☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » איז אידטיש בעסער

איז אידטיש בעסער

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16856

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג פעברואר 5, 2024 9:19 pm

· #548310
איז אידטיש בעסער
ווי אייוועלט?

מעג ק"ש דערמאנט ווערן דארט?

וואס איז אייגענטלעך דער חילוק צווישן א"וו און אידטיש?

געהערן זיי צו די זעלבע פראקציע אין סאטמר?

איז פאראן עפעס א חילוק אין די תקנות צווישן די צוויי?

טירן » מאנטאג פעברואר 5, 2024 9:26 pm

· #548313
Re: איז אידטיש בעסער
סוף טוב הכל טוב #
ווי אייוועלט?

מעג ק"ש דערמאנט ווערן דארט?

וואס איז אייגענטלעך דער חילוק צווישן א"וו און אידטיש?

געהערן זיי צו די זעלבע פראקציע אין סאטמר?

איז פאראן עפעס א חילוק אין די תקנות צווישן די צוויי?
איך ווייס נישט פונטקליך אבער איין חילוק איז זיכער דא אייוועלט וועט רודפן אפילו איינער וואס וויל שרייבן נארמאל אם כל זה וועל זיי זיכער מאכן צו דיר מעקן אן א פארוואס פשוט זעהט אויס אז זיי ווילן ווייזן בעלות אדער א אנדערע סיבה וואס איך ווייס נישט משא"כ אידטיש איז אויף דערווייל אז איינער וויל שרייבן נייעס אדער סתם נארמאל זאכן זענען זיי זייער העפליך אין נארמאל

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג פעברואר 5, 2024 9:38 pm

· #548317
Re: איז אידטיש בעסער
א הודעה פון @טירן אליינס
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=548308#p548308

צומישט און צוחישט » מאנטאג פעברואר 5, 2024 11:40 pm

· #548329
Re: איז אידטיש בעסער
כ'ווייס נישט צו ס'מער א העפליכע פלאץ, אבער דאס יא אז ס'איז כמעט אלעס דארט איין געוויסע שניט מענטש, און ס'גאר גאר א מצומצדי'גע פלאטפארמע.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 5, 2024 11:52 pm

· #548330
Re: איז אידטיש בעסער
מען קען נישט פארגלייכן א פלאץ ווען עס איז קליין און אינטימעט ווי ווען עס איז שוין ריזיג גרויס און קוים מעגליך צו קאנטראלירן.
אייוועלט איז אמאל נישט געווען אזוי שטרענג ווי היינט, ווייט נישט!
גיב אידטיש אביסל צייט, און זאכן וועלן ווערן שטרענגער.
אפילו קאווע שטיבל איז אמאל נישט געווען אזוי שטרענג ווי היינט.... 😛 😠

זאקן » מאנטאג פעברואר 5, 2024 11:56 pm

· #548331
Re: איז אידטיש בעסער
שמעקעדיג #
מען קען נישט פארגלייכן א פלאץ ווען עס איז קליין און אינטימעט ווי ווען עס איז שוין ריזיג גרויס און קוים מעגליך צו קאנטראלירן.
אייוועלט איז אמאל נישט געווען אזוי שטרענג ווי היינט, ווייט נישט!
גיב אידטיש אביסל צייט, און זאכן וועלן ווערן שטרענגער.
אפילו קאווע שטיבל איז אמאל נישט געווען אזוי שטרענג ווי היינט.... 😛 😠
איך האב געמיינט אז די סיבה פארוואס קאווע שטיבל איז געווארן שטרענגער איז וועגן די מנהל איז אינמיטן די מידלייף קריזיס.

יונתן הקטן » דינסטאג פעברואר 6, 2024 1:32 am

· #548337
Re: איז אידטיש בעסער
סוף טוב הכל טוב #
ווי אייוועלט?

מעג ק"ש דערמאנט ווערן דארט?

וואס איז אייגענטלעך דער חילוק צווישן א"וו און אידטיש?

געהערן זיי צו די זעלבע פראקציע אין סאטמר?

איז פאראן עפעס א חילוק אין די תקנות צווישן די צוויי?
כווייס נישט צו וועלעכע פראקציע אייוועלט געהערט,
אבער אידטיש איז ארויניש געשטימט.

קליגער » דינסטאג פעברואר 6, 2024 2:25 am

· #548338
Re: איז אידטיש בעסער
ווי ווייט איך ווייס האט זיך אידטיש געעפענט פון אפאר אנגעווייטאגטע אויף איין װעלט, האָבן זיי געעפענט א סייט וואס זאָל נישט זיין אַזוי שטרענג ווי אייוועלט

למדן וחסיד » דינסטאג פעברואר 6, 2024 8:39 am

· #548345
Re: איז אידטיש בעסער
אידטיש אפאר מצומצמדיגע ארוינים

עמרם » דינסטאג פעברואר 6, 2024 9:46 am

· #548350
Re: איז אידטיש בעסער
אין די הנהלה פון אייוועלט איז אויך דא ארוינים

שפילער » דינסטאג פעברואר 6, 2024 9:55 am

· #548351
Re: איז אידטיש בעסער
איך האלט אז וויבאלדט זיי זענען ממש א קאפי פון אייוועלט וועגן דעם זענען זיי נישט מצליח העטען זיי געווען מער ווי קאווע שטיבל וואלט עס מער מצליח געווען

עמרם » דינסטאג פעברואר 6, 2024 9:57 am

· #548353
Re: איז אידטיש בעסער
אלעס קען זיין,
אבער זיי דארפן אז די פילטערס זאלן זיי אדארך לאזען

(גראדע זענען זיי נישט פונקט ווי אייוועלט, און ס'איז דא דארט געוויסע טעמעס וואס איז פארבאטן אין אייוועלט)

שפילער » דינסטאג פעברואר 6, 2024 10:29 am

· #548356
Re: איז אידטיש בעסער
עמרם #
אלעס קען זיין,
אבער זיי דארפן אז די פילטערס זאלן זיי אדארך לאזען

(גראדע זענען זיי נישט פונקט ווי אייוועלט, און ס'איז דא דארט געוויסע טעמעס וואס איז פארבאטן אין אייוועלט)
למשל?

