☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16845

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 10:02 pm

· #547802
שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
די פארגאנגענע וואך (פ' יתרו למספ.') איז (ליידער, בעוה"ר) פארגעקומען א שרעקליכער, ווילקירליכער פאל (כלשון הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו) דורך די (פארשאלטענע) ציונים, רח"ל, עפ"ל, שר"י.

אין מערב ברעג פון די אקופירטע שטחים אין מדינת ישראל וואס די (טמא'נע) ציונים שר"י עפ"ל וכו' כבר אמרנו האבן איינגענומען אין די ששת ימי אפילה, וואו ס'וואוינט א גרויסע פאלעסטינער ציווילע באפעלקערונג, זענען געווען 3 פאלעסטינער קעמפער פון די כאמאס פרייהייט ארגאניזאציע וועלכע האבן זיך אויסבאהאלטן אין א שפיטאל אין די שטאט "דזשאנא". אויס מורא אז די רוצח'ישע סאלדאטן פון די טמא'נע צה"ל שר"י פון מדינת ישראל וועלן זיי (ח"ו) הרג'נען. זיי זענען געווען אינגאנצן פרידליכע פרייהייטס קעמפערס.

ואשר יגורנו בא. די טמא'נע, רשעות'דיגע ציונים האבן זיך פארשטעלט פאר דאקטוירים און (פרומע) אראבישע נוירסעס, מיט א ווהילטשעיר. אונטער זייערע דאקטוירישע קיטלען האבן זיי געהאט געווער. זיי האבן דערשאסן די פרידליכע פאלעסטינער פרייהייטס קעמפערס. רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

די גאנצע (אנטיסעמיטישע) וועלט איז שרעקליך אויפגעברויזט אויף די חוצפה פון די ציונים/אידן.

א לאו פראפעסאר פון א פראמינענטע אוניווערזיטעט אין ענגלאנד האט געזאגט אז די ציונים האבן "עובר" געווען אויף אן אינטערנאציאנאלע געזעץ פון קריג, אז מ'טאר נישט אריינגיין אין א שפיטאל און שיסן.

דער רבי שליט"א האט געזאגט ביי די ספעציעלע אסיפה אז דאס איז גורם אז די וואוילע גויים זאלן פיינט האבן אידן, ווייל זיי האלטן אז אלע אידן זענען ציונים, רח"ל, און די ציונים זענען דער מקור פון אלע צרות, רח"ל. אין שנת ת"ח ות"ט האבן די וואוילע אוקראינער גויים געגלעט די אידן און זיי געגעבן ציקערלעך. הרב שמאפלאן האט אויך פארציילט ווי ווייט פרידליך די אידן האבן געלעבט מיט די גויים, ביז די ציונים זענען געקומען, דאמאלס זענען זיי געצווינגען געווארן צו מאכן פאגראמען אויף אידן, אלעס צוליב די ציונים. ווער רעדט נאך פון די נאציס, זיי זענען דאך געווען זייערע בעסטע חברים.

דער רבי שליט"א האט גערופן אלע ערליכע אידן ארויסצוגיין מאכן א גרויסע מחאה ביי די טמא'נע ציוניסטישע קאנסולאט אין מאנהעטן. באסעס וועלן פארן פון 85 דיוויזשאן עוו. אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג.

נ.ב.: דאס אויבנדערמאנטע נייעס באריכט איז געווען אין "דער בלאט" געשריבן און רעדאגירט דורך הרב. ש.ב. מרגליות און הרב חיים שלמה בערגער זצ"ל.


לידיעת א-----: אויב דו האסט נישט פארשטאנען וואס מ'האט דא געשריבן קען איך עס דיר פארטייטשן אויף אונגאריש אדער אויף ספאניש.

ארכיטקט » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:56 pm

· #547819
Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
נאר דעי צוויי שפראכן קענסטו?

ארכיטקט » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:56 pm

· #547820
Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
אפשר ביסטו מיר מסביר אין פלעמיש

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 2, 2024 1:12 am

· #547831
Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
בערלע, מ'האט דערלעבט. ענדליך פארשטייסטי שוין אז אזוינע געשרייבאכצער געהערט אין שמייכל. אבער וואס איז געשען מיט דיינע סמייליס?

כ'האב מורא די קאלעכסט רח"ל מהאי דעתא עפ"ל שר"י

אסטראלאג » פרייטאג פעברואר 2, 2024 1:44 am

· #547836
Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
ליידער ביטער אמת וואס איר שרייבט. צו מיר רעדט מען נישט קיין ווערטלעך וכדומה. גראד צום פינטל
שמאפלאן* מיינט איר מסתמא הגאון רבי ברוך קאפלאן זצ"ל.

