☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מונה רוזנבלום אלס קאמפאוזער

מונה רוזנבלום אלס קאמפאוזער

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1685

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:14 pm

· #40715
מונה רוזנבלום אלס קאמפאוזער
רוב וואס ווייסן פון דעם מוזיק דזשיניעס, מונה רוזנבלום, ווייסן בעיקר פון זיין מוזיק, וואס פון דעם אליין איז דא צו רעדן און רעדן. ווייניג ווייסן אבער אז מונה איז א זייער קאלירפולער און רייכער קאמפאוזער וואס מיט זיינע ניגונים דארף ער זיך נישט שעמען פון די אנדערע גרויסע קאמפאוזערס היינט. ס'נאר א שאד אז ער מאכט נישט מער ניגונים. אט צו דעם נושא וויל איך באציען דעם אשכול. איך וועל אויסרעכענען עטליכע באקאנטע ניגונים פון אים:

אל תתיאש, משיח, שמע בני, פון מב"ד; לך אתן פון דדי (הורא); אתה נגליתה פון עוז והדר (א יצירה); אשרכם תלמידי חכמים; למה מוריה; מלך מלך; הוי דן (מנדלסון); לא נזוז מכאן (מבד מונה 3); רבונו של עולם; בעזרת הד' ; ושננתם לבניך פון עמית ליסטוונד;

אז איך וועל מיר דערמאנען נאך וועל איך אי"ה שרייבן נאך. איר קענט מיר אויך דערמאנען, און בכלל וואס זאגט איר צו זיינע ניגונים?

גלות יוד » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:31 pm

· #40726
גערוישן אין הימל, און ווער האט געמאכט המלאך פון עמית ליסטוונד? איך טראכט מונה יא?
לא ישא גוי אויף איינע פון די העסקס
יהי רצון פון די הדרן אויף מונה 3 אויכט א יצירה

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:46 pm

· #40738
גלות יוד
גערוישן אין הימל, און ווער האט געמאכט המלאך פון עמית ליסטוונד? איך טראכט מונה יא?
לא ישא גוי אויף איינע פון די העסקס

המלאך פון עמית איז פון מונה? אויב יא פארדינט ער ביי מיר נאך פונקטן, ווייל איך ווער זייער נתפעל פון דעם ניגון. ביטע מאכט זעכער צו עס איז זיינס.

לא ישא גוי מיינט איר פון מיאמי אדער עפעס אנדערש, ווייל פון מיאמי איז קאמפאזירט דורך ביגאן

און אז איר רעדט שוין פון גערוישן אין הימל, ווי האב איך געקענט פארגעסן דערפון, עס איז דאך איינס אין דער וועלט

גלות יוד » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:50 pm

· #40742
וואס מיאמי אין קאפ אריין איך וועל עס ארויפלייגן <a class="postlink" href="https://dl.dropbox.com/u/11585487/04-AudioTrack%2004.mp3">https://dl.dropbox.com/u/11585487/04-Au ... k%2004.mp3</a> און וועגן המלאך איך וויל אויכט שטארק וויסן עס איז א זעלטענע גיטע ניגון איך מיז דיר זאגן חאצקל האסט א גוטע טעיסט

zurich » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:53 pm

· #40746
יא אבער זיינע ערעינדזמענטס שטייגט פילפאכיג איבער די ניגונים זיינע. אז ס'ניטאמאל ווערד צו רעדן פון דעים ענדישער רעד ארים פון זיינע ערעינדזמענטס וואס איז משוגא צו ווערן!!

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:57 pm

· #40749
אבער מ'קען צוליב זיין ארעינדזשמענטס נישט פארגעסן פון זיינע קאמפיזאציעס וואס זענען אויך א זעלטנהייט

טעפל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:12 am

· #40846
מונה איז שוין איבער דרייסיג יאר אין די ליין און ער איז נאך גוט גוט אין די פעדערן....
דא קען מען זעהן די אתה נגלית יצירה...
<a class="postlink" href="http://www.gruntig.net/2012/08/mona-rosenblum-cantors-assembly.html">http://www.gruntig.net/2012/08/mona-ros ... embly.html</a>

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:24 pm

· #40907
מונה איז שוין איבער פערציג יאר אין די ליין! ער האט אנגעהויבן תשי"ט

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:14 pm

· #40969
נאך עטליכע געלונגענע ניגונים פון מונה:

