☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16836

סוף טוב הכל טוב » זונטאג יאנואר 28, 2024 9:44 pm

· #546931
שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
איך בין שוקירט געווארן צו זעהן איינער פון די ניקים אויף די חזיר-וועלט לייגט ארויף א נאצישן אוועטאר ואין פוצה פה ומצפצף!!

די אלע מוחים למיניהם, וואס ווייסן פונקטליך וואס מ'טאר יא און וואס מ'טאר נישט, וואס איז גורם שנאת ישראל, און וואס מיינט מסייע לידי עוברי עבירה, זענען אלע שטיל ווי פיש. און דערווייל פלאטערט א נאצישע פאן בריש גלי, אן קיין איין ווארט פון מחאה

זענען מיר א טאטאל משוגע'נע סאסייאיטי???

או-קעי עס איז נישט דער פאן מיט א רויטער אונטערגרונד און א האק-נ-קרייץ דערויף. עס איז "בלויז" א פאן פון פאלעסטינע, וועלכע האבן נישט לאנג צוריק אויסגעקוילעט "בלויז" 1200 אידן, און האלטן אין איין רצח'נען און מארדעווען אידן.

איז דאס נארמאל???
📎 Capture.JPG

סוף טוב הכל טוב » זונטאג יאנואר 28, 2024 9:46 pm

· #546932
Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
זיין נארישע אונטערשריפט ליינט זיך ווי פאלגענד:

אונטערשריפט
אם אתה לא כל כך כשרוני להבין מעצמך מה אני מתכון כשאני מציג את הדגל הארור הזה אז תבקש מהנהלה להתיר לי לדבר יותר ברור

סקעפטיקער » זונטאג יאנואר 28, 2024 9:55 pm

· #546934
Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
איך כאפ נישט פונקטליך צו וועלכע זייט ער ציהלט

אבימלך » זונטאג יאנואר 28, 2024 9:56 pm

· #546935
Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
איך האלט נישט אז ס'גייט אנהאלטן צו לאנג
(זיכער נישט, נאכדעם וואס מ'האט עס דא אויסגעפויקט)

אגריפס המלך » זונטאג יאנואר 28, 2024 9:57 pm

· #546936
Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
סקעפטיקער #
איך כאפ נישט פונקטליך צו וועלכע זייט ער ציהלט
איך מיין ער צילט צו די זייט פון די ציונים, ער איז אפילו א ערשטע קאזין מיט בן גביר.

שפילער » זונטאג יאנואר 28, 2024 10:13 pm

· #546938
Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
אבימלך #
איך האלט נישט אז ס'גייט אנהאלטן צו לאנג
(זיכער נישט, נאכדעם וואס מ'האט עס דא אויסגעפויקט)
וואס הייסט ? אפיציעל ליינט קייינער נישט קאווע שטיבל...

אבימלך » זונטאג יאנואר 28, 2024 10:28 pm

· #546942
Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
שפילער #
אבימלך #
איך האלט נישט אז ס'גייט אנהאלטן צו לאנג
(זיכער נישט, נאכדעם וואס מ'האט עס דא אויסגעפויקט)
וואס הייסט ? אפיציעל ליינט קייינער נישט קאווע שטיבל...
האסט דאך גוט געזאגט " אפיציעל '"

אבימלך » זונטאג יאנואר 28, 2024 11:33 pm

· #546953
Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
שוין נישט דא !

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:46 am

· #546962
Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
אבימלך #
שוין נישט דא !
האב איך שוין געמיינט אז אייוועלט האט עטוואס טאלעראנץ.

קליגער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:51 am

· #546978
Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
אבימלך #
שוין נישט דא !
די ניק איז פארשפארט?

אסטראלאג » מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:27 am

· #546979
Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
זיכער האט ער אויפגעטוהן אז די ציונים ווערן אינגאנצען צוקראצט דערפון. ממש א נחת
זאל טאקע זיין לעילוי נשמת רביה"ק זי"ע.

גראדע טוישט ער יעדע צווייטע טאג מיט א אנדערע אוועטאר און דאס האט ווארשיינליך עקספייערט.
גארנישט מיט ענקערע צובלאזעניש.

אבימלך » מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:16 am

· #546995
Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!
קליגער #
אבימלך #
שוין נישט דא !
די ניק איז פארשפארט?
ניין,
זיי האבן נאר אראפּ גענומען די אוועטאר
(די חתימה איז נאך יא דא)