שפילער » דינסטאג פעברואר 6, 2024 10:32 am

· #548357
Re: איז אידטיש בעסער

תשפג » דינסטאג פעברואר 6, 2024 11:28 am

· #548362
Re: איז אידטיש בעסער
אויף אידטיש מעג מען רעדן פון קאווע שטיבל?

שפילער » דינסטאג פעברואר 6, 2024 11:45 am

· #548365
Re: איז אידטיש בעסער
איך גלייב נישט

מר. קלונימוס » דינסטאג פעברואר 6, 2024 12:14 pm

· #548367
Re: איז אידטיש בעסער
שפילער #
איך האלט אז וויבאלדט זיי זענען ממש א קאפי פון אייוועלט וועגן דעם זענען זיי נישט מצליח העטען זיי געווען מער ווי קאווע שטיבל וואלט עס מער מצליח געווען
ס'קוקט דארט אויס ביזיער ווי דא

האניג » דינסטאג פעברואר 6, 2024 1:12 pm

· #548374
Re: איז אידטיש בעסער
כ'האב באטראכט אביסל די סייט, און לויט ווי איך זע האבן זיי גענומען א מהלך צו גיין מיט מעין סטריעם מיינונגען. ד. ה. אלעס וואס ס'אזי אנגענומען ביים ציבור קען דארט ווערן אויסגעשמועסט. זיי זענען נשיט ברייטער ווי מעין סטריעם, אבער זיי לאזן אויסשמועסן טאפיקס וואס וואלט געווארן אויסגעשמועסט ביי יעדן אינדערהיים (כמעט) און אין יעדע מקוה.

זאכן וואס מען רעדט דא אין קאווע שטיבל, הערט מען ווייניגער אין פובליק. אין אידטיש קענסטו רעדן זאכן וואס מען שמועסט צווישן היימישע אידן.

אייוועלט איז נאך שטרענגער און זיי לאזן ממש גארנישט רעדן וואס קען טריגערן סיי וועם.

עמרם » דינסטאג פעברואר 6, 2024 1:15 pm

· #548375
Re: איז אידטיש בעסער
שפילער #
עמרם #
אלעס קען זיין,
אבער זיי דארפן אז די פילטערס זאלן זיי אדארך לאזען

(גראדע זענען זיי נישט פונקט ווי אייוועלט, און ס'איז דא דארט געוויסע טעמעס וואס איז פארבאטן אין אייוועלט)
למשל?
יעדע זאך, וואס אויף אייוועלט מעג מען נישט דערמאנען, און אפי' מרמז זיין וכו'
אויף אידטיש, מעג מען רעדען ארום און ארום, וכו'

עיין עוד בסגיות הפעטוועיס

אזוי אויך די מעשה די וואך אין קרית יואל, ווי אויף אייוועלט טאר מען נישט דערמאנען אז ס'איז עפעס פארגעקומען, משא''כ דארט מעג מען אויסשמועסן די פאקטן, און פארשטייט זיך פארשרייען די פרצה....

ווייסעכניש » מיטוואך פעברואר 7, 2024 11:26 am

· #548555
Re: איז אידטיש בעסער
אריינגעבליקט דארט מושכל ראשון קוקט מיר עס אויס קאפי פעסט פון איי וועלט מיט אהרונישע אידילאגיע

Antibacterial » מיטוואך פעברואר 7, 2024 1:03 pm

· #548578
Re: איז אידטיש בעסער
קוקט מיר יא אויס בעסער. נישטא אויף אזוי ווייט די נעגעטיוועטי פון אייוועלט. און סע איז מער פריינטלעך. אבער נאכאלץ א מער פארמאכטער קולטאר.

Antibacterial » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:23 pm

· #552083
Re: איז אידטיש בעסער
Antibacterial #
קוקט מיר יא אויס בעסער. נישטא אויף אזוי ווייט די נעגעטיוועטי פון אייוועלט. און סע איז מער פריינטלעך. אבער נאכאלץ א מער פארמאכטער קולטאר.
איך צי צוריק. די מוחאות הויבען צוביסלעך אן וואקסען און ברייטערער תגובות הויבן אן געמעקט ווערן אויף א שנעלערע פארנעם.

האניג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:09 pm

· #552102
Re: איז אידטיש בעסער
Antibacterial #
Antibacterial #
קוקט מיר יא אויס בעסער. נישטא אויף אזוי ווייט די נעגעטיוועטי פון אייוועלט. און סע איז מער פריינטלעך. אבער נאכאלץ א מער פארמאכטער קולטאר.
איך צי צוריק. די מוחאות הויבען צוביסלעך אן וואקסען און ברייטערער תגובות הויבן אן געמעקט ווערן אויף א שנעלערע פארנעם.

@Antibacterial ס'איז צייט אפצולאזן יתוש און צוריקקומען צו אונז...

אברהם יאקאב » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 5:59 am

· #553497
Re: איז אידטיש בעסער
.