגעמיין און בפרט לגבי Therapy איז היינט צוטאג זייער נוגע, וועט דאס זיין א שטארקער תועלת צו ווערען informed.
לאמיר הערען פונעם חשובען עולם ואני הקטן וועל בל"נ צולייגען מיין ענ"ד און ערפארונג.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
זוצט זיך דער אנטבלאזטע, געדרוקטע און אומבאהאלפענע נשמה ביים שיין-איבערגעדעקטן טיש און פירט מיט אנגסט, זיינע פינגער ארום די שטאפענע קונסטליכע בלומען וועלכע פארמירן דעם טישטעך.
קעגן איבער איהם, זיצט זיך באקוועם, אויפן לעדערנעם בענקל, מיטן ארעם אנגעלאנט אויפן הענטל, דער מאן וועלכע ענטהאלט א לאנגע ליסטע פון קורצע און לאנגע, אומאויסשפרעכליכע טיטלען און ווארט מיט א פראפעסיאנאלן געדולד פאר א שטימע וועלכע זאל ברעכן דער שטילקייט.
פון דא און ווייטער ווערן אנדערע געבעטן מיר איבערצונעמען.
(איך שרייב עס פשוט צו סעטן דעם טאון, איך מיין בכלל נישט אוועקצומאכן קיינעם)
הרב דיכטער, לויט ווי איך פארשטיי פרובירסטו מסביר צו זיין די חילוק פון ישיחנה ביז טעראפי, אז ביי טעראפי איז דא א בלומעדיגע טישטוך און לעדערנע בענקל משא"כ ביי ישיחנה?...
אויב איז דאס די נושא איז נישט פארהאן וואס צו רעדן, עס איז הבלים שטיות שאין בדומה להם. און פארקאנקט.
אבער הער א מעשה. אין איינע פון די היימישע גענגענטער ווי מיר חסידים ואנשי מעשי וואוינען, ווי וועד הצניעות, און וועד דאס, וועד יענץ, זענען די אַלגעמײנע בעלי בתים איבער די מוסדות וואס ווערן געניצט צו פארפליכטן די אינגעלייט פון די קהלה איז א אינגערמאן געווארן געבאסט אויף דבר ניבול וואס ער האט יא אדער נישט געטוהן.
די וועד, נאכן אים אינגאנצען פארטאכלעווען, האבן אים געשיקט צו א טעראפיסט (פארשטייט זיך זיין ווייב טאר נישט וויסן). דער אינגערמאן האט צו קיין טעראפיסט נישט געהאלטן ביים גיין, אבער בלית ברירה געמוזט מסכים זיין.
נאכ'ן אפזיצען אפאר סעשאנס ווי מען האט געקייט און געמאלן וואסער, פרעגט דער טעראפיסט, נא וואס נאך קען מען דיסקאסירן און אדורכאקערן, און פארבעסערן? דער אינגערמאן ענטפערט ב"ה גארנישט, זייער פיין, אלעס בסדר. די טעראפי איז זייער פיין געווען, פון היינט אן ווייטער בין איך אן אויסגעהיילטער, מער וועל איך שוין בעזרת ה' נישט אדורכפאלן בלא בלא. (נעמט אין אכט די טויזענטערס וואס עס רעדט אזא שפּיל. די אלע סעסיעס.)
זאגט דער טעראפיסט, עס קען דאך נישט זיין אז אויסער די אישו איז אלעס מסודר. איינער וואס האט דארט א פראבלעם מוז דאך זיין אז עס דא נאך פלעצער ווי ער איז נישט מסודר.
נע, אלעס ב"ה איז פיין, אפי' דאס איז נאר געווען אן איינמאליגער אפס. (ער איז דאך מער געצווינגען צו גיין ווי א פליכטלינג אן א ברירה).
זאגט דער טעראפיסט פארן קלייענט, איך קען פאר די ועד נישט קיין המלצה געבן אויף דיר. דו זאגסט ליגנט, דו האלסט זיך נישט ביים העלפן, עס קען נישט זיין וואס דו זאגסט.
דער טעראפיסט קען נישט פארלירן א קליענט וואס ברענגט אריין אזוי פיל געלט א וואך און איצטערט גייט ער עס פארלירן.
זיי מאכן געווענליך דעם פארלוירענעם שפירן אז אן זייער טעראפי קענען זיי קיין תרופה צו זייער מכה נישט האבן, דאס ווערט א לעבנסלענגליכע צומי פון וואס מען קען נישט לויז ווערן.
איך האב נישט קיין נערווען צו שרייבן זאכן וואס איך בין נישט אויסגעקאכט, אבער הרגשה איז א דאורייתא (ליודעי חן), זאג איך ישיחנה איז די וועג בשו"א נישט גיין צו געלט גייציגע טעראפיסטן.
צמצוםאין דעם אשכול וועט מען ארימרעדען דער אינטרשייד ,אין א סימן אויב דער Therapist טיט עפעס אויף צו טיט בלויז Life Coaching.