שושנת יעקב אויף מונה 3; אהלל אמלל אין די לעצטע טעיפ פון יודל וואס איז זייער פאפולער אין ישראל; שלום עליכם אויף מונה 5; הלומד על מנת לעשות (דוכט זיך) פון ישיבת נחלים

אויב איר באמערקט, זיינע אלע ניגונים זענען זייער ארגינעל און אטענטיש, און וואלט אויך געפאסט פאר 50 יאר צוריק

רבותי, גיטס ביטע א שטיקל אנאליז איבער מונה'ס ניגונים:

גלות יוד » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:54 pm

· #41000
די ניגון משה רבינו (מונה 4) די ענגלישע ניגון (מונה 3), איך לאז עס פאר דיר צי אנאליזירן, אזויפיל קען איך זאגן, פאר סאם ריזען האבן זיינע ניגונים א יוניקנעס, ער האט א אנדערע אויער ווי א צווייטער מענטש, זיינע ניגונים מאכן סענס.

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:50 pm

· #41209
וויבאלד די ווערטער פונעם ניגון משה רבינו איז געמאכט געווארן דורך א צווייטן (ל. שמעלצער) איז מיר שווער צו זאגן מבינות דערויף

ווידער דער ענגלישער ניגון פון מונה 3 איז דער ניגוו וואס איך האב אויבן דערמאנט אלס "לא נזוז מכאן" ווייל איך האב עס געהערט אויף דער עיברית'ישע ווערסיע. אגב, אז מ'רעדט שוין פון דעם ניגון, דאס איז איינע פון מיינע באליבסטע ארעינדזשמענסט פון מונה פאר אזעלעכע סארט ניגונים, און אויך כאפט מיר דארט מרדכי ווערדיגער'ס זינגען מער ווי כמעט אלע אנדערע געזינגעריי זיינע.

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 12:35 am

· #42021
דער ניגון מודים אנחנו לך וואס מונה האט געמאכט פאר צדוק גרינוואלד. א אויסטערליש שיינע און רייכע ניגון און ארעינדזשמענט. איך אליין האב עס שוין געהערט צענדליגע מאל. מ'קען עס הערן ביי שלאגר נט, זיכט סערטש מונה רוזנבלום וועט איר זעהן ביי איינע פון די תוצאות מונה מיט צדוק גרינוואלד.

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 10:51 pm

· #42307
אך טוב וחסד זייער אן אויפגעכאפטער ניגון וואס ל. שמעלצער זינגט אויף פילהרמונה 3 איז דאכטזיך אויך פון מונה,

גלות יוד » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:46 pm

· #42344
איך האב געליינט אמאל א אינטערוויו מיט מונה ווי ער האט אויסגעלויבט ליפא אז ער איז אריינגעקומען צי של"ס צו אים און אויפן פלאץ געמאכט די ניגון אך טוב וחסד ממילא איז עס ליפא'ס ניגון

חאצקל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:42 pm

· #42908
חאצקל
מונה איז שוין איבער פערציג יאר אין די ליין! ער האט אנגעהויבן תשי"ט

תיקון טעות: ער האט אנגעהויבן תשכ"ט

שמייכל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:00 pm

· #43348
נעכטן נאכט בינעך געזעסן אין פרובירט צו טרענסקרייבן די אינטראוי פונעם ניגון גם כי אלך פונעם מ.ב.ד. אלבום תמיד בשמחה, עס האט מיר גענומען א גוטע 15 מינוט ביז איך בין דערגאנגען די פונקטליכע קארדס וואס דארטן טוצעך, עפעס אזוילכע גאונות, עלעווערס און דרייצענער קאורדס אזוי שיין אראפגעלייגט, יארון גוטפריד שפילט דארטן משוגע צו ווערן, איך קען אייך איין זאך זאגן, סתם א ארעינדזשער וואלט קיינמאל אין די וועלט נישט איינגעפאלן אזעלכע גאונות׳דיגע אינטראויס, א שאד אז מ׳הערט שוין נישט פון מונה אזויפיהל היינט, חבל על דאבדין (געמיינט האב איך אז יובל סטופל וועט אים איבערנעמען, בפרט אז ס׳הייסט נאך אז סטופל איז געווען לענגער אין קאלעדזש ווי מונה, אבער דערווייל איז נאך קיינער אפילו נישט נאנט געקומען צו מונה, איך זאג נישט אז ס׳זענען נישט דא גוטע ארעינדזשערס, עס זענען אויסדרוקליך יא דא, נאר קיינער טוט נישט אזויפיהל סורפרייזן דעם מוזיקאלישן אויער ווי אונזער מונה), אלענספאל - ס׳איז געווען א באנטש פאן אויסצופיגערן די קארדס פון יענעם אינטראוי, עס איז א גוטע עקסערסייז און עס שארפט דעם אויער.

