berlbalaguleh #
מר. קלונימוס #
Nobody cares
דער גאנצער מושג "משגיח" אין אזא פלאץ ווי.ב.מ.ג. איז אן אנאכראניזם. ס'איז אינו דומה צו די ישיבות אין דער ליטא. דא איז מער אן "אינדעפענדענט" מהלך. א יעדער האט זיך זיין חברותא און זיינע שיעורים. און ער איז נישט תלוי אין משגיח. די גאנצע ביז אהער איז אויך נאר געווען א בחינה פון כבוד. יא. ס'דארף זיין א ראש הכולל. נאר נישט קיין משגיח. וואס דארף ער דען טון?.
אין די אלטע ישיבות אין די ליטא האט דער משגיח געהאט א וויכטיגן תפקיד. ער האט געמאכט זיכער אז אלע תלמידים קומען אין צייט אין ביהמ"ד. אויך איז ער געווען א שואל ומשיב. און ער האט פון צייט צו צייט געהאלטן דרשות חיזוק ומוסר. אזוי ווי דער גרויסער משגיח ר' יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל. און אנדערע גרויסע און בארימטע משגיחים. וועלכע זענען געווען א טייל פון די בעלי מוסר אין די לעצטערע דורות.
משגיחים האבן קיינמאל נישט זיכער געמאכט אז תלמידים קומען אין צייט. דארפט זיך אויסלערנען די ליטווישע טערמינאליגיע משגיח מיינט ענליך צו א רבי/אדמו"ר ביי חסידים, נישט ממש, אפשר מער ענליך צו א "משפיע" אין חסיד'ישע קרייזן.
האבן אזוינע לייבן און פערזענליכקייטן אין ב.מ.ג. האט אסאך צוגעגעבן צו די כבוד פון דאס פלאץ.
איך רעד שוין נישט אז עס קען אריינקומען אפאר גרייצער פאר די ישיבה אדאנק א גאר ארויפגעקוקטן משגיח.
רבי מתיתיהו זצ"ל איז געווען כולו ריווח פאר ב.מ.ג.