ס'איז ליידער דא אסך טערעפיסטען וואס קענען נישט קיין Life Coaching און האבן דאס קיינמאל נישט געלערענט און קענען בלויז איין אדער צוויי Therapy מאדעלעטיס און לייגן א יעדעם ארויף אויף דעם סדום בעטעל
אזוי אויך איז דא לייף-קאטשעס וואס קריכן אריין אין דעם טערעפי פעלד, און זענען נאר האלב אויסגעקאכט אין דעם, און מאכן א חרבן
הקטן, וויפיל סארט טעראפי'ס דארף א טעראפיסט קענען כדי נישט צו לייגן דעם קליענט אויף א סדום בעטל?
הקטן
ס'איז ליידער דא אסך טערעפיסטען וואס קענען נישט קיין Life Coaching און האבן דאס קיינמאל נישט געלערענט און קענען בלויז איין אדער צוויי Therapy מאדעלעטיס און לייגן א יעדעם ארויף אויף דעם סדום בעטל
אזוי אויך איז דא לייף-קאטשעס וואס קריכן אריין אין דעם טערעפי פעלד, און זענען נאר האלב אויסגעקאכט אין דעם, און מאכן א חרבן
עס איז דא וואס פראקטעצירן, און קענען דאס אויך נישט.
שמעקעדיגהקטן, וויפיל סארט טעראפי'ס דארף א טעראפיסט קענען כדי נישט צו לייגן דעם קליענט אויף א סדום בעטל?
ער דארף גענוג קענען אז טאמער ער זעהט אז זיין מהלכ(ים) זענען נישט געאייגנט פאר דעם פאציענט, זאל ער לייגן זיין איגו אינדערזייט און רעפערן דעם פאציענט צו א צווייטען
לענ"ד איז א חלק פון דער פראבלעם ווי געוויסע (איך רעד שוין אפילו פון די פארלעסליכע) טערעפיסטון וועלען נאר קענען העלפען געוויסע קליענטען איז מחמת דער צוגאנג זיי וועילען אויס צו הילפען זייערע קליענטען.
געוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
דער סארט טעראפי איז אסאך געבויט אוף פראיד און יאנג וואס טוען אדורך דער subconscious mind און זייער מקור פון trauma וכו'.
איינמאל דער מענטש אנערקענט און איז in touch מיט דעם פאנמאנאן קען ער זיך גרינגער אפשאקלען דערפון (חוץ אויב די trauma איז געשען אוף א זייער א מיאוסן אופן און ביי זייער אינגע יארען וואס דאן ווערט דאס א חלק העצם פון זיין מהות).
וויטער פאר אנדערע איז בכלל ניט קיין נפק"מ צו וויסען פון וואנט זייער פראבלעמען נעמען זיך. זיי דארפן נישט מער ווי כלים און פראקטיק וויאזוי זיך צו פארמאסקיווען דערמיט.
הכלל, בעסטע וואלט געווען פאר א מענטש זיך אליין צו קענען פאר זיי וועלען זיך אויס אן הילפער.
צמצוםגעוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
קען זיין ס'איז דא געוויסע מענטשען, איך גלייב אבער נישט ס'האט צו טון מיט מער טיף אדער ווייניגער טיף
א נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
מילך טראקא נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
די סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.
לייביששרייבערהרגשה איז א דאורייתא
👍
אייגנס, אדער באקאנט?
הקטן צמצוםגעוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
קען זיין ס'איז דא געוויסע מענטשען, איך גלייב אבער נישט ס'האט צו טון מיט מער טיף אדער ווייניגער טיף
אזוי ווי @הקטן. יעדער וואלט ענדערש בענעפירט פון קאוטשינג ווי איידער די אלגעמיינע טערעפי מעטאדן ווי cbt וואס איז נאר א באנדאזש ווי איידער ארבעטן אויפן שורש. קאוטשינג ביי היימישע טעראפיסטן איז היבש פאפולער און פארקויפט זיך זייער גוט. די לעצטיגע אויפשטייג אין breathwork און סייקעדעליקס ביים היימישן ציבור איז זיי צו פארדאנקען.
צקון לחש לייביששרייבערהרגשה איז א דאורייתא
👍
אייגנס, אדער באקאנט?
וואָס איז נישט אייגענס, לאז איך דעם מחבר שרייבן. שרייבט ער עס נישט קען דער מחבר פארלירן זיין רעכט אויף די רעכטן דערפון.
ווי ווייט איך ווייס איז עס אייגענס. אדרבה אויב ווייסט ווער אז עס באלאנגט פאר איינעם, וועל איך עס איך זייער גערן צוריקגעבן. איך האב ב"ה אייגענס וואס איך קען ניצן.
ץ
רוחין חדתין מילך טראקא נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
די סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.