גלות יוד » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:07 pm

· #43351
מיין אויער איז נישט אזוי אויסגעשארפט צי הערן דרייצנס און עלעווערס אפשר לערנסטי מיך אויס, איך האב אויף דעם אינטרא נישט געהערט קיין איינע פון די, דאס איז מונה'ס קינץ סימפל אבער גאוניש.

קאנצעפט » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:17 pm

· #43354
שמייכל
נעכטן נאכט בינעך געזעסן אין פרובירט צו טרענסקרייבן די אינטראוי פונעם ניגון גם כי אלך פונעם מ.ב.ד. אלבום תמיד בשמחה, עס האט מיר גענומען א גוטע 15 מינוט ביז איך בין דערגאנגען די פונקטליכע קארדס וואס דארטן טוצעך, עפעס אזוילכע גאונות, עלעווערס און דרייצענער קאורדס אזוי שיין אראפגעלייגט, יארון גוטפריד שפילט דארטן משוגע צו ווערן, איך קען אייך איין זאך זאגן, סתם א ארעינדזשער וואלט קיינמאל אין די וועלט נישט איינגעפאלן אזעלכע גאונות׳דיגע אינטראויס, א שאד אז מ׳הערט שוין נישט פון מונה אזויפיהל היינט, חבל על דאבדין (געמיינט האב איך אז יובל סטופל וועט אים איבערנעמען, בפרט אז ס׳הייסט נאך אז סטופל האט איז געווען לענגער אין קאלעדזש ווי מונה, אבער דערווייל איז נאך קיינער אפילו נישט נאנט געקומען צו מונה, איך זאג נישט אז ס׳זענען נישט דא גוטע ארעינדזשערס, עס איז אויסדרוקליך יא דא, נאר קיינער טוט נישט אזויפיהל סורפרייזן דעם מוזיקאלישן אויער ווי אונזער מונה), אלענספאל - ס׳איז געווען א באנטש פאן אויסצופיגערן די קארדס פון יענעם אינטראוי, עס איז א גוטע עקסערסייז און עס שארפט דעם אויער.


כ'זע נישט וואס קאלעדזש וועט העלפן פאר דעם סטופל'ען, מוזיק איז א טאלאנט, ס'איז דא טויזנטער גוים וואס גייען אין מוזיק סקול'ס און קענען נישט וואס די גרויסע קענען.
ס'איז דא היינט צענדליגער אררענדזשער'ס וואס צוטיילן זיך מיט מונה'ס טאלאנט, אבער אזא כל בו האב איך נאך נישט געטראפן.
(ס'דערמאנט מיר דער תנא וואס איז נפטר געווארן, און די תלמידים האבן זיך צעטיילט מיט די מדריגות...)

מאנא איז פון די איינציגסטע וואס איז חוץ מורא'דיג אויסגעהאלט מוזיקאליש אויך מורא'דיג קריעטיוו, כ'וואלט געזאגט אז ער איז ביי אונז אידן די עקיווילאנט צו "דעיוויד פאסטער" ביי די גוים.

שמייכל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:29 pm

· #43369
גלות יוד
מיין אויער איז נישט אזוי אויסגעשארפט צי הערן דרייצנס און עלעווערס אפשר לערנסטי מיך אויס, איך האב אויף דעם אינטרא נישט געהערט קיין איינע פון די, דאס איז מונה'ס קינץ סימפל אבער גאוניש.

אז דו וועסט לערנען מוזיק טעארי וועסטו וויסן וואס דאס מיינט, און דו וועסט אויך אנהייבן מיט די צייט צו הערן און באמערקן קאורדס אויפן זעלבן שטיקל מוזיק וואס דו האסט שוין טאקע אמאל געהערט אבער נישט דערהערט...

חאצקל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:54 pm

· #43382
ווער האט פארפאסט דעם גם כי אלך פון מבד?

