שומרים טשערעטי משוגעת
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16851
שומרים טשערעטי משוגעת
ס'טעלעפאן מיינער הערט מיר נישט אויף צי קיצעלען
יעדער מינוט דריזעלט מיר אריין א צווייטער אלטער חבר מיינער מיט וועמען נארמאלערהייט רעדט ער שוין נישט מיט מיר יארן לאנג זייט ער איז געווארען א שומרים מעמבער
בּי זעווען פארטי זעווען איז היינט זיין נאמען
מער נישט שמילא אדער מאטי
אקיצור וואס וויל די דאזיגע באנדע פין מיין לעבן?
נישט מער און נישט ווייניגער זיי האבען א קאמפּיין זייער ערווייטינג איז זיבען הינדערט אין פיפציג טויזענט גאלדענע רובּל
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס/פארווי/אין פארווען
וואס גייען די דאזיגע ליצים טין מיט אזוינע גרויסע געלטער
פארגאנגענע פרייטיג איז פארגעקימען א ציזאמענפאל שיקט מיר איינער פין די בּי זעווען פארטי זעווען מעמבערס א וואטסעפּפ "ערב שבת אין די אנגעשרענגטע זמנים זענען מיר דא קאמפס גרייט אלעס פאר דיינעט וועגען".
רבונו של עולם וואס טראכט ער?
אויפצוהייבן די ווענט האמיר שוין חברים
צו ווייזען פאר די חברים מעמבערס וואספארא טולס און כלי זיין צו נוצן האמיר דאך חביבים,
דרייען זיך דארט ארום פייער דיפארטמענט /בילדינג דיפארטמענט/הצלה / פאליציי
פרעג איך דעים בּי זעווען פארטי זעווען, וואס טוט עטץ דארט?
דער בּי פּי בוי ענטפערט מיט א קלארקייט "ווי דיד מעססיוו סעקיורעטי",
פארטי טרי מיט פארטי עיט האבען געבלאקט די גאס פין דרייצן
די שוטה איינס פארדעם האבען מיר דאך שמירה גענצליך פריי אן אפּצאל,
אין פארוואס דארף מען בלאקען פין די ראנג וועי,
קען מיר איינער מסביר זיין צי וואס זיי דארפען זיבען הינדרעט פיפציג טויזנט דאלער ?
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
שמירה מאכט דאך אויך געלט קאמפיינס
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
כ'האב נישט קיין מושג פארוואס זיי דארפן געלט, אבער כאטשיג איז עס א עכטע ארג'. משא"כ חסד לאברהם, בית לפליטות און הצלת ילדי ארגנטינא…….
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
חסד לאברהם איז אויך אפען פאר נדבנים צו באזוכן ל''ג בעומר......
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
אזוי גייט עס, יעדע ביזנעס וואס האט עפעס מיט אידישקייט מאכט לעצטנס א קאמפיין פאר מיליאנען פארוואזשע דען נישט?
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
די גאנצע שומרים- שמירה קאמפיין איז אט אויף הענד, די איינציגסטע פלאץ ווי זיי קענען נוצן געלט איז אויף פארטי׳ס און קארס, די פארטי׳ס מעג זיך שוין ענדיגן און די קארס פארשטיי איך נישט פשט, פארוואס ווען עפעס געשענט דארף קומען א קאר מיט א מיסל אויף די דאך, וואס איז ראנג אז ס׳קומט א געהעריגע קאר אזוי ווי פינף יאר צוריק??
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
מר. קלונימוס #
שמירה מאכט דאך אויך געלט קאמפיינס
נאר זיי מאכן נאך צו א פאר רייניש אין די זייט פון א פרייוועט סעקיוריטי קאמפעני.
משא"כ שומרים האט נישט קיין זייטיגן אינקאם.
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
זאקן #
די גאנצע שומרים- שמירה קאמפיין איז אט אויף הענד, די איינציגסטע פלאץ ווי זיי קענען נוצן געלט איז אויף פארטי׳ס און קארס, די פארטי׳ס מעג זיך שוין ענדיגן און די קארס פארשטיי איך נישט פשט, פארוואס ווען עפעס געשענט דארף קומען א קאר מיט א מיסל אויף די דאך, וואס איז ראנג אז ס׳קומט א געהעריגע קאר אזוי ווי פינף יאר צוריק??
אונז אלע "קלוגע" אידעלעך. אריינגערעכנט דער פותח האשכול. ווען א גוי כאפט אראפ א שטריימל אדער א פאקעט בוק פון א איד'ס האנט אדער קאפ וועים רופט מען צוערשט. די "פאליציי". אדער שומרים. א יעדער וויסט דאך ענטפער. די פאליס האלטן דאך אז זייער מיסיע אין לעבן איז צו טיילן טיקעטס. די איבריגע איז א "באנוס".
ביי מיר האט א גנב איינמאל פארטאגס איינגעבראכן. ער איז שוין כמעט אריינגעקומען אין מיין הויז. איך האב שנעל גערופן די פאליס אויף911. זיי האבן געמאכט זיכער מיך אויפצוהאלטן אויפ'ן טעלעפאן אזוי לאנג ווי דער גנב (אויב ער איז נישט געשלאפן) האט שוין געהאט געניג צייט אוועקצושפאצירן פון די סצענע. נאך 20 מינוט האבן זיי ארויסגעשיקט א "אנ-מארק'ד" קאר. די 2 דעטעקטיוון האבן געקלינגען ביי מיין טיר און געפרעגט מעשה תם..."וואו איז דער גנב"? ווען דו רופסט שומרים זענען זיי דארט ביז 3 מינוט...!
ועוד: קיינער צווינגט דיך נישט צו געבן. דו ווילסט געב. אנישט, נישט.
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין זיכער אז דאס איז געווען סתם א שווינדלער. איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז שומרים זאללן בעטן געלט פאר עפעס אנדערש ווי זייער בודזשעט צו קענען אנפיהרן מיט די ארגאניזאציע.
