☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » פילאזאפישע טערמ'ס און אב

פילאזאפישע טערמ'ס און אב

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16854

ישר בעיניו » מאנטאג פעברואר 5, 2024 1:00 pm

· #548208
פילאזאפישע טערמ'ס און אב
קאווע שטיבל איז אזוי רייך אין פילאזאפיע, אבער איך גלייב אז אזוי ווי מיר, איז דא נאך א חלק עולם וואס פארשטיין נישט די אינהאלט פון די אשכולות, פארן וויסן וואס די טערמ'ס זענען.
איז אפשר זאלן די חכמים צווישן אונז זיך מטריח זיין און זיין אזוי גוט אונז מסביר זיין די טערמ'ס און די אב פון פילאזאפיע
די קלענערע חכמים צווישן אונז וועלן עס זייער עפרישיעטן

סקעפטיקער » מאנטאג פעברואר 5, 2024 1:02 pm

· #548210
Re: פילאזאפישע טערמ'ס און אב
א בעסערע וועג וואלט געווען פארצולייגן א געוויסע טערמין וואס דו ווילסט פארשטיין און די עולם זאל אריינקומען מיט הסברים. נישט אזוי?

וואלווי » מאנטאג פעברואר 5, 2024 3:28 pm

· #548229
Re: פילאזאפישע טערמ'ס און אב
סקעפטיקער #
א בעסערע וועג וואלט געווען פארצולייגן א געוויסע טערמין וואס דו ווילסט פארשטיין און די עולם זאל אריינקומען מיט הסברים. נישט אזוי?
האמיר שוין די ערשטע פילאסאפישע רעיון explained....

אלפא » מאנטאג פעברואר 5, 2024 5:39 pm

· #548258
Re: פילאזאפישע טערמ'ס און אב
א.ב. פון פילאזאפיע ווילסטו?!

א. נוצן די קאפ!
ב. זען צו די איידיע אין קאפ ווערט שוין טערמינאלאגירט דורך א פריערדיגן - אזוי ארום זיך פארשפארן די צייט, און עס קענען יעדע מאל אנכאפן ביים פארקורצעטן נאמען!

ישר בעיניו » מאנטאג פעברואר 5, 2024 5:44 pm

· #548259
Re: פילאזאפישע טערמ'ס און אב
סקעפטיקער #
א בעסערע וועג וואלט געווען פארצולייגן א געוויסע טערמין וואס דו ווילסט פארשטיין און די עולם זאל אריינקומען מיט הסברים. נישט אזוי?
טעאלאגיע
עמפיריש
קאסמאלאגיע

סקעפטיקער » מאנטאג פעברואר 5, 2024 5:53 pm

· #548263
Re: פילאזאפישע טערמ'ס און אב
ישר בעיניו #
סקעפטיקער #
א בעסערע וועג וואלט געווען פארצולייגן א געוויסע טערמין וואס דו ווילסט פארשטיין און די עולם זאל אריינקומען מיט הסברים. נישט אזוי?
טעאלאגיע
עמפיריש
קאסמאלאגיע
טעאלאגיע מיינט די שטודיע פון רעליגיע (טעא=גאט, הענס טעאיזם און אטעאיזם)

עמפיריש מיינט עפעס וואס איז געבויעט אויף אבזערווירנדע פאקטן נישט אויף סברות והוכחות

קאסמאלאגיע מיינט די שטודיע פון די גאנצע עקזיסטענץ. ווען מ'רעדט דערפון אין סייענס רעדט מען פון פיזישע טעאריעס ווי ביג בענג, אבער אין פילאזפיע איז עס מער די לאגישע פראבלעם פון וואו האט זיך אלעס אנגעהויבן

ישר בעיניו » מאנטאג פעברואר 5, 2024 6:41 pm

· #548276
Re: פילאזאפישע טערמ'ס און אב
עמפיריש מיינט עפעס וואס איז געבויעט אויף אבזערווירנדע פאקטן נישט אויף סברות והוכחות
למשל?

טליתנאה » מאנטאג פעברואר 5, 2024 7:21 pm

· #548278
Re: פילאזאפישע טערמ'ס און אב
@סקעפטיקער

קאסמאלאגיע איז די שטודיע פון די אנפאנג פון די בריאה (די ביג בענג אדער מעשי בראשית) פון אן empirical שטאנדפונקט, די פיליזאפיע חלק שבו גייט שוין מער אריין אין מעטעפיזיקס וואס איז די שטודיע פון דאס גאנצע עקזיסטענץ (the nature of reality)

סקעפטיקער » מאנטאג פעברואר 5, 2024 8:15 pm

· #548294
Re: פילאזאפישע טערמ'ס און אב
טליתנאה #
@סקעפטיקער

קאסמאלאגיע איז די שטודיע פון די אנפאנג פון די בריאה (די ביג בענג אדער מעשי בראשית) פון אן empirical שטאנדפונקט, די פיליזאפיע חלק שבו גייט שוין מער אריין אין מעטעפיזיקס וואס איז די שטודיע פון דאס גאנצע עקזיסטענץ (the nature of reality)
די "קאזמאלאגישע ארגומענט פאר גאט" איז פילאזאפיע

סקעפטיקער » מאנטאג פעברואר 5, 2024 8:19 pm

· #548298
Re: פילאזאפישע טערמ'ס און אב
ישר בעיניו #
עמפיריש מיינט עפעס וואס איז געבויעט אויף אבזערווירנדע פאקטן נישט אויף סברות והוכחות
למשל?
אז גראז איז גרין, אדער אז אנטיביאטיק איז אפעקטיוו וכדו', דאס זענען זאכן וואס איז א פשוט'ע אבזערוואציע. משא"כ אויב איינער זאל טענה'ן אז עס איז נישט שייך אז זאכן זאלן זיין ריכטיג אדער אומריכטיג אן גאט און פון דעם איז א ראי' אז גאט עקזיסטירט. עס קען זיין א שטארקע ראי' אבער עס איז נישט קיין עמפירישע ראי'

טליתנאה » מאנטאג פעברואר 5, 2024 9:46 pm

· #548318
Re: פילאזאפישע טערמ'ס און אב
סקעפטיקער #
טליתנאה #
@סקעפטיקער

קאסמאלאגיע איז די שטודיע פון די אנפאנג פון די בריאה (די ביג בענג אדער מעשי בראשית) פון אן empirical שטאנדפונקט, די פיליזאפיע חלק שבו גייט שוין מער אריין אין מעטעפיזיקס וואס איז די שטודיע פון דאס גאנצע עקזיסטענץ (the nature of reality)
די "קאזמאלאגישע ארגומענט פאר גאט" איז פילאזאפיע
נכון, ווייל עס איז א פילאזאפישע ארגומענט געבויט אויף קאסמאלאגיע, ווען דו נעמסט אבער א דעגרי אין קאסמאלאגיע היינט צוטאגס איז עס אויף די סייענס שבו, בכל אופן, its just semantics