גלות יוד » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:58 pm

· #43386
שמייכל
גלות יוד
מיין אויער איז נישט אזוי אויסגעשארפט צי הערן דרייצנס און עלעווערס אפשר לערנסטי מיך אויס, איך האב אויף דעם אינטרא נישט געהערט קיין איינע פון די, דאס איז מונה'ס קינץ סימפל אבער גאוניש.

אז דו וועסט לערנען מוזיק טעארי וועסטו וויסן וואס דאס מיינט, און דו וועסט אויך אנהייבן מיט די צייט צו הערן און באמערקן קאורדס אויפן זעלבן שטיקל מוזיק וואס דו האסט שוין טאקע אמאל געהערט אבער נישט דערהערט...

איך קען ב"ה זייער גיט מוזיק איך וואלט מיך געפרייט ווען די שרייבסט מיר אפ די קארדס אויף דעם ניגון

גלות יוד » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:59 pm

· #43387
חאצקל
ווער האט פארפאסט דעם גם כי אלך פון מבד?

איך מיין טאקע אז מונה

שמייכל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:17 pm

· #43397
גלות יוד
שמייכל
גלות יוד
מיין אויער איז נישט אזוי אויסגעשארפט צי הערן דרייצנס און עלעווערס אפשר לערנסטי מיך אויס, איך האב אויף דעם אינטרא נישט געהערט קיין איינע פון די, דאס איז מונה'ס קינץ סימפל אבער גאוניש.

אז דו וועסט לערנען מוזיק טעארי וועסטו וויסן וואס דאס מיינט, און דו וועסט אויך אנהייבן מיט די צייט צו הערן און באמערקן קאורדס אויפן זעלבן שטיקל מוזיק וואס דו האסט שוין טאקע אמאל געהערט אבער נישט דערהערט...

איך קען ב"ה זייער גיט מוזיק איך וואלט מיך געפרייט ווען די שרייבסט מיר אפ די קארדס אויף דעם ניגון

די ערשטע קאורד איז א 11, און די פערטע איז א 13, דוק ותשכח

גלות יוד » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:28 pm

· #43403
די קענסט גיט קענסט פיאנו?

חאצקל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:31 pm

· #43407
ר' גלות: מיר ליגט אין קאפ אז מבד האט געמאכט דעם גם כי אלך, ביסט זיכער אז מונה האט עס פארפאסט?

גלות יוד » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:39 pm

· #43410
אדער ער אדער ער קען טאקע זיין אז מב"ד דאס איז טאקע א פראבלעם אמאל פלעגט מען האבן אלע קאווערס אבער היינט איז אלעס דיזשיטעל אבער די קאווערס האט מען נישט דיגיטאליזירט א שאד

שמייכל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:48 pm

· #43416
גלות יוד
די קענסט גיט קענסט פיאנו?

איך בין נישט קיין פיאניסט, אבער איך קען זיך אביסל אויס אין קארדס

חאצקל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:31 pm

· #45707
אויף מונה 5 איז דא א ניגון מיטן נאמען (דאכט זיך) "כוס הדמעות". עס שטייט נישט דארט ווער ס'האט עס פארפאסט, איך ווייס נאר אז מ.ב.ד. זינגט עס מיט יארן פריער ביי א קאנצערט אויף אנדערע (לדעתי מער פאסיגע) ווערטער מיט א אינגל (ווי א דיאלאג).

ווייסט איינער וער עס האט עס פארפאסט?

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:41 pm

· #45710
דא האב איך געברענגט א קליפ פון די ארגינעלע מקור, עי״ש.

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:42 pm

· #57098
אין בחדרי חרדים ווערט אויסגערעכנט עטליכע פאפולערע ניגונים פון מונה רוזנבלום, צווישן זיי א "לעבעדיגער" אשרינו מה טוב חלקינו; דער נאסטאלגישער" שומר ישראל; און דער מיטאליאגישער" ימים על ימי מלך.

ווייסט איינער פון וועלעכע ניגונים זיי רעדן?

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:41 am

· #57190
אשרינו מה טוב חלקינו איז מיסטאם די בעלזר ניגון, עס איז פון די ערשטע בעלזר ניגונים און איז געווען אויף די ערשטע טעיפ, מונה האט עס געמאכט פאר בעלז.

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:46 pm

· #57355
עס קוקט אויס ווי זיי רעדן פון א וועלטס באקאנטער אשרינו, דער בעלזער אשרינו אויף וחסד ה' איז אזוי באקאנט?