☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » טיטלען מפתח

טיטלען מפתח

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16811

טמיר » מוצ"ש יאנואר 20, 2024 9:28 pm

· #545333
טיטלען מפתח
מוה"ר / הר"ר
  • א מענטש וואס באזיצט א שטריימל
הרב
  • א מנהל רוחני אין א חינוך מוסד
    א מגי"ש פאר בעלי בתים און ארבעט נישט
    טאטע איז הרה"צ און ארבעט נישט
    טאטע איז הגה"צ אדער כ"ק אדמו"ר, און ארבעט יא
הרה"ג
  • א מגי"ש אדער ר"י
    האט א ביהמ"ד
    קוקט כתמים
    טאטע איז הגה"צ און ארבעט נישט
הרה"צ
  • האט אן אייגענע מנין און שחרית'ט נאך עלעווע
    טאטע איז הגה"ק און ארבעט יא
    טאטע איז כ"ק אדמו"ר און ארבעט נישט
    טאטע איז הגה"צ און ארבעט נישט און שחרית'ט נאך עלעווע
הגה"צ
  • האט אייגענע שול מיט ווייבער שול
    טאטע איז כ"ק אדמו"ר, און קוקט כתמים אדער מגי"ש
    טאטע איז הגה"ק און ארבעט נישט
    טאטע איז רשכבה"ג סיי ארבעט יא סיי נישט
כ"ק אדמו"ר
  • טיילט שיריים
כ"ק אדמו"ר הגה"ק
  • טיילט שיריים און איז 80 יאר
    טיילט שיריים און איז 50 יאר און האט 10 שטאק+ פארענטשעס
כ"ק אדמו"ר הגה"ק רשכבה"ג
  • טיילט שיריים און האט 5000+ פאלויערס און איך בין זיין פאלויער
הרה"ק
  • כ"ק אדמו"ר און לעבט שוין נישט

וזאת למודעי, אז על אף ס'איז אריינגעגאנגען יארן שטודירן די סוגיא, דאך שגיאות מי יבין וכו', ממילא ווער ס'האט א קארעקשען אדער סתם הערה, ביטע נישט תמנע זיין טוב מבעליו
והשם הטוב יכפר

שפילער » מוצ"ש יאנואר 20, 2024 9:42 pm

· #545339
Re: טיטלען מפתח
הרה"ק איז פאר לאחר מאה ועשרים אפילו היינט

טמיר » מוצ"ש יאנואר 20, 2024 9:47 pm

· #545341
Re: טיטלען מפתח
שפילער #
הרה"ק איז פאר לאחר מאה ועשרים אפילו היינט
פאראכטן. ייש"כ

טאמבל סאס » זונטאג יאנואר 21, 2024 12:29 pm

· #545460
Re: טיטלען מפתח
גאונות! ס'דארף זיין אזוינס אויך אויף ענדע צדיקים, דהיינו די שליטאס, זלס און זצוקלהקלהקלס.

עמרם » זונטאג יאנואר 21, 2024 12:37 pm

· #545461
Re: טיטלען מפתח
זייער שיין !!

וואס איז מיט הרה''ח ?
הנה''ח ?
און נאך אסאך וואס דו ברענגסט נישט

אידן קענען זיך באליידיגן אז מ'דערמאנט זיי נישט.....

יואליש » זונטאג יאנואר 21, 2024 3:39 pm

· #545544
Re: טיטלען מפתח
מ'זאגט נאך פון מורי ורבי אבינו רועינו הקוה"ט צי"ע רשכבה"ג ומושיען של ישראל מ'סאקמאר זי"ע אז מ'שרייבט הצדיק אויף איימיצער וואס איז נישט א גאון. מ'שרייבט הגאון אויף איימיצער וואס איז נישט קיין צדיק. און מ'שרייבט הגאון הצדיק אויב איימיצער איז קיין איינס פון די צוויי.

פאלאצ'ינטא » מיטוואך פעברואר 7, 2024 7:21 am

· #548514
Re: טיטלען מפתח
היינט קען מען שוין רופען [כמעט] אלע רעבנים...

הרב הגאון נאר געשריבען אביסעל אנדערש... הַגוּן אין ענגליש Harav Ha"Goon

דער טייטש פון Goon אין ענגליש איז ...

a hired hoodlum or thug. Slang. a stupid, foolish, or awkward person.

ברוך שפינוזה » פרייטאג פעברואר 16, 2024 8:59 am

· #549919

היום » פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:28 pm

· #549987
Re: טיטלען מפתח
האב איך אמאל געהערט בשם הרב הגאון (הקדוש? פוסק הדור? פיל אין דע בלינק) אלישיב, אז הרב אין לשה״ק (עברית?) איז אזוי ווי מר. אויף ענגליש,
עס מיינט נאר צו קלאר מאכן אז יענער איז א זכר….

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 7:00 am

· #560022
Re: טיטלען מפתח
האסט אויך פארגעסען רשכב"הג

איינער וואסט האט שלעגערס וועליכע שלאגען פאר איהם

מ"מ אדער ממלא מקום

איינער וועליכע שלאגט זיך מיט'ן ברודער

אשרי העם » דאנערשטאג מאי 2, 2024 3:39 am

· #560427
Re: טיטלען מפתח
זיער קלאר!!
יש״כ
א לייק איז נישט גענוג