נאך מער, אמאל בכוונה תחילה און מער אפט אומוויסנדיג, טוט א מענטש זיך פארשטעקן און פארהוילן פון זיך אליין גאר.
באופן כללי איז דאס איז בעצם א ווייטליכע מהלך און קען פארגרעסערען די פראבלעמען.
דאקעגען, פאר גאר אסאך איז דאס גאר א ישועה (נישט קיין גאולה) ווי מען זאגט Ignorance is bliss.
איך וואלט געוואלט וויסן צו דער מענטש וואס לעבט אויפן צווייטן מהלך, ווען עס קומט צו אידישקייט און צו עבודת השם, קען אין דער זעלבע צייט אנטוויקלען א נאנשאפט צום אייבערשטען? זיין גאנצער ריאליטייט איז דאך איין שטיק לופט.
ואדאתינן להכי, קען זיין דאס קלאפט אויס אנדערש בדרך מוסר ווי דרך החסידות.
לדוגמה, ר' מילך בידרמן חיזוק איז לכאורה אסאך מער צוגעפאסט פאר דער וואס לעבט מיטן מוטו פון "what you don't know can't hurt you"
האדמו"ר מפיסצנה מביא בשם חותנו שהשקרן הוא האדם הגרוע ביותר ולעולם אינו בא לידי תשובה.
ווי אזוי קען ער "זיך" ברענגען נענטער צום באשעפער ווען ער ווייסט נישט ווער "זיך" איז. הה"ד דובר שקרים לא יכון לנגד עיני.
לדוגמה, ר' מילך בידרמן חיזוק איז לכאורה אסאך מער צוגעפאסט פאר דער וואס לעבט מיטן מוטו פון "what you don't know can't hurt you
זאגט דאך שוין שלמה המלך יוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי געזאגט אין יודיש די אמת טוט וויי, האט אבער די קאצקער צוריק גע'טענה'ט אז דאך בעהט מען תיכף בתחילת התפלה אתה חונן לאדם דעת ווייל שוטה אסור לרחם עליו, איי וואס טוט מען מיטן ווייטאג, האט דער בית אברהם פון סלונים (קאצק דליטא) געזאגט אז ס'גייט פארקערט אויך, יוסיף מכאוב יוסיף דעת וגלגל החוזר.
רוחין חדתין מילך טראקא נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
די סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.
סתם צו ארויסרעדן פאר א חבר? וואס טוט זיך אויב איך האב נישט קיין נאנטע חבר?
רוחין חדתיןלדוגמה, ר' מילך בידרמן חיזוק איז לכאורה אסאך מער צוגעפאסט פאר דער וואס לעבט מיטן מוטו פון "what you don't know can't hurt you
זאגט דאך שוין שלמה המלך יוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי געזאגט אין יודיש די אמת טוט וויי, האט אבער די קאצקער צוריק גע'טענה'ט אז דאך בעהט מען תיכף בתחילת התפלה אתה חונן לאדם דעת ווייל שוטה אסור לרחם עליו, איי וואס טוט מען מיטן ווייטאג, האט דער בית אברהם פון סלונים (קאצק דליטא) געזאגט אז ס'גייט פארקערט אויך, יוסיף מכאוב יוסיף דעת וגלגל החוזר.
אביסל אויסקלארן. דאס וואס די קאצקער האט אזוי געפייערט פארן דעת פאר יעדער פרייז איז נישט געווען צוליב זיין אהבת החכמה, נאר ענדערש צוליב זיין רדיפה הבלתי מתפשרת אחר האמת, וואס דאס בא קומט נאר מיט שכל, נקוט כלל זה בידך מער שכל מער אמת, מער טיפשות מער שקר. חוץ גאר א ריינע נפש וואס איז שווער צו טרעפן,
דער נושא איז באמת א ברייטער און א טיפער. עס דערמאנט מיר דער ארטיקלן פון הרב דר. אברהם יהושע העשל טברסקי זצ"ל אין דער ענגלישע המודיע. ער פלעגט כמעט אלעמאל ענטפערן אז באמת ווענט זיך עס אין פארשידנע פרטים און ממילא גיי פרעג א דאקטער.
אבער באמת בדרך כלל איז א פסיכאלאג און אפילו א לייסענסעד קאונסלער פול מער דורך שטודירט און מער ווירקזאם פון א קאוטש. אבער מאידך גיסא איז עס אפט מער וויפול מען דארף. ממילא איז שווער צו זאגן א כלל.