נ.ב: אויב דו טראכטסט אז בערל בעל עגלה איז אויך פון די שומרים, ביטע לייג עס אוועק אויף פורים קטן. א רחמנות (וואלט געווען) אויף שומרים ווען זיי דארפן אן אלטן זעצער ווי בערל בעל עגלה פאר א שומר...לאל
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
מיין פינטעל איז זייער סימפעל,
די אלע יונגעלייט וואס פארקען ביי די פאמפּס און ביי די באס סטאפס, און אויך וועמען איך רוף ווען איך זעה איינער ברעכט זיך איין אין מיין הויז, זיי זענען וואלונטירן, פארוואס דארפן זייערע קאארדינעיטערס די גרויסע געלטער
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
הוא מותיב לה והוא מפרק,
זיי דארפן עס צו באצאלן זייערע פארקינג טיקעטס!
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
געוואלדיג. יעצט ווייס איך שוין
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
berlbalaguleh #
זאקן #
די גאנצע שומרים- שמירה קאמפיין איז אט אויף הענד, די איינציגסטע פלאץ ווי זיי קענען נוצן געלט איז אויף פארטי׳ס און קארס, די פארטי׳ס מעג זיך שוין ענדיגן און די קארס פארשטיי איך נישט פשט, פארוואס ווען עפעס געשענט דארף קומען א קאר מיט א מיסל אויף די דאך, וואס איז ראנג אז ס׳קומט א געהעריגע קאר אזוי ווי פינף יאר צוריק??
אונז אלע "קלוגע" אידעלעך. אריינגערעכנט דער פותח האשכול. ווען א גוי כאפט אראפ א שטריימל אדער א פאקעט בוק פון א איד'ס האנט אדער קאפ וועים רופט מען צוערשט. די "פאליציי". אדער שומרים. א יעדער וויסט דאך ענטפער
איינער האט אוועקגעמאכט שומרים? ער האט בסך הכל געפרעגט פארוואס דארפען זיי געלט.
קריטיקירען א פרט מיינט נישט אז מ'האט א פראבלעם מיט זיי בכלליות
איז לכבוד דעם וועט מען אריין געבען א קאמפלעינט דאס מאל געוואנדען צו שמירה: הערטס אויף אוועקצוכאפען אזויפיל ספאטס ארום ענקער HQ ביי 13&50, עס איז א פארנומענע פלאץ, לאז די וואס באצאלען פאר די מיטערס, פארקען....
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
קהל'ס נער #
כ'האב נישט קיין מושג פארוואס זיי דארפן געלט, אבער כאטשיג איז עס א עכטע ארג'. משא"כ חסד לאברהם, בית לפליטות און הצלת ילדי ארגנטינא…….
פארוואס זאגסטו אז חסד לאברהם איז נישט קיין עכטע ארגאניזאציע. איך קען עדות זאגן אז זיי זענען יא. אלס (געוועזענער) שכן. דאס איז א ריזיגער אפיס וואו בערך א מנין אלטע באטשי'ס קומען אריין א יעדן אינדערפריה בערך 11 1130. זיי זיצן ביי די קאמפיוטערס און דרימלען. יא. זיי האבן אויך א יעדער איינער א טעלעפאן ביי זיין דעסק. צווישן איין דרימל און צווייטן מאכט מען א פאון קאלל אדער צוויי.צו שנארן געלט פאר די חשוב'ע, הייליגע ארגאניזאציע.
זיי זענען מקיים א גמרא. די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער)..."הרוצה לשקר ירחיק עדותו"...זיי טענה'ן אז זיי האבן ריזיגע מוסדות אין ארץ ישראל וואו זיי ראטעווען ספרד'ישע קינדער פון פארפאלן ווערן ביי די חילונים. זיי ברענגען אפילו פיקטשערס. כ'האב מורא אז זיי האבן געבארגט די פיקטשערס פון כולל שומרי החומות אדער זיבענבירגן. וואו מ'ברענגט (אויך) פיקטשערס ווי אידן לערנען משניות לעילוי נשמת די מנדבים. די פראבלעים איז אז די פיקטשערס האבן זיך נישט געטוישט פאר די לעצטע זיבעציג יאר. איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל און איך האב געבלעטערט אין די לוח פון כולל שומרי החומות און כולל זיבענבירגן האביך געזעהן די זעלבע אלטע באטשי'ס.
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
היימלינד #
איז לכבוד דעם וועט מען אריין געבען א קאמפלעינט דאס מאל געוואנדען צו שמירה: הערטס אויף אוועקצוכאפען אזויפיל ספאטס ארום ענקער HQ ביי 13&50, עס איז א פארנומענע פלאץ, לאז די וואס באצאלען פאר די מיטערס, פארקען....
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
ר' הערש(ער): וואס האסטון מוסיף געווען צו היימלינד'ס מאמר וואס דו ברענגסט צו...?!
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
[ציטאט אראפגענומען]
שמירה בעט אויך, מען דארף געבען א שיינע נדבה נאך דעם, קיינער טיט נישט בחינם
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
אפשר דארף מען געלט פאר די לויערס פון יענקי דאסקאל נאכדעם וואס די וויקטים האט יעצט נאכאמאל אריינגעגעבן קלאגעס אקעגן באבוב און נאך, און וועגן דעם מאכט שומרים יעצט א קאמפיין.
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
גראדע, אפשר דארף מען טוישן דעם קעפל דא "פּראבלעמען מיט די אלע וואס האלטן די קאפּל אויפן שפיטץ קאפּ".
שמירה:
ביטע מאכט פריי דאס פארקינג ביי ענקער הויפטקוואטיר,
שומרים:
ביטע פארקירט נישט ענקערע מלחמה עקוויפמענט אין די באס סטאפס,
חברים:
ענקער טראק מוז נישט ארום פארן מיט די בליטשקעדיגע געלע לעקטערס און בלינד מאכען יעדן אונטער ענק ,
הצלה:
ווען איר זיצט אינעם אמבולאנס אויף ניין אין פערציגסטע גאס שרייט נישט מיט אזוינע יאמערליכע קולות ווייל ס'איז נישטא וואו זיך צו רוקן, און אויב איז דא א באס דארט קען ער נישט ארויפפארן אויף א דאך פין א אפארטמענט בילדינג,
גאנץ פארטי ניין סטריט איז ביי יעדע באס סטאפּ אנגעלייגט מיט די אלע פאלגענדע כלי זיין פין די אלע אויבנדערמאנטע שפיץ קאפל וואלונטירן וואס שנארן פון אונז שווערע מיליאנען א יאר, כדי צו קענען קויפען נאך טראקס מיט אנגעלייגטע כלי מלחמה, אז ווען ס'ווערט פארשטאפּט א סוער ערגעץ אין בארא פארק זאלן זיי קענען פליען אהין אין א בליץ סקונדע אויפצושטאפען דאס חאזעריי.
