☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16846

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:50 pm

· #547818
התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
אמאל האט יעדער פארשטאנען אז אין די היינטיגע וועלט דארף מען דעם כח פון אסאך רבנים אינאיינעם.

אזוי איז געווען אין די גרויסע שטעט אין אירופא, אין ווארשא, אין ווילנא, אין בודאפעסט וכו' א איגוד הרבנים.

אזוי קען מען מתקן זיין תקנות. מ'קען אדרעסירן וואס דער ציבור באדארף אאז"וו.

וואס איז די סיבה פארוואס היינט שפירט שוין קיינער נישט אז מדארף האבן מועצת פון גדולי התורה?

ארכיטקט » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:57 pm

· #547821
Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
ווייל יעדער וויל זיין די מושל בכיפה, סוי ווער גייט עס אנפירן?

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 2, 2024 1:09 am

· #547830
Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
ארכיטקט #
ווייל יעדער וויל זיין די מושל בכיפה, סוי ווער גייט עס אנפירן?
איך וואלט געזאגט אביסול אנדערש.יעדער האלט אז ס'דארף זיין, אבער איך מוז עס פירן.

תשפג » פרייטאג פעברואר 2, 2024 1:16 am

· #547832
Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
דאכט זיך אז אין אנטווערפען איז נאך דא אזא געדאנק.

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג פעברואר 2, 2024 9:51 am

· #547874
Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
תשפג #
דאכט זיך אז אין אנטווערפען איז נאך דא אזא געדאנק.
און אויך אין לאנדאן.
און בעצם אין א"י איז דאך פאראן ענליכס, די מועצת מיט די בתי דין וועלכע נעמען אריין אסאך געמיינדעס אונטער זייער שירעם.

היימלינד » פרייטאג פעברואר 2, 2024 11:28 am

· #547880
Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
די קערפערשאפטען זענען נאך אבער ס'מיינט כמעט גארנישט, ס'איז פשוט צופאלען דורך דעם וואס די קהילות זענען זיך שטארק ציוואקסען

אוט אף טאון ווי עס זענען פארהאן קלענערע קאמיוניטיס און דר'עולם זענען קלענער אויבער חכמים, מיינט נאך OU YO Agudath Israel YI ועוד, אסאך

און ארץ ישראל הייסט עס נאך קלאמפיש אז עדה"ח און אגו"י זענען נאך עפעס ווערט, און קען טאקכ זיין אז יא, אבער נישט קיין סאך מער ווי עפעס

יום טוב ליפמאן צונז » פרייטאג פעברואר 2, 2024 12:11 pm

· #547885
Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
אזא ארגעניזאציע פאלט צוזאם וועגן ציונות די ערשטע טאג נאכן גרינדונג.

יום טוב ליפמאן צונז » פרייטאג פעברואר 2, 2024 12:12 pm

· #547886
Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
אויב נישט ציונות וועט די פעטוועי וכדו'......

יום טוב ליפמאן צונז » פרייטאג פעברואר 2, 2024 12:17 pm

· #547887
Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
בקיצור מיר ווייסן נישט ווי אזוי צו האבן חילוקי דיעות אויף א געזונטער וועג. אפשר דארף מעל אויסלערנען די קינדער אין חדר אזא מושג ווי חילוקי דיעות.
למשל אז ס'דא רבנים לאזן האבן סמארט פאונס. און ווער ס'האט א סמארט פאון איז נישט קיין גוי. ער האלט פשוט אז מ'מעג. ווער ס'איז א ציוני איז נישט קיין גוי. ער האל אז ציונות איז די ריכטיגע וועג. וכדו' וכדו'