איך בין אמאל געווען ביי א דרשה פון הרב זכריה וואלערשטיין ע"ה. ער האט געוואלט ארויסברענגן די וויכטיגקייט פון פרובירן צו העלפן א צווייטן מיט א שמייכל, א גוט ווארט אדער אויסהערן א צוויטענס ווייטאג. בשעת מעשה האט מיר עס אויסגעזען ווי כאילו ער מאכט אוועק פראפעשענילס. עס האט מיר בשעת מעשה געשטערט. ווייל עס מאכט זיך אז איינער וואס דארף יא הילף פון א פראפעשעניל און הערט אזא דרשה און ער הייבט אן טראכטן ביי זיך אז עס מאכט נישט אויס ווייל יעדער מענטש קען העלפן.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
מיין מיינונג אין א ניס-שאלעכטץ:
א קאוטש איז גוט אויב פילט מען אז מ'געבט זיך נישט קיין עצה, אדער מ'איז נישט מאטיווירט, וכדו'. אין פלעצער ווי א דרויסענדיגע וויזיע און שטופ קען העלפן.
ווען מ'האלט שוין נאך דעם, אדער ווען מ'איז גענוג קלוג און עצות איז נישט די פוינט, איז עס לכאו' דעפענסעס און טיפערע געפילן וועלכע דארפן א פראפעסיאנאלע טערעפעאטיק רעלעישאנשיפ כדי צו פארשטיין און איבערקומען..
פארשטייט זיך אז ערענסטע מענטעל פראבלעמען פארלאנגען זיכער א טעראפיסט/פסיכאלאג.
ובכלל טוט זיך א צומישעניש וואס טערעפיסט טייטשט, און וואס יעדע טיטל און דעגרי איז צוגעפאסט. וואו יעדער האט זיך זיינע דעפינאציעס, און אויף למעשה גייט מען סייווי נאך די ליין אוו טראסט (- א חבר'ס חבר וואס רעקאמענדירט צו פרעגן פלוני אויב אלמוני טויג צום דזשאב, אדער צו רעליעף וועט פארשטיין צו מיין פראבלעם...), ממילא איז נישט אזוי נוגע זיך צו טענה'ן אין דעם.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
אלץ איינער וואס האט חבירים טערעפיסטן, וויל איך וויל אביסל מסביר זיין זייער זייט פון די מטבע וואס רוב מענטשן ווייסן נישט.
געווענטליך וועלן טערעפיסטן לערנען פאר זייער master's degree פאר 2 יאהר וואס אין די צייט דארפן זיי אויכעט טוהן internship. Internship מיינט אז זיי דארפן טוהן טערעפי אין א קליניק אינטער די אויפזיכט פון א supervisor און זיי באקימען באצהלט צווישן $0 און $35 פער סאשאן. אין די צווי יאהר דארפן זיי מיטהאלטן קלאסן, ליינען ביכער און שרייבן assignments פאר די סקול. זיי דארפן אויכעט סטראגלען צי אנהאלטן א אנדערע job צי קענען ברענגען פרנסה אין שטוב, און זיי נעמען ארויס א student loan פון 40-50 טויזענט דאללאר צי באצאהלן פאר די סקול. די צוויי יאהר פארלאנגט אסאך ארבעט וואס ס'צאהלט זיך נישט אויס בשעתו.
נאכן graduation קען די טערעפיסט געווענטליך נאכנישט עפענען אן אייגענע אפיס ווייל די עולם טראסט אים נאכנישט. ער דארף ארבעטן אין א קליניק ווי ער באקומט באצאהלט מעקסימום 5-6 טויזענט דאללאר א חודש (מיינוס טעקס). ארבעטן אין א קליניק איז שווער און אומבאטעמט מחמת כמה סיבות. אין די פאהר יאר ארבעט די טערעפיסט שווער און ער באקימט נישט די געלט און אנערקענונג וואס ס'קומט זיך אים.
נאך אפאהר יאהר הייבט ער אהן גיין פריוואט און ער זיכט זיך צי אויפבויען זיין practice. ס'נעמט אים אפאהר יאר צי ווערן אנגעפילט און קונה זיין א נאמען. נאך 3-5 יאהר האט ער שוין 30 וועכינטליכע קלייענטס, און נאך נאך אפהר יאהר קען ער שוין טשארדשן $250 א סעשאן. דעיס איז נאך שווער אינוועסטן אפאהר יאהר און אויכעט נאכן גיין צי טרענירונגען און supervision זיך צי אויסלערנען די פאך ריכטיג.
8 יאהר נאכן אריינגיין אין סקול האט ער 30 וועכינטליכע קלייענעטן וואס צאהלן אים $250 אבער ער האט אויכעט 5 וועכינטליכע cancelations. דעמאלטס מאכט ער חודש'ליך $25,000 gross income בזמן וואס ער האלט אינמיטן באצאהלן זיין loan פון 40-50 טויזענט דאללאר. אפילו ער איז שוין עקספעריענסט איז עס נאכאלץ א שווערע ארבעט וואס ער דארף טוהן, און נישט אימזינסט איס טערעפי די profession ווי ס'איז דא די מערסטע burnout.