א זייטיגע קשיא,
איינער ווייסט פארוואס חסד של אמת טראק דארף לייטס און סיירינס? וואו דארף דער טראק אנקומען אין א שרעקליכע געיעג?
שיעור נישט פארגעסן, ווער געדענקט נאך די פיקטשער אויפן פליגער קיין סורפסייד בילדונג קאלעפּס, ווי אזוי זיי זענען געזיצן אויפן פליגער מיטן הארד העט,
קען טאקע זיין אז פארדעם דארפן זיי אויך שווערע געלטער יעדעס יאר נאכאמאל.
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
איינער פון דא ארבעט אין שמירה זעהט זיך אויס
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
berlbalaguleh #
קהל'ס נער #
כ'האב נישט קיין מושג פארוואס זיי דארפן געלט, אבער כאטשיג איז עס א עכטע ארג'. משא"כ חסד לאברהם, בית לפליטות און הצלת ילדי ארגנטינא…….
פארוואס זאגסטו אז חסד לאברהם איז נישט קיין עכטע ארגאניזאציע. איך קען עדות זאגן אז זיי זענען יא. אלס (געוועזענער) שכן. דאס איז א ריזיגער אפיס וואו בערך א מנין אלטע באטשי'ס קומען אריין א יעדן אינדערפריה בערך 11 1130. זיי זיצן ביי די קאמפיוטערס און דרימלען. יא. זיי האבן אויך א יעדער איינער א טעלעפאן ביי זיין דעסק. צווישן איין דרימל און צווייטן מאכט מען א פאון קאלל אדער צוויי.צו שנארן געלט פאר די חשוב'ע, הייליגע ארגאניזאציע.
זיי זענען מקיים א גמרא. די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער)..."הרוצה לשקר ירחיק עדותו"... זיי טענה'ן אז זיי האבן ריזיגע מוסדות אין ארץ ישראל וואו זיי ראטעווען ספרד'ישע קינדער פון פארפאלן ווערן ביי די חילונים. זיי ברענגען אפילו פיקטשערס. כ'האב מורא אז זיי האבן געבארגט די פיקטשערס פון כולל שומרי החומות אדער זיבענבירגן. וואו מ'ברענגט (אויך) פיקטשערס ווי אידן לערנען משניות לעילוי נשמת די מנדבים. די פראבלעים איז אז די פיקטשערס האבן זיך נישט געטוישט פאר די לעצטע זיבעציג יאר. איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל און איך האב געבלעטערט אין די לוח פון כולל שומרי החומות און כולל זיבענבירגן האביך געזעהן די זעלבע אלטע באטשי'ס.
איך געדענק אלס בחור האב איך געגעסן ביי ר' בערל שטערן אין די חסד לאברהם בנין אין בני ברק, איין משפחה האט געוואוינט אינעם דריטן שטאק מיט פייגעלעך, וואס די טאטע דארט איז געווען די ראש ישיבה/משפיע/מנהל, און אין די ישיבה איז געווען א קיימא לן פון 12 בחורים, יא! א בנין פון 6 שטאק...
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
berlbalaguleh #
ר' הערש(ער): וואס האסטון מוסיף געווען צו היימלינד'ס מאמר וואס דו ברענגסט צו...?!
אז איך בעט אויף די חלק פון זיין מאמר, זייענדיג אסאך אין יענע געגענט שטערט עס מיך מוראדיג שטארק.
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
אחידוש #
איינער פון דא ארבעט אין שמירה זעהט זיך אויס
מיר קוקט ענדערש אויס אז ער האט א ביזנעס פון גרויסע קאפלעך.
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
איך ארבעט נישט פאר קיין איין ארגענעזעישאנס ברוך השם איך זאג נאר וואס יעדער האלט ביי זיך שטילערהייט אין האט מורא צי זאגען
טראכט באמת אריין דאס הפקרות וואס סגייט פאר די לעצטע פאר יאר מיט ארגענעזעישאנס שנאר אקציעס וואס שלעפען שווערע געלטער פין זייערע אייגענע מעמבערס וואס שלעפען פין זייערע אלע חבירים וואס געבען עס נאכדעים ציריק ווען זיי מאכען א קאמפיין פאר די נעקסטע ארגענעזעישאנס. סאיז ממש ונתנו ביידע זייטען יאר נאך יאר אחוץ די ארגענעזעישאנס וואס די בעלי בתים לעבען אן א חשבון בשעת די וואלאנטירען מיטשען זיך אדורך צי שטיפען דעים טאג
למשל
ראובן איז א וואלאנטיר אין שומרים ביינאכט
אבער ער ארבעט פול טיים ביי שמעון אין קאנסטראקשען
למעשה האט ער אסאך קאנטאקטעו אין זיין טעלעפאון מיט זיינע סאבּס אין ער שיקט ארויס א מעסידיש פאר זיינע קאנטאקטען אז ער גייט נאכגעלט פאר שומרים וואס האט געמאכט א זיבען הינדערט טויזנט דאללער קאמפיין
ראובן״ס קאנטאקטעו פילען אז זיי מיזען געבין פאר דעים צוועק ווייל זיי ארבעטן אינאיינעם אין אויב נישט וואט אפשר זיך באגיין בחוזק יד אין זיכען פראבלעימען אלטס נקמה פארן נישט משתתף זיין ממילא שיקט ער אריין אפאר דאלער (פארשטייט זיך ווי מער אלטס בעסער וועט ער זיין אויף זייער זייט אויב קען ער א ביזנעס אינוועסמענט)
אדער איז ער סתם א חבר מיט שמעון אדער א שוואגער
למעשה
א חודש דערנאך קימט איינער פין ראובן׳ס קאנטאקטעו מגיימיר אים ריפען לוי