די איינציגסטע הצלה פאר כלל ישראל איז אז די ציוניסטישע מדינה זאל בטל ווערן.

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 2, 2024 3:02 am

· #547854
Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
ארכיטקט #
נאר דעי צוויי שפראכן קענסטו?
ניין: נאך א ביסל מער (ב"ה).

מ'מוז דאך עפעס איבערלאזן פאר'ן עניוות...!

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 2, 2024 3:04 am

· #547855
Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
שמעון וואלף #
בערלע, מ'האט דערלעבט. ענדליך פארשטייסטי שוין אז אזוינע געשרייבאכצער געהערט אין שמייכל. אבער וואס איז געשען מיט דיינע סמייליס?

כ'האב מורא די קאלעכסט רח"ל מהאי דעתא עפ"ל שר"י
😃 😃 😃

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 2, 2024 3:11 am

· #547856
Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
אסטראלאג #
די איינציגסטע הצלה פאר כלל ישראל איז אז די ציוניסטישע מדינה זאל בטל ווערן.

אכיה"ר: (אומיין קיין יעהי ראאצן). צוזאמען מיט דיר און הרב ישראל דויד ווייס וסייעתו. געדענק. ווען משיח וועט קומען, גאר בקרוב אי"ה. און עטץ וועטס ענק שטעללן אין די ליין צוזאמען מיט די אידן, וועל איך ענק (בלי"נ) פארטרייבן און זאגן אז עטס זאלסט גיין צו ענקערע פאלעסטינער ברידערס און שוועסטערס, רחמנא ליצלן מהאי דעתא..

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 2, 2024 3:15 am

· #547858
Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
ארכיטקט #
אפשר ביסטו מיר מסביר אין פלעמיש
כדי מסביר צו זיין אין פלעמיש מוזסטו שטיין פנים אל פנים מיט מיר. איך האב נישט אזעלכע לאנגע הענט...!

נאר איך האב א גוטן פריינט וואס רעדט זייער גוט פלעמיש. ער הייסט משה חיים פרידמאן. ער וואוינט אין בעלגיע. ער האט לעצטנס גערעדט אויף די בעלגישע טעלעוויזיע.

שמן למאור » פרייטאג פעברואר 2, 2024 3:59 am

· #547861
Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
כ'בין נייגעריג אויב נאכן ליינען אזוי סאך פון די ארטיקלען ווערט מען אזוי, אדער ס'איז פשוט אז דער וואס איז שוין מתחילה אזוי דער ליינט די ארטיקלען...?

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 2, 2024 1:55 pm

· #547904
Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
שמן למאור #
כ'בין נייגעריג אויב נאכן ליינען אזוי סאך פון די ארטיקלען ווערט מען אזוי, אדער ס'איז פשוט אז דער וואס איז שוין מתחילה אזוי דער ליינט די ארטיקלען...?
ייש"כ: ס'איז א גוטע חקירה. נאר איין זאך וועל איך מודה זיין. איך האב געליינט זייער א סאך פון די ארטיקלען און שרייבאכצער פון הרב סענדער (דער) דייטש זכותו יגון עלינו. ס'האט זיך מיר איינגעזאפט אין בלוט. אין די זעלבע צייט האט עס געמאכט מיין בלוט פרעשור ארויפגיין צו גאר הויכע שטאפלען.

די היינטיגע שרייבערס אין "דער איד" און אין "דער בלאט" קומען נישט צו צו זיינע קרסולים. (דו ביסט דאך נישט אסטראלאג, האפנטליך. ווייסטו וואס דאס ווארט מיינט.).

ער איז געווען מיין רבי אין שרייבן אידיש. ער איז געווען א חד בדרא. זיין אידעאלאגיע (און דעמאגאגיע) איז שוין א צווייטע זאך.

דיין כונה אין שרייבן די תגובה (צו מיר) האביך אויך פארשטאנען. איך ווייס (פונקטליך) פון וואו דו קומסט. כאטש איך וועיס נאכנישט (כלשון האדמו"ר מ'סקווירא שליט"ע) ווער דו ביסט. כ'בין נישט זיכער אז איך וויל וויסן. א גוטן שבת...!

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 2, 2024 2:02 pm

· #547906
Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז נישט דער עיקר: ער האט דאך צזאמגערעדט שטותים והבלים. און שעדליכע זאכן.

דו האסט אפשר געהערט (אויף איינס פון די קליפס וואס מ'האט דא ארויפגעברענגט) זיין אינטערוויו אויף די אראבישע על-דזשאזירא סטאנציע. וואו ער האט גערעדט שטותים והבלים (אפילו לשיטתו). דער אראבישער האוסט האט איהם געדארפט האלטן אין איין דערמאנען אז ער זאל רעדן צו דער זאך. און ענטפערן אויף זיינע שאלות.