קיקענדיג אויפן גרויסע בילד קען מען זאגן אז די טערעפיסט פארדינט זיך זייער ערליך די $250 וואס ער טשארדשט און ס'איז נישט ריכטיג אים אראפצימאהלן ווי דער וואס זיצט אויפן באקוועמע בענקל און רייסט געלט פאר גארנישט.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
סא די קליגע מאכן נישט לייסענס און קענען טשארדזן גלייך 250 אן די אלע עקספענסעס
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
זיי זענען אפשר קליג פון א ביזנעס פערספעקטיוו, אבער פון א clinical פערספעקטיוו וואלט איך זיי נישט געטראסט. טערעפי איז א קאמפליצירטע ארבעט און ס'איז אזוי גרינג פאר א נער זיך צי אינרעדן אז ער קען עס טוהן אהן זיך לערנען. א לייסעסענסעד טערעפיסט ארבעט לפחות 5 יאהר אינטער א supervisor וואס ער רעדט זיך אדורך וועכענטליך מיט אים און ער לערנט זיך פון זיינע טעותים. א שטאלצע unlicensed therapist וואס מיינט אז ער דארף נישט טרעינינג און סאפערווישאן וועט קיינמאהל נישט כאפן ווי ווייניג ער ווייסט.
איך זאג נישט אז א unlicensed therapist קען נישט טוהן קיין גוטע ארבעט, אבער איך זאג איך וואלט אים נישט געטראסט און ער איז לייקלי overconfident.
Re:
רוחין חדתין #
האדמו"ר מפיסצנה מביא בשם חותנו שהשקרן הוא האדם הגרוע ביותר ולעולם אינו בא לידי תשובה.
ווי אזוי קען ער "זיך" ברענגען נענטער צום באשעפער ווען ער ווייסט נישט ווער "זיך" איז. הה"ד דובר שקרים לא יכון לנגד עיני.
זייער א שטארק ווארט.
איינער קען מיר עס צו-ווייזן אינעווייניג, העליך מכיר טובה זיין.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה ווס. Therapy
הכשרת האברכים
י"א - כ
רק מי שאינו שקרן ורמאי שקוע בשקריו. כי יש איש שמכשילו יצרו לפעמים להוציא דבר שקר ח"ו הגם שזה רע מאוד ר"ל, מכל מקום יכול עוד לשוב ויכול גם להתקבל לחברתנו, משא"כ האיש שהוא בעצם רמאי ושקרן מרמה את אחרים וגם את עצמו, על איש כזה שמעתי מכ"ק חותני מורי הרה"צ הק' זצוקללה"ה, שאמר בשם איזה צדיק זי"ע, שאף לשוב א"א לאיש כזה, מפני שגם תשובתו בשקר היא. כנ"ל שמרמה את עצמו, הוא יכול לדמות לו שבשעה אחת יעשה צדיק פועל ועושה, ובאמת לא צדיק ולא פעל ולא עשה מאומה.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
יואלמ #
זיי זענען אפשר קליג פון א ביזנעס פערספעקטיוו, אבער פון א clinical פערספעקטיוו וואלט איך זיי נישט געטראסט. טערעפי איז א קאמפליצירטע ארבעט און ס'איז אזוי גרינג פאר א נער זיך צי אינרעדן אז ער קען עס טוהן אהן זיך לערנען. א לייסעסענסעד טערעפיסט ארבעט לפחות 5 יאהר אינטער א supervisor וואס ער רעדט זיך אדורך וועכענטליך מיט אים און ער לערנט זיך פון זיינע טעותים. א שטאלצע unlicensed therapist וואס מיינט אז ער דארף נישט טרעינינג און סאפערווישאן וועט קיינמאהל נישט כאפן ווי ווייניג ער ווייסט.
איך זאג נישט אז א unlicensed therapist קען נישט טוהן קיין גוטע ארבעט, אבער איך זאג איך וואלט אים נישט געטראסט און ער איז לייקלי overconfident.
זאגסט עפעס אבער למעשה איז עס לכאורה בלויז פראפאגאנדע ווי נישט ווי קען זיך א קאויטש לערנען אלע טערעפי מאדעלטיס ווי ifs און cbt און ער האט אויך א מענטאר וכו'
בקיצור א מעשה אז מען טויגט טויגט מען אז נישט נישט
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
אזוי ווי יעדע זאך, מיין איך אז דאס זייער סובדזשעקטיוו, הן מצד די קליענט און הן מצד די טעראפיסט, די קליענט אין וואס ער זוכט צו באַקומען פון טעראפיע, און די טעראפיסט אין וואס ער זוכט אויפצוטוהן מיט זיינע קליענטן, און בכלל די גאנצע סיבה פארוואס ער האט אויסגעקליבן די פראפעסיע אלס זיין מקור הפרנסה.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
די עכטע פראבלעם מיט טעראפי איז אז עס באשטייט נישט פון קיין 'מאדעליטיס'... (מיין ערשטע טעסט איז אייביג אויב דער צו וועם איך רעד האלט אז מרדכי וויינבערגער איז א טעראפיסט?! אויב יא, איז מיר א שאד די שפייאכטץ... והמבין יבין) עס איז די סוביעקט פון קענען קאנטעינען, טאלערירן, אמת'דיג סימפאטיזירן, און פארשטיין צו מענטשן. פינטל. אלעס אנדערש איז די טשערי-אן-די-פיי, זייער שיין און אפי' וויכטיג, אבער קען נאר נאכקומען דעם יסוד!