אין לוי מאכט א קאמפיין פאר חביבים וואס זיי האבען באשלאסען זיי דארפען מאכען א מיליון דאלער יעצט איז ראובן אין פעקל ער מיז שוין ציריק געבען דא איז דער ונתנו
אבער דא מיז מען אריינבליקען איין מינוט
לוי האט קיינמאל געגעיבן דאס געלט פאר ראובן דאס געלט איז געגאנגען פאר שומרים וואס קיינער ווייסט נישט אין וועט קיינמאל נישט וויסען וואס זיי האבען געטין מיט די געלט
למעשה ווי אזוי מאכט מען שטיל די אלע ראובן״ס אז זיי זאלען נישט פארפירען וואס סאיז געשעהן מיט די גרויסע געלטער
דא האבען אלע ארגענעזעיש אויסגעטראפען א לא יחרץ טריק
עפרישיעישאן פארטיס
איינער טראגט דעים עולם גולם קיין מאראקא (נישט פארן וואשן די מוחות אז זיי זאלען באצאלען האלב)
אין דער צווייטער מאכט א איווענט אויף א שיף
אין דער דריטער אויף א דאך אין ווילימסבורג
דער עיקר איז והשתיה כדֶת אין אונס
אין פאר א נויט האנערט מען נאך אפאר שפיטץ קאפלעך באס סטאפּ בלאקער וואלאנטירן
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
איך קען נישט געבן א לייק (אדער בכלל מסכים זיין מיט) א בני יואל. ווייל איך, און א יעדער וואס איז נישט בלינד, זעהט די גוטע פעולות וואס די שומרים האבן געטון און טוען נאכאלץ. ס'איז מיר נאר א וואונדער אז ס'זענען נאך דא יונגעלייט און בחורים וואס געבן אוועק פון זייער צייט און שטעלן זיך איין זייער לעבן צו קומען צו הילף פאר א איד סיי וואו ער איז ווען ער דארף הילף. אמת, זיי האבן ליעב צו שוויצן אביסל, נאר ס'איז דאך א פאקט אז זיי קומען אן א סאך פריער ווי די פאליס.
איך האב אליין געזעהן אמאל אום 3:30 פארטאגס ווען כ'האב געהערט עפעס א טומל אינדרויסן פון מיין הויז. ארויסקוקנדיג פון פענצטער האב איך געזעהן עטליכע קארס פו די שומרים האבן נאכגעיאגט און ארומגערינגלט א גנב וואס האט גע'גנב'עט א באמפער פון א טייערע קאר. זיי האבן איהם געהאלטן ביז די פאליס זענען אנגעקומען און איהם ארעסטירט...!
די אוטערשטע שורה איז אז א יעדע זאך קאסט געלט. די געז פאר די קארס פון די וואלונטירס צו גיין פאטראלירן קאסט אויך געלט, און אויפהאלטן די טעלעפאן און קאמיוניקעישן סיסטעם גייט אויך נישט אומזינסט. די בודזשעט מוז געדעקט ווערן פון ערגעץ. דער סכום וואס זיי האבן געבעטן איז לפי ערך א קליינער, נישטיגער סכום. מ'קען עס גאנץ גרינג אהערשטעלן. מ'דארף אביסל פארגינען אויך.
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
אין נאכאמאל
דאס געשנארטע געלטער גייט נישט פאר קיין שום פריוואטע מעמבער אנציפילען זיין געז טאנק אין די ווייסט דאס זייער גיט
אין טעלעפאן קאמיוניקעשען סיסטעם קאסט נישט זיבען הינדערט אין פיפציג טויזענט דאלער יעדעס יאר
סטאפּ די נאנסענס
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
איז אמת אז איינער האט געהעקט זייער קאמפיין אינמיטן פאר א אפאר שעה
דורך דזשעמען די סיסטעם
כך שמעתי
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
יא סאיז אמת
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
ס'איז זייער גרינג צו קריטיקירן אן ארגענעזאציע, ווי איידער געבן געלט.
אמת אז דו מעגסט פרעגן וואס קאסט אזוי פיל, אבער דארפסט נישט זאגן אז די געלט גייט נישט ווי עס דארף וכדומה, ווייל דו פארשטייסט נישט.
קודם וויל איך זאלסט פארשטיין אז פונקט ווי קיינער וויל היינט און קען נישט ארבעטן פאר 15 דאלער א שעה, אזוי אויך קאסט אלעס אסאך מער ווי 10 יאר צוריק, צו איז דאס קאמיוניקעישאן אדער איי.טי., צו איז עס עקוויפמענט, מעינטענענס וכדו'.
נאך א זאך, כדי זיי זאלן קענען האבן מאטעוואציע פאר די מעמבערס, ובפרט ווען די ארגענעזאציע האלט אין איין ווערן אראפגעקלאפט, און סיי צו קענען האבן קאנעקשענס ווען מען וועט דארפן, דארף מען יעדעם שמירן אויף זיין וועג, צו איז עס די מעמבערס מיט כסדר'דיגע מתנה'לעך ווי פאר א יום טוב, אדער נייע קארס און לעקטערס, צו א פארטי און פארברענג, און די זעלבע זאך איז פאר די פאליציי וכדומה אויף וואס מען טוט מיט זיי.
דריטענס, די כסדר'דיגע עדס פאר סעיפטי קאסט אסאך געלט, סיי פאר די גראפיקער, און סיי פאר די צייטונגען ווי מען לייגט עס.
און אזוי קען מען יעדע זאך צונעמען, און וועסט זעהן אז זיי בעטן נישט אין די וועלט אריין.
און די לעצטע זאך וואס קיינער וויל נישט רעדן, איז די קאמפיין אליין קאסט גרינגערהייט אפ 100 אלפים, פון די מארקעטער, ביז די גראפיקער, און די קאמפיין פלאטפארם וואס רעכנט כאטש 5 פראצענט און מער.. אבער אזוי ארבעט עס היינט, אן די מארקעטינג מאכט מען נישט קיין געלט..