אבימלך » פרייטאג פעברואר 2, 2024 12:30 pm

· #547890
Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
יום טוב ליפמאן צונז #
בקיצור מיר ווייסן נישט ווי אזוי צו האבן חילוקי דיעות אויף א געזונטער וועג. אפשר דארף מעל אויסלערנען די קינדער אין חדר אזא מושג ווי חילוקי דיעות.
למשל אז ס'דא רבנים לאזן האבן סמארט פאונס. און ווער ס'האט א סמארט פאון איז נישט קיין גוי. ער האלט פשוט אז מ'מעג. ווער ס'איז א ציוני איז נישט קיין גוי. ער האל אז ציונות איז די ריכטיגע וועג. וכדו' וכדו'
דאס איז דאך די פראבלעם
מ'האט אונז אויסגעלערנט אז האבן א סמארט פאון האט נישט קיין היתר, פאר קיינעם

אדער אין סאטמאר ווייסט מען אז ווער ס'גלייבט אז ס'מעג זיין א מדינה, אדער אז מ'מעג גיין צו די בחירות, זענען זיך זיכער טועה, און באמת איז עס זיכער אסור

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג פעברואר 2, 2024 1:14 pm

· #547899
Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
אבימלך #
יום טוב ליפמאן צונז #
בקיצור מיר ווייסן נישט ווי אזוי צו האבן חילוקי דיעות אויף א געזונטער וועג. אפשר דארף מעל אויסלערנען די קינדער אין חדר אזא מושג ווי חילוקי דיעות.
למשל אז ס'דא רבנים לאזן האבן סמארט פאונס. און ווער ס'האט א סמארט פאון איז נישט קיין גוי. ער האלט פשוט אז מ'מעג. ווער ס'איז א ציוני איז נישט קיין גוי. ער האל אז ציונות איז די ריכטיגע וועג. וכדו' וכדו'
דאס איז דאך די פראבלעם
מ'האט אונז אויסגעלערנט אז האבן א סמארט פאון האט נישט קיין היתר, פאר קיינעם

אדער אין סאטמאר ווייסט מען אז ווער ס'גלייבט אז ס'מעג זיין א מדינה, אדער אז מ'מעג גיין צו די בחירות, זענען זיך זיכער טועה, און באמת איז עס זיכער אסור
איך מיין אז הערצל (שר"י זצ"ל ימ"ש זי"ע) האט געזאגט נאך באזעל, אז דאס אליינס אז מ'האט געקענט גרינדן אזא כנסת ישראל וואו עס ווערט רעפרענזענטירט כלל ישראל איז שוין דער גרעסטער אויפטוה.
עפעס אזוי.
זאלן די ברענגערס ברענגן קלארערע דיבורים.

אבער איך מיין אז די רבנים כאפן נישט אז אן א א כח המאחד, וועט זייער כח אויך פארלוין ווערן.
ווי דער באקאנטער משל פון די העלצער פייער, אז אליינס ברענט קיינער נישט גוט.

וואס איז דער כח פון א רב, אויב איך קען איהם אנפייפן און גיין נעקסט דאר צו זיין קאמפעטישן?

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 2, 2024 3:21 pm

· #547911
Re: התאחדות/איגוד/אגודת הרבנים - פארוואס איז עס מער נישטא?
תשפג #
דאכט זיך אז אין אנטווערפען איז נאך דא אזא געדאנק.
דארט איז דא 2 אפיציעלע, עטאבלירטע קהילות. מחזיקי הדת און שומרי הדת. די אלע אנדערע, קלענערע קהילות פאללן אריין אונטער די אמברעללא פון איינע פון די 2 קהילות. וויל א יעדע אפיציעלע שטאטישע פונקציע גייט דורך די וועד הקהילה. צי מקוואות אדער כשרות און אנדערע קהילה באדערפענישן. (.אזוי האט מער מיר פארציילט) בשעת די צווייטע וועלט מלחמה האבן זיך ביידע קהילות פאראייניגט. נאך די מלחמה זענען זיי געווארן צוריק 2 באזונדערע קהילות.

מחזיקי הדת זענען מער קאנסערוואטיוו (ארטאדאקסיש) געשטימט. די רוב באשטייט פון פוילישע און יעקישע אידן. שומרי הדת איז מער נוטה צו מזרחי.