פארשטייט זיך אז אפלערנען דעם 'מענטש' איז וואס פארנעמט די יארן פון לערנען, ליינען, אריינקוקן אין זיך, און פארשטייט זיך אויך טרענירונג. און ווי באקאנט זענען דא א היבשע צאל טעאריעס פון וואס טאקע עס ליגט אינעם סאמען קאור פון דאס באגריף 'מענטש', ווי אויך איבער דעם פאסיגן וועג פון דאס קאנטעינען (-במחשבה, בדיבור, אדער בסובקאנשעס..), עס איז אבער בהחלט נישט עפעס וואס רינט ארויס פון ארבל פאר יעדן זעלבסט דעקלערטע קאוטש!!
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט דיסיידעט אז דאס מיינט טערעפי? דאס איז בעסיקלי נאך א מעדאט וואס יעדע קאטש קען זיך לערנען!
פארוואס איז מרדכי וויינבערגער נישט קיין טערעפיסט אויב מעג איך פרעגן?
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
באמת האב איך דאס שוין געוואלט זאגט אין אן אנדערן אשכול איבער גיין צום gym, אבער די זעלבע איז אמת לגבי טעראפי אויך. ס'איז פאני ווי אינעם חסידישן צירקל איז טעראפי אן אראפגעקוקטע זאך, מאנכע וועלן דיך אנקוקן ווי נעבעך דו קענסט זיך נישט אליין אן עצה געבן און דו דארפסט צוקומען צו טעראפי. אין די אלגעמיינע אמעריקאנער גאס איז טעראפי אן אינטעגראלע חלק פון לעבן, פארקערט, אז דו האסט נישט קיין טעראפיסט מיט וועם דו קענסט זיך שטאלצירן אלץ זיין תלמיד קוקט מען דיך אן ווי א נעבעך וואס קען זיך עס נישט ערלויבן, אסאך מענטשן גייען אפילו צו א טעראפיסט נאר צו קענען זאגן אז זיי גייען, מ'זאל זיי ח"ו נישט אנקוקן ווי א לוזער וואס וויל זיך נישט פארבעסערן און וואקסן.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
@אלפא: אפשר ביסטו מסביר וואס דאס מיינט 'פארשטיין צו מענטשן'?
כ'מיין, מיין שאלה איז, עס איז דא אכט ביליאן מענטשן אויף די וועלט, און יעדער פון האט זיין אייגענע מעשה צו פארציילן וואס איז אינגאנצן אנדערש פונעם צווייטן, איז וויאזוי איז שייך צו פארשטיין צו 'מענטשן'?
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
חובב קאווע #

איך קען דא נישט געבן קיין קורס אין פסיכאלאגיע (-ווער זאגט?!), אבער עס הייבט זיך אן מיטן פארשטיין זיך אין א טיפע וועג - וועלכע קען זיך דאן איבערגיסן און צושפרייטן צו נאך מענטשן און נאטורן...
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
אלפא #
די עכטע פראבלעם מיט טעראפי איז אז עס באשטייט נישט פון קיין 'מאדעליטיס'... (מיין ערשטע טעסט איז אייביג אויב דער צו וועם איך רעד האלט אז מרדכי וויינבערגער איז א טעראפיסט?! אויב יא, איז מיר א שאד די שפייאכטץ... והמבין יבין) עס איז די סוביעקט פון קענען קאנטעינען, טאלערירן, אמת'דיג סימפאטיזירן, און פארשטיין צו מענטשן. פינטל. אלעס אנדערש איז די טשערי-אן-די-פיי, זייער שיין און אפי' וויכטיג, אבער קען נאר נאכקומען דעם יסוד!
פארשטייט זיך אז אפלערנען דעם 'מענטש' איז וואס פארנעמט די יארן פון לערנען, ליינען, אריינקוקן אין זיך, און פארשטייט זיך אויך טרענירונג. און ווי באקאנט זענען דא א היבשע צאל טעאריעס פון וואס טאקע עס ליגט אינעם סאמען קאור פון דאס באגריף 'מענטש', ווי אויך איבער דעם פאסיגן וועג פון דאס קאנטעינען (-במחשבה, בדיבור, אדער בסובקאנשעס..), עס איז אבער בהחלט נישט עפעס וואס רינט ארויס פון ארבל פאר יעדן זעלבסט דעקלערטע קאוטש!!