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
כ'זעה אזוי 'לעצטע הודעה דורך אלטער_איד' און מיינע אויגן ברעמען הייבן זיך. @אלטער_איד איז דא!!
שלום עליכם א גאסט פון קאנאדע!!
שוין נישט געהערט פון אייך יארן! אלע לעצטיגע מהפיכות אין לב טהור האמיר געדארפט דורכאקערען אהן דיר...
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
מיר זענען נישט געווען פארמישט אין די לעצטערע זאכן וואס זענען דארט פארגעקומן, עס זענען געווען אנדערע מענטשן וואס האבן עס געטוען..
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
ווייס'ן ווייס איך...
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
אין אזוי ב״ה גייט מען פין איין טשערעטי קאמפיין צים צווייטען
טשערעדי משוגעת
איך מיין ס'איז געקומען די צייט צו נעמען דעם קאמפעני טשערעדי און זיי פארוואגלען פון ביידע וועלטן
לויט ווי איך פארשטיי האט א יונגערמאן אויפגעמאכט די וועבּסייט
ער גייט ארום פון איין מוסד צום צווייטען און א חלק פון זיין ביזנעס איז ער גייט ארום געהעריג מאכן סעילס
יעדער מוסד געט אים א ליסטע פון אלע טאטעס און דער מוסד לאזט רופען אלע טאטעס דורעך דעם ראש ישיבה אדער דורעך א מנהל אז מ'רופט פאר א מיטינג
אדער די מנהל/ת רופט דיך אן און ער לייגט זיי אויפן טעלעפאן און מ'הייבט דיר אן מסביר זיין פארוואס די מוסד דארף יעצט וויכטיג האבן געלט
און פארשטייט זיך מ'בעט א גאול און וויפיל דו זאגסט שטופט ער נאך א טויזענטער
און אויב ביסטו שוין ביים גאול אדער ווייל דו האסט עס אליין אויסגעצאלט אדער האסט שוין יא געשנארט איז ער גלייך דא מיט א נייע גאול
איינמאל מ'האלט שוין נאך די מיטינג הייבט זיך אן א פרישע פרשה
ער מאכט גרופּס וואטסעפפּ און אויך טעקסט
מ'קען פון עם נישט פטור ווערן
ער מאכט אלע גראפיקס. ער מאכט ווידיאס. ער מאכט אלעס,
און מען הייבט אן טערעזירען די טאטעס אן א אפּשטעל,
יעדע שעה קימט א פרישע מעסידש. מיט א פרישקייט איינמאל א טאג קומט "רבותי לאמיר אלע ווייזען וואס דער ראש ישיבה טוט פאר אונז, לאמיר אים נישט לאזן פאלען, לאמיר אלע אנרופן יעדעם אויף אונזער טעלעפאן ליסט און זיי זאלען אונז צוריקצאלען וואס אונז האב מיר זיי געצאלט ווען זיי האבען געמאכט זייער קאמפּיין"...
מ'האלט שוין היינט כמעט ביי ונתנו מיט גאנץ כלל ישראל
נאכדעם שיסט ער אריין זיין חכמה
כל הדבר הקשה יביאו אלי
איי ווער ביזטו, ווער האט דיך געפרעגט, ווי ביסטו אריינגעוואקסן אין די מוסד,
דערנאך קומט די לעצטע פיר אין צוואנציג שעה
ער קומט אויפגעסעט מיט
טעלעפאנען
קאמפּיוטערס
גרויסע מעין סקרין
מיוזיק
ווען מען האט געענדיקט טרייבעצען אלע טאטעס וואס האבן געטרייבעצט און גע'רודפט אלע קאנטאקטס פאר די לעצטע פיר טאג און זיי ווערן אנגעזאלצען מיט נייע חובות, וועט דער דאזיגער דר*עק גיין צום נעקסטן מוסד,
וואס זענען מיר טאטעס שולדיג
זענען מיר נישט גענוג אנגעשטרענגט פון באצאלען שווערע געלטער יעדע חודש אן א ברירה
מען רופט שוין דעם ערשטער פונעם חודש ווי דאס געלט איז, און על פי רוב זענען אלעס אויך אטאמאטיק פעימענטס אויסגעשטעלט, מ'רופט נאר אויב ס'איז נישט אדורך,
לאמיר ניטאמאל רעדן פין דעם חלק אז מען דארף באצאלן צוועלף חדשים א יאר און ישיבה איז נאר צעהן חדשים,
וואס גייט פאר מיט אונז
ווי לאנג גייען מיר זיך לאזן פון דעי רשעי ישראל
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
איך וויל נישט אריינגיין יעצט (אפשר באלד יא) איבער טשערעטי און אנליין קאפיינס בכלליות אדער בפרטיות
אבער איין זאך איז זיכער, די פאריגע פאוסט קוקט אויס ארויסגעשאסן פון פינגער, אפשר צוליב אנגעווייטאג זיין, איך ווייס נישט פונקטליך וואס, אבער סליגט דא העיט
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
איך האב געמיינט אז טשערעדי קאמפיינס זענען שוין אונטערגעגיינגען...
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
צוויי #
איך וויל נישט אריינגיין יעצט (אפשר באלד יא) איבער טשערעטי און אנליין קאפיינס בכלליות אדער בפרטיות
אבער איין זאך איז זיכער, די פאריגע פאוסט קוקט אויס ארויסגעשאסן פון פינגער, אפשר צוליב אנגעווייטאג זיין, איך ווייס נישט פונקטליך וואס, אבער סליגט דא העיט
ווי זעסטהו א הינט פון העיט, ער לייגט עס אראפ ווי עס איז.
ליין עס ביטע איבער אהן דיין (שווארצע) גלעזער ווען ביסט אויסגערוט, זאט און סעטעספייט.
א גוטע נאכט.
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
אהן אוועק מאכן די ארגעניזאציע, מעג איך וועלן פארשטיין וויאזוי די לעצטע 20 יאר האט עס גארנישט געקאסט און פלוצלינג דארפן זיי 750 טויזענט דאלער א יאר.
סדערמאנט מיר פון א איד פון ארץ ישראל איז געגאנגען נאך געלט ער האט א גמ"ח ויכולו , האט מען אים געזאגט זייער חשוב אבער פארוואס דארפסו געלט ? האט ער גענפערט אז ווען ער קומט קיין ניו יארק נאך געלט דארף ער צאלען פאר א סאב..
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
ווען איינער בעט צו געבן אויף זיין פעידש, גיבט מען עס געוועטליך פאר די חבר נישט פאר די צוועק
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
הרב בני יואל, איך בין מסכים מיט דיר 100%, ממש איך זעה נישט די חילוק פון טשערידי און טמ"נ, אפשר איז עס נאך גאר ערגער ווייל ביי טשערידי "מוז מען" רוב מאל עפעס געבן ווייל איך קען דאך נישט אפזאגן מיין חבר/שכן/שוואגער/קרוב/קאלעגע.
נישט איך וויל געבן ווען מיין חבר מוטשעט, און נישט איך וויל מוטשען מיין חבר ער זאל מיר געבן.
אבער מען דרייעט אונז אראפ די קאפ און אלע טאטעס גייען כצאן לטבח, אז דער ראש ישיבה אליינס, אדער דער רב הביהמ"ד, בעט זיך ביי אונז, מוז מען דאך עס אודאי טון פאר אים!
מענטשן זאגן "אבער למעשה איז עס צדקה", אמת! אבער צדקה קען מען נישט צווינגען. טמ"נ איז אויך געווען צדקה. עס איז דא א וועג ווי אזוי מען בעט צדקה, און די מטרה איז נישט מקדש האמצעים.
הרב @צוויי שרייבט אז מען רעדט פון ווייטאג, אודאי אזוי! מיר זענען אנגעווייטאגט! קיינער שרייעט נישט ווען עס טוט נישט וויי.
עס איז געווארן ממש א מגיפה. כלל ישראל ברעכט אונטער, קרעדיט קארד חובות שטייגן ביי אלע אמעריקאנער, נכלל ביי אונז אידעלעך, אבער למען ה' מען דרוקט אונז צו געבן יעדע וואך נאך $72 פשוט ווייל איך האב וואטסעפפ אדער טעקסט אדער אימעיל און מען הערט נישט אויף רודפ'ן מיט מעסעדזשעס. א עקלדיגע וועג פון א קאמפיין! און יא, מען שרייעט פון ווייטאג און העיט, וואס מען טוט אלץ מיט אונז!!!!
נאר איין זאך בין איך מסופק אין דיינע ווערטער, איך מיין אז דער יעניגער גיט נישט ארום פון מוסד צו מוסד, נאר די מוסדות רופן אים אן ווען זיי ווילן מאכן א קאמפיין. אדער קען זיין ס'איז אמאל אזוי און אמאל אזוי. אונטערשטע שורה איז, יענער איז זיכער גאר א גרויסער עושר... ער טיילט מסתמא גרויסע צדקות... אבער ער מעג וויסן אז שכר פאר די צדקות געהערט פאר אונז; ער איז א פאלנער גנב און מאניפולעיטער.
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
איך בין בכלל נישט אויפגערעגט אויף די טשערעטי קאמפיינס, איך האב כמעט נישט געגעבן קיין צדקה די לעצטע פאר יאר אויף טשערעטי, ווען איינער שיקט מיך א לינק פאר צדקה זאג איך שיינערהייט אז איך האב א פאלעסי אז איך געב נישט צדקה אנליין (מ׳מעג אמאל נוצן די פרומע קארטל ווען עס פעלט אויס), די ערשטע שטיק צייט האבן מענטשן נישט אויפגעהערט פרעגן פארוואס, איך האב יעדעם גע׳ענטפערט אז ווען די גייסט נאך צדקה אין שוהל אין איך געב דיר צען אדער צוואנציג דאללער וואלסטו עס אנגעקוקט פאר גאנץ א שיינע זאך, יעצט אז א פאר פון דיינע אנדערע חבירים אדער מענטשן פון קאנטרי וואס ווילן זיך האלטן עשירים אדער סתם זיך געפעלן פאר דיר האבן דיך געגעבן פינף הונדערט דאללער קוקט מען נישט אן מיין צען דאללער, אין די אפריטשעטס נישט מיין געלט וואס איך האב געדארפט ארבעטן פאר עס א האלבע שעה, חוץ פון דעם אויב איך וואלט געהאט צען חבירים וואס וואלטן מיך געטראפן יעדען טאג אין שוהל אין זיי וואלטן מיך געבעטן צדקה וואלט איך אויפגעהערט צו געבן צען דאללער אפילו מ׳איז א גוטע חבר, איך בין נישט קיין עושר אין איך קען נישט טיילען יעדן טאג אפאר הונדערט דאללער, רוב מענטשן פארשטיין מיט איינמאל זאגן און פאר די פאר מענטשן וואס פארשטייען נישט זאג איך זיי אז זיי קענען קומען נעמען א צענער פון מיין הויז אבער איך גיי נישט ברעכן מיין פאלעסי, ביז דערווייל איז נאר איינער געקומען אפנעמען די געלט.