הינדערט פראצענט! איך וועל צילייגן א משל: וואס מאכט א גיטע זינגער? איינער וואס קען אסאך ניגונים אדער איינער וואס ווייסט "וויאזוי" צי זינגען? זיך צי אויסלערנען א ניגון איז גרינג אבער זיך צי אויסארבעטן די סקילס און די קול, -דעיס איז די שווערע חלק וואס פארלאנגט טאלאנט אין practice. די זעלבע זאך מיט טערעפי, ס'איז דא די מאדעליטי און ס'איז דא די "סקילס" פון "וויאזוי" צי טוהן טערעפי און וויאזוי צי ניצן די מאדעליטי אין די ריכטיגע וועג. זיך צי אויסלערנען א מאדעליטי איז גרינג, קענסט זיך קויפן די בוך פאר $20 און וועסט עס קענען ביז אפאהר שעה. די עיקר איז צי קענען ריכטיג פיהרן די פראסעס פון די טערעפי און פאר דעהם דארף מען האבן גוטע טרעינינג און supervision (און זיך אליינס גוט קענען). די research ווייזט אז די פאקטאר וואס וועט די מערסטע משפיע זיין אויף די הצלחה פון טערעפי איז די quality פון די רילעישאנשיפ. זייער אסאך studies האבן געוויזן אז די מאדעליטי וואס מען ניצט איז נישט אזא מכריע צי די טערעפי וועט מצליח זיין. די וואס האבן ערפינדן די מאדעליטיס האבן עס ערפינדן אלס א tool וואס מען קען ניצן " אין טערעפי" אבער דעיס איז נישט "די" טערעפי. פינקט ווי די קענסט נישט ווערן א זינגער פון קויפן א בוך מיט ניגונים די זעלבע קען מען נישט ווערן א טערעפיסט פון זיך לערנען א מאדעליטי.
די סקיללס פון טוהן טערעפי ענטהאלט אסאך און איך גיי אויסרעכענען א חלק פון זיי. בויען א רילעישאנשיפ, געיבן און נעמען פידבעק פון קלייענטס, קאנפראנטירן קלייענטס און א וועג וואס וועט זיי נישט מאכן דיפענסיוו, האלטן א געזינטע דיסטענס און נאכאלץ זיין attuned צי די קלייענטס, דיעלן מיט די אייגענע frustration אנטקעגן א קלייענט כדי די רילעישאנשיפ זאל נישט ציגרינד גיין, העלפן קלייענטס אדורכארבעטן די רעסיסטענס וואס זיי האבן צי change, קענען מאכן פלאץ פאר believes פון א קלייענט וואס איז פארקערט ווי זיינס, זיין aware ווען די אייגענע געפיהלן קימען אריין בשעת מ'הערט אויס א קלייענט און זעהן אז ס'זאהל נישט שטערן די טריעטמענט, ועוד... ס'איז דא אסאך צי מאריך זיין אין איעדע פון דעיע נקודות אבער מיין פוינט איז אז זיך צי אויסלערנען די "פראסעס" פון טערעפי פארלאנגט אז די טערעפיסט זאהל זיין זייער ערנסט געלערנט.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
כ'האב הנאה פון די צושטעל צו מוזיק/זינגערס..

דו זאגסט הערליך אבער איך זעה נישט פארוואס א מענטש וואס האט נישט קיין לייסענס קען זיך נישט דאס אלעס לערנען אנע זיצן אין סקול פאר פינעוו יאר!
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
חובב קאווע #
@אלפא: אפשר ביסטו מסביר וואס דאס מיינט 'פארשטיין צו מענטשן'?
כ'מיין, מיין שאלה איז, עס איז דא אכט ביליאן מענטשן אויף די וועלט, און יעדער פון האט זיין אייגענע מעשה צו פארציילן וואס איז אינגאנצן אנדערש פונעם צווייטן, איז וויאזוי איז שייך צו פארשטיין צו 'מענטשן'?
האסט אמאל גענומען דיין קאר צו א גיטע מעקעניק?
א גוטע מעקעניק ״פארשטייט״ צו קארס.
איי עס איז דא טויזענטער מאדעלס פון קארס (אין אמעריקא איז דא בערך 280 מאדעלס)?
נאר די יסודות זענען מער ווייניגער די זעלבע ביי אלע מאדעלס.
מענטשען זענען די זעלבע. רוב האבען מער ווייניגער די זעלבע אישוס, פעירס, און איינרעדענישן. (עספעשעלי ווען רוב קליענטין זענען פון די זעלבע געגענטער און קאמיונעטיס) די קליינע חילוקים דאס קען שוין א פראפעשענעל אויפכאפן נאך איין צוויי וויזיטס.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
איך טרעף די צושטעל פון מענטשן צו קארס זייער אפענסיוו....
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
@שפילער, אויב איינער גייט נישט אין סקול אין ספענט אפאהר יאהר פון זיין לעבן מיטן זיין אריינגעלייגט fully זיך צי אויסלערנען די פאך און ער גייט נעמען אפאהר יאר שימוש ביי מומחים וואס קען די טיעפקייט פינעם פאך, דעמאלטס זעה איך דיין נקודה. אבער געווענטליך איז דעיס נישט די קעיס.