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
ריף עס העיט
ריף עס רשעות
גניבה
ריף עס ווי אזוי די ווילסט
פּאנטש ליין איז איין זאך סדארף זיך ענדיגען גאר שנעל
א מוסד קען נישט זיצען אויף א טאטענס בלוט אין שלעפען געלט אן אדער אפילו מיט א חשבון בשעת דער טאטע מוז באצאלען שכר לימוד אין קרן הבנין קאמפּיין אין מען העכערט זיין שכר לימוד יעדעס יאר אין יעצט ווערטדער מוסד הינגעריג פאר נאך אפאר דאלער ווייל פארוואס נישט אדער ווייל טשערעדי אפיס זיכט נאך א אינקאם
איין זאך זעהט מען יא. די גרויסע קאמפיינס הצלה /בוני עולם/אר סי סי עס /טראגען זיך אפ פין זיינע וועבסייטס אין מאכען שבת פאר זיך אויף א צווייטע וועיג
אבער נחזור לעינינו
מיין מיינונג איז יעדער דאלער וואס קימט אריין פין טשערעדי וועבסייט איז גארנישט אנדערש ווי א שטיק יודיש בּלוט אין פלייש אין יעדער דאלער איז ממש אין א בחינה פין גניבה אין דאס ערגסטע
ודע
טאטעס האבען נישט קיין ברירה צי זאגען ניין לאז מיך אפּ ווייל סהאלט שוין אז מען סטראשעט אז מען גייט פארשיקען די קינדער אויב מען שטעלט זיך נישט צים קאמפּיין
אדרבה פרעיג די דאזיגע טאטעס אויב זיי זענען העפפי מיט דעים
מילא זאג איך נאכאמאל זייער האנט איז באשמירט מיט יודיש בלוט אין מען דארף דאס אפּשטעלין
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
אקעי, איך גיי עס נאכאמאל איבערזאגן
די פריערדיגע תגובה שמעקט פון נעגעטיוועטי און מעגליך העיט אריינגעמישט, איך בין אים דן לכף זכות ווייל ס'קומט מסתמא פון אנגעווייטאגטקייט....
נאכאמאל, איך זאג נישט אז סשטערט מיר אויך נישט אז מ'פארלאנגט פון מיר יעדע שני וחמשי ריזיגע סכומים פאר קאמפיינס, און יעדע חודש בחדשו צו נעמען א טיעם פאר א קאמפיין...
זאגן אויף דעם רשעות קוקט מיר אויס העיט און נעגעטיוועטי... און ניין איך זאג אויך נישט פאר טמ"נ רשע מרושע, אפי' איך בעט אים ער זאל אבאכט געבן וואס ער טוט...
ס'איז דא עטליכע סארט וועגן וויאזוי מ'קען רעדן איבער א זאך וואס דארף זיך אויפהערן (לאמיר זאגן ס'דארף זיך), עטליכע פון די חשובע ניקים דא האבן עס אראפגעשריבן נארמאל געהעריג, אבער איין חשובע ניק איז ביזי מיטן פארווארפן פון וועלטן... כאפס'ט וואס איך מיין...
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
א בני יואל #
ריף עס העיט
ריף עס רשעות
גניבה
ריף עס ווי אזוי די ווילסט
פּאנטש ליין איז איין זאך סדארף זיך ענדיגען גאר שנעל
א מוסד קען נישט זיצען אויף א טאטענס בלוט אין שלעפען געלט אן אדער אפילו מיט א חשבון בשעת דער טאטע מוז באצאלען שכר לימוד אין קרן הבנין קאמפּיין אין מען העכערט זיין שכר לימוד יעדעס יאר אין יעצט ווערטדער מוסד הינגעריג פאר נאך אפאר דאלער ווייל פארוואס נישט אדער ווייל טשערעדי אפיס זיכט נאך א אינקאם
איין זאך זעהט מען יא. די גרויסע קאמפיינס הצלה /בוני עולם/אר סי סי עס /טראגען זיך אפ פין זיינע וועבסייטס אין מאכען שבת פאר זיך אויף א צווייטע וועיג
אבער נחזור לעינינו
מיין מיינונג איז יעדער דאלער וואס קימט אריין פין טשערעדי וועבסייט איז גארנישט אנדערש ווי א שטיק יודיש בּלוט אין פלייש אין יעדער דאלער איז ממש אין א בחינה פין גניבה אין דאס ערגסטע
ודע
טאטעס האבען נישט קיין ברירה צי זאגען ניין לאז מיך אפּ ווייל סהאלט שוין אז מען סטראשעט אז מען גייט פארשיקען די קינדער אויב מען שטעלט זיך נישט צים קאמפּיין
אדרבה פרעיג די דאזיגע טאטעס אויב זיי זענען העפפי מיט דעים
מילא זאג איך נאכאמאל זייער האנט איז באשמירט מיט יודיש בלוט אין מען דארף דאס אפּשטעלין
א בליק פון די אנדערע זייט,
די מוסד ברעכט אונטער ווער דען זאל טוהן עפעס אויב נישט אלע עלטערן וואס זענען די וואס האבן הנאה פון די מוסדות?
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
יא גערעכט די מוסד ברעכט אינטער
אבער די טאטעס אויך איז וואס ווילסטו יעצט
ווילסט אהיימשיקען דאס קינד איך בין שוין צי דעם אויך מסכים אבער לאז מיך במנוחה
אדער מאך א דינער ווי אמאל ווי א נארמאלער מענטש אין מוועט עס אדורך שמועסן זעהן וואס מקען טוהן צי שניידען עקספענסעס
אדער זאל דער מנהל מנהלת ארויסלייגען א עקסעל צעטעלע מיט פינקטלעך וואס די עקספענסעס זענען ווי מען קען איינציען דעם פאסיק אביסעלע
אדער וואספארא פראגראמען מען באקימט אין ווי דאס געלט גייט אין פארוואס סאיז פינקטלעך דא א ריזיגער לאך
האט אפשר די מוסד געקויפט א פראפערטי וואס מגייט אפשר קענען בויען אמאל א מעכטיגער בילדינג
אפשר דארף מען עס יעצט פארקויפען כדי זיך צי קענען קאווערן
מדארף איינער וואס זאל פארציילען פינקטלעך ווי די שווערע אפגעהארעוועטע געלטער פין א טאטע וואס באצאלט יעדער חודש זיין שכר לימוד
אין אויב איינער באצאלט נישט זעץ דיך ארויף אויף יענעם אבער לאז די אנדערע אפּ
אין טאקע דאס איז דער וויי געשריי
קימט א רשע אין ער שטופּט זיין פרנסה זיין וועבסייט ארויף אויף אינז אלע אזאזש גאנץ כלל ישראל איז שוין שולדיג איינער פארן צווייטען ווייל יענער ראציגער מיז מאכען א פרנסה
סאיז פינקט ווי דאס שווארצע מארקעט מיט איין חילוק
דא ״מיז״ יעדער טאטע געבן אין אויף די שווארטצע מארקעט מיז מען נישט קויפן
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
נעם א עווריטש ישיבה מיט הינדערט טאטעס וואס באצאלען שכר לימוד אכט הינדערט דאלער א חודש
קימט אויס פינעף אין אכציג טויזענט דאלער א חודש
קימט אויס א מיליון צוואנציג א יאר
ווי גייט דאס געלט
נאכדעים קימט רעגיסטרעישן געלט יעדעס יאר פין פריש לאמיר זאגען צוויי הינדערט
נאך צוואנציג טויזענט דאלער א יאר
לייג ארויף קרן הבנין געלט פיר הינדערט דאלער
איז נאך פערציג טויזענט א יאר
ווי גייט דאס געלט
אין מען בעיט פאר צוועלף חדשים ( זיי זאגען נאך פריי דיך מיט קלענערע פעימענטס)אבער רוב פלעצער האבען נאר ישיבה צעהן חדשים די איבעריגע דארף מען צאלען פאר א קעמפּ נאך פיר אלפים
אבער זייער טענה איז אז זיי באצאלען פארן מנהל אדער רבי אדער טיטשער
סא יענער מאכט געלט צוויי מאל ווייל ער איז דאך א עפעס אינעם קעמפּ
מילא בין איך שוין צימישט
אויב באצאלט מען איז ער דאך מחיוב צי זיין אינעם מוסד דעמאלטס האלט עס אפען
אבער אויב נישט פארוואס דארף א טאטע אויסליידיגען זיינע טאשען
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
איך פארשטיי נישט, די שימפסט אויף די קאמפאני וואס שטעלט אהער די טשערעדי קאמפיינס, אדער אויף די הנהלת המסודות?
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
דער מנהל /ראש ישיבה מנהלת ווי אזוי אין ווער סאיז אין טאפּ איז נעבעך א אומשולדיגער מזאגט זיי צי גאלדענע גליקען זייער גרינג
ער באקימט א ציזאג פין די קאמפעני טשרעדי אדער רעיז מי אז מקען ארויסנעמען זייער אסאך געלטער פין די עלטערין ווייל מגייט זיי צווינגען צי מיטארבעטן
אריין די קאמפעני מיטן גאנצען קנאק אין מהייבט אן טערעזירען די עלטערען
זיי האבען א האסטעלער אזוי ווי וועגעס
דער ריפט ארום אלע טאטעס אויף א מיטינג אין דער נעמט דאס ווארט אין איז מסביר ווי שווער סגייט פאר די מוסדות אין מיט זיין געלאנגענער שפּראך לייגט ער אראפּ מיט הערליכע קאלירען ווי אזוי סארבעט דער קאמפּיין אין סאיז בכלל נישט שווער
אין ער נעמט קאנטראל אויפן גאנצען פאנדרעיזינג
אין מען הייבט אן אויפסעטן די לינקס
דערנאך מאכט ער זיין גרופע אויף וואטס עפּ אין אוודאי ער איז דער עדמין אין נאר ער קען רעדין
אין יעדע צוויי שעה קימט א באפעיל פין עם וואס מדארף טוהן אין צוויי שעה אין וואס מדארף לייגען אויף סטעטוס
ווער סאיז שוין אריינגעפאלען וועט וויסען פינקטלעך פין וואס איך רעדט
אויף זעיט ער נישט קיין עקשען ריפט ער דיך אן טערעזירען וואס ער ערווארט פין דיר
אבער פארציילט מיר א טאטע נעכטן ווי דער יעניגער ראצער אין הינט נאכען יענעם מסביר זיין אז ער קען נישט יעצט העלפן ווייל ער איז פארנומען מיט עפעס
זאגט אים דער האסטלער
אין כלל ישראל איז פארהאנען צוויי מינע מענטשין
״אדער געבּט מען אדער נעמט מען״
א מין גערעדאכץ פין א ראציגער הינט
סא אינזער האסטלער האט א ארבעט דיך צי מאכען פאר צוויי צענט
ער דארף פאר אלע געלטער דיך מאכען ארבעטין אז ער זאל קענען קאלעקטן זיין ציגעזאגטע גאלדענע גליקען
אין לאמיר נישט פארגעסין
טשערעדי בעיט פאר די געוואלדיגע סערוויס 10% פלאס קרעדיד קארד פראסעסינג
אין פארדעים שריי איך
קודם פארן צווינגען אז די מיזט קאלעקטען
אין נאכדעים פארן טערעזירען עלטערין זאלען טערעזירען אנדערע
אין דערנאך זייט ווען זענען טאטעס שולדיג אז מקען זיי מחייב זייו מיט א חוב צי קאלעקטן
וועלכע הלכה האט דאס מתיר געוועהן צי צאפּען יענעמס בלוט
איז עס אזוי ווי א שטאט וואס האט נישט קייו שול קען מען צווינגען די איינוואינער צי בויען א שול
אין פארדעים שרייב איך וואס איך שרייב
מילא א ארגענעזעישען ווער סוויל נעמט זיך א לינק
אבער די קאמפעני פין די פאנדרעזינג קען דיך אין טאר דיך נישט צווינגען אין דער דאזיגער רשע דער האסטעלער טרינקט יודיש בלוט אן א גבול אין מדארף דאס רשעות ענדיגען וואס שנעלער
אין יעדער דאלער וואס מגעט פאר זיי איז לכאורה ניטאמאל קיין צדקה נאר א שטיק שפיכות דמים ממש
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
זעה איך אז סאטמאר מהרז"ל איז אפיציעל ארויס געקומען שטיצן אנליין קאמפיינס מיט געוויסע TERMS און געגעבן א נאמען קראוד פאנדינג....
Re: שומרים טשערעטי משוגעת
מיינע "סימפל" פאר צענט:
הצלה און חבירים זענען די בעסטע ארגענאזאציעס וואס עקזיסטירן אויפן וועלט.
וואס טוען שומרים\שמירה? אפאר זאכן:
שמירה/שומרים-פילט אפ די לעצטע בלעטער פון "א בליק"/די וואך אויסגאבעס און מאכט גרויסע "טשערעדי" קאמפיינס און די בעל הבתים זיצן אין בעווערלי הילס און נעמען די געלט.
אויכעט האבן זיי אן עקספרעס ליין ביי NYPD...
והמיבין יבין.