אזויווי איך האב מסביר געוועהן, דעיס איז א פאך וואס מען דארף אסאך אינוועסטן אין זיך, זיך צי דעוועלאפן אלץ גוטע טערעפיסט.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
ים של שלום #
מענטשען זענען די זעלבע. רוב האבען מער ווייניגער די זעלבע אישוס, פעירס, און איינרעדענישן. (עספעשעלי ווען רוב קליענטין זענען פון די זעלבע געגענטער און קאמיונעטיס) די קליינע חילוקים דאס קען שוין א פראפעשענעל אויפכאפן נאך איין צוויי וויזיטס.
יא און ניין!
יא, אז געוויסע מענטשליכע יסודות זענען די זעלבע, אבער ניין, עס איז נישט די אישוס אדער איינרעדענישן
(- אין קעיס פסיכאלאגיע דרייט זיך נאר ארום דעם...) וועלכע זענען בכלל ענליך - אפי' אין די זעלבע קאמיוניטי.
א בחור'ל וועלכע האט נישט קיין נערווען צום גמ' - וואס די אנאליז קען זיין - ווייל ער האט אינטראדזשעקטעד זיין פעיליאר סעלף אין די גמ' אריין מכח וואס עס רעפלעקטירט זיין סופער עגא וועלכע רעפרעזענטירט אן אביוסיוו-טאטע רעלעישאנשיפ.
און א ווייבל וועלכע ליידט פון אנערעקסיע - ווייל זי קען זיך נישט לאזן ארייננעמען פון אנדערע (און אפעקטירט צופעליג אויך ספעציפישע ס** פאזיציעס וכדו'), נאך וואס א לאנג-טערמיניגע קראש אויף א חבר'טע האט זיך געענדיגט אין א מיאוס'ע רעדזשעקשאן און עס פראדזשעקט ספעציפיש אויף עסן און אויף איר מאן פאר סאם ריזען...
- איז עס נישט די 'נישט לערנען' מיט די 'אנערעקסיע' וועלכע זענען די ענליכקייטן אין דעם פאל,
(ווייל אפי' צוויי אנדערע בחורים וועלכע האבן נישט קיין חשק צום לערנען - אדער צוויי באזונדערע מענטשן מיט אנערעקסיע - קענען שטאמען פון לגמרי אנדערע גורמים..) , עס איז אבער די נאטור פון פראדזשעקשאן און די מאכעניזמ'ס פון דיפענסעס וועלכע זענען ענליך דורכאויס מענטשהייט און מעניפעסטירן זיך אויף אנדערע אופנים יעדעס מאל...
נאך א משל קען זיין, פראבלעמען וואס מאכן זיך מיט בריקן און פראבלעמען וועלכע מאכן זיך אין בניינים - וואס האבן לאו דוקא די זעלבע נעמען אדער אויסקוק - אבער די מעכאניזם און סייענס וועלכע ליגט אונטער די אינדזשענירונג פון א בריק ליגט אויך אונטער די אינדזשענירונג פון א בנין, און נאכן פארשטיין די יסודות קען אן ערפארענע אינדזשעניר פארעכטן ביידע.
איך האף ס'איז קלאר.
תמונה להמחשה בעלמא...
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
Re:
הקטן #
צמצוםאין דעם אשכול וועט מען ארימרעדען דער אינטרשייד ,אין א סימן אויב דער Therapist טיט עפעס אויף צו טיט בלויז Life Coaching.
ס'איז ליידער דא אסך טערעפיסטען וואס קענען נישט קיין Life Coaching און האבן דאס קיינמאל נישט געלערענט און קענען בלויז איין אדער צוויי Therapy מאדעלעטיס און לייגן א יעדעם ארויף אויף דעם סדום בעטעל
אזוי אויך איז דא לייף-קאטשעס וואס קריכן אריין אין דעם טערעפי פעלד, און זענען נאר האלב אויסגעקאכט אין דעם, און מאכן א חרבן
גוט געזאגט
און נאכדעם זענען זיי גורם אז די מענטשן וואס וואלטן געווארן געהאלפן ביי די וואס זענען גאר גוט - זאלן אויפגעבן האפענונג פון טרעפן גוטע הילף צוליב די אלע שלעכטע שמועות פון די שוסטערס וואס פאר׳תכלעווען יענעם׳ס צייט און געלט פאר זייער אייגענע באקוועמליכקייטן
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
ישחנה לאחירים איז גוט ווען עפעס באדערט אים רעדט ער עס אויס אבער פאר מער ערענסט פראבלעימן ווי
אה סי די,
עקזייעטי,
פאניק אטאקעס
עדיקשענס
היי -לא סעלף עסטים,
דארף מען האבן א טעירפיסט